מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו שלום־עליכמען [ב]

שלום עליכם (אַלע װערק)

מיסטער שלום־עליכם!

אָלרײַט! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך שרײַב אײַך אַזױ כאַפּנדיק ― אַמעריקע איז ניט יעהופֿעץ. דאָ האָבן אַלע קײן צײַט ניט. ,/טײַם איז מאָנע* ― אַזױ זאָגט דער אַמעריקאַנער. דער פּשט איז: אַ רענדל אַ מינוט! איטלעכער איז דאָ פֿאַרנומען. און נאָר מיט זיך. מ'האָט קײן צײַט ניט אַרומקוקן זיך איף יענעם: יענער מעג זיך אױיסציען אין מיטן גְאָס, װועט אים קײנער ניט זאַ" טשעפּען.;העלפּ יור סעלף" זאָגט דער אַמעריקאַנער. דער פּשט איז: איטלעכער פֿאַר זיך. קריך פֿון דער הױט, אַקער מיט דער נאָז די ערד, רײַס זיך אײַן דאָס געזונט, גײ מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף ― װעמענס עסק אין דאָס? אַ געבענטשט לאַנד! מ'האָרעװעט און מ'װערט פֿאַרשװאַרצט און מען מאַכט אַ לעבן. איטלעכער מאַכט אַ לעבן און איך אױך בתוכם. װועט איר דאָך פֿרעגן: װאָס הײסט ,מען מאַכט אַ לעבן"? באַדאַרף מען אײַך דערצײלן אַקוראַט פֿון אָנהײיב ביזן סוף, ױ אַזױ עס האָט דאָ מיט מיר פּאַסירט, װעט איר פֿאַרשטײן װאָס באַדײַט אַ געבענטשט לאַנד אַמעריקע.

די ערשטע צײַט װאָס איך בין אַהער אָנגעקומען בין איך געװען, געװײנטלעך, אַ?גרינער", ניט געװוּסט װוּ אַ טיר עפֿנט זיך, ניט פֿאַרשטאַנען אַ װאָרט פֿונעם היגן לשון, װאָס צום ערשטן מאָל װוײַזט זיך אײַך אױס, אַז ניט זײ רעדן נאָר זײ שפּײַען און מאַכן זיך נאַריש, באַלעבעטשען עפּעס מיט די צינגער און לױפֿן אַרום דער אַהער, דער אַהין, װי די משוגעים, גלײַך װױ עמעצער זעצט זײ אין האַלדז און נאַקן. די ערשטע צײַט בין איך אַרומגעגאַנגען איבער די טומלדיקע גאַסן, װאָס עס רעשט אין זײ װױ אין גיהנום, פֿאַרריסן דעם קאָפּ און באַטראַכט די מוראדיקע מױערן מיט די מענטשן מיטן גאַנצן טראַסק. נאָר לאַנג אַזױ אַרומגײן האָט מען מיך ניט געלאָזט; פֿאַר ענגשאַפֿט אַ פּנים, און פֿאַר גרױס אײַלעניש האָט מען מיך מכבד געװען אַלע מאָל מיט אַ שטורך אין זײַט אַרײַן און מיט אַ שטױס פֿון הינטן און מיט אַ זאָג בשעת־מעשׂה: ,גײ די דעװל", דער

29

פּשט איז:;צו אַל די שװאַרצע יאָר!* פֿון אַזאַ מין באַנעמונג האָב איך אױסגעזען בײַ זיך אין די אױגן װי געפֿאַלן, עפּעס ױ איבעריק. װי אַ מין הינטל, װאָס פּלאָנטערט זיך אונטער די פֿיס, און איטלעכער, װער עס האָט גאָט אין האַרצן, טוט דאָס אַ װאָרף, אַ שלײַדער: ,פּאַשאָל װאָן!* און גײט זיך װײַטער. אַװדאי בין איך אין יעהופּעץ צו אַזעלכע זאַכן ניט געוװױנט געװאָרן, און װער שמועסט בײַ מיר אין מאַזעפּעװקע, צי אין כּתרילעװקע. װער װאָלט דאָס גאָר געהאַט די העזה מיר זאָגן אַ קרום װאָרט ובפֿרט נאָך דערלאַנגען פֿון הינטן אַ סטוסאַק ― פֿונקען זאָלן פֿליִען פֿון די אױגן! און חוץ"לזה איז געװען אַן אַנדער זאַך װאָס האָט מיך געטריבן צו דער אַרבעט: עס האָט מיר שטאַרק געקלעמט דאָס האַרץ, דער מאָגן האָט אָנגעהױבן מאָנען מזונות און אין קעשענע ― איר זאָלט זאָגן אַ סענט! איך בין אַפֿילו יענעם טאָג אַרױסגעגאַנגען יאָ מיט אַ פּאָר פּעניס )גראָשנס( אין קעשענע, זענען זײ אָבער גיך צעטרענצלט געװאָרן, צעגאַנגען ױ שנײ אױף דער זון. ראשית־חכמה האָב איך מיר געקױפֿט פֿאַר אַ סענט אַ פֿײפּער, אַ גאַזעט הײסט דאָס, און דװקא אױף ייִדיש, אַזױ איז מען זיך דאָ נוהג אין אַמעריקע, אַז איטלעכער מענטש מוז אַלע פֿרימאָרגן, װי אַ פֿרומער ייִד דאַװענען אײדער ער נעמט עפּעס אין מױל אַרײַן, זיך קױפֿן אַ פּיפּער, האָרכן, װאָס טוט זיך עפּעס אױף גאָטס װעלט. און גײן זוכן אַ פּײפּער דאַרפֿט איר ניט ― מיטראָגט אײַך אים אַקעגן אױף אַלע גאַסן און מ'שרײַט אױף אַלערלײ קולות, מ'קאָן פֿון זײער געשרײ טױב װערן! נאָך דעם פּײפּער האָב איך געכאַפּט אַ פֿקײק", דאָס איז אַזאַ מין פֿלעדל װי בײַ אונדז, למשל, פּורים־גרעט, און אױך אױף דער גאַס, און אױך געטראָגן אַקעגן. נאָר לעבן מיט אַ קקײק" אַ גאַנצן טאָג איז אַ זאַך װאָס ס'איז ניט מעגלעך. האָט מיר אָנגעהובן חלשן דאָס האַרץ גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן! װאָס טוט מען? װאָלט איך כאָטש געקענט דאָס לשון זײערס, װאָלט איך זיך צעפֿרעגט אױף מײַן בעל־אכסניהטע פֿון יעהופּעץי װאָס מיר זענען מיט איר געקומען אַהער צוזאַמען און װאָס פֿונעם ערשטן טאָג נאָך אין;קעסטעל־נאַרד* האָט מען אונדז צעשײדט. זי איז אַריבערגעפֿאָרן מיט אירע קינדער צו אירע קרובֿים, װאָס זענען איר אַרױסגעקומען אַקעגן מיט פֿרישע חלה, מיט געבראָטענע הינער־פּופּיקעס און מיט גאָרענדזשעס" )פּאַלטשינעס הײסט בײַ זײ אָרענדזשעס(. מ'האָט זיך שטאַרק געקושט און געפֿרײט זיך, אַזש געװײנט פֿאַר פֿרײיד, און מ'האָט זײ פֿאַרנומען אױף דער באַן און מ'האָט זײ אַועקגעפֿירט אױף אַזאַ גאַס, װאָס אַז איך װעל דאָ אָפּזײַן נאָך צען יאָר װעל איך אױך ניט קאָנען אַרױסרעדן דעם נאָמען אירן. דער נאָמען פֿון דער גאַס הײבט זיך אָן

30 |

מיט אַ;טשעגלרד" און לאָזט זיך אױס מיט אַ ,דזשאָנסטאָנסטריט* ― און גײ חזר איבער אױף אױיסנװײיניק!

בקיצור, איך גײ און גײ, עס הײבט אָן װערן נאַכט, איך זע דער פּאָליסמען, דער גאָראָדאָװאָי הײסט דאָס, קוקט אױף מיר מיט די אױגן ‏ זאָגן זאָגט ער מיר גאָרניט, נאָר ער קוקט. און איך האָב פֿײַנט, אַז סע קוקט אױף מיר אַ פּאָליסמען דערװײַלע, אַזױ ױ איך גײ, דערזע איך אַ ײַד אַ שלימזל גײט אײַנגעהױקערט אין דרײַען, טראָגט אױף די פּלײיצעס אַ גרױסן טשעמאָדאַן און שפּאַנט מיט אַלע כּוחות. דערקענט אַז דאָס דאַרף זײַן אַן אונדזעריקער, גײ איך צו צו אים און מאַך מיט אים אַ שמועס: װּ איז דאָ ערגעץ א ייִדישע גאַס, אַ ייִדישער מאַרקי אַ ייִדישע שול? װוּ זענען דאָ ערגעץ אחינו בני־ישׂראל, פּראָסטע ײָדן, װואָס מ'קאָן מיט זײ אַרױסרעדן אַ ייִדיש װאָרט? ענטפֿערט ער מיר ניט, נאָר ער טוט אַ מאַך מיטן קאָפּ. אײנער רעדט: קומט מיט מיר! און מיר האָבן זיך געלאָזט בײדע אין װעג אַרײַן. געגאַנגען מיט אים װאַלד־אײַן װאַלד־אױס, אָן אַן עק, איך האָב קױם מיט צרות אַרױסגעצױיגן בײַם ייִדן עטלעכע געצײלטע וערטער, אַז ער איז אַלײן אױך אַ גרינער, ניט לאַנג הײסט דאָס פֿון אונדזערע קאַנטן, און ער האָט מיר דערצײלט, אַז ער איז אַלין אױך גענוג פֿאַרשװאַרצט געװאָרן די ערשטע צײַט דאָ אין דעם געבענטשטן לאַנד, ביז גאָט האָט אים געהאָלפֿן, ער האָט;געקעטשט אַ פּלײס*י דער פּשט איז: ער האָט באַקומען אַן אָרט אין אַ װעשפֿאַבריק, און ער מאַכט אַ לעבן מאָלט אײיך, אַז אֶך און ױ איז צו אַזאַ ;מאַכן" און צו אַזאַ ,לעבן"! נאָר דאָך בעסער פֿון גאָרניט איז דאָס שױן. זײַן עובדא איז ― צײלן און סאָרטירן דאָס קױטיקע גרעט אױף דער פֿאַבריקע: מענערהעמדער באַזונדער און פֿרױענהעמדער באַזונדער, און נאָך דעם גײיען מחילה, תּחתּונים, זאָקן און קאַפּציס. אַ קאַפּצי צו אַ קאַפּצי ― דאָס אַלץ באַדאַרף ער, זאָגט ער, סאָרטירן קױטיקערהײט און מאַכן סימנים, מ'זאָל זײ חלילה ניט פֿאַרבײַטן ― זײער אַ מיאוסע מלאָכה, זאָגט ער, און אַ נודנע. ובפֿרט אַז ער איז, זאָגט ער, דערצו גאָר ניט געװױנט געװאָרן, ער איז פֿון דער הײם, זאָגט ער אַ ײַד אַ בעל־הבית, מיט אַ דירה אַן אײגענע, מיט שײנע מחותּנים, און קינדער, זאָגט ער, האָט ער אין דער הײם לײַטישע, גאָר לײַטישע: זײ, די קינדער, זאָגט ער, זאָלן װױסן, אַז ער, דער טאַטע זײיערער… אַזױ זאָגט צו מיר דער ייִד און ױשט אָפּ מיטן אַרבל דעם שױיס פֿונעם פּנים און בדרך:הליכה װאַרפֿט ער אַראָפּ אַ טרער… מילא, דאָס אַלצדינג װאָלט נאָך געװעןי זאָגט ער, נומער ערגער. װאָס זאָל מען טאָן! מ'דאַרף, זאָגט ער, אָנסײפֿען אַ ביסל געלט ― אָנקלײיבן

21

הײסט דאָס. דער חסרון איז נאָר, זאָגט ער, װאָס ס'איז בײַ זײ אַצינד אױף דער פֿאַבריקע אַ סטרײַק. דער פּשט איז: די אַרבעטערס האָבן זיך געמאַכט ידיאחת און װילן ניט גײן אױף דער אַרבעט ביז מ'װעט זײ ניט מוסיף זײַן דאָס װאָס זי פֿאָדערן. איז ער דערװײַלע, זאָגט ער, געבליבן אָן אַ שטאָך אַרבעט, דערפֿאַר װעלן זײ אָבער אױספֿירן דאָס װאָס זײ װילן! אַזױ מאַכט צו מיר דער ייִד מיט גדלות און טוט צו מיר אַ מאַך מיטן קאָפּ און אַ זאָג:;נו־אור"בײַ!* דאָס הײסט ‏ זײ געזונט, און פֿאַרקערעװעט אין אַ הױף אַרײַן און ― אַן עק, אױס ייִד!

דער ײַד איז טאַקע נעלם געװאָרן. דערפֿאַר איז אָבער אױף זײַן אָרט אױסגעװאַקסן אַ סך אַנדערע ייִדן און װײַבער, אָבער טאַקע װאָס ייִדן הײסט, ייִדן ממש, כּמעט די אײגענע װאָס בײַ אונדז אין יעהופֿעץ און אין מאַזעפּעוװקע. און אױך די גאַסן זענען כּמעט אַזױ ױ בײַ אונדז, און דער ריח, װאָס סע שמעקט, איז אַ באַקאַנטער ריח, און איך האָב מיך דערקװױקט, ױ אַ פֿיש, אַז מ'לאָזט אים אַרײַן צוריק אין װאַסער. ממש מחיה געװען! מ'האָט מיך אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן און עס האָבן אָנגעהױיבן פֿליִען שלום־עליכמס: פֿון װאַנען איז אַ לאַנדסמאַן )אַ ייִד הײסט דאָס(, װאָס הערט זיך אין רשע )אין רוסלאַנד הײסט דאָס, װאָס מאַכן עפּעס אונדזערע לאַנדסלײַט )ייִדעלעך הײסט דאָס(! און װער בין איך? און װאָס בין איך? דערהערט, אַז איך פֿאָר פֿון יעהופֿעץ, און אַלײן בין איך אַ כּתרילעװקער, דאָס הײסט אַ געבױרענער מאַזעפּעװקער, ― איז געװאָרן אױף זײ אַ שׂימחה, אַ גדולה: סטײַטש, בײַ זײ איז דאָך דער רב אַ מאַזעפּעװקער, דער שוחט אַ מאַזעפּעװקער און דער חון אַ מאַזעפּעװקער! אַװדאי בין איך געװען נײַגעריק צו זען זיך מיטן רב, מיטן שוחט און מיטן חזן פֿון מײַן שטאָט. און איך האָב געבעטן מ'זאָל מיר אָנװײַזן, װוּ זײ װױנען. און שטעלט אײַך פֿאָר, אַז דער רב מיטן שוחט מיטן חזן זענען אַלע דרײי אײן פּאַרשױן, און דאָס איז אונדזער בערל דוד משהס, אַ ייִד װאָס קערט זיך אַזױ אָן מיט רב, מיט שוחט און מיט חזן, אַזױ ױ איך קער זיך אָן מיט פּרעזידענט. אַז בסך־הכּל איז ער אין דער החײם בײַ אונדז געװען גאָר אַ ייִד פֿון די, װאָס קאָטאָרי, װעלכע.. געהאַט האָט ער אַפֿילו יאָ נישקשה פֿון אַ קולעכל צו דאַװנען פֿאַרן עמוד אַ מאָל אַ שחריתל אונטער אַ יום־טובֿ, נאָר װי קומט ער צו אַ חזן, צו שוחט און צו רב, אַז האַנדלען האָט ער געהאַנדלט מיט טריפֿה סחורה, מיאוס אַרײַנגעפֿאַלף געהאַט אױף זיך אַ פּעקל און געמוזט מאַכן אַ ױברח אַזש אַהער קײן אַמעריקע? איך בין געשטאַנען און געקוקט און באַטראַכט מײַן בערל דוד משהס, דעם רב מיטן שוחט מיטן חזן. אָט װאָס הײסט אַ געבענטשט לאַנד אַמעריקע!

22

געשטױסן זיך, אַ פּנים, װאָס איך קוק, האָט מיך דער דאָזיקער רב מיטן שוחט מיטן חזן אָפּגערופֿן אױף אַ זײַט און מאַכט צו מיר: ,הער נאָר אס מנחם־"מענדל, ס'זאָל זײַן יהודי בלא"… האָב איך מיך געשטױסן, אַז מ'באַדאַרף מאַכן אַ שװײַג, און ער האָט מיך פֿאַררופֿן צו זיך אױף ,סאָפּער* )אױף װעטשערע הײסט עס(, און דאָרט ערשט האָט ער מיר אױסדערצײלט אין גאַנצן די ביגריפֿיע זײַנע, װױ אַזױ ער האָט זיך דאָ פֿריִער גוט אָנגעגעסן מיט צרות אינעם דאָזיקן געבענטשטן לאַנד. איבערגעדינט פֿריִער אַלע עבֿודה־זרות, געהאָרעװעט, געאַרבעט כּל עבֿודת"פּרך, ביז גאָט האָט אים אַרײַנגעגעבן אַ שטיקל זינען, ער זאָל זיך פֿאַרלאָזן אַ פּאָר פּאהלעך, אָנטאָן אַ ביסל אַ לענגערע קאַפּאָטע מיט אַ גאַרטעלע, זיך אַװעקשטעלן פֿאַרן עמוד און װערן בײַ זײ למזל אַ חזן;אַ שײנעם קול־נגינהי זאָגט ער, האָב איך דאָך געהאַט פֿון תּמיד, און אַ ביסעלע האָב איך מיך אונטערגעלערנט, בין איך געװאָרן איצטער אַ חזן צװישן חזנים!* בשעתמעשׂה טוט בערל דוד משהס אַ מאַך מיטן קאָפּ, אַ הוסטל און אַ קאַטשע זיך אױפֿן העלדזל, װױ אַן אמתער חזן. ,נו, זאָג איך, מילא, אַ חזן ― דאָס פֿאַרשטײ איך נאָך! אָבער אַ שוחט ― װי קומט איר, רב בערל, צו שחיטה?7 ― עאַ טײַערע מציאהי זאָגט ער, װאָס איז? איך בין ניט געגאַנגען אין חדר? איך האָב ניט געלערנט קײן הלכות שחיטה?5 און ער נעמט זיך דיניקן די נעגל, װי אַ יוסטער שוחט. ,בין איך אײיַך, זאָג איך, דאָס אױך מוחל; אָבער אַ רב, זאָג איך, װי קומט איר פּסקענען שאלות? געװאַלד, רב בערל, שאלות פּסקענען?!* אע, מאַכט ער צו מיר,. מנחם־מענדל, ביסט נאָך גאָר גרין, װױ אַ גרינע אוגערקע! װאַרט אױס, װעסט אָפּזײַן דאָ אין אַמעריקע אַ שטיקל צײַט, װעסטו ערשט דעמאָלט אַרױסזען חידושים, װאָס פֿאַר אַ לאַנד דאָס איז, אַ געבענטשט לאַנד!* און ער נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט און פֿירט מיך אַרײַן צו זײַן עטל־דבֿורהן און שטעלט מיך פֿאָר פֿאַר זײַן;מיסעס"; בײַ אונדז האָט זי געהײסן עטל־דבֿורה און געטראָגן אַ פּאַריק ביז די אױערן, און דאָ הײסט זי שױן ,מיסעס", און איז אַ גאַנצע מאַדאַם. עאון װער זענען יענע צױי פּאַניטשלעך?* ― פּרעג איך אים.;דאָס זענען, זאָגט ער, מײַנע;באָיעס",;װאָס הײסט דאָס, זאָג איך, באָיעס?*;באָיעס הײסט, זאָגט ער, זין".;סעם" און קהערי? ― דאָס זענען מײיַנע צױי זין, מאַכט ער צו מיר און פֿירט מיך צו זײַנע צװײ בחורימלעך, דעם סעם מיטן הערי. געהײסן האָבן זי בײַ אונדז אין מאַזעפּעװקע חײם און פּרץ ― אַ מין איבערקערעניש, זאָל גאָט שומר־ומציל זײַן! ―;װאַרט אױס, מאַכט צו מיר דער רב מיטן שוחט מיטן חזן, װאַרט אױס, מנחם־מענדל, װעסט ערשט זען חידושים אָט דאָ, אין דעם

233

געבענטשטן לאַנד, אין אַמעריקע!* און מחמת איך אײַל מיך זײער װאָס פֿריִער אַװעקשיקן אײַך דעם דאָזיקן ערשטן בריװ מײַנעם פֿון אַמעריקע, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, שפּעטער על איך אײַך אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַרי כות. דערװײַלע מוטשע איך מיך נאָך אַפֿילו זײער שטאַרק אױפֿן שטיקל ברױט, נאָר דאַנקען השם־יתברך, איך מאַך אַ לעבן און האָף צו דעם, װאָס לעבט אײביק, אַז איך װעל מיט דער צײַט, אם־ירצה־השם, װערן אַן אמתער קאַמעריקאַנער ציטעסטער", דאָס הײסט אױף אײַער לשון: פֿפּאָלנאָפּראַװנע גראַזשדאַנין", און. װעל װערן גוט־אָפּ, דאָס הײסט, אַ מענטש גלײַך מיט אַלע, זיך מישן אין; פּאָליטישן", אין דער פּאָליטיקע הײסט דאָס, מחמת עס גײט בײַ אונדז אַ אלעקשעניאָר", אַזאַ יאָר װען מען קלױבט אַ פּרעזידענט און דאָ בײַ קלױבן אַ פּרעזידענט האָבן אַלע אַ דעה, און איך אױך בתוכם. לעת־עתּה דאַרף מען גײן טאָן?ביזנעס", געשעפֿטן הײסט דאָס, מחמת איך האָב נאָך ניט אױף;רעגט", מײן איך דירה" געלט, פֿאַר דער װאָך, נאָר גאָט איז אַ פֿאָטער, ער װעט מסתּמא העלפֿן און עס ועט זײַן, אפ־ירצה־השם, אֶלרײַט! 0 : פֿון מיר אײַער בעסטער פֿרײַנד

מ ע גע ט ש מ ענ ד )געװעזענער מנחם־מענדל(.

נאָטאַבע גע, מײן איך עיקרישכחתי: עס זאָל אײַך קײן חידוש ניט זײַן, מיסטער שלום־עליכם, װאָס איך האָב מיר משנה"שם געוען. איבערגעביטן זיך פֿון מנחם־מענדל אױף ,מענעטשמענד". װאָס זאָל איך טאָן, אַז מען רופֿט מיך דאָ אַזױ? אַלע הײסן דאָ מיט אַנדערע נעמען: ברוךײענקל איז בײַ זײ , דזשען", מאיר־קלמן ― ,קען", לײזער"פּײיסי ― 92ען"; און די װײַבער ― די זענען גאָר משוגע! די װאָס האָבן געהײסן בײַ אונדז צײטליבײלע, שרהלאה ― הײסן שױן דאָ: טשיטאַיבעללאַ, סערע־לײשן ― און גײ טו זײ עפּעס!

הנ"ל

24

מנחס־מענדל פֿון װואַרשע צוּ זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע

1

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי!

רא שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקוֹ החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשׂראל ― אָמִן

וה שנית זײַ ױסן, אַז איך בין שױן אַ װואַרשעװער, איך בין אין װאַרשע הײסט עס, װױ קום איך קײן װאַרשע? װעסטו האָרכן ― ס'אַ גאָטזאַך.

פֿון מײַן לעצטן בריװ, װאָס איך האָב דיר אַרױסגעשיקט פֿון אַמעריקע מיטן געלט, װײסטו דאָך שױן אַלצדינג, װאָס איך בין אױיסגעשטאַנען דאָרטן, דורכ" געגאַנגען אַלע שיבֿעה־מדורי"גיהנום, גוט פֿאַרשװאַרצט געװאָרן, ניט הײַנט געדאַכט, אינעם פֿרײַען לאַנד פֿון קאָלומבוסן, איבערגעדינט אַלע עבֿודה־זרות, געאַרבעט עבֿודת־פּרך, ממש טאַטשקע־אַרבעט, אײן מאָל אין דרײַ טעג אַ שטיקל ברױט געגעסן, אײן מאָל אין דרײ װאָכן אַ העמד געביטן, אַבי, דאַנקען גאָט, ניט אָנגעקומען חלילה צו יענעם, ― ביז דער בורא ברוך־הוא האָט מיר געהאָלפֿן, איך האָב מיך דאָרטן נאָך לאַנגע און ביטערע לײַדן קױם דערשלאָגן צו אַ שטיקל פּרנסה, אַ פּרנסח אַ לײַטישע און אַ בכּבֿודע, ױ מיר שטײט אָן: דהײַנו: איך בין געװאָרן אַ מענטש פֿון גאַזעטן און אָנגעהױבן עוסק זײַן מיט שרײַבערײַ. און װי איך האָב דיר שױן, דאַכט מיר, נאָך אין יענעם בריװ געשריבן, עס האָט מיר מצליח געװען גאָר אױפֿן בעסטן אופֿן און ס'איז מיר אַװועק מיט מזל־ברכה, פֿאַרשטײט זיך, אַז אָנגעהױבן האָב איך קלײן און געגאַנגען אַלע מאָל העכער און העכער, ױ דער שטײגער איז אין אַמעריקע. תּחילת האָב איך אַרומגעטראָגן גאַזעטן )דאָרטן הײסט עס פֿפּיפּערס'( אױף צו פֿאַרקױפֿן איבער די גאַסן )דאָרטן הײסט עס;סטעריטען"(, פֿאַרקױפֿט אַ פֿײַפֿער פֿאַר אַ קאָפֿיקע )דאָרטן הײסט עס אַ ,סענט"(, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז כ'האָב דערזען, אַז ס'איז פֿאַר מיר ניט קײן פּלאַן, כ'װעל פֿון אַזאַ מיסחר קײן ראָקפֿעלער און קײן ואַנדערבליט ניט װערן, און אַפֿילו קײן יענקל שיף אױיך ניט. האָב איך מיך מישבֿ געװען און האָב געגעבן אַ קוק אַרײַן אין די פּײפּערעס, טאַקע

25