מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו שלום־עליכמען [א]

שלום עליכם (אַלע װערק)

שלום לכּבֿוד ידידי חיקר וכ' וכו' מוהר"ר שלום־עליכם נ"י,

ר א ש י ת באָתי להודיעכם, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מען זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות ― אָמן. ו ה ש נ י ת זײַט װיסן, אַז איך בין אײַך אַן אמתער גוטער פֿרײַנד: גלײבט מיר, װאָס איך װינטש אײַך זאָל דאָס מיר אָנגײן כאָטש האַלב! װעט איר דאָך פֿרעגן, פֿאַר װאָס? ― פֿאַר אײַערע פֿעליעטאָנען. איך שװער אײַך בנאמנות, איר האָט מיך ממש מחיה געװען, װען איך זאָל זײַן מיט אײַך באַקאַנט, װאָלט איך אײַך נאָר אַרומגעכאַפּט קושן! דאָס הײסט, קענען קען איך אײַך, נאָר איך האָב ניט דאָס עזות צוגײן צו אײַך און זאָגן: „דאָס בין איך מנחם־מענדל“. דערפֿאַר טאַקע האָב איך מיך מישבֿ געװען, איך װעל אײַך בעסער אַרױסשרײַבן אַלצדינג דורך אַ בריװל, װאָרעם איך האָב אײַך זײער אַ סך צו זאָגן. נאָר אײדער עפּעס װאָס װיל איך אײַך פֿרעגן אַ פּאָר װערטער, איר מוזט דאָס מיר קלאָר מאַכן, איך קאָן דאָס ניט פֿאַרשטײן בשום־אופֿן: מילא, מיך אַז איר קענט אַזױ ― איז קײן חידוש ניט. איר זעט מיך כּמעט אַלע טאָג שױן פֿון עטלעכע יאָר זיך דרײען אַרום דער בערזע. װערקמירדיק! אַלע מאָל, װען איך באַגעגן מיך מיט אײַך, מײן איך, אַז איך אײַך זע, און איר מיך ― ניט; צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז איר זעט מיך דורך און דורך. אַ פּנים, אַז ברילן איז טאַקע אַ רעכטע סגולה?… נאָר דאָס איז בלאָטע. װאָס איז מיר יאָ אַ חידוש? פֿון װאַנען זענט איר אַזױ קלאָר אין איר, איך מײן מײַן זוגתי הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחיה? פֿון װאַנען װײסט איר װאָס בײַ אונדז אין כּתרילעװקע קאָכט זיך, און װער האָט אײַך דערצײלט פֿון מײַן שװיגער און פֿון איר תּורה? נאָר נישט דאָס איז דער שפּיץ פֿון מײַן שרײַבן צו אײַך. איך האָב מיט אײַך צו שמועסן ― זײער אַ נײטיקן ענין. איך װיל מיך, פֿאַרשטײט איר, מיט אײַך האַלטן אַן עצה. זאָגט מיר, ליבער שלום־עליכם:

װאָס טוט מען???

באַשרײַבן אײַך מײַן איצטיקע לאַגע ― איז דאָך ניט שײך. איר ױיסט אַלײן גאַנץ גוט, אַז דאָ אין יעהופּעץ האָב איך שױן ניט װאָס צו טאָן. עס האָבן זיך, ברוך'השם, אױסגעלאָזט בײַ מיר אַלע פּרנסות. צו די הײַנטיקע גאָלדענע געשעפֿטן האָט מען בײַ מיר אַװעקגעגנבֿעט דאָס ביסל;אָפּיסן" פֿון הײַזער, אימעניעס און װעלדער, װאָס איך האָב געהאַט אין אײנעם מיטן טלית און תּפֿילין, און איך בין געבליבן, װי מען זאָגט, גאָר אָן אַ קנעלונג, דערצו האָט זיך מיר נאָך צוגעװאָרפֿן אַ נײַער אומגליק, אַ ליטװאַק פֿון דער דעמעיעװקע, ימח"שמו־וזכרו. אַ קוק טאָן אױף אים ― דאַכט זיך זײער אַ שײנער הענגקאָלנער, שטאַמט אַרױס, זאָגט ער, פֿונעם שענסטן ייִחוס פֿון דער ליטע, און רעדט פּאָװאָלינקע, געצײלטע װערטער, דערמאַנט אַלע מאָל גאָטס נאָמען:;אסײרצה־השם", ,מיט גאָטס זײַנער הילף",;דער אײבערשטער זאָל רחמנות האָבן".. באַקענט האָב איך מיך מיט דעם דאָזיקן ליטװאַק, געװײנטלעך, אין דרױסן בײַי סעמאַדענין, זיך צערעדט:;אַ שטוב, אַ הײַזל, אַן אימעניעצקע", ― בקיצור, מיר האָבן זיך צוגעקלעפֿט, איך האָב אים איבערגעגעבן אַ פּאָר געשעפֿטלעך, אַזעלכע, װאָס איך דרײ זיך אַרום זײ שױן העכער אַ האַלב יאָר, און האָב אים אַרײַנגעפֿירט אין אַ פּאָר באַקאַנטע הײַזער, דאָרט װוּ איך האָב מיך תּמיד גערעכנט פֿאַר אַ הײמישן מענטשן, און ער, דער ,דעמעיעװקער ליטװאַק" ימח־שמו, האָט מיר צוגעזאָגט גילדענע בערג, אַז קאַלצדינג װאָס מיר װעלן אס־ירצה־השם מאַכן, װעט דאָס זײַן מיט גאָטס הילף אױף דער האַלב, ‏ דער איבערשטער זאָל נאָר רחמנות האָבן, װעט אַװדאי זײַן גוט פֿאַר אונדז בײדן, װײַל ער איז אַ ײָד, זאָגט ער, װאָט קאַטאָרי ער קומט נישט אַרױס פֿון קײַן מעקלערס. גאָט זאָל אים אַרױסנעמען, זאָגט ער, פֿונעם דאָזיקן ברױט, און ער איז זיך מחיה, זאָגט ער, אַז אַ ייִד פֿאַרדינט נעבן אים אַ שטיקל ברױיט, דער אײבערשטער זאָל נאָר העלפֿן, רחמנות האָבן!*… אַ פּאָר װאָכן האָט ער מיך אַזױ אַװעקגעפֿירט אַלץ מיט זיסע װערטער, מיטן ,אײבערשטנס הילף* און מיט ,רחמנות". נאָך דעם האָב איך אים פֿאַרלױרן, און אַז איך האָב אים געפֿונען, פֿרעג איך אים: ,װאָס הערט זיך עפּעס מכּוח אונדזערע געשעפֿטן?* ענטפֿערט ער מיר ױדער מיט גאָט און װידער מיט ,רחמנות", אַז פֿון די געשעפֿטן װעט גאָרניט זײַן, ס'איז אַ נעכטיקער טאָג. ,גיט עפּעס, זאָגט ער, פֿרישינקע געשעפֿטלעך אױב איר האָט, טאָמער װעט דער אײבערשטער רחמנות האָבן?*… בקיצור, װאָס זאָל איך אײַך דאָ מאַריך זײַן ― איך גײ אַרױס אײן מאָל אין גאַס און ער געװאָר, אַז ס'איז געמאַכט געװאָרן מײַנס אַ געשעפֿט! װער האָט דאָס געמאַכט? דער;דעמעיעװקער

148

ליטװאַק* ימח־שמו־וזכרו, און האָט געכאַפּט, זאָגט מען, עטלעכע טױזנט קאַרבן!.. ־סטײַטש? ױ אַזױ? װען? און װוּ בין איך ז װאָס זאָל דאָס באַדײַטן? איך לױף אַװעק אױף דער דעמעיעװקע צו מײַן שותּף, איך הײב אָן מיט אים צו רעדן, אַהין ― אַהער, זאָגט ער:;װײס איך װאָס. פּטרנו! װאָס מיר געשעפֿט? װער מיר שותּפֿות? װאָס בין איך ― עפּעס אַ נעכטיקער? איך ױיס דען אַלײן ניט פֿריִער פֿון אײַך דעם געשעפֿט? איר גיט אַהער, זאָגט ער, בעסער אַ פֿריעזנקע, טאָמער װועט דער אײבערשטער רחמנות האָבן!.* איך טו מיך אַ װאָרף צום קונה ― מען לאָזט מיך ניט אַרײַן. איך לױיף צום מוכר, הײב אָן צו שרײַען ― טרײַבט מען מיך אַרױס. װאָס איז די מעשׂה? בקיצור, איך װער געװאָר, אַז דער ,דעמעיעװקער ליטװאַק* ימח־שמו האָט אָנגערעדט אױף מיר אי דאָ אי דאָרטן, דערצײלט איטלעכן פֿון זײ אַן אַנדערן ליגן, אָנגעפֿירט אַזאַ רכילות, אַז איך טאָר מיך ניט װײַזן פֿאַר די אױגן. הכּלל, איך לױף צום רב, ױל זיך פֿאַרלאָזץ מיט מײַן שוֹתּף אױף מענטשן ― אַן עק, װאָס מענטשן װעלן פּסקענען! זאָגט מען מיר, אַז ס'איז אומזיסט די טירחה: מען האָט אים שױן ניט אײן מאָל געשלעפּט צום רב, גערופֿן צו מענטשן, שױן יוצא געװען, מען האָט אים שױן געפּאַטשט אױיך װפֿל מאָל ― עס העלפֿט װי אַ טױטן באַנקעס! בקיצור, שרײַ חי־וקים ― ס'איז פֿאַרפֿאַלן!! אַז אָך און ױ איז מיר, דאָס איז דאָס ‏ ערעשטע געשעפֿט מײַנס, װאָס איז געמאַכט געװאָרן אין יעהופּעץ ― און איך בין אין דרױסן!.. די ערשטע עטלעכע טעג בין איך שֹיִער נישט אַראָפּ פֿונעם זינען: איך האָב נאָר געװאָלט אַװעקגײן צום דניעפֿער און אַרײַנװאַרפֿן זיך אַ לעבעדיקער אין װאַסער אַרײַן נאָר איך האָב מיך מישבֿ געװען: װעמען על איך דאָ, אַ שטײגער, אָנלערנען י נאָך אַ מאָל: דערפֿאַר ואָס אין יעהופֿעץ אױף דער דעמעיעװוקע אין פֿאַראַן אַ ליטװאַק אַ כּל־בוניק ימח־שמו, זאָל מײַן װײַב חלילה בלײַבן אַן אַלמנה און מײַנע קינדער יתומים? פֿע, דאָס פּאַסט ניט פֿאַר אַ טאַטן פֿון קינדער! און ױ איר זעט, בין איך געבליבן אױף צרות און מוטשע מיך ױ אױפֿן טױט. געװאַלד, װאָס טוט מען? װאָס טוט מען? איר פֿאַרשטײט דאָך, אַז קומען איצטער מיטן בײַטשל אַהײם, איז פֿאַר מיר ערגער ױ דער טױט. ױ קאָן איך מיך באַװײַזן אין כּתרילעװקע? על־כּן, איז בײַי מיר געבליבן, איך זאָל אַװעקװאָרפֿן אַלע געשעפֿטן און זיך נעמען צו עפּעס אַן אַנדערע פּרנסה אָדער אַ מלאָכה. װעט איר, דאָך מיך פֿרעגן, װאָס קען איך? װײס איך אַלײן ניט. אָט האָט איר מײַן גאַנצע ביגריפֿיע אין קורצן: ביז דער חתונה האָב איך געלערנט אין חדר גמרא און פּוסקים מיט אַלע זיבעצן זאַכן. מיר דאַכט, אַז אַ רב אין אַ קלײן שטעטל װאָלט

15

איך געװיס געקאָנט זײַן, און אַ שוחט אַװדאי. הײַנט האָט מען מיך געלערנט שרײַבן און לײענען, ייִדיש און רוסיש און דײַטש און חשבונען ביז ,תּשבורת*: דאַכט מיר, איך װאָלט געװען אַ גוטער מלמד, אַ לערער אָדער אַ שרײַבער. אין מיסחר שמועסט מען ניט, אַז איך בין, קײַן עין־הרע, א בר:דעת. איך בין דורכגעגאַנגען,. װי אײַך איז ידוע, אַלע שיבֿעה־מדורי"גיהנום, געהאַנדלט אין אָדעס מיט עלאָנדאָן", און דאָ, אין יעהופֿעץ, האָב איך אָנגעהױבן פֿון יקנה"ז מיט ,פּאַפּירלעך* און האָב אױסגעלאָזט מיט צוקער, אימעניעס, ועלדער און זאַװאָדלעך וכו, וכו וכױ. מיר װײַזט זיך אױס, אַז איך װאָלט געקאָנט מיט גאָטס הילף באַטרעפֿן די שענסטע שטעלע ערגעץ אין אַ קאַנטאָר, אָדער אױף דער באַן, אָדער איך װײס אַלײן ניט װוּ, הײַנט רעכן איך, אַז װעדליק איך האָב אַ צינגל און קען ברוך־:השם רעדן מיט אַ מענטשן, װאָלט איך, דאַכט מיר, געטױגט פֿאַר אַ משולח, אָדער ױ מען רופֿט דאָס הײַנט אַ עקאָמיװאָזשאָר", קױפֿן, פֿאַרקױפֿן, דרײעןי האַנדלען. אָדער איך װאָלט אפֿשר געקאָנט זײַן אַן אַגענט אױף צו שטראַפֿירן פֿונעם טױט. מע זאָגט, אַז אַגענטן מאַכן ניט שלעכט. הײַנט האָב איך אײיך פֿאַרגעסן זאָגן, אַז איך האָב אַ קול־נגינה און דאַװן ניט שלעכט פֿאַרן עמוד; מבֿינים האָבן מיך געהערט און האָבן געזאָגט, אַז װען איך פֿאַרשטײ נאָטן, װאָלט איך געװען גאָר אַ שײנער מנגן; אפֿשר װאָלט איך געװאָרן אַ חזן, אָדער גאָר אַ קאַנטאָר אין אַ כאָרשול? צי אפֿשר זאָל איך װערן אַ שרײַבער, אַ מחבר? איך האָב דאָ, װױ איר זעט, אַן אױסגעשריבענע האַנט און קען לשון־קודש גאַנץ שײן. איך האָב אַ מאָל, נאָך ייִנגלװײַז, געשריבן ױפֿל מאָל קאָרעספּאָנדענציעס אין די בלעטער ,הצפֿירה* און ,המליץ* ― און װוּ ניט! אמת, מײַנע קאָרעספּאַָנדענציעס זענען אין ערגעץ ניט געװען געדרוקט, איך ױיס ניט פֿאַר װאָס, נאָר װאָס מאַכט דאָס אױס ― אַבי איך קען און וער שמועסט זשאַרגאָן ― שרײַב איך גאָר אױסגעצײכנט, אַ טײַערע מציאה! װער קאָן ניט שרײַבן זשאַרגאָן, .עבֿרי־טײַיטש" 1 אָדער אפֿשר װאָלט איך מיך גאָר פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ ציוניסט? ציוניסטן איז דאָך הײַנט די גרעסטע מאָדע! איך האָב שױן אַדורכגעלײענט אַ פּאָר ציוניסטישע ביכלעך אױך: איך װײס װער איז מאַקס נאָרדױ, דאָקטאָר הערצעל, דאָקטאָר מאָנדעלטטאַם. איך װאָלט זײ, כ'לעבן, צו ניץ געקומען, גערעדט, געפֿאָרן, געאַרבעט, איך װײס אַלײן ניט װאָס ― אַבי פֿאַרדינען אַ קערבל!.. הכּלל, איר זעט אַרױס פֿון מײַנע װערטער, אַז איך בין, ברוךיהשם, אַ יונגער־מאַן, ױ זאָגט מען, צו גאָט און צו לײַטן אײן חסרון ― נישטאָ קײַן מזל! אױ, דאָס שטיקעלע הצלחה! הכּלל, ידידי יקירי, איך בעט אײַך, ױ אַן אמתער גוטער

216

פֿרײַנד, איר זאָלט רחמנות האָבן און מיר עֶנטפֿערן תּיכּף־ומיד דורך אַ בריול: װאָס טוט מען? אױיף װאָס פֿאַר אַ קבֿר זאָל איך זיך װאַרפֿן? צו װאָס פֿאַר אַ פּרנסה זאָל איך מיך נעמען? גלײבט מיר, איך װעל אײַך פֿאָלגן ױ אַן אײגענעם טאַטן, איך װעל טאָן אַלצדינג, װאָס איר װעט מיר הײסן ― ערד גראָבן, שטײנער טראָגן; װױ זאָגט מען, אַ מענטש אַז ער טרינקט זיך, כאַפּט ער זיך אָן אָן אַ

שאַרף פֿון אַ שװערד. איך װעל אײַך אַ טובֿה ניט פֿאַרגעסן אײביק און איײיביק!

פֿון מיר איער בעסטער פֿרײַנד מנחם ־מצנדל

עיקרישכחתי: האָט קײַן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך שיק אײַך מײַן בריװל אָן אַ מאַרקע. איך האָב אײַך גאָר פֿאַרגעסן דערצײלן אַז איך בין, לא" עליכם, איצטער שטאַרק געענגט אין געלט. ממש ניטאָ, איר זאָלט זאָגן, אַ גראָשן בײַ דער נשמה. ס'איז אַ סבֿרה, פֿאַרשטײט אִיר מיך, אַז איך האָב שױן דעם דריטן טאָג אין מײן מױל ניט געהאַט.. נאָר עס מאַכט ניט אױס, גאָט איז אַ פֿאָטער, מסתּמא װעט ער אױספֿירן.. הנ"ל

17

לכּבֿוד ידידי היקר וֹכו, וכו, וכו, מוהר"ר מנחם־מגדל ב"י,

אײַער בריװל האָב איך מקבל געװען און ענטפֿער אײַך תּיכּף־ומיד, אַזױ ױ איר פֿאַרלאַנגט, על ראשון ראשון ועל אַחרון אַחרון, פֿון אַלע;מלאָכות? און ;פּרנסות", װאָס איר האָט מיר אױסגערעכנט, זע איך ניט אַרױס, אַז איר זאָלט זיך קאָנען דורך זײ צעפֿירן די הענט. איך על אײַך זאָגן מיט אַ טעם. איך מײן, אַז ניט קײן רב, ניט קײן שוחט קאָנט איר זײַן, דערפֿאַר װײַל איר האָט שױן, פֿאַרשטײט איר מיך, פֿאַרזוכט פֿונעם עץ"הדעת, געכאָפּט אַ קוק אין די זיַטיקע ספֿרים, געלערנט זיך שרײיבן און געװען אַ ביסל אין דער װעלט ― דאָס פּאַסט ניט פֿאַר אַ;כּלי־קודש"… דערצו װאָלט איר באַדאַרפֿט זיך איבעראַנדערשן, אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך דעם פֿריִעריקן מנחם־מענדל און אָנציֶען אױף זיך אַ נײַעם לבֿוש, אַ מין מאַסקע, און װעדליק איך קען אײַך פֿאַר אַן ערלעכן מענטשן זענט איר דערצו ניט מסוגל. דאָס אײגענע װאָלט איר באַדאַרפֿט טאָן, װען איר זאָלט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ מלמד, װײַל אַ מלמד בײַ ייִדן קאָן אַנדערש קײן מלמד ניט װערן, ביז ער שלעפּט ניט אַרױף אױף זיך די צורה פֿון אַ; כּליקודש"; טאָמער טוט ער דאָס ניט, הײסט ער שױן ,לערער", און אַ לערער װעט איר ניט זײַן, װאָרעם די הײַנטיקע לערערס לערנען ניט, זײ 2געבן שטונדף. דאָס הײסט, זײ גײען אַרײַן אַלע טאָג, טוען אַ קוק אױפֿן זײגער און גײען װײַטער, חוץילזה מוז אַ לערער זײַן אַ שטיקל אינטריגאַנט, הײַנו: ער באַדאַרף ױסן, ױ אַזױ צו פֿירן זיך מיט די בעלי־בתּים, בכדי זײ זאָלן באַצײַטנס אַרױסװאַרפֿן די איבעריקע לערערס, װאָרעם אַז ניט.װעלן יענע לערערס אים אַרױסװאַרפֿן, ― און װעדליק איך פֿאַרשטײ אײַך, איז דאָס ניט אײַער אַרֹבעט.. קײן שטעלע פֿון אײַערט װעגן זע איך ניט אַרױס, איבער צװײ טעמים: ערשטנס איז הײַנט ניטאָ קײן שטעלעס: אַ סך בעלי"בתּים, זאַװאָדטשיקעס, באַנקירן װאָלטן הײַנט אַלײן געװען בעלנים אױף רעכטע שטעלעס: און צױיטנס, מײן איך, אַז פֿון אײַערע אַלע דרײענישן, װאָס איר האָט געדרײט ביז אַהער מיט ,לאָנדאָן* און מיט יקנה"ז, האָט איר ניט גענאַשט, איר זאָלט מיר מוחל זײַן

18