פֿונעם יאַריד: אין חלום און אױף דער װאָר

שלום עליכם (אַלע װערק)

אין חלום און אַף דער װאָר

אַף דער סטאַנציע אינעם קלײן שטעטעלע ― „בערל דער רױטער“ טאַפּט באַ אים

װערטער ― דער העלד לײגט זיך שלאָפֿן אַ הונגעריקער און גײט־אַװעק אין

עולם־הדמיון אַרײַן ― װידער אַמאָל דער „אוצר“. ― ער באַגעגנט זיך מיט אַ

טאָכטער פֿונעם „מאַגנאַט“, און פֿון זײַנע חלומות לאָזט זיך אױס אַ טײַך.

באַקומען באַם „מאַגנאַט“ פֿון ט. אַזאַ קאַלטן ברוך־הבא, האָט אונדזער העלד פֿונדעסטװעגן נאָך ניט פֿאַרלױרן זײַן קוראַזש און זײַן האָפֿענונג האָט ער ניט אױפֿגעגעבן. ער האָט זיך געטראַכט: „װאָס אַ גבֿיר אַ מאַגנאַט קאָן זיך פֿאַרגינען! אפֿשר איז אים דער קאָפּ ניט דערבײַ? ניט הײַנט ― איז מאָרגן“… דערװײַל די צײַט שטײט ניט. עס הײבט־אָן צו װערן שטאָקנאַכט. מע באַדאַרף אַ טראַכט טאָן װעגן נאַכטלעגער, אױסזוכן אַ סטאַנציע. ער האָט זיך געלאָזט זוכן און האָט אױסגעזוכט די אײנציקע סטאַנציע אינעם שטעטעלע ט. ― אַ שטיבל אַף הינערשע פֿיסלעך. דער בעל־הבית איז נאָך אַ יונגערמאַן, טאַקע דעם „מאַגנאַטס“ אַ נאָענטער קרובֿ. אַ ייִד אַ רױטער, מיט אַ רױט־פֿײַערדיקער באָרד. זײַן נאָמען איז „בערל דער רױטער“. אַז ער רעדט, פֿאַרמאַכט ער די אױגן און שמײכלט. אַ מאָדנער ייִד. ער אינטערעסירט זיך אײַך מיט איטלעכס ברעקעלע. ער דאַרף אַלצדינג װיסן, װאָס באַ אײַך טוט זיך, און איז גרײט צו יעדער צײַט אײַך באַהילפֿיק זײַן מיט װאָס נאָר ס'איז מעגלעך. אַזױ זאָגט ער. ער קאָן אײַך געבן אַן עצה, פֿאָלגן אַ גאַנג, זאָגן אַ גוט װאָרט פֿאַר אײַך באַ זײַן רײַכן קרובֿ אין הױף, און טאַקע אונטערשטיצן מיט אַ באַשײדענעם װאַרעמעס, מיט אַ גלעזל טײ, עס שטײט במילא אַ גרױסער סאַמאָװאַר מיט אַ טשײַניק. טײ טרינקט װער עס װיל און װער עס װיל ניט.

אױסגעטאַפּט באַם יונגן אורח, װער ער איז און װער זײַן טאַטע איז, לאָזט זיך אױס, אַז ער קען אים זײער גוט. ער איז ניט אײן מאָל געשטאַנען באַ זײַן פֿאָטער אין דער אַכסניה. איז ער באַ אים נאָך טײַערער געװאָרן. גאָר אַן אָנגעלײגטער גאַסט! װיבאַלד אַזױ, מעג ער זיך װאַשן און גײן צום טיש גלײַך מיט אַלעמען. געפֿעלט ניט דעם גאַסט, װאָס מע קוקט אַף אים, װי אַף אַן אָרעם־בחור… ער איז נאָך גענוג גרױס באַ זיך, ער זאָל ניט װעלן עסן לאַסקאַװע ברױט באַ אַ ייִדן אַן אָרעמאַן, װעלכער לעבט מסתּמא פֿון די ברעקלעך, װאָס פֿאַלן אַראָפּ פֿון דעם רײַכן קרובֿס טיש… און ער טראַכט־אױס אַ ליגן, אַז ער איז גאָר נישט הונגעריק, אַז ער איז שױן אַ געגעסענער…

װיפֿל דער בעל־הבית, בערל דער רױטער, מוטשעט אים ניט, ער זאָל אים זאָגן, װאָס פֿאַר אַ געשעפֿט ער האָט צו זײַן רײַכן קרובֿ, טאָמער קאָן ער אים אַ טובֿה טאָן, ― װיל ער אים ניט זאָגן. עס שטײט אים ניט אָן, אַז אַ זײַטיקער ייִד, און נאָך אַ רױטער דערצו, זאָל זיך אַרײַנמישן אין זײַנע געשעפֿטן.

בערל דער רױטער טאַפּט װערטער. דער בחור מאַכט זיך תּמעװאַטע, גלײַך װי ער פֿאַרשטײט ניט, װאָס דער ייִד מײנט. לאָזט זיך אױס, אַז דער ייִד װײס גאַנץ גוט, װאָס דער בחור דאַרף צו זײַן רײַכן קרובֿ. נאָר ער װיל דאָס הערן פֿון אים אַלײן. און ער דערצײלט אים אַ מעשׂה, באשר אַזױ װי דער קרובֿ זײַנער, דער „מאַגנאַט“, זוכט אַ לערער צו די קינדער, האָט ער אױסגעפּױקט איבער דער גאָרער װעלט, און עס האָבן זיך אַ לאָז געגעבן צו אים לערערס. יונגע און אַלטע, מיט פּראָטעקציעס און רעקאָמענדאַציעס פֿון באָסלאַװ, פֿון קאַניעװ און פֿון טאַראַשטשע ― „ייִדן זוכן פּרנסה, װילן אַ שטיקל ברױט“… אַזױ לאָזט־אױס בערל דער רױטער, און די װערטער „פּרנסה“ און אַ „שטיקל ברױט“ קלינגען פֿאַר אונדזער יונגן העלד, װי אַ באַלײדיקונג. און טאָמער איז קאַרג, גיסט־אונטער דער רױטער ייִד בױמל אַפֿן פֿײַער און זאָגט, אַז ס'איז אַ גאָטס רחמנות אַף די קאַנדידאַטן, „װאָרעם זײ זײַנען נעבעך הונגעריק“… עס װײַזט זיך אים אױס, אַז אָט דער רױטער ייִד צילט דאָס גראָד אַף אים… דער ייִד װײס, אַפּנים, אַז דער העלד לײגט זיך שלאָפֿן אַ הונגעריקער.

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

ער װײס ניט, צי עס חלומט זיך אים, אָדער ער פֿאַנטאַזירט עס װאַכנדיק, נאָר עס שטעלט זיך אים פֿאָר אַזאַ משונה־מאָדנער אומגעלומפּערטער געדאַנק: אַז ער האָט גאָר קײן שום בריװ צום „מאַגנאַט“ ניט איבערגעגעבן, נאָר ער איז גלאַט אַזױ אַרײַנגעטרעטן צו אים אַלס באַדינער… און אַז ער איז באַ אים אַ „מענטש“, װי אַלע „מענטשן“… נאָר ער געפֿעלט זײער דעם „מאַגנאַט“… און דער „מאַגנאַט“ רופֿט אים אַרײַן צו זיך און פֿרעגט אים, װער ער איז און פֿון װאַנען ער איז?… און אַז ער דערזעט מיט װעמען ער האָט צו טאָן, הײבט ער אים אױף און גיט אים אַ העכערע שטעלע… און עס גײט־אַװעק אַ קורצע צײַט, װערט ער באַ אים כּל־ולך איבער אַלע „מענטשן“ און איבערן גאַנצן „הױף“… און דער סטרוזש פּאַנטאַלײ, און דער הונט זשוק, און דער בלאַזנע משרת ― אַלע ציטערן פֿאַר אים אימת־מות… און ער שרײַבט אַ בריװ צום טאַטן אַהײם, מיט אַ שײנער מליצה, אַף העברעיִש געװײנלעך, און ניט גלאַט אַ פּוסטן בריװ, נאָר מיט עטלעכע פֿרישע קנאַקנדיקע הונדערטער ― אַ מתּנה דעם טאַטן אַף יום־טובֿ… אינעם בריװ שרײַבט ער אַרױס דעם טאַטן רובֿ גדלו ורובֿ עשרו, מאָלט אים אַ בילד, װי אַזױ ער פֿאָרט־אַרױס מיט דרײַ פּאָר פֿערד נאַשפּיץ… פֿרעגט מען אײנס דאָס אַנדערע: „װער פֿאָרט דאָס?“ ענטפֿערט מען: „איר װײסט ניט, װער דאָס איז? דאָס איז דאָך דער גלאַװנע אופּראַװליאַיושטשע“… „אַזאַ יונגערמאַן?!“…

עס איז שױן גרױסער טאָג. פֿון בערל דעם רױטנס קיך לאָזט זיך הערן אַ קלאַפּערײַ און עס טראָגט זיך פֿון דאָרטן אַ ריח פֿון פֿרישן, נאָר־װאָס אױסגעבאַקענעם ברױט און געפּראַזשעטער מילך. דער העלד כאַפּט אױף זיך גיך דאָס אָנטאָן און לאָזט זיך אין „הױף“ אַרײַן, באַקומט אַן אױדיענץ באַם משרת און װערט געװױרע, אַז דער „מאַגנאַט“ האָט דעם בריװ נאָך ניט געלײענט… גײט ער מיט אַ פֿאַרביטערט האַרץ צוריק אַף דער אַכסניה, באַגעגנט זיך מיטן רױטן בעל־הבית. מיט צוגעמאַכטע אױגן, װי זײַן שטײגער איז, טוט אים בערל דער רױטער אַ פֿרעג גלאַט אַזױ פֿון יוצא װעגן: „װאָס הערט מען נײַס?“… „דערװײַל נאָך גאָרניט“. ― ענטפֿערט אים דעך יונגער אורח און גליטשט זיך אױס פֿונעם רױטנס הענט און גײט־אַװעק צו זיך אין חדרל אַרײַן, ציט זיך אױס אַפֿן בעטל און פֿאַרשטעקט זיך די נאָז, ער זאָל ניט הערן דעם ריח פֿון מאַרענירטן הערינג מיט אָנגעבראָקטע ציבעלעס, װאָס קיצלען דעם חוש־הריח און רײצן דעם אַפּעטיט מיט סכּנת־נפֿשות!… און בכדי אָפּצוטרײַבן פֿון זיך דעם יצר־הרע, מאַכט ער צו די אױגן און פֿאַרטיפֿט זיך אין מחשבֿות און געדאַנקען, װעלכע כאַפּן אים אױף און טראָגן אים אַװעק אַף די פֿליגלען פֿון דער היציקער פֿאַנטאַזיע אין עולם־הדמיון, אין דער צױבערװעלט פֿון זיסע חלומות. אַהין האָט ער ליב צו פֿאַרקלױבן זיך אַלע מאָל, װען ער בלײַבט אַלײן מיט זיך. קײנער האָט אַהין קײן שליטה ניט. אַפֿילו זײַנע סאַמע נאָענטע חבֿרים. דאָס איז יענע כּישופֿדיקע װעלט, װאָס איז פֿאַרבליבן פֿון זײַן אַמאָליקן חבֿר שמואליק. אַ װעלט פֿון אוצרות און פֿון װוּנדער־שטײנער, װאָס אײנער פֿון זײ הײסט „ישפּה“ און דער אַנדערער ― „כּדכּד“. אַ רײַב מיטן ערשטן שטײן: „ס'זאָל מיר אַרױסגײן און אַרױסגײן!“… באַװײַזט זיך אַן אָנבײַסן, הײסע שמעקנדיקע פֿראַנזעלן מיט פּוטערקיכלעך, װאָס צעגײען זיך אין מױל, און אַ ריח פֿון הײסער קאַװע מיט מילך צעגײט זיך אין אַלע װינקעלעך, ― איז אײדער ער רירט זיך נאָך צו צו דער קאַװע, איז שױן אױסגעװאַקסן אַ פֿעטע יױך מיט מאַנדלען און אַ פֿערטל עוף, און געבראָטענע קאַטשקע מיט מערעלעך, און אַ קוגעלע פֿון מצה־מעל מיט גענדזנשמאַלץ, און װײַן ― צװײערלײ סאָרטן: 1) רױטװײַן „צערקאָװנע כּשר לפּסח“, 2) װײַסער װײַן, פֿונעם „װימאָראָזיג יוזשנאַהאָ בערעגאַ“… דאָס זײַנען די װײַנען, װאָס זײַן טאַטע האָט געהאַלטן אַף פּסח נאָר פֿאַר יחידי־סגולה, פֿאַר די אמתע מבֿינים.

אָפּגעפֿאַרטיקט זיך מיטן דאָזיקן גרױסאַרטיקן אָנבײַסן, פֿילט ער, אַז ער באַדאַרף האָבן רו. טוט ער אַ רײַב מיטן צװײטן שטײנדעלע: „ס'זאָל מיר אַרױסגײן און אַרױסגײן“!… און נאָך אײדער ער רעדט עס אַרױס, דערזעט ער זיך שױן אין אַ קרישטאָלענעם פּאַלאַץ פֿון צװעלף חדרים. די װענט זײַנען אױסגעקלעפּט מיט אַסיגנאַציעס פֿון סאַמע הונדערטער. די ערד איז אױסגעפֿלאַסטערט פֿון זילבערנע מטבעות, באַצירט מיט גאָלדענע רענדלעך. דאָס גאַנצע מעבל איז פֿון װײַסן עלפֿאַנטבײן, מיט סאַמעט אױסגעבעט. װוּ מע טוט זיך אַ ריר איז גאָלד און זילבער און די בעסטע טײַערסטע שטײנער. אַרום און אַרום איז אַ גאָרטן פֿון די בעסטע פּירות. און אַ טײַכל לױפֿט פֿאַרבײַ מיט גאָלדענע פֿישעלעך. און אַ געטלעכע מוזיק הערט מען דאָרטן שפּילן ― די בעסטע פֿידלשפּילער פֿון דער װעלט. און ער אַלײן, דער העלד, טוט גאָרנישט, נאָר ער טײלט צדקה פֿון דער ברײטער האַנט, פֿולע זשמעניעס. װעמען גאָלד, װעמען זילבער, װעמען שטײנער, און װעמען אַ מזומנע מטבע, װעמען עסנװאַרג און װעמען קלײדער ― ער לאָזט ניט דורך קײנעם, דעם גרעסטן שׂונא אַפֿילו. פֿאַרקערט, די שׂונאים גיט ער נאָך מער, װי די גוטע פֿרײַנט, בכדי זײ זאָלן פֿילן…

אַ פֿאַרחלומטער, אַ הונגעריקער, כאַפּט זיך אױף דער יונגער טרױמער, און מיט אַ פֿאַרחלשט האַרץ לאָזט ער זיך אַװעק װידער אין „הױף“ פֿון דעם „מאַגנאַט“. ער איז שױן דאָרט אַ הײמישער. דאָס הײסט, דער סטרוזש פּאַנטאַלײ לאָזט אים דורך. דער הונט זשוק טשעפּעט אים ניט. און דער משרת איז מיט אים זאַ־פּאַני־בראַטאַ. ער פּאַטשט דעם יונגן בחור איבער דער פּלײצע און זאָגט אים אָן אַ בשׂורה, אַז ער האָט שױן גערעדט פֿון אים, ניט מיטן בעל־הבית, נאָר מיט זײַנע טעכטער… און אַזױ װי ער רעדט ― באַװײַזט זיך אײנע פֿון די טעכטער, אַ גראָבע מױד, אַ רױטע, אין אַ קורץ קלײדעלע, מיט גראָבע פּולקעס און מיט אַ פֿאַרריסן נעזל: „אָט דאָס איז ער!“ ― װײַזט־אָן אַף אים דער משרת, און די גראָבע מױד באַטראַכט אים פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, באַהאַלט דאָס פּנים אין די הענט, שיסט־אױס אַ געלעכטער און אַנטלױפֿט.

66

אַ מעשׂה מיט אַ זײגער

ער זוכט מיטלען קעגן הונגער. ― אַ זײגער מיט אַ געשיכטע. ― דער דיאַלאָג

צװישן דעם בחור מיטן אַלטן זײגערמאַכער. ― די קאָמבינאַציעס העלפֿן ניט,

און דער הונגער װאַקסט.

און דעם בריװ האָט דער „מאַגנאַט“ נאָך אַלץ ניט געלײענט. דאָס רירט שױן אָן דעם העלדס אַמביציע און ער גײט־אַרױס פֿון דאָרטן אַ