מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 9

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחט־מענדל אין װאַרטע

9

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד מפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י.

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז איך מוז דיר זאָגן נאָך אַ מאָל, מעגסט זיך זײַן ברוגז, אַרט מיך אױך ניט, נאָר דו שרײַבסט ניט דאָס װאָס מ'דאַרף. װאָס װעט שױן זײַן אַזױ גוט, זאָג מיר, איך בעט דיך, לאָז זײַן אַפֿילו ױ דו זאָגסט, מ'װעט שױן געבן אַלע ייִדן אומזיסטע באַנבילעטן און צו הו" דערטער אױף אַ מענטשן אױך, איז װאָס? אַז מ'איז ניט זיכער מיט דער גרענעץ! איך מײן ניט אַזױ די גרענעץ, װי איך מײן די אַגענטן מיט די בעלי" צדקה, מיט די איבעריקע בעלי־טובֿות, די דײַטשן, װאָס אױף יענער זײַט גרענעץ, קומען זאָל אױף זײ אַ פּאָגראָם, רבונױשל־עולם, זײ זאָלן אױך פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון גלות, װעלן זי אפֿשר בעסער וערן!.. זאָלסט לײענען, מענדל, די בריװלעך, װאָס מיר באַקומען דאָ אין כּתרילעװקע פֿון די אומגליקלעכע מיגראַנטן זאָג איך דיר, אַז אַ שטײן קאָן אױך צעגאַנגען װערן. עפֿעס טאַקע נאָר עק װעלט, משיחס צײַטן און גענוג! ניטאָ קײן יושר, ניטאָ קײן רחמנות, ניטאָ קײן גאָט, ניטאָ גאָרניט. ױ זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַזזינט דאָס בית־המזיקדע( איז חרובֿ געװאָרן זענען די מענטשנס הערצער געװאָרן ששטײן און זײערע שטערנס ― קופֿער.. ער װאָלט זיך ריכטן אַ שטײגער אױף דײַנע דײַטשן אין קיניסבערג, אין האַמבור און אין ברעמעל, פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ דיר װערן אַז זײ װעלן זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר זשאַנדאַרן און װעלן זיך אָפּרעכענען מיט אונד" זערע כּתרילעװקער מיגראַנטן ערגער ױ אונדזערע הײמישע כוליגאַנעס פֿון קעשענעװ? אָט הער אױף אַ טשיקאַװעסט, װאָס מאיר פּאָפּעלאָוס קינדער שרײיבן. שױן באַלד אַ יאָר אַז זײ זענען אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע און זענען אײַנגעזונקען געװאָרן, פֿאַרפֿאַלן ױ אין װאָסער אַרײַן. מ'האָט זײ שױן דאָ געהאַט באַװײנט, געמײנט אַז זײ זענען שױן לאַנג אױף דער ועלט ניטאָ. צום סוף יאַװעט זיך דער בריזוטרעגער מיט אַ בריװל, ניט פֿון אַמעריקע, נאָר פֿון

148

קיניסבערג, אַ שײן בריװל ― אַז אָך און אַז װײ איז צו זײערע טאַטע"מאַמע,

װאָס האָבן עס גאָר דערלעבט! ױ זאָגט די מאַמע: אַז װױל איז דעם װאָס ליגט

אין דער ערד און זעט ניט װאָס אונטערן הימל טוט זיך.. איך האָב קױם אױס"

געװײנט בײַ קרעני מאיר קאָפּעלאָוס װײַב דאָס בריװל אױף אײן האַלבער שעה

און האָב מיך אַװעקגעזעצט אױף אַ טשיקאַװעסט און שרײַב עס דיר איבער

איטלעכעס װאָרט, װאָס דאָרטן שטײט געשריבן, כּדי זאָלסט זען און זאָלסט זיך

איבערנעמען מיט דײַנע דײַטשן, אַ כאָלערע זאָל אױף זײ דאָרט קומען אומ"

געריכט, זײ זאָלן גאָר ניט װיסן, פֿון װאָסער אַ זײַט זי האָט זיך צו זי

אַרײַגגעכאַפּט, פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ דיר װערן, רבונודשל־עולם, ס'זאָל זײ עפּעס אַ כאַפּ

טאָן מיט אַ מאָל און אױסקױקלען זײ דאָרטן אײינציקװײַז פֿונעם גרעסטן ביזן קלענסטן, אָמן! אָמן! אָמן! איצט האָרך, װאָס מען שרײַבט:

;צו אונדזער טײַערן ליבן טאַטן מאיר לעבן זאָל ער און געזונט

זײַן און צו אונדזער טײַערער ליבער מאַמע קרעני לעבן זאָל זי און

געזונט זײַן און צו אונדזערע טײַערע ליבע ברידער און שװעסטער לעבן

זאָלן זײ און געזונט זײַן און צו אַלע אונדזערע טײַערע ליבע פֿרײַנד

און גוטע פֿרײַנד לעבן זאָלן זײ און געזונט זײַן און איר זאָלט גאָרניט

איבערטראַכטן װאָס מיר האָבן אײַך אַזאַ צײַט ניט געשריבן װאָרעם

מיר האָבן אַלץ אָפּגעלײגט פֿון אײן טאָג אױפֿן אַנדערן און מיר האָבן

אַלץ געמײנט אָט־אָט זענען מיר שױן אױפֿגעריכט און אָטיאָט זענען

מיר שױן אױסגעלײזט װאָרעם די אַגענטן האָבן נאָר צוגענומען בײַ אונדז

דאָס געלט מיט די זאַכן און אונדז האָבן זײ אָפּגעלאָזט און די קאָמיטעטן

זענען טױזנט מאָל ערגער פֿון די אַגענטן װאָרעם זײ װילן אונדז ניט

אָפּלאָזן קײן מאָל און זײ האַלטן אונדז ביז מיר װעלן אַלע אױסהײלן

זיך און אַפֿילו אַז מיר װועלן אױסהײלן זיך װעט מען אונדז אױך מוזן

האַלטן װאָרעם מיר האָבן ניט מיט װאָס צו רירן זיך מע האָט צוגענומען

בײַ אונדז װוּ מיר האָבן געהאַט אַ גראָשן מחמת פֿון דער ערשטער שעה

װאָס מיר זענען אַריבער די גרענעץ בשלום ביז הײַנטיקן טאָג הערן

מיר ניט אױף צו צאָלן אַזױ אַז פֿרוער האָט מען אונדז אױסגעטאָן נאַקעט

אַלע אין האַמבאָר און מע האָט געזוכט בײַ אונדז געלט אױף אױסצובײַטן

האָבן מיר געזאָגט מיר האָבן ניט האָט מען אונדז ניט געגלײבט האָט מען

אונדז אױסגעטאָן נאַקעט און מע האָט צוגענומען בײַ אונדז אונדזער

געלט עס הײסט דאָס רישישע געלט און מע האָט אונדז אַרײַנגערוקט

149

150

זײער געלט דאָס דײַטשעשע געלט ױפֿל זײ אַלײן האָבן געװאָלט און מע האָט אונדז געהאַלטן און געהאַלטן און געהאַלטן און געהאַלטן און געהײסן זיך פֿאַר אַלצדינג צאָלן פֿאַר קװואַרטיר צאָל פֿאַר עסן צאָל פֿאַר װאַסער צאָל האָבן מיר אָנגעהױבן װײנען און בעטן זיך מע זאָל אונדז שױן אָפּשיקן האָט מען אונדז אױיסגעלאַכט האָבן מיר שױן אָנגעהױבן מיט בײזן האָט מען אונדז געזאָגט אַז טאָמער װעלן מיר ניט אַנטשװיגן װערן װעט מען אונדז שלאָגן האָבן מיר געזען סע שלעכט האָבן מיר

געשװיגן און געװואַרט און געװאַרט און געװאַרט ביז קױם מיט צרות

מע האָט אונדז אָפּגעשיקט קײן ברעמעל װאָרעם אין ברעמעל האָט מען אונדז געזאָגט װאַרט אױף אונדז אַ פּאַרטיע מיגראַנטן אַזעלכע װױ מיר װועט מען אונדז אין אײנעם אָפּשיקן װײַטער זענען מיר געקומען קײן ברעמעל האָט מען אונדז געפֿרעגט צי האָבן מיר רישיש געלט אױף אױסצובײיטן האָבן מיר געזאָגט אַז מיר האָבן ניט מע האָט אונדז שױן אױסגעביטן האָט מען אונדז ניט געגלײבט מע האָט אונדז אױסגעטאָן נאַקעט נאָך אַ מאָל און באַזוכט אײנציקװוײַז און מע האָט ניט געפֿונען גאָרניט און דערװײַלע איז יענע פּאַרטיע מיגראַנטן װאָס האָבן געװאַרט אױף אונדז און ניט געקאָנט דערװאַרטן זיך שױן לאַנג אַװעקגעפֿאָרן און אונדז האָט מען פֿאַרטריבן אין אַ שטאַל און געהאַלטן דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט און ערשט דערנאָך געפֿירט צום דאָקטאָר האָט מען אונדז אױסגעטאָן װידער אַ מאָל נאַקעט און געפֿונען אַז אַלע זענען מיר דאַנקען גאָט געזונט און שטאַרק און נאָר בײַ חיענען און בײַ לײבלען זענען קאַליע די אױגן און מיט קאַליע אױגן לאָזט מען ניט אױפֿן שיף אַרױף האָבן מיר אָנגעהױבן װײנען און בעטן זיך װאָס װעט זײַן דערפֿון האָט מען אונדז אױסגעלאַכט האָבן מיר אָנגעהױבן מיט בײזן שױן ממהינפֿשך אָדער אַהין אָדער אַהער האָט מען אונדז געזאָגט אַז טאָמער װעלן מיר װױעװען װעט מען אונדז ברעכן די בײנער האָבן מיר געמוזט שװײַגן און האָבן װױדער גענומען װאַרטן און מיר האָבן געװאַרט און געװאַרט און געװואַרט ביז קױם מיט צרות מע האָט אונדז אָפּגעשיקט קײן קיניסבערג װאָרעם אין קיניסבערג האָט מען אונדז געזאָגט הײלט מען קראַנקע אױגן און אַז מיר זענען געקומען קײן קיניסבערג האָט מען אונדו גע" פֿרעגט צִי מיר האָבן רישיש געלט האָבן מיר געזאָגט טשעפּעט זיך

אָפּ מיט זײער רישיש געלט מע האָט אונדז שױן לאַנג אױסגעביטן האָט

מען אונדז ניט געגלײבט און מע האָט אונדז איבער אַ נײַס אױסגעטאָן נאַקעט און באַזוכט אַלעמען אײינציקװײַיז און גאָרניט געפֿונען און מע האָט אונדז אַרײַנגעזעצט אַלעמען צוליב חיענען און צוליב לײבלען ביז זײ װעלן זיך אױסהײלן זײערע קראַנקע אױגן און מע האָט זיך געהײסן באַצאָלן פֿאַר אַלצדינג צאָלן פֿאַר קװאַרטיר באַזונדער און פֿאַר עסן באַזונדער און פֿאַר װאַסער באַזונדער און מע האָט אונדז גענומען האָדעװען מיט אַזעלכע פֿיש װאָס מע דאַרף צוהאַלטן די נאָז װאָרעם קײן פֿלײיש גיט מען דאָ ניט אַחוץ פֿיש אי דאָס ניט אַלע טאָג נאָר שבת און מע האַלט די פֿיש פֿון שבת אױף שבת זענען מיר קראַנק געװאָרן האָבן מיר געמאַכט אַ שקאַנדאַל האָט מען אונדז געזאָגט אַז טאָמער װעלן מיר מאַכן שקאַנדאַלן װעט מען אונדז אַרױסװאַרפֿן די געזונטע מיט די קראַנקע אין אײנעם האָבן מיר מורא געהאַט טאָמער טאַקע אַן אמת װאָס װעלן מיר טאָן מיט די קראַנקע װאָרעם מחמת מיר ליגן דאָ אַלע אין אײנעם האָבן זיך אָנגענומען שױן בערטשיק אױך און נאָדל אױך און מאַריאַשאַ איז אױך קראַנק געװאָרן אױף די אױגן זענען מיר שױן פֿינף פּאַרשױן מיט קראַנקע אױגן, קאָנען מיר זיך שױן גאָרניט רירן פֿונעם אָרט און זיצן דאָ װי אין טורמע און װײסן ניט װאָס װעט זײַן אַז מיט גוטן העלפֿט ניט און מיט בײזן האָבן מיר מורא איז געבליבן בײַ אונדז אײדער אַזױ לאַנג שװײַגן זאָלן מיר אײַך שױן שרײַבן בעסער דעם גאַנצן אמת װאָרעם מיר קאָנען שױן מער ניט אױיסהאַלטן אַזױ שטאַרק בענקען מיר נאָך אײַך אונדזערע טײַערע און ליבע טאַטע־מאַמע אונדזער טײַערע און ליבע שװעסטער און ברידער אונדזערע טײַערע און ליבע פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד און שרײַיבט אונדז כאָטש אַרײַן אַ בריװל װאָס איר מאַכט און פֿון אײַער געזונט און פֿון אַלעמענס געזונט און טאָמער ביז עס װעט אָנקומען אײַער בריװל װעט דער איבערשטער פֿאָרט רחמנות האָבן די קראַנקע ועלן געזונט װערן אױף די אױגן און מיר ועלן זיך פֿאָרט קאָנען אַ מאָל אַרױסרײַסן פֿון דאַנען קײן אַמעריקע װאָרעם מיר האָבן שױן אױפֿגעגעסן דאָס לעצטע העמד פֿון אונדזער לײַב און מיר קוקן אַרױס נאָר אױף גאָט ער זאָל זיך דערבאַרעמען און טאָן אַ נס אַניט זענען מיר חלילה פֿאַרפֿאַלן אַלע פֿון קלײן ביז גרױס…־װאָס זאָגסטו, מענדל, אױף אַזאַ מגילה? קאָן ניט צעזעצט װערן די גאַל, צעזעצט און צעשפּרונגען זאָלן זײ דיר וערן, ליבער גאָט! װױ זאָגט די מאַמע זאָל

191

לעבן: צװישן די װעלף אין װאַלד איז אױך ניט ערגער.. מײנסטו דאָך אַז דו ביסט שױן פֿאַרטיק! האָב צײַט. דאָס איז ערשט אַן אָנהײב. פּאָפּעלאָװס בריװל איז נאָך אַ גאָלד אַקעגן די בריװלעך, װאָס פֿײַטל־משה באַס האָט פֿון זײַן ברודער נח, און װאָס ברוך־לײב שרײַבט צו זײַן מאַמע פּערקעלע דער אַלמנה, דאָרט איז טאַקע יאָ װי די מאַמע זאָגט: הימל עפֿן זיך און גיהנוס בלײַב שטײן! נאָר אַזױ װי איך האָב צוגעזאָגט קרענין אַז אין אַ האַלבע שעה אַרום שטעל איך איר צו אירע קינדערס מגילה צוריק, האָב איך מורא זי זאָל ניט קומען צו לױפֿן מיט אַ גװאַלד ― זי אַז זי װיל, קאָן זי! ― דעריבער שליס איך מײַן בריװ מיט אַ ברכה אױף די דײַטשן: אָדער זײ זאָלן געהרגעט װערן פֿון אַ דונער אין אַ ליכטיקן טאָג, אָדער זײ זאָלן זיך אַלע לאָזן איבער די הײַזער און מע זאָל זײ געבן אַ מכּה ניט קײן שטיקל ברױט, אָדער סזאָל זיך דאָרט עפֿענען די ערד און זײ אַלע זאָלן אַרײַן, װי קורח, מיט די קינדער און מיטן בעטגעװאַנט און אַפֿילן מיטן פּסחדיקן געפֿעס, ס'זאָל ניט איבערבלײַבן פֿון זײ ביז מאָרגן קײן שׂריד־ופּליט, קײן זכר און קײן סימן פֿון קײן דײַטש, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק, דײַן באמת געטרײיע פֿרױ שײנע־שײנדל

בעלי היקר! די קינדער שרײַבן דיר, װי אַלע מאָל, באַזונדער. משה־הערשעלע זאָל לעבן שרײיַבט אױף לשון־קודש, מיר זאָל זײַן פֿאַר זײַן קאָפּ, און די איבעריקע זאָלן געזונט זײַן שרײַבן דיר אױף ייִדיש. זײ בעטן בײַ דיר דו זאָלסט זײ אַרױסשיקן ביכלעך פֿון װאַרשע, טו זײ צו ליב, מענדל, שיק זי אַרױס, דו זיצסט דאָך דאָרט בײַם צאַפּן, װוּ מען דרוקט ביכלעך, װעט דאָס דיך מסתּמא קײן סך געלט ניט קאָסטן… װי זאָגט די מאַמע: אַז מען מאַכט פּאָװידלע קלעפֿן וד די פֿינגער, או אַז מען פּרעגלט שמאַלץ זענען פֿעט די ליפֿן..

152

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

13

לזוגתי היקרה החכמה והצנועה מרת שײנעישיעדל שתחי'!

ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך'השם בקו החײם והשלום. השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל הערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּלל־דישראל ― אָמן,

זה שנית זײַ װיסן, זוגתי היקרה, אַז דײַן מנחם־מענדל איז טאַקע אַ שטיק נבֿיא. אַזױ ױ איך האָב דיר נביִות געזאָגט, אַזױ איז דאָס מקוים געװאָרן כּמעט איטלעכעס װאָרט. נישט מער, דער ,פּיטש־פּאַטש* איז געקומען אַ ביסל צו פֿרי, גאָר אומגעריכט און די אָרעמע קרובֿים האָבן זיך אָנגעכאַפּט פֿאַר די גאָרגלען איבער דער רײַכער ירושה נאָך אײדער מ'האָט זי גענומען אױסטײלן די חלקים. מ'האָט ניט געקאָנט דערװאַרטן זיך אַפֿילו אױף דרך:ארץ, כאָטש פֿון יוצא װעגן, ביז מ'װעט קומען צו פֿאָרן אױף דער אײַנלאַדונג קײן פּײטערבאַרג, כאָטש אָפּשטעקן זיך אײנס דאָס אַנדערע דעם ערשטן שלום־עליכם און ― אַהאַ, מ'האָט זיך שױן צעדמט און סע יאָשעט בלוט פֿון אַלע זײַטן ― פֿון די באָלגאַרן און פֿון די סערבן און פֿון די גרעקן ― ברידער, גװאַלד געשריִען, אײגענע ברידער!. עס איז אַ חרפּה, אַ בושה, זאָג איך דיר, זוגתי היקרה, עס פֿלאַמט דאָס פּנים, אַז מען לײענט די דעפּעשן, װאָס פֿליִען פֿון סאָפֿיע און פֿון בעלגאָראָד, װױ אַזױ אײנער לײגט אַרױף אױף דעם אַנדערן די באָד און ױ אַזױ יעדער טענהט: אַז ער איז נעבעך גאָט די נשמה שולדיק, גאָרניט אין זינען געהאַט זיך שלאָגן, נאָר אַז מען צװינגט אים, װאָס זאָל ער נעבעך טאָן? און ױ אַזױ יעדער באַרימט זיך פֿון דעסטװעגן און קװעלט אָן און שװערט זיך, אַז דער צװײטער צד האָט געפּטרט פֿופֿצן טױזנט מענטשן, און דער צװײטער צד לײקנט שטײן און בײן און כאַפּט די ערד, אַז דער ערשטער צד לײַגט ױ אַ הונט, דאָס האָט ער גאָר, דער ערשטער צד טאַקע, פֿאַרלױרן פֿינף און צװאַנציק טױזנט מאַן אַחוץ געפֿאַנגענע ― און דאָס איז צױשן אײגענע, צװישן ברידער און צװישן שותּפֿים, װאָס זענען ערשט נעכטן געגאַנגען האַנט בײַ האַנט, מלחמה געהאַלטן פֿון גאָטס װעגן, געשלאָגן זיך מיט אַ פֿרעמדער נאמנה! מען האָט דען אין זינען געהאַט אַן אַנדער זאַך אַחוץ באַפֿרײַען די אָרעמע

153