מנחם־מענדל [2]

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װיב שײנע"שײנדל אין כּתרילעװקע

16

לזוגתי היקרה החכמה והצנועה שײנע־שײנדל שתחי!:

רא שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן זוגתי היקרה, אַז דער טערק, אַחוֹץ װאָס ער האָט זיך אַליײן אומגליקלעך געמאַכט, האָט ער מיר נאָך צעשלאָגן אַלע מײַנע גאָלי דענע פּלאַנען. ער האָט ניט באַדאַרפֿט לאָזן זיך איבעררעדן פֿון די יונגע־לײַט און ניט קריכן אַזױ גיך קײן אַדרינאָפּאָל און קײן קירקילעס און אין די איבעריקע ערטער, פֿון װאַנען מען האָט אים ניט לאַנג אַרױסגערײכערט, ניט געלאָזט אַפֿילו, װױ מען זאָגט, דעם אָרט זיך אָפּקילן. ער האָט דאָס ניט באַדאַרפֿט, װאָרעם הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן ― עס װעט אים גלאַט ניט אָפּלױפֿן, אין די הױכע פֿענצטער זיצט מען שױן און מען טראַכט און מען עצהט זיך און מען זוכט אַ מבוא, ױ אַרום מען זאָל אים אױף אַ לײַטישן אופֿן אָפּציִען און פֿאַרי טרײַבן צוריק אין זײַן אַלטער הײם?..:

אמת, שטאַרק פֿאַראיבל האָבן אױף אים קאָן מען אױך ניט. דער יצר־הרע פֿון נקמה איז גרױס. אַז מ'זעט דײַן האָב־און־גוטס װאַלגערט זיך, װױײ נאָך אַ פּאָגראָם, אין אַלע גאַסן, הפֿקר, און פֿרעמדע טײלן זיך דערמיט… און דאָ האָט גאָט געהאָלפֿן, די פּאָגראָמשטשיקעס אַלײן האָבן זיך צעאַמפּערט, ניט געקאָנט אײַנטײלן זיך, האָבן זײ זיך צעהרגעט און צעיאָשעט אײנס דאָס אַנדערע ― װען נאָך קאָן זײַן אַזאַ שעת־הכּושר. ױ זאָגט די מאַמע דײַנע: אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל.. טאָר מען אָבער ניט פֿאַרגעסן, אַז כאָטש דער שׂונא איו אַ צעקלאַפּטער, שטײען הינטער זײַנע פֿלײצעס שטיגוטערעס, אַזעלכע גרױסע בערן, װי די ענגלענדער למשל מיט די קעסטלדיקע הױזן, אָדער דער דײַטש מיט די געזונטע פּיסקעס, װאָס זײ לױנט זיך ניט בשום־אופֿן, אַז דער צעפּאָני ראַמעװעטער טערק זאָל אױפּשטײן תּחית־המתים, אָפּנעמען צוריק אַלצדינג און זיך שטעלן אױף די פֿיס אַזױ אַז ער זאָל טאַקע קאָנען זאָגן נאָכדעם חדש ימינו

182

כקדם. פֿאַר װאָס זײ לױנט זיך ניט? איז אַ פּשוטער שׂכל, נאַרעלע. איך על עס דיר מסביר זײַן מיט אַ משל;

אַ שטײגער מ'האָט אַן אַלטן פֿעטער אַן עושר, װאָס מ'קוקט אַרױס אױף זײַן ירושה און גאָט העלפֿט ער איז קראַנק, איז דאָ אַ האָפֿענונג, ער װעט צומאַכן אַן אױג, װעט מען אים באַװײנען, ניט זשאַלעװען קײן טרער, אָפּהײיבן טאָן זײַן רעכט, אָפּפֿירן אױפֿן הײיליקן אָרט, דינגען תּלמוד־תּורה־ײַנגלעך זײ זאָלן זינגען נאָך דער מיטה;צדק לפֿניו יהלך", צעטײלן אָרעמע־לײַט אַ ביסל קלײנגעלט, פֿאַרנעמען פֿאַר זײַנעט װעגן אַ פֿײַנע קרקע, באַלײגן אים צװישן די שענסטע בעלי־בתּים, הײסן דעם רב ער זאָל זאָגן עפֿעס אַ רעכטן הספּד,

אָנהײבן מיט אַ פֿעפֿעריקן פּסוק און אױסלאָזן מיט אַ גװאַלדעריש:;גי זשע, פֿעטערל, גײ און שלאָג דיר דורך אַ װעג גלײַך אין גך־עדן אַרײַן ― דאָרט איז דײַן אָרט ― יתגדל ױתקדש".. און אַז מװועט קומען אַהײם, װעט מען אַראָפּװאַרפֿן די שטיװל, זיך אַװעקזעצן שיבֿעה, די װײַבער װעלן קאָכן גליטשיקע לאָקשן צו דער סעודה:הבראה, און בעלי־בתּים שכנים װעלן קומען מנחם'אָבֿל זײַן אָן אַ גוט־מאָרגן, װי דער שטײגער איז, װעלן זיצן אַ קורצע װײַלע, זיך אױפֿהײבן און אַװעקגײן אָן אַ זײ־געזונט, עפּעס אַ מורקע טאָן אונטער דער נאָז: ;ציון ױרושלים"… דעמאָלט װעט מען צושליסן די טיר, אַראָפּלאָזן די פֿאָרהענגלעך, אַרױסנעמען די צװאָה און זיך אַ נעם טאָן צו דער חלוקה.. שטעל דיר אָבער פֿאָר, זוגתי היקרה, דאָס אײגענע צוריק, דאָס הײסט, אַז דער קראַנ" קער פֿעטער הײבט גאָר אָן װערן געזונט, בעט גאָר ברױט מיט פּוטער, פֿלױמעןצימעס און נאָך אַזעלכע זאַכן און הײסט זיך געבן אַ שפּיגעלע ― ער ול אַ קוק טאָן אױף דער צונג, װערט באַרעדעװדיק און הײבט שױן גאָר אָן זאָגן װערטלעך אױך ― קאָנסטו זיך מעלדן װי עס װערט קאַלעמוטנע אױפֿן האַרצן די מקורבֿים נעבעך? זײ שמײכלען טאַקע אַפֿילו, כּלומרשט זײער צופֿרידן װאָס דעם פֿעטער איז דאַנקען גאָט בעסער, נאָר װאָס זײ װינטשן אים אין האַרצן, מעג עס פֿאַלן אין ים אַרײַן 4

דאָס איז דיר דער משל. און דעם נימשל, רעכן איך, פֿאַרשטײסטו אַלײן.. צעקײַען דאָס און אַרײַנלײגן דיר אין מױל אַרײַן באַדאַרף מען ניט.. נישט מער, אײן זאַך,. דו װעסט פֿרעגן: װוּ איז יושר? װו איז גאָט? פֿאַר װאָס זאָל דער אָרעמער טערק טאַקע ניט אָפּנעמען צוריק זײַן צעראַבעװעט פֿאַרמעגן? װעמען אַרט עס?,.. דאָס אײגענע האָב איך אױך געפֿרעגט, נאַרעלע, אָבער נאָר די ערשטע צײַט. דו זאָלסט זײַן דאָ אױף מײַן אָרט און לײענען אַלצדינג װאָס

183

איך לײען זיך אָן אין דער רעדאַקציע, די דעפּעשן מיט די בריװלעך פֿון דער גאָרער װעלט, די ליגנס װאָס פֿליִען, די שקרים וכזבים װאָס מען טראַכט אױס און מען לײקנט זײ באַלד אָפּ, די הינטערפֿיסלעך װאָס מ'שטעלט אײנס דאָס אַנדערע און טאַקע דאָס בלוט װאָס גיסט זיך פֿראַנק און פֿרײַ אױף אַלע גאַסן װאָלסטו אױך אױפֿגעהערט פֿרעגן קשיות, אַזױ װױ איך האָב אױפֿגעהערט צו פֿרעגן. ניט נאָר קשיות פֿרעגן ― איך קאָן שױן ניט לײַדן אַפֿילו, אַז יענער פֿרעגט מיך, און מהאי טעמא האָב איך טאַקע אױפֿגעהערט אַרײַנצוגײן צו כאַסקל קאָטיק אין דער קאַװיאַרניע אַרײַן, ער זאָל מיך לאָזן צו רו און אױפֿי הערן האָבן טענות צו מיר, למאַי שװײַגט מען און למאַי דערלאָזט מען אַז די באַלקאַנער זאָלן זיך אײנס דאָס אַנדערע אױסקױלען װי די אָקסן! מילא, אַז די ,האַלבע לבֿנה" ― דאָס מײנט ער דעם טערק ― גײט אױף די סלאַװיאַנער, דאָס, זאָגט ער, פֿאַרשטײט ער נאָך. אָבער ױ דערלאָזן דאָס אײַערע סלאַװיאַנער גדולים, טענהט ער צו מיר, אַז זײערע אײגענע ברידערלעך, טאַקע די סלאַװיאָ" נער גופֿא זאָלן זיך פֿאַרטיליקן, זאָגט ער, אײנס דאָס אַנדערע? מילא פֿון יושר, זאָגט ער, רעדט ער שױן ניט. ער ױל נאָר אײן זאַך ― איך זאָל אים זאָגן װוּ איז דער שׂכל? און דער דאָזיקער ייִד, דאַרפֿסטו ױסן, אַז ער נאַסיאַדעט זיך, קאָן מען פֿון אים אַזױ גיך ניט פּטור וװוערן אָט האָט ער זיך נאַסיאַדעט אױף מיר מיט דער ייִדישער קאַװיאַרניע, װאָס איך װיל עפֿענען אױף אַקציעס, איך זאָל נעמען זײַן ,אוסטאַװ", װאָס ער האָט אױיסגעאַרבעט פֿון מײַנעט װעגף אַלצדינג באַדאַרף, זאָגט ער, האָבן אַן אוסטאַװ אַן אוטװוערדעװעטן פֿון קאַזנאַ װאָס דאַרפֿסטו מער? אַפֿילו פֿאַר מײַן בוך לטובֿת העמיגראַנטן האָט ער אױך, זאָגט ער, אױסגעאַרבעט אַן ,אוסטאַװ" ― אַ ייִד האָט זיך פֿאַרליבט אין;אוס" טאַװן"… דערװײַל קאָן איך דיר שרײַבן, זוגתי היקרה, פֿון מײַן בוך, אַז ער איז מרעיש־עולם! דאָס הײסט, ניט דער בוך גופֿא, קײן בוך איז נאָך ניטאָ, נאָר דער;לכה דודי", װאָס איך האָב געלאָזט דרוקן, האָט אױפֿגעװעקט די גאַנצע װעלט און איך באַקום הונדערטער בריװלעך פֿון אַלע אַרבע פּינות עולם. דער פֿרעגט זיך נאָך װען װעט שױן אַרױס דאָס בוך? דער אַנדערער פֿרעגט, צי דער גאַנצער בוך װעט זײַן געדרוקט אין גראַמען אױפֿן שניט פֿונעם קלכה דודי"! נאָך אײנער פֿרעגט, װױ לױינט זיך מיר געבן אומזיסט אַ בוך גאָר אָן אַ פּרוטה! און נאָך אײנער פֿרעגט גאָר אַזאַ מין קשיא, װי באַלד אַז איך גיב דאָס בוך אומזיסט, צו װאָס זשע טרעבעװע איך אַ מאַרקע? ממהינפֿשך, אַז אומזיסט איז אומזיסט… אַ גײַציקע אומה אונדזערע ייִדן זאָג איך דיר! צו אָפּענטפֿערן יעדן

184

אײנציקן באַדאַרף מען האָבן בראָצקיס פֿאַרמעגן אױף מאַרקעס אַלײן! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן נאָך מער באַריכות. לעת־עתה לאָז גאָט געבן מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שױגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. ממני בעלך מנחם־מ ענדל צעיקרי־שכחתי: דאָס װאָס דו עסט זיך אָפּ דאָס האַרץ, זוגתי היקרה, װאָס דער מחבר פֿונעם קלכה דודי* האָט אַרײַנגעשטעלט אין זײַנע גראַמען דײַן מאַמע, איז אַזױ געװען די מעשׂה: ער האָט געהאַט תּחילת אַװעקגעשטעלט אַזױ: ;איר דאַרפֿט געדענקען אים מסתּמא ― ער האָט אַ װוײַב, איז זי אַ דאַמע.. האָב איך ניט דערלאָזט, װײַל איך האָב געװוסט, אַז דו האָסט פֿײַנט;דאַמעס".. האָט ער שױן געמוזט אַװעקשטעלן די;מאַמע", װאָרעם ער האָט ניט געהאַט קײן אַנדער גראַם צום װאָרט;מסתּמא". על כּן באַדאַרפֿסטו אױף אים קין פֿאַראיבל ניט האָבן. ער איז דאָך ניט מער ױ אַ גראַמען־מאַכער, און די גראַמען־מאַכערס האָבן אין זיך אַ טבֿע, אַז צוליב אַ גראַם װעלן זײ דיר אַװעקגעבן דעם טאַטן מיט דער מאַמען. קײן סך ראַיות דאַרף מען ניט. אָט האָסטו, למשל, פֿאַראַן בי אונדז אײנער אַ גרױסער גראַמזאָגער, גאָר גאָר אַ גרױסער, ער מאַכט לידער אױף רוסיש און אױף ייִדיש שױן פֿון כּמה וכּמה יאָרן.. פּלוצעם איז אים אָנגעקומען אַ משוגעת זיך אױיסלאַכן פֿון אונדזער ייִדיש לשון, מאַכן דאָס אױסצודרײען, אָנגערופֿן עס מיט כּלערלײ צונעמענישן, אױסגעשאָלטן זיך גאַנץ פֿײַן אױף יוניש און אױיסגעלאָזט האָט ער מיט אַזאַ מין גראַם; ;זשאַרגאָן ― אױך מיר אַ לשון! אױך מיר אַ משׂאימתּן! אַ פּאָר אַלטע קאַלאָשן ― אַ רוח אין זײַן טאַטן"!. װײ"װײ װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן נאָך דעם בײַ אונדז אױף די גאַזעטן! װיפֿל טינט עס איז פֿאַרגאָסן געװאָרן! יונגע לײַט זענען אַרױס מיט פֿײַערדיקע פּראָטעסטן:;סטײַטש, אַזאַ רציחה! אַ ייִד שרײַבט אַלײן אױף זשאַרגאָן אַזױ פֿיל יאָרן ― און נאָך אַזױ שײן געשריבן! ― נעמט ער פּלוצעם און באַשפּײַט אים און פֿאַרגלײַכט אים צו אַ פּאָר אַלטע קאַלאָשן און שעלט אים אין טאַטן!7.. ייִנגלעך ― נאַראָנים! זײ װײסן ניט דעם טעם, װאָס הײסט בײַ אַ גראַמזאָגער אױסברענגען אַ גראַם!.

185