מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 7

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע"שײנדל אין פֿתױלעװקע

ד

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!:

ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשוראל ― אָמן,:

וה שנית זײַ ױסן זוגתי היקרה, אַז איך זאָג עס פּאָרקעט מיך, ױיס איך װאָס איך זאָג. לאָזן די שאַרפֿע קעפּ, װאָס זיצן און שלײַפֿן זיך די מוחות אין לאָנדאָן, אױיסאַרבעטן טױזנטער טראַקטאַטן פֿון שלוסי װעל איך אַלץ טענהן מײַנס, אַז כּל־זמן איך אַלײן בין מיט זיך ניט פֿאַרטיק, איז ניט גוט ― עס װעט ניט אױסגעהאַלטן װערן! איך גײ מיר מיט מײַן גאַנג, אַז שלום, װאָס מענטשן לײגן זיך אין אים אַרײַן, איז קײן שלום ניט. מ'באַדאַרף אַלײן קומען צו דער מדרגה, אַז מ'האָט זיך ניט װאָס צו קריגן און אַז מ'קאָן אַלצדינג אױספֿירן מיט גוטן… דו װועסט מיר ניט אײַנרעדן, אַז צװײ מענטשן למשל האָבן אַ סיכסוך און אַ דריטער װעט קומען און װעט זײ כּלומרשט אוױסגלײיכן, װעלן זײ דיר זײַן צופֿרידן אַרום און אַרום און װעלן זיך צעגײן בשלום ושלװה און נאָך צעקושן זיך אין די פּיסקלעך. לאָז דער דריטער אָפּקערעװען זיך אױף אַ װײַלע נאָר און לאָזן זײ בלײיבן אַלײן, װעסטו זען ױ די צװײ װעלן זיך עס אַ ביסל אַרומנעמען ברידערלעך און װעלן זיך אײנס דאָס אַנדערע אָפּבײַסן די נעזער! ובפֿרט אַז דאָ זענען ניט קײן צװײ, נאָר עטלעכע. דער באָלגאַר דאַרף זײַן משוגע, נאַרעלע, ער זאָל דערלאָזן דעם גרעק בעל־הביתּעװען אין מאַקידאָניע, װױ אים װילט זיך, אױ װײ דאָס מאַקידאָניע! דאָס איז דאָך פֿון כמהיוכמה יאָרן געװוען אַ פֿעסל פּולװער און איז גרײט געװען אַלע מאָל אױסצושיסן מיט אַ בלוטיקער מלחמה צױשן די גוזמאי גוזמאָות פֿעלקער, װאָס דאָרטן זיצן אַחוץ טערקן האָסטו דאָרטן גרעקן, באָלגאַרןױ סערבן, אַלבאַנער, רומענער און װעמען ניט? געװײנטלעך זענען דאָרט פֿאַראַנען ייִדן אױך. אױף װאָס האָט מען געדאַרפֿט נאָך ייִדן װעסטו פֿרעגן? ― אױף פּאָגראָמען. װאָרעם למשל, װאָס װאָלט געטאָן די שטאָט סאַלאָניקע, װען דאָרט זאָלן ניט זײַן קײן ײַדן? אױף װעמען װאָלט מען געמאַכט

95

שהחײנו תּיכּף נאָכן ניצחון, װאָס גאָט האָט געהאָלפֿן מ'האָט אָפּגעהאַלטן איבערן טערק?… אַיאָ, מ'רעדט דאַכט זיך גאָר פֿון שלום ― פֿרעגט זיך אַ קשיא: װאָס איז דער שׂכל װאָס דער קעניג פֿערדינאַנד, לאָז ער מיר מוחל זײַן, ציט צונױף זײַנע סאָלדאַטן צו מאַקעדאָניע צו? און װאָס איז דער שׂכל, װאָס ער שרײַבט זיך איבער מיטן טערק בסוד־סודות ועגן שלום אַלין, גאָר אָן די איבעריקעץ באַלקאַנער קלאָפּערס? װי באַלד מ'גײט אַלע אין אײנעם, הײַנט װאָס איז שײך סודות?… צי אַ שטײגער, נעם דיר סערבן, דאַכט זיך גאָר חבֿר, פֿון דעסטװעגן האָט מען אָפּגעמאַכט מיט די גרעקן שטילערהײט ידיאחת קעגן זײער גוטן פֿרײַנד פֿערדינאַנד! הכּלל, עס קומט אױס ױ איך האָב דיר געשריבן, עס װועט זיך ערשט אָנהײבן אַ קאָכעניש צװױשן די דרי סלאַװיאַנער, אַז ס'װעט קומען צום אַרײַנטרעטן יעדער אין זײַן שטיקל לאַנד, װאָס אים דאַכט זיך אַז ער האָט דאָס אײַנגענומען מיט זײַן גבֿורה. און פֿאַר װאָס עפּעס נאָר די דרי 1 נו און װאָס הערט זיך עפּעס מיטן מלך מיקיטאַ פֿון מאָנטענעגערע? דו קערסט אַװדאי מײנען, אַז דער דאָזיקער כיטרע מלכל, װאָס האָט זיך שטילערהײט, דורך געראָטענע שפּעגעלאַציעס געמאַכט די עטלעכע גראָשנס אױף דער בערוזע װעט זיך דערמיט באַנוגענען? זײַ זיכער, אַז מיט אַ גוט־שבת אַלין װעט מען פֿאַר אים ניט יוצא זײַן. אים װעט מען אױך מוזן אָפּשטעקן אַז ניט קײן שװהכּסף, איז אַ מזומן קערבל, פּטור בלא כלום, ױ זאָגט ער, איז ניטאָ! נאָר װאַרט אױס, ביסט נאָך ניט פֿאַרטיק. דאָס זענען ערשט חתןכּלה. הײַנט װוּ זענען עפּעס די מחותּנים פֿון חתנס צד און פֿון כּלהס צד? רב פֿראַנץײוסף? רב װיקטאָר עמנואל? רב װילהעלם? הײַנט דער ענגלענדער? דער פֿראַנצױז? נו און;מיך" װוּ זענען?;אונדז" האָסטו פֿאַרגעסן 1;מיר", מײנסטו, װעלן זיך הײסט עס זיצן אָט אַזױ פֿון דער װײַטנס אױף אַ פֿרעמדער חתונה און צוקוקו ױ די מחו" תּנים עסן און טרינקען און לעבן אַ גוטן טאָג און;מיר" וװעלן זײ הײסט עס נאָר צװױנטשעװען זײ זאָלן דערלעבן איבער אַ יאָר ― האָסטו אַ גרױסן טעות! ובפֿרט אַז עס גײען קלאַנגען אַז סעזאָנאָװ זאָגט זיך אָפּ און אױף זײַן אָרט קומט אָן װיטי. אונדזער װיטי! זעסטו, דעמאָלט איז גאָר אַן אַנדער פּאָליטיקע מיט אַנדערע פּאָסטרױיקעס. װיטי, פֿאַרשטײסטו מיך, איז אַ מענטש;משלנו". ער װײס שױן יאָ װאָס איז אַ ,האָס* און אַ;בעס" און אַ אסטאָלאַזש*. ער איז דאָך עפּעס געװען מיניסטער פֿינאַנס! ער קאָן זײ אַלעמען געבן דרי אױגן פֿאָר און פֿאַרשטעקן אין גאַרטל! דאָס האָסטו דיר די מחותּנים. הײַנט װוּ זענען עפּעס כּלי"זמרים, בדחנים, שדכנים, סאַרװערס און סאַרװערינס, אונטערפֿירערס און

6

אונטערפֿירערינס, און גלאַט מקבלים, אַלערלײ געפֿאַלענע בעלי"בתּים נעבעך, װאָס מ'מוז זײ אױך עפּעס מהנה זײַן? פֿאָרט אַ שׂימחה. גאָט האָט געהאָלפֿן, מ'האָט חתונה געמאַכט דעם טערק, מ'טײילט זיך מיט זײַן פֿאַרמעגן, אַ קלײניקײט אַזאַ גדולה! אָט למשל נעם רומיניע. טאָמער ױיסטו פֿאַר װאָסערע מעשׂים טובֿים קומט איר אַ שטיקל? אַ סך פּוטער האָט עפּעס רומיניע אַרײַנגעלײגט אין דער מלחמה? פֿון דעסטװעגן האָב קײן יסורים ניט ― מישנײַדט איר אָפּ אַ היפּשן חלק פֿון דער באָלגאַרער סיליסטריע און די דאָרטיקע טערקן מיט די באָלגאַרן מיט די ייִדן גײען אַריבער פֿון באָלגאַריע צו רומיניע. שרײיען נעבעך די דאָרטיקע ייִדעלעך גװאַלד, װאָס האָט מען צו זײ? זײ װילן ניט רומיניע, זײ װילן, זאָגן זײי בעסער בלײַבן אין באָלגאַריע! װאָרעם אין באָלגאַריע זענען זי פֿאָרט געװען, זאָגן זײ, שטיקלעך מענטשן, און אין רומיניע, זאָגן זײ, זענען דאָך ייִדן און סקאָט אַלץ אײנס!.. האָט מען זײ אַפֿילו מבֿטיח געװען פֿון די ,הױכע פֿענצטער" השתּדלות מיט סטאַראַניעס מיט אַרײַנלײגעכצן.. נאָר װער ױיס עס ניט װאָס פֿאַר אַ װערט די דאָזיקע הבֿטחות האָבן, מישטײנס געזאָגט, אַז די רומיניער ייִדן אַלײן האָבן אױף פֹּאַפּיר פֿונעם בערלינער טראַקטאַט כתוב וחתום אַלע ראַװנאָפּראַװיעס און ליגן אין דער ערד נײַן אײלן, און עס העלפֿט ניט קין שמע־ישׂראל 1

נאָר דאָס אַלצדינג איז בײַ מיר דיקדוקי עניות. די אַלע באַלקאַנער קאָמבינאַציעס הײבן מיך ניט אָן צו אַרן, װאָרעם װױ איך האָב דיר שױן אױפֿגעקלערט אין מײַנע פֿריִערדיקע בריװלעך, פֿאַרלירט דורך זײ דער טערק זײער ױנציק, אדרבה, ער געװױנט נאָך דורך דעם אַ גזמא, דערמיט װאָס ער פֿאַרשפּאָרט אױסברענגען געלט אױף אױסהאַלטן אַזאַ מחנה מיט חײל און אַזעלכע מדינות, װאָס זענען פֿול מיט שׂונאים. עס קומט אױס הײסט עס, אַז מײַן עגמת־נפֿש פֿאַרן טערק איז געװען אומזיסט, אַז דו װילסט האָט אים די מלחמה מיט די באַלקאַנער געטאָן די גרעסטע טובֿה ― ער װעט זיך איצט קענען אַ ביסל אַרומקוקן בײַ זיך אין דער הײם. אין אַזיע, זען װוּ ער שטײט, ױ מען זאָגט אין אַמעריקע, מיט זײַנע ביזנעס און אַ ביסל פּאָפּראַװען די געשעפֿטן. דאָס איז יאָ, ױ מען זאָגט, אַז נאָך אַ שׂרפֿה װערט מען רײַך.. װאָס מיר פּאָרקעט ― איז אַן אַנדערע זאַך. מיר געפֿעלט ניט דאָס װאָס די קגדולים" פֿון די ,הױכע פֿענצטער? האָבן אָנגעהױבן אַרומטאַנצן אַרום אים טאַקע דאָרטן אין אַזיע גופֿא. אָט למשל נעם דעם ענגלענדער מיטן אָפּמאַך, װאָס ער האָט שטילערהײט אָפּגעמאַכט מיטן טערק װעגן דער באַן װאָס קײן באַגדאַד. דאַכט זיך, װאָס איז אַ באַן

97

קײן באַגדאַד? װינציק באַנען האָבן די ענגלענדער? איז אָבער דאָ אַזאַ פֿאַר" פּלאָנטערניש, װאָס קאָן איבערדרײען די גאַנצע פּאָליטיקע מיטן קאָפּ אַראָפּ און פֿון מײַן גאַנצער קאָמבינאַציע קאָן חלילה זיך אױסלאָזץ אַ בױדעם. װעסטו דאַך פֿרעגן, װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט די באַן װאָס קײן באַגדאַד צו מײַן קאָמבי נאַציע? באַדאַרף מען עס דיר פּאָװאָלינקע צעקײַען, זאָלסט עס פֿאַרשטײן.

די ענגלענדער מיט די קעסטלדיקע הױזן ― דאָס איז די קליגסטע אומה אױף דער גאַנצער װעלט. דורכגעטריבענע מענטשן, אױסגערײכערטע ליולקעס! קײן מאָל שלאָגן זײ זיך דיר ניט און תּמיד קריגן זײ דיר דעם גרעסטן חלק. אַז צװײ האַלטן מלחמה, שטײען זי פֿון דער װײַטן מיט די שיפֿלעך אױפֿן ים, האַלטן די הענט אין די קעשענעס און רעכענען אױס פֿון ועלכן צד קאָן זי מער בלײיבן? רײצן זײ אָן אײן צד אױפֿן צד שכנגדו און זאָגן אים צה אַז בשעת הדחק זאָל ער קומען צו זײ, װעט שױן זײַן רעכט, װאָרעם װער איז צו זײ גלײַך? ובפֿרט אױפֿן ים, װאָס דער גרעסטער פֿלאָט אין דער װעלט איז דאָך דער ענגלישער פֿלאָט.. דערנאָך, אַז עס טוט זיך דאָס רעדל אַ דרײַ איבער, און דער צד שכנגדו האָט גובֿר געוען, און מ'קאָן בײַ אים נאָך מער באַקומען, ― שלאָגן זײ בלאַט מיטן צד שכנגדו, זענען אים מבֿטיח אױך דאָס אײגענע, אַז משועט זײ דאַרפֿן זענען זײ גרײט קומען צו הילף מיט זײער פֿלאָט, װאָס איז דער גרעסטער פֿלאָט אין דער װעלט.. דאָס אַלצדינג װערט אָפּגעמאַכט כּלומרשט בסוד־סודות, נאָר אַזױ אַז די גאַנצע װעלט זאָל װיסן, בכדי צו האַלטן די גאַנצע װעלט אין דער מורא… דו פֿאַרשטײסט? דאָס װערט אָנגערופֿן ― מיט פֿרעמדע הענט פֿײַער שאַרן.. ביז אַהער האָבן זײ געטאָן װאָס זײ האָבן געקענט בכדי דעם טערק אָפּצושװאַכן. איצט, אַז די סלאַװיאַנער האָבן זיך שױן צו שטאַרק אָפּגערעכנט מיטן טערק אױפֿן באַלקאַן און ער האָט שױן געכאַפּט צו אַ גרױסע מפּלה, האָבן זיך די ענגלענדער פּלוצעם אָנגעהױבן צום געשלאָגענעם צושמײכלען, געװאָרן מיט אים קוצעניו־מוצעניו, זאָגן אים צו הלװוּת מיט גליקן ― און דער פּועל־יוצא איז ― מיציט אַ באַן קײן באַגדאַד, און חוץ װאָס מען עפֿנט זיך אַ װעג קײן אינדיע, מאַכט מען זיך פֿרײַ אין פּערסיע, און מידאַרף שױן מער ניט שלאָגן בלאַט מיט;אונדז"י װי מ'האָט געשלאָגן ביז אַהער בעת מ'האָט זיך אײַנגעטײלט מיט פּערסיע אױף דער האַלב ― אײן האַלב האָט געהערט צו זײ, די אַנדערע צו אאונדז"… און אַז זײ װוערן אָפּגעקילט צו ;אונדז", װערט אָפּגעקילט צו.אונדזי אױך דער פֿראַנצױז, װוערט שױן בטל במילא די גאַנצע מאַכערײַ מיט די צװײ;טראָיקעס* אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע:

8

,מיר" מיטן פֿראַנצױז מיטן ענגלענדער פֿון אײן זײַט, קעגן פֿראַנץײיוספֿן מיט װילהעלמען מיט װיקטאָר עמנואלן פֿון דער אַנדערער זײַט, און װי באַלד דאָס װערט בטל, קאָן מען איצט גאָר אַזױ קלוג ניט זײַן און זאָגן נביִות ― װער קעגן װעמען?… אײַ, װעסטו פֿרעגן: מיט מיר װאָס געהער זיך עס אָן? מיט מיר געהער זיך עס טאַקע ניט אָן, מיטן טערק געהער זיך עס אָבער אָן. איך האָב מורא מ'זאָל זיך ניט געבן אַ נעם צו אים דאָרטן, בײַ אים אין דער הײם, ― דעמאָלט װוערט חלילה בטל מײַן גאַנצער פּלאַן מיט אַלע גאָלדענע קאָמבינאַציעס, װאָס איך האָב פֿון זײַנעט װעגן אױיסגעאַרבעט. ער װוערט דעמאָלט אױס שפּעגעלאַנט און פֿאַרלירט די מיליאַרדן, װאָס ער װאָלט געקענט פֿאַרדינען, און דער עיקר װאָס דעמאָלט קאָן מען שױן ניט רעכענען אױף שלום, אױפֿן אמתן שלום, ױ איך מײן, אױף דעם שלום, װאָס דער נבֿיא ישעיה האָט נביִות געזאָגט ― בלאָטע! דאָס שמעקט שױן גאָר מיט דער אמתער מלחמח, װאָס די װעלט ציטערט פֿאַר איר אַזױ און װאָס מיר אַלע צאָלן פֿאַר איר גוט געלט.. װאָס מײנסטו ― אומזיסט האָט דער פֿראַנצױז געהעכערט די דינסט פֿון צױי יאָר אױף דרי? אמת, די פֿראַנצױזלעך בונטעװען זיך טאַקע, װילן ניט לײַדן נאָר װער האָרכט זײ?..

והקיצור, זוגתי היקרה, ס'איז מיר קאַלעמוטנע. אַ גאַנצע װאָך האָבן מיר זיך געגריבלט אין דער לאַנדקאַרטע, איך און כאַסקל קאָטיק. מיר האָבן נאָכ" געזוכט װוּ ליגט עס ערגעץ אָט דאָס באַגדאַד? װוּ שפּאַרט אָן פּערסיע? און ױ װײַט עס איז פֿון דאָרטן קײן אינדיע? מיר האָבן געװאָלט דערגײן אַקוראַט, װאָס פֿאַר אַ שמד־שטיק קאָן שטעקן אין דאָזיקן פֿאַרבאָרגענעם אָפּמאַך צױשן די ענגלענדער מיטן טערק? דער סוף איז געוען, אַז מיר האָבן זיך שיִער־שיִער ניט צעקריגט און גוט צעקריגט. ער װיל מיר אײַנרעדן, כאַסקל קאָטיק הײסט עס, אַז פֿאַרקערט, ס'איז גאַנץ גוט, װאָס דער ענגלענדער איז געװאָרן מיטן טערק ױ אַנדערע צװײ. װאָס איז די גוטסקײט? זאָגט ער: די גוטסקײט איז, װאָס פֿאַר די דײַטשן איז די דאָזיקע באַן אַ רעכטער קלאַפּ און מ'קאָן זיך, זאָגט ער, איבער אַזאַ זאַך צעבוצקען. און װי באַלד, זאָגט ער, די דײַטשן מיטן ענגלענדער צעבוצקען זיך, איז פֿאַרן טערק, זאָגט ער, די גרעסטע טובֿה. זאָג איך אים: מען איז אײַך מוחל די טובֿות. אַז בוצקען זיך ― לאָזן זײ זיך בוצקען, זאָג איך, דאָ, אױף דער זײַט דאַרדאַנעלן, ניט דאָרטן, בײַ אים אין דער הײם. טוט ער אַ שמײכל און מאַכט צו מיר: ייִד! װאָס איז אײַך די נפֿקאימינה? זאָג איך צו אים אױך מיט זײַן לשון: ייִד! װאָס בין איך שולדיק אַז איר פֿאַרשטײט אין

99

פּאָליטיקע אַזױ פֿיל װיפֿל אַ גױ אין חושן־מישפּט?.. װוערט ער שױן אַ ביסל ױ ברוגזלעך און מאַכט צו מיר: נו, אדרבה, אױב איר פֿאַרשטײט מער, זאָגט מיר, אפֿשר װעל איך אױך פֿאַרשטײן?,.. גײ איך און גיב אים צו פֿאַרשטײן, אַז צװײ מענטשן למשל כאַפּן זיך אָן בײַל די גאָרגלען און רײַסן זיך, איז גלײַכער זײ זאָלן זיך רײַסן אױף יענער זײַט טיר, ניט בײַ מיר, זאָג איך, אין שטוב. האָט איר עס צעקײַט, צי ער ― װאָס 1.. שטעלט ער אַװעק אױף מיר צױי אױגן און רופֿט זיך אָן: ױיסט איר װאָס איך װעל אײַך זאָגן, רב מנחם'מענדל? מיר דאַכט, אַז איר הײבט גאָר ניט אָן צו װיסן, װאָס דאָ טוט זיך? זאָג איך: פֿאַר װאָס הײב איך ניט אָן צו װיסן װאָס דאָ טוט זיך? זאָגט ער: דערפֿאַר װאָס איר פֿאַרשטײט ניט. זאָג איך: פֿאָר װאָס פֿאַרשטײ איך ניט? זאָגט ער: דערפֿאַר װאָס איר זענט אַ בהמה.. האָב איך אים אַפֿילון געװאָלט אָפּענטפֿערן באַלד אױפֿן אָרט: איר זענט אַלײן אַ גוטע בהמה. נאָר איך האָב מיך פֿאַרכאַפּט: לאָז הײַנטיק מאָל מײַנס איבערגײן. צו װאָס טוג מיר פֿאַר" קריגן מיט אַ מענטשן, װאָס װײס בײַ מיר אַלע סודות? ױ זאָגט די מאַמע רײנע: ;מיט אַ ייִדן איז גוט קוגל עסן…* איך האָב אים נאָר געזאָגט: װײסט איר װאָס, רב כאסקל? איר זענט טאַקע אַ װױלער ײָד, לאָמיך האָבן אַזאַ יאָר. נאָר לאָמיר, זאָג איך, ניט רעדן מער פֿון פּאָליטיקע. לאָמיר, זאָג איך, רעדן פֿון װאָס איר װילט, נאָר ניט פֿון פּאָליטיקע! ― ― ― זאָגט ער: מהכא"־תּיתי,. בײַ מיר האָט איר געפּועלט. גאָט האָט מיך, זאָגט עֶר, אױסגעפֿירט ביז אַהער אָן פּאָליטיקע, װעט ער מיך אױספֿירן מסתּמא װײַטער אױך.. און מיר זענען געװאָרן װידער גוטע פֿרײַנד, ױ געװען, און האָבן זיך װידער אַ מאָל צעשמועסט, און טאַקע װידער אַ מאָל פֿונעם טערק, און װױדער אַ מאָל פֿון די באַלקאַנער, און פֿון די ;הױכע פֿענצטער", און פֿון די ענגלענדער מיט זיער אָפּמאַך, און פֿון אַלע איבעריקע זאַכן, װאָס טוען זיך אָפּ איצט אױף דער װעלט סײַ בײַ זײ, סײַי טאַקע בײַ אונדז אַלײן, בײַ אונדזערע אחינו בנײישׂראל הײסט עס. נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט ― מ'דאַרף נאָך לױפֿן אױף דער פּאָסט און פֿון דאָרט אין דער רעדאַקציע זען די לעצטע שבלעצטע דעפּעשן פֿון טאָקיאָ, מ'זאָגט, דער יאַפּאַנישער מיקאַדאָ איז מסוכּן ― מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם אינעם אַנדערן בריװ װועל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות. לעת" עֹתֹּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך.

: ממני בעלך מ נחם־מעג דל

100

עיקרי־שכחתי: דאַנקען גאָט, איך בין שון פֿאַרטיק מיט מײַן שליח אױך, כ'האָב שױן געפֿונען דעם ריכטיקן פּאַרשױן, װאָס כ'װעל אים דאַרפֿן אָנװענדן צום סולטאַן. אָנגעװיזן אױף אים האָט מיר טאַקע ױדער ער, כאַסקל קאָטיק הײסט עס. און װעדליק ער זאָגט, איז אָט דער פּאַרשױן פֿאַר מיר ױ אָנגעמאָסטן, ערשטנס איז ער, זאָגט מען, אַ מענטש, װאָס לפֿני מלכים ית"

יצב, אַ מאַן, זאָגט מען, אַ געבילדעטער מיט אַ סך ױסנשאַפֿטן און אַ גוטער

פּאָליטיקער. צװײטנס איז ער, זאָגט מען, אַ הױך אָרנטלעכער מאַן ― און

=

דאָס איז דאָך בײַ מיר דער עיקר. הײַנט איז ער, זאָגט מען, אַ ברענענדיקער ציוניסט. און אַ מענטש װאָס האָט אין זיך אַ ברען, מעג ער זײַן װאָס ער װיל זיך, טױג ער צום געשעפֿט. הײַנט קאָן דאָס, זאָגט מען, שפּראַך, אפֿשר שבעים לשונות. און רעדן רעדט זאָס, זאָגט מען, פֿאַר פֿײַער און פֿאַר װאַסער, טאַקע ממש אַש־להבה! און ניט אױף אײן שפּראַך רעדט ער, נאָר אױף עטלעכע מיט אַ מאָל. דאָס הײסט הײבן הײבט ער אָן, זאָגט מען דװקא ױ אַ מענטש, אױף אונדזער לשון, אױף ייִדיש הײסט עס. נאָר באַלד טוט ער אַ שפּרונג איבער אױף רוסיש, פֿון רוסיש גיט ער זיך אַ װאָרף איבער אױף פּױלעש, פֿון פּױלעש טוט ער זיך אַ קער איבער אױף דײַטש, און פֿון דײַטש טוט ער זיך אַ װאָרף אַרײַן ‏ אין ענגלעש, ― און לאָזץ לאָזט ער אױס, זאָגט מען אַלע מאָל אױף לשןקודש אָדער גאָר אױף תּרגום אונקלוס. אױף מײַן גליק באַדאַרף ער איצט ניט זײַן אין װאַרשע, ער איז אין אַמעריקע איז ער. ער פֿאָרט אַרום, זאָגט מען איבער קאָלומבוסעס מדינה. ער ױל מאַכן די דאָרטיקע ייִדן פֿאַר ציוניסטן אַן עבֿירה די צײַט. ער זאָל מיך געװען פֿרעגן, װאָלט איך אים געוען אָפּגערעדט פֿון דער דאָזיקער נסיִעה. אין די ייִדן פֿון אַמעריקע בין איך מער קלאָר ױ אַלע. זײ פֿעלט אַזױ ציון, װױ דיר פֿעלט צײנױיטיק. מװעט אים דאָרטן פּאַטשן בראַװאָ, מאַכן קערמעשלעך )דאָרטן הײסט עס ,רעסעפּשעניס"(, טרינקען לחײם )דאָרטן הײסט עס האַלטן אַ;שפּיץ"( און װאָס דו װױלסט אין דער װעלט! און קױם װעט ער נאָר אױפֿזעצן זיך אױפֿן שיף און װעט נאָך ניט אָפּפֿאָרן אַפֿילו פֿון די ברעגעס פֿון נעװעיאָרק, אַזױ װעט מען שױן פֿאַרגעסן אָן אים מיט זײַנע רעדענישן ועגן ציון און מװועט לױיפֿן מאַכן נײַע ,רעסעפּשעניס" און האַלטן נײַע ,שפּיצן* פֿאַר די װאָס רעדן קעגן ציון.. דאָס איז אַ לאַנד! ניט אומזיסט קאָנסטו הערן דאָרטן פֿון יעדן פּעדלער:;אַמעריטשקע גנבֿ, אַ קלאָג צו קאָלומבוסן 71,, הגײל

101

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחט־ימענדל + אין װואַרשע

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַ מענטשן אַז ס'הײבט אָן צו גײן איז װי די מאַמע זאָגט: דורך טיר און דורך טױער, דורך אַ צוגעמאַכט פֿענצטער און דורך אַ שפּאַלט פֿון אַ לאָדן.. דו שטױסט זיך שױן אַװודאי װעמען איך מײן, איך מײן דאָס טאַקע אונדזער שעיה־דודס מחותּן יענקל שאַרעגראָדסקי און דעם אומגליק, װאָס אים האָט געטראָפֿן! און װער איז שולדיק, אַז ניט שעיה־ דוד אַלײן מיט זײַן קרומען קאָפּ און מיט זײַנע קלוגע עצות 1 ױ זאָגט די מאַמע: אַז ס'יאיז באַשערט אַ זעץ אין פֿלײצע, קומט דאָס פֿון אַן אײגענעם.. װעסטו האָרכן װאָס אַ ייִד קאָן!

אַז די שאַרעגראָדסקיס זענען געקומען צוריק פֿון פּײיטערבאַרג מיטן בײַטשל, ניט אױסגעפֿירט גאָרניט און נאָך געפּטרט דאָס ביסל מזומנס אױך, פֿאַלט ער בײַ זיך ניט אַראָפּ, שעיה־דוד הײסט עס, און גיט זײ אַ נײַע עצה: אַזױ ױ אַרױסשיקן פֿון דאָרף האָט זײ אַרױסגעשיקט אײגנטלעך דער אװראַדניק, ניט די גױיִם ― אדרבה, די גױיִם זענען גאָר געװען פֿאַר זײ שטאָל און אײַזן, מ'זאָל זײ ניט טשעפּען,;בא יאַנקעל ― האָבן זײ געזאָגט ― דאָברי טשולעױק, אַ יאָהאָ זשינקאַ שטשע דאָברישע", דאָס הײסט, אַז יענקל שאַרעגראָדסקי איז אַ גוטער מענטש און זײַן װײַב ― חנה־מירל ― איז נאָך אַ בעסערע.. מאָל דיר, װאָס חנה־מירלען גײט אָפּ צו גוטסקײט, זאָל דאָס מיר צוקומען. סך־הכּל האָט זי פֿאַר אַ יאָרן, אַז זי איז געקומען צו אונדז אױף יום־טובֿ, זיך געפּאַטשט מיט שעיה־דודס עלטערער שנור, עטל־בײלע, אַז די גאַנצע גאָס איז זיך צונױפֿ" געלאָפֿן. און איבער װאָס מײנסטו האָבן זײ זיך געפּאַטשט? איבער עפּעס רעכטס 1 װײס איך װאָס, איבער אַ ביכל. עפּעס אַ ביכל האָבן חנה־מירלס ייִנגלעך גע" בראַכט צו פֿירן פֿון דאָרף, אױף ייִדיש, אַ מעשׂה־ביכל, צי אַ ראָמאַנס, צי װײסט זײ דער גוטער יאָר, האָבן עס עטל־בײלעס ייִנגלעך דערטאַפּט און גע"

102