מנחם־מענדל [2]: אַדיע!

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ זיע! )לעצטער בריװ װאָס מנחם־מענדל האָט געשריבן פֿון יעהופּעצ(

לכּבֿוד ידידי היקר הנגיד המפֿורסם מחור"ר שלום־עליכם ב"י.

ראשית באתי להודיעכם, אַז איך בין ברוך'השם בקוֹ החײם והשלוסן השם־יתברך זאָל העלפֿן, מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנט פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ונחמות אױפֿן כּלל־ישׂראל, אָמן,

והשנית, הנה זײַט ױסן אַז איך בין אײַך געקומען זאָגן;אַדיע*, דאָס הײסט, איך װיל מיט אײַיך זיך אָפּגעזעגענען, און אױף לאַנג, און, גאָט ױיסט, אפֿשר אױף שטענדיק. אױף אײביק ― איך פֿאָר אַװעק, זאָלט איר װיסן, קײן אַמעריקע? איז דערינען פֿאַראַן אַ סך טעמים, און דער עיקר איז: װאָס עס האָבן זיך אױסגענומען פֿאַר מיר אַלע װאַסערן, פֿאַרשטאָפּט געװאָרן אַלע קװאַלן פֿון פּרנסה, ניטאָ פֿאַר מיר קײן שום טועכץ אינעם דאָזיקן לאַנד, און דערצו פֿעלט דאָס שטיקעלע הצלחה, װאָס אָן דעם גײט ניט קײן זאַך אױף דער װעלט! מילא, פֿון די אַלע איבעריקע פּרנסות מײַנע מיט די אַלע עבֿודה־זרות װאָס איך האָב איבערגעדינט און עס האָט ניט געפֿערדלט ― זענט איר אפֿשר גערעכט, איך בין ניט קײן סוחר, קײן דרײער, קײן טענצער, גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז צוליב האַנדלען מיט דער װעלט מוז מען גאָר קאָנען טאַנצן, און אַפֿילו צו דער װיסטער פּרנסה פֿון מעקלערײַ איז אױך גוט אַז מען קאָן טאַנצן.. מילא, װאָס זאָל איך טאָן, אַז מ'האָט מיך פֿאָרט ניט געלערנט טאַנצן? האָב איך דערפֿאַר אַװעקגעװאָרפֿן אַלץ געשעפֿטן און האָב זיך גענומען צו שרײיבערײ; איך האָב געמײנט, אַז דאָס אין. דאָך אַװדאי אַ גרינגע פּרנסה, װאָרעם װאָס איזן דאָס פֿאַר אַ תּורה? מ'נעמט אַ פּען און מישרײיבט! ובפֿרט נאָך ,מעשׂיות" שרײַבן ― דאָס האָב איך אַלין געלײענט פֿון אַן ייִדישן שרײַבער, אַז ס'איז גאָר אַ נאַרישקײיַט… צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז אַפֿילו צו אַזאַ נאַרישקײט באַדאַרף מען אױך האָבן מזל! סאיז נאָר אַ האַרצװײטיק! װיפֿל מעשׂיות די װעלט שרײַבט און מ'דרוקט זײ, און מײַנע מעשׂיות װױל מען ניט דרוקן ― פֿאַר װאָס? לאָז מיך אַזױ װיסן בײז! פֿון דער רעדאַקציע שרײיבן זײ מיר, אַז ס'איז;שאַרזש?, װאָס איז דאָס אַזעלכעס שאַרזש ― װײס איך ניט, נאָר פֿאַרשטײן פֿאַרשטײ איך, אַז קײן אַנטיק איז דאָס

23

ניט, װאָרעם מ'האָט מיך געבעטן, איך זאָל אױפֿהערן שרײַבן מײַנע שרײַבעכצן, מחמת זײ האָבן קײן צײַט ניט צו לײענען. פֿאָלג איך זײ און שרײַב שױן מער ניט, דאָס הײסט, שרײַבן שרײַב איך, נאָר פֿון מײַנעט װעגן, זיך אין טאָפּ אַרײַן, און אַז גאָט װעט מיר העלפֿן, איך על מיך אַ מאָל צעפֿירן די הענט, װועל איך אַרױסנעמען אַלע מײַנע פּאַפּירן און װעל זײ אַרױסגעבן אױף מײַן אײגענעם חשבון, און לאָז די װעלט הנאה האָבן. דערװױילע ליגן בי מיר אַזױ פֿיל מעשׂיות און קײנער זעט זײ ניט ― אָט װאָס הײסט, אַז ס'איז נישטאָ קײן מזל! װאָס דאַרפֿט איר מער, אָט נעמט, אַ שטײגער, לײזער אלי, געדרײט זיך גלײַך מיט מיר, ניט הײַנט געדאַכט, אין יעהופּעץ אױף דער בערזע. געמעקלערט ,פּוטיװל" מיט ,מאַלצאָװײ מיט ,בריאַנסק" ― און הײַנט איז ער מיט גאָטס הילף אַ דע" דאָקטאָר פֿון אַ בלאַט. לײזער אלי! הכּל תּלוֹי במזל, זאָגט די גמרא, צו אַלצדינג דאַרף מען האָבן גליק. נעמט, אַ שטײגער, קעשעניװ און האָמעל ― צװײ שטעט; אין קעשעניװ איז געװען אַ יום־טובֿ און אין האָמעל איז געװען אַ יום־טובֿ. מיט קעשעניװ האָט געהאַט צו טאָן די וװועלט, און מיט האָמעל גאָרניט, כאַטאַ פּאָקרישקאַ… צי אַ שטײגער, נעמט דעם זעקסטן קאָנגרעס אין באַזעל: אַזױ פֿיל, קײן עין'הרע, דעלעגאַטן זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן פֿון דער גאָרער װעלט, װער לאָזט זיך הערן? ― ױדער הערצל און ױדער נאָרדוױ, דער טריטש און װױדער אחד־העם. די אַלע איבעריקע זענען גלײַך ױ גאָר ניט געוען. פֿאַר װאָס? ניטאָ קײן מזל! אַ סימן האָט איר, אָט האָט זיך אַרױסגעכאַפּט דאָרטן אײנער אַ מענטש פֿון הורװיטש. געזען די װעלט טרעט אַרױס מיט פּראָ" יעקטן און מען איז זיך קונה־שם: אַלע, אַלע טוען אױף עפּעס אַ נײַעס, אַפֿילו מרדכי בן־הלל האָט געעפֿנט אַ קאַסע פֿאַר ײַדישע שרײַבערס, און עס האָט זיך אַ שאָט געטאָן געלט, שױן דאָ אַ קערבלעך עטלעכע און דרײַסיק! ― און נאָר ער, דער מענטש פֿון הורװיטש ― גאָרניט, באַדאַרף זיצן און האָרכן! איז ער זיך מישבֿ און פֿאַלט אױף אַ המצאה: צעפּױקט אין אַלע בלעטער, אַז דער װאָס װעט מאַכן אַ נײַעם מודה־נבוכים, װױ דער רמב"ם, ― שענקט ער אים אַ פּרעמיע פֿינף טױזנט קאַרבן. דאָס הײסט, פֿיר טױזנט װעט ער זען מ'זאָל מאַכן און טױזנט װעט ער צולײגן זײַנע.. עס כאַפּט אַפֿילו דעם אָנבליק פֿון יענעם קלײנ" שטעטלדיקן נדבֿן, װאָס האָט מנדר געװען אַ דאַך אױפֿן נײַעם בית־המדרש, דאָס הײסט, אַז דאָס אָרעמע שטעטל װעט אױסבױען אַ נײַעם בית־המדרש, װעט ער אים דעקן… דערװײַלע האָט זיך דער דאָזיקער מענטש פֿון הורװיטש קונה־שם געװען אױף דער גאַנצער װעלט: עפּעס הערט מען רמב"ם, פּרעמיע, מענטש,

24

קראָכמאַל, הורװיטש, פֿינף טױזנט.. אַ גליק, װאָס עס האָט זיך אַרײַנגעמישט אָט דאָס אַפֿריקע אין מיטן מיט יענעם װיסטן אאַנדאַ, װאָס די דעלעגאַטן האָבן דאָס באַװײינט, באַגאָסן מיט טרערן. װײַטער װאָלט אָט דער מענטש פֿון הורװיטש מיטן דאַך פֿונעם בית־'המדרש מרעיש־עולם געװען!

יש קונה עולמו בשעה אַחת ― זאָגט װײַטער די גמרא )אַלצדינג שטײט אין דער גמרא( ― באַשערט אַ מענטשן זיך קױפֿן אַ נאָמען אױף דער װעלט, למשל, אָט אַ יענער רעדאַקטאָר, װאָס האָט צוגעזאָגט אַ פֿרעמיע )װוײַטער אַ פּרעמיע! געװאָרן אַ מאָדע פּרעמיעס!(, אַ שפּאָגל נײַע זאַך, אַ;קאַנקערדאַנציע?. דאַכט זיך, אין פֿלוג, װאָס קומט דערפֿאַר, אַז מען װיל שענקען יענעם אַ מתּנה? איז דאָך אָבער פֿאַראַן עזות־פּנימער אױף דער װעלט און גריבלערס, װאָס קריכן אין די גרגרת. איז זיך מישבֿ אײנער אַ חבֿרה־מאַן, דוד הײסט ער, נאָך ר, דודל טאַלנער, זכרונו לברכה, און לאָזט אַרױס אַ קלאַנג, אַז די נײַע זאַך, װאָס דער רעדאַקטאָר װױל שענקען דעם עולם, איז גאָר ניט קײן נײַעס, ס'איז גאָר אַן אַלטס. דאָס האָט שױן לאַנג געמאַכט אַן אַנדער מחבר, װאָס איז שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט, און ער װײַזט אױף מיט ראַיות )אַן עזות־פּנים קען( אַז דאָס גאַנצע בוך ― און אַפֿילו די הקדמה ― איז גענומען געװאָרן װאָרט אין װאָרט בײַ יענעם געשטאָרבענעם הײסט דאָס… אַן אומגליק מיט די קריטיקערס! קײן קאָפּ ניט אױפֿצוהײבן! נו, און אַז יענעמס, איז װאָס? װעמענט עסק איז דאָס? דערװײַלע האָט זיך דער רעדאַקטאָר קונה־שם געװען: דער געװיסער רעדאַקטאָר פֿון דער געװיסער קאָנקערדאַנציע… מיט דער דאָזיקער מעלה פֿון אַרױסגעבן פֿרעמדע ביכער פֿאַר אײגענע האָט זיך אַ מאָל אױסגעצײכנט, זאָגט מען, די שטאָט יעהופּעץ. דאָ איז געװען אַ גאַנצע כנופֿיה פֿון מחברים, װאָס האָבן געהאַלטן אין אײן כאַפּן אײנס דאָס אַנדערע פֿאַר דער האַנט.. עס איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז עטלעכע מחברים זענען זיך צונױפֿגעקומען אין אײנעם, האָט מען זיך געהאַלטן בײי די קעשענעס… אײנער, אַ װילד־פֿרעמדער מחבר, װאָס איז געפֿאָרן פֿאַרבײַ, האָט געזאָגט צו די יעהופּעצער מחברים: קברידערלעך, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, דער דובנער מגיד פֿלעגט זיך שטעלן אױף אַ פּסוקי און איך שטעל מיך אױף מײַן טשעמאָדאַן, ― דאָרט ליגן בײַ מיר כּתבֿים, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה"..

נאָר איך האָב מיך אַ ביסל פֿאַרדרײט פֿון זײַטיקע ענינים, פּאַני שלוםעליכם! דאָס לעצטע מאָל, פֿאַרשטײט איר מיך, װױלט זיך מיר אַ ביסל אָנרעדן מיט אײַך; גאָט װײסט, אױב מיר וװעלן אַזױ גיך קאָנען דורכשמועסן זיך מיט אײַך, דען איך פֿאָר אין אַזאַ לאַנד, װוּ מען האָט קײַן צײַט ניט. מ'מאַכט אַ

25

לעבן. דאָס לאַנד איז, זאָגט מען, אַ גליקלעך לאַנד, און אַ פֿרײַ לאַנד, דאָס הײסט, מען איז דאָרט פֿרײַ, פּטור פֿון אַלצדינג, איטלעכער קען זיך טאָן װאָס ער װיל, און ייִדן זענען דאָרטן, זאָגט מען, בחשיבות גדול, מ'טראָגט זיך דאָרט מיט זײ אַרום װי מיט עפּעס רעכטס און מ'גיט זײ אָפּ פֿיל כּבֿוד. אײן חטרון נאָר, װאָס דאָרטן דאַרף מען אַרבעטן, אַלע אַרבעטן, און װער סעױל ניט אַרבעטן נײט מען אים פֿון קהל, בײי מיר קומט דאָס אױס אַ ביסל משוגע, װאָרעם װעמען גײט דאָס אָן צי איך אַרבעט, צי איך אַרבעט ניט? נאָר למאַי, װוּ האָט איר געזען אַ לאַנד אָן פּאַספּאָרטן? װאָס טױג אײַך ― ס'איז אַ װױל פֿאָלק מיט אַ געבענטשט לאַנד, און מען מאַכט דאָרט אַ לעבן. פֿאָר איך אַהין צו, הײסט דאָס,;מאַכן אַ לעבן"; ניט אַלײן, מיר פֿאָרן אַרױס עטלעכע געזינדלעך אין אײנעם, צו מײסטן בעל" מלאָכות, מלמדים. לערערס, מעקלערס, קרעמערס און די בעליהביתטע מײַנע פֿון דער אַכסני מיט אירע קינדער און איך אױך בתוכם. די בעל־הביתטע מײנע פֿאָרט צוליב די קינדער, און די קינדער פֿאָרן דערפֿאַר װאָס משױל זײ דאָ ניט צונעמען שטודירן הײסט דאָס, זײ האָבן געענדיקט גימנאַזיע, און װײַטער לאָזט מען זײ ניט גײן, ניטאָ פֿאַר זײ קײן ערטער. פֿרעגן זײ: װאָס װעט זײַן דער תּכלית? זאָג איך זײ: װאָס עס װעט זײַן מיט כּלײשׂראל, דאָס װועט זײַן מיט רב־ישׂראל. װילן זײ ניט הערן, ניט זען! ער, דער זון הײסט דאָס, װױל זײַן דװקא אַ דאָקטאָר, און זי, די טאָכטער, װיל זײַן אַן אַקושערקע ― און גײ רעד מיט זי און מחמת זײ צעפֿאָרן זיך אַלע, פֿאָר איך אױך, װאָרעם װאָס װעל איך דאָ טאָן אײנער אַלײן? ובפֿרט, אַז מען יאָגט מיך שױן פֿון צװײ חדשיסי מ'האָט מיך נאָך געװאָלט כאַפּן און אָפּשיקן אַהײם מיטן עטאַפּ, האָב איך מיך ניט געלאָזט, געבריהט זיך, אױסגעבאַהאַלטן זיך אױף אַלע בױדעמס, אין אַלע קעלערס, מ'האָט מיך געזוכט גאַנץ גוט, גענישטערט אין אַלע װינקעלעך, עס קאָסט שױן אָפּ ― איך זאָל עס נאָר פֿאַרמאָגן.. נאָר לא! ניט אַזױ גיך לאָזט זיך מנחם" מענדל כאַפּן! איך האָב שױן גענעכטיקט אױף אַ באַרקע צװישן קאַװענעס, אױפֿן ברעג צװישן לאַפּאַצאַנעס, געשפּאַצירט גענוג נעכט פֿון אײן עק שטאָט ביזן אַנדערן עק, שױן איבערגענעכטיקט אַ נאַכט אין קחדר" אױך, מיט דרײַ שיכּורים, און אַרױסגעכאַפּט זיך פֿון דאָרטן מיט נסים־ונפֿלאות ― הכּלל, איך זע אַז מ'װיל איך זאָל אַװעקפֿאָרן קײן אַמעריקע. טו איך זײ צו ליב און פֿאָר און האָב נעכטן געגעבן צו װיסן מײַן שײנע־שײנדלען דורך אַ בריװל, אַז איך װעל איר אם־ירצה־השם פֿונעם אָרט שרײַבן גוטע בריװ און װעל איר אַרױסשיקן די ערשטע דאָלערסי װאָס װעלן מיר נאָר אַרײַנפֿאַלן. איך װעל, חס־ושלום זי

26

ניט לאָזן קײן עגונה מיט קלײנע קינדער; איך בין ניט, חלילה, קײן שאַרלאַטאַן, קײן הפֿקר־מענטש, װאָס איך זאָל אַזעלכעס טאָן. און אַהײם פֿאָר איך ניט מהאי טעמא, װאָס איך װײס, אַז מ'װעט מיך ניט לאָזן פֿאָרן קײן אַמעריקע. דערפֿאַר אײַל איך מיך אַזױ אין װעג אַרײַן און בין אײַך מודיע און זאָג אײַך צו, אַז איך װועל אײַך, מיט גאָטס הילף, שרײַבן גוטע בריװ. דער אײבערשטער זאָל מיך נאָר ברענגען בשלום. װאָרעם מ'דאַרף אַהין צו פֿאָרן, פֿאַרשטײט איר מיך, דרײַ װאָכן און איבערן ים ― איז דאָס עפּעס ניט אַזױ פֿױגלדיק. נאָר גאָט איז אַ פֿאָטער. מיר זעען דאָך, װיפֿל מענטשן פֿאָרן אױפֿן ים און קומען צו פֿאָרן גאַנץײ. און איך בעט אײַך, איר זאָלט קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, װאָס איך האָב אײַך מיט מײַנע בריװלעך אַזױ אָפֿט געדולט אַ קאָפּ ― און אױך אַלע אײַערע באַקאַנטע בעט איך, זײ זאָלן מיר מוחל זײַן, טאָמער האָב איך עמעצן אָנגערירט מיט אַ װאָרט, גאָט איז יודע דעם אמת, אַז דאָס װאָס איך האָב געשריבן האָב איך געשריבן בתּמימות, ניט געמײנט חלילה עמעצן זאַטשעפּען, פּוגע בכּבֿוד זײַן װאָס האָב איך צו זײי? זײ האָבן מיר עפּעס שלעכטס געטאָן? און טאָמער האָב איך זיך אַ מאָל אַרױסגעכאַפּט מיט אַ קרום װאָרט, איז טאַקע אַן עולה. מײַן שײנע־שײנדל זאָל לעבן איז טאַקע גערעכט: זי זאָגט אַז מיט אַ װועלט טאָר מען זיך ניט קריגן, און ניט איך, זאָגט זי, װועל די װעלט קליגער מאַכן.. און װיסן זאָלט איר, אַז איך פֿאָר מיטן פּאַראָכאָד קײַן יעקאַטערינאָסלאָו, און פֿון יעקאַטערינאָסלאַװ מיטן באַן צו דער גרענעץ, און פֿון דער גרענעץ קײן האַמבורג און פֿון האַמבורג מיטן שיף קײן נײאָרק, און מיר האָבן דאָי קײן עין־הרע, אַ שײנע לװיה. אַ סך ייִדן און װײַבער זענען אַרױיסגעגאַנגען אונדז באַגלײטן, ס'איז אַ טומל, אַ הו־האַ, אַ געפּילדער ― זאָל גאָט שומר־ומציל זײַן! אַלע געזעגענען זיך, קושן זיך, װײנען, װײַבער חלשן, און איך אױך בתוכם. אײנער אַן אַלטער, אַ בלינדער אױף בײדע אױגן, איז אַרױסגעגאַנגען באַגלײטן די אײניקלעך; רופֿט ער צו אַלע מאָל אַן אַנדער קינד, טאַפּט דאָס אַרום מיט די הענט און זאָגט:;לאָס איך זיך אָנקוקן כאָטש דאָס לעצטע מאָל".. און מחמת איך קאָן ניט צוזען דעם רחמנות פֿונעם אַלטן און בין זײער פֿאַרטאַרעראַמט פֿון דער נסיִעה, מאַך איך דאָס בקיצור און זאָג אײיך דעם שײנעם אַדיע! אם־ירצה־השם, פֿונעם אָרט װעל איך צו אײַך אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לאָז גאָט געבן, מיר זאָלן קומען בשלום אַחין, װוּ מיר פֿאָרן, מיט פֿרײילעכע הערצער, פֿון מיר אײַער בעסטער פֿרײַנד מנחם ־מ ענדל

27

ציקר־שכחתי. אפֿשר מינט איר, אַז איך האָב מיט װאָס צו פֿאָרן אַפֿילו ביז האַמבורג? האָט איר אַ גרױסן טעות! איך האָב ניט אַפֿילו ביז דער גרענעץ. אײ, ױ אַזױ לאָזט מען זיך אין אַזאַ װײַטער נסיִעה אָן אַ קאָפּיקע בי דער נשמה? דערױף זענען מיר דאָך עפּעס ייִדן אױף דער װעלט. אַ ייִד צװישן ייִדן װערט ניט פֿאַרפֿאַלן, מ'װעט זיך װױ ס'ניט איז מן"הסתּם דורכשלאָגן, דורכשטופּן“. אַדיע! אַדיע! און נאָך אַ מאָל אײַך ― אַדיע! מנחם־מענדל הנ"ל

28

מיסטער שלום־עליכם!

אָלרײַט! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך שרײַב אײַך אַזױ כאַפּנדיק ― אַמעריקע איז ניט יעהופֿעץ. דאָ האָבן אַלע קײן צײַט ניט. ,/טײַם איז מאָנע* ― אַזױ זאָגט דער אַמעריקאַנער. דער פּשט איז: אַ רענדל אַ מינוט! איטלעכער איז דאָ פֿאַרנומען. און נאָר מיט זיך. מ'האָט קײן צײַט ניט אַרומקוקן זיך איף יענעם: יענער מעג זיך אױיסציען אין מיטן גְאָס, װועט אים קײנער ניט זאַ" טשעפּען.;העלפּ יור סעלף" זאָגט דער אַמעריקאַנער. דער פּשט איז: איטלעכער פֿאַר זיך. קריך פֿון דער הױט, אַקער מיט דער נאָז די ערד, רײַס זיך אײַן דאָס געזונט, גײ מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף ― װעמענס עסק אין דאָס? אַ געבענטשט לאַנד! מ'האָרעװעט און מ'װערט פֿאַרשװאַרצט און מען מאַכט אַ לעבן. איטלעכער מאַכט אַ לעבן און איך אױך בתוכם. װועט איר דאָך פֿרעגן: װאָס הײסט ,מען מאַכט אַ לעבן"? באַדאַרף מען אײַך דערצײלן אַקוראַט פֿון אָנהײיב ביזן סוף, ױ אַזױ עס האָט דאָ מיט מיר פּאַסירט, װעט איר פֿאַרשטײן װאָס באַדײַט אַ געבענטשט לאַנד אַמעריקע.

די ערשטע צײַט װאָס איך בין אַהער אָנגעקומען בין איך געװען, געװײנטלעך, אַ?גרינער", ניט געװוּסט װוּ אַ טיר עפֿנט זיך, ניט פֿאַרשטאַנען אַ װאָרט פֿונעם היגן לשון, װאָס צום ערשטן מאָל װוײַזט זיך אײַך אױס, אַז ניט זײ רעדן נאָר זײ שפּײַען און מאַכן זיך נאַריש, באַלעבעטשען עפּעס מיט די צינגער און לױפֿן אַרום דער אַהער, דער אַהין, װי די משוגעים, גלײַך װױ עמעצער זעצט זײ אין האַלדז און נאַקן. די ערשטע צײַט בין איך אַרומגעגאַנגען איבער די טומלדיקע גאַסן, װאָס עס רעשט אין זײ װױ אין גיהנום, פֿאַרריסן דעם קאָפּ און באַטראַכט די מוראדיקע מױערן מיט די מענטשן מיטן גאַנצן טראַסק. נאָר לאַנג אַזױ אַרומגײן האָט מען מיך ניט געלאָזט; פֿאַר ענגשאַפֿט אַ פּנים, און פֿאַר גרױס אײַלעניש האָט מען מיך מכבד געװען אַלע מאָל מיט אַ שטורך אין זײַט אַרײַן און מיט אַ שטױס פֿון הינטן און מיט אַ זאָג בשעת־מעשׂה: ,גײ די דעװל", דער

29