דער בלוטיקער שפּאַס: 45: אַ שײנע נאַכט

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿינף־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל

אַ שײנע נאַכט

אַרױסבאַגלײטן די מומע טױבע מיט אירע טעכטער איז געגאַנגען בעטי, פֿאַרשטײט זיך מיט איר שטענדיקן קאַװאַליר, מיטן קװאַרטיראַנט. שׂרה אַלײן האָט צוגעטראַכט דאָס דאָזיקע אַרױסבאַגלײטן. זי האָט מורא געהאַט, טאָמער געפֿינט זיך די שװיגערין באַלײדיקט. טױבע ראָט זיך אַפֿילו געשטעלט אַקעגן:

― צו װאָס? אַ דאַנק! מיר װעלן אַלײן טרעפֿן… נאָר עס האָט זיך איר ניט געהאָלפֿן. בעטי איז שױן געװען אָנגעטאָן, דאָס הײסט זי האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף די פּלײצעס אָ גרינגן שאַרף פֿון בלױז פֿוליאַר און אַ װינק געגעבן צום קװאַרטיראַנט, װעלכער איז שױן געשטאַנען גרײט צו גײן מיט זײ אָן אַ היטל, װי ער שטײט און גײט. טױבע פֿאַמיליאַנט האָט זיך נאָך אַ ביסל געבראָכן און געקװענקלט, און אַלע פֿינף זענען אַרױסגעשװוּמען אױף דער גאַס.

― אַך, װאָס פֿאַר אַ נאַכט! װאָס פֿאַר אַ הימל! ― רופֿן אױס יונגװאַרג אַלע אין אײן קול און קװעלן אָן פֿון דער נאַכט.

― לכּבֿוד דעם הײליקן יום־טובֿ און לכּבֿוד דעם ערשטן סדר האָט דער אױבערשטער געשענקט זײַן פֿאָלק ישׂראל אַזאַ ליבע נאַכט, ― זאָגט טױבע מיטן טאָן פֿון טײַטש־חומש, און כאָטש ס'איז אין דרױסן נישט אַזױ ליכטיק, פֿונדעסטװעגן קאָן מען זען איר פֿרום צופֿרידן פּנים און אירע פֿרומע פֿאַרשנורעװעטע ליפּעלעך. טױבע פֿאַמיליאַנט איז מיט איר ערבֿ־יום־טובֿדיקן װיזיט, װאָס זי האָט געמאַכט צו איר אָרעמער שװיגערין, גאַנץ צופֿרידן. און זי מעג זײַן צופֿרידן. װיפֿל גוטע זאַכן זי האָט דאָ אױפֿגעטאָן: אי מוסר געזאָגט, אי אַלע נײַעס איבערגעגעבן, אי אײַנגעלאַדן אירע אײגענע צו זיך אים פֿאַל פֿון חלילה אַן אומגליק. גאָט מעג איר טאַקע העלפֿן. זי איז גענוג יוצא פֿאַר אירע קרובֿים. אָט האָט זי ערשט נישט לאַנג אױף פּסח צעשיקט געלט־בריװ אױף דער גאַנצער װעלט: קײן זאַסלאַװ און קײן דובנאָ און קײן סלאַװיטע מעות חיטין, װעמען אַ דרײַערל און װעמען אַ פֿינפֿערל און װעמען אַ צענערל, די משפּחה שאַפּיראָ ניט צו פֿאַרזינדיקן איז קײן עין־הרע גרױס …

אױך אירע טעכטער די מאַמזעלן זענען צופֿרידן, װאָס זײ האָבן פֿאַרבראַכט אַ פֿרײלעכע שעה מיט אַזאַ אינטערעסאַנטן קאַװאַליר װי דער מומע שׂרהס קװאַרטיראַנט און געהאַט אַ געלעגנהײט אַרױסבאַװײַזן זיך פֿאַר אים מיט זײַער קענטעניש און מיט זײַער באַלעזנהײט, געשאָטן מיט נעמען פֿון ביכער, װעלכע זײ האָבן געלעזן און װעלכע זײ האָבן נאָר געהערט. און װײַל ס'איז הײַנט אַ מאָדע, אַז ייִדישע באַרישניעס קומען זיך צונױף, דאַרף מען רעדן פֿון אַנדרײעװן, פֿון אַרציבאַשעװן און פֿון אַנדערע, האָט מען די גאַנצע צײַט נאָר געהערט די נעמען: אַנדרײעװ, אַרציבאַשעװ, אַלעקסאַנדר בלאָק, װאַלערי בריוסאָװ, אַנדרײ ביעלי ― די גאַנצע גאָלדענע פֿאָן פֿון דער רוסישער מאָדערן־ליטעראַטור. אַזױ אַז בעטי דער עזות־פּנים האָט זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט אַװעקגעגעבן אירע „קוזינקעס“ אַ גאָב: װי זיצן עס ― האָט זי געזאָגט כּלומרשט מיט אַ געלעכטער און געמײנט האָט זי עס ערנסט ― װי זיצן עס אָפּ ייִדישע טעכטער אַ גאַנצן אױפֿדערנאַכט און מע רעדט און מע רעדט פֿון ביכער און פֿון שרײַבערס און מע דערמאָנט נישט איר זאָלט זאָגן אױף אַ טשיקאַװעס כאָטש אײן ייִדיש בוך, כאָטש אײן נאָמען פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, גלײַך װי מיר װאָלטן ניט געהאַט קײן אײגענע ביכער מיט קײן אײגענע שריפֿטשטעלער? װי שעמט מען זיך ניט? … און דער גױ )ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ(, כאָטש ער איז זיך מודה, אַז אין רער ייִדישער ליטעראַטור איז ער ניט אַזױ באַהאַװנט, פֿון דעסטװעגן קאָן ער נישט, ער זאָל נישט מסכּים זײַן מיט בערטאַ דאַװידאָװנאַ, אַז בערטאַ דאַװידאָװנאַ איז גערעכט… און איטלעכס מאָל, װאָס ער דערמאָנט דעם נאָמען „בערטאַ דאַװידאָװנאַ“, זעט מען װי זײערע אױגן באַגעגענען זיך ― און פֿאַמיליאַנטס טעכטער פֿאַרשטײען דעם דאָזיקן קוק… אין די זאַכן פֿרעגט בײַ זײ ― זײ װעלן אײַך זאָגן אַקוראַט. „ס'אַ שידוך“… טראַכטן זיך די דאָזיקע מאַמזעלן מיט אַ זיפֿץ און קוקן זיך איבער צװישן זיך אָן װערטער און רעדן שױן נישט מער פֿון ליטעראַטור. זײ זענען אומבאַקאַנט אַריבער אױף זײַטיקע זאַכן, פּליאָטקעס און מעשׂיות, װאָס הערט זיך אין שטאָט, און אײנע פֿון זײ האָט דערצײלט די געשיכטע מיטן גענעראַל און מיטן „קרבן פּסח“, פֿון װעלכן בעטי האָט זיך צעלאַכט אַזױ שטאַרק, אַז די מוטער פֿון צװײטן צימער האָט געמוזט אַ פֿרעג טאָן: „װאָס איז דאָרט?“ אױף איר קוקנדיק, האָבן בײדע מאַמזעלן אױך געלאַכט, באַװײַזנדיק אַלע דרײ זײערע שײנע װײַסע צײנדלעך. ניט געלאַכט האָט נאָר דער קװאַרטיראַנט. און ניט נאָר ניט געלאַכט ― ער האָט אױסגעזען װי אַ מענטש, װאָס איז אין כּעס אָדער ער שעמט זיך, קאָן ניט הערן װי מע באַרעדט זײַנעם אַן אײגענעם. ער האָט נישט געװאָלט גלױבן. ער האָט אַלץ געטענהט, אַז עס קאָן ניט זײַן. „אָדער דער גענעראַל איז קײן גענעראַל, אָדער די גאַנצע מעשׂה איז אַן אױסגעטראַכטע“… אַזױ האָט געטענהט ראַבינאָװיטש גאַנץ ערנסט. און װאָס מער ערנסט ער האָט גערעדט, מער האָט געלאַכט בעטי. און אַך! װי עס האָבן איר מקנא געװען אירע שװעסטערקינדערלעך, די מאַמזעלן פֿאַמיליאַנט! … גײענדיק מיט זײער פֿרומע רײַכע מוטער אַהײם אין דער דאָזיקער נאַכט, מוזן זײ זיך מודה זײַן פֿאַר זיך אַלײן, אַז זײער אָרעמע קוזינקע בעטי לעבט זיך אַ סך בעסער און אַ סך פֿרײַער און אַ סך פֿרײלעכער װי זײ. װאָס האָבן זײ פֿון זײער רײַכקײט, אַז מע לאָזט זײ ניט אַ קאָפּ אױפֿהײבן, אַ הױך װאָרט אױסרעדן?… און נישט װילנדיק רײַסט זיך אַרױס בײַ זײ אַ טיפֿער זיפֿץ פֿונעם האַרצן אין דער דאָזיקער נאַכט. װער װײס, אפֿשר זענען זײ איר מקנא גאָר אױף אַן אַנדער זאַך ― אױפֿן חתן? און אַז דאָס איז אַ חתן ― אין דעם איז שױן קײן ספֿק נישט. פֿאַרלאָזט זיך שױן אױף זײ. אױף דעם איז זײער מבֿינות העכער פֿון אַלעמען. עס איז גענוג, דאַכט זיך, אײן קוק אױף דעם גליקלעכן פּאָרל אין די אױגן אַרײַן, כאָטשבי אַפֿילו דאָ אױף דער שײַן פֿון די שטערן אין דער דאָזיקער שײנער נאַכט, מע זאָל לײענען װי פֿון אַ בוך, װוּ עס האַלט בײַ זײ אין זײער ראָמאַן… ― למאַי זאָלסטו גײען אַזױ װײַט, בערטעטשקע? ס'איז קילבלעך אין דרױסן און דו גײסט נאַקעט, ― זאָגט צו בעטין די מומע טױבע און מײנען מײנט זי גאָר דעם קװאַרטיראַנט, װאָס אין דרױסן, און זי געזעגנט זיך מיט זײ גאָר פֿרײַנדלעך. דערזען, אַז יענע זענען שױן אַװעק און זי איז געבליבן דאָ אַלײן מיט אירע טעכטער, טוט די פֿרומע טױבע אױף אַ מינוט אַ גאָס אױס אַ גאַנצן טאָפּ מיט לשון־הרע אױף דער האַלב־נאַקעטער בעטין און אױפֿן קװאַרטיראַנט, װאָס גײט אָן אַ היטל אין דרױסן, און מער פֿון אַלע אױף איר שװיגערין, װאָס האָט פֿאַרגעסן, אַז איר מאַן דוד איז אַ שאַפּיראָ, פֿון די אמתע… פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס!… ― אַי, מאַמע! מיר האָבן דאָס שױן געהערט פֿון דיר פֿינף און זיבעציק טױזנט מאָל! ― האַקן איר אָפּ די טעכטער די מאַמזעלן און קוקן זיך אַרום צוריק אױף זײער גליקלעכער קוזינקע בעטי, װי זי גײט עס האַנט בײַ האַנט מיט דעם בראַװן פֿרײלעכן סטודענט אין דער דאָזיקער שײנער יום־טובֿדיקער נאַכט, אין דער דאָזיקער ערשטער נאַכט פֿון פּסח…

יום־טובֿדיק און שײן איז געװען די דאָזיקע ערשטע נאַכט פֿון פּסח אָן אַ שיעור און אָן אַן ערך. מיט הונדערטער טױזנטער אױגן־שטערן האָט זי אַראָפּגעקוקט אַראָפּ און באַגאָסן מיט איר טונקלבלױער נאַכט־שײן די יונגע גליקלעכע פּנימער פֿונעם יונגן גליקלעכן פּאָרל, װאָס זענען געגאַנגען דאָ האַנט בײַ האַנט געצײלטע טריט, פּאַמעלעכן, אַ פּנים ס'זאָל מער, װאָס מער, זיך ציִען זײער זײַן דאָ אינאײנעם אײנס נעבן דאָס אַנדערע. אַצינד איז שױן געקומען די צײַט ― ער פֿילט, אַז איצט איז די רעכטע צײַט ― ער זאָל איר אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל אױפֿדעקן זײַן האַרץ, אױסזאָגן איר דעם גאַנצן אמת. ביז װאַנען איז דער שיעור? גאָט אַלײן האָט װי באַשאַפֿן די דאָזיקע נאַכט, די דאָזיקע שײנע יום־טובֿדיקע נאַכט, אַז דאָס האַרץ, װאָס איז פֿול, זאָל זיך אױסגיסן, און אַלעס, װאָס האָט זיך אָנגעקליבן אױף דער נשמה, זאָל אַרױסגעזאָגט װערן. אַלעס, אַלעס מוז אַרױסגעזאָגט װערן. אַלעס פֿונעם אָנהײב ביזן סוף. אַלעס װעט ער איר דערצײלן: װי אַזױ עס האָט זיך אָנגעהױבן בײַ אים מיט אַ שפּאַס און װי אַזױ עס האָט זיך פֿונעם שפּאַס אױסגעלאָזט אַן ערנסט. און װי אַזױ ער האָט געמײנט פֿריִער, אַז ער װעט זי קאָנען בױגן צו זיך, איצט איז ער גרײט זיך בױגן צו איר, װאָרעם עס איז גאָר ניטאָ אַזאַ זאַך אױף דער װעלט, װאָס ער זאָל ניט קאָנען טאָן צוליב דעם, אַז זי זאָל זײַן זײַנע… און אַז מע װיל, האָט ער טײלװײַז זי שױן צוגעגרײט דערצו. זי איז די אײנציקע, װעלכער ער האָט זיך מודה געװען, אַז די גאַנצע געשיכטע מיט דער מומע די מיליאָנערשע, איז נישט מער װי אַ שפּאַס, װאָס מוז שױן פֿאַרבלײַבן װי אַן אמת, ביז אַ צײַט… זי איז די אײנציקע, װעלכער ער האָט פֿאַרטרױט, אַז ער האָט אַ פֿאָטער, װאָס האָט אים ליב, נאָר ער איז „ניט אײַנפֿאַרשטאַנען מיט אים אין אַ סך זאַכן“ … אַז ער האָט אַ שװעסטער, זײער אַ פֿרומע שװעסטער, װאָס הײסט װיעראַ און װאָס ער האָט זי ליב און װאָס איז גרײט איר לעבן אַװעקצוגעבן פֿאַר אים יעדע מינוט, און דאָך װעט ער מ ו ז ן איבעררײַסן מיט זײ בײדע, װײַל ד ע ר ש ר י ט , װ אָ ס ע ר װ ע ט װ אַ ר ש ײַ נ ל ע ך מ ו ז ן מ אַ כ ן , װ ע ט ז ײַ ן פֿ אַ ר ז ײ אַ ט ױ ט ־ ק ל אַ פּ …

װאָס דאָס אין פֿאַר אַ „שריט“ האָט ער איר נאָך נישט געקאָנט זאָגן. נאָר זי האָט זיך עס אַלײן אױסגעטײַטשט, לױט איר פֿאַרשטאַנד, גאַנץ לײַכט, װי יעדער אײנציקער אױף איר אָרט װאָלט דאָס אױסגעטײַטשט, ― און מע קאָן ניט זאָגן, אַז די דאָזיקע װערטער זאָלן איר זײַן שטאַרק אײַנגענעמען. איר האָט נישט געשמעקט די מלחמה, װאָס ער װעט דאַרפֿן האַלטן מיט זײַן פֿאָטער. װער זאָל דאָס זײַן? װאָס פֿאַר אַ מענטש איז ער? און װי קומט צו אים אַ פֿרומע שװעסטער?… זי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז זי קען אים, דעם פֿאָטער זײַנעם, גלײַך װי זי האָט אים שױן נישט אײן מאָל געזען: אַ ייִד אַ בורזשוּי, אַן אױפֿגעקומענער גבֿיר, װאָס האַלט זיך פֿאַר אַ אַריסטאָקראַט, און בכדי ער זאָל זיך נישט איבערנעמען מיט זײַן „אַריסטאָקראַטיזם“, האָט אים בעטי ניט אײן מאָל געגעבן אָנצוהערעניש, אַז זי איז פּונקט דער היפּוך פֿון איר מוטער. אױף װיפֿל איר מוטער פֿאַלט כּורעים פֿאַר אַ נגיד און פֿאַרגעטערט מיליאָנערן, אױף אַזױ פֿיל, אױב ניט מער נאָך, האָט זי, בעטי, פֿײַנט אָט די „סוביעקטן“, װי אַ כּשרער ייִד האָט פֿײַנט חזיר …

― װאָס האָט איר צו זײ? ― פֿרעגט בײַ איר ראַבינאָװיטש, װאָס האָט ליב זיך רײצן מיט איר, זען אירע שײנע װײַסע צײנדלעך.

― האָבן האָב איך צו זײ גאָרנישט, ― ענטפֿערט אים בעטי ― נאָר איך האָב זײ פֿײַנט. אָנקוקן קאָן איך נישט אָט די ייִדישע געלט־אַריסטאָקראַטן מיט די גראָבע בײַכלעך, מיט די געקנײטשטע קאַרקעס און מיט די איבערגעזעטיקטע ליפּן און מיט די אױסגעלאָשענע אױגן.

― אַרײַנפֿאַלן צו אײַך אין אײַערע שאַרפֿע צײנדלעך איז געפֿערלעך! ― זאָגט איר ראַבינאָװיטש מיט אַ געלעכטער און קאָן זיך אָן איר זאַט ניט אָנקוקן.

― זאָל אײַך גאָט היטן! ― מאַכט צו אים בעטי, אַפֿילו אױך מיט אַ געלעכטער, נאָר עס הערט זיך אַ פֿאַרדראָס אין איר קול…

― אַדרבה ― זאָגט איר ראַבינאָװיטש ― איך װאָלט עס געװאָלט פּרוּװן.

― פּרוּװט ניט, איר װעט חרטה האָבן. צו שאַרפֿע צײן!

אַקוראַט בײַ די װערטער קומט אָן שׂרה )שׂרה קומט תּמיד אַקוראַט(. האָט זי מורא, ס'זאָל חלילה ניט אַרױס עפּעס אַ קריג צװישן די „קינדער“. װיל זי צערײַבן דעם שמועס און רופֿט זיך אָן צום קװאַרטיראַנט:

― װײס איך, װאָס הערט איר זי, װאָס זי װעט אײַך זאָגן? איר קענט זי ניט? ― זי איז דאָך אַ שאַפּיראָ! …

פֿון דעמאָלט ביז איצט איז אַװעקגעגאַנגען אַ ביסל צײַט און זײ פֿילן זיך װאָס אַ טאָג אַלץ גערעגטער און גערעגטער. און איצט, אין דער דאָזיקער שײנער נאַכט, געבליבן מיט איר אַלײן, נאָכדעם װי טױבע פֿאַמיליאַנט מוט אירע טעכטער זענען שױן אַזױ װײַט, און קײנער זעט זײ ניט, און זײ נײען האַנט בײַ האַנט אַלע מאָל שטילער און שטילער, באַגעגענען זיך זײערע אױגן אױף דער שײן פֿון די שטערן און צוזאַמען מיט זײערע אױגן ― זײ װײסן אַלײן ניט, װי אַזױ דאָס איז געשען ― באַגעגענען זיך אױך זײערע ליפּן - דאָס ערשטע מאָל אין דער גאַנצער צײַט פֿון זײער פֿרײַנדשאַפֿט. און נאָך אַ מאָל באַגעגענען זיך זײערע אױגן און בײדע צעלאַכן זײ זיך. נאָר פּלוצעם רײַסט זיך אַרױס בײַ אים איר האַנט, און זי לאָזט זיך לױפֿן, און ער נאָך איר, און בײדע קומען זײ אַרײַן אין שטוב מיט פֿאַררױטלטע פּנימער און די אױגן בײַ זײ גלאַנצן מאָדנע. שׂרה זעט זײערע פֿאַררױטלטע פּנימער מיט זײערע מאָדנע גלאַנצנדיקע אױגן, און זי רופֿט זיך אָן צו זײ גלאַט אַזױ אין, דער װעלט אַרײַן:

― עפּעס אַ שײנע נאַכט אין דרױסן?

און זײ בײדע ענטפֿערן איר גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן:

― אַ שײנע נאַכט, ― אַ געטלעכע נאַכט!…

דאָס זעקס־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
“פּ ע ק ל ע ך“.

טאָמער איז קאַרג, װאָס יעדער ייִד האָט זיך זײַן אײגן פּעקל: דאגות־פּרנסה, פּראַװאָזשיטעלסטװע, פּראָצענט־נאָרמע בײַ קינדער לערנען וכּדומה נאָך אַזעלכע הנחות און פּריװילעגיעס, װאָס נאָר אַ ייִד קאָן דערצו זוכה זײַן, האָט גאָט ברוך־הוא באַװיליקט די ייִדן פֿון דער געבענטשטער שטאָט, װוּ עס קומט פֿאָר אונדזער אױסערגעװײנלעכע געשיכטע, מיט גאָר אַ באַזונדער פּעקל, אַ מין כּל־ישׂראל־פּעקל, מיטן נאָמען שטשיגירינסקי.

די ייִדן, װאָס זענען שױן געװױנט געװאָרן צו צרות און געפּרוּװט געװאָרן ניט דאָס ערשטע מאָל אין אַזעלכע בילבולים נאָך פֿון פֿאַרצײַטן, און דערצו איז מען נאָך שטענדיק פֿאַרטראָגן און פֿאַרהאַװעט אין בילכערע נעענטערע דאגות, האָבן דאָס אַלצדינג אױסגעהערט און צוגעזען און פֿון אײן טאָג צום אַנדערן װי פֿאַרגעסן.

ערשט אַז ס'איז געקומען פּסח, דער ליבער גוטער יום־טובֿ פּסח, און ייִדן האָבן אַרױסגעטראָגן דעם חמץ, אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די שװערע װאָכעדיקע װינטערדיקע מלבושים, אָנגעטאָן זיך אַלע נײַ און אַלע יום־טובֿדיק, און צונױפֿגענומען זיך אַלע אין שול אַרײַן, האָט מען זיך דאָרט אָנגעהערט נײַעס פֿונעם „פּעקל“, אַזױ פֿיל נײַעס אַז ס'איז אַלעמען פֿאַרקילט געװאָרן אינװײניק און ס'איז זײ פֿאַרשטערט געװאָרן דער יום־טובֿ.

דאָס הײסט, געקומען איז מען אין שול אַרײַן נישט הערן נײַעס, נאָר דאַװנען, און עס קאָן זײער געמאָלט זײַן, אַז תּיכּף נאָכן דאַװנען װאָלט מען זיך װי אַלע מאָל געװוּנטשן אײנער דעם אַנדערן אַ גוט יום־טובֿ און װי אַלע מאָל זיך צעגאַנגען אַהײם, איטלעכער צו