מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 12

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחטימענדל אין װאַרשע

12

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ער" גער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז דײַן גראַמזאָגער, װאָס דו לעקסט אַזױ פֿון אים די פֿינגער, װאָלט געמעגט אײַננעמען אַ מיתה־משונה אײדער דו האָסט זיך מיט אים באַקענט, אָדער אַ האַלבע שעה נאָך דעם, װאָלט ער ניט געמאַכט ― מאַכן זאָלן זיך אים צען מכּות ― צו שאַנד און צו שפּאָט ניט מיך, ניט די מאַמע מײנע, זײַן זאָל ער דיר די כּפּרה פֿאַר די בענדלעך פֿון אונדזערע אַלטע שיך, װאָס װאַלגערן זיך אױפֿן בױדעם. אַ סימן שרײַבט ער אױף מנחם" מענדלען, אָפּדאַרן זאָל אים דאָרט דאָס רעכטע האַנטל, אַז ער, מנחם־מענדל הײסט עס, האָט אַ װײַב און זי אַ מאַמע. האָסט דו געהערט אַ ביסל אַ השׂגה פֿון אַ משומד? איך װײס ניט, װאָס פֿאַרגינט ער דיר ניט אָט דער גנבֿ ― דאָס װאָס דו האָסט אַ װײַב? צי דאָס װאָס דײַן װײַב האָט אַ מאַמע? האָבן זאָל ער דיר קדחת מיט רביעית אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר, רבונודשליעולם! און װאָס װאָלט אים שױן געװען אַזױ גוט, װאָלט איך װעלן װיסן, אַז דו זאָלסט חלילה ניט האָבן קײן װײַב און איך קײן מאַמע, ניט האָבן זאָל ער דיר די נשמה? און גלאַט װאָס האָט ער צו מיר און צו מײַן מאַמע, ער זאָל אונדז נעמען און אַרײַנשטעלן אונדז אין זײַנע גראַמען, שטעלן זאָל זיך אים דער קאָפּ אױף אַ זײַט? ס'זאָל אים אַזעלכעס פֿאַרגײן, אַז ס'זאָל זיך אים ניט גלוסטן מער צו גראַמען, װײַל ער װעט לעבן! און דיר װאָלט אױך געמעגט גאָט געבן אַנדערע געדאַנקען מיט אַנדערע השׂגות, ניט אין זינען האָבן דער רוח ױיסט װאָס, ניט שליסן חבֿרשאַפֿט דער רוח ױיסט מיט װעמען ― מיט בדחנים, גראַמזאָגערס, לידער־מאַכערס, קאָמעדיאַנטשיקעס און כדומה אַזעלכע פֿאַרשלעפּטע קרענק, ױ זאָגט די מאַמע: בײַ גאָט איז פֿאַראַן גענוג שלימזלען און צו דײַן מאַן באַדאַרף עס טרעפֿן. זי איז זײער גערעכט. ניט גענוג, אַז אָך און װײ איז מיר, אַז איך, שײנע־שײנדל, באַדאַרף האָבן אַ מאַן, װאָס זיצט אין װאַרשע און פֿאַרנעמט זיך מיט שרײַיבעכץ, האַנדלט מיטן טערק און

178

מיטן טאָטער, װאָס איז? צוליבן שטיקל ברױט, מישטײנס געזאָגט? װי זאָגט די מאַמע: ניטאָ קײן מיאוסע פּרנסה, באַדאַרף איך נאָך האָבן אַז דו זאָלסט זיך דאָרט סקאָמפּאַניען מיט גראַמזאָגערס, מיט לידער־מאַכערס און מיט אַקטיאָרשטשיקעס, װאָס פֿאָרן אַרום איבער דער ועלט און נאַרן אױס געלט. טאַקע אַ שײנדעלע כ'לעבן! געװען בײַ אונדז דעם זומער די דאָזיקע פֿײַנע מענטשלעף אַ גאַנצע כאַליאַסטרע, אָפּגעדונגען בײַ פֿײַװל מעזשעבינסקי די קאַמער און דאָרט געמאַכט קאָמעדיעס, און געשטאַנען זענען זײ בײַי דער יאָדערקע גע" װײנטלעך, אָנגעפֿרעסן זיך מיט בולקעס און אָנגעזשליאָקעט זיך מיט טי און מיט ביר און זענען אַװעקגעפֿאָרן און ניט באַצאָלט ― אַ מיצװה אױף איר! האָט זי ניט געזאָלט אַרומלױפֿן איבער דער שטאָט און פּױקן מיטן צינגל און דערצײלן איטלעכן באַזונדער פֿון זײ װונדײרים, ױ זײ זינגען און ױ זײ טאַנצן און ױ זײ שפּילן און װױ זײ מאַכן אָנשטעלן. ― איז קאַרג? האָט זי נאָך גענו" מען אײַנרעדן יעדן אײנציקן, און מיר אױך, מיט איר הײזעריקן קולכל און מיט אירע דינע ליפּעלעך, אַז ס'איז אַ רחמנות אױף זײ, זײ האָבן נעבעך ניט װאָס צו עסן, די אַקטיאָרשטשיקעס הײסט עס, איבער דעם װאָס אין די גרױסע שטעט לאָזט מען זײ ניט שפּילן, די פּאָליציע הײסט עס, מוזן זײ נעבעך אַרומשלעפּן זיך איבער די קלײנע שטעטלעך און װײַזן זײערע קונצן. אײַי, װוּ שטײט עס, אַז זי דאַרפֿן לעבן פֿון קונצן? קאַרג ייִדן פֿאַראַן אױף דער װעלט, װאָס האָבן ניט װאָס צו טאָן און שטאַרבן פֿון הונגער? זאָגט אָבער די מאַמע מײַנע ― זי באַדאַרף דיר פֿאַר אַלעמען זײַן אַ מליץײושרטע: ס'שטײט געשריבן זאָגט זי אַז גאָט טײלט אױס איטלעכן באַזונדער זײַן פֿרנסה ― סײַ דעם מענטשן אױף דער ערד, סײַ דער חיה אין װאַלד, סײַ דעם פֿױגל אתטערן הימ?..

פֿון דעסטװעגן זאָג איך דיר, בעלי היקר, אַז איך װאָלט בעסער געשטאָרבן פֿון הונגער דרײַ מאָל אין טאָג, אָדער איך װאָלט שױן גיכער געבליבן אַן אַלמנה, אײדער איך זאָל דיך זען חלילה אין אַזאַ פֿרנסה! עס האָט מיר פּשוט געפֿלאַמט דאָס פּנים, אַז איך האָב געזען װי ייִדן, מאַנען פֿון װײַבער און טאַטעס פֿון קינדער, טוען זיך איבער, קלעפּן אָן אױף זיך קלאָטשע און פֿאַרשטעלן זיף דער רוח ױיסט פֿאַר װעמען און שפּילן דער שװאַרץײאָר װײסט װאָס, טאַנצן און פּליעסקען הונגעריקערהײט, קרימען זיך און מאַכן נאָך אַ ייִדן, מאַכן זאָל זיך זײ אַ מכֹּה! אײן שטיקל זכות האָבן זײ ― די לידלעך. די לידלעך װאָס זי זינגען זענען מחיה־נפֿשות, זײ צעגײען זיך טאַקע אין אַלע אבֿרים! אײן לידל האָבן זײ געזונגען מיטן ניגון, װאָס דער חזן זינגט אין שול סוכּות צו דער

179

אַנדערער שמונה־עשׂרה. דאָס לידל הײסט: קאױ ― מיר איז גוט! אױ ― מיר איז פּשעיעמנע!*… אַלע זינגען דאָס איצט אין כּתרילעװקע פֿון קלײן ביז גרױס. װער דאָס לידל האָט געמאַכט ױיס איך ניט. נאָר עס באַדאַרף זײַן אַ רעכטער משומד ― אַ שלאַק זאָל אין זײַנע בײנער אַרײַן! איך האָב מיך דערנאָכדעם גע" שעמט פֿאַר זיך אַלײן למאַי איך האָב מיך געלאָזט איבעררעדן פֿון דער יאָדערקע און פֿון דער מאַמען און בין געגאַנגען צו זײ אױף דער קאָמעדיע. אַז זי האָט זיך נאַסיאַדעט אױף מיר, טאַקע די מאַמע הײסט עס:;גײ זיך דורך, װאָס װעט דיך אַרן, אַז דו װעסט גײן? אַלע גײען, גײ אױך. ובפֿרט, זאָגט זי, אַז דײַן מאַן איז שױן ניט װײַט, זאָגט זי, פֿון דער דאָזיקער פּרנסה.;אײנער, זאָגט זי, כאַפּט די פֿיש, אײנער מאַכט די פֿיש און אײנער קומט און עסט זײ אױף..* װאָס זי האָט דערמיט געמײנט, פֿאַרשטײ איך ניט; נאָר אַז איך האָב איר אָנגעהױבן צו זאָגן תּירוצים, אַז ס'קריכט מיר ניט אין קאָפּ און אַז ס'איז מיר גוט אַזױ אױך אָן קאָמעדיעס און נאָך אַזעלכע זאַכן, האָט זי זיך צעלאַכט און זאָגט צו מיר, אַז איך בין אַ נאַר, פֿון װאַנען װײס איך, זאָגט זי, װוּ מײַן מאַן איז איצט אין דער מינוט? ,אפֿשר, זאָגט זי, זיצט ער אַצינד אַקוראַט אױף דער אײגענער קאָמעדיע? צי דו מײנסט, זאָגט זי, אַז ער זיצט דאָרט טאָג און נאַכט און קלאָגט אױף חורבן בית־המיקדש? הע, נאַרעלע, זאָגט זי, איך אױף דײַן אָרט װאָלט שױן לאַנג, זאָגט זי, געװען אין װאַרשע. און געקומען װאָלט איך, זאָגט זי, דװקא אומגעריכט און דװקא סוף חודש אין אַ פֿינצטערער נאַכט. ניט, זאָגט זי, װײַל איך בין אים חלילה אין עפּעס חושד, נאָר גלאַט אַזױ, זאָגט זי, איך װאָלט אַ קוק געגעבן אױף אַ טשיקאַװעסט פֿון דער װײַטן זאָגט זי, מיט אײן אױג כאָטש, ױ גײט עס אים דאָרטן דעם תּכשיט. און װאָס ער מאַכט און װאָס ער טוט און ױ ער בענקט דאָס נעבעך אַזױ אַהים.."

ױ אַזױ מיר װערט אױפֿן האַרצן פֿון אַזעלכע װערטער, באַדאַורף איך דיר ניט שרײַבן. עמעצער, דאַכט זיך, זאָל קומען און זאָל מיך אױסשעלטן אױף אַלע זײַטן, װאָלט מיר געװען אַ סך ניחאר. נאָר אַז אַ מאַמע זאָגט, מוז מען שװײַגן. קײן שׂונאטע איז זי דאָך מיר ניט. און דיר אױך ניט, כאָטש זי באַי גראָבט דיך הינטער די אױגן דרײַ מאָל אַ טאָג און דװקא מיט גוטע רײד, ױ דו האָסט עס כּשר פֿאַרדינט און װי עס ױנטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײיע פֿרױ שײנעישײנדל

דאָס ביכל װאָס דו שרײַבסט מיר װעגן דעם און װאָס דו װילסט גליקלעך

180

מאַכן דערמיט די גאַנצע װעלט און זיך אַלײן, װײסט שױן פֿון דעם זשוק דאָ זשאַבאַ און אַלע קוקן שױן אױף דעם אַרױסעט. אַ סך האָבן זיך שױן דערױף נאָכגעפֿרעגט בײַ מיר… װײס איך ניט װאָס איך זאָל זײ זאָגן, איך זאָל אַזױ װיסן צרות. זײ װילן, אַז דו זאָלסט עס מיר צושיקן גלײַך אַהער צו צו, בכדי זײ זאָלן פֿאַרשפּאָרן דיר שרײַבן בריװלעך און שיקן מאַרקעס. חכמים! גענוג מען גיט זײ אומזיסט, װילן זײ נאָך מ'זאָל זײ אַרײַנטראָגן אין שטוב. װי זאָגט די מאַמע: אַן אָפּגעשײלט אײעלע און גלײַך אין מױל אַרײַן..

181

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װיב שײנע"שײנדל אין כּתרילעװקע

16

לזוגתי היקרה החכמה והצנועה שײנע־שײנדל שתחי!:

רא שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן זוגתי היקרה, אַז דער טערק, אַחוֹץ װאָס ער האָט זיך אַליײן אומגליקלעך געמאַכט, האָט ער מיר נאָך צעשלאָגן אַלע מײַנע גאָלי דענע פּלאַנען. ער האָט ניט באַדאַרפֿט לאָזן זיך איבעררעדן פֿון די יונגע־לײַט און ניט קריכן אַזױ גיך קײן אַדרינאָפּאָל און קײן קירקילעס און אין די איבעריקע ערטער, פֿון װאַנען מען האָט אים ניט לאַנג אַרױסגערײכערט, ניט געלאָזט אַפֿילו, װױ מען זאָגט, דעם אָרט זיך אָפּקילן. ער האָט דאָס ניט באַדאַרפֿט, װאָרעם הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן ― עס װעט אים גלאַט ניט אָפּלױפֿן, אין די הױכע פֿענצטער זיצט מען שױן און מען טראַכט און מען עצהט זיך און מען זוכט אַ מבוא, ױ אַרום מען זאָל אים אױף אַ לײַטישן אופֿן אָפּציִען און פֿאַרי טרײַבן צוריק אין זײַן אַלטער הײם?..:

אמת, שטאַרק פֿאַראיבל האָבן אױף אים קאָן מען אױך ניט. דער יצר־הרע פֿון נקמה איז גרױס. אַז מ'זעט דײַן האָב־און־גוטס װאַלגערט זיך, װױײ נאָך אַ פּאָגראָם, אין אַלע גאַסן, הפֿקר, און פֿרעמדע טײלן זיך דערמיט… און דאָ האָט גאָט געהאָלפֿן, די פּאָגראָמשטשיקעס אַלײן האָבן זיך צעאַמפּערט, ניט געקאָנט אײַנטײלן זיך, האָבן זײ זיך צעהרגעט און צעיאָשעט אײנס דאָס אַנדערע ― װען נאָך קאָן זײַן אַזאַ שעת־הכּושר. ױ זאָגט די מאַמע דײַנע: אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל.. טאָר מען אָבער ניט פֿאַרגעסן, אַז כאָטש דער שׂונא איו אַ צעקלאַפּטער, שטײען הינטער זײַנע פֿלײצעס שטיגוטערעס, אַזעלכע גרױסע בערן, װי די ענגלענדער למשל מיט די קעסטלדיקע הױזן, אָדער דער דײַטש מיט די געזונטע פּיסקעס, װאָס זײ לױנט זיך ניט בשום־אופֿן, אַז דער צעפּאָני ראַמעװעטער טערק זאָל אױפּשטײן תּחית־המתים, אָפּנעמען צוריק אַלצדינג און זיך שטעלן אױף די פֿיס אַזױ אַז ער זאָל טאַקע קאָנען זאָגן נאָכדעם חדש ימינו

182