דער בלוטיקער שפּאַס: 49: אַן עפּיזאָד פֿון פֿאַרצײַטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס נײן־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
אַ ן ע פּ י ז אָ ד פֿ ו ן פֿ אַ ר צ ײַ ט ן

די מעשׂה, װאָס דוד שאַפּיראָ האָט גענומען דערצײלן, איז טאַקע געװען זײער אַ שײנע מעשׂה און ער האָט זי זײער שײן דערצײלט. אײן חסרון נאָר איז געװען, װאָס צוליבן קװאַרטיראַנט, װאָס פֿאַרשטײט ייִדיש אַ ביסל מער פֿון אַ גױ, האָט דוד געמוזט זי איבערגעבן אין אַ פֿרעמדער שפּראַך, אין אַ שפּראַך, מיט װעלכער ער איז עפּעס ניט שװה־בשװה. דאָרט, װוּ עס האָבן אים אױסגעפֿעלט װערטער, האָט ער געמוזט טאָן דאָס, װאָס זײַן טאַטע האָט געטאָן. דערמאַכן דאָס איבעריקע מיט די הענט. איז אַפֿילו געהאַט געבליבן תּחילת, אַז בעטי זאָל אים קומען צו הילף, דאָס הײסט, אַז זי זאָל זײַן זײַן טאָלמאַטש. דאָס איז אָבער געװען גאַנץ איבעריק, װאָרעם װי קאָן דוד שאַפּיראָ לײדן, אַז יענער זאָל פֿאַר אים רעדן? װאָס איז ער, חלילה, אַ שטומער? דעריבער איז ער אַלע מאָל, װען דער קװאַרטיראַנט האָט זיך געװענדט צו בעטין, זי זאָל אים געבן צו פֿאַרשטערן, אָנגעפֿאַלן אױף אים מיט הענט.

― װאָס פֿרעגט איר בײַ איר? װאָס װײסט זי? זי װײסט אַזױ װי איר און איר אַזױ װי זי. אין די זאַכן לאָזט מיך, װעל איך אײַך קלאָר מאַכן אַקוראַט.

דאָס רופֿט אַרױס אַ פֿרײלעך געלעכטער בײַ יונגװאַרג, צװישן װעלכע מע דאַרף רעכענען אױך דעם קלײנעם סיאָמקע, װאָס הערט זיך צו צום טאַטנס מעשׂה מיט קאָפּ װי אַן אַלטער. „מיר זאָל זײַן פּאָר זײַן קאָפּ!“ טראַכט זיך שׂרה װאָס די אַרבע־כּוסות האָבן זי געמאַכט שמײכלענדיק, די באַקן רױט און די אױגן האַלב שלעפֿעריק.

- מײַן זײדע, דאָס הײסט ניט דער זײדע, נאָר דעם זײדנס זײדע ― אַזױ האָט שאַפּיראָ אָנגעהױבן זײַן געשיכטע, שױן מאַכנדיק מיט הענט און שױן אין כּעס, טאָמער װעט מען אים איבערשלאָגן אין מיטן, און דאָס איז בײַ אים ערגער פֿון אַלצדינג, ― אַלזאָ מײַן זײדנס זײדע האָט דערצײלט, אַז זײַן זײדע, רב שמואל אַבא, װאָס נאָך אים האָט געהײסן דער סלאַװיטער רב שמואל אַבא, האָט געהאַט צװײ קינדער, אַ זון מיט אַ טאָכטער. דעם זון האָט מען גערופֿן פּינחס, װאָס נאָך אים האָט געהײסן דער סלאַװיטער ר′ פֿינחסל, און די טאָכטער האָט געהײסן האָדל, אַ נאָמען נאָך רב ישׂראל בעל־שם־טובֿס טאָכטער האָדעלע. און געװען זענען די קינדער געראָטענע קינדער. פּינחס איז געזעסן און האָט געלערנט און האָדל…

― איז געװען אַ קראַסאַװיצע אײנע אין דער װעלט! ― כאַפּט אונטער בעטי און נאַרט זיך ניט פֿון דער מוטער, למאַי זי איז אײַן עזות־פּנים און שלאָגט איבער אַ טאַטן, און דוד װערט ברוגז און זאָגט, אַז װיבאַלד מע װעט אים איבערשלאָגן, אַזױ װאַרפֿט ער אַװעק אין מיטן, און דער קלײנער סיאָמקע האָט יסורים, טאָמער הערט טאַקע דער טאַטע אױף צו דערצײלן.

― מער װעט עס שױן ניט זײַן, פּאַפּעטשקע! ― בעט זיך בײַ אים בעטי, און דוד, װאָס איז הײַנט װײכער װי אַלע מאָל, אין גיך מוחל און דערצײלט װײַטער.

― אַלזאָ האָט דער זײדע רב שמואל אַבא געהאַט אַ זון מיט אַ טאָכטער, געװען אַן עושר און אַ גרױסער חשובֿ בײַם פּריץ אין הױף, נישט נאָר דערמיט, װאָס ער האָט געהאַלטן בײַ אים די אַרענדע, נאָר ער איז גלאַט געװען אַן אָפֿטער אײַנגײער בײַם אַלטן פּריץ, װאָס האָט ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען מיטן זײדן אין פֿאַרשידענע ענינים, אַמאָל שפּילן מיט אים אין שאָך ― די סלאַװיטער זענען געװען באַרימטע שאַך־שפּילער ― און אַמאָל גלאַט אַזױ פֿאַרברענגען, װאָרעם דער אַלטער פּריץ איז געװען אַן אוהבֿ־ישׂראל און געהאַלטן פֿון די שאַפּיראָס אַן עולם־ומלואה! װאָס טוט גאָט? האָט דער אַלטער פּריץ געהאַט אַ זונדל אַן אױסװוּרף, אַ גאָרניט שבגאָרניט, אַ טשאָרט זנאַיעט טשטאָ, װי עס טרעפֿט זיך אױף דער װעלט. װײסט נישט מער װי פֿאָרן רײַטנדיק, שפּילן זיך מיט הינט, שיסן פֿײגעלעך און האָט פֿײַנט אַ ייִדן װי אַ כּשרער ייִד חזיר.

ױהי היום ― באַדאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה, דעם זײדנס טעכטערל, אָט די קראַסאַװיצע האָדל, איז געגאַנגען מיט מײדלעך שפּאַצירן ― שבת בײַטאָג איז דאָס געװען ― האָט זי דער יונגער פּריץ דערזען און איז געװאָרן נאָך איר די כּפּרה, שיִער ניט אײַנגענומען אַ מיתה משונה אױפֿן אָרט ― אַזױ שטאַרק איז זי אים געפֿעלן געװאָרן ― און פֿון דעמאָלט אָן האָט זי נישט געקאָנט מער אין גאַס באַװײַזן זיך. עס איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז זי האָט עס געמוזט דערצײלן דעם זײדן, איז דער זײדע באַלד אַװעק צום אַלטן פּריץ, אַזױ און אַזױ, האָסט אַ זון אַ לײדיקגײער, װאָס װײסט נאָר פֿאָרן רײַטנדיק, שפּילן זיך מיט הינט און שיסן פֿײגעלעך, לאָז ער זיך פֿאַרנעמען מיט זײַנע פֿערדלעך, מיט זײַנע הינט און מיט זײַנע פֿײגעלעך, אָבער װאָס האָט ער צו מײַן קינד?… אױסגעהערט דעם זײדן, האָט אים דער אַלטער פּריץ באַרויִקט, צוגעזאָגט, אַז מער װעט דאָס שױן ניט זײַן, און דער זײדע איז אַװעק אַהײם. װאָס דאָרט איז פֿאָרגעקומען צװישן אַלטן פּריץ און צװישן יונגן פּריץ, װײס מען ניט, נאָר מע האָט שױן דעם לײדיקגײער מער נישט געזען אַרומדרײען זיך בײַם זײדנס שטוב, קנאַקן מיטן בײַטשל, מאַכן מיט די אױגן, פֿײַפֿן און נאָך אַזעלכע זאַכן. װאָס טוט גאָט? שטאַרבט אַװעק דער אַלטער פּריץ און ― ױקם מלך חדש, װי אין פּסוק שטײט. ס'איז געװאָרן אַן אַנדער הױז מיט אַנדערע פּאָראַדקעס און מער פֿון אַלע האָבן עס דערפֿילט די ייִדן פֿון שטעטל, װי מיר האָבן עס געזאָגט הײַנט אין דער הגדה: ױאָנחו בני ישׂראל ― אַנו, בעטי, זעץ עס נאָר איבער אױף גױיִש. װאָס? אונדזערע שׂונאים זאָלן אַזױ זײַן מיט דער נאָז, װי מען קאָן עס גאָר אָנהײבן איבערזעצן אין אַן אַנדער לשון. גײ נעם זעץ איבער אַ שטײגער ױקם מלך חדש ― מאַכט רש″י… כאַ־כאַ־כאַ! נײן, טאָכטער, פֿאָלג מיך, פּרוּװ זיך גאָר אַפֿילו ניט, עס װעט האָבן אַ פּנים פֿון חלשות, לאָז שױן בעסער מיך אַלײן דערצײלן, װעט זײַן אַ סך בעסער.

דוד שאַפּיראָ הוסט זיך אױס, מאַכט צורעכט די װײַסע יאַרמעלקע, װאָס איז אים פֿאַרבליבן אױפֿן קאָפּ פֿונעם סדר און װאָס פּאַסט זיך אַזױ צו זײַן מאַט פּנים מיטן שװאַרצן בערדל, אַז די טאָכטער קאָן זיך ניט אײַנהאַלטן און טוט אַ זאָג צום קװאַרטיראַנט:

― אַיאָ, מײַן פּאַפּאַ איז נאָך גאָר אַ קראַסאַװעץ?

פֿון די דאָזיקע װערטער װערט שׂרהס שײַנענדיק פּנים נאָך שײַנענדיקער און זי קוקט זיך איבער מיט דודן און װי אַ סיגנאַל, אַז זי איז צופֿרידן מיטן קאָמפּלימענט, װאָס די טאָכטער האָט געמאַכט דעם טאַטן, כאַפּט זי אַרום סיאָמקען קושן אין בײדע בעקלעך, װאָס זענען נאָך רױט פֿון די אױסגעטרונקענע אַרבע־כּוסות, און דוד דערצײלט װײַטער:

― הקיצור המעשׂה, געװען איז עס פֿאַר פּסח. ייִדן האָבן געבאַקן מצות און געגרײט זיך צום יום־טובֿ. װער עס האָט געהאַט מיט װאָס, דעם איז געװען גוט, און װער עס האָט ניט געהאַט, דער איז געװען אױף צרות. װי דער מינהג איז, און װי דער שטײגער איז בײַ ייִדן, אַז עס קומט ערבֿ־פּסח, דאַרף מען אין זינען האָבן די אָרעמע לײַט, זײ באַזאָרגן מיט מצה, מעות־חיטין… און װער באַדאַרף זאָרגן פֿאַר די אָרעמע לײַט זײ זאָלן האָבן מעות־חיטין?…

― טשטאָ זאַ מאָסקיטעчто за моските: װאָס פֿאַר אַ קאָמאַר? ― רופֿט זיך אָן דער קװאַרטיראַנט, קוקנדיק אױף בעטין, װעלכע שיסט אױס אַזאַ געלעכטער, אַז אַלע טוען זיך אַ הײב פֿון די ערטער.

― אױ! שטאַרבן פֿון אים, שטאַרבן! - שרײַט אױס בעטי און װערט שיִער ניט צעגאַנגען. ― פֿון מעות־חיטין איז בײַ אים אױסגעקומען „מאָסקיטן“, כאַ־כאַ, פֿליגעלעך אַזעלכע, װאָס בײַסן זיך, כאַ־כאַ־כאַ!

אױף בעטין קוקנדיק לאַכן אַלע און דער קװאַרטיראַנט אַלײן אױך בתוכם.

― בײַ אײַך איז דען נישט קײן מאָדע מעות־חיטין? ― פֿרעגט אים דוד, ― װי איז דאָס מעגלעך? מאָדנע ייִדן בײַ אײַך! סײַדן ס'איז גאָר ניטאָ בײַ אײַך קײן אָרעמע לײַט? אױב אַזױ, דאַרף מען דיר קלאָר מאַכן מיט װאָס מע עסט דאָס. ― און דוד גיט אים צו פֿאַרשטײן מיט הענט, אַז מעות־חיטין איז מעות־חיטין, װאָס מע נעמט צונױף מעות־חיטין פֿאַר די אָרעמע לײַט, זײ זאָלן האָבן מצות אױף פּסח, װאָרעם די אָרעמע לײַט מעגן שטאַרבן אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר פֿאַר הונגער, מאַכט נישט אױס, נאָר אַז עס קומט פּסח, מוזן אַלע ייִדן האָבן מצות. גײט מען אַרום פֿון שטוב צו שטוב און מע קלײט געלט, מע רײַסט פֿון טױט און פֿון לעבעדיק. ― הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן, אַז מעות־חיטין איז ניט קײן מאָסקװיטן?…

― מאָסקיטן דאַרף מען זאָגן, ניט מאָסקװיטן, ― פֿאַרריכט אים סיאָמקע און כאַפּט אַ פּסק פֿון פֿאָטער:

― אַזאַ קלײנער װעװריק און גײט שױן כאַפּן דעם טאַטן אין גרײַזן?! שײנע עדוקאַציע לערנט מען אײַך אין די גימנאַזיעס! ניט געדאַכט זאָלט איר װערן!

סיאָמקע װערט רױט ביז אַריבער די אױערן און שׂרה שטעלט זיך אײַן פֿאַר אים:

― אַ קינד, װאָס װײס ער?

― אַ קינד? אין פּאָלעסיע װיקלט מען נאָך אַזעלכע קינדער, ― זאָגט דוד האַלב ערנסט האַלב שפּאַס און הוסט אָפּ.

― הקצור־המעשׂה װוּ־זשע האַלטן מיר? בײַם זײדן הײסט עס און בײַ די מעות־חיטין. האָט מען זיך צונױפֿגעקליבן הײסט עס בײַם זײדן, געמאַכט אַן אַסיפֿה װעגן מעות־חיטין, צונױפֿגעזאַמלט זיך די רבנים מיט די דײנים מיט די שיבֿעה־טובֿי־עיר, די נגידים און בעלי־בתּים פֿון שטאָט, און מע קלערט און מע רעדט און מע שמועסט: אָרעמע לײַט אין שטאָט זענען קײן עין־הרע אַ סך און געלט װינציק, װאָס װעט זײַן מיט מעות־חיטין? גיט דער אַזאַ עצה און דער אַזאַ עצה, עס שיטן זיך עצות אַזױ װי באָב, װי געװײנטלעך בײַ אונדזערע אַחינו בני־ישׂראל… דערװײַל אַזױ װי מע רעדט עפֿנט זיך די טיר און מע לױפֿט אַרײַן מיט אַ גװאַלד צום זײדן. „רב שמואל אַבא, ס'איז שלעכט! אַן אומגליק אין שטאָט! אַ בילבול!“ װאָס איז די מעשׂה? אַ שײנע מעשׂה נאָר אַ קורצע. גױים זענען געפֿאָרן אין װאַלד, האָבן זײ געפֿונען אַ מײדל אַ געקױלעטע, אַ צעשניטענע, האָט מען זי געבראַכט צו טראָגן גלײַך אין פּאָליציע אַרײַן, און עס קערט זיך איצט די שטאָט, װאָרעם לױט דער פֿעלדשער האָט באַװיזן, װײַזט אױס מיט אַלע סימנים, אַז דאָס איז אַ ייִדיש שטיקל אַרבעט אָפּגעטאָן געװאָרן לכּבֿוד פּסח, ― נו, מיט אײנעם װאָרט, ס'איז, װי מע רופֿט עס הײַנט, „ריטואַל“… נו, קאָנט איר פֿאַרשטײן דעם פּחד, װאָס איז געפֿאַלן אױפֿן זײדן און אױף דער גאַנצער אַסיפֿה, װאָרעם װיבאַלד לשון „ריטואַל“, װער־זשע איז שולדיק? מסתּמא די פֿאַרנעמסטע בעלי־בתּים, די רעדלפֿירער פֿון שטאָט, און דער ערשטער מסתּמא דער זײדע רב שמואל אַבא. והראַיה? עס האָט נישט געדױערט אַזױ לאַנג װי איך דערצײל אײַך, איז מען שױן געקומען פֿון פּאָליציע צום זײדן: „ברוך־הבא ― אַ ייִד רב שמואל אַבא, זײַט זיך מטריח מיט אונדז צום דאָפּראָס“. מילא איז דאָך פּרחה־נשמתו געװאָרן, שיִער נישט געפֿאַלן חלשות, זיך געזעגנט מיט דער באָבע, געװוּסט אַז ער גײט פֿון דאָרטן גלײַך אין טורמע און פֿון טורמע גלײַך אױף יענער װעלט, װאָרעם אַמאָליקע „עלילת־דם“ איז ניט גלײַך צו הײַנטיקע „ריטואַל“. הײַנט איז דאָ אַ סוד מיט אַ מישפּט מיט אַ זאַקאָן מיט גערעכטיקײט מיט אַדװאָקאַטן. אַמאָל איז עס געװען אַנדערש. אַמאָל פֿלעגט מען בײַ אַזאַ פֿאַל מוטשען און פּלאָגן און אױספֿרעגן און ציִען די אָדערן און בראָטן מיט גליִענדע אײַזנס אַזױ לאַנג, בין דער פֿאַרמוטשעטער, בכדי פּטור צו װערן פֿון די יסורים, האָט שױן געזאָגט אַלצדינג, װאָס זײ האָבן געװאָלט ― און דאָס האָט געהײסן בײַ זײ: „ ע ר ה אָ ט ז י ך מ ו ד ה ג ע װ ע ן “, הקצור־המעשׂה דער זײדע האָט אָפּגעזאָגט װידױ, זיך נאָך אַ מאָל אָפּגעזעגנט מיט דער באָבע, געװאָלט זיך געזעגענען מיט די קינדער, זענען די קינדער נישטאָ. װוּ זענען זײ? דער זון איז אין בית־המדרש, זיצט און לערנט, און די טאָכטער איז גלאַט נישטאָ אין דער הײם. פֿון גאַנץ פֿרי אָן זעט מען זי ניט. װוּ קאָן זי זײַן?… נאָר װעמען ליגט עס אין זינען, איך בעט אײַך, בײַ אַזאַ אומגליק?, הקצור־המעשׂה געקומען אין פּאָליציע, האָט מען זיך געגעבן אַ נעם צום זײדן קודם־כּל, ער זאָל זיך מודה זײַן. ער זאָל זאָגן דעם גאַנצן אמת און זאָל אָנרופֿן די נעמען פֿון די, װאָס האָבן געקױלעט דאָס מײדל, און פֿון די, װאָס האָבן געהאַלטן די כּלים, בשעת מע האָט געצאַפּט פֿון איר לעבעדיקערהײט מסתּמא דאָס בלוט פֿון די אָדערן. זאָגט ער דאָך מסתּמא, אַז ער װײסט ניט פֿון קײן פּותר און פֿון קײן חלום. זעצט מען אים אײַן אין גוטן מקום און מע נעמט זיך צו די איבעריקע נגידים און בעלי־בתּים פֿון שטאָט, אױך מיט די אײגענע װעטער: זײַט זיך מודה, ייִדן, װעמענס אַרבעט איז דאָס?… קומט צו לױפֿן די באָבע ראַטעװען דעם זײדן, װײנען און בעטן און פֿאַלן צו די פֿיס. דערװײַל, אַזױ װי זי גײט פֿאַרבײַ דער געקױלעטער, טוט זי זיך אַ װאָרף אַרױף אױף איר מיט אַ געשרײ: “האָדל!… מײַן טאָכטער!!!… מײַן קינד!!!…“ און מער האָט זי שױן ניט גערעדט גאָרניט, װאָרעם זי האָט געחלשט אַ מאָל צען און איז נאָך יענעם טאָג געשטאָרבן און מע האָט זײ אױף מאָרגן בײדן, די מוטער מיט דער טאָכטער, מקבר געװען, אַ קבֿר נעבן אַ קבֿר…

― נו? און דער זײדע?

― דער זײדע? ער זאָל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן איז באַלד באַפֿרײַט געװאָרן, פֿאַרשטײט זיך, און האָט זיך אַװעקגעזעצט שיבֿעה נאָך דער באָבע און נאָך דער טאָכטער און איז אין אײן װאָך, זאָגט מען, געװאָרן גרױ װי אַ טױב, װאָרעם אַחוץ דעם שאָדן מיטן װײטיק איז דער בזיון געװען נאָך גרעסער: מען איז געװאָר געװאָרן, העט שפּעטער, אין אַ צײַט אַרום, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ שײנע מעשׂה. אַז דאָס איז געװען דעם יונגן פּריצס אַרבעט, ימח שמו וזכרו זאָל ער װערן! ― אַז דאָס האָט ער זי אַרױסגעגנבֿעט פֿאַרטאָג פֿון שטוב, פֿאַרפֿירט אין װאַלד און דאָרט פֿריִער מאַנס געװען און דערנאָך שױן הײסט עס צורעכט געמאַכט… מע האָט געװוּסט. עס זענען געװען עדות: דער קוטשער, װאָס האָט זײ געפֿירט, דער לעסניטשע װאָס האָט מורא געהאַט עדות זאָגן קעגן פּריץ…

― נו, און דער פּריץ? ― פֿרעגט ראַבינאָװיטש אױפֿגערעגט ― נישט שױן־זשע איז דאָס אים אָפּגעלאָפֿן גלאַט? נישט שױן־זשע האָט מען אים אָפּגעשװיגן?

― װער? װער װעט זיך גײן טשעפּען מיט אַ פּריץ? װער װעט זיך אײַנשטעלן?

― נו, און די ייִדן? און דער זײדע? ― פֿרעגט װײַטער ראַבינאָװיטש און װערט נאָך מער אױפֿגערעגט.

דוד הײבט שױן אָן װערן אין כּעס:

― די ייִדן? װאָס האָבן געקאָנט טאָן די ייִדן אַמאָל? עס איז דאָך ניט הײַנטיקע צײַטן, װאָס ס'איז דאָ אַ סודсуд: געריכט און אַ מישפּט און גערעכטיקײט און אַדװאָקאַטן… עס איז נאָר אַװעקגעגאַנגען די צײַט פֿון שיבֿעה און שלושים, נאָך פּסח שױן, האָט די שטאָט געמאַכט אַ סעודה כּיד־המלך און מע האָט געהוליעט און געטאַנצט, שׂשׂון ושׂימחה, דרײַ טאָג כּסדר, דרײַ טאָג מיט דרײַ נעכט, ― און דער זײדע איז אױך געװען בתוכם.

― דער זײדע אױך?

― פֿאַרװאָס ניט? לעבעדיק מאַכן די טױטע װעט ער דאָך ניט. און אַז גאָט האָט אַזױ געפֿירט, אַז אַ גאַנצע שטאָט ייִדן זענען ניצול געװאָרן פֿון אַ בילבול, מעג מען דאַכט זיך, זײַן פֿרײלעך, צי נײן?… װי אַזױ מײנט איר?… װי אַזױ דען קומט אױס נאָך אײַער שׂכל?…

די דאָזיקע פֿראַגע אין געבליבן אָן אַן ענטפֿער. דער בעל־הבית איז אױפֿגעשטאַנען מיט אַ זיפֿץ אױף צו גײן שלאָפֿן. שׂרה מיטן מיזיניק נאָך אים. געבליבן זענען נאָר בעטי מיטן קװאַרטיראַנט נאָך אַ ביסל שמועסן װעגן דעם טרױעריקן עפּיזאָד פֿון פֿאַרצײַטן, און זענען שױן גרײט געװען צו שלײפֿן די צינגלעך לופֿטערן די שפּראַך, מיט אײנעם װאָרט דיסקוטירן, װי אַלע מאָל. בעטי האָט נאָר אָפּגעװאַרט, װאָס ראַבינאָװיטש װעט זאָגן דערױף, בכדי זי זאָל קאָנען דרינגען פֿאַרקערט. „עס דערמאַנט אים אָן דער געשיכטע פֿון יפֿתּחס טאָכטער“ ― האָט ראַבינאָװיטש אָנגעהױבן און געװאָלט דורכפֿירן אַ געדאַנק, אַז די מעשׂה זעט אים אױס װילד אין אַז די פֿאַרצײַטיקע ייִדן הײבן אים ניט אָן צו געפֿעלן: האָט אים בעטי אָפּגעהאַקט אין סאַמע אָנהײב, „אַז ער האָט אַ געפֿיל אין פֿאַרצײַטיקע ייִדן, פּונקט װי אַ טױב־שטומער פֿון געבױרן האָט אַ געפֿיל אין װאַגנערס מוזיק“.

― אָבער בערטאַ דאַװידאָװנאַ,… ― האָט ראַבינאָװיטש געװאָלט איבערשרײַען, איז אָנגעקומען שׂרה שױן אַ צעשפּיליעטע, האָט פֿאַרדרײט דעם פֿײַער פֿונעם לאָמפּ און אַ זאָג געגעבן:

― אַצינד װעט אײַך זײַן אַ בערטאַ דאַװידאָװנאַ! איר האָט פֿאַרגעסן, אַז ס'איז יום־טובֿ און מע דאַרף מאָרגן אױפֿשטײן פֿרי צוגרײטן אָנבײַסן, קײן עין־הרע אַ שטוב.

און אָט אַזױ איז מען זיך אין דער דאָזיקער נאַכט פֿון פּסח צעגאַנגען, איטלעכער אין זײַן רו אַרײַן. דאָס פֿופֿציקסטע קאַפּיטל ער שרײַבט בריװלעך

יענע נאַכט איז מײַן העלד כּמעט ניט געשלאָפֿן. געבליבן אַלײן מיט זיך אין זײַן חדרל, האָט ער זיך אַװעקגעזעצט שרײַבן בריװ, אַ בריװ נאָך אַ בריװ, געשריבן און געריסן, געשריבן און געריסן, און װידער געשריבן.

דעם ערשטן בריװ האָט ער געשריבן צו בעטין, אָנגעהױבן בזה־הלשון:

„עס זאָל אײַך ניט זײַן קײן װוּנדער, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, װאָס איך װענד מיך צו אײַך דורך אַ בריװ און ניט פּערזענלעך, װײַל צו דעם, װאָס איך װיל אײַך זאָגן, מוז איך פֿריִער אײַך צוגרײטן און דערצײלן אײַך אַ געשיכטע פֿון מײַנס אַ חבֿר, אַ נאָענטער חבֿר, מיט װעלכן מיר האָבן בײדע פֿאַרבראַכט אינאײנעם אונדזער קינדהײט, בײדע דורכגעמאַכט מיט אים אַלע אַכט קלאַסן גימנאַזיע. פּאָפּאָװ איז דער נאָמען פֿון מײַן חבֿר. ער איז אַ קריסט. אַ זון פֿון אַ רײַכן פּאָמיעשטשיק אין ט־ער גובערניע. קײן מוטער האָט ער ניט. זי איז געשטאָרבן באַלד נאָכדעם װי ער איז געבױרן געװאָרן, אַזױ אַז ער האָט זי אַפֿילו נישט געקענט. נאָר פֿון זײַן שװעסטער )ער האָט אַן אײן־און־אײנציקע שװעסטער( האָט ער געהערט, אַז די מוטער איז געװען אַ זעלטענע שײנהײט, אַ באַרימטע אין דער גאַנצער גובערניע. און באַרימט האָט זי זיך געמאַכט דערמיט, װאָס זי איז געװען נישט מער און נישט װײניקער װי אַן אָרעמע ציגײַנערין, אַ זינגערין פֿון אַ ציגײַנער־כאָר, אין װעלכער דער פֿאָטער האָט זיך פֿאַרליבט ביזן טױט און, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס די עלטערן און די