מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 9

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז דו קענסט שױן זײַן רױק ― דעם טערק האָבן מיר דאַנקען גאָט באַװאָרנט. אים װעט שױן קײנער איצט אַזױ גיך ניט זאַטשעפּען און מער צו אים קײן טענות ניט האָבן, אַז זײַן;האַלבע לבֿנה" רירט אָן חלילה עמעצנס כּבֿוד.. און מ'װעט שױן ניט זאָגן מער אַז ער, דער ױלדער אַזיאַט, באַהאַנדלט, חלילה, ניט װי עס געהערט צו זײַן די ;ברידער" די סלאַװיאַנער… און קײנער װועט שױן ניט אַרױסטרעטן מער אָנ" נעמען זיך די קריװדע פֿון די באַלײידיקטע ― אַן עק! מ'האָט אים אַרומגענומען דאָרטן אין לאָנדאָן מיט אַ רױטן פֿאָדעם זײַד, אָנגעצײכנט אים אַקוראַט די נײַע גרענעצן פֿון זײַן אַלטער מדינה, אַזױ אַז די לאַנדקאַרטע האָט שױן באַקומען איצט גאָר אַן אַנדער פּנים. און דאָס האָט ער צו פֿאַרדאַנקען מײנסטו װעמען? די באַלקאַנער שותּפֿים, װאָס האָבן אים גובֿר געװען? אָבער גאָר לֹא! דװקא די ,גדולים", דװקא די ,הױכע פֿענצטער", װאָס האָבן פֿריִער אָפּגעװאַרט ביז מען װעט אים גוט אָנבױקערן, דערנאָך זענען זײ געװאָרן רודף־שלומניקעס, אַװועקגעזעצט זיך און אװײסגעאַרבעט אַ שלום צױשן אים און צװױשן די באַלקאַנער מלכים, אַזױ אַז דו לײיענסט איבער דעם דאָזיקן טראַקטאַט פֿון שלום, קאָנסטו זיכער מײנען, אַז ניט די באַלקאַנער;ברידער" אַלין האָבן געפֿירט די דאָזיקע בלוטיקע מלחמה, נאָר זײ, די ,הױכע פֿענצטער" הײסט עס, האָבן געקאָמאַנדעװעט, געװען די גאַנצע מאַכערס, דעריבער זענען זײ זיך דאָס איצט עוסק אין דעם אױסטײלן די חלקים. עס װעט זײַן אַ תּענוג, זאָג איך דיר, אָנצוקוקן, װי מען װעט זיך עס אַװעקזעצן, די שײנע מענטשן, אנשים מכובדים, מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל און מ'װעט זיך עס געבן אַ נעם צו דער אַרבעט, אײַנטײלן דער חבֿרה, ױ מען טײלט אױס לעקעך להבֿדיל בײַ אונדז אין שול ערבֿ יום"

118

כּיפּור פֿון אַ זאַק, און אַלײן װעט מען אַװעקגײן. צװישן זיך װעט װערן אַ ױצעקו, מען איז ניט צופֿרידן מיט די חלקים, עס װערט פּאָװאָלינקע אַ גע" שלעג צװישן אײגענע, צװישן;ברידער", און עס װערט פֿאַרגאָסן פֿריש בלוט, אײגן בלוט ― און ער, דער טערק הײסט עס, זיצט און קוקט צו, רײכערט זײַן ליולקע־ציבעק און װוערט ברײטער ױ לענגער. נישט מער, אײן זאַך: צו װאָס האָט ער באַדאַרפֿט דערצו אַװעקלײגן אַ ריש אַלפֿים טערקן? אױסניצן אַזױ פֿיל פּולװער און אױסברענגען אַזױ פֿיל געלט? געקאָנט געװען דאָס אײגענע מיט גוטן ― מיַנע טענות מיט מײַנע װערטער ― נאָר אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך! דער עיקר איז, װאָס איצט זענען אים פֿרײַ די הענט, ער קאָן זיך אָפּרוען. אונדזער פֿעטער ישמעאל, אַרומקוקן װוּ ער איז אין דער װעלט און מיט אַ רײנעם קאָפּ דורכפֿירן יענע גרױסע קאָמבינאַציע, װאָס איך האָב צוגעטראַכט פֿון זײַנעט װעגן… און איך אַלײן בין צוליב דעם אױך אַ ביסל פֿרײַער געװאָרן און קאָן מיך אָפּגעבן מיט אונדזער אײגענער ייִדישער פּאָליטיקע, מיט אונדזערע ייִדישע געשעפֿטן. און דאַנקען השם"יתברך, ס'איז בײַ אונדז אױך דאָ גענוג װאָס צו טאָן.. היןן אא0טע

אמת, מיר האָבן ניט די צרות, װאָס דער טערק האָט געחאַט, ― האָבן מיר אָבער אײגענע צרות. און אױב דו ױלסט, איז אונדז נאָך ערגער פֿונעם טערק. טױזנט מאָל ערגער! דער טערק, װי די מעשׂה איז, האָט כאָטש אַ הײם, אַ װינקל אַן אײגנס, װי זאָגט די מאַמע דײַנע:;אַן אָרעמער בעל־הבית ― או פֿאָרט אַ בעל־הבית"… אָבער מיר װאָס זענען? אַ שבתדיקע, נאָר אַ צעריסענע קאַפּאָטע זענען מיר… אָבער מיר װאָס האָבן? מיר האָבן קדחת מיט מכּות־בכורות מיט בוזי־בזיונות מיט קאָפּדאַרעניש מיט האַרצװײיטיק האָבן מיר! װאָס דאַרפֿסטו מער, נאַרעלע? אײן שטיקעלע ארץײשראל מישטײנס געזאָגט, פֿאַרמאָגן מיר ― איז אױך ― קוק זיך צו ― צרות, מיט חבֿרות, מיט פּאַרטיעס, מיט צאַנ" ־ קערײען, מיט רײַסערײַען,. מיט אינטריגעס, מיט צולהכעיסן, מיט מחלוקותן! זינט הערצל זכרילברכה איז געשטאָרבן קאָן מען זיך ניט אײַנטײלן.. איצט גרײט מען זיך צום עלפֿטן קאָנגרעס אין װין מיט גרױסע סקאַנדאַלן! נאָרדע, זאָגט מען, װעט אױפֿן קאָנגרעס ניט זײַן, און אַ קאָנגרעס אָן נאָרדען איז װי ימים־נוראים אָן אַ חזן. זײ זאָלן מיך פֿאָלגן, די ציוניסטן הײסט עס, האָב איך אַקוראַט איצט פֿון זײערט װעגן,. מיטן אײבערשטנס הילף, אַ קאָמבינאַציע. ― װאָס װעט זײ עפֿענען די אױגן! נאָר איך ול ניט אױסזאָגן פֿריִער, איך האָב מורא ס'װעט וערן אַ רײַסערײַ נאָך אײדער עפּעס װאָס.. איך רעכן אם־

ירצה

119

השם אַלײן זײַן אין װין אױפֿן קאָנגרעס, װעל איך זײ עס דאָרטן פֿאָרלײגן, צו די ציוניסטן באַדאַרף איך דאָך ניט קײן דאָלמעטשערס און קאָן זיך באַגײן אָן טערקיש און אָן פֿראַנצײזיש. די ציוניסטן זענען זיך נוהג, זײ רעדן אױף דײַטש,

קײן אַנדער לשון װײסן זײ ניט, נאָר דײַטש. אַ ציוניסט, זאָגט מען, אַז ער קומט אױפֿן קאָנגרעס, ער מעג זיך קומען פֿון שקלאָו, פֿון אַלט־קאָסטעטין, פֿון קאָצק אָדער פֿון דראַזשנע, קױם קומט ער אױפֿן קאָנגרעס, רעדט ער ניט קײן אַנדער שפּראַך אַחוץ דײַטש, און דײַטש איז דאָך אתנדזער לשון! ביסטו שױן פֿאַרטיק? האָב צײַט. אַחוץ די ציוניסטן האָבן מיר נאָך טעריטאָריסטן איך האָב דיר שױן געשריבן װער זײ זענען. איט"א רופֿט מען זײ. זאַנגװיל איז דאָרטן דער פֿירער. ער פֿאָרט אַרום זוכן אַ טעריטאָריע פֿון ייִדנס װעגן איבער דער גאָרער וװועלט און קאָן ניט געפֿינען. ניטאָ קײן טעריטאָריע, קײן שטיקל ערד הײסט עס. ― ניטאָ, כאָטש נעם לײג זיך און שטאַרב! דאָס הײסט, ס'איז דאָ אױף דער װועלט ערד גענוג, די־והותר, נאָר ניט פֿון אונדזערט װעגן.. דו מײנסט אַז איך בין שױן געזעסן גאָר לײדיק? מיר האָבן בײדע, איך און כאַסקל קאָטיק, גענוג נאָכגעקוקט אױף דער לאַנדקאַרטע, אױסגעוען װוּ ערגעץ אַ װינקעלע ― ניטאָ! װאָס מיר געפֿעלט ― געפֿעלט אים ניט. װאָס אים געפֿעלט ― געפֿעלט מיר ניט.. נאָר אָט דאָ ערשט ניט לאַנג האָט זאַנגװיל קױם־קױם געפֿונען ערגעץ אַ שטיקל טעריטאָריע. דאָס הײסט, ניט קײן שטיקל, נאָר טאַקע אַ גרױס שטיק, גאָר אַ גרױס שטיק! מ'זאָגט אָבער ניט אױס דעם נאָמען אירן. עס איז דערװוײַילע הײסט עס נאָך אַ סוד.. איך, מאָל דיר, װײס אַפֿילו יאָ דעם נאָמען פֿון דער טעריטאָריע, נאָר אָנרופֿן דיר אים טאָר איך נאָך ניט. איך קען דיר נאָר זאָגן אײן זאַך: ― ס'איז ניט נאָענט, אָבער גאָרניט נאָענט! אין אַפֿריקע אַזש ליגט דאָס דאָזיקע לאַנד, נאָר ס'איז, זאָגט מען, אַ געבענטשט לאַנד מיט אַלעם גוטן, אַן ארץ זבת חלבֿ ודבש! דאָס הײסט, אַז מיר װעלן אַהין קומען און באַזעצן זיך, װעלן מיר עס מאַכן פֿאַר אַן ארץ זבת חלבֿ ודבש.. סײַ װי סײַ פֿאַר אונדזערע כּתרילעװקער ײַדן איז דאָס אַ גליק! װאָס זשע? ס'איז בעסער זײ זאָלן זיצן דאָרטן ביז זײ װעלן אױסגײן װי דער דור־המידבר? ובפֿרט אַז מ'טרײַבט נאָך אַהין, װי דו שרײַבסט, פֿון די דערפֿער, קענען זײ דאָס חס" ושלום גאָר דערשטיקט וערן… הלװאַי זײ זאָלן נאָר שׂכל האָבן, איך מײן טאַקע די כּתרילעװקער ײַדן, און ניט האָבן קײן טבֿע זוכן חסרונות אױפֿן נײַעם לאַנד. זוכן חסרונות ― דערױף זענען דאָך דײַנע כּתרילעװקער ― ספּעציאַליסטן!

10

זײ געפֿעלט דאָך ניט ארץ:ישׂראל אױך.. דאַרפֿסט ױסן, אַז בראָש פֿונעם דאָזיקן. געשעפֿט, פֿון דער טעריטאָריע װאָס אין אַפֿריקע, שטײען ניט קײן ייִנג" לעך ― רב יעקבֿ שף פֿון אַמעריקע, רב לעאָפּאָלד ראָטשילד פֿון לאָנדאָן און רב לײביש בראָצקי פֿון קיִעװ ― ייִדן מיליאַרדערן! און רב שרירא פֿון באַקו איז אױך ניט קײן הינקענדיקער שנײַדער און די איבעריקע דאָרטן זענען אױך ניט קײן מלופּים־קינדער! די מענטשן, פֿאַרשטײסטו מיך, האָבן זיך אַרומגעזען, אַז ס'איז שױן צײַט עפּעס טאָן פֿאַר ייִדן. ביז װאַנען איז דער שיעור צו זיַן בעטלערס, אַרומשלעפּן זיך איבער דער װעלט און אַרױסקוקן אױף לײַטנס יושר?.

און בכלל דאַרפֿסטו װיסן, זוגתי היקרה, אַז הײַנט איז אַ צײַט װאָס מ'זוכט לײדיקע ערטער. די װעלט אַ פּנים הײבט אָן צו װערן ענגלעך. מענטשן זוכן ערד, פֿעלקער זוכן לענדער. אָט אַ שטײגער נעם טאַקע די סלאַװיאַנער װאָס אױפֿן באַלקאַן. ס'איז זײ געװאָרן ענג. חבֿרה האָבן געװאָלט ערד. װאָס זשע האָבן זײ געטאָן? האָבן זײ זיך צונױפֿגענומען אַלע זאַלבע פֿערט קעגן טערק, זיך אָנגעװאָפֿנט מיט שטאָל און אײַזן, אײַנגעשטעלט דאָס לעבן אָפּגעצאָלט מיט דמים ממש, טאַקע מיט רוט בלוט.., פֿרעגט זיך: אַז מענטשן ריזיקירן מיטן לעבן, שטעלן אײַן בלוט פֿאַר אַ שטיקל ערד, פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט ריזיקירן מיט קאַפּיטאַל? פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט אײַנשטעלן קײן געלט?.. געלט איז טאַקע בלוט, ס'איז אָבער פֿאָרט ניט קײן בלוט. געלט איז געלט און בלוט איז בלוט… נישט מער, איך האָב מורא נאָר פֿאַר אײן זאַך האָב איך מורא ― פֿאַר מחלוקת,

בײַ אונדזערע ייִדן הײבט זיך ניט אָן קײן זאַך אָן מחלוקת.. און װער שמועסט בײי די יונגע־לײַט, איז געװאָרן אַ מאָדע, פֿון װאָס מ'זאָל ניט רעדן קומט מען אַרױף אױף דער;שפּראַך* און עס װערט א רײַסערײַ. רעדט מען פֿון אַקאַדעמיע אין ארץײשראל, אין דאָס ערשטע ― די שפּראַך,. אױף װאָס פֿאַר אַ לשון הײסט עס מזאָל דאָרטן לערנען? רעדט מען פֿון קאָלאָניעס אין אַרגענטינע ― איז די שפּראַך, אױף װאָס פֿאַר אַ לשון מ'זאָל דאָרטן רעדן! רעדט מען פֿון חדרים אין דער ,טשערטאַ* ― איז די שפּראַך. רעדט מען פֿון װאָס מ'זאָל ניט רעדן ― איז די שפּראַך. דאָס איז דער עיקר. זאָגט דער: לשון־קודש, זאָגט דער: רוסיש, זאָגט דער: רוסיש, זאָגט דער: פּױלעש. זאָגט דער: פּױלעש, זאָגט דער: שפּאַניאָליש. זאָגט דער: שפּאַניאָליש, זאָגט דער: טערקיש. קײן ייִדיש װיל קײנער ניט הערן ייִדיש ― זאָל גאָט היטן! דער"

121

הערן זײ דאָס װאָרט ייִדיש, עזשאַרגאָן", ― כאַפּט זײ אַװעק דער רוח! און עס קאָן זײַן אַז זײ זענען טאַקע גאָרניט אַזױ אומגערעכט איך, װאָרעם װאָס פֿאַר אַ פּנים האָט דאָס, אַז ייִדן זאָלן גאָר רעדן אױף ייִדיש+?.. עס װעט זײַן הערסטו, שײן, אַז ס'װעט זיך אָנהײבן אַ קריגערײי דאָ אױך איבער דער שפּראַך, װאָס פֿאַר אַ לשון הײסט עס מ'זאָל רעדן אינעם נײַעם לאַנד, װאָס אין אַפֿריקע? און נאָך שענער װעט זײַן, אַז די אַרױסגעטריבענע ײַדן פֿון די דערפֿער, װאָס געפֿינען זיך איצט בײַ אײַך אין כּתרילעװקע, װעלן אי"ה קומען אַהין, אינעם נײַעם ייִדישן לאַנד, װעט מען זײ הײסן רעדן אָדער אױף אַפֿריקאַניש אָדער אױף לשון־קודש, אָדער באָדײַ אױף רוסיש, אַבי ניט אױף ייִדיש! דאָס װערט אָנגערופֿן ניט ,לעשׂות נקמה בגױיִם", נאָר קלעשׂות נקמה ביהודים".. אַ פֿאַרקערטע װעלט, פֿאַרקערטע מענטשן מיט פֿאַרקערטע קעפּ! איך רעכן אי"ה אין גיכן זיך אַ נעם טאָן צו די דאָזיקע לײַט, זײ דורכלופֿטערן אַ ביסל די מוחותי. איצט איז ניט די צײַט דערצו. דער קאָפּ איז אין דער ערד. מײאָגט, מירודפֿט, און מיטרײַבט, און מ'שטיקט, און מ'דריקט, און מ'קװעטשט, און מ'בילט, און מ'סמט, און מ'ברענט, און מישטײט נאָך און מ'טײַט מיט די פֿינגער און מ'לאַכט אױף אונדזער בײז װװנדער… אָט שרײַבסטו מיר אַ שטײגער װעגן די אומגליקן בײַ אײַך מיט די שאַרעגראָדסקעס און מיט די כאָרטאָװאָיעס, װאָס זענען אומ" געקומען נעבעך אַזױ משונה אומגעלומפּערט. װאָס ױיסטו, נאַרעלע? דאָס איז דאָך אַ שמינית שבשמינית אַקעגן דעם װאָס ס'טוט זיך הײַנט אָפּ אױף דער װעלט!

אָט נעם, למשל, די סדום־ געשיכטע װאָס האָט זיך געטראָפֿן דאָ בײַ אונדז ניט װײַט לעבן װאַרשע אין אַ דערפֿל פּאָנטעו, מסתּמא האָסטו עס גע" לײענט שױן אין בלאַט? פּױלישע גױיִם, רשעים, האָבן גענומען און אונטערגע" צונדן אַ ײַדיש שטיבל, פֿריִער געױינטלעך באַגאָסן די װענט מיט נאַפֿט, ניט געלאָזט קײנעם ראַטעװען, און נאָך געשטאַנען און געלאַכט און צוגעקוקט ױ ייִדן בראָטן זיך ― און אָט אַזױ זענען זיך אַװעק מיטן רױך און מיטן פֿײַער אַכט נפֿשות! ס'איז הײַנט אַזאַ צײַט, נאַרעלע, אַ צײַט פֿון פּײַניקן און חװק מאַכן, אַ צײַט פֿון בלוט און פֿון װאַסער און פֿון סם און פֿון שמד און פֿון אײַזערנע ריטער… נאָר בײַ אונדז איז דאָס ניט קײן נײַעס, מיר האָבן איבערגעלעבט ערגערע צײַטן, גרעסערע צרות, ועלן מיר דאָס אױך איבערלעבן אסײרצה־שם מיט גאָטס הילף. אָט װעסטו זען!=

הקיצור, זוגתי היקרה, דו זעסט שױן אַלײן, אַז איך האָב דאָ ברוך'השם

122

גענוג װאָס צו טאָן, ניט װי דו זאָגסט, אַז איך בין אין גאַנצן אַרײַנגעטאָן אינעם טערק. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור. אפ־ירצה־השסט אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל

123

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

10

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שינע־שײנדל שתחי,

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השםיתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות ― אָמן.

וה שנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז אין דער דומע מיש איך מיך ניט, פֿון דעפּוטאַטן האַלט איך ניט און פּוסטע גלעקער האָב איך פֿײַנט. איך גי מיט דעם גאַנג, אַז ס'איז ניט נאָר אַרױסגעװאָרפֿן די טירחה פֿון די גוטע מענטשן, װאָס װילן אונדז אַ טובֿה טאָן און פֿאַרענטפֿערן, אַז מיר זענען ניט אַזױ װי מען זאָגט אױף אונדז ― איך האַלט, אַז פֿאַר אונדז איז עס אַדרבה, נאָך די גרעסטע רעה. װען איך, למשל, בין אַ דעפּוטאַט פֿון די דעפּוטאַטן אין דומע, װאָלט איך געזאָגט פּורישקעװיטשן מיט מאַרקאָװון מיט זאַמיסלאָוסקין, זײ זאָלן דװקא רעדן צעזעצטערהײט, און אַז זײ װאָלטן אױפֿגעהערט צו רעדן װאָלט איך ערשט דעמאָלט מיר אױפֿגעשטאַנען און קאַלט צו זײ אַזױ געזאָגט

― שױן? איר האָט שױן אין גאַנצן אָפּגעזאָגט? מעג איך אפֿשר אױך רעדן אַ װאָרט? אױב אַזױ, דאַרף איך אײַך זאָגן, מורי ורבותי, אַז איר זענט פֿולקאָם גערעכט אַרום און אַרום. לאָמיר זיך אַקאָרשט אױסרעכענען אַקוראַט, אַ פֿונקט נאָך אַ פּונקט, װעט איר זען, אַז איך גיב אײַך נאָך איף אַלצדינג; ( איר טענהט, אַז מע באַדאַרף אַרױסיאָגן פֿון דאָרף, װאָרעם מיר זענען צו אַ ניכטער פֿאָלק. אמת ױציב, ונכון וקײם ױשר! מיר זענען אַ ניכטער פֿאָלק. שױן צו ניכטער! אָט נעמט אַ דאָרף פֿון דרײַ טױיזנט איװאַנעס, זיצט דאָרט אײן יענקל, איז ער אַ ניכטערער. שטענדיק ניכטער! מע זאָל עס אים זען, כאָטש אײן מאָל אין אַ יובל, ער זאָל זיך װאַלגערן פֿון די פֿיס, אָנרירן עמעצן מיט אַ קרום װאָרט. פֿון נעמען אַ האַק און פּלעטן יענעם דעם מוח איבער אַ גאָרניט מיט אַ ניט ― רעדט מען שױן ניט. פֿאַרשטײט זיך אַז אַזעלכעס איז מסוכּן װי קאָן מען אים לאָזן זיצן? 2( איר טענהט, אַז מ'באַדאַרף צונעמען בײַ אונדז װוּ ס'איז נאָר פֿאַראַן ערגעץ אַ שטיקל פּרנסה, װאָרעם מיר זענען צו אַ קלוג

124