פֿונעם יאַריד: אַ ייִד אַ פּאָמעשטשיק

שלום עליכם (אַלע װערק)

די בורקע איז רעכט װאַרעם און עס איז אײַנגענעם אין איר צו זיצן. נאָר עס גײט אים ניט אײַן. װאָרעם דאָס מײדל, שיװקע בערעלע עטלס, מיט אירע קאַװאַליִערן שטײען באַם פֿענצטער און זעען, װי דער אַלטער טוט אים אָן די בורקע. עס דאַכט זיך אים אױס, אַז זײ לאַכן… און פֿאַרן קוטשער, פֿאַר אַנדרײען, איז אױך אַ בזיון. װאָס טראַכט זיך װעגן אים אָט דער גױ?…

69

אַ ייִד אַ פּאָמעשטשיק

אַ ייִדיש־פּריציש הױז. ― ער לערנט זיך דעם שלחן־ערוך פֿון עטיקעט ― דעם

אַלטן לאָיעװס ביבליאָטעק ― אַ זעלטענער טיפּ פֿון אַ ייִדישן גוטבאַזיצער.

עס איז שױן געװען רעכט נאַכט, אַז זײ זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דאָרף אַרײַן אַלע דרײַ: דער אַלטער לאָיעװ, זײַן זון דער משׂכּיל יהושע און דער יונגער לערער פֿון פּערעיאַסלאַװ. דורכגעפֿאָרן פֿאַרבײַ אַ סך נידעריקע פֿינצטערע גױיִשע הײַזלעך און דורכגעלאָזט אַ גרױס ברײט גרין פֿעלד ― אַ „װיגאָן“ װערט דאָס אָנגערופֿן אין דאָרף ― און אַ גרױסן „טױק“ מיט הױכע סטערטעס שטרױ און הײ און נאָך ניט געדרעשט ברױט, האָט זיך דער פֿאַעטאָן אָפּגעשטעלט באַ אַ גרױסן ברײטן פּריצישן הױף. דער קוטשער אַנדרײ האָט נאָך ניט באַװיזן אָפּצושטעלן די פֿערד, האָט זיך דער הילצערנער טױער װי פֿון זיך אַלײן ברײט צעעפֿנט. באַם טױער איז געשטאַנען אַ גױ אָן אַ היטל. דער גױ האָט זיך טיף פֿאַרנײגט פֿאַרן בעל־הבית און דורכגעלאָזט דעם פֿאַעטאָן, װעלכער האָט זיך נאָך אַ װײַלע געקײַקלט װי אַף אַ װײכן טאַפּעט און איז צוגעפֿאָרן צו אַ גרױסער, ברײטער, ניט קײן הױכער, װײַסער פּריצישער שטוב, דװקא מיט שטרױ געדעקט, און מיט צװײ גרױסע גאַניקעס באַ די זײַטן. פֿון יענער זײַט שטוב ― אַ גאָרטן. אינעװײניק איז די שטוב, װי אױסװײניק, געקאַלכט מיט װײַסן. פּראָסט מעבלירט. אַ סך פֿענצטער. חדרים ― אָן אַ שיעור. אין שטוב דרײען זיך אַרום דינסטן מיט שטילע טריט, אַזױ װי שאָטנס. אַף די פֿיס באַ זײ ― װײכע שיך, ס'זאָל ניט קלאַפּן. קײנער װאַגט ניט אַ װאָרט אױסצורײדן, בעת דער אַלטער איז אינדערהײם. אַ שטרענגע דיסציפּלין. רײדן הערט מען נאָר אים אַלײן, דעם בעל־הבית. זײַן לײבנשטים קלינגט, װי אַ גלאָק. אינעם ערשטן גרױסן חדר, באַ אַ לאַנגן שײן געדעקטן טיש, איז געזעסן אַ פֿרױ, אַ יונגע, אַ הױכע, אַ שײנע. דאָס איז דעם אַלטנס װײַב, די צװײטע פֿרױ. נעבן איר איז געזעסן אָ מײדל פֿון אַ יאָר דרײַצן־פֿערצן, זײער אײנציקע טאָכטער, אַ קאָפּיע פֿון דער מוטער. דער אַלטער האָט זײ פֿאָרגעשטעלט דעם יונגן לערער און מע האָט זיך געזעצט עסן װעטשערע.

דאָס איז געװען דאָס ערשטע מאָל, װאָס דער העלד פֿון דער ביאָגראַפֿיע האָט זיך געפֿונען באַ אַן אַריסטאָקראַטישן טיש, װוּ דאָס עסן קומט־פֿאָר מיט דער גאַנצער צערעמאָניע, סערװירט פֿון אַ לאַקײ מיט װײַסע הענטשקעס. דער לאַקײ איז אַפֿילו אַ פּראָסטער שײגעץ מיטן נאָמען „װאַנקאַ“, נאָר דער אַלטער האָט אים אױסגעקלײדט און אױסגעדרעסירט אַפֿן פּריצישן שטײגער. פֿאַר אַ מענטשן, װאָס איז ניט געװױנט געװאָרן צו אַ סך טעלער און טעלערלעך, לעפֿל און לעפֿעלעך, גלעזער און גלעזלעך, איז שװערלעך אױסצוהאַלטן אַזאַ אַריסטאָקראַטישן טיש און נישט פֿאַרזינדיקן זיך קעגן אַלע פֿאָדערונגען פֿון עטיקעט. מע דאַרף זײַן אַף דער װאַך, האַלטן קאָפּ… מע מוז זיך מודה זײַן, אַז דער בחור האָט ביז דעמאָלט ניט אָנגעהױבן צו װיסן, אַז מע זיצט באַם עסן, באַדאַרף מען אָפּהיטן דעם גאַנצן שלחן־ערוך פֿון עטיקעט, װאָס אין אַ געװײנלעכער ייִדישער שטוב איז מען אַף דעם ניט מקפּיד. אין אַ געװײנלעכער ייִדישער שטוב עסן אַלע פֿון אײן טעלער, טונקען־אײַן די פֿרישע חלה אינעם פֿעטן סאָוס, אָדער עסן גאָר מיט די הענט. אין אַ בעל־הבתּישער ייִדישער שטוב װײסט מען ניט פֿון קײן באַזונדערע דינים און מנהגים, װי אַזױ צו זיצן באַם טיש און צו באַדינען זיך מיטן לעפֿל, מיטן מעסער און מיטן גאָפּל. אין אַ בעל־הבתּישער ייִדישער שטוב איז גענוג, אַז מע װײס, אַז מע באַדאַרף איבערלאָזן אין טעלער אַ שטיקל פֿיש אָדער פֿלײש, „אַף דרך־ארץ“. װײַטער מעג מען זיצן װי אַזױ מע װיל, עסן װיפֿל מע װיל, און רײניקן די צײן מיטן גאָפּל איז אױך אָן אַ סכּנה. װער זאָגט עס דען, אַז ס'איז פֿאַראַן ערגעץ אַ מין עטיקעט אַף דער װעלט? װער און װוּ האָט דאָס אַזאַ שלחן־ערוך אַמאָל געשריבן? נײן, די אַלע דינים און מנהגים פֿון עטיקעט האָט דער יונגער רעפּעטיטאָר אין ערגעץ ניט אױסגעלײענט. ער האָט נאָר אין זינען געהאַט אײן זאַך: אַז מע דאַרף נאָכקוקן, װ אָ ס אַ נ ד ע ר ע ט ו ע ן ― נישט מער. פֿאַרשטײט זיך, אַז קײן הנאה פֿונעם עסן קאָן מען נישט האָבן, אַז מע דאַרף תּמיד זײַן אַף דער װאַך, שטענדיק אַכטונג געבן, טאָמער האָב איך געכאַפּט אַן איבעריקן ביסן, אָדער טאָמער האָב איך דאָס מעסער מיטן גאָפּל נישט געהאַלטן װי עס געהער צו זײַן, אָדער טאָמער האָב איך צו אַ שטאַרקן זופּ געטאָן, אָדער טאָמער האָט עמעצער געהערט װי איך קײַ… דאַנקען גאָט, דעם עקזאַמען פֿון עטיקעט האָט דער לערער אױך אױסגעהאַלטן גלענצנד, נאָר פֿונעם טיש איז ער די ערשטע עטלעכע מאָל אַװעקגעגאַנגען אַ הונגעריקער. נאָך די אַלע שײנע צערעמאָניעס, פֿילע פּאָטראַװעס און אױסגעצײכנטע מאכלים האָט זיך שטאַרק געבענקט נאָך אַ שטיקל פֿריש ברױט מיט הערינג און מיט ציבעלע, און נאָך הײסע זאַמדיקע קאַרטאָפֿל אין די העמדלעך, און נאָך אַ גוטע קרױט, װאָס לאָזט זיך הערן דערנאָכדעם אַ גאַנץ מעת־לעת… עס האָט געמוזט נעמען צײַט, ביז ער האָט זיך צוגעװױנט צו דעם רעזשים פֿון צירלעך־מאַנירלעך. דערװײַל האָט דער בחור געמוזט, װי עס רעדט זיך, נאָכשטופּן די קאַרעטע, „האַלטן שטאַט“, ניט אַרױסגעבן זיך חלילה מיט זײַנע דעמאָקראַטישע גענג און פּראָלעטאַרישע געװױנהײטן. מיט אײנעם װאָרט ― זײַן ג ל ײַ ך מ י ט אַ ל ע. און דעם אמת מוז מען זאָגן, אַז מע האָט דאָ געקוקט אַף אים פֿון דעם ערשטן טאָג אָן ניט װי אַף אַ פֿרעמדן, נאָר װי אַף אַ גלײַכן, אַן אײגענעם. פֿאָרט אַ „טאַטנס אַ קינד“. אַזױ האָט געפּסקנט דער אַלטער און האָט גאַנץ אָפֿנטלעך אַרױסגעזאָגט זײַן מײנונג װעגן דעם לערער אים אין די אױגן, אַז ער, דער לערער, איז אַ „טאַטנס אַ קינד“. און אַ „טאַטנס אַ קינד“ באַדאַרף מען אַנדערש באַהאַנדלען.

קודם כּל, האָט מען אים אָפּגעגעבן אַ באַזונדער חדר, צוגעקליבן פּראָסט, נאָר מיט אַלע באַקװעמלעכקײטן און מיט דער בעסטער באַדינונג. דאָרט האָט ער געהאַט גענוג צײַט און גענוג פֿרײַהײט צו טאָן װאָס ער װיל. לערנען מיט דער שילערן איז גענוג געװען אַזעלכע צװײ־דרײַ שעה אין טאָג. די איבעריקע צײַט האָט ער געקאָנט אױסנוצן פֿאַר זיך ― לײענען ביכער אָדער שרײַבן. און געלײענט האָט ער אַלץ, װאָס ס'איז געקומען צו דער האַנט. דער אַלטער האָט אַלײן ליב געהאַט צו לײענען און האָט ניט געזשאַלעװעט קײן געלט אַף צו קױפֿן אַלע מאָל נײַע ביכער. און אַזױ װי קײן אַנדער שפּראַך, אַ חוץ העברעיִש, האָט דער אַלטער ניט געלײענט, איז זײַן ביבליאָטעק באַשטאַנען מער פֿון העברעיִשע ביכער (ייִדיש איז נאָך דעמאָלט נישט געװען אין דער מאָדע). קלמן שולמאַן, מאַפּו, סמאָלענסקין, מאַנדעלקערן, גאָטלױבער, יהל″ל, יצחק־בער לעװינזאָהן, מרדכי־אַהרן גינזבורג, יצחק ערטער, דאָקטער קאַמינער, חײם־זעליק סלאָנימסקי ― אָט דאָס זײַנען געװען די נעמען פֿון די שרײַבערס, װאָס האָבן באַשײַנט די ביבליאָטעק פֿון דעם דאָרפֿישן מאַגנאַט, דעם פּאָסעסאָר לאָיעװ. אין די אַלע אױסגערעכנטע ביכער איז דער אַלטער לאָיעװ געװען קלאָר כּמעט אַף אױסװײניק און האָט ליב געהאַט זײ ציטירן און דערצײלן פֿון זײ אַלע מאָל איבעראַנײַס. עס איז זעלטן געװען צו באַגעגענען אַ מענטשן מיט אַזאַ זכּרון און מיט אַזאַ כּח הדבור, װי דער אַלטער לאָיעװ. ער האָט געהאַט אַן אמתן טאַלאַנט אַף איבערצודערצײלן אַ זאַך מיט זײַן אײגענעם לשון. איך װאָלט געזאָגט, אַז ער איז געװען אַן אָראַטאָר. ער האָט געהאַט אין זיך אַ גוזמא הומאָר. זײַנע מעשׂיות זײַנען געװען שפּאַנענדיק. אַ מענטש פֿון גרױסע דערפֿאַרונגען און אַ סך איבערלעבענישן, האָט ער געהאַט צו דערצײלן און צו דערצײלן, און אַלע מאָל מיט גרױסן אינטערעס. ער האָט ניט נאָר דערצײלט ― ער האָט געדיכטעט, געשאַפֿן, געמאָלן בילדער מיט אַלערלײ פֿאַרבן. דאָרט װוּ ער האָט זיך געפֿונען, האָבן געמעגט זײַן װער װײס װיפֿל מענטשן, האָט מען געהערט נאָר אים, און װײַטער קײנעם ניט.

בכלל איז דאָס געװען אַ זעלטענער טיפּ, אַ גרױסער אָריגינאַל, אַ ייִד נישט װי אַלע ייִדן. אױסגעװאַקסן און דערצױגן געװאָרן אין אַ פֿרומער ייִדישער שטוב, אין אַ ייִדישער שטאָט, אין באָסלאַװ, איז געװען צו באַװוּנדערן, װי אַזױ איז דאָס אַרױסגעװאַקסן פֿון דאָרטן אַזאַ מין עקזעמפּלאַר? װי קומט צו אַ באָסלאַװער ייִדן גאָר אַ השׂגה צו פֿירן אַ פּריצישן שטאַט, ליב האָבן ערד און אָפּגעבן זיך אינגאַנצן צו פֿעלד־אַרבעט? עס איז װערט געװען אָנצוקוקן אים אין אַ פֿרימאָרגן, אָנגעטאָן אין הױכע גלאַנצנדיקע באָטפֿאָרטן און אין אַ קורץ סאַמעטן רעקל ביז די קני, שטײן אַפֿן טױק באַ דער דרעשמאַשין, קאָמאַנדעװען מיט די אַרבעטער און װאַרפֿן די סנאָפּעס אין קאַסטן אַרײַן, אָדער דרײען די „װעיעלקע“, אָדער װאַרפֿן מיט דער „רעשעטע“. אומעטום איז ער געװען אַלײן: באַם אַקערן, באַם זײען, באַם פּאָלען, באַם גראָבן, באַם שנײַדן, באַם אַרײַנפֿירן און אַרױספֿירן די תּבֿואה, באַ די פֿערד, באַ די אָקסן, באַ די בהמות ― אומעטום אַלײן. איך מײן, אַז אױב עס װאָלט װען אַמאָל געװען נײטיק צו באַװײַזן פֿאַר פֿרעמדע פֿעלקער אַ מוסטער פֿון אַ ייִדן אַ פּאָמעשטשיק, אַ גוטבאַזיצער און אַן אמתן פֿעלדאַרבעטער, װאָלט דער אַלטער לאָיעװ געװען דער בעסטער מוסטער. קריסטן האָבן אָפֿנטלעך אַרױסגעזאָגט, אַז באַ דעם ייִדן באַדאַרף מען זיך גײן לערנען װי צו פֿירן בעל־הבתּישקײט, װי צו באַאַרבעטן די ערד אַפֿן בעסטן שטײגער און װי צו באַגײן זיך מיט די אָרעמע אַרבעטער, אַז זײ זאָלן זײַן צופֿרידן. אַלע מוזשיקעס פֿון דאָרף, אָן אַ שום אױסנאַם, זײַנען געװען נאָך אים די כּפּרה. נישט נאָר האָבן זײ געציטערט פֿאַר אים און געהאַט דרך־ארץ ― זײ האָבן אים ליב געהאַט, פּשוט ליב געהאַט. דערפֿאַר, װאָס ער איז זיך באַגאַנגען מיט זײ, װי אַ מענטש, װי אַ פֿרײַנט און װי אַ פֿאָטער. אַזאַ מין באַנעמונג האָבן די גױיִם קײנמאָל ניט געזען פֿון די פֿריִערדיקע בעלי־בתּים, פֿון די פּױלישע פּריצים. מע דאַרף געדענקען, אַז דער עלטערער דור מוזשיקעס האָבן נאָך ניט פֿאַרגעסן דעם טעם פֿון „פּאַנשטשינע“. אַף זײערע לײַבער האָבן זײ נאָך געטראָגן סימנים פֿון שמיץ. און דאָ באַגײט מען זיך מיט זײ, װי מיט מענטשן, ניט װי מיט „סקאָט“. הײַנט דער צוטרױען, װאָס זײ האָבן געהאַט צום בעל־הבית. זעלטן װער פֿון זײ אינעם גאַנצן דאָרף האָט געקאָנט צונױפֿרעכענען, װיפֿל עס באַטרעפֿט צװײ מאָל צװײ. באַם חשבון האָבן זײ זיך אינגאַנצן פֿאַרלאָזט אַפֿן אַלטן. זײ זײַנען געװען זיכער, אַז ער װעט זײ ניט אָפּנאַרן אַף קײן פּרוטה אַפֿילו.

עס איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן, װאָס פֿאַר אַ װענדונג װאָלט אָנגענומען די היסטאָריע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און װאָס פֿאַר אַ ראָלע מיר װאָלטן געשפּילט אין דעם עקאָנאָמישן און אין דעם פּאָליטישן לעבן פֿונעם לאַנד, װען ניט די געװיסע „װרעמענע פּראַװילעס“, װאָס דער מיניסטער איגנאַטיעװ האָט אָנגעכמאַרעט אַף די ייִדן, אַז זײ זאָלן ניט טאָרן זיצן אין די דערפֿער און ניט קױפֿן און ניט דינגען קײן ערד אַף צו באַאַרבעטן. איך זאָג עס דערפֿאַר, װײַל אַזעלכע פֿעלד־בעלי־בתּים, װי דער אַלטער לאָיעװ, זײַנען אין יענעם געגנט, װי אױך אין אַנדערע געגנטן פֿון דער געבענטשטער „טשערטאַ“, געװען ניט קײן זעלטנהײט. באָסלאַװער, קאַני־װער, שפּאָלער, רזשישטשעװער, טאַראַשטשער, זלאַטאָפּאָלער, אומענער און נאָך אַ סך אַנדערע ייִדן האָבן זיך אַ לאָז געגעבן פֿון די קלײנע שטעטלעך אין דאָרף אַרײַן, אָפּגעדונגען גרױסע און קלײנע פּאָסעסיעס, גענומען אין דער אַרענדע פּריצישע פֿאָלװאַרקעס, באַװיזן װוּנדער, געמאַכט פֿון שלעכטער ערד, פֿון פֿאַרלאָזענע חורבֿות אַן אמתן גן־עדן. דאָס איז ניט קײן איבערטרײַבונג, קײן גוזמא־זאַך. די דאָזיקע װערטער האָט דער פֿאַרפֿאַסער פֿון די דאָזיקע כּתבֿים אַלײן געהערט פֿון אַ באַרימטן רוסישן פּאָמעשטשיק, אַ קריסט, מיטן נאָמען װ אַ ס י ל י פֿ י אָ ד אָ ר אָ װ י ט ש ס י מ ע ר ע נ ק אָ, מיט װעלכן דער אַלטער לאָיעװ איז געשטאַנען אין נאָענטע געשעפֿטס־פֿאַרבינדונגען און מיט װעלכן מיר װעלן זיך נאָך באַגעגענען. מיט אײנעם װאָרט ― איר האָט פֿאַר זיך אַ טיפּ פֿון אַ ייִדן אַ פּריץ, אַ ייִדן אַ פּאָמעשטשיק, װאָס איז, לײַדער, דורך אַ בײזער האַנט אַרױסגעריסן געװאָרן מיטן װאָרצל און איז אָפּגעשטאָרבן פֿאַר דער היסטאָריע אפֿשר אַף לאַנגע־לאַנגע יאָרן.

70

דאָס לעבן אין דאָרף

דאָס דאָרף „סאָפֿיעװקאַ“ ― דער מחבר פֿון די באַשרײַבונגען באַקענט זיך מיט

דער דרױסנדיקער װעלט ― דרײַ גוטע יאָרן ― דער לערער מיט דער שילערן

װערן נאָענט, װי אַ ברודער מיט אַ שװעסטער ― באַ די ביכער, אַפֿן פֿעלד און באַ די שכנים

דאָס דאָרף, װוּהין דער פֿאַרפֿאַסער פֿון די דאָזיקע געשיכטעס איז געבראַכט געװאָרן, האָט געהערט צום גראַף בראַניצקי און האָט זיך אָנגערופֿן מיטן נאָמען „סאָפֿיעװקאַ“. געבראַכט איז ער געװאָרן אַהער אַלס אָנגעשטעלטער, אַלס לערער, אַף אַ קורצע צײַט, און איז שױן פֿאַרבליבן דאָ אַף שטענדיק. דאָ האָט ער געפֿונען זײַן צװײטע הײם. דאָ האָט זיך פֿאַרזיגלט, װי מיר װעלן דאָס װײַטער זען, זײַן גליק און זײַן לעבן אַף אײביק… דער־