דער בלוטיקער שפּאַס: 46: „פּעקלעך“

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זעקס־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל “פּ ע ק ל ע ך“.

טאָמער איז קאַרג, װאָס יעדער ייִד האָט זיך זײַן אײגן פּעקל: דאגות־פּרנסה, פּראַװאָזשיטעלסטװע, פּראָצענט־נאָרמע בײַ קינדער לערנען וכּדומה נאָך אַזעלכע הנחות און פּריװילעגיעס, װאָס נאָר אַ ייִד קאָן דערצו זוכה זײַן, האָט גאָט ברוך־הוא באַװיליקט די ייִדן פֿון דער געבענטשטער שטאָט, װוּ עס קומט פֿאָר אונדזער אױסערגעװײנלעכע געשיכטע, מיט גאָר אַ באַזונדער פּעקל, אַ מין כּל־ישׂראל־פּעקל, מיטן נאָמען שטשיגירינסקי.

די ייִדן, װאָס זענען שױן געװױנט געװאָרן צו צרות און געפּרוּװט געװאָרן ניט דאָס ערשטע מאָל אין אַזעלכע בילבולים נאָך פֿון פֿאַרצײַטן, און דערצו איז מען נאָך שטענדיק פֿאַרטראָגן און פֿאַרהאַװעט אין בילכערע נעענטערע דאגות, האָבן דאָס אַלצדינג אױסגעהערט און צוגעזען און פֿון אײן טאָג צום אַנדערן װי פֿאַרגעסן.

ערשט אַז ס'איז געקומען פּסח, דער ליבער גוטער יום־טובֿ פּסח, און ייִדן האָבן אַרױסגעטראָגן דעם חמץ, אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די שװערע װאָכעדיקע װינטערדיקע מלבושים, אָנגעטאָן זיך אַלע נײַ און אַלע יום־טובֿדיק, און צונױפֿגענומען זיך אַלע אין שול אַרײַן, האָט מען זיך דאָרט אָנגעהערט נײַעס פֿונעם „פּעקל“, אַזױ פֿיל נײַעס אַז ס'איז אַלעמען פֿאַרקילט געװאָרן אינװײניק און ס'איז זײ פֿאַרשטערט געװאָרן דער יום־טובֿ.

דאָס הײסט, געקומען איז מען אין שול אַרײַן נישט הערן נײַעס, נאָר דאַװנען, און עס קאָן זײער געמאָלט זײַן, אַז תּיכּף נאָכן דאַװנען װאָלט מען זיך װי אַלע מאָל געװוּנטשן אײנער דעם אַנדערן אַ גוט יום־טובֿ און װי אַלע מאָל זיך צעגאַנגען אַהײם, איטלעכער צו זײַן װײַב און קינדער, און געזעצט זיך אָפּריכטן דעם סדר. האָט זיך אָבער געטראָפֿן אַ מעשׂה, אַז תּיכּף װי מע האָט נאָר אָפּגעדאַװנט און די יתומים האָבן אָפּגעזאָגט, כאַפּנדיק און שרײַענדיק אײנער העכער פֿונעם אַנדערן, דעם לעצטן „יתגדל ױתקדש“, האָבן די שמשׂים אין אַלע שולן פֿונעם אַלמעמער מיט אַ הילכיקן פּאַטש איבערן טיש, װי דער שטײגער איז, אױסגערופֿן האַלב אױף לשון־קודש, האַלב אױף רוסיש בזה־הלשון:

― מען איז מכריז ומודיע אינעם נאָמען פֿון גובערנאַטאָר און פֿון גאַנץ נאַטשאַלסטװע, אַז דער עולם זאָל זיך ניט בעזפּאָקאָיעןбеспокоиться: דאגהן און ניט ראַספּראָסטראַניאַיעןраспространять: דערשפּרײטן קײן לאָזשנע סלוכןложные слухи: פֿאַלשע פּליאָטקעס, װאָרעם עס זענען פּרעדפּרינימאַיעטпредпринимать: אונטערגענומען געװאָרן אַלע מיערעסмеры: מיטלען, אַז ס'זאָל ניט זײַן קײן פּאָגראָם…

װי נאָר דער שמשׂ האָט אױסגעלאָזט די דאָזיקע װערטער אױף זײַן מאָדנע געמישט לשון, אַזױ איז געװאָרן אין שול אַ הו־האַ. װיפֿל מענטשן עס זענען געװען אין שול, אַזױ פֿיל האָבן גערעדט, ניט מער און ניט װינציקער, און אַ בריה, װאָלט געװען דער, װאָס װאָלט זיך קאָנען באַרימען, אַז שטײענדיק בײַ אַ זײַט, האָט ער פֿאַרשטאַנען אָדער געהערט, װאָס מע רעדט, אױסער סײַדן געצײלטע װערטער, װאָס האָבן זיך װי געטראָגן אין דער לופֿטן. „ריטואַל… טשאָרנעסאָטניЧерносотенцы: שװאַרצע הונדערטער… פּאָגראָם:“ דאָס איבעריקע אין געװען אוממעגלעך צו כאַפּן מיטן אױער.

ערשט אַז מע איז אַרױסגעגאַנגען פֿון די שולן, האָבן ייִדן, מלכים בני מלכים, אין דער דאָזיקער ערשטער נאַכט פֿון פּסח, ניט געאײַלט זיך צו גײן אַהײם, װי אַלע מאָל אין דער צײַט; נאָר מע האָט זיך צעשלאָגן אױף רעדלעך און גרופּעסװײַז האָט מען זיך אַװעקגעשטעלט זיך איבער אַ נײַעס אַ שמועס געבן, װאָס הערט זיך עפּעס נײַעס אין שטאָט װעגן „פּעקל“?… װאָסער„פּעקל“ ― האָט קײנער נישט באַדאַרפֿט צו פֿרעגן. אַלע האָבן שױן געװוּסט, אַרום װאָס פֿאַר אַ „פּעקל“ דאָ האַנדלט זיך אַצינד. און נײַעס איז געװען פֿון דעם „פּעקל“ צו דערצײלן זײער אַ סך. װאָרעם חוץ דעם, װאָס מע שרײַבט װעגן דעם טאָג־טעגלעך אין די גאַזעטן, זענען פֿאַראַן ברוך־השם ייִדן, װאָס װײסן אַ סך מער (גאַזעטן שרײַבן דען אַלצדינג, װאָס מע דאַרף? און דאָס, װאָס זײ שרײַבן, איז דען ניט אָפֿטמאָל שקר־וכּזבֿ?) למשל, אײנער דערצײלט, אַז ער װײס פֿאַר געװיס, אַז ערשט הײַנט איז געװען אַ פּאַניכידאַпанихида: הזכּרה אין סאָבאָר און עפּעס אײנער אַ סטודענט האָט געדרשענט און דװקא אין דרױסן און דװקא פֿאַר אַ גרױסן עולם, װאָס איז אַזױ צעהיצט געװאָרן פֿון דער שײנער דרשה, או מע איז גרײט געװען שױן אין דער רגע זיך לאָזן איבער דער שטאָט און אָפּרעכענען זיך מיט די ייִדן, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. אַ גליק, װאָס פּאָליציע האָט אָנגעשמעקט און באַצײַטנס צוגעשיקט עטלעכע קאָזאַקלעך רײַטנדיק אױף די פֿערדלעך און מיט די קאַנטשיקלעך אין די הענט צעטרײַבן דעם ערבֿ־רב, נעבעך פֿאַרשטערט זײ די שׂימחה…

― לעבן זאָלן די קאָזאַקלעך מיט זײערע געבענטשטע קאַנטשיקלעך, ― רופֿט זיך אָפּ אַ קול, מע װײסט ניט פֿון װעמען, װײַל דער עולם איז גרױס, ― זײַט זיכער, אַז װיבאַלד ס'װעט ניט זײַן קײן כמאַרע, װעט ניט גײן קײן רעגן.

― מיר האָבן אַ גרױסן גאָט! ― כאַפּט אונטער נאָך אַ גרעסערער אָפּטימיסט ― אַ סימן האָט איר, אָט דער גױ דער שיכּור, װיבאַלד מע האָט אים אײַנגעזעצט, אַזױ האָט ער גענומען דרײען מיט דער צונג אַהער און אַהין און ס'איז אַ סבֿרה, אַז עס האַלט שױן אױף אַ שטיקל דרך. מע דאַרף נאָר געװױרע װערן, װער זענען די שטיגוטערעס, די כּלי־זמר הײסט עס, װאָס פֿירן דאָס גאַנצע רעדל…

― מע װעט געװױרע װערן, האָט קײן מורא ניט, מע װעט אַלצדינג געװױרע װערן, װאָרעם הימל און ערד האָבן געשװאָרן, אַז קײן פֿאַרבאָרגענע זאַך זאָל ניט זײַן אױף דער װעלט און אַז דער אמת מוז אַרױף װי בױמל אױפֿן װאַסער.

― מע באַדאַרף נאָר בעטן גאָט, הײסט עס, ― כאַפּט אונטער נאָך אײענער, שױן אַ פּעסימיסט, װײַזט אױס, ― מע באַדאַרף גאָט בעטן און תּפֿילה טאָן, אַז דער בױמל זאָל אַרױף װאָס גיכער, װאָרעם עס גײט צו זײַן יום־טובֿ, פֿאַרשטײט איר מיך, קאָן אַרױסשפּרינגען אַ פּאָגראָמשטשיקל, און איצט, אַז ס'װעט זײַן אַ פּאָגראָם, װעט זײַן אַ פּאָגראָם, אַשר לא פּאָגראָמו אַבֿותינו …

― בײַסט אײַך אָפּ די צונג! ― מישט זיך אַרײַן דוד שאַפּיראָ, װאָס איז געשטאַנען, די גאַנצע צײַט אין אַ זײַט, זיך צוגעהערט מיט קאָפּ צו די אַלע שמועסן, ― דאַכט זיך, איר האָט גאַנץ גוט געהערט, װאָס דער שמשׂ האָט נאָר־װאָס אױסגערופֿן? למאַי זאָלן ייִדן האָבן אַ טבֿע אַלצדינג אױסלײגן צום שלעכטן און אַלײן אָנרופֿן אױף זיך כּל־הצרות?

― ייִד אײנער! איך זאָג דען, אַז עס װעט זײַן אַ פּאָגראָם? ― פֿאַרענטפֿערט זיך דער פּעסימיסט, ― איך זאָג נאָר, אַז אױב עס װעט זײַן אַ פּאָגראָם, װעט…

דוד שאַפּיראָ אָבער װיל ניט הערן מער. אין כּעס טרעט ער אָפּ פֿון דעם רעדל און גײט צו פֿון דאָרט צו אַ צװײטן רעדל און הערט זיך צו פֿון דער װײַטן מיט אײן אױער, װעגן װאָס רעדט דער עולם. לאָזט זיך אױס, אַן דאָ איז אױך דאָס אײגענע. נישט מער דאָ רעדט מען ניט פֿון „אונדזער פּעקל“, נאָר מען דערצײלט מעשׂיות מיט געשיכטן פֿון אַנדערע שטעט, װאָס האָבן אױף זיך זײדע „פּעקלעך“.

― װאָס װײסט איר, װאָס עס טוט זיך הײַנט אָפּ אױף דער װעלט פֿאַר קאָמעדיעס? ― דערצײלט אַ יונגער מאַן אַ קרעמער פֿון באַקאַלײ מיט אַן אַלט פּנים, און די אױגן בײַ אים לאַכן, גלײַך װי ער קלײַבט זיך דערצײלן אַזעלכס, װאָס מע דאַרף דערפֿון פּלאַצן פֿון געלעכטער, ― רעדט אַ שײנס, װאָס האָט זיך געטראָפֿן הײַנטיקן פֿאַר־פּסח אין הײסין, איך בין אַ הײסינער און האָב אַ ברודער מיט אַ שװעסטער אין הײסין, האָט מען געפֿונען דאָרט בײַ אַ קריסט, אַן אָטסטאַװנאָיотставной: פּענסיאָנירטער סאָלדאַט, נישט מער װי פֿיר הרוגים, זײַן װײַב מיט זײַנע דרײ קינדער געקױלעטע. נאָר װי אַזױ מײנט איר געקױלעט? װי מען קױלעט אַ הון אָדער אײַן אָקס? פֿע! די הענט מיט די פֿיס אָפּגעהאַקט, די אױערן אָפּגעשניטן, די אױגן אַרױסגענומען, די בײַכער אױפֿגעטרענט…

― נו, גענוג אײַך שױן אַנאַטאָמיע ― סע שלאָגט צו דער גאַל! ― הערן זיך קולות פֿון ייִדן מפֿונקים, װאָס שפּײַען אױס אין אַ זײַט און הערן װײַטער.

― איז דאָך געװאָרן אַ גװאַלד: װער האָט דאָס געקאָנט צעבראָקן פֿיר נפֿשות אַקוראַט ערבֿ־פּסח, אַז ניט אַחינו בני־ישׂראל? האָט מען זיך מסתּמא געגעבן אַ נעם צו אײנעם אַ ייִדן, יענקל קורצע פּאה רופֿט מען אים. װאָס עפּעס צו יענקל קורצע פּאה? װאָרעם אָט דער יענקל קורצע פּאה איז, פֿאַרשטײט איר מיך, ק ייִד אַ קרעמער, און דער דאָזיקער קריסט פֿלעגט נעמען בײַ אים אױף באָרג. און ניט אַזױ דער קריסט װי זײַן װײַב. מיט אַ טאָג פֿריִער איז געװען אָט דער דאָזיקער יענקל בײַ דעם קריסט מאָנען געלט, ס'איז ערבֿ־פּסח, און שכנים, אױך קריסטן, האָבן אים געזען פֿאַרנאַכטלעך זיך דרײען בײַ זײַן שטוב ― בקיצור אַלע סימנים. האָט מען דעם יענקל קורצע פּאה מסתּמא באַלד אָפּגעפֿירט אין חדר אַרײַן, אַ שענערן לײגט מען אין דער ערד: „זאָג, יענקל, װער זענען געװען די שטיגוטערעס, װאָס האָבן מיט דיר אינאײנעם אָפּגעטאָן אָט דאָס שטיקל אַרבעט? און װוּהין האָט איר אַהינגעטאָן אַזױ פֿיל בלוט?“ ענטפֿערט די װאַנט? אַז יענקל איז גאָר אַ טױטער! און װאָס אין שטאָט האָט זיך געטאָן צװישן ייִדן, באַדאַרף איך אײַך ניט דערצײלן. אַהין אַהער, איך װיל אײַך לאַנג נישט האַלטן ― עס איז אַראָפּגעקומען אַ סלידאָװאַטעל פּאָ װאַזשנים דיעלאַםпо важным делам: אױף װיכטיקע ענינים, װײַזט אױס ניט קײן פּראָמאַך, אַ קוק געגעבן אױף די פֿיר צעשניטענע אָבדירקעס און אױף דעם יענקלען, און אױסגעהערט די טענות פֿון דעם אומגליקלעכן מאַן, װאָס מע האָט אים אַװעקגעקױלעט װײַב און קינדער, האָט דער סלידאָװאַטעל אַ דרײ געגעבן מיט דער נאָז און אַ נעם געגעבן דעם בעל־דבֿר אַלײן הײסט עס, דעם מאַן פֿון דער געקױלעטער גױע און דעם פֿאָטער פֿון די צעשניטענע עופֿעלעך. „אַנו, טו דיך נאָר אױס, שײנער בחור, אױף אַ מינוט, לאָמיר דיך אָקאָרשט באַטראַכטן: און זײַ זיך מטריח אין אײן װעגס מיט אונדז צו דיר אױפֿן בױדעם, אפֿשר װעלן מיר עפּעס געפֿינען?“ בע, מע, ניטאָ קײן װערטער! אַהין אַהער ― איך װיל אײַך לאַנג ניט האַלטן, אױפֿן העמד האָט מען בײַ אים דערזען עפּעס רױטע פֿלעקן, אױפֿן בױדעם האָט מען געפֿונען אַלע כּלים, אַ האַק און אַ מעסער און װאָס איר װילט, און אַלצדינג ברוך־השם אין בלוט, און אַלײן האָט ער זיך אױך מודה געװען, אַז באשר ער האָט אַ געליבטע, און געװאָלט מיט איר כאַסלירע האָבן, און אַ גט איז בײַ זײ אַ ביסל שװערלעך, האָט ער געפֿונען אַ גרינגערן װעג אױף פּטור צו װערן פֿון אַ װײַב אַ צרה. אַי די קשיא: װאָס האָט ער געהאַט צו די קינדער נעבעך? איז טאַקע אַ קשיא. נאָר אַז אַ מענטש האַלט אין שנײַדן, שנײַדט ער… בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: צו װאָס האָט אים נאָך געטױגט, װי זאָגט איר, אַנאַטאָמיע? איז דער תּירוץ: עבֿדים הײנו ― ערבֿ־פּסח!…

אױסגעהערט די הײסינער מעשׂה ביזן סוף, קװעלט דער עולם און קראַצט זיך אַזש פֿאַר גרױס הנאה, איבערגעבנדיק אײנער דעם אַנדערן מיט די הענט, װאָס ער פֿילט און װאָס ער טראַכט און װאָס ער װײסט. נאָר אײן דוד שאַפּיראָ איז ניט צופֿרידן „פֿון װאָס ייִדן לעקן די פֿינגער“ ― טראַכט ער זיך און טרעט אָפּ פֿון דעם רעדל צו אײַן אַנדער רעדל ― אױך די אײגענע דיבורים מיט די אײגענע אינטערעסן: „סאָיוזניקעסсоюзники: שותּפֿים… ריטואַל: זאַמיסלאָװסקי…װלאַדימיר פּורישקעװיטש… פּעקלעך און מעשׂיות און געשיכטן: אַ מעשׂה פֿון אַ קלײן שטעטל אין װאָלינער גובערניע מיט אַ רוסישע דינסט, װאָס איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אױף עטלעכע שעה און ס'איז שיִער אַרױסגעקומען דורך דעם אַן אומגליק… אַ געשיכטע פֿון אַ דאָרף אין טשערניגאָװער גובערניע מיט אַ קלײן שיקסעלע, װאָס איז געגאַנגען גראָבן לײם און איז פֿאַרשיט געװאָרן, האָבן זיך צונױפֿגעקליבן די גױים פֿון דאָרף, געטרונקען בראָנפֿן און געװאָלט מאַכן אַ חתונה, האָט גאָט געטאָן אַ נס, דאָס שיקסעלע האָט מען אױסגעגראָבן טאַקע אַ טױטע, נאָך אָן אַ שום סימן פֿון בלוט. אַ פּעקל אין בעסאַראַביע… ― אַ פּעקל אין פּױלן… אַ פּעקל אַזש אין ניזשני־נאָװגאָראָד ― טפֿו זאָל דאָס װערן!“…

דוד שפּײַט אױס און װיל גײן אַהײם ― איז ניטאָ דער קלײנער! פֿאַרפֿאַלן געװאָרן זײַן גימנאַזיסטל סיאָמקע. װוּ קאָן ער זײַן אַ שטײגער, אַזאַ װײס־חבֿרהניק? און בײַ װעמען פֿרעגט מען, אַז אַלע זענען פֿאַרטאַרעראַמט מיטן „ריטואַל“, צו אַלדי שװאַרצע יאָר? סײַדן אַ פֿרעג טאָן בײַם שמשׂ פֿון שול? נאָר װוּ נעמט מען דעם שמשׂ? ― שאַ, אָט איז ער, דער שמשׂ פֿון זײַן שול, צװישן צװײ רעדלעך, אַ קלײן ציקאַװע ייִדל מיט מאָדנע לאַנגע הענט, די אױגן האַלט ער צו און מיט בײדע אױערן הערט ער זיך אײַן, װאָס בעלי־בתּים רעדן. אײן אױער הערט בײַ אים, װאָס אײן רעדל רעדט, און דאָס אַנדערע אױער דאָס אַנדערע רעדל. פֿאַרדריסט עס דודן.

― איר דאַרפֿט אױך הערן, װאָס מע פּלאַפּלט?

― פֿאַרװאָס ניט? איך בין קײן ייִד ניט? ― ענטפֿערט אים דער שמשׂ האַלב מיט עזות און האַלב מיט אונטערטעניקײט און האָט מורא צונעמען די אױערן, טאָמער װעט ער עפּעס דורכלאָזן פֿון דעם, װאָס בעלי־בתּים רעדן.

― װײסט איר ניט, װוּ איז ערגעץ מײַן זונדל?

― אײַער זונדל? ― פֿרעגט איבער דער שמשׂ און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן און מוז נעבעך אַװעקװאַרפֿן די רעדלעך מיט די בעלי־בתּים סאַמע אין רעכטן שמועסן ― די װיסטע פּרנסה, װאָס זאָל מען טאָן?

אַ טעות װעט אָבער זײַן פֿון דעם, װאָס מײנט, אַז דער שמשׂ װעט צוליב אַ בעל־הבית װי שאַפּיראָ, ער מעג זיך זײַן פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס, אַװעקװאַרפֿן אַלצדינג און גײן זוכן זײַן פּאניטשל. װאָס קאָן ער ניט באַשטײן, אַז די דאָזיקע אַרבעט זאָל נעמען אױף זיך דער „אונטער־שמשׂ“? און דער שמשׂ טוט זיך אַ דרײ אַהין אַהער, אָפּגעזוכט דעם אונטער־שמשׂ, װאָס האָט אױך אַ נשמה, און װיל אױך הערן װאָס מע רעדט, און רופֿט זיך אָן צו אים שטרענג, װי אַן אָפֿיציר צו אַ סאָלדאַט:

― הער נאָר, דו, גײ זוך זײ אָפּ אָט דאָ זײער זונדל, אַ פּאַניטשל, אַ גימנאַזיסטל. אָבער גיך, אױף אײן פֿוס! ― און אַלײן האָט זיך דער שמשׂ אומגעקערט צו זײַנע רעדלעך, װי אַ מענטש, װאָס האָט זײַן זאַך אָפּגעטאָן בשלימות און װײַטער לאָז זיך זײַן װאָס סע װיל זיך.

דער אונטער־שמשׂ, װעמען דער אױבער־שמשׂ האָט געזאָגט „דו“, איז אױך ניט קײן ייִנגעלע, װי מען קאָן זיך פֿאָרשטעלן, נאָר דװקא אַ ייִד אין די יאָרן, װאָס דער אױבער־שמשׂ, און אַ באָרד טראָגט ער אַ סך אַ גרעסערע, װי דער אױבער־שמשׂ, נאָר פֿיס האָט אים גאָט געגעבן אַזעלכע, װאָס גײען ניט אַלײן. מע באַדאַרף זײ שלעפּן. אָט מיט די דאָזיקע געבענטשטע פֿיס האָט ער זיך אַװעקגעלאָזט זוכן שאַפּיראָס זונדל דאָס גימנאַזיסטל צװישן קלײנװאַרג. לאָזט זיך אױס, אַז צװישן קלײנװאַרג איז סיאָמקע נישטאָ. סיאָמקע װיל בעסער האָרכן, פֿון װאָס רעדט עס דער עולם אַזױ געשמאַק? האָט ער זיך אַװעקגעשטעלט נעבן אַ רעדל אַלטע ייִדן, צונױפֿגעלײגט די הענטלעך אױפֿן האַרצן, אַ ביסל אײַנגעבױגן דעם קאָפּ אױף אַ זײַט, װי אַן אַלטער, און זיך צוגעהאָרכט צו אַלע מעשׂיות מיט אַלע רײד מיט אַלע מימרות, אַרײַנגעקוקט בעת מעשׂה איטלעכן אין די אױגן אַרײַן, נישט דורכגעלאָזט קײן װאָרט, גאָר פֿאַרגעסן, אַז ס'איז הײַנט פּסח, און אַז מע דאַרף גײן אַהײם זיך זעצן צום סדר, און אַז ער דאַרף הײַנט פֿרעגן דעם טאַטן די פֿיר קשיות. אָנשטאָט די פֿיר קשיות, װאָס ער קען זײ אױף אױסװײניק, האָט סיאָמקע צו פֿרעגן זײַנע אײגענע פֿיר קשיות: די ערשטע קשיא ― פֿאַרװאָס אײגנטלעך האָט מען אים הײַנט געשלאָגן אין גימנאַזיע?… די צװײטע קשיא ― פֿאַרװאָס אַלע יאָר און נאָר אַז סע קומט פּסח האָבן ייִדן מורא פֿאַר אַ פּאָגראָם?… די דריטע קשיא ― פֿאַרװאָס עפּעס אומעטום נאָר גױים מאַכן פּאָגראָמען?… די פֿערטע קשיא -… נאָר דאָ קומט אָן דער טאַטע. דערזעענדיק סיאָמקען אין אַזאַ פּאָזע, פֿאַרקלעמט דודן בײַם האַרצן: „נעבעך אַ קינד און דאַרף הערן אַזעלכע מעשׂיות…“

אַזאַ װעװריק װי דו באַדאַרפֿסט אױך הערן, װאָס מע רעדט? אַ, ניט געדאַכט זאָלסטו װערן!

און נישט קוקנדיק, װאָס סיאָמקע איז אַ „פּאַניטשל“ און טראָגט אַ מונדירל מיט זילבערנע קנעפּ, נעמט אים דוד אָן מיט כּעס פֿאַר אַ הענטל און לאָזט זיך גײן מיט אים אַהײם מיט גיכע טריט, װי זײַן שטײגער איז.

דאָס זיבן־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל

בײַם סדר

פֿון שול אַהײם איז דוד שאַפּיראָ אַרײַנגעקומען בהרחבֿה, װי אַלע יאָר אין דער צײַט, און מיטן אײגענעם ברײטן גוט־יום־טובֿ װאָס אַלע יאָר אין דער צײַט און, װי אַלע יאָר אין דער צײַט, אַװעקגעזעצט זיך אױפֿן טראָן, װי אַן אמתער בן־חורין, װי אַן עכטער אַריסטאָקראַט, װאָס צײלט זײַן ייִחוס אַ סך ― אַ סך דורות פֿון „מלכים בני מלכים“, און גענומען אָפּריכטן דעם סדר מיט דערזעלבער פֿײַערלעכקײט װאָס אַלע יאָר און מיט דעם אַלטן באַקאַנטן ניגון, װאָס גײט בײַ אונדז בירושה פֿון דור צו דור. אמת, אױף זײַן פּנים איז געװען איבערגעצױגן נישט קײן געװײנלעך װאָלקנדל, פֿון די אױגן האָט אַרױסגעקוקט אַ פֿאַרבאָרגענער טרױער און אין קול האָט זיך געלאָזט הערן אַ מינאָרנער טאָן, אַן אָפּקלאַנג פֿון דעם כּל־ישׂראל פּעקל, װאָס הײסט „שטשיגירינסקי“; דאָס אַלץ האָט אָבער געקאָנט באַמערקן נאָר אײן שׂרה, װעלכע איז געזעסן איצט בײַ זײַן רעכטע האַנט אָנגעטאָן און צוגעקליבן װי אַ קעניגין און אױסגעזען װי אַן אמתע קעניגין ― קײנער װאָלט זיך גאָר ניט געגלױבט, אַז דאָס איז די אײגענע שׂרה, װאָס האָט אַלײן מיט אירע הענט אַרױסגעטראָגן דעם חמץ, אָדער, װי זי רופֿט עס אָן, דעם „הקדש“ פֿון דער דאָזיקער שטוב און אַלײן, אײן מענטש אַלײן, אַרײַנגעשלעפּט אַהער דעם פּסח. איצט זענען די דאָזיקע הענט װײַס און זױבער און אַ פּאָר דימענטלעך בלישטשען אַרױס פֿון די אַלטע פֿינגערלעך, װאָס זי האָט אָנגעטאָן לכּבֿוד יום־טובֿ. די זעלבע דימענטלעך בלישטשען אַרױס פֿון אירע אַלטע אױערינגלעך, װאָס זי טוט אָן פֿון יום־טובֿ צו יום־טובֿ. נאָר מער פֿון אַלעס בלישטשעט און שײַנט איר נאָך גאָר יונג שײן