מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 27

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחס־מענדל פֿון יעהופֿעץ צו זנן װיַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

21

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו חחײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן, אַז מען זאָל תּמִיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ װיס זוגתי היקרה, אַז איך בין אין יעהופּעץ! דאָס הײסט, ניט אין יעהופּעץ גופֿא, נאָר בײַל יעהופּעץ, אױף יענער זײַט יעהופּעץ, איף דער סלאָבאָדקע, װאָס רעכנט זיך טשערניגאָװער גובערניע. װועסטו דאָך פֿרעגן מסתּמא: װאָס טו איך דאָ? ― צוליב בײליסן! אַלע שרײיבערס פֿון דער גאַנצער װעלט זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן אַהער צוליב בײליסן, און איך אױך בתוכם, און מען הערט דאָ מער ניט, נאָר בײליס און בײליס און בײליס ― אַ הצלחה פֿון אַ מענטשן! עס האָט זיך מיר אַפֿילן ניט געחולמט איך זאָל אױסװואַקסן פּלוצעם אין יעהופּעץ, איך װאָלט בעסער, גלײב מיר, געװאָלט זײַן איצט אין דער הײם, טאַקע בײַ אײַך אין כּתרילעװקע מײן איך, זיך זען מיט דיר, זוגתי היקרה, און מיט די קינדערלעך זאָלן געזונט זײַן, און מיט דער גאַנצער משפּחה ― אַזאַ צײַט ניט געזען זיך! נישט מער, איך בין אין דעם פּונקט אַזױ פֿיל שולדיק, װי בײליס איז שולדיק, װעסטו הערן אַ מעשׂה.

אַ האַלבע מינוט פֿאַר מײַן אָפּפֿאָרן פֿון װין פֿונעם קאָנגרעס, איך בין שױן געװען געפּאַקט צו דער נסיִעה, קומט מיר אָן אַ דעפּעש, אַ סטראָטשנע, פֿון דער רעדאַקציע::

;נעפּרעמענאָ סיו מינוטו פּאָיעזשײַטיע יעהופֿעץ דיעלאָ בײליס",

באַקומען אַזאַ באָמבע, בין איך געבליבן געפּלעפֿט: ערשטנס, װאָס קאָן מען מיך דאַרפֿן אין יעהופּעץ און װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט בײליסן? און צװײטנס, ױ קאָן איך מיך װײַזן אין יעהופּעץ ― װוּ האָב איך אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע? גײ איך און קלאַפּ אַװעק אַ דעפּעש אין דער רעדאַקציע, אױך אַ סטראָטשנע:

277

;סטראָטשיטיע נעמעדלענאָ. קאַקאָי נאַדאָבנאָסט קאַקאַיאַ פּראַװאָזשיטעלסטװף?*

קומט מיר אָן אַן ענטפֿער מיט אַ ירגזון ― מײַן רעדאַקטאָר איז אַ בײזער ייִד:

ענע בודטי מנחם־מענדל ― גע סספּראַשיװײַטיע גלופּאָסטי גאַװאָראָט יע" הופֿעץ טאַק יעהופֿעץ!ױ"

קאָן מען קײן חזיר ניט זײַן און מען דאַרף פֿאָרן קײן יעהופּעץ! אײַ, זוּ על איך נעמען אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע? מילא, אױך די אײגענע מעשׂה. ױ זאָגט די מאַמע דײַנע: װאָס ס'װעט זײַן מיט כּלײשׂראל, דאָס װעט זײַן מיט ר, ישׂראל.. און באמת, קאַרג ײַדן פֿאָרן טאָגיטעגלעך קײן יעהופּעץ אָן אַ סימן פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע ― אם"כּן, איז װאָס? שטאַרבן זײ דען? און כּדְ־הװה; געקומען בין איך קײן יעהופּעץ שױן פֿאַרנאַכטלעך. אין דרױסן איז געװען פֿינצטער־חושך, נאַס און קאַלט, און איך בין געװוען דװקא צופֿרידן װאָס ס'איז פֿינצטער. צו װאָס באַדאַרף איך מען זאָל מיך זען? ניט מחמת איך האָב מורא, װאָס האָב איך מורא? איך האָב עפּעס געגנבֿעט! צי געהרגעט אַ מענטשן? נאָר גלאַט אַזױ, איך האָב פֿײַנט צו האָבן צו טאָן מיט פּאָליציע ― איך נעם אַן איזואָזטשיק און גיב אַ זאָג:;,פּאַשאָל!* פֿרעגט מיך דער איזװאָזטשיק: ,קודאַ?* זאָג איך אים נאָך אַ מאָל: , פּאַשאָל 4* אַ גױיִשער קאָפּ ― מען זאָגט אים פּאַשאָל, איז אים װינציק!

הקיצור, איך פֿאָר און טראַכט מיר בעתימעשׂה: װאָס טוט מען? װוּהין פֿאַרפֿאָרט מען 1 מען װעט דאָך מיר געבן דעם װעג נאָך אײדער איך װעל שטעלן אַ פֿוס.. איך בין דאָך אַ מאָל געװען, ניט הײַנט געדאַכט, אַ היגער און װײס גוט דעם טעם פֿון גלות, פֿון טאָגן דאָרט, װוּ מען נעכטיקט ניט, פֿון ציטערן װי אַ גנבֿ, פֿון ליגן אין געהאַקטע װנדן אַ גאַנצע נאַכט אױף אַ בױדעם אָדער פֿרירן ױ אַ הונט אין קעלער, און פֿון נאָך אַזעלכע זיסע זאַכן, װאָס חבוט־הקבר איז אַ שפּילעכל אַקעגן דעם, און עס פֿאַלט מיר אײַן אַ געדאַנק: השיבנו נאַזאַד, דאָס הײסט טאָמער װאָלט איך פֿאַרקערעװעט דעם איזװאָזטשיק אױפֿן װאָקזאַל, גענומען אַ בילעט און מאַרש קײן כּתרילעװקע, און יום־טובֿ? טראַכט איך מיר צוריק: פּרנסה! אַז די רעדאַקציע הײסט ― איז קײן תּירוץ ניט, איך קאָן נאָך חלילה בלײַבן אָן אַ שטעל! שלעכט ― װאָס טוט מען? דערמאָן איך מיך + שאַ! איך האָב דאָך אַ גוטן פֿרײַנד, נאָר װאָס זיך באַקענט מיט אים אין ױן אױפֿן קאָנגרעס און געקושט זיך מיט אים! דאָס איז יענער לערער, דער בעל־לשון"

28

קודש, װאָס האָט מיט אײן האַנט שיִער־שיִער ניט אָפּגעקױלעט אונדזער זשאַרגאָן און װאָס איז געװאָרן מיט מיר דערנאָכדעם נפֿש־אַחת.:

זײַן אַדרעס איז בײַ מיר פֿאַרשריבן. ער זיצט ערגעץ אױפֿן פּאָדאָל, ניזשנע װאַל. ער איז אַ גוט מענטשל, טראַכט איך מיר, ער װעט מיר שטײן אין מײַנע נױטן, אײַ, ער איז גיט קײן איבעריקער גבֿיר?! אָן אַן אומגליק. אַדרבא, פֿון אַן אָרעמאַן קאָן מען גיכער האָבן אַ טובֿה אײדער פֿון אַ נגיד, ― איך זאָל האָבן די ברכות! און ניט לאַנג געטראַכט, רוף איך מיך אָן צו מײַן גױ:;פּאַשאָל נאַ פּאָדאָלי, ניזשנע װאֵל!*

דערהערט די װערטער פֿפּאָדאָל*" און ,ניזשנע װאַל, דרײט ער אױס צו מיר דעם קאָפּ, דער גי הײסט עס, ער טראַכט זיך, אַ פּנים, אױף מיר, אַז איך באַדאַרף זײַן אַ ײַד, ניט אַנדערש, װאָרעם אַלע ייִדן זיצן אױף פּאָדאָל… טראַכט איך מיר: װאָס אַרט מיך אַז דו טראַכסט? טראַכט צעזעצטערהײט! אַבי פֿון דײַן טראַכטן זאָל נאָר עפּעס ניט אַרױס קײן ערגערע זאַך… און איך כאַפּ אַ קוק אױף בײדע זײַטן ― קײן עין־הרע מענטשן אױף און אָפּ, און סאָלדאַטן, ברוךהשם, אָנגעװאָפֿנטע, רײַטנדיק אױף די פֿערד, װי בשעת ערבֿ פּאָגראָם, ניט הײַנט געדאַכט. איך בין שױן אין די זאַכן געניט און האָב אַ חוש־הריח… און עס װערט מיר קאַלאַמוטנע אױפֿן האַרצן און אױף דער נשמה אַ ביסל דאָסיק.. נאָר פֿון דעסטװעגן אַרױיסגעבן זיך פֿאַרן גױ װילט זיך מיר ניט, מאַך איך מיר דוקא האַרץ און רוף מיך אָן צו אים גאַנץ לעבעדיק:;אָהאָ, נעװוראָקע, מנאָגאָ נאַראָך 4" היפּשלעך מענטשן הײטט עס, בײַ אײַך קײן עין־הרע ניט!. דרײט ער אױס צו מיר דעם קאָפּ, דער גױ הײסט עס, טוט אַ קוק אױף מיר מיט אײן אײגל און לאָזט דאָס פֿערדל גײן פּאָװאָליע און מאַכט צו מיר:;אָצע װאַשעהאָ בראַטא סודיאַט* ― מען מישפּט אונדזער ברודער הײסט עס… טוט זיך מיר אַ ריס אָפּ אין האַרצן מסתּמא, נאָר איך מאַך מיך תּמעװאַטע: קקאַװאָ סודיאַט 7 ― װעמען הײסט עס מישפּט מען? רופֿט ער זיך אָן דער ערל: אַ בײליסאַ!* מאַך איך זיך װי איך װײס גאָר ניט פֿון קײן בײליס און קוק גאָר ניט אױף אים.;אַ זאַװישטשע"? ― פֿאַר װאָס, הײסט עס, מישפּט מען אים? ―;כיבאַ װין קאָני קראַדעט?* ― ער איז דען אַ פֿערד־גנבֿ, צִי װאָס?… ענטפֿערט ער ניט דער גיעץ גאָרניט, ער טוט אַ שמיץ דאָס פֿערדל און אַ קוק מיר אין די אױגן אַרײַן מיט אַזאַ כיטראָסט, אַז ס'װערט מיר פֿאַרקילט אינעװײניק. נאָר אַרױסבאַװײַזץ אים? ― אַ מכּה! נעם איך און טו אַ זאָג צו אים גרױסלעך, ױ אַ פּריץ:;פּאַשאָל פּאָדאָל, בודע נאַ װאָרקע!* ― ער זאָל פֿאָרן הײסט עס אַ ביסל גיכער, װעט ער

279

באַקומען דעם טרונק, דעם שלאַק זאָל ער באַקומען, װױ ער האָט דאָס מיך אָנגץשראָקן… אומזיסט און אומנישט!ייִ

בקיצור, איך בין געקומען צו פֿאָרן בשלום אױפֿן פּאָדאָל ניזשנע װאַל, זיך צעצאָלט מיטן איזװאָזטשיק פֿײַן און שײן און הײב מיך אָן אַרומזען, װוּ בין איך אין דער װעלט. פֿינצטער־חושך. קײן לאַמטערנעס ניטאָ, מען קאָן דאָ געהרגעט וערן און קײן האָן זאָל ניט קרײען. טאַפּ איך די װענט, קלעטער אױף גליטשיקע טרעפּ, ― קױם אָפּגעזוכט דאָס מקום־מנוחה פֿון מײַן פֿרײַנד דעם לערער דעם בעל־לשון־קודש! אמת, ניט אַזאַ געהױבענער פּאַלאַץ, בראָצקי, מאָל דיר, זיצט אַ סך שענער ― נאָר דערפֿאַר אָבער ער אַלין, מײַן פֿרײינד הײסט עס, אַז ער האָט מיך דערזען, איז װאָס זאָל איך דיר זאָגן ― גלײַך ױ ער װאָלט דערזען דעם טאַטן פֿון יענער־װעלט! ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן אַלע אַרבעט און זיך אַרומגעכאַפּט מיט מיר קושן, גלײַך װי מיר װאָלטן זיך שױן ניט געזען ימים ושנים! שלום־עליכם! עליכסישלום! ברוך'הבא אַ גאַסט! װאָס טוט איר דאָ? װאָס מאַכט אַ ייִד מנחם־מענדל? און איר װאָס מאַכט.. עט, מען מאַכט! אַז אָך און װײ, זאָגט ער, איז דאָס מאַכן! אַהין־אַהער, מען האָט זיך צערעדט, און דװקא אױף פּראָסט ייִדיש, אָן קונצן אָן אַ נעים זמירות.. פֿרעג איך אים דאָך מסתּמא: װי קומט עס, װאָס ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס לשון־קודש? טוט ער אַ מאַך מיט דער האַנט;

;עט, װעמען ליגט עס אין זינען? איצט איז ניטאָ, זאָגט ער, בײַ אונדז קײן זאַך, איצט איז בײליס, נאָר בײליס 4"

בקיצור, איך בין פֿון אים געװױר געװאָרן מעשׂיות מיט מעשׂיות, און אַלץ װעגן אים, װעגן בײליסן הײסט עס, אַזעלכע מעשׂיות, אַז די האָר שטעלן זיך קאַפּױער! און מיר הערן ניט אױף צו שמועסן און מיר חזרן איבער אַלע פּראָצעסן װאָס זענען געװען מיט די עלילת־דם, װאָס ביז אַהער, און מיר פֿרעגן אײנס דאָס אַנדערע: געװאַלד, װײ געשריגן! היתּכן? הישמע? װוּ זענען מיר? אין װאָסערע צײַטן לעבן מיר? דערװײל די צײַט שטײט ניט, עס איז שױן פּאָװאָלינקע רעכט נאַכט, אָנגעגעסן זיך מיט צרות האָבן מיר גענוג. מ'קאָן, זאָגט ער, די נשמה ניט אױסשפּײַען, מען באַדאַרף עפּעס נעמען, זאָגט ער, אין מױל אַרײַן, גײט, רב מנחם־מענדל, װאַשט זיך. און מיר האָבן זיך גאַנץ פֿײַן געװאַשן, אַװועקגעזעצט זיך און איבערגעביסן ― עפּעס ניט אַזאַ געהױבענע סעודה, בי בראָצקין, מאָל דיר, עסט מען בעסער, ― און מ'האָט װידער גענומען שמועסן און טאַקע װױדער אַ מאָל בײליס און אָבער אַ מאָל עלילתידם ― עס

280

דרײט זיך שױן דער קאָפּ, עס שװינדלט שױן אין די אױגן. מ'דאַרף, זאָגט ער, אַ טראַכט טאָן, רב מנחם־מענדל, װעגן שלאָפֿן, ױ מײנט איר? זאָג איך: ,מאַכטײסע?. נאָר ס'איז גוֹט צו זאָגן שלאָפֿן, אַז ס'איז דאָ װוּ. און בסך־הכּל פֿאַרמאָגט ער, מײַן פֿרײַנד הײסט עס, זײַן אײגנס אײן סאָפֿקע מיט אײן קישעלע. גײט ער און טרעט מיר אָפּ די סאָפֿקע מיטן קישעלע און מאַכט צו מיר; ;אָט האָט איר, זאָגט ער, אַ סאָפֿקע, טוט זיך אױסעט, רב מנחם־מענדל, לײגט אײַך צו אַ ביסל", זאָג איך: ,נו, און איר?5 זאָגט ער:;עט, פֿאַר מיר זאָלט איר זיך ניט זאָרגן, איך װעל שױן, זאָגט ער, װי־סע־ניט־איז..* זאָג איך: קנײן, אױף דער סאָפֿקע לײגט איר זיך און איך װעל שױן, זאָג איך, װי־סע־ניט־איז.." הקיצור, ער ― מיר, איך ― אים, סאָפֿקע אַהער, סאָפֿקע אַהין ― מיר דערהערן אין דער צװײטער שטוב אַ גערױש, דער גערױש איז מיר באַקאַנט, ער שמעקט מיט המוצאי־מנוחה. איך בין אין זי זאַכן ברוך'השם געניט, איך האָב אַ גוטן חוש־השמיעה… און איך מאַך צו אים:;מיר דאַכט, אַז ס'איז אַן אָבלאַװע?" זאָגט ער:;מיר דאַכט אױך אַזױ.," זאָג איך:;װאָס טוט מען? מען דאַרף זיך באַהאַלטן /* זאָגט ער: ,איך מײן אױך אַזױ?. און אַלײן איז ער טױט, ױ אַלע טױטע, און רעדן רעדן מיר שטיל, מען זאָל ניט דערהערן. /,װּ, זאָג איך, קאָן מען זיך באַהאַלטן 1* זאָגט ער:;אין דעם איז קײן מניעה ניט. ס'איז דאָ, זאָגט ער, בײַ מיר, דאַנקען גאָט, װוּ, ס'איז דאָ, זאָגט ער, אַ בױדעם, ס'איז דאָ אַ קעלער. וװוּ װילט איר בעסער?* זאָג איך: ,מיר איז אַלץ אײנס, אַבי, זאָג איך, ניט שפּאַצירן ערבֿ יום־טובֿ מיטן עטאַפּ קײן כּתרילעװקע, חס־ושלום..* ― ,װײסט איר װאָס, זאָגט ער, למאַי זאָלן מיר ריזיקירן בײדע אױף אײן אָרט? אַמער, זאָגט ער, לאָמיר טאָן, זאָגט ער, ױ אין פּסוק שטײט בײַ יעקבֿ אָבֿינו: והיה יבוא אַל המחנה האחת והכהו, והיה המחנה הנשאר לפּליטה ― טאָמער, זאָגט ער, װעט מען כאַפּן אײנעם פֿון אונדז אױפֿן בױדעם, װעט כאָטש בלײײבן דער צװײטער, װאָס אין קעלער. אָדער פֿאַרקערט, זאָגט ער, טאָמער פּאַקט מען אײנעם אין קעלער, װעט בלײַבן דער װאָס אױפֿן בױדעם. ױ געפֿעלט אײַך, זאָגט ער, דער דאָזיקער געדאַנק?" ―;אַ געדאַנק, זאָג איך איז דאָס זײער אַ װױלער, נאָר מען דאַרף, זאָג איך, זען װאָס גיכער, ױ זאָגט איר אױף לשון" קודש, מוציא מן הכּוח אַל הפּועל זײַן"..

הקיצור, מיר האָבן זיך אָפּגעװאַלגערט אַ נאַכט אין שרעק און אין פּחדים, ס'זאָל זיך שױן אַזאַ נאַכט ניט אומקערן! ― קױם דערלעבט טאָג, און אַז ס'איז געװאָרן טאָג, כאַפּ איך דאָס פּעקל און װיל גײן, לאָזט ער מיך ניט, מײַן פֿרײַנד

281

הײסט עס, און מאַכט צו מיר אױף לשן"־קודש:;איש הירא ורך הלבב", װאָס כאַפּט איר זיך אַזױ? גלײבט מיר, זאָגט ער, ס'איז בלאָטע. אָט זיץ איך שױן דאָ באַלד אַ האַלב יאָר, זאָגט ער, איז בסך חכּל געװען מער ניט אַז אַזעלכע דרײי־פֿיר אָבלאַװעס אױף דער דאָזיקער גאַס. גלײבט מיר, זאָגט ער, ס'איז גאָר ניט אַזױ דער הצעקתה, ױ מיר אַלײן מאַכן דעם גװאַלד. סאיז נאָר שלעכט, זאָגט ער, בעת אַן אָבלאַװע, בײַ נאַכט, מען איז אָנגעשראָקן, מײנט מען מי יודע װאָס, אין דער פֿרי אָבער, אַז מען לעבט איבער בשלום, איז חוזק מיט חוזק!.. אַזױ רעדט ער איבער מיר, מײַן פֿרײַנד הײסט עס, עֶר װיל מיך מפֿתה זײַן, איך אָבער לאָז מיך ניט. איך האָב מיך אַװועקגעשטעלט שטאָל און אײַזן און געזאָגט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, ער זאָל מיר אָנשיטן אַ שטוב מיט גאָלד, זאָג איך, נעכטיק איך ניט בײַ אים ניט! הקיצור, מיר האָבן זיך אָפּגעזעגנט און איך האָב מיך אַװעקגעלאָזט תּיכּף־ומיד אױף דער סלאָבאָדקע, װאָס רעכנט זיך צו טשערניגאָװער גובערניע, און אין טשערניגאָװער גובערניע מעגן ייִדן פֿראַנק און פֿרײַ זיצן אומעטום, אַחוץ די דערפֿער, און איך האָב מיר אָפּגעדונגען אַ קװאַרטיר מיט עסן און האָב מיך אַװעקגעזעצט דיר שרײַבן אַ בריװ, און באַלד װי איך ענדיק דעם בריו, אַזױ לאָז איך מיך אַװעק אין שטאָט, אין יעהופֿעץ הײסט עס, ― בײַ טאָג מעגסטו דאָרט זײַן װיפֿל דו װילסט ― און רעכן קודם־כּל זיך באַגעגענען ערגעץ מיט די לײַט פֿון דער רעדאַקציע. זײ זענען דאָרט אַלע, כּמעט די גאַנצע רעדאַקציע איז אין יעהופּעץ. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, אַלע זײַנען דאָ פֿאַרנומען מיט בײליסן און איך אױך בתוכם, מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג מער באַריכות, לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט מזל־ברכה, מיט גליק און הצלחה. זי געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך, הי: ממני בעלך מנחם ימ ענדל

282

מנחסימענדל פֿון יעהופֿעץצ צו זײַן װײַב שײנעישײנדל אין כפֿתרילעװקע

29

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן, מען זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז איך בין שױן אַ װאַסילקאָװער. װעסטו דאָך פֿרעגן, װאָס איז מיר געפֿעלן װאַסילקאָו? דאַרף איך דיר זאָגן, אַז שטאַרק בענקען האָב איך נאָך דעם ניט געבענקט, נאָר אַז מען האָט קײן אַנדער ברירה ניט, איז װי דײַן מאַמע זאָגט: אַז מען קען ניט אַריבער מח מען אַרונטער.. הער אַן אַנטיק, װאָס מיט אַ מענטשן קאָן זיך טרעפֿן! דאַכט זיך גאַנץ גענוג געװען די פּחדים, װאָס איך בין אױיסגעשטאַנען אין יעהופּעץ די ערשטע נאַכט בי מײַן גוטן פֿרײַנד דעם בעל־לשון־קודש נאָך דער אָבלאַװע, װאָס איז געװען אױף פּאַראָל, האָב איך געמײנט, אַז װי באַלד איך בין שױן אױף דער סלאָבאָדקע, און סלאָבאָדקע איז דאָך טשערניגאָװער גובערניע, איז אַן עק, בין איך פּטור פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע און פֿון אָבלאַװעס און פֿון שלעק און פֿון צרות און װעל מיר קאָנען אַרומדרײען זיך אַ גאַנצן טאָג אין יעהופֿעץ און בײי נאַכט בין איך מיר אַ סלאָבאָדקער ― און רופֿט מיך קנאַקניסל. װאָס טוט גאָט? זאָגט ער נײן! מען טאָר ניט זײַן קײן חכם! אַז ס'איז באַשערט געװען דעם נבֿיא יונהן צרות, האָט עס אים געטראָפֿן אין מיטן ים אױפֿן שיף. אַזױ איז געװען מיט מיר אױך. שטעל דיר פֿאָר, אַז איך האָב אַפֿילו קײן אײן נאַכט ניט איבערגענעכטיקט אױף דער סלאָבאָדקע, ניט קײן צײַט געהאַט אַפֿילן אַרומקוקן זיך װװּ איך בין אין דער װעלט ― אַהאַ, ס'איז שױן אַ פּאָגראָם! דאָס הײסט ניט קײן פּאָגראָם, צו אַ פּאָגראָם האָט מען ניט דערלאָזט, נאָר ס'איז געװען כּמו װי אַ פּאָגראָם. דהײַנו, עס האָבן זיך אָנגעשיכּורט עטלעכע חבֿרה־לײַט, און דװקא סטודענטלעך, זאָגט מען און דװקא אין יעהופּעץ, און מען איז געקומען צו אונדז אױף דער סלאָבאָדקע און מען האָט גענומען סטראַשן די סלאָבאָדקער ייִדן ― אַזױ און אַזױ! איער בײליס! מיר װעלן אײַך באַװײַז! און מען האָט זיך שױן געגעבן אַ לאָז צו די

283