פֿונעם יאַריד: קופּערניק

שלום עליכם (אַלע װערק)

ניקן. קופּערניק, ער זאָל װעלן, קאָן ער טאָן אַ סך. זײער אַ סך! אַ קלײניקײט קופּערניק? מיט אַזאַ פּראָטעקציע קאָן מען דורכברעכן מױערן! באַװעגן די גרעסטע לײַט! און נישט לאַנג געטראַכט, זעצט זיך אַװעק דער „אוטשאָנע יעװרײ“ און שרײַבט אַ קאַרטל צו זײַן בעסטן פֿרײַנט און קאָלעגע, צום באַרימטן אַדװאָקאַט לעװ אַבראַמאָװיטש קופּערניק.

76

קופּערניק

ער זוכט דעם באַרימטן אַדװאָקאַט אַפֿן „קרעשטשאַטיק“. ― „מעניאַלנאַיאַ קאָנטאָראַ

קופּערניקאַ“. ― אין אָקרוזשנע סוד. ― ער געפֿינט ענדלעך װעמען ער זוכט. און

די פּראָטעקציע װירקט. ― אַ קלײנער טעות: ניט קופּערניק, נאָר משה עפּעלבױם פֿון ביעלאָצערקאָװ

דער נאָמען קופּערניק, אָדער װי מע האָט אים גערופֿן צװישן ייִדן „ ק אָ פּ ע ר נ י ק אָ װ “, איז געװען כּמעט אַזױ באַרימט און פּאָפּולער, װי אַלכּסנדר פֿאָן הומבאָלד אין אײראָפּע, אָדער װי קאָלומבוס אין אַמעריקע. דער פּראָצעס פֿון קוטאַאיס, דער באַרימטער בלוט־בלבול, װאָס קופּערניק האָט פֿאַרטײדיקט און רײנגעװאַשן, האָט אים געמאַכט אַזױ באַרימט, װי אין אַ סך יאָרן אַרום האָט באַרימט געמאַכט אַן אַנדערן אַדװאָקאַט, אָ. אָ. גרוזענבערגן, דער פּראָצעס פֿון מענדל בײליס. און אַזױ װי גרוזענבערגן, אַזױ האָט מען פֿון קופּערניקן אין זײַן צײַט דערצײלט נסים ונפֿלאָות, אַרומגערינגלט אים מיט לעגענדעס.

האָבנדיק אַ פּראָטעקציע צו אַזאַ מאַן, װי קופּערניק, מעג מען זיך שױן דערלױבן צו טרױמען, פֿאַנטאַזירן און חלומען די בעסטע חלומות. כאַפּן זיך שטאַרק איז אױך ניטאָ װאָס. ובפֿרט, אַז ער װײס נאָך גאָרניט, װוּ קופּערניקס אַדרעס איז. האָט ער זיך פּאַװאָליע אַרױפֿגעדראַפּעט אַפֿן הױכן „קרעשטשאַטיק“, די שענסטע גאַס אין קיִעװ, און דאָרט איז אונדזער העלד ניט שװער געװען צו דערפֿרעגן זיך, װוּ קופּערניק זיצט. אַרײַן אין אַ הױף אַקעגן האָטעל „יעװראָפּאַ“, האָט ער איבערגעלײענט אַף רוסיש: „מיעניאַלנאַיאַ קאָנטאָראַ קופּערניקאַ“. איז אים אַפֿילו געװען אַ חידוש, װי קומט צו קופּערניק דעם אַדװאָקאַט אַ „מיעניאַלנע קאַנטאָר“? נאָר עס איז אים באַלד פֿאַרענטפֿערט געװאָרן די קשיה.

אַרײַנגעקומען אינעװײניק אין קופּערניקס קאַנטאָר, האָט ער געטראָפֿן אַ יונגנמאַן מיט בלױע ברילן און אַ ייִדענע אַ ליטװעטשקע אין אַ װײַסן פּאַריק.

― צו װעמען דאַרפֿט איר?

― צו קופּערניקן.

― פֿון װעמען?

― פֿונעם אוטשאָנע יעװדײ, פֿון הערמאַן מאַרקאָװיטש באַראַץ אַ קאַרטל.

― פֿון באַראַצן אַ קאַרטל? װײַזט אַהער.

דער יונגערמאַן מיט די בלױע ברילן נעמט דאָס קאַרטל און טראָגט דאָס צו צו דער ליטװעטשקע אינעם װײַסן פּאַריק. די ליטװעטשקע נעמט דאָס קאַרטל, טוט־אָן די ברילן, לײענט דורך און טוט אַ שמיץ דאָס קאַרטל פֿון זיך.

― ס'איז ניט צו מיר. ס'איז גאָר צו מײַן זון.

― װוּ געפֿינט ער זיך?

― װער?

― אײַער זון.

― מײַן זון װוּ געפֿינט זיך? װאָס הײסט װוּ? אין אָקרוזשנע סוד אַרײַן גײט, װעט איר אים געפֿינען.

זוכן אַן אַדװאָקאַט אין אָקרוזשנע סוד איז פּונקט אַזאַ שׂכל, װי מע זאָל זוכן אַ נאָדל אין אַ װאָגן הײ. דער אָקרוזשנע סוד איז אַן אומגעהײַער גרױסע געבײַדע מיט אײַזערנע טרעפּ און מיט אַזױ פֿיל חדרים, זאַלן און אָפּטײלונגען, אַז אַ פֿרעמדער קאָן דאָרט פֿאַרבלאָנדזעט װערן און פֿאַרלירן דעם קאָפּ. צום ערשטן מאָל אַף זײַן לעבן האָט אונדזער העלד דערזען אַזױ פֿיל מענטשן אין שװאַרצע פֿראַקן מיט גרױסע פּאָרטפֿעלן. דאָס זײַנען לױטער געשװאָרענע אַדװאָקאַטן. גײט טרעפֿט, װער פֿון זײ איז דאָ קופּערניק? אָפּשטעלן אײנעם פֿון זײ און אַ פֿרעג טאָן ― איז אַ זאַך, װאָס איז אוממעגלעך. אַז אַלע זײַנען זײ פֿאַרטראָגן. אַלע לױפֿן מיט פּאָרטפֿעלן, דער אַהער, דער אַהין, װי די משוגעים. אײנעם, אַ מאַן אָן אַ שװאַרצן פֿראַק, נאָר מיט אַ גרױסן געלן פּאָרטפֿעל און מיט זײער אַ סימפּאַטיש פּנים, האָט ער געװאַגט אָפּצושטעלן און אַ פֿרעג טאָן: „װוּ איז דאָ קופּער־ניק?“ האָט ער באַקומען פֿונעם מאַן אַן ענטפֿער: „צו װאָס דאַרפֿט איר קופּערניניקן?“ „איך האָב צו אים אַ קאַרטל פֿונעם אוטשאָנע יעװרײ הערמאַן מאַרקאָװיטש באַראַץ“. „אַ? פֿון באַראַצן? זיצט אַ װײַלע ― איכל באַלד קומען“. און דער מאַן באַװײַזט אים אַף אַ לאַנגער פּאָלירטער באַנק, טוט זיך אַ גליטש און װערט נעלם. דער בחור זעצט זיך אַװעק אַף דער לאַנגער פּאָלירטער באַנק און זיצט אַ האַלבע שעה, אַ שעה, אָנדערהאַלבן שעה ― ניטאָ קײן מאַן, ניטאָ קופּערניק. שטײט ער אױף פֿון דער פּאָלירטער באַנק און לאָזט זיך גײן. דער עולם איז שױן געװאָרן אַ סך שיטערער. װוּ־ניט־װוּ װאַרפֿט זיך נאָך דורך אַ שװאַרצער פֿראַק. ער דערזעט דעם מאַן, װאָס מיטן געלן פּאָרטפֿעל.

― אַ? איר זײַט נאָך דאָ? װאָס, אײגנטלעך, דאַרפֿט איר צו קו־פּערניקן?

דערצײלט אים דער בחור נאָך אַ מאָל:

― אַ קאַרטל פֿון הערמאַן מאַרקאָװיטש באַראַץ.

― און װוּ איז דאָס קאַרטל?

באַװײַזט ער אים דאָס קאַרטל. דער מאַן לײענט־דורך דאָס קאַרטל.

― װאָס אײגנטלעך, האָט איר געװאָלט פֿון קופּערניקן?

― איך װײס נאָך אַלײן ניט אַקוראַט… אפֿשר װעל איך קריגן באַ אים אַ שטעלע?

― װאָס קענט איר?

― איך קען שײן שרײַבן, ייִדיש און רוסיש.

― רוסיש אױך? קומט מיט מיר.

באַדאַרף ער נאָך זײַן אין ספֿק, אױב דאָס איז קופּערניק?… אַרױסגעגאַנגען מיטן בחור פֿון אָקרוזשנע סוד, האָט ער, קופּערניק הײסט דאָס, געכאַפּט אַ „ליכאַטש“ ― אַ דראָזשקע אַף גומעלאַסטיקענע רעדלעך, און האָט אַ זאָג געגעבן: „גאָסטיניצאַ ראָססיאַ“. פֿײַל אױסן בױגן האָט זײ דער ליכאַטש געבראַכט צו פֿירן צו אַ האָטעל, װאָס זײַן נאָמען איז „ראָססיאַ“. אַרײַנגעקומען אין אַ שטאַרק אָנגערױכערט צימער, האָט קופּערניק באַזעצט דעם גאַסט באַם טיש, פֿאַררױכערט אַ פּאַפּיראָס און דערלאַנגט אים אַ בױגן פּאַפּיר מיט אַ טינט־און־פֿעדער און פֿאָרגעלײגט, ער זאָל אָנשרײַבן אַ פּאָר שורות. דער בחור האָט אײַנגעטונקען די פּען אין טינט און אײדער ער האָט זיך צוגעקליבן שרײַבן, האָט ער אַ פֿרעג געגעבן באַ קופּער־ניקן, װי אַזױ װיל ער, זאָל מען אים שרײַבן ― אַף ייִדיש אָדער אַף רוסיש? פֿאַרשטײט זיך, אַז אַף רוסיש! דער בחור האָט זיך צוגעפֿלײַסט. דער זכות פֿונעם רבין מאָניש מיט זײַן גאָלדענער האַנט איז אים בײַגעשטאַנען, און נאָך דער ערשטער שורה האָט אים קופּערניק איבערגעשלאָגן און אַ זאָג געגעבן, אַז ער איז צופֿרידן מיט זײַן האַנטשריפֿט, און האָט אים פֿאָרגעלײגט אַ פּאַפּיראָס. פֿונעם פּאַפּיראָס האָט זיך דער בחור אָפּגעזאָגט:

― האָט קײן פֿאַריבל ניט, פּאַני קופּערניק, איך רױכער ניט.

― האָט קײן פֿאַריבל ניט, יונגערמאַן, איך בין ניט קופּערניק. מײַן נאָמען איז גאָר עפּעלבױם.

― עפּעלבױם?

― נו, יאָ, עפּעלבױם, משה עפּעלבױם פֿון ביעלאָצערקאָװ… פּרי־סיאַזשנע פּאָװיערענע…

אַ באַשערטע זאַך. גײט זײַט אַ נבֿיא, אַז פֿון אַ קיִעװער קופּערניק װעט זיך גאָר אױסלאָזן אַ משה עפּעלבױם פֿון ביעלאָצערקאָװ! דער משה עפּעלבױם פֿון ביעלאָצערקאָװ האָט זיך אַרױסבאַװיזן פֿאַר אַן אמתן דזשענטעלמען. ער האָט זיך לאַנג נישט געדונגען פֿאַרן פּרײַז. מסכּים געװען אַף אַלצדינג. ער האָט נאָך צוגעזאָגט דעם בחור, אַן ער װעט אים צולערנען אַדװאָקאַטור און װעט אים נאָכדעם געבן רעקאָמענדאַציעס ניט נאָר צו קופּערניקן ― צו נאָך אַ סך גרעסערע לײַט אין קיִעװ, אין מאָסקװע און אין פּעטערבורג, אױסגעבונדן מיט אַלע מיניסטאָרן. אױב דער בחור װיל, קאָנען זײ נאָך הײַנט פֿאָרן קײן ביעלאָצערקאָװ. ער, עפּעלבױם, באַדאַרף זיך נאָר אַראָפּכאַפּן אַף אַ מינוט צום גענעראַל־גובערנאַטאָר. און װיבאַלד צום גענעראַל־גובערנאַטאָר, מוז ער שױן זײַן מיט אַ װיזיט אױך באַם גראַזשדאַנסקי גובערנאַטאָר. װאָרעם די הינט זײַנען שרעקלעך מקנא אײנס דאָס אַנדערע. ער האָט אַפֿילו באַדאַרפֿט זיך זען מיטן קיִעװער פּאָ־ליצמײסטער אױך. נאָר ער קאָן באַשטײן, אַז דער פּאָליצמײסטער זאָל קומען צו אים.― ער איז נישט קראַנק…

דער פּריסיאַזשנע פּאָװיערענע עפּעלבױם האָט זיך אַרױסגעכאַפּט, איבערגעלאָזט אַ פֿרעמדן אומבאַקאַנטן בחור אַף גאָטס באַראָט. די אַװאַנטורע איז דעם יונגן רײַזנדער דװקא געפֿעלן. און פֿון דער פּערזענלעכקײט פֿון דעם עפּעלבױם איז ער גאָר געװען אַנטציקט. ער האָט נאָך קײן צײַט ניט געהאַט רעכט צו באַטראַכטן די לאַגע, האָט זיך עפּעלבױם אומגעקערט צוריק, צוגעפֿאָרן ברײט אַף אַ ליכאַטש, אָנגעלאָדן מיט פֿולע פּעק און מיט פּעקלעך. דאָרט איז געװען פֿון כּל טובֿ: הערינג, און פֿיש, און באַליק, און איקרע, און פֿרוכטן, און פּאַפּיראָסן.

― איר מײנט, ס'איז געקױפֿט? ס'איז לױטער מתּנות. געשענקט פֿון דער גענעראַל־גובערנאַטאָרשע, פֿון דער גובערנאַטאָרשע און פֿונעם פּאָ־ליצמײסטערס װײַב.

― איר זײַט דען געװען באַם פּאָליצמײסטער אױך? איר האָט דאָך געזאָגט, אַז…

― חס וחלילה! נישט פֿון זײַן װײַב, נאָר פֿון זײַן פּאָליובאָװניצע… איך בין איר אַדװאָקאַט. איך פֿיר איר אַ פּראָצעס אין פּאַלאַטע אַף אַ האַלבן מיליאָן. זי איז אַ פֿילפֿאַכע מיליאָנערשע, נאָר אַ קאַרגע. פֿאַר אַ גראָשן װעט זי זיך אױפֿהענגען! פֿאַר מיר איז אָבער ניטאָ צו טײַער. פֿאַר מיר זײַנען זײ אַלע די כּפּרה!… פֿאָרן מיר, הײסט דאָס, קײן ביעלאָצערקאָװ?

― פֿאָרן מיר, הײסט דאָס, קײן ביעלאָצערקאָװ. 77 אַ שטעלע פֿאַר אַ „סעקרעטאַר“

ער פֿאָרט מיט זײַן נײַעם פּאַטראָן קײן ביעלאָצערקאָװ. ― מע נעמט אים אױף, װי

אַ טײַערן גאַסט ― פֿאַמיליען־אידיליעס. „רב לױ“. ― דער בעל־הבית לערנט

מיטן סעקרעטאַר הלכות אַדװאָקאַט. ― מיאוס אָפּגענאַרט. ― ער שרײַבט אַ מליצה־ בריװ צום פֿאָטער און באַקומט נײַע האָפֿענונגען.

פֿאָרנדיק פֿון קיִעװ קײן ביעלאָצערקאָװ, האָט זיך דער „פּריסיאַזשנע פּאָװיערענע“ עפּעלבױם געשטעלט גאַנץ ברײט, אױפֿגעפֿירט זיך װי אַ רײַכער פּאָמעשטשיק, ניט געזשאַלעװעט קױפֿן בילעטן ערשטע קלאַס. אַפֿן װאָקזאַל, אין פֿאַסטאָװ, געגעבן שײן צו לײזן געלט דעם בופֿעט. דעם מענטשן, װאָס האָט זײ באַדינט, האָט ער אױך גאַנץ פֿײַן באַהאַנדלט. אונדזער יונגן העלד האָט ער פֿאַר זײַנע באַקאַנטע פֿאָרגעשטעלט אַלס „סעקרעטאַר“. און װאָס ער האָט אַזעלכעס דערצײלט אַף זײַן „סעקרעטאַר“ באַ זיך אינדערהײם ― װײס נאָר אײן גאָט אין הימל… נאָר מ'דאַרף זיך פֿאָרשטעלן אַז מסתּמא האָט דער „פּריסיאַזשנע פּאָװיערענע“ אױסגעמאָלט פֿאַר זײַנע הײמישע זײַן „סעקרעטאַר“ מיט די רײַכסטע און שענסטע פֿאַרבן. װאָרעם ער האָט געהאַט אַזאַ גרױסאַרטיקע װאַרעמע אױפֿנאַמע, װאָס נאָר אַ לאַנג־דערװאַרטעטער גאַסט, אָדער אַ רײַכער קרובֿ פֿון אַמעריקע, קאָן זיך װינטשן: אַזאַ קרובֿ, װאָס מע קוקט־אַרױס אַף זײַן ירושה… משה עפּעלבױמס װײַב, אַ ייִדענע אַ צדיקית און אַ זעלטענע װירטן, האָט זיך אָנגעטאָן שבתדיק און אױסגעצװאָגן די קינדער. דערנאָך האָט זי אָפּגעקאָכט אַף װעטשערע אַ מאָלצײַט, װאָס אים װאָלט געמעגט עסן דער קײסער. עפּעלבױמס עלטערער בחור לױ, אַ חכם אַ יונגאַטש, ― אין שטוב האָט מען אים גערופֿן „רב לױ“ ― האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן פֿון התפּעלות און האָט אַ בורקע געגעבן, אױפֿשטײענדיק פֿון טיש און גלעטנדיק זיך דאָס בײַכל, אַז עס װאָלט גאָרניט געשאַרט, אַז אַלע טאָג זאָלן זײַן אַזעלכע געסט און מע זאָל קאָכן אַזעלכע גוטע מאָלצײַטן. האָט אים משה עפּעלבױם געשענקט אַ פּאַטש און האָט אים אַ זאָג געגעבן, אַז ס'װאָלט גאָר ניט געשאַדט, אַז ער, רב לױ, זאָל זײַן אַ ביסעלע קליגער און זאָל ניט האָבן אַזאַ לאַנגע צונג. און צום „סעקרעטאַר“ האָט ער אַ זאָג געגעבן:

― װי געפֿעלט אײַך מײַן קדיש, רב לױ? אַ פֿײַנער תּכשיט! קײן עין־הרע, אַ מושלם! מײַן קאָפּ מעג שױן דעמאָלט ליגן אין דער ערד, װען ער װעט קאָנען זאָגן נאָך מיר קדיש…

פֿונעם װיץ האָבן זיך אַלע צעלאַכט, און רב לױ אױך בתּוכם. פֿונדעסטװעגן האָט די מוטער געפֿונען פֿאַר נײטיק זיך אָננעמען די קריװדע