פֿעליעטאָנען: ייִִדישע גאַזעטן און זשורנאַלן

שלום עליכם (אַלע װערק)

ייִדישע גאַזעטן און זשורנאַלן: אַ פֿאַנטאַזיע

די פֿאַרשױנען:

לשון־קודש ― אַן אַלטע גרײַז־גרױע פֿרױ, אַ גרױסע מיוחסת; אַ שײן אײדל פּנים מיט אַ שװאַרצן שלײער.

זשאַרגאָן ― אַ יונג מײדל מיט זײער אַ פּשוט אױסזיכט, גראָבע סקאַרבאָװע הענט, נאָר־װאָס פֿונעם קיכאױװן…

אַחיאַסף ― אַ יונגער־מאַן װאָס זיצט אױף קעסט, האַנדלט אונטער מיט ספֿרים.

תּושיה ― אַ רײַכער יונגער־מאַנטשיק, אַ בעל־הבית פֿאַר זיך.

לוח־אַחיאַסף ― אַ יונגער־מאַן אַ משׂכּיל.

השילוח ― אַ שטילער מענטש, גײט פּאַװאָליע, אַ װינציקער רעדנער.

המליץ ― אַן אַלטער בעל־הבית, אַ יורד…

הצפֿירה ― אַן אױפֿגעקומענער נגיד…

הצופֿה און הזמן ― צװײ ייִדן, מען װײסט ניט װער זײ זענען און פֿון װאַנען.

פֿאָלקסצײַטונג און פֿרײַנד ― צװײ פּראָסטע בעלי־מלאָכות, פֿײַנע יונגען מיט געזונטע פּלײצעס.

װאָסכאָד און בודושטשנאָסט ― צװײ בחורים, װאָס רעדן ניט קײן װאָרט ייִדיש, נאָר מען איז מבֿין כּל דיבור.

די געשיכטע קומט פֿאָר דעם 31סטן דעקאַברдекабер: דעצעמבער 1902

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

לשון־קודש: (האַלט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, זיפֿצט און קרעכצט און רעדט צו זיך אַלײן מיט אַ טרױעריקער שטים) אױ, אַז אָך און װײ איז צו מיר, אױף װאָס איך בין איבערגעקומען און צו װאָס איך האָב מיך דערלעבט!

זשאַרגאָן: (גײט צו צו איר, מיט מיטלײַד) װאָס איז אײַך, מומעניו, װאָס טוט אײַך װײ?

לשון־קודש: (קוקט ניט אױף איר) װאָס טוט מיר װײ? דאָס האַרץ טוט מיר װײ…

זשאַרגאָן: דאָס האַרץ? זיך צוגעקילט מסתּמא? קאָן איך אײַך געבן אַ מיטל…

לשון־קודש: (הײבט אױף דעם קאָפּ) דו? דו װעסט מיר געבן אַ מיטל? נײן, מײַן קינד, דו קאָנסט מיר ניט געבן קײן שום מיטל, דו פֿאַרשטײסט מיך ניט! דו קאָנסט מיך ניט פֿאַרשטײן!.. װײ איז מיר, װינד איז מיר, אַ קלאָג צו מײַנע אַלטע יאָרן! (ברעכט די הענט און קרעכצט).

אַחיאַסף: לױפֿט צו כּלומרשט מיט גריס רחמנות) גאָט איז מיט אײַך, באָבעניו, אױף װעמען קלאָגט איר דאָס אַזױ?

לשון־קודש: אױף מײַנע קינדער, װאָס האָבן מיך פֿאַרלאָזט און פֿאַרגעסן, פֿאַרביטן מיך אױף אַנדערע… װוּ זענען זײ ערגעץ אַלע מײַנע ליבע און געטרײַע, װאָס האָבן מיך כּורת־ברית געװען אױף אײביק? װוּ זענען זײ מײַנע טײַערע קינדער: ישעיה, ירמיה, יהודה הלוי, מאַפּואַבֿרהם מאַפּו 1808-1867, לעבענזאָןאַבֿרהם דובֿ־בער לעבענזאָן ~1789-1878, גאָרדאָןמיכל גאָרדאָן 1823-1890 און די אַלע איבעריקע? אַװעק, אַװעק!… געשטאָרבן, געשטאָרבן!…

אַחיאַסף: געשטאָרבן, באָבעניו? מיר װעלן אַלע שטאַרבן. אײנער שטאַרבט, ־ דער אַנדערער װערט געבױרן און װעלט בלײַבט אַ װעלט.

המליץ: מי יחיה ומי ימות…

הצפֿירה: מי בקצו ומי לא בקצו…

הצופֿה: דור הולך ודור באָ…

הזמן: האַרץ לעולם עומדת…

זשאַרגאָן: װאָס זאָגן זײ עפּעס?

פֿאָלקסצײַטונג און פֿרײַנד: סע שיט זיך בײַ זײ פּסוקים װי פֿון אַ זאַק!

װאָסכאָד און בודושטשנאָסט: קאַק איז ראָגאַ איזאָביליאַкак из рога изобилия: װי אַ שפֿע

לשון־קודש: קינדערלעך, די װעלט בלײַבט טאַקע אַ װעלט, נאָר איך גײ אונטער; װאָס אַ טאָג, װאָס אַ טאָג פֿאַל איך אַלץ נידעריקער און נידעריקער. מען האָט מיך פֿאַרגעסן, פֿאַרביטן אױף אַנדערע; מען דינט הײַנט נײַע עבֿודה־זרות…

אַחיאַסף: איך, באָבעניו, ניט! גאָט איז יודע דעם אמת, װי איך דין אײַך געטרײַ. איך צי פֿון זיך די קלײַ, איך בין זיך מפֿקיר פֿאַר אײַערט װעגן! װאָס מיך האָט אָפּגעקאָסט דער „הדור“ פֿאַראַיאָרן זאָלן מיר דאָס אַלע דאָ פֿאַרמאָגן… אָט פֿרעגט דעם לוח, פֿרעגט דעם השילוח! װאָס שװײַגט איר?

לוח: אמת, אמת, װי מיר זענען ייִדן!

השילוח: (שװײַגט, קױם װאָס ער שאָקלט צו מיטן קאָפּ) ע־מהי…

אַחיאַסף: איך בין ניט גלײַך צו אַנדערע (קוקט אױף „תּושיה“), אַנדערע באַנוצן זיך מיט אײַער הײליקן נאָמען, באָבעניו, רעכענען זיך פֿאַר אײַערע געטרײַע אײניקלעך און גיבן אַרױס ביכלעך אױף עבֿרי־טײַטש, פֿאַרפֿלײצן די װעלט מיט בלעטער, מיט „פֿאָלקסצײַטונג“, מיט „פֿרױענװעלטן“, מיט „פּרעמיעס“…

תּושיה: (גײט צו) דאָס מײנט מען מיך? פֿאַרשטאָכענע אױגן! און װוּ איז דער „יוד“ מיט דער „יודישע פֿאַמיליע“ מיט דעם „קלײנעם יודעלע“ מיט… מיט אַלע איבעריקע ייִדישע ביכלעך װאָס רב אַחיאַסף האָט אַרױסגעגעבן?

אַחיאַסף: דאָס איז אַלץ געװען אַ מאָל. אױס „יוד“ אױס „יודישע פֿאַמיליע“, ― אױס „קלײן יודעל“! ― מגולגל געװאָרן און… געשטאָרבן.

המליץ: ניפֿטר געװאָרן?

הצפֿירה: ברוך דײן אמת!

הצופֿה: כּן יאבדו!

הזמן: כּל אױבֿי עמך ישׂראל!

זשאַרגאָן: װאָס זאָגן זײ?

פֿאָלקסצײַטונג און פֿרײַנד: דאָס קװעלט מען אָן װאָס אַ „יוד“ איז געשטאָרבן…

װאָסכאָד און בודושטשנאָסט: װ'טשוזשאָם פּירו פּאָכמיעליעв чужом пиру похмелье: קאַצניאָמער אין יענעמס סעודה

זשאַרגאָן: אַ גדולה אױף דער באָבען! איך האָב געמײנט אַז אַ „יוד“ שטאַרבט אָפּ באַדאַרפֿן ייִדן װײנען…

אַחיאַסף: געפֿעלט אײַך די דינסטמױד, זי איז דאָך גאָר אַ גאַנצער פֿילאָסאָף!

תּושיה: װי לאַנג האָט איר אַלײן געחנפֿעט די דאָזיקע דינסטמױד, געװען מיט איר קוצעניו־מוצעניו, טױזנט קאָמפּלימענטן? און װאָס איז דאָס פֿאַר אַ נאָמען „דינסטמױד“?

אַחיאַסף: װאָס איז די מעשׂה װאָס איר נעמט זיך אָן די קריװדע פֿון דער דינסטמױד? זי קאָן דען אַלײן ניט באַשטײן איר שטעטל?

זשאַרגאָן: װעמען מײנט מען דאָס די „דינסטמױד“?

המליץ און הצפֿירה: (צעלאַכן זיך) כאַ־כאַ־כאַ!

הצופֿה און הזמן (העלפֿן לאַכן) כי־כי־כי!

זשאַרגאָן: געפֿעלט אײַך אַ ביסל אַ געלעכטער? אַ געלעכטער זאָל אײַך אױסװאַקסן אױפֿן פּופּיק!

המליץ און הצפֿירה: (לאַכן נאָך שטאַרקער) כאַ־כאַ־כאַ־כאַ!

הצופֿה און הזמן: (העלפֿן לאַכן) כי־כי־כי־כי!

זשאַרגאָן: װאָס לאַכן זײ?

פֿאָלקסצײַטונג און פֿרײַנד: זײ קװעלן אָן פֿון דײַן שפּראַך.

אַחיאַסף: אַ בלומענשפּראַך פֿונעם פֿישמאַרק.

תּושיה: װי לאַנג האָט איר אַלײן עקספּלואַטירט די דאָזיקע שפּראַך פֿונעם פֿישמאַרק?

אַחיאַסף: מיר האָבן אױפֿגעהערט און איר האָט אָנגעהױבן. מיר האָבן זיך מיט דער דאָזיקער דינסטמױד אָפּגעגט און איר האָט זי גענומען. מיר װינטשן אײַך גליק און אַריכת־ימים, גאָט זאָל אײַך העלפֿן איר זאָלט זיך מיט איר עלטערן אין עושר און אין כּבֿוד…

תּושיה: אַ דאַנק!

אַחיאַסף: נישטאָ פֿאַר װאָס!

המליץ און הצפֿירה: די דאָזיקע צװײ זענען זיך די בעסטע גוטע פֿרײַנד; װאָס זײ װינטשן זיך אײנס דאָס אַנדערע מעג עס פֿאַלן אין ים אַרײַן.

זשאַרגאָן: װעלן אױספּגרן אַלע פֿיש.

לשון־קודש: גענוג אײַך שױן, קינדערלעך, זיך איבערװאַרפֿן מיט שטעכװערטלעך. זאָגט בעסער װער זענט איר, איך זע שױן ניט אַקוראַט אין דער פֿינצטער…

המליץ: איך בין, באָבעניו, דער עלטסטער פֿון אײַערע געטרײַע אײניקלעך, שױן העכער דרײַסיק יאָר, און איך גײ מיר מײַן װעג, דין אײַך געטרײַ, האַלט מלחמה מיט זשאַרגאָן

לשון־קודש: און װאָס איז דאָס פֿאַר „בלעטלעך“ װאָס שלעפּן זיך דיר נאָך פֿון אונטן?

המליץ: דאָס איז גלאַט אַזױ, מײַנע אײגענע „בלעטער פֿון אַ טאָג־בוך“, װאָס איך אַלײן פֿיל זײ אָן פֿון אױבן ביז אַראָפּ, איך אַלײן זעץ זײ אױס, איך אַלײן דרוק זײ אָפּ…

זשאַרגאָן: און טאַקע ער אַלײן, מחילה, לײענט זײ…

אַחיאַסף: טאָמער װאָלט מען געבעטן די דינסטמױד, אַז בשעת מען רעדט מיט לשון־קודש זאָל זי שטומען?

לשון־קודש: (צו הצפֿירה) און װער ביסט דו?

הצפֿירה: איך בין אַ װאַרשעװער חבֿרה־מאַן, דאָס הײסט אַן אײראָפּעער, אַ װעלטלעכער מענטש, ניט קײן בטלן, ניט קײן מלמד, איך באַזיץ אַכט שפּראַכן…

זשאַרגאָן: ער רעדט, הײסט עס, פֿון פֿײַער און פֿון װאַסער און פֿונעם שלאָף און אױפֿן װוּנק און האַלבע װערטער און צו דער װאַנט און אונטער דער נאָז און אױפֿן רבין…

אַחיאַסף: אַ מױל! פּעך און שװעבל!

לשון־קודש: (באַװײַזט אױף הצופֿה און הזמן) און װער זענען יענע צװײ יונגע־לײַט? עפּעס ניט קענטלעכע, משמעות ניט קײן היגע?

הצופֿה: איר װילט װיסן באָבעניו, װער איך בין? טוט אַ קוק אױף הצפֿירה; דאָס בין איך ― ער מיט די בײנער: יענער גײט אַרױס אַלע טאָג, איך גײ אַרױס אַלע טאָג; יענער הײבט זיך אָן מיט אַ ה′ און מיט אַ צדיק, איך הײב זיך אָן מיט אַ ה′ און מיט אַ צדיק…

הזמן: און איך גײ אַרױס לעת־עתּה נאָר צװײ מאָל אין דער װאָך…

זשאַרגאָן: און איז צופֿרידן.

לשון־קודש: (באַװײַזט אױף פֿאָלקסצײַטונג און פֿרײַנד) און יענע צװײ?

פֿרײַנד: פּראָסטע ייִדן, בעלי־מלאָכות, לעבן פֿון אײגענער האָרעװאַניע און רעדן פּראָסט ייִדיש. איך בין דער ערשטער צװישן ייִדן, װאָס מען האָט מיר דערלױבט איך זאָל אַרױסגײן אַלע טאָג אין פּעטערבורג…

פֿאָלקסצײַטונג: און איך גײ נאָך לעת־עתּה ניט אַרױס אַלע טאָג, בסך־הכּל אײן מאָל אין װאָך, נאָר דערפֿאַר קאָסט איך אין גאַנצן פֿיר קאַרבױנעס אַ יאָר און שענק אַ פּרעמיע אַלע װערק פֿון שלום־עליכם אין 4 בענד פֿאַר אײן קערבל, דאָס הײסט צוזאַמען מיט אַלע װערק פֿון שלום־עליכם קאָסט איך פֿינף קאַרבן…

אַחיאַסף: איר האָט געהערט די מעשׂה מיטן אָקס? אַ מאָל איז געװען אַ ייִד אַן אָקסן־הענדלער. האָט זיך געטראָפֿן, ער איז פּלוצעם פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן. האָט ער מנדר געװען אַן אָקס אױף אָרעמע־לײַט. אַז גאָט האָט געהאָלפֿן ער איז געזונט געװאָרן, האָט ער זיך באַטראַכט, אַז אַװעקגעבן אַן אָקס איז אַן עבֿירה ― ער קאָסט אַ פֿופֿציקער. װאָס טוט מען? איז ער געפֿאַלן אױף אַן עצה: ער האָט אַרױסגעפֿירט אױפֿן מאַרק אַן אָקס מיט אַ האָן און האָט אַװעקגעשטעלט אַ מקח: פֿופֿציק קאַרבן פֿאַרן האָן, און פֿאַרן אָקס ניט מער װי פֿופֿציק קאָפּיקעס, נאָר בתּנאַי, אַז דעם אָקס אָן דעם האָן פֿאַרקױפֿט ער ניט…

זשאַרגאָן: אַ משל לעמעשקע.

אַחיאַסף: די דינסטמױד לאָזט גאָר אַ װאָרט ניט אַרױסרעדן! אַן עזות אַ ביסל!

המליץ: שבֿע דבֿרים בגולם.

הצפֿירה: חותפּע כּלפּי שמיה מהני.

הצופֿה: ענה כסיל כאולתו.

זשאַרגאָן: װאָס זאָגן זײ?

פֿאָלקסצײַטונג און פֿרײַנד: ְ מען שפּרעכט דיר אָפּ אַ גוט אױג, מען חזרט פּסוקים…

זשאַרגאָן: מען לופֿטערט הײסט דאָס די שפּראַך?

װאָסכאָד און בודושטשנאָסט: װענטילירוּיוט אימושטשעסטװאָ вентилируют имущество: לופֿטערן אײגנטום]…

אַחיאַסף: די צװײ בחורים האַלטן פֿון זשאַרגאָן אַן עולם ומלואו; װאָס זשאַרגאָן זאָגט, זעצן זײ באַלד איבער אױף זײער לשון.

לשון־קודש: (הילט זיך אײַן אין שװאַרצן שלײער, לאָזט זיך גײן מיט אַ זיפֿץ) זײַט געזונט, קינדערלעך, קריגט אײַך ניט, לעבט אין פֿרידן, און פֿאַרגעסט ניט אײַער אַלטע, אַלטע באָבע… (אַחיאַסף, תּושיה, לוח, השילוח, המליץ, הצפֿירה, הצופֿה, הזמן, לאָזן זיך זי באַגלײטן, זשאַרגאָן װױל אױך נאָכגײן, לאָזט מען ניט (אַװעק, דינסטמױד!) װאָסכאָד און בודושטשנאָסט גריסן איר פֿו! דער װײַטן).

יאַנואַר 1903

לצנות

מײַן לעזער

― הערט איר, כאַ־כאַ, האָבן מיר געלאַכט פֿון אײַערס אַ ביכל, װי אַזױ הײסט עס דאָרטן? מיר האָבן געלײענט, דאָס הײסט, ניט איך ― מײַן װײַב, װאָרעם װוּ האָב איך צײַט צו לײענען מעשׂיות, און נאָך זשאַרגאָן דערצו? דאָס הײסט, לײענען לײען איך, מײנט ניט אַז איך לײען ניט. די „בירזשעװיעбиржевые: בערזשע־צײַטונג“ לײען איך, און די „ניװאָ“. און נאָך דאָרטן בלעטער לײען איך. נאָר װאָס דען? מײַן װײַב האָט מיך געבעטן, טאָמער װעל איך אײַך זען זאָל איך אײַך זאָגן, איר זאָלט מוחל זײַן אונדז הײסן שיקן דאָס בלאַט מיט דער פּרעמיע. געלט װעט איר אַרײַנקומען, װעל איך אײַך נאָך דעם געבן. װי אַזױ הײסט עס, דאָס דאָזיקע בלאַט? מײַן װײַב האָט מיר אַפֿילו געזאָגט דעם נאָמען, נאָר איך האָב שױן פֿאַרגעסן. האָט איר כאָטש אַ סך אַבאָנענטן? עס דאַרף זײַן ניט קײן שלעכט געשעפֿט דאַרף דאָס זײַן? כאָטש אַפֿילו עס דאַרף זײַן דערבײַ הוצאָות, װאָרעם פֿאַרן שרײַבן װאָס איר שרײַבט צאָלט מען אײַך דאָך ― װאָס האָט איר דערפֿון? צאָלן זײ אײַך כאָטש װי עס געהער צו זײַן פֿאַר אײַערע טעלעפֿאָנען? איר װײסט, איך דאַרף אײַך זאָגן דעם אמת, פֿאַראַיאָרן בין איך געװען ניט צופֿרידן פֿון אײַך. װינציק האָט איר באַשריבן אונדזערע לײַט, זײער זײער װינציק! אַ מאָל פֿלעגט איר מער באַשרײַבן זײ, און הײַנט פֿאַלשעװעט איר. אַ פּנים, איר האָט מורא פֿאַר פּעטש? שעמט זיך ניט, זאָגט דעם אמת ― אַיאָ, איר האָט מורא פֿאַר פּעטש?… אַנומלט האָט מען מיר געזאָגט, אַז איר האָט מיך אױך אַרײַנגעשטעלט אין צעטל. האָב איך געזוכט און געזוכט און ניט געקאָנט געפֿינען. אײַער גליק, װאָס איך האָב ניט געפֿונען, װאָרעם װען איך געפֿין מיך דאָרטן בײַ אײַך אין אײַערן אַ טעלעפֿאָן, מעגט איר שױן זײַן זיכער… איר דאַרפֿט װיסן, אַז איך בין ניט גלײַך צו זײ, װי אַזױ רופֿט איר זײ דאָרטן? כאַ־כאַ, אױסגעצײכנט, װי איך בין אַ ייִד! איר װאָלט זײ געמעגט נאָך אַ מאָל, כ'לעבן, באַשרײַבן! איר זאָלט מיך פֿאָלגן, װאָלט איר זיך גענומען צו זײ גאָר איבער אַ נײַס! װאָס כאַפּט איר זיך אַזױ? איר האָט קײן צײַט ניט? שטײט אַ װײַלע, װעל איך אײַך געבן שטאָף, װעט איר האָבן אױף דרײַ טעלעפֿאָנען, כאַ־כאַ! מאַטעריאַל אַז איר דאַרפֿט, זאָלט איר קומען צו מיר! איך װעל אײַך אױסרעכענען אַ צעטל, הערט איר, װעט איר לעקן די