מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 3

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחס־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

3

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי,

רא שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ װױסן, זוגתי היקרה, אַז דאָס עגמת־נפֿש װאָס איך האָב פֿונעם טערק איז אֵין־לשער! ממש איך עס ניט, איך שלאָף ניט, איך גײ אַרום אָן אַ קאָפּ, מ'האָט זיך גענומען אױף אונדזער פֿעטער ישמעאל נעבעך, מװױל אים דערגײן די יאָרן! שטעל דיר פֿאָר, אַזן דאָס סקעטאָריע, װאָס איך האָב דיר געשריבן װעגן דעם, אַז די גאַנצע װעלט שטײט און קוקט אַרױס װאָס װעט זײַן מיט דעם, אַז דאָס דאָזיקע סקעטאָריע איז געפֿאַלן! און װער מײנסטו האָט דאָס אײַנגענומען? דװקא דער מלך ניקאָלאַי פֿון מאָנטענעגערע. עפֿעס טאַקע נאָר משיחס צײַטן און גענוג! אַ מלך, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, װאָס באַדאַרף הײצן די הרובע בײַם טערקישן סולטאַן, זאָלסטו זען װױײ שׂרים און מלכים זענען געשטאַנען און געבעטן זיך בײַ אים, װױ מ'בעט זיך בײַ אַ גזלן פֿריַער מיט גוטן:;צו װאָס טױג דיר סקעטאָריע? צו װעלכע גוטע יאָר דאַרפֿסטו עס? נעם בעסער אין יד אַרײַן עטלעכע מיליאָן אָפּטרעטגעלט כּליזמן מ'נותנט, װעסטו בעסער מאַכן, װאָרעם די הױכע פֿענצטער װעלן ניט דערלאָן, אַז אַ קלײן מלוכהלע װװי מאָנטענעגערע זאָל זיך חלומען גאָר שטעט חרובֿ צו מאַכן מיט מדינות אײַננעמען, מיט נאָך אַזעלכע זאַכן..* אַ קוק געטאָן אַז מיט גוטן העלפֿט ניט, האָט מען אָנגעהױבן מיט בײזן, געשריבן נאָטעס, אַרוסגעשטעלט אױף די ברעגעס פֿון אַלבאַניע, װױ איך האָב דיר שױן געהאָט געשריבן, עטלעכע פֿײַנע שיפֿלעך מיט האַרמאַטן. הקיצור, ער איז ױיכער געװאָרן, דער מלף פֿון מאָנטענעגערע, און גענומען זיך דינגען פֿאַרן מקח, אַ רענדל אַראָפּ. אַ רענדל אַרױף, און עס האָבן אָנגעהױבן פֿליִען דעפּעשן, אַז עס האַלט שױן טאַקע בײַ 20 מיליאָן, נאָר ער װיל 24! דערנאָך איז געװען אַ סלוך, אַז אַפֿילו ניט קײן 20 מיליאָן און אַפֿילו ניט קײן 15 ― מ'װועט דאָס מאַכן װועלועלער, ―

9

אַזױ לאַנג אַזױ ברײט ביז פּלוצעם איז אָנגעקומען די גוטע ידיעה, אַז סקע" טאָריע איז געפֿאַלן און אַז דער מלך פֿון מאָנטענעגערע איז אַרײַן אַהין צו צו מיט אַלע פּרינצן און מיטן גאַנצן קנאַק! װועסטו דאָך מײנען מסתּמא, אַז דאָס איז מי יודע װאָס פֿאַר אַ גיבור, אָדער ער פֿאַרמאָגט אַזױ פֿיל חײל, אָדער

געלט אַ סך? ― הערסטו! אָט דאָס איז דער פֿאַרדראָס, װאָס אַליײן איז ער, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס! דאָס פֿאָלק פּגרט, זאָגט מען, דרײַי מאָל אַ טאָג פֿון הונגער אַחוץ װעטשערע, און די סאָלדאַטן גײען אָן פּאָדעשװעס, האָבן אַ פֿײַג און ניט קײן קױלן אױף צו שיסן, און װען ניט ,;מיר?* זאָלן געװען, צװישן אונדז רעדנדיק, אונטערשמעלצן באַצײַטנס מיט אַ ביסל ברױט אױף צו אַכלען, מלבושים אױף צו טראָגן, הײצונג אױף צו הײצן און קױלן אױף צו שיסן, װאָלט ער שײן אױסגעזען צױשן די פֿעלקער!. און איצט אַז די באַלקאַנער זענען אַרױס אַקעגן טערק מיט מלחמה האָט דער מיקיטאַ־ניקאָלאַי געמאַכט מיט זײ ידיאחת און אין דער ערשטער אַרױסגע" שפּרונגען אין אַ פֿינצטערער נאַכט קעגן טערק, גאָר ניט צו זאָגן עמעצן אַ שלעכט װאָרט, כאָטש פֿון די הױכע פֿענצטער האָט מען אים נאָך דעמאָלט מוסרמודעה געװען, ער ער זאָל ניט זײַן קײן קופֿץ בראָש.,. מיקיטאַ, מײן איך ניקאָלאַי איז אָבער ניט אַזאַ גױ, װאָס שרעקט זיך איבער פֿאַר אַזעלכע זאַכן. אין דער צײַט װען די;שאַרפֿע מוחות" זענען געזעסן אין לאָנדאָן און פֿון די הױכעצ ‏ פֿענצטער האָט מען געשריבן נאָטעס, האָט ער זיך דערװײַלע געגריבלט און. געגריבלט ביז ער האָט זיך דערגריבלט ― און איצט איז ער אױפֿן פֿערד!. אַװדאי איז דאָס פֿאַרן זקן פֿראַנץײוסף אַ פּאַטש אין פּנים! אַװדאי װועט דער אַלטער ניט שװײַגן און װעט זיך געבן אַ נעם צו די סערבן. פֿאַר װאָס עפּעס צו די סערבן? װאָרעם װען ניט די סערבן װאָלט מיקיטאַ, מײן איך ניקאָלאַי שױן ניט אָנגעזען סקעטאָריע! כאָטש אַפֿילו די לצני הדור מורמלען אונטער ― און איך האָב מורא אַז ס'איז אמת ― אַז גאָר ניט די סערבן האָט ער צו פֿאַרדאַנקען נאָר די טערקן אַלײן, דאָס הײסט דעם טערקישן קאָמאַנדיר פֿון סקעטאָריע, רב סער־פּאַשאַ, אַ סבֿרה, אַז דעם דאָזיקן סער־פּאַשאַ האָט מען מטמא געװען מיט אַ גראָבס אָדער מיט עפּעס אַנדערש און ער האָט אַלין אַװעקגעגעבן מיקיטאַן די שטאָט סקעטאָריע, מיט הכּל מכּל פֿלעקל, אָפּגעמאַכט ידיאחת מיט מיקיטאַן האָט דער דאָזיקער סער־פּאַשאַ אַ קאָמאַנדעװע געגעבן צו זײַנע טערקישע סאָלדאָטן: ,נאַ ליעװאָ קרוגאָם", דאָס הײסט, זײ זאָלן זיך אױסקערעװען מיטן פּנים צו מיזרח־זײט, און דער שׂונא זאָל געבן אַ שאָס פֿון מערבזײַט ― אײנס

50

צװײ דרײ און פֿאַרטיק! אַװדאי קאָן מען מיט אַזאַ שיסן זײַן אַ בריה אַ קנאַקער! אױף אַזאַ אופֿן װאָלט איך געקאָנט אײַננעמען די גאַנצע װעלט. דאָס הײסט, לאָז די װעלט אױף אַ װװײַלע זיך אַװעקשטעלן מיטן פּנים צו מיזרחזײַט און איך זאָל געבן אַ שאָס אױס פֿון מערבֿ־זײט, איז די װעלט מײיַנע.. שײן, מאָל דיר, איז דאָס ניט פֿון סער־פּאַשאַס זײַט, און מ'זאָל זאָגן ערלעך ― אַװודאי ניט, און פֿאַר די סלאַװיאַנער, װאָס שרײיען און פּילדערן און לײגן אײַן די װעלט, אַז דאָס האָבן זײערע בראַטשיקעס מיט זײער גבֿורה אײַנגענומען די באַרימטע שטאָט, איז דאָס אױך עפּעס ניט אַזױ דאָסיק, ױ זאָגט די מאַמע רײנע: שזױיץ די נאָז און שמיר דאָס פּנים.. רב סעדיפּאַשאַ פֿאַרענטפֿערט זיך אַפֿילו, אַז ס'איז ניט אַזױ די מעֲשׂה. אמת, זאָגט ער, די מאַנטענעגערער האָבן דאָ קײן גרױסע גבֿורות ניט באַװין,. דאָס האָט ער אַלײן, זאָגט ער, זײ צוגעהאָלפֿן, כּמעט מיט גוטן זי געעפֿנט די טױערן פֿון שטאָט. נאָר ער איז, זאָגט ער, ניט שולדיק. שולדיק זענען, זאָגט ער, די בעלי"בתּים פֿון שטאָט, זײי האָבן אים, זאָגט ער, געצוװװנגען, בעל־כּרחו הײסט עס, ער זאָל זיך אונטערגעבן דעם שׂונא, װאָס האָט ער געקאָנט טאָן, זאָגט ער, אַז די בעלי־בתּים אַלײן זענען מרוצה?. נאָר װװי אַזױ די מעשׂה איז דאָרטן געװען, צי אַזױ, צי אַזױ, דער זקן פֿראַנץ" יוסף װועט דאָס ניט פֿאַרשװײַגן און דאָס פֿאַלן פֿון סקעטאָריע װעט גלאַט ניט אָפּלױפֿן, און װי באַלד ער װעט אַרױס מיט מלחמה, װעלן;מיר" אױך מסתּמא ניט שװײַגן,. װאָרעם מיר זענען דאָך פֿאַר די סלאַװיאַנער, װעלן מיר קעגן אונדזער אײגענעם רצון מוזן אַרױסטרעטן קעגן אונדזער אַלטן פֿרײַנד, קעגן דעם זקן פֿראַנץדיוסף הײסט עס. אַ ברירה װעלן מיר האָבן? און ױ איך האָב דיר שױן געהאַט געשױבן אין פֿריִערדיקע בריו, װװוײַזט אױס אַז ער, פֿראַנץײוסף הײסט עס, שרעקט זיך ניט איבער פֿאַר אונדז, װאָרעם ער איז ניט אײנער אױפֿן יריד. זײ זענען, פֿאַרשטײסטו מיך, זאַלבע דריט. דאָס הײסט אױף זײַן זײַט איז קידע־דײַטש און דער איטאַליענער װױיקטאָר עמנואל, טאַקע מיקיטעס, ניקאָלאַיס הײסט עס אַן אײדעם. אײַ מיר האַלטן דאָך מיטן שװער, מיט מיקיטען, הײַנט ױ קען דער אײדעם זײַן אַקעגן? דאָס זאָלסטו ניט פֿרעגן בשעת מלחמה קוקט מען ניט, אַ שוער, אַן אײדעם. מעג זײַן אַן אײגענער ברו" דער און אַפֿילו אַ טאַטע. ,האַנדלשאַפֿט איז קײן ברודערשאַפֿט?. נאָר װי די מעשׂה איז, אַז די דרײַ, פֿראַנץײוסף, װיקטאָר עמנואל און רב ױלהעלם מיט די װאָנצעס װעלן געבן אַ גײי אַרױס קעגן אונדז, קאָן פֿאַרקילט װערן אינעױיניק… פֿון דעסטװעגן,. זוגתי היקרה, באַדאַרפֿסטו זיך ניט שרעקן ― מיר

51

זענען חלילה אױך ניט אַלײין אױפֿן יריד. װױ איך האָב דיר שױן געשריבן זענען מיר אױך זאַלבע דריט. אױף אונדזער זײַט האָבן מיר, דאַנקען גאָט, דעם פֿראַנצױז ― דאָס איז אונדזער געשװױרענער יריד נאמן, לאָז איך עס פֿאַרמאָגן אַ צענט חלק, װאָס מיר זענען אים שולדיק ― און אַ סברהי אַז אַחוץ דעם פֿראַנ" צױז האָבן;מיר" נאָך דעם ענגלענדער אױך, דו פֿאַרשטײסט? ,מיר" האָבן זיך באַװאָרנט סײַ אױף דער יבשה און סײַ אױפֿן ים. װאָס דען האָסט דו גע" מײנט? אונדזערע דיפּלאָמאַטן זענען שױן גאָר בהמות? הקיצור, דאָ קאָן אַרױסשפּרינגען אַזאַ מלחמה, און עס קאָן זיך פֿאַרקאָכן אַזאַ חתונה, סזאָל זײַן צו זינגען און צו זאָגן!,. פֿאַרן טערק, קאָן זײַן, װאָלט דאָס אפֿשר געװען די גרעסטע טובֿה, װאָרעם בשעת חדװה חדװתא, עס װאָלט שױן אַלעמען פֿאַרגאַנגען אַזעלכעס, אַז מװואָלט אין אים פֿאַרגעסן.. נאָר צוריקשמועסנדיק, װאָס איז דער תּכלית? אָט דערױף האָבן מיר אַזױ פֿיל געהאָרעװעט, מיר זאָלן זיך אַלײין בידים נעמען און מאַכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע אַ תּל? װאָס זענען מיר, װילדע חיות, צי מענטשן? מאָל דיר, עס װעט דערצו אַזױ גיך ניט דערגײן דער אַלטער זקן, פֿראַנץ־יוסף מײן איך, זאָל מאַריך:ימים"ושנים זײַן, כּל־זמן ער לעבט װעט ער דערצו ניט דערלאָזן. אײַ װאָס מיקיטאַ האָט זיך אַרײַנגערוקט. ױ אַ קלין אין סקעטאָריע? איז טאַקע ניט גוט ― און װעמען? אַלץ אים, דעם טערק הײסט עס. אַן אומגליק האָט זיך גענומען אױף דעם קראַנקן מענטשן! איובֿס צרות! װער עס האָט גאָט אין האַרצן, דער נעמט, דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָט געמאַכט טאַקע דער זקן זאָל מאַריך:ימים־ושנים זײַן, רב פֿראַנץײוסף אַלײן, װאָס האָט געגעבן אַ שנײַד אָפּ צו זיך באָסני מיט הערצעגאָװינע. דערנאָך דער איטאַליענער מיט זײַן טריפּאָליס. איצט די באַלקאַנער חבֿרה־לײַט: דער ― אַדרינאָפּאָל, דער ― קריט, דער ― סקעטאָריע ― מי יודע, װאָס װעמען עס קאָן זיך נאָך פֿאַרװעלן מאָרגן?… אָט שמועסט מען נאָך, אַז דער ענגלענדער שמײכלט צו מצרים, דער דײַטש שאַרפֿט די צײן אױף ארץײשראלי דער פֿראַנ" צױז האָט שױן לאַנג געלײגט די האַנט אױף טוניס. נו און מיר װעלן קוקן הײסט עס װװי אַלע נעמען און װעלן שװײַגן? סיזאָנאָװ הײסט עס, איז עפּעס אַ ייִנגעלע צי װאָס? אַחת לאחת, דערװײַלע בלײַבט דער פֿעטער ישמעאל אָן אַ קנעלונג, און איבער װאָס? נאָר איבער דעם, װאָס ס'איז נישטאָ, װױ איך האָב דיך שױן געשריבן, קײן מתּװך, קײן מעקלער הײסט עס. אַ מעקלער פֿעלט דאָ. אַ רעכ" טער מעקלער, װאָס זאָל האָבן אין זיך גלײַכע געדאַנקען מיט קאָמבינאַציעס. למשל, אָט האָב איך אַ קאָמבינאַציע, און ניט אײנע נאָר עטלעכע קאָמבינאַציעס,

52

װאָס װען גאָט העלפֿט מיר, איך פֿיר עס דורך, גיב איך אים די װעלט צו זען טאַקע דעם טערק מײן איך. די דאָזיקע קאָמבינאַציעס לאָזן מיך ניט שלאָפֿן עס טראָגט מיך אין דער לופֿטן. איך זע עס אַרױס באַשײַמפּערלעך, אַז װען איך קאָן מיך מיט אים געבן אַ שמועס דורך, אָדער אַ שרײַב איבער דורך אַ בריװל, װערט ער געהאָלפֿן, איז אָבער דער חסרון, װאָס איך בין געהרגעט ― אַחוץ ייִדיש פֿאַרשטײ איך ניט קײן אַנדער לשון. בין איך אַװעקגעלאָפֿן צו מײַן פֿרײַנד, צו כאַסקל קאָטיק. ער איז בײַ מיר דער בעל־סוד. ער ױיסט בײַ מיר אַלצדינג.;איר זענט מיר עפּעס, זאָגט ער, די לעצטע טעג זײער צעטראָגן, רב מנחם־מענדל", זאָג איך צו אים: אױ אַזױי זאָל איך ניט זײַן צעטראָגן זאָג איך, אַז ס'טראָגט מיך?* און איך גײ און לײג אים אױס אַלצדינג, װױ אױף אַ טעלער, גענומען בײַ אים פֿריִער, געװײנטלעך, האַנט תּקיעת־כּף, אַז קײן פֿױגל טאָר דערפֿון ניט װיסן. נאָר איך און ער און גאָט! איך רעכן אסײרצה־השם, אַז דער פּראָיעקט װעט דורכגעפֿירט וערן, זאָל ער אױך האָבן אַ שטיקל חלק, װאָס אַרט מיך? און אפֿשר טאַקע אַ גלײַכן חלק מיט מיר. פֿאַר װאָס ניט? פֿון אַ שותּפֿות־פֿאַרדינסט װערט מען ניט בדלות. דאָס האָב איך בקבלה נאָך פֿון דער בערזע, ניט הײַנט געדאַכט. אַדרבה, איך רעכן אַז מען װעט צו דעם געשעפֿט דאַרפֿן צוציִען נאָך ניט אײן שותּף, נישקשה, עס װעט קלעקן, זײַן גענוג פֿאַר אַלעמען. הלװאַי דער אײבערשטער זאָל געבן, איך זאָל מיט זיך אַלץ פֿאַרטיק װערן אַרום און אַרום, װאָרעם דער ענין איז אַ ביסל צו אַ פֿאַרפּלאָנ" טערטער! איך װאָלט דיר באַדאַרפֿט, זוגתי היקרה, אױפֿקלערן טאַקע אָט דאָ דעם דאָזיקן ענין, צעקײַען און אַרײַנלײגן אין מױל אַרײַן, אַזױ ױ איך האָב ליב, נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור, אם־ירצה־השם אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. זײַ געזונט, קוש די קינדער שיחיה גריס דער שװיגער שתחי“ און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך.

ממני בעלך מנחם־מ ענדל

עיקר־שכחתי

אַיאָ, זוגתי היקרה, די באָסעס פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען האָבן געמאַכט חוזק פֿונעם שטרײַק, װאָס זײערע שרײַבערס האָבן געמאַכט! עװאָס

53

פֿאַרמאָגן ייִדישע שרײַבערס, האָבן זײ געזאָגט און געחכמעט זיך, אַחוץ זײערע פֿינף פֿינגער?* זאָלסטו זען, װױ אױף זײ קוקנדיק האָט שױן בעלגיע אױך פֿאַרשטרײיקט. נאָך אַ מין פֿאַרשטרײַקן! אַ האַלבער מיליאָן װי אײן מענטש זענען זי אַרױס אין שטרײַק. און ס'איז אַ סבֿרה אַז זײ, די בעלגײעצעס הײסט עס, האָבן נאָך מער אױסגעפֿירט ױ די ייִדישע שרײַבערס אין אַמעריקע. ס'איז שױן אַזאַ װועלט געװאָרן הײַנט. באַלד עפּעס ― אַ שטרײַק! אַ שטרײַק אָדער אַ בױיקאָט, און אַ בױקאָט פֿאַר אַ בװײקאָט. דו בױקאָטעװעסט מיך, איך װעל דיך בױקאָטעװען. מיר איז דאָס דװקא געפֿעלן. װאָרעם ס'איז ניטאָ קײן אַנדער עצת.־איך זאָג עס אַקעגן װאַרשע זאָג איך עס. װאַרשעװער ייִדן זאָלן מיך פֿאָלגן װאָלטן זײ געטאָן דאָס װאָס איך טו. איך רעד ניט קײַן אַנדער לשון חוץ ייִדיש. איך לײען ניט קײן אַנדערע צײַטונגען אַחוץ ייִדישע. איך גײ ניט אין קײן אַנדער טעאַטער אַחוץ אין ייִדישן. איך רײכער ניט קײן אַנדערע פּאַפּיראָסן אַחוץ אַ ייִדישן )פֿון עסן און טרינקען איז אָפּגערעדט?. איך פֿאָר ניט מיט קײן אַנדער דראָזשקאַזש, נאָר מיט אַזעלכן װאָס פֿאַרשטײט מײַן לשון: אַניט קאָן איך באַשטין גײן צו פֿוס, אַזױ װױ דער פּאָליאַק, װאָס האָט געדונגען אַ פֿור יענע װאָך אין װאַרשע צו פֿאָרן אין אַ דאָרף אַרײַן און פֿאָרנדיק דערזען אַז דער בעל־עגלה איז אַ ײַד, האָט ער אױסגעשפֿיגן דרײַ מאָל און איז אַראָפּגעשפּרונגען אין מיטן ועג און געגאַנגען צוריק זיבן װיאָרסט צו פֿוס ― װי דען? אַז מ'שמועסט ,סװאָי דאָ סװעגאָ", איז דאָך ניט שײך!. נאָר װי לאַנג שמײַסט מען זײ, איך מײן טאַקע די װאַרשעװער ייִדן, װי לאַנג זײ װעלן נאָך ניט פֿאַרשטײן זײערע אײגענע אינטערעסן. כאַסקל קאָטיק איז נעבעך גערעכט. ער זאָגט: איר קענט ניט, רב מנחם־מענדל, זאָגט ער, קײַן װאַרשעװער ייִדן איר װועט גיכער דורכפֿירן, זאָגט ער, אײַער גרױסן פּראָיעקט מיטן טערק, זאָגט ער, אײדער פּועלן בײַ אַ װאַרשעװער ײַדן, זאָגט ער, אַז ער זאָל זיך אָפּזאָגן פֿון זײַן ,פּראָשע פּאַנאַ*… נאָר װאָס דאַרפֿסטו מער, זוגתי היקרה, אָט נעם אַפֿילו די רבנים די היגעי די כּלי־קודש, זענען אױך ניט דאָס װאָס בײַ אונדז שטעל דיר פֿאָר, אַז פּױלישע פֿירמעס, די זעלבע װאָס בױקאָטעװען ייִדן, האָבן זיך מישבֿ געװען הײַנטיקן פֿאַרפּסח אוֹן האָבן אַרױסגענומען בײַ רבנים אַ הכשר אױף זײערע סחורות, כּשר לפֿסח, געױינטלעך, פֿאַר געלט.. דער ײֵד, הײסט עס, איז טרײף און דער גראָשן איז כֹּשר.. אַז איך האָב עס דערהערט בין איך געװאָרן אױסער זיך און בין באַלד אַװעק צו כאַסקל קאָטיק:;אין גאָטעס װילן, רב כאַסקל, װאָס שװײַגט איר? ס'איז דאָך בײַ אײַך ערגער ױ

54

אין סדום!* שמײכלט ער, כאַסקל קאָטיק הײסט עס. און מאַכט צו מיר בנעי" מותדיק רויִק, ױ זײַן שטײגער איז: ענאָר ניט געקאָכט זיך. רב מנחם־מענדל, זאָגט ער. װאַרט אױס אַ קאַפּעטשקעלע, זאָגט ער, איר װעט נאָך הערן זאָגט ער, ערגערע זאַכן…* אַ מאָדנער ײַד אָט דער כאַסקל קאָטיק!

הנ"ל

55

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם"מענדל אין װואַרשע

1

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערש טנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צ װו ײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז מיר האָבן דאָ געהאַט אַ װינטער ― זאָל זיך שױן אַזאַ װינטער ניט אומקערן! דער טאַטע, װאָס האָט זיך שױן לאַנג געפֿילט ניט גוט, האָט זיך אָנגעהױבן קלאָגן, אַז עס װאַקסט בײַ אים עפּעס אינעױיניק און אַז ער קאָן ניט עסן האָבן אים די דאָקטױרים געהאָדעװועט מיט פּילן, געזאָגט ס'װעט איבערגײן, און ער, װאָס װײַטער און װײַטער האָט אָנגעהױבן עסן אַלץ װױנציקער און װינציקער, און זײ, די דאָקטױירים, האָבן אים אַלץ געהאָדעװעט מיט פּילן, געשלעפּט געלט, אױסקרענקען זאָלן זײ, ביז ער האָט גאָר אױפֿגעהערט צו עסן און איז פּאָװאָלינקע אױסגעגאַנגען פֿון הונגער, אױיסגעגאַנגען װי אַ ליכט, אין דער שטיל, װי אַ טױב, קײן קרעכץ, קײן פּיפּט, נאָר צוגעמאַכט די אױגן און ― שױן! װױ זאָגט די מאַמע: ,געלעבט װי אַ תֹּם, געשטאָרבן ױ אַ צדיק". דער זכות זײַנער מעג אונדז בײַישטײן אױף יענער־װעלט, װאָרעם ער איז, נישקשה, גענוג אָפּגעקומען אױף דער־װועלט.. דו קאָנסט זיך גאָרניט פֿאָרשטעלן, מענדל, װױ די מאַמע נעבעך האָט די ערשטע צײַט אײַנגעלײגט די װעלט! לאָזן שׂונאים זאָגן װאָס זײ ױלן, אַז ער עלײהשלום האָט געהאַט בײַ איר יאַקבי אַ שלעכט לעבן ― געזאָגט זאָל זײ װערן פּרעהס מכּות! נעכײַ װאָלטן זײ געזען װי די מאַמע האָט זיך געשלאָגן קאָפּ אָן װאַנט, בעת ער איז געלעגן אױף דער ערד, געשריגן מ'זאָל זי אַרױסטראָגן מיט אים אין אײנעם! און װוּ זענען זײ געװען, די חכמים, אַז זי האָט אױפֿן הײיליקן אָרט דרײַ מאָל געחלשט ― מ'האָט זי קױם אָפּגעמינטערט? און איצט מײנסטו קאָן זי זיך דען באַרויִקן? צי זי עסט? צי זי שלאָפֿט? טאָג װי נאַכט, אָדער זי ױינט אָדער זי דאַװונט, ,ס'שטײט געשריבן, זאָגט זי, אַז אַ װײַב אָן אַ מאַן איז געגליכן צו אַ צעבראָכענעם שאַרבן װאָס קײנער דאַרף אים ניט האָבן, כאָטש נעם װאַרף אים אַרױס*. אײן שטיקל טרײסט איז געוען, װאָס אָט קומסטו צו פֿאָרן אַהיײם, ―

56