מנחם־מענדל [2]: שלום־עליכם צו מנחם־מענדלען

שלום עליכם (אַלע װערק)

לכּבֿוד ידידי היקר וֹכו, וכו, וכו, מוהר"ר מנחם־מגדל ב"י,

אײַער בריװל האָב איך מקבל געװען און ענטפֿער אײַך תּיכּף־ומיד, אַזױ ױ איר פֿאַרלאַנגט, על ראשון ראשון ועל אַחרון אַחרון, פֿון אַלע;מלאָכות? און ;פּרנסות", װאָס איר האָט מיר אױסגערעכנט, זע איך ניט אַרױס, אַז איר זאָלט זיך קאָנען דורך זײ צעפֿירן די הענט. איך על אײַך זאָגן מיט אַ טעם. איך מײן, אַז ניט קײן רב, ניט קײן שוחט קאָנט איר זײַן, דערפֿאַר װײַל איר האָט שױן, פֿאַרשטײט איר מיך, פֿאַרזוכט פֿונעם עץ"הדעת, געכאָפּט אַ קוק אין די זיַטיקע ספֿרים, געלערנט זיך שרײיבן און געװען אַ ביסל אין דער װעלט ― דאָס פּאַסט ניט פֿאַר אַ;כּלי־קודש"… דערצו װאָלט איר באַדאַרפֿט זיך איבעראַנדערשן, אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך דעם פֿריִעריקן מנחם־מענדל און אָנציֶען אױף זיך אַ נײַעם לבֿוש, אַ מין מאַסקע, און װעדליק איך קען אײַך פֿאַר אַן ערלעכן מענטשן זענט איר דערצו ניט מסוגל. דאָס אײגענע װאָלט איר באַדאַרפֿט טאָן, װען איר זאָלט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ מלמד, װײַל אַ מלמד בײַ ייִדן קאָן אַנדערש קײן מלמד ניט װערן, ביז ער שלעפּט ניט אַרױף אױף זיך די צורה פֿון אַ; כּליקודש"; טאָמער טוט ער דאָס ניט, הײסט ער שױן ,לערער", און אַ לערער װעט איר ניט זײַן, װאָרעם די הײַנטיקע לערערס לערנען ניט, זײ 2געבן שטונדף. דאָס הײסט, זײ גײען אַרײַן אַלע טאָג, טוען אַ קוק אױפֿן זײגער און גײען װײַטער, חוץילזה מוז אַ לערער זײַן אַ שטיקל אינטריגאַנט, הײַנו: ער באַדאַרף ױסן, ױ אַזױ צו פֿירן זיך מיט די בעלי־בתּים, בכדי זײ זאָלן באַצײַטנס אַרױסװאַרפֿן די איבעריקע לערערס, װאָרעם אַז ניט.װעלן יענע לערערס אים אַרױסװאַרפֿן, ― און װעדליק איך פֿאַרשטײ אײַך, איז דאָס ניט אײַער אַרֹבעט.. קײן שטעלע פֿון אײַערט װעגן זע איך ניט אַרױס, איבער צװײ טעמים: ערשטנס איז הײַנט ניטאָ קײן שטעלעס: אַ סך בעלי"בתּים, זאַװאָדטשיקעס, באַנקירן װאָלטן הײַנט אַלײן געװען בעלנים אױף רעכטע שטעלעס: און צױיטנס, מײן איך, אַז פֿון אײַערע אַלע דרײענישן, װאָס איר האָט געדרײט ביז אַהער מיט ,לאָנדאָן* און מיט יקנה"ז, האָט איר ניט גענאַשט, איר זאָלט מיר מוחל זײַן

18

גאָרניט ― סײַדן אַ ,מײנונג" װעגן דער בערזע, אַ;קוק" אױף די קורסן און אַ מבֿינות אױף אַ האָס* און אױף אַ /בעס". אַן עבֿירה, כ'לעבן, װאָס איר האָט אין די עטלעכע יאָר ניט אָפּגעגעבן זיך מיט שוסטערײַ ― איר װאָלט, לכל" הפּחות, געקענט אױפֿנײען אַ פּאָר שטיװל… אַ משולח אָדער אַ קאָמיװאָיאַזשאָר איז אױך ניט אײַער האַנט, װװײַל דערצו באַדאַרף מען זײַן שטענדיק אױסגעפּוצט, װ אַ חתן, מיט אַ פּאָר שײנע װאָנצעס, מיט אַ שײנע אױסגעפּרעסטע מאַנישקע, מיט גאָלדענע קנעפֿלעך און מיט אַ ציגאַר אין די צײן ― מיט אײן װאָרט, מען באַדאַרף דערצו זײַן גאָר אַן אַנדער מין פֿױגל,.. און פֿאַר אַן קאַגענט" טױגט איר אַװדאי ניט. אַן;אַגענט* באַדאַרף זײַן אַ רעדמאַשין, דאָס הײסט, ער באַדאַרף קאָנען רעדן און רעדן אַזױ לאַנג, ביז ער זאָל אײַנרעדן אַ װאַנט, אַז די װאַנט זאָל זיך פֿאַרסטראַכירן,.. אוֹיף זינגען בין איך אַ ױנציקער מבֿין און קײן;נגינה* פֿאַרשטײ איך ניט, דעריבער קאָן איך אײַך װעגן חזנות גאָרניט זאָגן. איך װײס נאָר דאָס ייִדישע פֿאָלקסװערטל: פֿאַלע חזנים זענען נאַראָנים" ― הײַנט גײ טרעף, צי חונים זענען נאַראָנים דערפֿאַר װאָס זײ זענען חזנים, צי נאַראָנים זענען חזנים דערפֿאַר, װאָס זײ זענען נאַראָנים?,.. װערן א;מחבך" װאָלט יאָ געװען אפֿשר אַ שטיקל פּלאַן ― ױיס איך ניט, צי עס װעט אײַך לױנען, װײַל ,חיבורים" פֿאַרקױפֿן זיך בײַי אונדז ,אױף דער װאָג", אױב איר האַנדלט מיטן מוכר־ספֿרימניק; נאָר טאָמער ױלט איר אױסברענגען אײַער חיבור אַלין, אָן אַ מוכר־ספֿרים, באַדאַרפֿט איר זיך מטריח זײַן גײן מיט איער חיבור פֿון שטוב צו שטוב. מיט אײן װאָרט, אַ מחבר ― דאָס איז נאָר אַן אױסרײד אױף צו גײן איבער די הײַזער.. זײַן אַ זשאַרגאָןשרײיבער ― איר זענט אפֿשר גערעכט ― איז ניט אַזאַ שװערע זאַך: ס'איז אָבער דער חסרון. װאָס אונדזערע אַריסטאָקראַטן לײענען ניט קײן זשאַרגאָן, און דער פּראָסטער עולם און די קלײנשטעטלדיקע װײַבלעך און מײדלעך האָבן ליב אַ ,ראָמאַן", און דװקא אין פֿיר טײלן מיט אַן ,עפּילאָג*, און אױפֿן פֿעדערשטן בלעטל פֿונעם ראָמאַן זאָל דװקא שטײן אָדער;שײקעװיטש" אָדער , בלױשטײן" ― אַז ניט, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ ראָמאַן?.. ציוניזם איז גלאַט ניט קײן געשעפֿט אױף צו פֿאַרדינען געלט: ציוניזם איז נאָר אַ רעיון, אַ געדאַנק, ניט קײן פּרנסה; אַ ציוניסט באַדאַרף געבן געלט, און דער ציוניסט װאָס װיל פֿון ציוניזם נעמען געלט, דער איז שױן אױס ציוניסט,

בכן, בלײיבט דאָך איבער אַלץ די אײגענע קשיא: װאָס טוט מען? אַ מענטש באַדאַרף דאָך לעבן, און אַ ייִד איז דאָך אױך בכלל מענטש )כאָטש אַפֿילו ניט

19

אַלע און ניט אומעטום האַלט מען מיט דער דאָזיקער דעה(. איך האָב לאַנג געקלערט, געבראָכן דעם מוח, און האָב געפֿונען פֿאַר איַך אַן עצה, און מיר דאַכט, אַז דאָס איז די בעסטע עצה: פֿאָלגט מיך, װערט אַ שדכן! װעט איר דאָך מסתּמא פֿרעגן: װאָס עפּעס אַ שדכן? באַדאַרף איך אײַך קלאָר מאַכן, פֿאַר װאָס איך האַלט דאָס שדכנות פֿאַר אַ בכּבֿודע פּרנסה מער ױ אַלע אַנדערע ייִדישע פּרנסות, און פֿאַר װאָס איך רעכן אַז די דאָזיקע פּרנסה איז פֿאַר אײַיך אָנגעמאָסטן, ױ געװונטשן. שדכנות ― דאָס איז אַזאַ מין זאַך, װאָס גײט קײן מאָל ניט אױס פֿון דער מאָדע: בחורים און מײדלעך איז אַזאַ מין סחורה, װאָס עס זענען תּמיד פֿאַראַן דערױף קונים. אַ חתן מוז האָבן אַ כּלה און אַ כּלה מוז האָבן אַ חתן ― דאָס איז געשטעלט געװאָרן מששת ימי בראשית. איטלעכער ײָד, װאָס האָט קינדער, און װער שמועסט טעכטער )און טעכטער האָבן אַ מיאוסע טבֿע ― זײ װאַקסן!(, מוז סוף־כּל־סוף אָנקומען צום שדכן. למשל, לאָז מען קומען צו אַ ייִד און זאָגן!?רב יענקל, גײט זײַט מוחל אַהײם, דאָרט װאַרט אױף אײַך דער רב, דער שוחט אָדער דער חזן, דער לערער, דער אַגענט, דער מחבר", ― װעט ער אײַך ענטפֿערן:?נישקשה, ער מעג װאַרטן"… קומט זשע אָבער צום אײגענעם רב יענקלען )אױב ער האָט טעכטער פֿון אַכצן יאָר און העכער( און זאָגט אים, אַז עס װאַרט אױף אים דער שדכן, ― טוט דאָס אים אַ טראָג אין דער לופֿטן:;אָט באַלד, אָט גײ איך!*.. און אַז ער װעט אײַך דערזען, װעט ער אײַך מאַכן אַ ברײטן ברוך־הבא )ער מעג אײַך אין האַרצן ניט קאָנען אָנקוקן(, און איר װעט בײַ אים זײַן זײער אַן אָנגעלײגטער גאַסט. פֿאַר װאָס דאָס איז? ― ניט דאָ איז דאָס אָרט צו חקירהן. פֿרעגט אַ ייִדן, װאָס האָט טעכטער פֿון אַכצן יאָר און העכער, װעט ער אײַך זאָגן, צי איך האָב געטראָפֿן, צי נײן )איך האָב נאָך ניט אַזעלכע טעכטער ― שװער איך אײַך בהן שלי (, אַצינד באַדאַרף איך אײַך זאָגן דעם טעם, פֿאַר װאָס איך רעכן, אַז אײַך פּאַסט צו זײַן אַ שדכן. ערשטנס, װאָס דען װעט איר זײַן, אַז ניט קײַן שדכן! איר האָט אַן אַנדער ברירה? און צװײטנס זענט איר דאָך, קײן עיןיהרע, אַ מפֿורסם אין דער װעלט, די װעלט קען אײַך פֿאַר אַן אָרנטלעכן מענטשן, ניט קײַן ליגנער חלילה און ניט קײן שװינדלער, װי אַנדערע שדכנים. גלײבט מיר, װוּהין איר װעט אַרײַנקומען און װוהין איר װעט אַרײַנשרײַבן אַ בריװל און װעט זאָגן, אַז דאָס בין איך מנחם־מענדל, װעט איר זען, אַז עס װעט זײַן רעכט… איך האָף, אַז איר װעט, אס־ירצה־השם, מיט דער צײַט באַקומען אַ שײנעם נאָמען און װערן אַ;לאַנדישדכן* און מאַכן גוטע געשעפֿטן. דער עיקר ― ניט זײַן קײן

20

שלימזלניק, אָנשמעקן װוּ עס װאַלגערן זיך ערגעץ אַ בחור אַן אַנטיק, װאָס זוכט אַ כּלה מיט נדן, אָדער אַ מױד אַ דערװאַקסענע, װאָס קוקט אַרױס אװײף אַ חתן, אױפֿפּאַסן װױ עס געהערט צו זײַן, צוטרעפֿן איטלעכן װאָס אים שטײט אָן, אױסבײַטן ײָחוס אױף געלט, פֿאַר געלט קױפֿן בילדונג, ניט קוקן װעלכעס איז קרום און װעלכעס איז גלײַך. װאָרעם אַ מאָל איז דאָס קרומסטע גלײַך און דאָס גלײַכסטע קרום, ניט אַראָפּפֿאַלן בײַ זיך, טאָמער שטײט עמעצן ניט אָן יענעמס ײָחוס: איטלעכער ייִד װעט אײַך דערצײלן, אַז ער איז מער מיוחס פֿון יענעם, כאָטש אין האַרצן װיסט ער גאַנץ גוט, אַז יענער איז מער מיוחס פֿון אים, און איטלעכער גײט מיט דעם גאַנג, אַז ער נאַרט יענעם, אַז די מציאה האָט ער געכאַפּט… אױך טאָרט איר ניט פֿאַרגעסן אַז הײַנט איז אַרײַן אין דער מאָדע, אַפֿילו אין די קלײנע שטעטלעך, משדך צו זײַן זיך;דורך ליבע", דאָס הײסט, חתן־כּלה קאָנען אַנדערש ניט וערן קײן חתױ כּלה, סײַדן זײ פֿירן צװישן זיך פֿריִער אַ ליבע כאָטש עטלעכע טעג. דעריבער באַדאַרפֿט איר זען װאָס איר האָט צו טאָן. דאָס הײסט, די ליבע איז טאַקע אַ ליבע, נאָר איר זענט דער שליח פֿון דער ליבע. האָט איר אױיסגעגלײַכט די מחותּנים מיט זײער ײָחוס און מיטן נדן, פֿירט איר צונױף חת"רכּלה און קלאַפּט אַ דעפֿעש צו דער ליבע, אַז זי מעג שױן קומען… קײן ליגנער, ױ אַנדערע שדכנים, באַדאַרפֿט איר ניט זײַן נאָר גײן דערצײלן איטלעכן באַזונדער דעם גאַנצן אמת זענט איר אױך ניט מחױב. איער סחורה זאָלט איר לױבן אין טאָג אַרײַן; לאָזן אַלע מחותּנים זײַן די;שענסטע מיוחסים", די גרעסטע;גבֿירים'אַדירים?; אַלע כּלות לאָזן בײַ אײַך זײַן זעלטענע;יפֿת:תוארס". אַלע חתנים ―;אַנטיקן שבאַנטיקן". װאָס אַרט דאָס אײַיך?.. קײן בריװלעך צו שדכנים אין אַנדערע שטעט זאָלט איר ניט זשאַלעװען. ניט מורא האָבן פֿאַר יענעם, טאָמער כאַפּט ער אױס ― שדכנים זענען ניט קײן מעקלערס, די װעלט איז ניט קײן בערזע, חתנים מיט כּלות זענען ניט קײן יקנה"ז… און נאָך עטלעכע זאַכן האָב איך אײַך אַפֿילו באַדאַרפֿט זאָגן, נאָר אַזױ ױ איך רעכן אײַך ניט פֿאַר קײן נאַרישן ײַדן, פֿאַרהאָף איך אַז דאָס איבעריקע װעט אײַך שױן די צײַט אַלײן אױסלערנען, און איר װעט מיט גאָטס הילף װערן אַ שדכן ― צװישן שדכנים אַ שדכן און לאָז זײַן מיט גליק, װױ עס װינטשט אײַיך מיטן גאַנצן האַרצן אײַער אמתער גוטער פֿרײַנד שלום יע ליכם

ציקרישכחתי איר באַדאַרפֿט דאָך האָבן מיט װאָס אַרױסצופֿאָרן

21

אױף דער װעלט, שיק איך אײַך לעת־עתּה עטלעכע קערבלעך אַלס גמילות־חסד. אַז גאָט װעט אײַך העלפֿן, װועט איר מיר מסתּמא אָפּגעבן. בעטן װעל איך אײַך |אײן זאַך ― למען־השם, פֿון יעדן אָרט, װוּ איר װעט זיך געפֿינען, זאָלט איר מיר שרײיבן בריװלעך פֿון אײַער געזונט און פֿון אײַער נײַער פּרנסה. נאָר למען־השם, מיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות.,. פֿאָרט און זײַט מצליח! שלוסיעליכם

22

אַ זיע! )לעצטער בריװ װאָס מנחם־מענדל האָט געשריבן פֿון יעהופּעצ(

לכּבֿוד ידידי היקר הנגיד המפֿורסם מחור"ר שלום־עליכם ב"י.

ראשית באתי להודיעכם, אַז איך בין ברוך'השם בקוֹ החײם והשלוסן השם־יתברך זאָל העלפֿן, מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנט פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ונחמות אױפֿן כּלל־ישׂראל, אָמן,

והשנית, הנה זײַט ױסן אַז איך בין אײַך געקומען זאָגן;אַדיע*, דאָס הײסט, איך װיל מיט אײַיך זיך אָפּגעזעגענען, און אױף לאַנג, און, גאָט ױיסט, אפֿשר אױף שטענדיק. אױף אײביק ― איך פֿאָר אַװעק, זאָלט איר װיסן, קײן אַמעריקע? איז דערינען פֿאַראַן אַ סך טעמים, און דער עיקר איז: װאָס עס האָבן זיך אױסגענומען פֿאַר מיר אַלע װאַסערן, פֿאַרשטאָפּט געװאָרן אַלע קװאַלן פֿון פּרנסה, ניטאָ פֿאַר מיר קײן שום טועכץ אינעם דאָזיקן לאַנד, און דערצו פֿעלט דאָס שטיקעלע הצלחה, װאָס אָן דעם גײט ניט קײן זאַך אױף דער װעלט! מילא, פֿון די אַלע איבעריקע פּרנסות מײַנע מיט די אַלע עבֿודה־זרות װאָס איך האָב איבערגעדינט און עס האָט ניט געפֿערדלט ― זענט איר אפֿשר גערעכט, איך בין ניט קײן סוחר, קײן דרײער, קײן טענצער, גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז צוליב האַנדלען מיט דער װעלט מוז מען גאָר קאָנען טאַנצן, און אַפֿילו צו דער װיסטער פּרנסה פֿון מעקלערײַ איז אױך גוט אַז מען קאָן טאַנצן.. מילא, װאָס זאָל איך טאָן, אַז מ'האָט מיך פֿאָרט ניט געלערנט טאַנצן? האָב איך דערפֿאַר אַװעקגעװאָרפֿן אַלץ געשעפֿטן און האָב זיך גענומען צו שרײיבערײ; איך האָב געמײנט, אַז דאָס אין. דאָך אַװדאי אַ גרינגע פּרנסה, װאָרעם װאָס איזן דאָס פֿאַר אַ תּורה? מ'נעמט אַ פּען און מישרײיבט! ובפֿרט נאָך ,מעשׂיות" שרײַבן ― דאָס האָב איך אַלין געלײענט פֿון אַן ייִדישן שרײַבער, אַז ס'איז גאָר אַ נאַרישקײיַט… צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז אַפֿילו צו אַזאַ נאַרישקײט באַדאַרף מען אױך האָבן מזל! סאיז נאָר אַ האַרצװײטיק! װיפֿל מעשׂיות די װעלט שרײַבט און מ'דרוקט זײ, און מײַנע מעשׂיות װױל מען ניט דרוקן ― פֿאַר װאָס? לאָז מיך אַזױ װיסן בײז! פֿון דער רעדאַקציע שרײיבן זײ מיר, אַז ס'איז;שאַרזש?, װאָס איז דאָס אַזעלכעס שאַרזש ― װײס איך ניט, נאָר פֿאַרשטײן פֿאַרשטײ איך, אַז קײן אַנטיק איז דאָס

23