פֿונעם יאַריד: חבֿר אליע

שלום עליכם (אַלע װערק)

שטערט שלומען די שׂמחה. ערשטנס, האָט ער באַװיזן די ייִדן, אַז זײ זײַנען בהמות, זײ װײסן ניט װאָס זײ רײדן. די פּענסיע איז ניט קײן פּענסיע, נאָר אַ סטיפּענדיע. פּענסיע איז פּענסיע, און סטיפּענדיע איז סטיפּענדיע. והשנית, איז שלום ניט קײן אײנציקער ― ס'איז דאָ נאָך אײנער אין דער אױעזדנע, װאָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע, אױך אַף הונדערט צװאַנציק רובל, און דאָס איז געװען שלומס נײַער חבֿר פֿון דער אױעזדנע. אליע האָט ער געהײסן. נאָר װעגן אים שפּעטער. דערװײַל איז דער העלד פֿון אונדזער באַשרײַבונג געװען אַפֿן זיבעטן הימל. ער האָט אַרױסגעזען בחוש, אַז זײַנע אַמאָליקע חלומות װעגן זײַן חבֿר שמואליקס „אוצר“ הײבן־אָן פּאַװאָלינקע מקױם צו װערן… און זײַן פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אױף אַף אירע פֿליגלען און פֿאַרטראָגט אים װײַט־װײַט, אין עולם־הדמיון אַרײַן. און ער זעט זיך אַרומגערינגלט מיט זײַנע חבֿרים, װאָס קוקן אַף אים מיט שטראַלנדיקע אױגן און זײַנען אים מקנא. און דעם טאַטן זעט ער, נאָך גאָר אַ יונגערמאַנטשיק עפּעס. װוּ איז אַהינגעקומען דער אױסגעבױגענער רוקן? די טיפֿע קנײטשן אַפֿן שטערן? דאָס געלע פֿאַרזאָרגטע פּנים? גאָר אַן אַנדער מענטש געװאָרן! און ער זיפֿצט שױן גאָר ניט מער. און די גאַנצע משפּחה ― שטעלט זיך אים פֿאָר ― רינגלט אים אַרום, גיט אים אָפּ גרױס כּבֿוד, אים און זײַן שלומען, דעם אױסדערװײלטן, דעם גליקלעכן, װאָס פֿון אים װײסן הײַנט אַלע, אַפֿילו „קאַזנאַ“ און אַפֿילו די „נאַראָדנע פּראָסװיעשטשעניע“ ― אַלע, אַלע, אפֿשר טאַקע ביזן קיסר ― װער װײס?…

52

חבֿר אליע

אליע דאָדעס ― די ערשטע באַקאַנטשאַפֿט אַף אַ שׂרפֿה ― שמועסן װעגן קאָס־

מאָגראפֿיע מיטן פֿעטער פּיניע ― דער העלד איז מחלל שבת בפֿרהסיה ― ער װערט געקרױנט מיטן נאָמען „פּיסאַטעל“.

אַ פּנים אַ װײַס, אַ קײַלעכיקס, אַביסעלע אַ געשטופּלטס. האָר שטײענדיקע, האַרטע, שװאַרצע, געדיכטע, שטעכעדיקע ― אַ גאַנצע גריװע. אױגן לאַכנדיקע, צײן געזונטע, װײַסע. פֿינגער קורצע. אַ געלעכטער אַ הילכיקער, אַ שיסנדיקער. אַ טעמפּעראַמענט אַ פֿײַעריקער. ― אָט דאָס איז דער פּאָרטרעט פֿון שלומס חבֿר אליע, פֿון דער ערשטער קלאַס אױעזדנע ביזן סוף.

זײער ערשטע באַקאַנטשאַפֿט איז געשלאָסן געװאָרן באַנאַכט אַף אַ שׂרפֿה.

אַ שׂרפֿה ― דאָס איז אַ ספּעקטאַקל, אַן אומזיסטיקע פֿאָרשטעלונג, אַ העכסט־אינטערעסאַנטע פֿאַרזאַמלונג פֿון אַלערלײ טיפּן ייִדן און װײַבער, אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַלערלײ סצענעס, טרױעריקע און פֿרײלעכע ― מע דאַרף נישט קײן טעאַטער. די נאַכט איז שטיל, דער הימל איז טיף, שטערן פֿינקלען. װוּ־ניט־װוּ לאָזט זיך הערן דאָס בילן פֿון אַ הונט. און דאָס שטיבל ברענט זיך װי אַ ליכטל, רויִק, פּאַמעלעך, ס'האָט צײַט. פֿון אַלע גאַסן ציִען זיך מענטשן. פֿריִער שלעפֿעריק, דערנאָך לעבעדיקער און האַמעטנער. פֿריִער אײנציקװײַז, דערנאָך מחנותװײַז, און ייִדישע קינדער ― אַ גאַנצע כאַליאַסטרע. ייִדן מיט אַרבע־כּנפֿותן װאַרפֿן זיך אין פֿײַער אַרײַן ראַטעװען, װײַבער קװיטשען, קלײנע קינדער װײנען, בחורים זאָגן װערטלעך, אונטערגעװאַקסענע מײדלעך לאַכן. ראַבינאָװיטשעס קינדער זײַנען אױך דאָ. פּלוצעם דערהערט שלום עמעצנס קול, אַ קול פֿון אַ ייִנגל, און גלײַך צו אים אַפֿן אױער:

― זײ פֿאָרן!

― װער?

― ,די „פּאָזשאַרנע קאָמאַנדע“. קום, װעלן מיר העלפֿן לעשן.

און בײדע ייִנגלעך נעמען זיך פֿאַר די הענט און מע לאָזט זיך לױפֿן איבערן גאַנצן מאַרק צו באַגעגענען די „פּאָזשאַרנע קאָמאַנדע“. לױפֿנדיק, װערט שלום געװױרע, אַז זײַן חבֿר רופֿט מען אליע און אַז ער איז דאָדיע דעם שרײַבערס אַ ייִנגל. און אליע װערט געװױרע, אַז זײַן חבֿר הײסט שלום און אַז ער איז נחום ראַבינאָװיטשעס אַ ייִנגל.

זײער צװײטע באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען אַביסל שפּעטער, שױן דװקא באַטאָג, אױך אין גאַס און אױך אַף אַן אומזיסטיקער פֿאָרשטעלונג. עפּעס אַ שװאַרצער מיט װײַסע צײן װײַזט אַ מאַלפּע, און די גאַנצע שטאָט מיט ייִנגלעך לױפֿן אים נאָך. דאָס איז אײנס פֿון די חידושים, װאָס מע זעט זעלטן אין פּערעיאַסלאַװ. אָדער מע פֿירט אַרום אַ בער מיט אױסגעברענטע אױגן, װאָס טאַנצט אַף אַ שטעקן. אָדער אַ װאַנקאַ רו־טוטיו מיט רױטע הױזן, װאָס מאַכט אָנשטעלן. אָדער אַ ציגײַנער װײַזט אַ מאַלפּע. דער ציגײַנער און די מאַלפּע האָבן בײדע אײן פּנים, גלײַך װי אײן מאַמע האָט זײ געהאַט. בײדע האָבן אַלץ אײנע געקנײטשטע באַװאַקסענע פּנימלעך, אַלץ אײנע אױסגעקראָכענע קעפּ, און קוקן בײדע מיט אַלץ אײנע רחמנותדיקע אױגן און ציִען־אױס די באַװאַקסענע ברודיקע דאַרע הענט, מע זאָל זײ עפּעס געבן. און רײדן רעדט דער ציגײַנער מיט אַזאַ מאָדנע קול און אַף אַזאַ מאָדנע שפּראַך, שאָקלט מיטן קאָפּ און מאַכט אַזאַ מאָדנע גרימאַסע דערבײַ, אַז מע מוז לאַכן: „דאַי, באַרין! חאַראָש אָבעזשיאַן! אַמעריקאַנסקו!“… און חבֿרה שיסן־אױס אַ געלעכטער. די דאָזיקע צװײ באַגעגענישן זײַנען שױן גאַנץ גענוג, אַז אַזעלכע צװײ ייִנגלעך, שקצים, װי שלום נחום ראַבינאָװיטשעס און אליע דאָדיע דעם שרײַבערס, זאָלן װערן חבֿרים. דאַרף נאָך גאָט פֿירן אַזױ, אַז זײ טרעפֿן זיך בײדע אין אײן קלאַס אין דער אױעזדנע, אַ באַנק נעבן אַ באַנק, און אַקוראַט דעמאָלט, װען דער לערער האַלט־אָפּ זײַן ערשטע לעקציע פֿאַרן גאַנצן קלאַס. דערזעט שלום זײַן נײַעם חבֿר אליע, װי ער ציט־אױס די האַנט, שאָקלט מיטן קאָפּ, מאַכט דעם ציגײַנערס גרימאַסע: „דאַי, באַ־רין! חאַראָש אָבעזשיאַן! אַמעריקאַנסקו!“ ― זײַט אַ בריה, האַלט זיך אײַן און צעלאַכט זיך נישט. אַװדאי באַקומען בײדע חבֿרים אַ מיאוסן פּסק, בלײַבן בײדע איבער „אָן װאַרעמעס“, און זײער פֿרײַנטשאַפֿט װערט געשלאָסן אַף שטענדיק, אַף אײביק.

פֿון דעמאָלט־אָן װערן זײ נפֿש אַחת, אײן זעל, אײן נשמה. װוּ אײנער, דאָרט איז דער צװײטער. בײדע אינאײנעם לערנען, און לערנען גוט. מע האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן, אַז מע זאָל איבערשטײַגן אַלע גױיִם, מע זאָל זײַן די ערשטע, די בעסטע תּלמידים אין קלאַס. און מע האָט אױסגעפֿירט. מע האָט װײַט־װײַט איבערגעשטיגן אַלע גױיִם און מע איז געגאַנגען פֿון קלאַס צו קלאַס די ערשטע בעסטע תּלמידים, אָבער אױך די ערשטע און די גרעסטע שקצים אין שטאָט. װאָס די צװײ האָבן זיך דערלױבט אָפּצוטאָן אין שטאָט האָבן דאָס אַנדערע ייִנגלעך נישט געװאַגט. די בעסטע ייִנגלעך, פּענסיאָנערן, סטיפּענדיאַנטן ― אַ קלײניקײט? הײַנט זײער קענען רוסישע גראַמאַטיקע! װאָס פֿאַר אַ װאָרט מע זאָל ניט אַרױסרײדן, איז באַלד צו דער גראַמאַטיקע. למשל, אַ טיש איז סטאָל. און סטאָל איז: סטאָל, סטאָלאַ, סטאָלו, סטאָל, סטאָלאָם, אָ סטאָליע. אַ מעסער איז נאָזש. און נאָזש איז: נאָזש, נאָזשאַ, נאָזשו, נאָזש, נאָ־זשאָם, אָ נאָזשיע. הײַנט געאָגראַפֿיע! װער נאָך װײס אַזױ װי זײ, פֿאַר װאָס איז די ערד קײַלעכיק? װער ס'דרײט זיך אַרום װעמען ― די ערד אַרום דער זון, צי די זון אַרום דער ערד? און פֿון װאַנען נעמט זיך אַ װינט? און װאָס איז פֿריִער ― דער דונער, אָדער דער בליץ? און פֿון װאַנען נעמט זיך אַ רעגן?

פֿון אַלע לערנעכצן, װאָס מע לערנט אין די קלאַסן, געפֿעלט שלומס טאַטן נאָר געאָגראַפֿיע. מחמת פֿון געאָגראַפֿיע װערט מען געבילדעט, אױפֿגעקלערט. חשבונען איז אױך אַ גוטע זאַך. מאַטעמאַטיקע שאַרפֿט־אױס דעם מוח. אָבער נישט מער. אָט איז יאָסיע פֿרוכשטײן אַ פּראָסטער ייִד, ניט געלערנט אין ערגעץ, פֿונדעסטװעגן גיט אים די שװערסטע „זאַ־דאַטשע“, װעט ער זי אײַך מאַכן אַפֿן קאָפּ. צי, אַשטײגער, נעמט דעם קאָלעקטאָר. װוּ האָט ער שטודירט? ערגעץ אין דער ישיבֿה. נו, קען ער נישט, מײנט איר, קײן אַלגעברע? פֿון לײזער־יאָסלען שמועסט מען ניט, און אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס.― פֿון יענעם איז אָפּגערעדט. אַרנאָלד איז דאָך גרײט אָפּגעבן „עקזאַמענט“. נײן, זאָגט אײַך װאָס איר װילט, געאָגראַפֿיע איז ניט מאַטעמאַטיקע. געאָגראַפֿיע דאַרף מען לערנען. געאָגראַפֿיע דאַרף מען קענען. און שלום קען געאָגראַפֿיע. זײַן פֿאָטער האָט ליב מיט אים צו פֿאַרברענגען נאָר װעגן געאָגראַפֿיע. און איז צופֿרידן, און איז גליקלעך, אַז עס זיצט דערבײַ אַ דריטער.

אַ קאָמעדיע איז, אַז דער פֿעטער פּיניע זיצט דערבײַ. דער פֿעטער פּיניע גלעט די באָרד, שמײכלט, מאַכט חוזק פֿון דעם קלײנעם פֿילאָזאָף, װי ער צעשפּרײט זיך דאָס אַביסל מיט זײַן געאָגראַפֿיע. אַ ייִנגל אַ שנעק האָט אַ העזה צו זאָגן פֿאַר אַן עלטערן ייִדן, פֿאַר אַ פֿעטער, אַז די ערד דרײט זיך, ניט די זון. אַי, עס שטײט בפֿירוש: „שמש בגבֿעון דום“? ― דו, זון, אין גבֿעון בלײַב שטײן? ― בלײַבט אַ קשיא… „צי, אַשטײגער, דו זאָגסט, אַז דער דונער קומט פֿריִער פֿאַרן בליץ. אַי, מיר זעען פֿריִער דעם בליץ און ערשט נאָכדעם קומט דער דונער?“ ― פֿרעגט באַ אים דער פֿעטער פּיניע אַף אַ טשיקאַװעסט און קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער. „צי דו זאָגסט, אַז די ערד איז אַ כּדור, קײַלעכיק, הײסט דאָס, װי אַן עפּל. מיט װאָס װעסטו דאָס מיר באַװײַזן?“ ענטפֿערט אים שלום: „אױב איר װילט זיך מטריח זײַן, פֿעטער, שטײט־אױף, זײַט מוחל, מאָרגן גאַנץ פֿרי און טוט אַ קוק אַפֿן שפּיץ מאָנאַסטיר, בעת די זון גײט־אױף, װעט איר זען, װי דער שפּיץ קלױסטער װערט באַלײַכט פֿריִער פֿון אַלצדינג“… „אַװדאי האָב איך מער ניט װאָס צו טאָן, נאָר אױפֿשטײן דיר כּאור און קוקן אַפֿן שפּיץ קלױסטער צוליב דײַן געאָגראַפֿיע ― כאַ־כאַ־כאַ!“…

נײן, דער פֿעטער פּיניע איז ניט צופֿרידן ניט מיט דער געאָגראַפֿיע, ניט מיט די קלאַסן און ניט מיט דעם, װאָס זײַן נחומס זון איז אַ חבֿר מיט דאָדיע דעם שרײַבערס ייִנגל. ער װעט אים אַרױפֿפֿירן װער װײס אַף װאָסערע דרכים… דער פֿעטער פּיניע האָט געהערט אַף זײ עפּעס ניט אַזעלכע שײנע זאַכן. ער האָט געהערט, אַז די ייִנגלעך גײען שבת שפּאַצירן אַף די פּידװאָרקעס, און אַז זײ טראָגן טיכלעך אום שבת, און אַז זײ רײדן ― רײדן זײ צװישן זיך אַף רוסיש, ניט אַף ייִדיש.

אױ־װײ ― ס'איז נעבעך אַלצדינג געװען אמת, קודש קדשים! נאָך מער: זײ גײען אַלע שבת אַף די פּידװאָרקעס, אָבער ניט שפּאַצירן, װי מיר װעלן װײַטער זען… זײ טראָגן ניט נאָר טיכלעך אום שבת, נאָר קלײנגעלט אַף צו קױפֿן באַרלעך, און רײדן אַזעלכע זאַכן ― אַך! װען דער פֿעטער פּיניע זאָל נאָך װיסן, פֿ ו ן װ אָ ס מע רעדט, און װי אַזױ מע רעדט!… דער פֿעטער פּיניע זאָל נאָך װיסן, װי אַזױ די צװײ בחורימלעך שיפֿן זיך אַף אַ שיפֿל, פֿאַרקלײַבן זיך אינצװײען העט־װײַט אַף יענער זײַט טײַך. דאָרט, אַפֿן גרינעם גראָז, לײענט מען ביכלעך (רוסישע) און מע זינגט לידלעך (גױיִשע) און מע חלומט אַף דער װאָר, מע בױט אינאײנעם לופֿטשלעסער, װאָס װעט זײַן אַמאָל, אַז מע װעט ענדיקן די אױ־עזדנע? װוּהין װעט מען פֿאָרן? אַף װאָס װעט מען שטודירן? װאָס װעט מען זײַן? און דער אמת מוז דאָ געזאָגט װערן, עס האָט געהערשט, אַזױ צו זאָגן, אַ גױיִשע שטימונג, און קײן ייִדישער אינהאַלט איז אין די דאָזיקע זיסע חלומות ניט געװען, װאָרעם דער חבֿר אליע איז געװאַקסן אין אַ שטוב, װאָס איז געװען װײַט פֿון ייִדישקײט, כאָטש ― אײנס צום אַנדערן געהערט זיך ניט ― פּעטש פֿאַר ניט װעלן דאַװנען האָט אליע געכאַפּט פֿון זײַן טאַטן נישט װינציקער װי אַלע אַנדערע ייִנגלעך פֿון זײערע טאַטעס. איך האָב מורא, אַז אַלע טאַטעס זײַנען אַזױ. איר קאָנט נאָך הײַנט אױך באַגעגענען טאַטעס, װאָס אַלײן טוען זײ כּל דבר אָסור און װילן, אַז זײערע קינדער זאָלן זײַן גוט און פֿרום, ניט אין זײ געראָטן…

ניט װעלן דאַװנען ― דאָס איז געװען באַ חבֿרה יונגװאַרג אַן אַלטע קרענק נאָך פֿון חדר. היפּערן אין דאַװנען איז געװען אַ װאָכעדיקער גאַנג. און פֿון זינט זײ זײַנען אַרײַן אין די „קלאַסן“, האָבן זײ דאָס דאַװנען גאָר אינגאַנצן פֿאַרבױגן. דער טאַטע האָט דאָס געװוּסט, נאָר געמאַכט זיך כּלא־ידע. האָבן זיך אָבער געפֿונען אַזעלכע, װאָס האָבן נאָכגעקוקט און געעפֿנט דעם טאַטן די אױגן, ער זאָל זען, װי זײַנע קינדער גײען ביסלעכװײַז אַראָפּ פֿון דרך־הישר ― און דאָס האָט געפֿירט דערצו, אַז די קינדער זאָלן נאָך מער ניט װעלן דאַװנען און זאָלן אין דעם נישט װעלן דאַװנען פֿילן אַ מין עונג רוחני. ניט אומזיסט האָט דער רבי געגעבן צו פֿאַרשטײן זײַנע תּלמידים, די קלײנע בעלי־עבֿירהניקעס, דעם שׂכל פֿון אַן עבֿירה, אַ ז ד י ע בֿ י ר ה אַ ל ײ ן א י ז נ י ט אַ ז ו י מ ו ר א ד י ק , װ י ד י תּ א ו ה פֿ ו ן ט אָ ן אַ ן ע בֿ י ר ה… שלום געדענקט נאָך עד היום דעם טעם פֿון רער ערשטער עבֿירה, פֿון „חילול־שבת“. אַזױ איז געװען די מעשׂה:

שבת באַטאָג. ייִדן האָבן אָפּגעגעסן װאַרעמעס און געהאַלטן אין רעכטן שלאָף. אין גאַס איז נאָך נישטאָ קײן משוגענער הונט. שטיל און רויִק, כאָטש צי זיך אױס. די זון באַקט, װי אין דער מדבר. די װענט פֿון די געפֿאַרבטע הײַזער און די הילצערנע פּאַרקאַנעס פֿון די הױפֿן בעטן זיך, מע זאָל עפּעס אַף זײ אָנצײכענען, אָנשרײַבן. שלום האַלט די הענט אין די קעשענעס. דאָרט ליגט באַ אים אַ קרײַדל פֿון די קרײַדלעך, װאָס װערן באַנוצט אין קלאַס צו דער מאַטעמאַטיקע. ער קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן ― נישטאָ קײן מענטש. די לאָדן זײַנען פֿאַרהאַקט. און דער יצר־הרע רעדט אים אָן: „מאָל!“… װאָס זאָל ער מאָלן? נעמט ער אױף דער גיך און טוט אַ מאָל־אױס דאָס באַװוּסטע לידל, װאָס אַלע קינדער זינגען און מאָלן בעת מעשׂה: טאָטשקאַ, טאָטשקאַ, זאַפּיאַטאַיאַ, מינוס, ראָזשיצאַ קריװאַיאַ, רוטשקאַ, רוטשקאַ, אי קרוזשאָק, נאָזשקאַ, נאָזשקאַ, אי פּופּאָק… *

פֿאַרטיק אַ מענטשל מיט אַ קײַלעכיק פּנים, מיט הענטלעך און מיט פֿיסלעך און מיט אַ מױל, װאָס לאַכט… דער מאָלער איז צופֿרידן מיטן בילד. עס פֿעלט נאָר אַן אױפֿשריפֿט. שלום קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן ― נישטאָ קײן מענטש. די לאָדן זײַנען פֿאַרהאַקט. און דער יצר־הרע רעדט אים אָן: „שרײַב!“… װאָס זאָל ער שרײַבן? נעמט ער און שטעלט אַװעק פֿון אונטן, אונטערן בילד, מיט שײנע קײַלעכיקע אותיות אַף רוסיש, צום גראַם: קטאָ פּיסאַל ― ניע זנאַיו, אַ יאַ, דוראַק, טשיטאַיו… **

און אײדער ער באַװײַזט איבערצולײענען װאָס ער האָט דאָ אָנגעשריבן, דערפֿילט ער, װי עמעצנס צװײ פֿינגער האַלטן אים באַם לינקן אױער אָבער שטאַרק!…

איך מײן, אַז קײנעם פֿון די לעזער װעט ניט אײַנפֿאַלן צו טרעפֿן, װער האָט דאָס געקאָנט זײַן אָט דער, װאָס האָט געפּאַקט דעם העלד פֿון דער ביאָגראַפֿיע מיט דער דאָזיקער מיאוסער עבֿירה פֿון חילול שבת בפֿרהסיה? פֿאַרשטײט זיך, אַז נישט קײן אַנדערער, נאָר דער פֿעטער פּיניע! גראָד ער באַדאַרף הײַנט פֿריִער פֿון אַלעמען אױפֿשטײן פֿון שלאָף און פֿריִער פֿון אַלעמען גײן מיט אַ װיזיט גוט־שבת זאָגן! װאָס װײַטער איז געװען ― איז איבעריק צו דערצײלן. יעדער קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן זאַך, קײן בעטן זיך, קײן טרערן ― דער פֿעטער פּיניע האָט דעם בחור, אַן אױסגעשמירטן אין קרײַד, אָפּגעפֿירט גלײַך אַהײם און איבערגעגעבן אים אַפֿן טאַטנס הענט. נאָר דאָס איז געװען גאָרניט אַקעגן דעם, װאָס איז געשען נאָכדעם, אַז די גאַנצע שטאָט איז געװױרע געװאָרן פֿון דער מעשׂה און ס'איז דערגאַנגען צו דער נאַטשאַלסטװע פֿון דער אױעזדנע. עס האָט געהאַלטן דערבײַ, אַז מע זאָל

* אַ פּונקט, אַ פּונקט, און אַ קאָמאַ,

אַ פּאַסיקל אַ גלײַכס, אַ פּנימל אַ קרומס,

אַ הענטל, אַ הענטל, און אַ קײַלכל,

אַ פֿיסל, אַ פֿיסל און אַ בײַכל.

** װער ס'האָט געשריבן ― װײס איך ניט,

נאָר איך, שוטה, לײען דאָס. דאָס בחורל „אױסשליסן“. דער טאַטע האָט געװײנט מיט טרערן און האָט נעבעך געמוזט גײן צום אָדון צום דירעקטאָר (סמאָטריטעל), בעטן פֿאַר זײַן זון רחמים, און נאָר צו פֿאַרדאַנקען דאָס, װאָס ער איז געװען אײנער פֿון די בעסטע תּלמידים אין קלאַס, אַ סטיפּענדיאַנט, האָט מען אַף אים געלײגט כּבֿוד, רחמנות געהאַט אַפֿן טאַטן און ניט „אױסגעשלאָסן“. דערפֿאַר האָבן די לערערס געבענטשט דעם תּלמיד מיט אַ נײַעם נאָמען. אַז זײ האָבן אים באַדאַרפֿט אַרױסרופֿן אין קלאַס צו דעם ברעט, האָבן זײ ניט געזאָגט, װי ביז אַהער: ראַבינאָװיטש! זײ האָבן אים אַרױסגערופֿן אָדער „כודאָזשניק“ (מאָלער), אָדער „פּיסאַטעל“ (שריפֿטשטעלער). און צעצױגן האָט מען דאָס װאָרט אַף דרײַ קלאַפֿטער די לענג:

― פּי ־ סאַ ־ טעל!…

אָט דער נאָמען איז אים פֿאַרבליבן אַף לאַנג, שױן ביזן סוף.

53

צװישן חזנים און כּלי־זמרים

אַ מעשׂה מיט אַ ייִדיש ביכל, װאָס רופֿט־אַרױס געלעכטער ― חזנים מיט אַ

„קאָלאַװראַטור“ ― יהושע־העשל דער כּלי־זמר מיט זײַן כאַליאַסטרע ― דער יצר־הרע פֿון פֿידל

צו „שרײַבערײַ“ האָט דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע געהאַט אַ נײגונג פֿון תּמיד אָן. זײַן אידעאַל איז געװען צו זײַן אַ מחבר, אַ שרײַבער, ניט נאָר מיטן קרײַדל אַף די װענט, נאָר טאַקע באמת אַ שרײַבער, אַ פֿאַרפֿאַסער פֿון אַ בוך. אַף אים האָט נבֿיאות געזאָגט נאָך זײַן אַלטער פֿרײַנט דער קאָלעקטאָר, אַז ער װעט אַמאָל זײַן אַ שריפֿטשטעלער און װעט שרײַבן העברעיִש, אַזױ װי צעדערבױם, גאָטלױבער, יהל″ל און נאָך אַ סך אַנדערע „גדולים“. האָט אָבער אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס געדרונגען פֿאַרקערט: אַז אױב אָט ― דער חבֿרה־מאַן װעט אַמאָל שרײַבן, װעט ער שױן זײַן בעסער אַ רוסישער שרײַבער, ניט קײן העברעיִשער. אין „המליץ“, האָט ער געזאָגט, זײַנען פֿאַראַן אָן אים גענוג דילעטאַנטן, איגנאָראַנטן, מלמדים און בטלנים! ניט צעדערבױם, ניט גאָטלױבער, ניט יהל″ל נאָר ט ו ר ג ע נ י ע װ און ג אָ ג אָ ל , פּ ו ש ק י ן און ל ע ר מ אָ נ ט אָ װ ― אָט װער עס באַדאַרף אים שטײן פֿאַר די אױגן!…

מיט אײנעם װאָרט, אָדער העברעיִש, אָדער רוסיש. אַז דער „חבֿרהמאַן“ װעט אַמאָל שרײַבן ייִ ד י ש ― דאָס איז קײנעם אַף די געדאַנקען ניט געקומען, װאָרעם ייִדיש איז דען אױך אַ שפּראַך? דאָס הײסט, רײדן