פֿונעם יאַריד: דער ערשטער אַרױספֿאָר

שלום עליכם (אַלע װערק)

בערגעגעבן אַקוראַט צום אַלטן לאָיעװ אין די הענט אַרײַן… עס איז דעריבער גרינג צו פֿאַרשטײן, אַז קײן ענטפֿער האָט ער אַף זײַנע הײסע פֿלאַמפֿײַערדיקע בריװ ניט באַקומען. און עס איז דעריבער גרינג צו פֿאַרשטײן, אַז ער האָט אַזױ לאַנג געשריבן בריװלעך ביז ― ער האָט אױפֿגעהערט צו שרײַבן. …………………………………………………………………………………. ………………………………………………………………………………….

װאָס באַטײַטן די דאָזיקע פּינטעלעך? זײ באַטײַטן אַ לאַנגע פֿינצטערע נאַכט. אַלץ איז אײַנגעװיקלט אין אַ געדיכטן נעפּל. דער עלנטער װאַנדערער טאַפּט דעם װעג. ער שלאָגט זיך אָן אַלע מאָל אַף אַן אַנדער שטײן, אָדער ער פֿאַלט אַרײַן אין אַ גרוב… ער פֿאַלט, ער כאַפּט זיך אױף, גײט װײַטער און שלאָגט זיך אָן אַף אַ פֿרישן שטײן און פֿאַלט אין אַ נײַער גרוב… ניט זעענדיק פֿאַר זיך די ליכטיקע װעלט, טוט ער נאַרישקײטן, באַגײט פֿעלערן, אײן פֿעלער גרעסער פֿונעם אַנדערן… מע קאָן ניט אַרױפֿשלאָגן זיך מיט פֿאַרבונדענע אױגן אַפֿן גלײַכן װעג. מיט פֿאַרבונדענע אױגן מוז מען בלאָנדזשען… און ער האָט געבלאָנדזשעט. לאַנג געבלאָנדזשעט. ביז ער האָט זיך אַרױפֿגעשלאָגן אַף דעם ריכטיקן װעג. ביז ער האָט זיך אַלײן געפֿונען.

74

דער ערשטער אַרױספֿאָר

ער קומט צו פּאָרן קײן קיִעװ און ציט זיך צו די גרױסע שטערן פֿון „השׂכּלה“. ―

די „אָבלאַװע“ אַף דער אַכסניה. ― ער פֿרעגט זיך נאָך אַפֿן העברעיִשן משורר

יהל″ל. ― רער מחבר פֿון „זאפּיסקי יעװרעיאַ“ און אַ פּרעפֿעראַנסל. ― ער דער־

שלאָגט זיך צום משורר יהל″ל און קריגט אַ קאַלטע אױפֿנאַמע.

װוּהין פֿאָרט אַ בחורל, װאָס האָט ניט קײן הײם און װיל עפּעס דערגרײכן? ― אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן. די גרױסע שטאָט ― דאָס איז דער הױפּט־פּונקט, דער צענטער, װוּהין עס ציט יעדן אײנציקן, װאָס זוכט עפּעס אַ טועכץ, אַ באַשעפֿטיקונג, אַ פּראָפֿעסיע, אָדער אַ שטעלע. אַ יונגערמאַן האָט פֿאַרלױרן דאָס נדן, אָדער ער האָט געװאָרפֿן אַן אומחן אַפֿן װײַבל, אָדער ער האָט זיך צעקריגט מיט זײַן שװער און שװיגער, מיט זײַנע עלטערן, אָדער צעגאַנגען זיך מיט זײַנע שותּפֿים, ― װוּהין לאָזט ער זיך אַװעק? ― אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן. אײנער האָט געהערט, אַז אַף דער בערזע מאַכט מען פֿון שנײ גאָמלקעס און מע שיט־אָן זעק מיט געלט ― װאָס טוט ער? ― פֿאָרט ער אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן זוכן גליק. די גרױסע שטאָט, דער צענטער, האָט אין זיך אַ מאַגנעטישע קראַפֿט, װאָס ציט־צו, װאָס לאָזט ניט אָפּ. אַהינצו שלעפּט דאָס אײַך, װי אַ זומפּ. דאָרטן האָפֿט איר, אַז איר װעט געפֿינען דאָס, װאָס איר זוכט. די גרױסע שטאָט אין יענעם געגנט, װוּ אונדזער העלד האָט זיך געפֿונען, איז די באַרימטע הײליקע שטאָט קיִעװ. אַהין האָט ער געשטרעבט און אַהין איז ער געקומען. צו װאָס האָט ער, אײגנטלעך, געשטרעבט? און װאָס האָט ער געזוכט? ― דאָס לאָזט זיך נישט זאָגן פֿאַר קלאָר, װאָרעם קאָנקרעט האָט ער נאָך אַלײן ניט געװוּסט, נאָך װאָס עס לעכצט זײַן נשמה. עס האָט אים געצױגן אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן, װי עס ציט אַ קינד צו דער שײַן פֿון דער לבֿנה, אין אַ גרױסער שטאָט זײַנען פֿאַראַן גרױסע מענטשן. דאָס זײַנען די ליכטיקע שטערן, װאָס שײַנען־אַראָפּ צו אונדז אַף דער ערד מיט זײער העלער ליכטיקײט פֿונעם גרױסן אומענדלעכן הימלרױם. דאָס זײַנען די גרױסע משׂכּילים, באַרימטע שרײַבער און פֿון גאָט געבענטשטע פּאָעטן, װאָס זײערע נעמען האָבן אַזױ שײן געקלונגען אין די אױערן פֿון די ― װי אַזױ זאָל איך זײ אָנרופֿן? ― נו, „פּרחי ההשׂכּלה“, די יונגעטשקע משׂכּילימלעך, נאַיִװע, אומשולדיקע בחורימלעך. דאָס איז געװען דער ערשטער אַרױספֿאָר פֿון אונדזער יונגן העלד אין דער גרױסער װעלט און זײַן ערשטער אַרײַנפֿאָר אין דער גרױסער שטאָט. און אָפּגעשטעלט האָט ער זיך אַף אַ ייִדישער אַכסניה מיטן נאָמען „רב אַלטער קאַניעװערס סטאַנציע“, אין דעם אונטערשטן טײל פֿון דער שטאָט, װאָס טראָגט דעם נאָמען „פּאָדאָל“ און װוּ ייִדן מעגן זיצן. איך זאָג, אַז ייִדן מעגן דאָרטן זיצן, און מוז מיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּן, מע זאָל ניט מײנען, אַז חלילה אַלע ייִדן מעגן דאָרטן זײַן. דאָס ניט. דאָרט מעגן זײַן נאָר יענע ייִדן, װעלכע האָבן דערצו װױנרעכט ― „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. למשל: בעלי־מלאָכות, פּריקאַשטשיקעס פֿון ערשטער גילדע, ניקאָלאַיעװסקע סאָלדאַטן און אַזעלכע, װאָס האָבן קינדער אין גימנאַזיע. די אַלע איבעריקע ייִדן כאַפּן זיך אַהער אַריבער, װי קאָנטראַבאַנד, אַף אַ קורצע צײַט, און לעבן אין גרױסע פּחדים, נאָר מיטן חסד פֿון דעם דװאָרניק און פֿונעם אָדון דעם נאָדזיראַ־טעל, אָדער פֿונעם אָדון דעם פּריסטאַװ. און דאָס אױך נאָר ביז אַ צײַט. ביז עס מאַכט זיך אַן „אָבלאַװע“ ― מע פֿאַלט איבער אַף די ייִדישע אַכסניות אין מיטן האַלבע נאַכט מיט זשאַנדאַרמען און מיט סאָלדאַטן. אַף זײער לשון װערט דאָס אָנגערופֿן „מע מאַכט אַ רעװיזיע“… און אַז מע געפֿינט אַזעלכע מינים קאָנטראַבאַנדע סחורה, דאָס הײסט, ייִדן אָן פּראַװאָזשיטעלסטװעס, פֿאַרנעמט מען זײ, װי סקאָט, אין פּאָליציע און מע באַגלײט זײ אַרױס מיט גרױס פּאַראַד, דאָס הײסט, מע שיקט זײ אָפּ מיטן עטאַפּ גלײַך מיט אַלע גנבֿים אַהײם אין זײערע שטעט, װוּהין זײ זײַנען צוגעשריבן. דאָס האַלט אָבער קײנעם ניט אָפּ פֿון צו פֿאָרן קײן קיִעװ. װי זאָגט דער רוס: „װאָלקאַ באָיאַטסאַ, װליעס ניע כאָדיט“. מע האָט טאַקע מורא פֿאַר „אָבלאַװעס“, נאָר מע פֿאָרט. װעגן דעם זאָרגט שױן דער בעל־הבית פֿון דער סטאַנציע, אַז די „רעװיזיע“ זאָל אָפּלױפֿן גלאַט, בשלום, און מע זאָל, חס וחלילה, קײן טריפֿה סחורה באַ זײ נישט כאַפּן. װי אַזױ? גאַנץ פּשוט: דער בעל־אַכסניה שמירט־אונטער דאָרט, װוּ מע דאַרף. ער װײס שױן פֿריִער, װען עס דאַרף זײַן די „רעװיזיע“, און מע גיט זיך שױן אַן עצה: מע פֿאַרשטופּט די פּסולע סחורה ― װעמען אַף אַ בױדעם, װעמען אין אַ קעלער, װעמען אין אַ קלײדער־שראַנק, װעמען אין אַ קאַסטן, און װעמען אין אַזאַ מין אָרט, װאָס װעט גאָר קײנעם ניט אײַנפֿאַלן, אַז דאָרטן זאָל קאָנען זײַן פֿאַרבאָרגן אַ לעבעדיקער מענטש… און דאָס שענסטע דערבײַ איז, װאָס די זעלבע לײַט, װאָס זײַנען געלעגן אין אַזאַ מין פֿאַרבאָרגעניש, אַז זײ קריכן אַרױס אַף גאָטס װעלט, מאַכן זײ חוזק פֿון דער גאַנצער מעשׂה, גלײַך װי קינדער האָבן זיך געשפּילט אין באַהעלטערלעך, און אַפֿן ערגסטן פֿאַל, טרײסט מען זיך מיט אַ זיפֿץ: „עט! מיר האָבן איבערגעלעבט ערגערע צײַטן און גרעסערע המנס!“…

דער מחבר פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען האָט אַף זײַן ערשטן אַרױספֿאָר אין דער גרױסער הײליקער שטאָט קיִעװ געהאַט די ערע און דאָס פֿאַרגעניגן צו ליגן מיט נאָך אַ פּאָר ייִדן באַ רב אַלטער קאַניעװער אַף דער סטאַנציע אַף אַ בױדעם און כאַפּן אַ ציטער. געװען איז דאָס אין אַ װינטערדיקער פֿינצטערער נאַכט. און אַזױ װי די רעװיזיע איז געװען אַ פּלוצלעכע, אַן אומגעריכטע, האָבן די זכרים ניט באַװיזן צו כאַפּן אַף זיך, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, די תּחתּונים, און די װײַבער ― זײערע אונטערשטע קלײדלעך. אַ גליק, װאָס די „רעװיזיע“ האָט זיך דאָס מאָל גיך געענדיקט, אַניט װאָלטן זײ אַפֿן בױדעם אױסגעגאַנגען פֿון קעלט. דערפֿאַר אָבער ― װאָס פֿאַר אַ גדולה איז געװאָרן, אַז דער בעל־אַכסניה, רב אַלטער קאַניעװער, אַ שײנער ייִד מיט אַ װײַסער באָרד, האָט זײ אַראָפּגערופֿן פֿונעם בױדעם מיט אַ מאָדנע שפּראַך, צום גראַם:

― יהודים בלא! קריכט אַרױס פֿון שטרױ! געפּטרט די שדים, אַראָפּ פֿונעם בױדעם!…

געענדיקט האָט זיך דער איבערשרעק מיט אַ גרױסער שׂמחה. מע האָט דערלאַנגט דעם סאַמאָװאַר און מע האָט געטרונקען טײ מיט טרוקענע בײגעלעך און מע האָט דערצײלט נסים ונפֿלאָות ― יציאת־מצרים! די שׂמחה איז אָבער באַלד פֿאַרשטערט געװאָרן דורך דעם, װאָס דער בעל־אַכסניה, רב אַלטער קאַניעװער, האָט אַרױפֿגעלײגט אַף אַלע זײַנע אורחים אַ מין קאָנטריבוציע, צו אָנדערהאַלבן קאַרבױנים אַף אַ קאָפּ, כּדי צו דעקן די הוצאָות, װאָס די רעװיזיע האָט געקאָסט. עס האָבן נישט געהאָלפֿן קײן שום פּראָטעסטן פֿון די װײַבער. זײ האָבן נעבעך געטענהט, אַז זײ באַדאַרפֿן ניט צאָלן גאָרניט, װאָרעם זײ זײַנען געקומען אַהער ניט צוליב פֿאַרגעניגן און ניט צו מאַכן געשעפֿטן און צו פֿאַרדינען געלט. זײ זײַנען גאָר געקומען צום פּראָפֿעסאָר זיך קורירן…

און עס גײט־אַװעק באַ זײ אַ סדרה דאָקטױרים, פּראָפֿעסאָרן. איטלעכע פֿון זײ דערצײלט װעגן איר קראַנקײט און צו װאָסער אַ פּראָפֿעסאָר זי איז געקומען. לאָזט זיך אױס, אַז אַלע זײַנען זײ געקומען צו אײן פּראָפֿעסאָר און אַלע האָבן אײנע און די זעלבע קראַנקײט. װאָרעם װאָס פֿאַר אַ פֿעלער אײנע זאָל ניט האָבן, האָבן דאָס אַלע װײַבער אַקוראַט דאָס אײגענע… נאָר מער חידוש פֿון אַלצדינג איז דאָס, װאָס אַלע װײַבער, װיפֿל זײ זײַנען דאָ, רײדן זײ אינאײנעם, און מע הערט זיך פֿונדעסטװעגן אײנס דאָס אַנדערע! אײניקע שטריכן פֿון יענער נאַכט האָט דער מחבר פֿון די דאָזיקע זכרונות אױסגענוצט דערנאָך אין אײנעם פֿון זײַנע ערשטע װערק מיטן נאָמען „דער ערשטער אַרױספֿאָר“ (אַ מעשׂה, װי אַזױ צװײ יונגע פֿײגעלעך פֿליִען־אַרױס דאָס ערשטע מאָל אַף גאָטס װעלט).

אָט אַזױ האָט אונדזער העלד פֿאַרבראַכט די ערשטע נאַכט אין דער גרױסער הײליקער שטאָט קיִעװ. אַף מאָרגן אינדערפֿרי האָט ער זיך געלאָזט דערקענען צו די גרױסע ליכטיקע שטערן, װאָס שײַנען־אַראָפּ צו אונדז פֿון זײער הימל־הײך. דאָס הײסט, צו אונדזערע באַרימטע גרױסע לײַט, צו אונדזערע משׂכּילים און פּאָעטן, צװישן װעלכע ער האָט געװוּסט אין קיִעװ דערװײַל נאָר אײנעם. דאָס איז געװען דער העברעיִשער דיכטער, װאָס איז באַרימט אונטערן נאָמען י ה ל ″ ל. אַהין האָט ער זיך געשלאָגן און דערשלאָגן זיך. אָבער ניט אַזױ גרינג, װי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן אַפֿן ערשטן קוק. גענומען זיך נאָכפֿרעגן אַפֿן דיכטער, איז ער געװױרע געװאָרן, אַז אין קיִעװ איז דאָ אַ מיליאָנער בראָדסקי. און אַז דער בראָדסקי האָט אַף פּאָדאָל אַ מיל. און אַז אין מיל איז דאָ אַ קאַנטאָר. און אַז אין דער קאַנטאָר דינען אַלערלײ מענטשן. און אַז צװישן די מענטשן איז דאָ אײנער אַ קאַסירער, הײסט ער י. ל. לעװין. און אָט דער י. ל. לעװין איז דאָס דער באַרימטער דיכטער יהל″ל. און דאָ הײבט זיך ערשט אָן אַ געשיכטע.

נישט אַיעדער קאָן האָבן אַ פֿרײַען צוטריט אין בראָדסקיס מיל. אַהין קאָן צוגעלאָזט װערן נאָר אַזעלכער, װאָס האָט אַ שײַכות צו װײץ אָדער צו מעל. „צו װעמען דאַרפֿט איר?“ ― „צום באַרימטן דיכטער יהל″ל“. ― „דאָ איז נישטאָ אַזעלכע“… אײנער אַ ייִד, אַ מעקלער פֿון װײץ, האָט נאָך געפֿונען דערבײַ אױסצוברענגען אַ פֿױלן װיץ. ער האָט אַ פֿרעג געגעבן באַם בחור: „װאָס איז הײַנט ― ראָש־חודש, װאָס איר זאָגט הלל? ',

גאָט האָט געטאָן אַ נס ― ס'איז אָנגעקומען אַ לאַנגער ייִד און אַ דאַרער, מיט אַ לאַנגער נאָז, מיט אַ געקנײטשט פּנים און מיט עטלעכע געלע פּענקעס אין מױל אָנשטאָט צײן. אָנגעטאָן איז ער געװען אין אַ צעריסענעם בגד, און מיטן גרױסן רעגן־שירם פֿון גרױע פּאַרוסינע און מיטן אָפּגעבאַרעטן קאַפּעלושל, װאָס אַפֿן קאָפּ, האָט ער געכאַפּט דעם אָנבליק פֿונעם װעלט־באַרימטן דאָן קישאָט. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז אָט דער לאַנגער ייִד, דער דאָן קישאָט, איז גאָר אַ בוכהאַלטער, און ער דינט דאָס אינאײנעם מיטן באַרימטן דיכטער יהל″ל באַ בראָדסקין אין דער מיל! געװױרע געװאָרן, צו װעמען דער בחור פֿרעגט זיך נאָך, האָט אים דער לאַנגער אָנגענומען פֿאַר אַ האַנט און אָן װערטער איז ער אַרײַן מיט אים אינעװײניק. דאָרט האָט דאָן קישאָט אַװעקגעשטעלט דעם גרױסן רעגן־שירם, אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך דעם אײבערשטן בגד און איז געבליבן אין אַ קורץ װײטיקל מיט אױסגעריבענע עלנבױגנס און מיט אױסגעבױגענע פֿיס, װאָס װען ניט דאָס, װאָלט דער לאַנגער בוכהאַלטער געװען נאָך לענגער. נאָך די ערשטע עטלעכע סקאַרבאָװע װערטער, װאָס אומבאַקאַנטע באַקענען זיך דורך זײ, איז דער לאַנגער בוכהאַלטער אױסגעװאַקסן אין די אױגן פֿונעם בחור מיט צװײ קעפּ העכער. װאָס איז די מעשׂה? עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז אָט דער דאָן קישאָט קען זיך פּערזענלעך מיט אַ מאַן, װאָס אין יענער צײַט האָט ער אױסגעװיזן באַם בחור פֿאַר אַ מלאך פֿון גאָט. דאָס איז געװען ניט מער און נישט װינציקער, װי ב אָ ג ר אָ װ , דער מחבר פֿונעם בוך „זאַפּיסקי יעװרעיאַ“! מיט אים האָט דאָס אָט דער לאַנגער בוכהאַלטער זיך געקענט פּערזענלעך, געדינט אין אײן באַנק אין סימפֿעראָפּאָל.

― אַזױ? אַזױ? האָט איר אים, הײסט עס, געקענט, דעם גרױסן באָג־ראָװ, ליטשנאָ? ― פֿרעגט זיך נאָך באַ אים דער ציקאַװע בחור מיט גרױס התפּעלות.

― מענטש! מע זאָגט אײַך, אַז מיר האָבן בײדע געדינט אין אײן באַנק, אין סימפֿעראָפּאָל, זאָגט איר גאָר דאָס!

― און איר אַלײן האָט גערעדט מיט אים?

― אַזױ װי איך רײד מיט אײַך. ניט נאָר גערעדט, נאָר געשפּילט מיט אים אין קאָרטן, אין פּרעפֿעראַנס. אַ קערטל האָט ער ליב, גריגאָרי אי־סאַקאָװיטש, אײַ האָט ער ליב, אײַ האָט ער ליב אַ קערטל! דאָס הײסט, ניט קײן קאַרטיאָזשניק, נאָר אַזױ גלאַט אַ קערטל, אַ פּרעפֿעראַנסל ― פֿאַר װאָס ניט? אײַ אַ פּרעפֿעראַנסל! אײַ־אײַ־אײַ!…

ער הײבט־אױף זײַן טרוקענע בײנערדיקע האַנט אינעם אױסגעריבע־ נעם עלנבױגן, פֿאַרקנײטשט נאָך מער דאָס פֿאַרקנײטשטע פּנים, טוט אַ פֿיר מיט דער שפּיץ נאָז אין דער לופֿטן האַלבקײַלעכדיק און באַװײַזט די געלע פּענקעס פֿון זײַנע אַמאָליקע צײן. באַ אים הײסט עס געשמײכלט. נאָר באַלד װערט ער צוריק ערנסט, קוקט ערגעץ װײַט־װײַט דורך זײַנע שאַרפֿע ברילן, קראַצט זיך אונטערן קאָלנער און רעדט מיט רעספּעקט װעגן באָגראָװן:

― אַ גרױסער מענטש גריגאָרי איסאַקאָװיטש! אַ װערטעלע אױסצו־ רײדן ― גריגאָײ איסאַקאָװיטש! פּססס! אָבער טאַקע גאָר אַ גרױסער! אַ סך גרעסער פֿון אײַער באַרימטן דיכטער יהל″ל. דער איז אַ קלײניטשקער… אָט אַזאַ קלײניטשקער… אָבער טאַקע גאָר־גאָר אַ קלײניטשקער!… ― און ער האָט אַ װײַז געגעבן מיט דער האַנט אַף דער ערד, װי קלײן יהל″ל איז. און אַקוראַט אַף די רײד עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן אַ קלײן מענטשל, נאָר גוט געפּאַקט, מיט אַ פֿײַן בײַכל און מיט קאַסאָקע אױגן. אַפֿן ערשטן קוק האָט ער אַקעגן דעם לאַנגן און טרוקענעם דאָן קישאָט אױסגעזען װי ס אַ נ ט ש אָ פּ אַ נ ס אַ , דאָן קישאָטס פֿליגל־אַדיוטאַנט. אָן אַ גוט־מאָרגן איז דער סאַנטשאָ פּאַנסאַ דורכגעלאָפֿן פֿאַרבײַ און איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אַף יענער זײַט קראַטעס אין אַ צװײטן חדרל.

― אָט דאָס איז ער דאָך, אײַער דיכטער יהל″ל. איר קאָנט אַרײַנגײן צו אים, אױב איר װילט. נישט אַזאַ גרױסער פּריץ…

פֿון די װערטער, װי אױך פֿון דעם פֿריִערדיקן פֿאַרגלײַכן אים צום גרױסן באָגראָװן, איז געװען צו זען, אַז דער בוכהאַלטער מיטן קאַסירער לעבן בשלום, װי אַ קאַץ מיט אַ מױז. דערמיט האָט נאָך אָבער דער דיכטער באַ זײַן פֿאַרברענטן חסיד אין די אױגן גאָרנישט פֿאַרלױרן. מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ און מיט אַ פֿאַרצאַפּלטער נשמה איז ער אַריבער־געטרעטן די שװעל און אַרײַן מיט גרױס דרך־ארץ אין צװײטן חדרל אַרײַן. דאָרט האָט ער געטראָפֿן דעם באַרימטן דיכטער אין אַ פּאָעטישע פּאָזע, צונױפֿגעלײגט די הענט אַפֿן האַרצן, װי אַלכּסנדר פּושקין, אָדער, לכל הפּחות, װי מיכה יוסף לעבענזאָן. דער דיכטער איז געװען, װײַזט אױס, אין זײער אַ הױכער פּאָעטישער שטימונג, װאָרעם ער האָט אַרומגעשפּאַנט הין און צוריק איבערן חדרל מיט די צונױפֿגעלײגטע הענט אַפֿן האַרצן און האָט אַף זײַן יונגן פֿאַרערער כּמעט גאָרניט געקוקט און קױם־קױם געענטפֿערט אַפֿן גוט־מאָרגן מער ניט װי מיט אַ בײזן קוק פֿון זײַנע קאַסאָקע אױגן. פֿון בעטן זיצן, אָדער פֿון נאָכפֿרעגן זיך, װער־װאָס־װע־מען ― איז גאָר קײן רעדע נישט געװען. דער נאַיִװער פֿאַרערער איז געװען זיכער, אַז אַלע פּאָעטן זײַנען אַזױ. אַז אַלכּסנדר פּושקין ענטפֿערט אױך ניט אַף אַ גוט־מאָרגן… דעם בחור איז אַפֿילו געװען נישט אַזױ פֿױגלדיק דאָס שטײן, װי אַ באָלװאַן, באַ דער טיר. נאָר מע קאָן זיך ניט העלפֿן. און פֿאַריבל האָבן איז דאָך ניט שײך ― פֿאָרט נישט קײן געװײנלעכער בשׂר־ודם! פֿאָרט אַ דיכטער!… דערפֿאַר אָבער אין עטלעכע יאָר אַרום, אַז דער נאַיִװער פֿאַרערער איז אַלײן געװאָרן אַ שרײַבער, און ניט נאָר אַ שרײַבער ― ער איז גאָר געװאָרן אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ יאָרבוך („די ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק“) און דער פּאָעט יהל″ל האָט אים געבראַכט אַ פֿעליעטאָן, האָט אים דער אַמאָליקער פֿאַרערער און דער איצטיקער רעדאַקטאָר ש ל ו ם ע ל י כ ם דערמאָנט זײער ערשטע באַגעגעניש און איבערגעגעבן די אױבן־באַשריבענע סצענעס, האָט דער דיכטער גע־ האַלטן זיך באַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער.

דעמאָלט האָט זיך אָבער דעם בחור נישט געלאַכט. מיט װאָס פֿאַר אַ האַרץ ער איז אַרױס פֿונעם באַרימטן דיכטער ― קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן. דערמיט האָט זיך אָבער זײַן ערשטער אַרױספֿאָר נאָך ניט געענדיקט. דאָס רעכטע בינטל צרות, װאָס איז אים באַשערט געװען אױסצושטײן אין זײַן ערשטער גרױסער נסיעה, הײבט זיך ערשט אָן.

75

פּראָטעקציעס

דער בעל־אַכסניה שמועסט פֿון פּראָטעקציעס ― ער מאַכט אַ װיזיט דעם קיִעװער

ראַבינער ― מע שיקט אים אָפּ צום „אוטשאָנע יעװרײ“ באַם גענעראַל גובערנאַ־

טאָר ― אַ צעטראָגענער נפֿש ― ער באַקומט אַ פּראָטעקציע צום באַרימטן אַדװאָקאַט קופּערניק

אַ פֿרעמדער מענטש אין אַ גרױסער שטאָט איז אין אַ װאַלד. אין ערגעץ פֿילט איר זיך ניט אַזױ עלנט, װי אין אַ װאַלד. קײנמאָל אין ערגעץ ניט האָט זיך דער העלד פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען ניט געפֿילט אַזױ עלנט, װי ער האָט זיך געפֿילט אין יענער צײַט אין קיִעװ. די מענטשן פֿון דער דאָזיקער גרױסער שײנער שטאָט האָבן זיך װי צונױפֿגערעדט, אַז מע זאָל פֿאַר דעם יונגן אורח נישט אַרױסבאַװײַזן קײן סימן פֿון גאַסטפֿרײַנטלעכקײט, קײן װאַרעמע מינע. אַלע פּנימער זײַנען אָנגעכמורעט. אַלע טירן זײַנען פֿאַר אים געשלאָסן. און װאָלטן כאָטש די אַלע מענטשן, װאָס שװיבלען און װימלען פֿאַר די אױגן, ניט געװען אָנגעפּעלצט װי מאַגנאַטן און ניט געפֿלױגן אַף די גרױסאַרטיקע שליטעלעך מיט ברענענדיקע פֿערדלעך־ריסאַקעס! און װאָלטן כאָטש די הײַזער ניט געװען אױסגעפּוצט מיט אַזאַ שיק און מיט אַזאַ גלאַנץ! און װאָלטן כאָטש די שװײצאַרן מיט די לאַקײען, װאָס באַ דער טיר, ניט קוקן אַזױ פֿרעך און ניט לאַכן אײַך גלײַך אין פּנים אַרײַן! אַלצדינג װאָלט ער אײַך מוחל געװען, נאָר אַבי מע זאָל ניט לאַכן פֿון אים. און װי אַף צו־להכעיס, האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז אַלע מאַכן פֿון אים חוזק. אַלע ― אַפֿילו דער בעל־הבית פֿון דער אַכסניה, רב אַלטער קאַניעװער, װאָס איז שױן געװען באַ אונדז באַשריבן אױבן. אַ ייִד, װאָס צוליב דעם, װאָס זײַנע געסט האָבן ניט קײן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ און טאָרן ניט זײַן אין דעם הײליקן קיִעװ, איז ער אַ חשובֿ באַ „נאַטשאַלסטװע“.

אַ טבֿע האָט אָט דער ייִד, אַז ער רעדט צו אײַך, קוקט ער אײַך ניט אין די אױגן אַרײַן, נאָר ערגעץ װײַט אַהין, און אַ גרינג שמײכעלע שפּילט באַ אים אונטער די גרױע װאָנצעס. מיטן יונגן אורח רעדט ער ניט אַף „איר“ און ניט אַף „דו“, נאָר ער דרײט זיך קונציק, װי אַן אַקראָבאַט,