פֿונעם יאַריד: „די פּענסיע“

שלום עליכם (אַלע װערק)

אונטער אַלערלײ נעמען, פֿון װעלכע עס געדענקט זיך „װימאָראָזיג“, „כע־רעס“, „מאַדעראַ“ און נאָך אַ סאָרט רױטער װײַן מיטן נאָמען „צערקאָװ־נע כּשר לפּסח“. דעם סאָרט װײַן האָבן די קינדער ליב געהאַט מער פֿון אַלע װײַנען ― איבער דעם, װאָס דער „צערקאָװנע כּשר לפּסח“ איז געװען זיס און טערפּקע. זײַן זיסקײט האָט זיך גענומען פֿון אַזאַ מין סיראָפּ, װאָס מע האָט אין אים אַרײַנגעטאָן, און זײַן טערפּקײט האָט געשטאַמט פֿון די קערלעך פֿון די ראָזינקעס. און פֿון װאַנען האָט זיך גענומען זײַן רױטקײט ― דאָס האָט דער טאַטע געהאַלטן בסוד… אַלע מאָל, װען מע האָט די קינדער געשיקט אין קעלער נאָך אַ קװאָרט װײַן, האָבן זײ זיך צוגעכאַפּט צום „צערקאָװנע כּשר לפּסח“ און אױסגעזשליאָקעט צװײ מאָל אַזױ פֿיל ― און פֿונדעסטװעגן האָט זיך געצױגן פֿונעם װײַן דאָס שטיקל ברױט גאָר נישקשהדיק מער פֿון אַלע אַנדערע פּרנסות.

51

„די פּענסיע“

דער טאַטע שטאָל און אײַזן פֿאַרן „קלאַסניק“ ― דער העלד באַקומט אַ סטיפּענדיע

― אַ רעש אין שטאָט ― די חלומות װעגן אוצר הײבן־אָן מקױם צו װערן.

נישט אַזױ גיך טוט זיך עס, װי סע רעדט זיך. דאָס אַרײַנטרעטן אין דער „אױעזדנע“ איז ניט אָנגעקומען אַזױ גרינג און ניט אָפּגעלאָפֿן גלאַט. דער ערשטער שטײן אין װעג איז געװען דער פֿעטער פּיניע. ער האָט געאַרבעט מעשׂים: סטײַטש, נעמען קינדער און מאַכן זײ פֿאַר גױיִם בידים! ― האָט ער געטענהט, זיך שטאַרק געערגערט, און האָט זיך ניט באַרויִקט, ביז ער האָט ניט גענומען באַם ברודער דאָס װאָרט, אַז ער װעט כאָטש ניט לאָזן זײַנע קינדער שרײַבן אום שבת. דעם תּנאַי האָט טאַקע נחום ראַבינאָװיטש אױסגענומען מיטן דירעקטאָר (סמאָטריטעל) פֿון דער „אױעזדנע“ בפֿירוש, אַז שבת באַדאַרפֿן זײַנע, ראַבינאָװיטשעס, קינדער זײַן פֿרײַ. נאָך אַ תּנאַי האָט ראַבינאָװיטש אױסגענומען מיטן דירעקטאָר (דאָס איז געװען אַ צײַט, װאָס ייִדן האָבן דיקטירט תּנאָים), אַז זײַנע קינדער זאָלן ניט זײַן אין קלאַס, װען דער גלח גיט־אָפּ זײַן שטונדע ― און אױסגעפֿירט האָט ראַבינאָװיטש.

די צװײטע שװעריקײט פֿאַר די קינדער איז געװען די שפּראַך. זײ האָבן באַם אַרײַנטרעטן אין קלאַס פֿאַרשטאַנען אַזױ װינציק רוסיש, אַז אַלע האָבן פֿון זײ געמאַכט חוזק ― סײַ דער לערער, סײַ די חבֿרים. עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַז די בענק לאַכן. און דאָס האָט דעם ציקאַװן שלומען פֿאַרדראָסן. ער איז געװױנט געװען אָפּצולאַכן פֿון דער גאַנצער װעלט, צום סוף לאַכט מען גאָר פֿון אים!… און די חבֿרים, די שקצימלעך, האָבן אױך נישט געשװיגן. קױם האָט זיך געענדיקט דאָס לערנען אין קלאַס און די ייִדישע קינדער, די „זשידעניאַטיעס“, האָבן זיך באַװיזן אין הױף, אַזױ האָט מען זײ, במחילת כּבֿודם, אַװעקגעלײגט אַף דער ערד, און דװקא אין גוטן מוט, צוגעהאַלטן די הענט מיט די פֿיס, און גוט אָנגעשמירט זײ די ייִדישע פּיסקעס מיט גױיִשן חזיר… געקומען דערנאָך אַהײם מיט באַטריבענע הערצער, האָבן זײ מורא געהאַט צו דערצײלן דעם אמת, מע זאָל זײ ניט אָפּנעמען פֿון די קלאַסן. די שטיפֿמאַמע האָט אַזױ אױך געקאָכט און געגראָבן אַף די „קלאָסניקעס“ (אַזױ האָבן געהײסן באַ איר די קינדער נאָכן אַרײַן אין דער אױעזדנע). און װײַל שלום איז געװען מער מתמיד פֿון אַלע, האָט זי אים גערודפֿט מער פֿון אַלעמען. האָט זיך אָבער געטראָפֿן אַ מעשׂה און מע האָט איר אָפּגעהאַקט די פֿליגל, איז זי געװאָרן שטיל. וכּך חיה מעשׂה:

אײנמאָל, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, האָט שלום געלערנט, אַרומגעשפּאַנט איבער דער שטוב און אײַנגעחזרט דעם „אוראָק“ אַף אױסװײניק, און דער טאַטע איז געשטאַנען אין טלית און תּפֿלין און האָט געדאַװנט. און די שטיפֿמאַמע האָט זיך געטאָן איר אַרבעט: זי האָט געיאַדעט דעם טאַטן, אױפֿגעװאָרפֿן אים די אַלטע עבֿירה, װאָס ער האָט אַמאָל פֿאַרלײקנט פֿון איר די עלטערע און די קלענערע קינדער, די מײדלעך, זיך דורכגעשמועסט װעגן דעם, װאָס פֿאַר אַ גוטן אַפּעטיט, קײן עין־הרע, זײַנע קינדער האָבן צום עסן און װאָסערע גוטע מאָגנס זײ פֿאַרמאָגן. ניט פֿאַרגעסן אָנרירן די „משפּחהטערע“ זײַנע… דאָס אַלצדינג האָט דעם טאַטן נישט גערירט. ער איז געשטאַנען מיטן פּנים צו דער װאַנט און האָט געדאַװנט, גלײַך װי ניט אים מײנט מען. נאָר אָט האָט זי זיך צעלאָזט מיט איר מענה־לשון אַף שלומען, למאַי ער גײט אַרום און לערנט:

― ער מײנט, דער שײנער קלאָסניק, אַז כרײן איז זײַן פֿעטער און אַז ער איז שױן אַ גאַנצער פּריץ און איז שױן פּטור פֿון אַלצדינג, אַ חוץ עסן! די סך משרתים, װאָס מע האָט דאָ, מיט די דינסטן! נישקשה, עס מעג דיר נאָך אָנשטײן, דו שײנער קלאָסניק מיט די אױסגעדרײטע שטיװעלעך, זיך מטריח זײַן אַרײַנטראָגן דעם אורח דעם סאַמאָװאַר, עס װעט חלילה ניט אָפּפֿאַלן פֿון דיר קײן האָר אַפֿילו, און צום אַפּעטיט װעט דאָס דיר ניט שאָטן, און צום שידוך אַװדאי ניט…

דער „קלאָסניק“ איז שױן גרײט געװען אַװעקלײגן דעם „אוראָק“ און לאָזן זיך אין קיך אַרײַן נאָכן סאַמאָװאַר, אַז עס טוט זיך ניט אַ װאָרף דער טאַטע און כאַפּט אים ניט אָן פֿאַר אַ האַנט און צעלאָזט זיך ניט מיט אימפּעט אַף לשון־קודש (נישט געװאָלט אין דאַװנען מפֿסיק זײַן):

― אי ־ אָ ־ נו ־ פֿע ― לא! לא! בשום אופֿן! מע דאַרף ניט! איך הײס ניט! איך װיל ניט! ― האָט ער אױסגעלאָזט אַף ייִדיש און איז אָנגעפֿאַלן אַף דער שטיפֿמאַמע מיט אַ פֿײַער, אפֿשר דאָס ערשטע מאָל זינט זי איז זײַן װײַב, אַז זי זאָל זיך ניט דערװעגן מער שאַפֿן מיט אים פֿון דאַנען אַהין! מיט אַלע קינדער קאָן זי זיך שאַפֿן, נאָר ניט מיט שלומען! שלום איז ניט גלײַך צו אַנדערע; שלום באַדאַרף לערנען!

― אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל! אָט אַזױ װיל איך, און אָט אַזױ איז דאָס, און אָט אַזױ װעט דאָס זײַן!

צי דערפֿאַר, װאָס יעדער דעספּאָט, יעדער שלאַק־פּורעניות, אַז ער דערהערט אַ הױך װאָרט, דערשרעקט ער זיך און װערט אַנטשװיגן, אָדער דערפֿאַר, װאָס דאָס איז געװען דעם טאַטנס ערשטער װידערשטאַנד זינט זײ קענען זיך און פֿירן אַזאַ זיס לעבן, ― נאָר ס'איז געשען אַ נס: די שטיפֿמאַמע האָט צוגעביסן די צונג און איז אַנטשװיגן געװאָרן, װי אַ קעצעלע. פֿון דעמאָלט אָן איז זי צו שלומען געװאָרן גאָר אַן אַנדער מענטש. דאָס הײסט, שטעכװערטלעך און קללות האָט זי ניט געזשאַלעװעט, אַלע מינוט אים אױפֿגעװאָרפֿן די „קלאָסן“, געגעבן אָנצוהערעניש בדרך גוזמא, אַז עס גײט אַװעק אַ פּוד פּאַפּיר אַ װאָך און דרײַ בוטעלקעס טינט אַ טאָג, און זי פֿלעגט פֿאַרגעסן מיט אַ כּיװן אָנצוגיסן דאָס לעמפּל אַף באַנאַכט, אָנצוגרײטן אָנבײַסן, און נאָך אַזעלכע זאַכן. דערפֿאַר אָבער שאַפֿן זיך האָט זי מיט אים מער ניט געשאַפֿט. סײַדן אַזױ, אין גוטן מוט, אַז ער האָט געװאָלט פֿאָלגן דאָס קינד ― מהכתּיתי.

― שלום? ― זאָגט צו אים די שטיפֿמאַמע װײך און מיט אַ ניגון, װי מע רעדט אין באַרדיטשעװ. ― װאָס איז דאָס, װאָס דו, אַז דו טוסט נאָר אַ קוק צום סאַמאָװאַר, אַזױ הײבט ער אָן זידן?

אָדער:

― שלום? װאָס געדױערט באַ דיר אַ שפּרונג אין מאַרק הין און צוריק? אַ האַלבע מינוט! קײן האַלבע מינוט אױך ניט!…

און דערצו האָט אים צוגעשפּילט די הצלחה אױך אַביסל. אַז עס הײבט אָן גײן אַ מענטשן, גײט עס. אײנמאָל אין קלאַס האָט דער „סמאָטריטעל“ פֿון דער „אױעזדנע“, אַ גאַנץ װױלער גױ, אָנגענומען שלומען באַם אױער און געהײסן, אַז דער טאַטע זאָל קומען צו אים צו גײן אין דער קאַנצעלאַריע. ער דאַרף אים עפּעס זאָגן. דערהערט, אַז דער „אָדון דער דירעקטאָר“ רופֿט אים, האָט זיך נחום ראַבינאָװיטש ניט געלאָזט לאַנג בעטן, אָנגעטאָן די שבתדיקע קאַפּאָטע, נאָך שטאַרקער אונטערגעקאַטשעט די אונטערגעקאַטשעטע פּאות און איז אַװעק צום דירעקטאָר הערן, װאָס װעט ער זאָגן. לאָזט זיך אױס אַזאַ געשיכטע: אַזױ װי זײַן זון שלום לערנט זיך אױסגעצײכנט גוט, װאָלט ער, אײגנטלעך, „פּאָ־זאַקאָנו“, באַדאַרפֿט אים צונעמען אַף „קאַזיאָנע שטשאָט“. נאָר אַזױ װי ער איז אַ ייִד, קאָן ער אים שענקען אַ פּענסיע (דאַכט זיך, אױב ניט הונדערט צװאַנציק רובל אַ יאָר, אָדער הונדערט צװאַנציק רובל אַ האַלב יאָר).

דאָס האָט אָנגעמאַכט אַ מאָדנעם רעש און אַ טומל אין שטאָט. אײנער נאָכן אַנדערן איז מען געקומען געװױרע װערן, צי ס'איז אמת?

― װאָס־זשע? אַ ליגן?

― פּענסיע?

― פּענסיע.

― נאַזנאַטשעט פֿון קאַזנאַ?

― ניט פֿון קאַזנאַ, נאָר פֿון נאַראָדנע פּראָסװיעשטשעניע.

אַ מענטש, װאָס געהער זיך אָן מיט „נאַראָדנע פּראָסװיעשטשעניע“ ― אַ קאַטאָװעס אַביסל?!… פֿאַרנאַכט קלײַבט זיך צונױף די משפּחה ― אָנקוקן װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט, „דער בעל הפּענסיע“?… אַך! װער עס האָט ניט געזען דעמאָלט דעם טאַטן, װי ער האָט געשײַנט און געלױכטן, דער האָט גאָר קײן גליקלעכן מענטשן אַף זײַן לעבן נישט געזען! אַפֿילו די שטיפֿמאַמע, װאָס האָט זיך משׂמח געװען גלײַך מיט אַלע און איז דעם דאָזיקן טאָג געװען מאָדנע גוט, מכבד געװען די משפּחה מיט טײ און מיט אײַנגעמאַכטס, האָט באַקומען חן אין די אױגן פֿונעם בעל הפּענסיע, װאָס האָט איר פֿאַרגעסן און מוחל געװען אַלצדינג. „װאָס ס'איז געװען ― איז געװען“… איצט איז ער אַ העלד. אַלע קוקן אַף אים. אַלע רײדן פֿון אים. אַלע לאַכן און פֿרײען זיך. דער מומע חנהס קינדער, װאָס האָבן ליב טרײַבן מיט אים קאַטאָװעס, פֿרעגן אים: „װאָס רעכנט ער צו טאָן מיט אַזױ פֿיל געלט?“ גלײַך װי זײ װײסן ניט, אַז פֿונעם געלט װעט ער ניט זען אַ גראָשן אין די אױגן. גלײַך װי זײ װײסן ניט, אַז דאָס געלט װעט צונוץ קומען דעם טאַטן אין געשעפֿט אַרײַן, אינעם װײַנקעלער „יוזשנאַהאָ בערעגאַ“…

שאַט! אָט איז ער אױך דאָ ― דער גראָבער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן און מיט די טיפֿע קאַלאָשן. ער װיל נאָר אַ קוק טאָן מיט זײַנע בלינדע אױגן דעם קונדאַס (אַ קװעטש אַפֿן אַס) און געבן אים, דעם שײגאַץ (אַ קװעטש אַפֿן אַץ), אַ קניפּ אין בעקל, אַרױסרײַסן אַ שטיק פֿלײש! אױך די „אײדעמס“, לײזער־יאָסל און מאַגידאָװ, זײַנען אַרײַנגעקומען צום טאַטן אָפּגעבן מזל־טובֿ און אַביסל זיצן און שמועסן פֿון השׂכּלה און פֿון ליכטיקײט, פֿון פּראָגרעס און פֿון ציװיליזאַציע… און נאָך זײ איז געקומען אַרנאָלד פֿון די פֿידװאָרקעס און האָט אַביסל פֿאַרשטערט שלומען די שׂמחה. ערשטנס, האָט ער באַװיזן די ייִדן, אַז זײ זײַנען בהמות, זײ װײסן ניט װאָס זײ רײדן. די פּענסיע איז ניט קײן פּענסיע, נאָר אַ סטיפּענדיע. פּענסיע איז פּענסיע, און סטיפּענדיע איז סטיפּענדיע. והשנית, איז שלום ניט קײן אײנציקער ― ס'איז דאָ נאָך אײנער אין דער אױעזדנע, װאָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע, אױך אַף הונדערט צװאַנציק רובל, און דאָס איז געװען שלומס נײַער חבֿר פֿון דער אױעזדנע. אליע האָט ער געהײסן. נאָר װעגן אים שפּעטער. דערװײַל איז דער העלד פֿון אונדזער באַשרײַבונג געװען אַפֿן זיבעטן הימל. ער האָט אַרױסגעזען בחוש, אַז זײַנע אַמאָליקע חלומות װעגן זײַן חבֿר שמואליקס „אוצר“ הײבן־אָן פּאַװאָלינקע מקױם צו װערן… און זײַן פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אױף אַף אירע פֿליגלען און פֿאַרטראָגט אים װײַט־װײַט, אין עולם־הדמיון אַרײַן. און ער זעט זיך אַרומגערינגלט מיט זײַנע חבֿרים, װאָס קוקן אַף אים מיט שטראַלנדיקע אױגן און זײַנען אים מקנא. און דעם טאַטן זעט ער, נאָך גאָר אַ יונגערמאַנטשיק עפּעס. װוּ איז אַהינגעקומען דער אױסגעבױגענער רוקן? די טיפֿע קנײטשן אַפֿן שטערן? דאָס געלע פֿאַרזאָרגטע פּנים? גאָר אַן אַנדער מענטש געװאָרן! און ער זיפֿצט שױן גאָר ניט מער. און די גאַנצע משפּחה ― שטעלט זיך אים פֿאָר ― רינגלט אים אַרום, גיט אים אָפּ גרױס כּבֿוד, אים און זײַן שלומען, דעם אױסדערװײלטן, דעם גליקלעכן, װאָס פֿון אים װײסן הײַנט אַלע, אַפֿילו „קאַזנאַ“ און אַפֿילו די „נאַראָדנע פּראָסװיעשטשעניע“ ― אַלע, אַלע, אפֿשר טאַקע ביזן קיסר ― װער װײס?…

52

חבֿר אליע

אליע דאָדעס ― די ערשטע באַקאַנטשאַפֿט אַף אַ שׂרפֿה ― שמועסן װעגן קאָס־

מאָגראפֿיע מיטן פֿעטער פּיניע ― דער העלד איז מחלל שבת בפֿרהסיה ― ער װערט געקרױנט מיטן נאָמען „פּיסאַטעל“.

אַ פּנים אַ װײַס, אַ קײַלעכיקס, אַביסעלע אַ געשטופּלטס. האָר שטײענדיקע, האַרטע, שװאַרצע, געדיכטע, שטעכעדיקע ― אַ גאַנצע גריװע. אױגן לאַכנדיקע, צײן געזונטע, װײַסע. פֿינגער קורצע. אַ געלעכטער אַ הילכיקער, אַ שיסנדיקער. אַ טעמפּעראַמענט אַ פֿײַעריקער. ― אָט דאָס איז דער פּאָרטרעט פֿון שלומס חבֿר אליע, פֿון דער ערשטער קלאַס אױעזדנע ביזן סוף.