דער בלוטיקער שפּאַס: 51: ערבֿ מלחמה

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אײן־און־פֿופֿציקסטע קאַפּיטל ע ר בֿ מ ל ח מ ה

דעם ערשטן טאָג פּסח אין דער פֿרי, אַז ייִדן זענען געגאַנגען בכּבֿוד, אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, מאַנסבילן אין הױכע צילינדערס און װײַבער אין ברײטע היטעלעך, אין די שולן אַרײַן דאַװנען, האָבן זיך זײ געפּלאָנטעט פֿאַר די פֿיס קלײנע שקצימלעך מיט גרױסע היטלען, װאָס האָבן געהאַלטן בלעטלעך צײַטונגען אין די הענט און אױסגעזונגען אױף אַ קול:

“פּאַרטרעט שטשיגירינסקי! זשידאָװסקי פּסח! טרי קאַפּײקי!“ כּמעט מיט גװאַלד האָבן זײ יעדן דורכגײער אָנגעהאָנגען דאָס דאָזיקע בלעטל ― און ייִדן האָבן עס געקױפֿט. עס איז שװער צו זאָגן פֿאַרװאָס: צי דערפֿאַר, װײַל די ייִדן מיט די הױכע צילינדערס האָבן געװאָלט, מע זאָל ניט װיסן, אַז זײ זענען ייִדן, צי זײ האָבן טאַקע געװאָלט אָנקוקן דעם פּאָרטרעט פֿון דעם שטשיגירינסקי און הערן, װאָס שרײַבן עפּעס אונדזערע חכמים פֿונעם ייִדישן פּסח, ― נאָר דאָס איז אַ פֿאַקט, אַז דאָס רובֿ פֿון די אַנטיסעמיטישע בלעטלעך, װאָס רעדן אָן אױף אונדז המנס מסירות און רופֿן פּאָגראָמען אױף ייִדן, פֿאַלן אַרײַן דװקא אין ייִדישע הענט אַרײַן, װײַל סוף־כּל־סוף איז דער גרעסטער פּראָצענט פֿון רוסישע לעזער אױף דער דאָזיקער גאַס־ליטעראַטור אין דער „טשערטאַ“ און אױסער דער „טשערטאַ“ ― ייִדן.

דאָס בלעטל ― דאָס איז געװען דאָס באַרימטע פּאָגראָם־בלעטל, װאָס האָט זיך געקרױנט מיט אַ צו הױכן נאָמען „דער צװײקעפּיקער אָדלער“. אַלײן פֿאַר זיך איז דאָס בלעטל נישקשה, װי אַלע בלעטלעך פֿון דעם מין: שלעפּעריש־קלײן, כוליגאַניש־חוצפּהדיק, עם־הארצותדיק און גענוג שמוציק. נאָר װאָס דען? ― לכּבֿוד דעם ייִדישן יום־טובֿ האָט זיך עס אױסגעפֿײַנט, שטאַרק פֿאַרגרעסערט, אילוסטרירט מיט אַ בילד פֿון אַ טױטן ייִנגל, װאָס ליגט אַ צעשטאָכענער און אַ פֿאַרמוטשעטער, און מיט אַן אױפֿשריפֿט, װאָס קאָן רירן אַ טױטן: געדענק, פּראַװאָסלאַװנע רוסיש פֿאָלק, דעם נאָמען פֿונעם ייִנגל װלאַדימיר שטשיגירינסקי, װאָס ייִדן האָבן אים פֿאַרמוטשעט! היט אײַערע קינדער! דעם 17טן מאַרט איז זײער פּסח!…“

דאָס איז אױף דער ערשטער זײַט. און דערנאָך גײט אַ גאַנצע רײ פֿון שרעקלעך בעזגראַמאָטנע פּאָגראָם־אַרטיקלען, פֿונעם רעדאַקטאָר אַלײן, װאָס שעמט זיך ניט אַרױסשטעלן זײַן נאָמען מיטן גלחשן טיטל )„סװיאַשטשעניקсвяченик: געבענטשטער“( און פֿון זײַנע נאָך מער בעזגראַמאָטנע מיטאַרבעטער, צװישן װעלכע עס פֿײַנט זיך אױס גאַנץ באַזונדער אײנער, עפּעס אַ קרעטיןкретин: יאַט אַ סטודענט מיטן נאָמען קאָרשונאָװ, אַ גרױסער בקי אין ייִדישע סעקטעס און מינהגים. די ייִדישע סעקטעס װערן בײַ אים אײַנגעטײלט אין „אַשקעניסצעס“, „סעפֿאַרדימצעס“, „כאַסידימצעס“ און „סיאַפּצעװוּכעס“…

― יעדע סעקטע ― זאָגט דער דאָזיקער געלערנטער ― האָט זיך אירע מינהגים, װי אַזױ צו פֿאַרנאַרן דאָס קריסטלעכע קינד און אַרױסבאַקומען פֿון דעם דאָס בלוט, װאָס װערט דערנאָך פֿונאַנדערגעשיקט בכל תּפֿוצות ישׂראל צו זײערע פּסחיקע קיכלעך, װאָס הײסן „מאַצצאַגעזיראַ“.

― „דער קרבן, זאָגט װײַטער דער גרױסער געלערנטער, דער סטודענט קאָרשונאָװ, דאַרף זײַן נישט אַנדערש װי אַ בכור און אַ ממזר און נישט עלטער װי דרײַצן יאָר, און אַזױ װי, זאָגט ער, דער אומגליקלעכער װאָלאָדי טשיגירינסקי איז געװען אַ בכור און אַ ממזר, איז דעריבער אױף אים געפֿאַלן דער גורל - צו זײַן אַ קרבן־פּסח בײַ דער ייִדישער װילדער סעקטע סיאַפּצעװוּכעס אין אונדזער הײליקער שטאָט…“

די ייִדן, ― אַז זײ האָבן איבערגעלײענט די דאָזיקע שרעקלעכע מעשׂיות פֿון די „סיאַפּצעװוּכעס“, װאָס געפֿינען זיך מסתּמא אױף דער לבֿנה, װאָרעם אױף דער ערד האָבן זײ פֿון אַזאַ װילדער סעקטע מיט אַזאַ װילדן נאָמען און מיט אַזעלכע װילדע מינהגים קײנמאָל נישט געהערט, אַז ס'איז געקומען צו דער „מאַצצאַגעזיראַ“, האָבן זײ זיך געכאַפּט בײַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער: ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין „מאַצצאַגעזיראַ“, װאָס װערט געבאַקן אױף בלוט פֿון אַ בכור און פֿון אַ ממזר, װאָס מיר האָבן פֿון דעם ניט קײנמאָל נישט געהערט?

און פֿון װאַנען װײסן עס ייִדישע קינדער, װעלכער גױ איז אַ בכור און װעלכער איז אַ ממזר?

― בהמה! װיבאַלד לשון ממזר, הײַנט װי איז גלאַט שײך אַ בכור? אפֿשר איז פֿאַר דעם ממזר דעם בכור געװען נאָך אַ פּאָר ממזרים? איז ער דאָך שױן במילא פּסול צו דער „מאַצצאַגעזיראַ“.

דער דאָזיקער תּלמודישער אײַנפֿאַל װערט געזאָגט מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא און מיט אַ דרײ מיטן גראָבן פֿינגער, אַזױ אַז דער גאַנצער עולם װערט צעריסן פֿאַר געלעכטער. נאָר מען באַגנוגנט זיך נישט דערמיט אַלײן און מע גײט װײַטער:

― צו װאָס טױג אײַך דער פּילפּול פֿון בכורים ממזרים און „מאַצצאַגעזיראַ“? אַמער זעט װײַטער, װאָס מע שרײַבט װעגן אונדזערע סעקטאַנטן, די „סיאַפּצעװוּכעס“. אַ סבֿרה, אַז מיר אַלײן װײסן ניט װאָס בײַ אונדז טוט זיך.

― דהײַנו למשל?

־דהײַנו למשל, אַ רבֿ, בעת ער איז מסדר קידושין, צעשנײַדט ער אַ האַרט אָפּגעקאָכט אײ אױף דער האַלב, אַ האַלבע דעם חתן און אַ האַלבע דער כּלה, און טונקט עס אײַן אין אַש, װעלכעס איז אױסגעמישט מיט מענטשלעך בלוט.

― טפֿו זאָל ער װערן! װער זאָגט דאָס? אַלץ דער „צװײקעפּיקער למדן“?

― אױב אַזױ איז ער דאָך ראָױ־להוראָה בכל תּפֿוצות ישׂראל, מעג פּסקענען שאלות אױף װאָס די װעלט שטעט…

― פּסקנט ער טאַקע…

אָט אַזױ האָבן זיך ייִדן כּלומרשט לוסטיק געמאַכט, געװערטלט זיך דעם ערשטן טאָג יום־טובֿ, גײענדיק אין שול און פֿון שול, נאָר אינװײניק אין האַרצן האָט יעדער געפֿילט אַזױ, װי עס דאַרף פֿילן אַ מענטש, װאָס װערט געװױר שױן נאָכן עסן, אַז ער האָט אַראָפּגעשלונגען אַ מיאוסקײט, װאָרעם די אַלע אידיאָטישע פּילפּולים און בקיאות פֿון די געלערנטע קאָרשונאָװס און גאָטספֿאָרכטיקע גלחים האָבן זיך אױסגעלאָזט מיט אײן און דעמזעלבן לידל: „שלאָגט ייִדן!“… דערצו איז צוגעגעבן געװאָרן אַ מין כראָניקע, אַז נעכטן איז אָפּגעהאַלטן געװאָרן אין די קלױסטערס אַ גאָטעס־דינסט נאָך דער נשמה פֿונעם פֿאַרמוטשעטן פֿון די ייִדן װאָלאָדי שטשיגירינסקי: נאָר ייִדן האָבן זיך געמאַכט האַרץ, נישט אַרױסגעװיזן קײן סימן, אַז מע נעמט אָן די זאַך ערנסט; פֿאַרדראָסן האָט עס טאַקע, נאָר ס'איז דען אַ נײס? ייִדן זענען דען ניט געװױנט געװאָרן צו ערגערע צרות?…

און אָט אַזױ זענען אַװעק די ערשטע טעג פּסח, דאַנקען גאָט, „רויִק“. נאָר אַז עס איז געקומען דער ערשטער טאָג חול־המועד, דאָנערשטיק איז דאָס געװעזן, מיט אַ טאָג פֿריִער פֿאַרן „ מ ו ר א ד י ק ן פֿרײַטיק“, האָט מען באַמערקט אױף דער ייִדישער גאַס אַ מאָדנע גערודער. ייִדן האָבן זיך געשושקעט, גערעדט האַלבע װערטער, שטילערהײט, בסודי־סודות, זיך געפּאַקט, װי מע פּאַקט זיך אין װעג אַרײַן צו גאַסט אָדער אױף אַ חתונה, װען מע נעמט נישט מיט אַלצדינג, װאָס קומט פֿאַר די אױגן, נאָר מע קלײַבט אױס דאָס בעסטע און דאָס נױטיקסטע: און שטילערהײט, בסודי־סודות, האָט מען די פּעקלעך אַרױפֿגעלײגט אױף װעגעלעך און אַװעקגעפֿירט אַלע אין אײן אָרט אַרײַן ― אין שטאָטישן לאָמבאַרד.

צװײ בעל־הביתטעס נגידיתטעס באַגעגענען זיך דאָרטן:

― װאָס טוט איר דאָ, מאַדאַם, אַזױ פֿרי?

― און איר, מאַדאַם, װאָס טוט דאָ אַזױ פֿריר?

― זאָל מיך אַזױ װיסן בײז. ייִדן אַלײן נעמען אױף זיך צרות. טאָמער װײסט איר, װאָס איז דאָ מורא צו האָבן?

― מײַנע װערטער. װאָס איז דאָס, איך בעט אײַך, אַלע יאָר אַזױ. קומט פּסח, פֿאַלט אָן אױף זײ אַ מורא. איך האָב זײ געזאָגט, זאָג איך, נאַראָנים, זאָג איך, װאָס דאַרפֿט איר פּסח, זאָג איך, אַז ס'װעט באַשערט זײַן, ס'זאָל עפּעס זײַן, קאָן עס דען נישט זײַן אין מיטן יאָר?

― מײַנע װערטער. עס איז טאַקע גאָרניט מיט גאָרניט. נאָר פֿון דעסטװעגן האָב איך ניט געװאָלט, אַז מײַן ביסל צירונג מיט זילבער זאָל אין אַזאַ צײַט זײַן אין דער הײם.

― איך אױך דאָס אײגענע. נאָר צו װאָס האָט איר נאָך באַדאַרפֿט די ראָטאָנדע?…

― די ראָטאָנדע גיב איך אָפּ אַלע יאָר אין לאָמבאַרד. צו װאָס טױג מיר האָבן צו טאָן מיט רױכװאַרג? איך קאָן ניט פֿאַרטראָגן דעם ריח פֿון נאַפֿטאַלין…

― איך אױך דאָס אײגענע…

און אַזױ װײַטער. אין צװײ שעה אַרום װערט דער צופֿאָר צוס לאָמבאַרד אַזױ געפּאַקט מיט ייִדישע דאַמעס, װאָס האָבן מורא פֿאַר זײער ביסל צירונג און זילבער און קאָנען נישט איבערטראָגן דעם ריח פֿון נאַפֿטאַלין, אַז עס מוז זיך שױן אַרײַנמישן פּאָליציע אין מיטן און אָפּהאַלטן אָרדענונג, אַז ייִדישע קינדער „זאָלן זיך אַלײן נישט מאַכן קײן פּאָגראָם“: )דאָס איז געװען אַ װיץ פֿון אַ יונגן אָקאָלאָדאָטשניק, װאָס האָט געזאָלט זײַן אַ סטודענט, נאָר װײַל ער האָט פֿריִער חתונה געהאַט על־פּי נױט מיט אַ מײדל, װאָס האָט געהאַט פֿון אים קײן עין־הרע אַ צװילינג, האָט ער געמוזט אַװעק אין אַן אַנדער װעג(.

נאָר אױב די מיטלמעסיקע נגידים, װאָס מע רופֿט הײַנט אָן מיטן נאָמען „קלײן־בורזשואַזיע“, האָבן געזאָרגט פֿאַר זײער ביסל

צירונג, זילבער און ראָטאָנדעס, האָבן די העכערע קלאַסן, די ייִדישע שור־הברס מיט די לװיתנס פֿון שטאָט, געראַטעװעט בעסער זײערע אײגענע פֿעלכעלעך, װאָס זעגן בײַ זײ טײַערער פֿון זײער צירונג, זילבער און ראָטאָנדעס…

די קאַנצעלאַריע פֿונעם גובערנאַטאָר איז אין אײנע צװײ טאָג פֿאַרװאָרפֿן געװאָרן מיט „פּראָשעניעס“ אױף אױסלענדישע פּאַספּאָרטן. שרײַבערס האָבן געאַרבעט מיט רוחות. „אַ פּנים, אַז די אײדעלע מאָגנס פֿון אונדזערע ייִדישע קרעזן האָט פֿאַרשאַט די פּסחיקע „מאַצצאַ“ װאָס זײ פֿאָרן אַלע קײן אױסלאַנד?“ )דאָס איז געװען אַ װיץ פֿון אַ יונגן טשינאָװניק, װאָס איז שױן געװען אַ סטודענט, נאָר װײַל די חבֿרים האָבן אים בױקאָטירט איבער אַ מיאוסער מעשׂה, װאָס האָט אונטערגעשמעקט מיט פּראָװאָקאַציע, האָט ער געמוזט אַרױסטרעטן פֿון אוניװערסיטעט און אַװעק אין אַן אַנדער װעג(.

נאָכן אָפּפֿאָרן פֿון די ייִדישע שור־הברס מיט די לװיתנס פֿון שטאָט, האָבן שױן אױך די מיטעלע קלאַסן, די קלײן־בורזשואַזיע, אױך אָנגעהױבן אָפּטראָגן זיך אײנציקװײַז, שױן אָן גובערנאַטאָרסקי פּאַספּאָרטן, און נישט קײן אױסלאַנד הײלן זיך די מאָגנס, נאָר גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, װוּהין די אױגן טראָגן, אַבי ניט דאָ װוּ די לופֿט איז געװאָרן פֿאַרפּעסטעט און דאָס װאָרט „פּאָגראָם“ האָט געזשומעט אין די אױערן, װי עס זשומען בינען אין דער בעסטער צײַט פֿון האָניק…

געבליבן זענען דערװײַל נאָר די דריטע־קלאַסיקע פּאַסאַזשירן פֿונעם גרױסן שיף, װאָס הײסט מיטן נאָמען „שטאָט“; די קלײנע קרעמער, בעלי־מלאָכות, מעקלערס, מלמדים און גלאַט אָרעמע לײַט, װאָס האָבן גענומען זיך „ראַטעװען“ מיט װײַב און קינדער שױן אין דער לעצטער מינוט… שבת איז דאָס געװעזן, דעם שבת װאָס פֿאַרן גרױסן יום־טובֿ, פֿאַרן „ליכטיקן זונטיק“, װאָס דעמאָלט, האָט מען געשמועסט, װעט זײַן די רעכטע שחיטה אין שטאָט. און װײַל ס'איז שבת און מע טאָר נישט פֿאָרן מיט דער באַן, איז מען געפֿאַלן אױף אַן עצה )אַ ייִד װעט זיך קײן עצה נישט געבן?( און מע האָט זיך אַ װאָרף געגעבן צו די שיפֿן, און מע האָט באַלאַגערט די ברעגן פֿונעם טײַך, און מע האָט זיך געשלאָגן בײַ דער קאַסע, יעדער האָט געװאָלט פֿריִער, אַזױ אַז דאָ האָט אױך געמוזט אַרײַנמישן זיך פּאָליציע, אַז „די ייִדעלעך זאָלן אַלײן נישט מאַכן אױף זיך קײן פּאָגראָם“. און אַז ס'איז אַװעקגעגאַנגען דער שבת אױך און ס'איז נאַכט געװאָרן, די נאַכט װאָס פֿאַרן „ליכטיקן זונטיק“, האָט די שטאָט אױסגעזען װי פֿאַר אַ מלחמה, בשעת מע האָט שױן דערהערט דעם ערשטן שאָס און דער אָטעם פֿון דעם שׂונא האָט זיך שױן געטראָגן איבער דער שטאָט ־ אַלע גאַסן, װאָס פֿירן צו דער באַן, זענען געװען פֿאַרפֿלײצט מיט ייִדן, װײַבער און קינדער, װאָס זענען געשטאַנען אין דער רײ צום װאָקזאַל אױף צו קױפֿן בילעטן. און װײַל ס'איז געװען אוממעגלעך זיך דערשלאָגן צו דער קאַסע, האָבן זײ דערװײַל זיך „געמאַכט באַקװעם“, אױסגעזעצט אױף דער ערד און נישט געװאָלט אומקערן זיך צוריק אין שטאָט פֿאַר קײן געלט נישט, כאָטש מע האָט זײ געװאָלט באַרויִקן מיט טרײסטװערטער, אַז מע איז שױן געװען מיט אַ דעפּוטאַציע בײַם גובערנאַטאָר.

― לאָזן זיך די נגידים פֿרעגן ― האָבן די אָרעמע לײַט אָפּגעענטפֿערט בײַסנדיק, נישט צו װיסן, אַן די נגידים זענען שױן לאַנג אױף יענער זײַט שטאָט, אַז די גאָלדענע שור־הברס מיט די לװיתנס זענען שױן אָט באַלד אין ניצצאַNice, אין סאַנרעמאָSan Remo, אין מאָנטע־קאַרלאָ און נאָך אַזעלכע שטילע װינקעלעך. בײַ די „רולעטקעס“, “פּטי־שװאָPetits-Chevaux“, „טראַנט־ע־קאַראַנטTrente et Quarante“ און נאָך אַזעלכע שפּילכעלעך װעלן זײ אױף אַ װײַלע פֿאַרגעסן אָן אַלע ייִדישע צרות…

צװישן די דאָזיקע, װאָס האָבן זיך געכאַפּט לױפֿן צו דער באַן נאָך פֿון שבת בײַנאַכט אָן און האָבן געמוזט בלײַבן נעכטיקן אױף דער גאַס, זענען געװען אױך אונדזערע שאַפּיראָס, דאָס גאַנצע געזינדל: דוד שאַפּיראָ, זײַן װײַב שׂרה, זײער טאָכטער בעטי, דאָס גימנאַזיסטל סיאָמקע, און זײער קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ, אַ זון פֿונעם געװעזענעם ט־ער גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ, װאָס האָט אײן ברודער אַ זעמסקי נאַטשאַלניק און דעם אַנדערן אַ גובערנאַטאָר,― איז אױך געװען בתוכם.

דאָס צװײ־און־פֿינפֿציקסטע קאַפּיטל װ וּ ה י ן ד י א ױ ג ן ט ר אָ ג ן

כּל־זמן דאָס געשעפֿט, װוּ דוד שאַפּיראָ האָט געדינט, האָט זיך געהאַלטן אױפֿן פּלאַץ, האָט דוד נישט געװאָלט הערן פֿון קײן זאַך. געקומען אַלע טאָג אַהײם, װי אַלע מאָל, אָפּגעכאַפּט אױף אײן פֿוס דאָס עסן און, װי אַלע מאָל, אָן װערטער אַװעק אױף דער גיך אין געשעפֿט אַרײַן. קױם אָבער האָט זיך דאָס געשעפֿט פּלוצעם אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן געשלאָסן)פֿרײַטיק, דעם צװײטן טאָג חול־המועד פּסח איז דאָס געװען(, און דער שעף מיט זײַנע בנים זענען אַװעק קײן אױסלאַנד, אַזױ האָט אונדזער בראַװער שאַפּיראָ מיט אַמאָל פֿאַרלױרן דעם גאַנצן קוראַזש און איז געקומען אַהײם, אַװעקגערופֿן שׂרהן אױף אַ זײַט און אײַנגערױמט איר אַ סוד שטילערהײט:

― שׂרה, ס'איז שלעכט ― ביזן עק אַרײַן שלעכט, מע דאַרף זיך ראַטעװען מיט די קינדער…

― װײ איז מיר! ― האָט שׂרה פֿאַרבראָכן די הענט, ― װאָס? מע שלאָגט שױן? אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן?

― שאַ, גװאַלדעװע נישט אַזױ! מע שלאָגט נאָך ניט! װער זאָגט דען, אַז מע שלאָגט שױן? האָסטו געזען! אָט דאָ הײבט זיך אָן מיט איר! אַ װאָרט טאָר מען איר דען זאָגן? געטרױען פֿון דאַנען אַהין? זינט איך לעב!

מאַן און װײַב צעקריגן זיך, װי דער שטײגער איז, נאָר איצטיקס מאָל האָט זיך די מחלוקה געענדיקט דערמיט, װאָס בײדע האָבן זײ זיך גענומען פּאַקן, נאָר בסוד, אַז די קינדער זאָלן ניט װיסן. זײ זענען געװען צופֿרידן, װאָס בעטי איז אַװעק מיטן קװאַרטיראַנט אין שטאָט און סיאָמקען האָבן זײ געװאָלט אײַנרעדן, אַז דאָס