דער בלוטיקער שפּאַס: 50: ער שרײַבט בריװלעך

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿופֿציקסטע קאַפּיטל ער שרײַבט בריװלעך

יענע נאַכט איז מײַן העלד כּמעט ניט געשלאָפֿן. געבליבן אַלײן מיט זיך אין זײַן חדרל, האָט ער זיך אַװעקגעזעצט שרײַבן בריװ, אַ בריװ נאָך אַ בריװ, געשריבן און געריסן, געשריבן און געריסן, און װידער געשריבן.

דעם ערשטן בריװ האָט ער געשריבן צו בעטין, אָנגעהױבן בזה־הלשון:

„עס זאָל אײַך ניט זײַן קײן װוּנדער, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, װאָס איך װענד מיך צו אײַך דורך אַ בריװ און ניט פּערזענלעך, װײַל צו דעם, װאָס איך װיל אײַך זאָגן, מוז איך פֿריִער אײַך צוגרײטן און דערצײלן אײַך אַ געשיכטע פֿון מײַנס אַ חבֿר, אַ נאָענטער חבֿר, מיט װעלכן מיר האָבן בײדע פֿאַרבראַכט אינאײנעם אונדזער קינדהײט, בײדע דורכגעמאַכט מיט אים אַלע אַכט קלאַסן גימנאַזיע. פּאָפּאָװ איז דער נאָמען פֿון מײַן חבֿר. ער איז אַ קריסט. אַ זון פֿון אַ רײַכן פּאָמיעשטשיק אין ט־ער גובערניע. קײן מוטער האָט ער ניט. זי איז געשטאָרבן באַלד נאָכדעם װי ער איז געבױרן געװאָרן, אַזױ אַז ער האָט זי אַפֿילו נישט געקענט. נאָר פֿון זײַן שװעסטער )ער האָט אַן אײן־און־אײנציקע שװעסטער( האָט ער געהערט, אַז די מוטער איז געװען אַ זעלטענע שײנהײט, אַ באַרימטע אין דער גאַנצער גובערניע. און באַרימט האָט זי זיך געמאַכט דערמיט, װאָס זי איז געװען נישט מער און נישט װײניקער װי אַן אָרעמע ציגײַנערין, אַ זינגערין פֿון אַ ציגײַנער־כאָר, אין װעלכער דער פֿאָטער האָט זיך פֿאַרליבט ביזן טױט און, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס די עלטערן און די גאַנצע משפּחה זענען געװען דערקעגן, האָט ער מיט איר חתונה געהאַט און געװאָלט אַרײַנפֿירן אין אַלע הױכע קרײַזן, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ אַריסטאָקראַטישער פֿרױ (מײַן חבֿרס פֿאָטער איז דעמאָלט געװען גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ, ער האָט צװײ ברידער, אײנער איז זעמסקי נאַטשאַלניק, דער אַנדערער איז אַ גובערנאַטאָר). האָט אָבער די משפּחה נישט געװאָלט לײדן, איר געגעבן צו װיסן אױף יעדן טריט און שריט, װער זי איז און פֿון װאַנען זי שטאַמט… װאָס די אָרעמע פֿרױ האָט איבערגעטראָגן, איז שװער צו װיסן ― זי האָט קײנעם ניט אױסגעזאָגט. נאָר פֿאַרשטײן דאַרף מען, אַז איר לעבן איז געװען נישט קײן זיס לעבן און זי האָט זיך געגעבן דאָס װאָרט נוקם זײַן זיך אין דער דאָזיקער משפּחה פֿון אַריסטאָקראַטן. נאָר מיט װאָס קאָן זיך נוקם זײַן אַן אָרעמע עלנטע פֿרױ, אַז ניט מיט דער אײנציקער מתּנה, װאָס די נאַטור האָט איר געשענקט, מיט איר זעלטענער שײנקײט? נו, האָט זי גענומען אײַנליבן אין זיך, אײנס נאָכ′ס אַנדערע, דעם מאַנס בײדע ברידער, דעם זעמסקי נאַטשאַלניק מיטן גובערנאַטאָר. אָבער אַזױ קונציק, אַז אײנער זאָל ניט װיסן פֿונעם אַנדערן און אַלע זאָלן זיך שטױסן און עס זאָל זײ קרענקען. עס זאָל זײַן אַ סוד און די גאַנצע שטאָט מיט דער גאַנצער גובערניע זאָלן פֿון דעם רעדן. מיט אײנעם װאָרט, זי האָט פֿאַרקאָכט אַ קאַשע, זיך געשפּילט מיט זײ װי אַ קאַץ מיט אַ מױז, געפֿירט אַ גאַנצע משפּחה בײַ דער נאָז, אָנגערײצט אײנס אױף דאָס אַנדערע, זיך אױסגעלאַכט און נוקם געװען זיך אַזױ, װי נאָר אַן אָרעמע ציגײַנערין קאָן זיך נוקם זײַן: פֿאַרשטײט זיך, אַז גלאַט האָט דאָס איר נישט געקאָנט אָפּלױפֿן. דער מאַן האָט ניט פֿאַרשטאַנען און ניט געװאָלט פֿאַרשטײן איר ציגײַנערישע דיפּלאָמאַטיע, נישט געװאָלט גלױבן אין דער רײנקײט פֿון איר נשמה און עס זענען אױסגעפֿאַלן צװישן מאַן און װײַב מסתּמא זײער ביטערע סצענעס, װאָס קײן זײַטיקער מענטש קאָן ניט דערפֿון װיסן. אײן זאַך נאָר איז פֿאַר מײַן חבֿר קלאָר, ― אַז זײַן מוטער איז געװען רײן און ערלעך. דאָס װײס ער פֿון זײַן שװעסטער, װעלכע די מוטער האָט צוגערופֿן אַ שעה פֿאַרן טױט, גענומען אױף די הענט, צוגעטוליעט צום האַרצן, געקושט און געזאָגט: ,בעט גאָט פֿאַר דײַן מאַמע ― איר לײַב איז געװען רײן און איר נשמה ערלעך‘: דאָס האָט געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק אױף מײַן חבֿרס שװעסטער, אַז זי האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן גאָט בעטן פֿאַר איר מאַמעס נשמה דאָס גאַנצע לעבן און, נישט קוקנדיק אױף דער פֿרײַער דערציִונג װאָס דער פֿאָטער האָט איר געגעבן, איז זי געבליבן אַזױ רעליגיעז פֿרום, אַז איר אײנציקער אידעאַל איז ― אַרײַן אין אַ מאָנאַסטיר…“

אָנגעשריבן די דאָזיקע פּאָר בלעטלעך, האָט ער זיך גערעכנט, צו װאָס טױג אים קונצן, חבֿרים, מיסטיפֿיקאַציעס? פֿאַרװאָס זאָל ער ניט גײן מיטן גלײַכן װעג? פֿאַרװאָס זאָל ער איר ניט באַשרײַבן זײַן אײגענע ביאָגראַפֿיע פֿון אָנהײב ביזן סוף, ביז יענעם מאָמענט, װי עס איז פֿאָרגעקומען דער געװיסער שפּאַס, װאָס ער, גרישאַ פּאָפּאָװ, האָט זיך געביטן מיט זײַן חבֿר, הערשקאָ ראַבינאָװיטש, מיט די היטלען?…

אָנגעשריבן אַ גאַנצע מגילה און נישט דערגאַנגען צום סוף, האָט ער זיך איבערגעלײגט: צו װאָס טױג עס? דאָס הײסט זיך נאַריש געמאַכט קאָן ער דען ניט רעדן מיט איר פּערזענלעך? קאָן ער דען איבערקלערן, אַז בעטי זאָל אים ניט פֿאַרשטײן און ניט װעלן גײן מיט אים האַנט בײַ האַנט? ובפֿרט נאָך, אַז ער איז גרײט… נאָר דאָ דערמאָנט ער זיך אין דעם קאַמף, װאָס ער װעט דאַרפֿן אױסשטײן קעגן זײַן פֿאָטער, זײַן שװעסטער און זײַן גאַנצע משפּחה. און ער צערײַסט דאָס אָנגעשריבענע אױף קלײנע שטיקעלעך און נעמט זיך שרײַבן אַ בריװ צום פֿאָטער, אױך אַ גאַנצע מגילה, מיט אַ הקדמה, אַז „נאָר ער װעט אים פֿאַרשטײן, װײַל נאָר ער איז אימשטאַנד אָפּצושאַצן דעם װערט פֿון דער אמתער, רײנער, הײליקער ליבע (אַן אָנצוהערעניש אױף זײַן פֿאָטערס ראָמאַן מיט דער שײנער ציגײַנערין), און אַז נאָר ער װעט פֿאַרשטײן, אַז יעדער װידערשטאַנד װעט זײַן אַרױסגעװאָרפֿן (אַן אָנצוהערעניש אױף דעם, װאָס זײַן פֿאָטער האָט חתונה געהאַט מיט דער ציגײַנערין ק ע ג ן דעם װילן פֿון זײַנע עלטערן)“.

פֿאַרטיק געװאָרן מיטן פֿאָטערס בריװ, איז ער װידער געבליבן אומצופֿרידן. ער װײס גאַנץ גוט, אַז אױף פֿופֿציק ציגײַנערינס װאָלט אים דער פֿאָטער גיכער מוחל זײַן װי אױף אײן ייִדישע טאָכטער. װער נאָך װײס אַזױ װי ער דעם װערט פֿון אַ ייִדן אין דעם קרײַז פֿון זײַן פֿאָטערס משפּחה? און װי האָט בײַ אים אַלײן אױסגעזען אַ ייִד מיט אײנע עטלעכע חדשים צוריק?… און איצט נאָך? קאָן ער דען, אַרױפֿלײגנדיק די האַנט אױפֿן האַרצן, זאָגן װי אַן אָרנטלעכער מענטש, אַז ער קען אַ ייִדן װי אַ ייִד קען אַ ייִדן, און אַז ער האָט ליב אַ ייִדן װי אַ ייִד האָט ליב אַ ייִדן?… איז ניט גערעכט געװען דער רבֿ מיט זײַן טעאָריע, אַז אַ קריסט קאָן ניט ליב האָבן אַ ייִדן, אַז ס'איז נאָך ניט געקומען יענער משיח, אױף װעלכן דאָס ייִדישע פּאָלק קוקט אַרױס און אין װעלכנס צײַטן אַלע מענטשן װעלן זײַן ברידער. אַז איצט איז, אַדרבה, ― אַ צײַט פֿון שאַרפֿסטן ראַסן־האַס, װאָס פֿעלקער קאָנען זיך ניט אָנקוקן אײנס דאָס אַנדערע, ס'איז זײ ענג די װעלט און נימאס די מענטשן.

און אַזױ האָט זײַן בריװ צוס פֿאָטער געהאַט דעם אײגענעם סוף װאָס יענער בריװ, און ער האָט זיך גענומען שרײַבן אַ בריװ צו דער שװעסטער, געפֿונען, אַז נאָר איר קאָן ער אַנטדעקן דעם סוד, װאָס ער טראָגט אױפֿן האַרצן, און אַז נאָר אין איר ערלעכער פֿרומער נשמה װעט זײַן סוד געפֿינען אַן אָפּקלאַנג. און זי װעט זיך ניט אָפּזאָגן פֿון צו זײַן די ריכטיקע פֿאַרמיטלערין צװישן אים און צװישן זײַן קאַפּריזנעם פֿאָטער.

פֿאָרזיכטיק און ביסלעכװײַז האָט ער זי צוגעגרײט צו דעם ערנסטן שריט, װאָס ער גײט מאַכן. קודם־כּל אָפּגעמאָלט איר אַ בילד פֿון דעם מײדל, װאָס ער האָט ליב געקריגן און װאָס ער קאָן אָן איר ניט לעבן. דערנאָך האָט ער איר געגעבן אָנצוהערעניש, אַז דאָס מײדל איז ניט פֿון רײַכן שטאַנד און פֿון פּראָסטע, נאָר אָרנטלעכע עלטערן. נאָר דאָס װאָלט נאָך געװען אַ האַלבע צרה, װען דאָס מײדל זאָל זײַן מיט אים פֿון אײן גלױבן, אָדער װען זי זאָל כאָטש װעלן צוליב אים אָננעמען זײַן גלױבן… מיט אײנעם װאָרט ― זי ק ו מ ט אַ ר ױ ס פֿ ו ן י יִ ד ן און איצט שטײען פֿאָר איצטער צװײ װעגן: אָדער נעמען זיך דאָס לעבן, אָדער איבערבײַטן די אױסנװײניקסטע פֿאָרמען פֿון זײַן גלױבן…

אַרױסגעזאָגט דאָס דאָזיקע װאָרט פֿאַר דער שװעסטער, האָט ער זיך מודה געװען, אַז ער פֿילט זיך גרינגער, גלײַך װי הונדערט פּוד װאָלטן אים אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם האַרצן. און לאָז זי נאָר ניט מײנען, ― האָט ער געענדיקט זײַן בריװ צו דער שװעסטער ― אַז ער האָט פֿאַרגעסן, אַז זי, װיעראַ, איז אַ פֿרומע קריסטלעכע נשמה. אַדרבה, װײַל זי אין אַזעלכע, דעריבער רעכנט ער, אַז זי באַדאַרף מיט באַזונדערע התפּעלות אָננעמען זײַן פּלאַן פֿון באַהעפֿטן זיך מיט אונדזערע עלטערע ברידער, בכדי צו באַװײַזן דעם אומגליקלעכן פֿאָלק, אַז זײ לעבן אין טעות און איבערצײַגן זײ, אַז משיח איז שױן געקומען…

איבערגעלײענט נאָך אַ מאָל דעם דאָזיקן ברי, האָט ער אַרױסגעזען, אַז גאָט װײסט, אױב זײַן שװעסטער װעט אים פֿאַרשטײן, װאָס ער מײנט מיט די װערטער „באַהעפֿטן זיך מיט זײַנע עלטערע ברידער“… „איבערצײַגן די אומגלױביקע, אַז משיח איז געקומען“… און נאָך אַזעלכע װערטער.

און ער צערײַסט אױך דאָס דאָזיקע בריװל אױף שטיק־שטיקלעך, טוט זיך אױס, פֿאַרלעשט דאָס ליכט און װערט אַנטשלאָפֿן. דאָס אײן־און־פֿופֿציקסטע קאַפּיטל ע ר בֿ מ ל ח מ ה

דעם ערשטן טאָג פּסח אין דער פֿרי, אַז ייִדן זענען געגאַנגען בכּבֿוד, אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, מאַנסבילן אין הױכע צילינדערס און װײַבער אין ברײטע היטעלעך, אין די שולן אַרײַן דאַװנען, האָבן זיך זײ געפּלאָנטעט פֿאַר די פֿיס קלײנע שקצימלעך מיט גרױסע היטלען, װאָס האָבן געהאַלטן בלעטלעך צײַטונגען אין די הענט און אױסגעזונגען אױף אַ קול:

“פּאַרטרעט שטשיגירינסקי! זשידאָװסקי פּסח! טרי קאַפּײקי!“ כּמעט מיט גװאַלד האָבן זײ יעדן דורכגײער אָנגעהאָנגען דאָס דאָזיקע בלעטל ― און ייִדן האָבן עס געקױפֿט. עס איז שװער צו זאָגן פֿאַרװאָס: צי דערפֿאַר, װײַל די ייִדן מיט די הױכע צילינדערס האָבן געװאָלט, מע זאָל ניט װיסן, אַז זײ זענען ייִדן, צי זײ האָבן טאַקע געװאָלט אָנקוקן דעם פּאָרטרעט פֿון דעם שטשיגירינסקי און הערן, װאָס שרײַבן עפּעס אונדזערע חכמים פֿונעם ייִדישן פּסח, ― נאָר דאָס איז אַ פֿאַקט, אַז דאָס רובֿ פֿון די אַנטיסעמיטישע בלעטלעך, װאָס רעדן אָן אױף אונדז המנס מסירות און רופֿן פּאָגראָמען אױף ייִדן, פֿאַלן אַרײַן דװקא אין ייִדישע הענט אַרײַן, װײַל סוף־כּל־סוף איז דער גרעסטער פּראָצענט פֿון רוסישע לעזער אױף דער דאָזיקער גאַס־ליטעראַטור אין דער „טשערטאַ“ און אױסער דער „טשערטאַ“ ― ייִדן.

דאָס בלעטל ― דאָס איז געװען דאָס באַרימטע פּאָגראָם־בלעטל, װאָס האָט זיך געקרױנט מיט אַ צו הױכן נאָמען „דער צװײקעפּיקער אָדלער“. אַלײן פֿאַר זיך איז דאָס בלעטל נישקשה, װי אַלע בלעטלעך פֿון דעם מין: שלעפּעריש־קלײן, כוליגאַניש־חוצפּהדיק, עם־הארצותדיק און גענוג שמוציק. נאָר װאָס דען? ― לכּבֿוד דעם ייִדישן