מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 4

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

4

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקו החײם והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן מזאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן,

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז איך האָף צו השם־יתברך, אַז איך װעל אין מײַן איצטיקער נײַער פּרנסה מאַכן ניט שלעכט, אָבער טאַקע גאָרניט שלעכט! דהײַנו: אַלע זענען מודה, אַז אין עניני הפּאָליטיקע האָב איך קײן עין הרע אַ קוק. איך האָב באַלד געזאָגט, אַז דער קאָמאַנדיר פֿון סקעטאָריע, אָט דער סער" פּאַשאַ, האָט פֿאַר זײַן שטיקל אַרבעט, װאָס ער האָט איבערגעגעבן דאָס שטעטל צום מלך מאָנטענעגערע קײן מזומן ניט גענומען. דאָס װאָלט שױן געװען צו גראָב. און אַגבֿ איז ער, זאָגט מען, אַלײן אַן אַדיר. מטמא געװען האָט מען אים מיט שװה־כּסף. אַ סימן האָסטו ― ס'איז דאָ אַ ידיעה, אַז אָט דער סער־פּאַשאַ האָט זיך געקרױנט אַלס מלך איבער אַלבאַניע. דאָס הײסט דער בעל־הבית איבערן דאָזיקן מדינהלע בלײַבט טאַקע ױ פֿריִער דער טערק, און ער, אָט דער פּאַשאַ הײסט עס, רעכנט זיך שנײלמלך ― אױך נישקשהדיק פֿון אַ שטרײימל! א כאָטש אַפֿילו, צװױשן אונדז רעדנדיק. איז דאָס דאָזיקע שטעטעלע, סקעטאָריע הײסט עס, ניט גרעסער פֿון אײַער כּתרילעװקע, פֿון דעסטװעגן זאָלסטו זען, װי דער זקן נעבעך, פֿראַנץײוסף הײסט עס, לײגט איַן די װעלט! הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, נאָר איך האָב מורא דער אַלטער זאָל חלילה ניט אָפּזאָגן זיך פֿון דער מלוכה, װי ער האָט עס שױן עטלעכע מאָל געסטראַשעט, ― און דאָס װאָלט געװען אַן עבֿירה פֿאַר גאָט! דו װײסט גאָר ניט, װאָס פֿאַר אַ דימענט אַ מלך דאָס איז. אַן אמתער אוחב־ישׂראל! ייִדן האַלטן פֿון אים אַן עולם־ומלואױ האָבן אים ליב, שײן צו זאָגן, דאָס חיות! קאונדזער פֿראַנץ־יספֿל* רופֿן זײ אים, פֿאַר אַ פּאָר יאָר איז דער דאָזיקער קײסער דורכגעפֿאָרן גאַליציע, געװען אין לעמבעריק. זאָלסטו הערן װאָס דאָרט האָט זיך אָפּגעטאָן! אױף די הענט האָבן אים די דאָרטיקע ייִדן געטראָגן מיט ספֿרי־תּורות געטאַנצט אין די גאָסן! אַ

62

לעמבערגער ייִד האָט מיר אַלײן דערצײלט, אַז פֿראַנץײוספֿל האָט בײַ זײ געגעסן ייִדישע פֿיש אין לעמבעריק. איך װאָלט אים ניט געגלײבט דעם דאָזיקן ייִדן, האָט ער מיר געשװױרן מיט כּל השבועות און טרערן זענען אים אַזש געשטאַנען אין די אױגן! װעסטו דאָך פֿרעגן מסתּמא, ױ באַלד אַז דאָס סקעטאָריע איז יאָ אַזױ קלײן, ניט גרעסער פֿון כּתרילעװקע, הײַנט װאָס באַדאַרף זיך פֿראַנץײוסף אַזױ אָפּעסן דאָס האַרץ און מפֿקיר זײַן זיך? באַדאַרף מען זיך קלאָר מאַכן װאָס דאָ איז. דאָ גײט ניט, פֿאַרשטײסטו מיך, אין געלט, דאָ גײט ניט אין כּבֿוד, דאָ גײט ניט אַפֿילו אין ניצחון. דאָ גײט גאָר אין עפּעס אַנדערש. עס האַנדלט זיך דאָ װעגן שכנות. אַ מלוכה באַדאַרף װיסן װעמען זי האָט פֿאַר אַ שכן. אַ שלעכטער שכן איז ערגער פֿון אַ קרענק, ױ מיר זאָגן עס אַלע אינדערפֿרי בײַם דאַװענען: ,;הצילנו משכּן דע ומפּגע דע"… נאָר כּדי דו זאָלסט דאָס נאָך בעסער פֿאַרשטײן, באַדאַרף מען דיר, זוגתי היקרה, מסביר זײַן מיט אַ משל. אַ שטײגער, לאָמיר נעמען דײַן מאַמעי דאָס הײסט די שװיגער זאָל לעבן, און איר שכן זימל דעם טוטין־שנײַדער, װאָס זיצט מיט אײַך אַ שטוב קעגן אַ שטוב און װאָס האַלט שכנים. איז כּליזמן בײַ זימלען דעם טוטין־שנײַדער אין דער חורבֿה איז געזעסן אין שכנות לאה־בײלע, איז געװען נישקשה. איז זיך אָבער מישבֿ, װעלן מיר זאָגן, זימל און װאַרפֿט אַרױס לאה־בײלען און לאָזט אַרײַן צו זיך, למשל, טשאַרנע די שװאַרצע, װאָס איז מיט דײַן מאַמען אױף מעסערשטעך, ― איז איר עפּעס גוט? ― אָט פּונקט אַזױ איז מיט פֿראַנץ־יוספֿן און מיטן מלך פֿון מאָנטענעגערע. כּליזמן אַלבאַניע איז געװען אַלבאַניע און סקעטאָריע האָט געהערט צום טערק, האָט פֿראַנץײוסף געקענט שאָפֿן רױַק. איצט אַז קײן סקעטאָריע האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אָט דער מיקיטאַ פֿון מאָנטענעגערע און אַלבאַניע װעט מסתּמא צושטײן צו די סלאַװיאַנער, איז דאָך לא ימלט, אַז אַלע סלאַװיאַנער זאָלן דער" נאָכדעם מאַכן ידיאחת דװקא מיטן טערק, אױף װאָס איך האָב שױן לאַנג אַן אױג, ― דעמאָלט איז דאָך פֿראַנץײוספֿס מדינה טאַקע אױף גרױסע צרות, װאָרעם דו דאַרפֿסט װיסן. אַז בסך־הכּל באַשטײט זײַן מדינה אױך פֿון סאַמע סלאַװיאַנער: טשעכן, רוסאַקן, קראָװאַטן, סליװוניאַקן. נו, און פּאָליאַקן זענען הינט? און װוּ זענען די באָסניאַקן מיט די הערצאַװניאַקן 1 הקיצור, סאיז אַ מדינה פֿון אַלטע, אַ געלאַטעטע, פֿון סאַמע שטיקלעך: עקודים, נקודים, ובדודים, און זי אַלע אַז זײ מאַכן ידדאחת, צענעמט מען אים דאָס חדר און ער בלײַבט אָן אַ קנעלונג. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן, אַז ער האָט באַדאַרפֿט האָבן דעם סלאַװיאַנער מלך מאָנטענעגערע אין דעם טערקישן אַלבאַניע, װי אַ לאָך אין קאָפּ?

63

נאָר װאָס העלפֿט דאָס, אַז דער האָט זיך באַזעצט אין סקעטאָריע גאַנץ ברײט" לעך, װי בי זײַן טאַטן אין װײַנגאָרטן. און עס איז אים גאָרניט אַרױסצורײכערן? אַ סבֿרה גאָר, אַז זײַן זונדל, דאַנילקע רופּט מען אים, אױך װײַזט אױס ניט קײן מלופּים־קינד, האָט שױן מכריז־און־מודיע געװען פֿאַר דער גאַנצער װעלט, אַז מהיום והלאה איז סקעטאָריע די הױפּטשטאָט פֿון מאָנטענעגערע ― און גײ, הײסט עס, רוף אים קנאַקניסל! אַװדאי אַרבעט איצט פֿראַנץײוסף מעשׂים, געװאַלדעװעט און טענהט: היתּכן? הישמע כּזאת? שרײַבט נאָטעס צו אַלע מלבים, אַז מ'זאָל זען מוסר־ידיעה זײַן דעם מיקיטאַ פֿון מאָנטענעגערע, ער זאָל למען־השם װאָס גיכער אָפּרײניקן סקעטאָריע, אַניט עט זיך טאָן חושך!

זאָגן די מלכים, װאָס קאָנען זײ טאָן, אַז ער זיצט שױן דאָרטן? סײידן אַראָפּשלעפּן אים ױ יענעם חזן אין אײנעם מיטן עמוד? ― דו פֿאַרשטײסט װאָס דאָ טוט זיך { אַ סבֿרה, נאַרעלע, אַז דאָס אַלצדינג איז געטאָן געװאָרן על־פּי הסכּמה פֿונעם טערק. דער פֿעטער ישמעאל האָט זיך גאָר מחיה געװען, הײסט עס, װאָס אַלבאַניע און מאָנטענעגערע פֿון אײן זײַט און זײַן גענעראַל סער־פּאַשאַ פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן צװישן זיך געשלאָסן אַ געשעפֿטל ― און דער סער" פּאַשאַ האָט דאָס טאַקע געטאָן װי אַ חכם, װאָרעם אַחוץ װאָס ער האָט זיך פֿאַר" זאָרגט מיט כּבֿוד און מיט פּרנסה ― אַ קלײניקײט שני־למלך? ― האָט ער נאָך די גאַנצע משפּחה זײַנע גליקלעך געמאַכט. מ'שרײַבט, אַז ער האָט שױן צױי פֿעטערס נאַזנאַטשעט פֿאַר גובערנאַטאָרן אין אַלבאַניע אין צװײ שטעט, איך האָב פֿאַרגעסן די נעמען זײערע ― מ'קאָן זיך דען אָנגעדענקען? נו, און װי באַלד די פֿעטערס, װעלן שױן מסתּמא די פּלימעניקעס מיט די שװעסטערקינדלעך אױך ניט נאַרן זיך… אײַ, װועסטו דאָך פֿרעגן:;װאָס האָט דאָ דער טערק געפּועלט?* גאָרניט מיט גאָרניט, ניט מער, ער טראַכט זיך:;שלאָגט אײַך, קינדערלעך, קאָפּ אָן קישן, רײַסט אײַך בײַ די שלײערס, אַבי מיך לאָזט צו רו".. אַ חידוש איז מיר נאָר אױף די הױכע פֿענצטער, ױ האָבן זײ דאָס דערלאָזט? װוּ זענען געװען יענע שאַרפֿע קעפּ. װאָס זיצן און שלײַפֿן זיך די צינגלעך אין לאָנדאָן? איך האָב מורא, אַז די שאַרפֿע קעפּ האָבן פּלאַטשיקע מוחות און ניט אַזױ פּלאַטי שיקע מוחות, װױ קאַלטע לונג־און־לעבערס, װאָרעם װי קאָן מען אײַנזיצן אין אַואַ צײַט און װוּ זענען געװען זײערע אױגן? איצט זיצן זײ און קראַצן זיך די ליסינעס: זי האָבן זיך ניט גערעכנט, זאָגן זײ, אױף אַזאַ קאָמבינאַציע, אַז שׂונאים הײסט עס, װאָס זענען גרײט אײנס דאָס אַנדערע אָפּבײַסן די נעזער, װעלן גאָר נעמען און מאַכן צױשן זיך געשעפֿטלעך מיט קאָמבינאַציעס!.. הערסטו, זוגתי

64

היקרה, גאָט זאָל מיר טאַקע אַזױ העלפֿן באמת, ױ איך האָב דאָס אײגענע מהרהר געװען נאָך פֿריִער, אַז ניט נאָר מיקיטאַיניקאָלאַי דער מלך פֿון מאָנ" טענעגערע, נאָר אַלע סלאַװיאַנער זאָלן,. אײדער אױסברענגען אַזױ פֿיל מיליאָנען און אײדער פֿאַרגיסן אַזױ פֿיל בלוטי בעסער אָפּמאַכן מיטן טערק, און אײנס מיט דאָס אַנדערע מיט גוטן; מיט גוטן װעט מען אַלע מאָל מאַכן בעסער, און מיטן טערק קאָן מען מאַכן אַלצדינג: ער איז אַ סוחר, פֿאַרשטײסטו מיך, ער קומט אַרױס פֿון ישמעאלן, און די ישמעאלים, ױ מיר װײסן עס פֿון חומש, זענען פֿון תּמיד אָן געװען סוחרים… איך האָב אַן עדות האָב איך, טאַקע באַסקל קאָטיק, װאָס איך האָב דיר געשריבן. איך האָב אים וױפֿל מאָל געזאָגט:;רב כאַסקל, זאָג איך אים, ואַרפֿט אַװעק, זאָג איך, אײַערע נאַרישקײטן )ער פֿאַרנעמט זיך מיט דעם אײגענעם װאָס איך, מיט שרײַבערײַ הײסט עס: רק ער שרײַבט ניט קײַן פּאָליטיקע, ער שרײַבט נאָר ביכער שרײַבט ער(, לאָמיר זיך בעסער געבן אַ נעם, זאָג איך, צו דער מלחמה, װעלן מיר בעסער מאַכן!*… קוקט ער מיך אָן ױ אַ משוגענעם,;װאָס פֿאַר אַ שײיכות, זאָגט ער, האָבן מיר, ייִדן, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט שרײַבערײַ, צו דער מלחמה/* זאָג איך אים:;מיר אַלײן, זאָג איך, האָבן אפֿשר טאַקע קײן שײַכות ניט, נאָר, זאָג איך, אַז מיר זאָלן װעלן, זאָג איך, קאָנען מיר, זאָג איך, האָבן אַ שטאַרקע שײַכות", און איך גײ און לײג אים אױס ױ אױף אַ טעלער און גיב אים צו פֿאַרשטײן, אַז די מלחמה פֿירט זיך ניט גוט, אַז פֿון דער מלחמה. הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, װעט קײנעם קײן גוטס ניט אַרױס, נאָר ערגער פֿון אַלע װועט מאַכן דער טערק, דער שלימזל. און איבער װאָס? נאָר איבער דעם, װאָס ס'איז ניטאָ קײן רעכטער מעקלער. צו שפּעט בין איך אַהער געקומען פֿון אַמעריקע! צו שפּעט האָב איך מיך אַ נעם געגעבן צו מײַן נײַער פּרנסה, צו פּאָליטיקע! מיט אײנע דרײי־פֿיר חדשים פֿריִער װען איך קום צו פֿאָרן ― טעיטע־טע! גלײב מיר, זוגתי היקרה, בנאמנות, איך בין ניט משוגע. דו קענסט מיך, דאַכט זיך, ניט פֿון נעכטן, אַז איך בין ניט קײן באַרימער ױ אַנדערע, װאָס איך זאָל מיך גײן אױסשטעלן פֿאַר דיר און זאָגן אַזאַ נאַרישקײַט, אַז װען איך, מנחם־מענדל, מיש מיך אַרײַן אין דער מלחמה. װאָלט די װעלט געװען אַן אַנדער װעלט און די לאַנדקאַרטע װאָלט באַקומען אַן אַנדער פּנים. נײן! די װעלט איז זיך אַ װעלט און די לאַנדקאַרטע אין אַ לאַנדקאַרטע. נאָר װאָס דען? דײַן מאַן װאָלט איצט געקאָנט פֿאַרמאָגן, הערסטו, דרײַ מױערן אין מיטן װאַרשע!.. נאָר מײן ניט פֿון דעסטװעגן, אַז שױן אַן עק, פֿאַרפֿאַלן די קו מיטן שטריקל. האָב צײַט, װעסט נאָך אם־ירצה־השם הערן פֿון מיר און אפֿשו

5

נאָך גאָר אין גיכן אַזעלכע זאַכן, װאָס דײַנע כּתרילעװקער האָבן עס אַפֿילו אין חלום ניט געזען! איך טראָג מיך אַרום, װי איך האָב דיר שױן געהאַט געשריבן, מיט אַ גוזמא קאָמבינאַציעס, נאָר אײן קאָמבינאַציע איז דאָ בײַ מיר אַזעלכע, װאָס איך טאָר דיר נאָך דערפֿון ניט שרײַיבן, טאָמער חלילה כאַפּט דאָס עמעצער איבער און גיט דאָס אַרױס פֿאַר זײַנעם. אַזעלכע זאַכן האָבן זיך שױן געטראָפֿן ניט אײן מאָל. סײַ אױף דער בערזע, סײַ אין דער פּאָליטיקע. מענטשן זענען אומעטום להוט נאָכן קערבל. אַז ױטי איז געפֿאָרן דעמאָלט צו רװזענװעלטן מאַכן דאָס געשעפֿט צױשן דעם פֿעטער פּיני מיט דער מומע ריזי, האָט ער אױך געהאַלטן מױל, אַ רענדל אַ װאָרט… איז אײן מאָל אַװעק. והשנית איז דאָ נאָך אַ צרה ― דאָס לשון! איך בין געהרגעט אױף דער שפּראַך. אַחוץ אונדזער ייִדיש קען איך דאָך ניט קײן אַנדערע שפּראַך ― מ'האָט מיך ניט געלערנט, אױ, הלװאַי װאָלט איך אױפֿן אָרט פֿון דער גמרא מיטן תּוספֿות מיטן מהרש"א מיטן מהר"ם שיף בעסער געלערנט פֿראַנצײיזיש און כאָטש אַ קאַפּעלע טערקיש, װאָלט איך שױן איצטער געהאַלטן װײַט־:װײַט אין דער שמונה־עשׂרה! זוך איך אַצינד אײנעם אַזעלכן, װאָס פֿאַרשטײט אָט די בײדע לשונות, ער װאָלט געהאָט בײַ מיר אַ פֿײַנעם חלק, און אפֿשר טאַקע אַ גלײַכן חלק מיט מיר. עס װועט אם" ירצה־השם קלעקן, װי איך האָב דיר שױן געשריבן, פֿאַר אַלעמען. איז אָבער ניט צו קריגן אַזעלכע אין װאַרשע מיט ליכט! אַזעלכע װאָס פֿאַרשטײען אַ ביסל פֿראַנצײיזיש קאָן מען נאָך געפֿינען. נאָר טערקיש ― ניט אַ לעק! איך האָף אָבער צו גאָט, אַז איך װעל מסתּמא יאָ געפֿינען. מ'באַדאַרף אַ זוך טאָן צװױשן די צִיןניסטן, װאָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ציוניזם ― זײ באַדאַרפֿן װיסן,. װוּ מ'געפֿינט אַזעלכן. נאָר דערװײַל באַדאַרף מען גײן צו דער אַרבעט. און מחמת איך האָב קײן צײײַט ניט ― מיר זענען דאָ פֿאַרנומען, אַלע מענטשן פֿון דער רעדאַקציע, מיר האַלטן בײַ פֿאַרגרעסערן אונדזער גאַזעט ― מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות, לעת־עְתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. זײַ געזונט. קוש די קינ" דער שיחיו, גריס דער שװיגער שתחי“ און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. ממני בעלך מנ ח ם ־ מע נדל.

צעיקר־שכחתי: געדענקסט, איך האָב דיר געהאַט געשריבן װאָס כאַסקל קאָטיק האָט מיר געהאַט געזאָגט ועגן די װאַרשעװער ייִדן! קגיכער, זאָגט ער, װעט איר דורכפֿירן, רב מנחם־מענדל, אײַער גרױסן פּראָיעקט מיטן

6

טערק, זאָגט ער, אײדער איר װעט פּועלן בײַ אַ װואַרשעװער ייִדן, זאָגט ער, אַז ער זאָל זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן פּראָשע פּאַנאַ*… װעסטו הערן אַ שײנס, װאָס װאַר" שעװער ייִדן קענען! פֿאַראַן דאָ אַ קלוב פֿון פּריקאַזשטשיקעס, פֿון ייִדישע פּרי" קאַזשטשיקעס. װאָס הײסט אַ קלוב פֿון פּריקאַזשטשיקעס 1 ייִדישע פּריקאַזשטשײ קעס הײסט עס קלױבן זיך צונױף אױף דער נאַכט, אַז מ'פֿאַרשליסט די קלײטן, אַלע אין אײנעם און מ'רעדט. מ'רעדט, מ'לײענט אַ בלאַט צײַטונגי מ'כאַפּט אַ קערטל, ― אָט דאָס הײסט אַ קלוב. און איטלעכער קלוב. דאַרפֿסטו װיסן, האָט זיך, װי יעדע חבֿרה, זיַן פּינקס מיט זײַנע תּקנות, מיט זײַנע גבאָים, ― אַלץ ױ עס קער צו זײַן. דערװײיל זענען זיך מישבֿ די חבֿרה פּריקאַזשטשיקעס און מאַכן אַן אַסיפֿה און מען הײבט אָן צו באַקלערן: קרבותים! אױף װאָס פֿאַר אַ לשון באַדאַרפֿן מיר, ייִדישע פּריקאַזשטשיקעס, רעדן אין אונדזער ײַדישן קלוב?* װערט אַ געלעכטער:;װאָס הײסט אױף װאָס פֿאַר אַ לשון? געױינטלעך אױיף פּױלעש!*,. ,פֿאַר װאָס עפּעס אױף פּױלעש? און פֿאַר װאָס עפּעס געױינטלעך? פֿאָר װאָס ניט אױף רוסיש?* קאַזױ, װאָרעם רוסיש איז ניט פּױלעש און פּױלעש איז ניט רוסיש!* בקיצור, פּױלעש רוסיש, רוסיש פּױלעש, ― ביז עס כאַפּט זיך אַרױס אײנערי אױך אַ פּריקאַזשטשיק 1 אייִדן! פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט רעדן גאָר אױף ייִדיש? מיר זענען קײן ייִדן ניט?* איז געװאָרן אַ געװאַלד מיט אַ גע" פּילדער:;ייִדיש? זשאַרגאָן? פֿע! לא יזכר ולא יפּקד /* ― און ס'איז אָנגענומען געװאָרן פּה אחד, און ס'איז באַשאַפֿן געװאָרן אַ פּונקט, און ס'איז אַרײַנגעשריבן געװאָרן אין פּינקס לזכרון: ,היות כפֿי מיר, חבֿרה ייִדישע פּריקאַזשטשיקעס רק"ק װאַרשע, האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אין אונדזער קלוב בשנת תרע"נ לבריאת העולם און ניט געקאָנט אױסגלײַכן זיך אױף װאָס פֿאַר אַ לשון מיר זאָלן רעדן, לכן איז געבליבן בהסכּם כולם און ס'איז אױסגעאַרבעט געװאָרן אַ תּקנה, אַז אין אונדזער קלוב קאָן זיך איטלעכער רעדן אױף װאָס פֿאַר אַ לשון ער װױל; אױף פּולעש, אױף רוסיש, אױף דײַטש, נאָר ניט איף ייִדיש. און באַם, ער עס װעט עובֿר זײַן אױף דער תּקנה און װועט רעדן חלילה אױף ײִַדיש, זאָל מען אים טאָן װאָס די פּאָליאַקן טוען ― מען זאָל אים בױקאָטעװען, דאָס הײסט, ער קאָן זיך רעדן פֿון הײַנט ביז מאָרגן צעזעצטערהײט, זאָל מען אים ניט ענט" פֿערן קײנער דאָס צװײטע װאָרט ― והכל שׂריד וקים.." הנ"ל עיקרישבעיקרישכחתי: בה הרגע האָט מען מקבל געוען אַ ידיעה, אַז מיקיטאַ האָט פּלוצלונג באַשלאָסן אָפּצוטראָגן זיך פֿון סקעטאָריע. דו קענסט זיך, זוגתי היקרה, פֿאָרשטעלן װאָס פֿאַר אַ רעש דאָס האָט בי אונדז געמאַכט, הנ"ל

67

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחס־מענדל אין װואַרשע

2

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער, צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז איך האָב דערהאַלטן פֿון דײַנע לײַט װידער אַ מאָל אַ הונדערטער, איצטיקס מאָל שױן ניט קײן גאַנצן, נאָר אַ צעביטענעם, און װידער אַ מאָל אָן אַן אײַנגעטונקטע פּען, כאָטש צװײ װערטער מ'זאָל דאָס צושרײַבן, כאָטש פֿון יוצא װעגן, ― איז אױך ניט. צי מ'האָט טאַקע אַזױ קײן צײַט ניט, װי די מאַמע זאָגט: ,מ'שלאָפֿט אין שלײער"? צי אפֿשר שטײט ניט אָן דעם טאַטן זײערן מײן ייִחוס? װײס איך ניט. אַז מיר װעלן זיך אױסרעכענען, בין איך נאָך אפֿשר אַזאַ טאַטנס קינד ױ זײ… און װוײַטער, מענדל, שרײַב איך דיר, אַז איך האָב מיך נאָכגעפֿרעגט דאָ בײַ די יונגע־לײַט, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין זאַך אָט די איצטיקע פּרנסה רײנע, דײַנע שרײַבעכצן ― האָבן זײ מיר דערפֿון געמאַכט גאָר אַ גאַנצן צימעס. זײ זאָגן, אַז גאַזעטן איז הײַנט די בעסטע פּרנסה און אַז דײַנע לײַט, װאָס דו שרײַבסט בײַ זײ אין זײער גאַזעט, גײען גאָר אין גאָלד, זענען מאסף ממון, װאָרעם דער גאַזעט, זאָגן זײ, איז הײַנט נײטיקער פֿון אַלצדינג, אַפֿילו פֿון עסן. ,מיר ועלן זיך אײַך אָפּזאָגן, זאָגן זײ, אין דער פֿרי פֿונעם גלעזל טײ, נאָר דער גאַזעט, זאָגן זי דאָס מוז זײַן! און װער שמועסט, זאָגן זײ, אַז עס קומט אָן דער פֿרײַטיקדיקער גאַזעט און מען װײסט, אַז עס דאַרף זײַן אײַער מאַנס אַ בריװל, איז דעמאָלט, זאָגן זײ, גאָר אַ גאַנצער יום־טובֿ!*… ױ באַלד אַזױ, מענדל, אַז דו ביסט יאָ, װי זאָגט די מאַמע, אין פֿעדערן, פֿאַר װאָס זאָלסטו ניט זען אָפּלעקן בײַ זײ אַ בײנדל? למאַי זאָלסטו האָבן אַ טבֿע אַלע מאָל זיך פֿאַרלאָזן אױף יענעמס יושר? זאָגסט דאָך אַלײין, אַז דאָס אַמעריקע, פֿאַרברענט זאָל עס װערן, האָט דיך אַזױי אױסגעצװיטשעט, אַז דו גלײבסט שױן גאָר הײַנט קײנעם ניט אױף נאמנות, הײַנט ױ קומט דאָס זאָלסט זיך לאָזן מעלקן ױ אַ ציג אין די נײַן טעג? געשריבן װאָלט איך זײי? אַ קדחת װאָלט איך זי אָפּגעשריבן! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין

8