פֿונעם יאַריד: גימנאַזיסטל סאָלאָמאָן

שלום עליכם (אַלע װערק)

ייִדישער גימנאַזיסט אין פּערעיאַסלאַװ. און ניט קײן גימנאַזיסט, נאָר אַ „גימנאַזיסטל“, מיט װײַסע זילבערנע קנעפּלעך און מיט אַ זילבערנער צאַצקע אַפֿן קאַשקעטל. און געהײסן האָט ער אױך שלום, נאָר גערופֿן האָט מען אים סאָלאָמאָן ― אַ ייִנגל גלײַך מיט אַלע ייִנגלעך, נאַר פֿאָרט ניט גלײַך, פֿאָרט אַ „גימנאַזיסטל“, גאָר אַן אַנדער מין באַשעפֿעניש, װי מיר װעלן דאָס באַלד אַרױסזען. דערװײַל האַלטן מיר נאָך באַ דער עצה, װאָס אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס האָט אױפֿגעגעבן. ער האָט מיט זײַן אידעע אַרײַנגעלאָזט אַ גריל, און פֿון דעמאָלט אָן האָבן די װערטער „קלאַסן“, „עקזאַמענט“, „ראַבינער־שול“, „גימנאַזיע“, „דאָקטער“ זיך באַזעצט באַ די ראַבינאָװיטשעס אין שטוב. פֿון װאָס מע זאָל ניט רײדן, איז מען אַרױף אַף אײנע פֿון די אױבנדערמאָנטע װערטער. איטלעכער האָט געהאַט װאָס צו דערצײלן אַ שײנס: װי אַזױ אַן אָרעם־בחור פֿון דער ישיבֿה האָט זיך אַװעקגעלאָזט אַ באָרװעסער קײן זשיטאָמיר אין דער ראַבינער־שול… װי אַזױ אַ מלמדס אַ ייִנגל, אַ ליטװאַק, איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אַף עטלעכע יאָר, געמײנט, ער איז אין אַמעריקע. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז ער האָט אָפּגעגעבן „עקזאַמענט“ אַף אַלע אַכט קלאַסן גימנאַזיע, און איצט שטודירט ער, זאָגט מען, אַף דאָקטער. דאָס קאָן נאָר אַ ליטװאַק!

― שאַט! װאָס דאַרפֿט איר אַ סך? אַמער נעמט אונדזער יענקל דעם רופֿאס זונדל. װיפֿל, מײנט איר, גײט אים אָפּעט צו װערן אַ דאָקטער?

― פֿאָלג מיך אַ גאַנג! עס דאַרף נאָך אַװעקגײן אַ יאָר מיט אַ מיטװאָך, ביז יענקל דעם רופֿאס זונדל װעט אַמאָל זײַן אַ דאָקטער…

יענקל דעם רופֿאס זונדל ― דאָס איז דער גימנאַזיסט, אָדער „גימנאַזיסטל סאָלאָמאָן“, װאָס איז דערמאָנט באַ אונדז אױבן, און פֿון אים גײען מיר דערצײלן אין קומענדיקן קאַפּיטל.

50

גימנאַזיסטל סאָלאָמאָן

יענקל דעם דאָקטערס זונדל אַ גימנאזיסטל ― ער איז אים שרעקלעך מקנא ―

דער װײַנקעלער „יוזשנאַהאָ בערעגאַ“ ― װימאָראָזיג פֿון ראָזינקעס ― „צערקאָװנע כּשר לפּסח“

עס זײַנען געװען אין פּערעיאַסלאַװ עטלעכע דאָקטױרים, און יעדער מיט זײַן צונעמעניש: דער גראָבער דאָקטער, דער האָרבאַטער דאָקטער, דער שװאַרצער דאָקטער. די אַלע דאָקטױרים זײַנען געװען קריסטן, און נאָר אײן דאָקטער איז געװען אַ ייִד, אי דאָס ― ניט קײן גאַנצער דאָקטער, אַ האַלבער דאָקטער ― י ע נ ק ל ד ע ר ר ו פֿ א. געהאַלטן האָט ער זיך אָבער, װי אַ גאַנצער דאָקטער. געטראָגן אַ טענדעװערענדע, פֿאַרשריבן אַ רעצעפּט און אָנגערופֿן אים דװקא הױך און דװקא אַף לאַטײַן:

― איר װעט מוחל זײַן אײַננעמען אַלע צװײ שעה אַן עסלעפֿל „קאַלי בראָמאַלי“, און אַלע דרײַ שעה אַ טײלעפֿעלע „נאַטרי בראָמאַטרי“, װעט אײַך מאָרגן װערן בעסער. און אַז ס'װעט ניט װערן בעסער, װעט אײַך װערן ערגער, װעט איר מיך רופֿן, װעל איך קומען נאָכאַמאָל…

די שטאָט האָט ליב געהאַט יענקל דעם רופֿא אַ סך בעסער, װי אַלע דאָקטױרים. דערפֿאַר, װײַל מיט יענקל דעם רופֿא קאָן מען זיך דורכשמועסן, געװױרע װערן, פֿון װאַנען נעמט זיך דאָס, װאָס סע שפּאַרט אונטערן לעפֿעלע? און װאָס איז דער שׂכל, אַז מע האָט אַ רעמאַטיז אין אַ פֿוס, זאָל מען טרינקען טראָן? װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אַ מאָגן מיט אַ פֿוס? ― און נאָך אַזעלכע זאַכן. הײַנט האָט ער אײַך אַ מעלה ― ער דינגט זיך ניט. ער נעמט װיפֿל מע גיט אים. קוקט גאָר אַפֿילו נישט. ער שאַרט נאָר מיט די פֿינגער עטלעכע מינוט און טרעפֿט שױן אין דער פֿינצטער, װאָס פֿאַר אַ מטבע מע האָט אים אַרײַנגערוקט. אױב ס'איז אַן אָפּגעריבענער דרײַער, װאָס האָט ניט קײן שום װערט, גיט ער אײַך אָפּ צוריק און זאָגט, אַז מע דאַרף גאָרנישט. װערט אײַך איבער דער טבֿע, גיט איר אים שױן אַן אַנדער מטבע.

און נאָך אַ מעלה האָט ער: ער לאָזט זיך רײדן און האָט אַלײן אױך ליב רײדן. רײדן, דערצײלן מעשׂיות, און צום מײנסטן ― פֿון זײַנע קינדער, װאָסערע געראָטענע קינדער ער האָט. אײנער, דער עלטערער, שלום הײסט ער ― סאָלאָמאָן ― איז ער שױן אַ גימנאַזיסט. ער װעט, אם ירצה השם, ענדיקן די גימנאַזיע און װעט אַרײַן אין אוניװערזיטעט און װעט אַרױס פֿון דאָרטן אַ דאָקטער, אַ פֿאַרטיקער דאָקטער. טאַקע אַ ג אַ נ ־ צ ע ר דאָקטער!

― כ'װאָלט שױן גערן, ס'זאָל שױן זײַן יום־טובֿ! ― זאָגט יענקל דער רופֿא מיט אַ זיפֿץ. ― אם ירצה השם, אַף יום־טובֿ קומט ער צו פֿאָרן, מײַן סאָלאָמאָן, װעט איר זען אַ גימנאַזיסטל!…

שלום װאָלט שױן אױך גערן, ס'זאָל שױן זײַן יום־טובֿ, און ער זאָל אָנקוקן דאָס גימנאַזיסטל, װאָס פֿאַר אַ פּנים האָט דאָס אַ גימנאַזיסטל.

קױם דערלעבט יום־טובֿ, פּסח. אָט דאָ װעט ער שױן זען, װאָס הײסט אַ „גימנאַזיסטל“.

יענקל דער רופֿא איז ניט אַזאַ גרױסער דאַװנער, װאָס זאָל לױפֿן יום־טובֿ אין שול אַרײַן. ער איז דאָך עפּעס אַ דאָקטער! טאַקע נאָר אַ האַלבער דאָקטער, און דאָך אַ דאָקטער. פֿונדעסטװעגן צוליבן זונדל, דעם גימנאַזיסטל, איז ער שױן אױך געקומען אין שול אַרײַן. אַן אױסגעצװאָגענער, אַן אָנגעפּאָמאַדעטער און אַ גליקלעכער. ער זיצט אין שפּיגלבאַנק, אַקוראַט אַקעגן מזרח. נעבן אים שטײט זײַן זונדל שלום, אָדער סאָלאָמאָן, אָנגעטאָן אין אַ מונדירל מיט זילבערנע קנעפּלעך פֿון אױבן ביז אַראָפּ, מיט אַ מאָדנע היטעלע אַפֿן קאָפּ, אַ היטעלע מיט אַ צאַצקע. אין די הענט האַלט ער אַ קלײן סידורל און דאַװנט, װי אַ געװײנלעכער מענטש, און אַלע בעלי־בתים און אַלע קינדער לאָזן ניט אַראָפּ קײן אױג פֿונעם גימנאַזיסטל מיט די זילבערנע קנעפּלעך. דאַכט זיך, אַ מענטש גלײַך מיט אַלע מענטשן, אַ ייִנגל גלײַך מיט אַלע ייִנגלעך ― און פֿאָרט ניט גלײַך: אַ גימנאַזיסטל! און עס רײַסט זיך אַרױס אַ טיפֿער זיפֿץ פֿון האַרצן.

אָפּגעדאַװנט, כאַפּט זיך יענקל דער רופֿא נאָך ניט אַװעקצוגײן פֿון שול. װעמען ע ר דאַרף נאָך זאָגן אַ גוט יום־טובֿ, װער עס דאַרף א י ם זאָגן אַ גוט יום־טובֿ. און דער עיקר װעט דאָך װערן אַ שמועס מסתּמא פֿון זײַן זונדל דעם גימנאַזיסטל. און כּך הװה.

― אָט דאָס איז ער, אײַער גימנאַזיסטל, רב יענקל? נאַ דיר אָפּ שלום.

און מע שטעקט אים אָפּ שלום פֿון אַלע זײַטן. דאַכט זיך, אַ ייִנגל ― און ייִדן מיט בערד גיבן אים שלום־עליכם! אַנדערע שטעלן זיך אָפּ אַביסל שמועסן מיט יענקל דעם רופֿא טאַקע פֿון זײַן זונדל: װוּ לערנט ער? און װאָס לערנט ער? און װאָס װעט זײַן, אַז ער װעט שױן אױסלערנען? צו װאָס װעט ער זיך דערלערנען?…

― צו װאָס װעט ער זיך דערלערנען? ― זאָגט יענקל דער רופֿא מיט אַ געלעכטערל. ― ער װעט זיך שױן דערלערנען, כע־כע־כע. ער װעט שױן זײַן אַ דאָקטער. טאַקע אַ גאַנצער דאָקטער, כע־כע־כע.

יענקל דעם רופֿאס זונדל װעט זײַן אַ דאָקטער? אַ גאַנצער דאָקטער?! ― װאָס־װאָס, נאָר מיט פּרנסה װעט ער שױן זײַן באַװאָרנט… אַפֿילו גרױסע, אַלטע ייִדן װוּנדערן זיך, כאָטש מע פֿאַרשטײט ניט, און זײ אַלײן פֿאַרשטײען ניט, װער שטערט זײ, למשל, אַז ז ײ ע ר ע קינדער זאָלן זײַן דאָקטױרים? קײנער שטערט זײ ניט. נאָר אַז זײערע טאַטעס האָבן ז ײ ניט געװאָלט מאַכן פֿאַר דאָקטױרים, װילן זײ ניט, אַז ז ײ ע ר ע קינדער זאָלן זײַן דאָקטױרים. טרײסטן זײ זיך דערמיט, װאָס זײערע קינדער װעלן דערפֿאַר זײַן ייִ ד ן. אַי װאָס ― פּרנסה? עט! „מאַן דיהיבֿ חײ יהיבֿ מזוני“. דער פּשט איז: װער עס גיט לעבן, דער װעט געבן צום לעבן, און גליק איז באַ גאָט… אָט האָט יוזי פֿינקלשטײן ניט געענדיקט אַף דאָקטער און איז, פֿונדעסטװעגן, חוץ זײַן שאָדן אַף אונדז אַלעמען געזאָגט געװאָרן כאָטש האַלב!…

― איז װיפֿל, זאָגט איר, רב יענקל, דאַרף ער נאָך לערנען, אײַער דאָס, אײַער גימנאַזיסטל? ― פֿרעגן אים די ייִדן, קוקנדיק פֿון אױבן אַראָפּ.

― מײַן סאָלאָמאָן? ― זאָגט יענקל דער רופֿא און גלעט זיך דאָס בערדל און טאַנצט־אונטער אַף אײן פֿוס. ― אָ! ער דאַרף נאָך לאַנג־לאַנג שטודירן! ― און ער רעכנט־אױס אַף די פֿינגער, װיפֿל יאָר ער דאַרף נאָך שטודירן אין גימנאַזיע, װיפֿל יאָר אין אוניװערזיטעט, און דערנאָך אַרבעטן אין אַ שפּיטאָל, אָדער גאָר אַרײַן אין װאָיענע האָספּיטאַל, װערן װאָיענע דאָקטער, דאָס הײסט, כּמעט אַלײן אָפֿיציר, מיט פּאַלעטן, כע־כע־כע…

און ס'איז נישטאָ קײן מער גליקלעכער מענטש אַף דער װעלט, דאַכט זיך, װי יענקל דער רופֿא, ― אַ קלײן ייִדעלע מיט אַן אײַנגעפֿאַלענער נאָז, נאָר מיט געקרײַזלטע שטאַרק־אָנגעפּאָמאַדעטע האָר און מיט אַ טענדעװערענדע, װי אַן אמתער דאָקטער. און ס'איז נישטאָ קײן מער גליקלעכער אַף דער װעלט, װי אָט דאָס גימנאַזיסטל מיט די רױטע בעקלעך און מיט די זילבערנע קנעפּלעך און מיטן מאָדנעם היטעלע מיט דער צאַצקע. בײדע גײען זײ פֿון שול, אַרומגערינגלט פֿון אַ סך בעלי־בתים. ייִדן רײַבן זיך אַרום יענקל דעם רופֿא. ייִנגלעך רײַבן זיך אַרום זײַן גימנאַזיסטל, װילן זײַן װאָס נענטער, װאָס נענטער. עס דאַכט זיך אױס, אַז ער איז עפּעס גאָר אַן אַנדער מין באַשעפֿעניש. ע ר ש מ ע ק ט נ אָ ר אַ נ ד ע ר ש…

נײן, שלום האָט נאָך אַף זײַן לעבן קײנעם אַזױ ניט מקנא געװען װי אָט דעם גליקלעכן גימנאַזיסטל. „פֿאַר װאָס איז ער ניט אַף זײַן אָרט? פֿאַר װאָס איז ער בעסער ניט יענקל דעם רופֿאס זון? ער הײסט דאָך אױך שלום… דאַכט זיך, װאָס װאָלט גאָט געאַרט, אַז נחום ראַבינאָװיטש זאָל זײַן יענקל דער רופֿא און יענקל דער רופֿא זאָל זײַן נחום ראַבינאָװיטש?“… ער האָט אים געזען נאָכדעם אין חלום. ער האָט פֿון אים געחלומט אַף דער װאָר. ער איז אים ניט אַרױסגעקראָכן פֿון קאָפּ אַף אַ מינוט. ער איז געװאָרן באַ אים אַ משוגעת, אַ „אידעע־פֿיקס“, דער צװײטער חײם פֿרוכשטײן… ער האָט אים מקנא געװען, שטאַרק מקנא געװען! צוגײן צו אים און רײדן האָט ער נישט געהאַט קײן מוט. װי אַזױ רעדט מען דאָס מיט אַ גימנאַזיסטל?… װי אַזױ טרעט מען צו צו אַ ייִנגל, װאָס הײסן הײסט ער שלום און רופֿן רופֿט מען אים סאָלאָמאָן?… נאָר פֿאָרגעשטעלט האָט ער זיך אין דער פֿאַנטאַזיע, אַז ער איז אַלײן אַ גימנאַזיסטל, און הײסט שױן אַלײן אױך ניט שלום, נאָר סאָלאָמאָן, און אַז ער טראָגט אַ מונדירל מיט זילבערנע קנעפּלעך און אַ צאַצקע אַפֿן היטעלע, און אַלע ייִנגלעך זײַנען אים מקנא, און אַלע ייִדן חידושן זיך: „אָט דאָס איז נחום ראַבינאָװיטשעס זונדל, ד ע ר ג י מ נ אַ ז י ס ט ל?… אָט דער האָט אַמאָל געהײסן שלום?“…

מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, װאָס פֿאַר אַ גדולה, װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ ס'איז געװאָרן באַ שלומען אין האַרצן יענעם טאָג, אַז דער טאַטע האָט אים געגעבן צו װיסן, אַז מאָרגן, אם ירצה השם, הײבט ער אָן גײן אין די קלאַסן. ער איז שױן געװען, זאָגט ער, באַם „דרעקטער“, אײַנגעגעבן אַ „פּראָשעניע“, דערװײַל אין „פּריגאָטאָװיטעלנע“.

― אין זעקס װאָכן אַרום װעסטו ענדיקן די „פּריגאָטאָװיטעלנע“, װעסטו אַרײַן, אם ירצה השם, אין דער „אױעזדנע“, און פֿון דאָרטן, אַז גאָט װעט װעלן, אין גימנאַזיע, און פֿון דאָרטן נאָך װײַטער… באַ גאָט איז אַלץ מעגלעך, אַבי זאָלסט נאָר װעלן זיך צוסטאַרען אַביסעלע.

שלום האָט שיִער ניט אַרױסגעלאָזט קײן קװיטש ― ער זאָל זיך ניט שעמען פֿאַרן טאַטן. אַ שאלה, אױב ער װעט זיך צוסטאַרען! ער האָט נאָר ניט געװוּסט אַקוראַט, װאָס איז „אױעזדנע“, װער איז דער דרעקטער און װאָס הײסט „פּריגאָטאָװיטעלנע“? ער האָט גוט געדענקט, װאָס אַרנאָלד האָט געזאָגט, אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס. און פֿאַר די אױגן איז אים געקומען יענקל דעם רופֿאס גימנאַזיסטל מיט די זילבערנע קנעפּלעך און מיטן מאָדנעם היטעלע מיט דער צאַצקע, ― און דאָס האַרץ איז אים געװאָרן פֿול, און דער קאָפּ האָט זיך אים געדרײט, און טרערן, טרערן פֿון פֿרײד האָבן זיך אים געשטעלט אין די אױגן. נאָר ער איז געבליבן שטײן װי אַ סטאַטיק, אַ נעבעכל, װאָס קאָן קײן צװײ ניט צײלן. דער סטאַטיק האָט אָבער אַרױסגעקוקט אַף דער מינוט, װען ער װעט קאָנען בלײַבן אַלײן, װעט ער זיך שױן ראַסקאָשעװען: ער װעט שענקען זיך אַלײן צװײ פּעטש אין בײדע באַקן, אָדער אין בײדע ליטקעס, אָדער גאָר געבן זיך אַ װאָרף אַף דער ערד און איבערקוליען זיך דרײַ מאָל הין־און־צוריק, אָדער אַװעקשפּרינגען אַף אײן פֿוס װײַט־װײַט און אױסרופֿן מיט אַ ניגון: סאָלאָמאָן! סאָלאָמאָן! גימנאַזיסטל סאָלאָמאָן!…

― און דערװײַל גײ, זײ מוחל, פֿאַרװיגן דאָס קינד, דערנאָך װעסטו זיך זעצן העלפֿן האַקן ראָזינקעס…

דאָס, פֿאַרשטײט זיך, זאָגט די שטיפֿמאַמע. און בכדי דעם לעזער זאָל ניט זײַן קשה, װאָס איז פֿאַר ראָזינקעס, װאָס מע דאַרף זײ האַקן, באַדאַרף מען אים דאָ געבן צו װיסן, אַז װײַל פֿונעם אײַנפֿאָר אַלײן קאָן מען ניט לעבן, האָט נחום ראַבינאָװיטש געעפֿנט אַ קעלער, אַ װײַן־קעלער, און אױפֿגעהאַנגען אַ שילד:

„פּראָדאַזשנאַ ראַזניך װין יוזשנאַהאָ בערעגאַ“.

ער אַלײן טאַקע האָט געמאַכט די װײַנען פֿון געהאַקטע ראָזינקעס אונטער אַלערלײ נעמען, פֿון װעלכע עס געדענקט זיך „װימאָראָזיג“, „כע־רעס“, „מאַדעראַ“ און נאָך אַ סאָרט רױטער װײַן מיטן נאָמען „צערקאָװ־נע כּשר לפּסח“. דעם סאָרט װײַן האָבן די קינדער ליב געהאַט מער פֿון אַלע װײַנען ― איבער דעם, װאָס דער „צערקאָװנע כּשר לפּסח“ איז געװען זיס און טערפּקע. זײַן זיסקײט האָט זיך גענומען פֿון אַזאַ מין סיראָפּ, װאָס מע האָט אין אים אַרײַנגעטאָן, און זײַן טערפּקײט האָט געשטאַמט פֿון די קערלעך פֿון די ראָזינקעס. און פֿון װאַנען האָט זיך גענומען זײַן רױטקײט ― דאָס האָט דער טאַטע געהאַלטן בסוד… אַלע מאָל, װען מע האָט די קינדער געשיקט אין קעלער נאָך אַ קװאָרט װײַן, האָבן זײ זיך צוגעכאַפּט צום „צערקאָװנע כּשר לפּסח“ און אױסגעזשליאָקעט צװײ מאָל אַזױ פֿיל ― און פֿונדעסטװעגן האָט זיך געצױגן פֿונעם װײַן דאָס שטיקל ברױט גאָר נישקשהדיק מער פֿון אַלע אַנדערע פּרנסות.

51

„די פּענסיע“

דער טאַטע שטאָל און אײַזן פֿאַרן „קלאַסניק“ ― דער העלד באַקומט אַ סטיפּענדיע

― אַ רעש אין שטאָט ― די חלומות װעגן אוצר הײבן־אָן מקױם צו װערן.

נישט אַזױ גיך טוט זיך עס, װי סע רעדט זיך. דאָס אַרײַנטרעטן אין דער „אױעזדנע“ איז ניט אָנגעקומען אַזױ גרינג און ניט אָפּגעלאָפֿן גלאַט. דער ערשטער שטײן אין װעג איז געװען דער פֿעטער פּיניע. ער האָט געאַרבעט מעשׂים: סטײַטש, נעמען קינדער און מאַכן זײ פֿאַר גױיִם בידים! ― האָט ער געטענהט, זיך שטאַרק געערגערט, און האָט זיך ניט באַרויִקט, ביז ער האָט ניט גענומען באַם ברודער דאָס װאָרט, אַז ער װעט כאָטש ניט לאָזן זײַנע קינדער שרײַבן אום שבת. דעם תּנאַי האָט טאַקע נחום ראַבינאָװיטש אױסגענומען מיטן דירעקטאָר (סמאָטריטעל) פֿון דער „אױעזדנע“ בפֿירוש, אַז שבת באַדאַרפֿן זײַנע, ראַבינאָװיטשעס, קינדער זײַן פֿרײַ. נאָך אַ תּנאַי האָט ראַבינאָװיטש אױסגענומען מיטן דירעקטאָר (דאָס איז געװען אַ צײַט, װאָס ייִדן האָבן דיקטירט תּנאָים), אַז זײַנע קינדער זאָלן ניט זײַן אין קלאַס, װען דער גלח גיט־אָפּ זײַן שטונדע ― און אױסגעפֿירט האָט ראַבינאָװיטש.

די צװײטע שװעריקײט פֿאַר די קינדער איז געװען די שפּראַך. זײ האָבן באַם אַרײַנטרעטן אין קלאַס פֿאַרשטאַנען אַזױ װינציק רוסיש, אַז אַלע האָבן פֿון זײ געמאַכט חוזק ― סײַ דער לערער, סײַ די חבֿרים. עס