פֿונעם יאַריד: אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

און דער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן, װאָס רײַבט זיך אַרום יונגעלײַט, האָט אױך צוגעבאָמקעט, אַז ער זאָגט שױן לאַנג, אַז מע קאָן גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם „שײגאַץ“ (אַ קװעטש אַף דער „אַץ“) קאָן אַמאָל זײַן… און דער ימח־שמוניק, אָדער דער שײגאַץ, װאָס איז געשטאַנען דערבײַ, האָט דאָס אַלצדינג געהערט, און די נשמה האָט אים געצאַפּלט, און דאָס האַרץ איז אים געװאַקסן, און דער קאָפּ האָט זיך אים געדרײט, װי באַ אײנעם װאָס קלעטערט אַף אַ גאַנץ הױכן לײטער, און מענטשן שטײען אַרום אים און זעען, װי ער קלעטערט גוט, און גיבן אים אונטער היץ און מאַכן אים קוראַזש. אַ קלײניקײט, אַזעלכע מענטשן לױבן אים, זאָגן, אַז „מ ע װ ײ ס נ י ט , װ אָ ס פֿ ו ן א י ם ק אָ ן אַ מ אָ ל ז ײַ ן!“… און דער טאַטע ― שמועסט מען ניט. יענער איז געװען אַפֿן זיבעטן הימל! יעדער זיפֿץ פֿונדעסטװעגן האָט אױסגעריסן אַ שטיק האַרץ. דאָס זיפֿצן האָט באַדאַרפֿט זאָגן: „איך װײס אַלײן, אַז מע קאָן גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם ימח־שמוניק קאָן אַמאָל זײַן; נאָר גיט מיר אַן עצה, ייִדישע קינדער, װאָס טוט מען מיט אים? װי אַזױ מאַכט מען אים פֿאַר אַ „מענטשן“? אַדרבה, גיט עפּעס אַן עצה?“…

און עס האָט זיך געפֿונען אײנער, װאָס האָט אים געגעבן אַן עצה, אַ שאַרפֿע, אַ ראַדיקאַלע, נאָר אַ רעכטע עצה ― און אים האָט דער טאַטע געפֿאָלגט. דאָס איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע פּערעיאַסלאַװער אינטעליגענטן מיטן נאָמען „אַרנאָלד“, אַ יונגערמאַן אַ פֿילאָזאָף פֿון הינטער דער שטאָט, פֿון די אַזױ־גערופֿענע „פּידװאָרקעס“. אים שענקען מיר אַ באַזונדער קאַפּיטל.

49

אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס

די פֿאָרשטאָט פֿון פּערעיאסלאװ. ― אַרנאָלד אַן אַפּיקורס ― יציאת־מצרים אַ

לעגענדע ― װאָס דרעפּער זאָגט אַפֿן רמב″ם ― ראַבינער־שול און גימנאַזיע

כּמעט יעדע שטאָט פֿון דער געבענטשטער „טשערטאַ“ האָט זיך איר פֿאָרשטאָט, איר „סלאָבאָדקע“, װאָס איר באַפֿעלקערונג באַשטײט מער פֿון גױיִם אײדער פֿון ייִדן, און די ייִדן, װאָס זיצן דאָרט, זײַנען ניט די ייִדן, װאָס אין שטאָט. אַן אַנדער טיפּ ייִדן. זײ זעען־אױס מער דאָרפֿיש, זײַנען ניט אַזױ פֿיפֿיק, װי די שטאָט־ייִדן, אַביסל פֿאַרגרעבט, טראָגן גרױסע שטיװל, שמעקן מיט פּעלץ. אָנשטאָט „גענוג“ זאָגן זײ „האָדי“. לאַכן לאַכן זײ הױך און מיט אַ קמץ: כאָ־כאָ! און די רי″ש רײדן זײ אַרױס האַרט, װי צװײ רי″שן, אָדער נאָך מער: „ררבי! דערר פֿעטעררר מרררדכי האָט אײַך געררופֿן אַפֿן בררית“…

אין דער געגנט פֿון פּערעיאַסלאַװ געפֿינט זיך אַזאַ מין סלאָבאָדקע, װאָס איז אָפּגעטײלט פֿון דער שטאָט מיט אַ הילצערנער בריק און מיט אַ טײַכל, און רופֿן רופֿט זיך עס מיטן נאָמען אַף ייִדיש: „די פּידװאָרקעס“. דאָס איז אַן ערטל מיט אַן אַנדער אױסזען, מיט אַן אַנדער אַטמאָספֿערע. אַהין גײט מען זיך דורך אַמאָל, אַז מע האָט צײַט, כאַפּן פֿרישע לופֿט, װײַל דאָרטן זײַנען דאָ סעדער, דאָרט װאַקסט גראָז. אַהין גײען שפּאַצירן שבת באַטאָג ייִנגלעך און מײדלעך. דאָס הײסט, ניט חלילה ייִנגלעך מיט מײדלעך אינאײנעם ― ייִנגלעך באַזונדער און מײדלעך באַזונדער, נאָר ס'איז שױן במילא, אַז מע באַגעגנט זיך איבער דער בריק גײענדיק, שטעלט מען זיך אָפּ, כאַפּט מען אַ קוק, װאַרפֿט מען זיך דורך מיט אַ װאָרט. אַמאָל טוט מען זיך אַ שאַר אױך, אַ ריר־אָן אײנס דאָס אַנדערע מיטן עלנבױגן, און דער בחור מיטן מײדל װערן רױטלעך, יונגע הערצלעך קלאַפּן… פֿון עטלעכע מאָל אַזױ באַגעגענען זיך אַף די „פּידװאָרקעס“ הײבט מען אָן זיך איבערשרײַבן בסוד־סודות מיט בריװעלעך, און עס פּיקט זיך אױס אַמאָל אַ ראָמאַן. מיט װאָס אָט אַזאַ ראָמאַן ענדיקט זיך ― דאָס װעלן מיר האָבן אַ געלעגנהײט זען װײַטער. דערװײַל האַלטן מיר נאָך באַ „אַרנאָלדן פֿון די פּידװאָרקעס“, און אָט מיט אים װילן מיר זיך דאָס באַקענען.

דאָרט, אַף די „פּידװאָרקעס“, האָט נחום ראַבינאָװיטש געהאַט אַ באַקאַנטן און אַ גוטן פֿרײַנט מיטן נאָמען „בנימין קלמן פֿון די פּידװאָר־קעס“. אַמאָל, שױן גאַנץ לאַנג, האָט בנימין־קלמן פֿון די פּידװאָרקעס געהאַנדלט תּבֿואה בשותּפֿות מיט נחום ראַבינאָװיטש, אינאײנעם „געגרוזעט“ באַרקעס און בערלינעס קײן קעניגסבערג און קײן דאַנציג. די לעצטע צײַט איז ער אַביסל אַראָפּ, אָנגעװױרן דעם גלאַנץ, געהאַנדלט קלײן, געגאַנגען האַרט באַ די װענט. נאָר די גוטפֿרײַנטשאַפֿט פֿון די געװעזענע שותּפֿים איז פֿאַרבליבן די זעלבע, װאָס אַמאָל. ער איז אָפֿט אַרײַנגעקומען אַביסל זיצן און שמועסן. געשמועסט האָט, אײגנטלעך, בנימין־קלמן. ער האָט ליב געהאַט רײדן. צום מײנסטן ― דערצײלן מעשׂיות פֿון זײַן ייִנגערן ברודער אַרנאָלד. „מײַן אַרנאָלד! װוּ האָט איר נאָך אַזאַ קאָפּמענטש, װי מײַן אַרנאָלד? אַזאַ קענער, װי מײַן אַרנאָלד? אַזאַ ערלעכן מאַן, װי מײַן אַרנאָלד? װאָס װײסט איר, װאָס פֿאַר אַן אַרנאָלד דאָס איז! שױן אײן מאָל אַן אַרנאָלד!“… און אַזױ װײַטער.

נישט נאָר דער ברודער בנימין־קלמן ― אַלע האָבן גערעדט פֿון אַר־נאָלדן. „אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס“ איז געװען אַ מין העלד אין שטאָט. ערשטנס, אַ באַיאָרטער בחור, אָדער אַן אַלמן, און אפֿשר אַ גרוש, נאָר סײַ־װי־סײַ ― אָן אַ װײַב. אַ ייִד אָן אַ װײַב איז דאָך גלאַט אַ זעלטנהײט. אַ חוץ דעם, איז ער אַ נאָטאַריוס. אַ ייִ ד אַ נ אָ ט אַ ־ ר י ו ס ― דאָס איז דאָך שױן אַװדאי אַ זעלטנהײט! איר האָט עפּעס אַ סך געזען ייִדישע נאָטאַריוסן באַ אונדז? דאָס הײסט, ער איז נאָך דערװײַל נישט קײן נאָטאַריוס, נאָר ער װעט זײַן אַ נאָטאַריוס. װאָרעם ער שטודירט אַף נאָטאַריוס. סײַדן ער װעט ניט אָפּגעבן דעם „עקזאַמענט“. נאָר פֿאַרװאָס זאָל ער ניט אָפּגעבן? „ער װעט געװיס אָפּגעבן, ― אַזױ זאָגט בנימין־קלמן ― און ער װעט געװיס זײַן נאָטאַריוס, ס'איז גאָר ניטאָ װאָס צו רײדן. איר שפּילט זיך מיט מײַן אַרנאָלדן?“…

װאָס אַ נאָטאַריוס איז ― דאָס װײסן אַלע, און שלום אױך. פֿאַראַן אין פּערעיאַסלאַװ אַ נאָטאַריוס, איז ער אַ גױ און הײסט נאָװאָװ. נאָװאָװ דער נאָטאַריוס. נאָר װאָס הײסט „אָפּגעבן עקזאַמענט“ ― דאָס װײס ער שױן ניט. װ אָ ס דאַרף ער אָפּגעבן, און װ ע מ ע ן דאַרף ער אָפּגעבן, און װ י אַ ז ו י גיט מען דאָס אָפּ „עקזאַמענט“? ― דאָס זײַנען פֿון די זאַכן, װאָס מע הערט פֿון זײ און מע רעדט זײ נאָך, נאָר מע זאָל פֿאַרשטײן װאָס דאָס איז ― דאָס ניט. למשל, אַף אַרנאָלדן פֿון די פּיד־ װאָרקעס זאָגט מען, אַז ער שרײַבט אין די גאַזעטן, און אַז די גאַנצע שטאָט, סײַ ייִדן, סײַ קריסטן, האָבן מורא פֿאַר אים, ער זאָל זײ נישט באַשרײַבן אין „קיִעװליאַנין“. פֿאַרשטײט ניט שלום, ערשטנס, װאָס האָבן זײ מורא? און צװײטנס, װער איז געװען דער „קיִעװליאַנין?“ ער הערט אַלע זאָגן, זאָגט ער נאָך, אַז אַלע ציטערן פֿאַר אַרנאָלדן, פֿאַר זײַן מױל און פֿאַר זײַן פּען, װי פֿאַרן מלאך־המות. אױסבאַהאַלטן זיך פֿאַר אים איז אוממעגלעך, און אונטערקױפֿן אים ― פֿאַרמאָגט קײנער ניט אַזױ פֿיל געלט. „זײ װעלן זיך דערשפּילן! ― אַזױ פֿלעגט בנימין־קלמן זאָגן מיט אַ שמײכעלע. ― לאָז מײַן אַרנאָלד נאָר װעלן זיך פּאַצקען די הענט, אַזױ באַשרײַבט ער זײ אין „קיִעװליאַנין“ פֿון קאָפּ ביז די פֿיס אַלעמען, לאָזט ניט איבער אײנעם ניט קײן באַשריבענעם! איר שפּילט זיך מיט מײַן אַרנאָלדן?“…

שענער פֿון אַלץ איז דאָס ― און זײער כאַראַקטעריסטיש, ― װאָס אַרנאָלד איז געזעסן מיט זײַן ברודער בנימין־קלמן אַף די פּידװאָרקעס אונ־ טער אײן דאַך ימים ושנים ברוגזע, ניט אױסגערעדט אַ װאָרט צװישן זיך, נאָר אײנער פֿאַרן אַנדערן האָבן זײ זיך געלאָזט די פֿיננגער שנײַדן! „מײַן אַרנאָלד“… „מײַן בנימין־קלמן“… קײנער, ניט אַף די פּידװאָרקעס, ניט אין שטאָט, האָט געזען אַמאָל בײדע ברידער גײן אינאײנעם, אָדער געהערט אױסרײדן זײ אַ װאָרט. אַפֿילו באַ אײן טיש נישט געזעסן. אַרנאָלד האָט זיך געהאַט באַ בנימין־קלמנען אין שטוב זײַן חדרל, פֿול מיט ספֿרים און בי־ כער ביז דער סטעליע, און געלעבט זיך גאַנץ אַלײן ― אַ מין פּרוש. מאָדנע ברידער! אַ מאָדנער מענטש אָט דער אַרנאָלד! און דער איז דאָס געװען פֿון די אָפֿטע אַרײַנגײער צו נחום ראַבינאָװיטשן. זײַן אַרײַנגײן איז אָבער געװען ניט װי דאָס אַרײַנגײן פֿון די איבעריקע משׂכּילים. ער איז אַרײַנגעקומען ניט גלאַט פּלאַפּלען, רײדן דבֿרים בטלים, נאָר אָדער מיט אַ בוך, װאָס קײנער האָט דאָס נאָך ניט געזען, אָדער מיט אַ בלאַט „קיִעװליאַנין“, אָדער מיט אַ טענה צו דער שטאָט און צו אירע רעדלפֿירער. שלום האָט פֿאַר אים געהאַט מער רעספּעקט, װי פֿאַר אַלע אַנדערע. ער איז נישט אָפּגעטראָטן פֿון אים, געקוקט אים גלײַך אין מױל אַרײַן און אײַנגערעדט זיך, װי אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס רעדט. אָט דאָס איז דער אַרנאָלד, װאָס װעט אָ פּ ג ע ב ן דעם „עקזאַמענט“ און װעט זײַן אַ נאָטאַריוס? אָט דאָס איז דער אַרנאָלד, װאָס שרײַבט אין „קיִעװליאַנין“, נאָר ער װיל זיך ניט פּאַצקען די הענט? צו װאָס דאַרף מען זיך פּאַצקען די הענט, אַז מע שרײַבט אין „קיִעװליאַנין“?… און ער לאָזט קײן אױג ניט אַראָפּ פֿון אַרנאָלדן. דער אַרנאָלד איז אים געפֿעלן. זײער אַ סימפּאַטישער, אַן אײַנגענומענער פּאַרשױן. נישט קײן גרױסער, אַ דאַרינקער, נאָר אַ פֿעסטער, װי פֿון שטאָל אױסגעגאָסן. אַ געל בערדעלע, און דװקא גוט אונטערגעשױרן, קײן סימן פֿון קײן פּאות. אַ קורץ רעקעלע, אַ דין שטעקעלע, און אַ צינגעלע ― שאַרף װי אַ גאָלמעסער! פּעך און שװעבל! רעדט על ה' ועל משיחו! לאַכט־אָפּ פֿון די חסידים, מאַכט אַ תּל פֿון די „פֿאַנאַטיקער“. „ערלעך דאַרף מען זײַן ― װאָס טױג מיר פֿרומקײט? מען איז אײַך מוחל אײַער פֿרומקײט, זײַט בעסער ערלעך!“ ― און זײַן שאַרפֿער גיפֿטיקער געלעכטער הילכט־אָפּ װײַט־װײַט!

װוּנדערט זיך שלום, װי אַזױ שטעלט זיך אײַן אַ ייִד אַזױ צו רײדן און אַזעלכעס צו זאָגן? אַפּנים, אַז ער מעג. אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס מעג אַלצדינג, װאָרעם ער הײסט אַרנאָלד און איז אַ נאָטאַריוס, דאָס הײסט, ער װעט זײַן אַ נאָטאַריוס.

מאַכט זיך אַמאָל, אַז דער פֿעטער פּיניע זיצט אױך דערבײַ און הערט, װי אַרנאָלד פֿון די פּידװאָיקעס דרשנט. קאַטשעט ער זיך פֿאַר געלעכטער און זאָגט: „אַרנאָלד! אױ, אַרנאָלד, אַרנאָלד!“ דער פּשט דערפֿון, אַפּנים, דאַרף זײַן: „װי טראָגט אַף זיך די ערד אַזאַ רשע, װי דו ביסט?!“… פֿונדעסטװעגן האַלט אַפֿילו דער פֿעטער פּיניע אױך פֿון אַרנאָלדן. איבער זײַן ערלעכקײט. זײַן ערלעכקײט האָט אַ שם אין שטאָט. אַ מ ש ו ג ע ־ נ ע ר ע ר ל ע כ ע ר! אַ מענטש, װאָס האָט פֿאַר קײנעם קײן מורא ניט, זאָגט אַלעמען דעם רײנעם אמת, און גלײַך אין די אױגן, און דער עיקר, ער לאַכט זיך אױס פֿון די גבֿירים, שפּײַט אַף געלט! נו, זאָגט שױן איר אַלײן, װי אַזױ האַלט מען ניט פֿון אַזאַ מענטשן? האַלט אָבער אַרנאָלד ניט פֿון אײַך, ניט פֿון קײנעם. למשל, פֿונעם פֿעטער פּיניען איז ער אױך ניט נתפּעל. טאַקע אַ שײנער ייִד מיט אַ שײנער באָרד, נאָר אַרנאָלד האַלט ניט פֿונעם פֿעטער פּיניען. ער האַלט פֿון זײַן ברודער נחומען אַ סך מער. דערפֿאַר, זאָגט ער, װאָס נחום ראַבינאָװיטש איז אַ ייִד אָן אַ מאַסקע און נישט קײן פֿאַרנאַרישטער חסיד; אים קאָן מען זאָגן װאָס מע װיל, רײדן נישט נאָר אַפֿן רבין, אַפֿילו אַף משה־רבינון. שלום אַלײן האָט געהערט אַר־נאָלדן זאָגן דעם טאַטן, אַז ער, אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס, גלײבט ניט אין יציאת־מצרים! ס'איז אַ „לעגענדע“, האָט ער געזאָגט. די גאַנצע מעשׂה איז אַ „לעגענדע“. שלום האָט אָפּגעשאַצט דאָס װאָרט „לעגענדע“, אַז עס נעמט זיך מסתּמא פֿונעם װאָרט „ליגן“. אַ „לעגענדע“ הײסט, אַפּנים, אַ קלײן ליגנדל. נאָך גוט, װאָס ניט קײן גרױסער ליגן… הערט אַ שײנס: אײנמאָל איז אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס געקומען צו לױפֿן מיט אַ גראָבן בוך: „נאַט זעט, װאָס דרעפּער זאָגט אַף אײַער רמב″ם! דער רמב″ם איז געװען הױף־דאָקטער באַם טערקישן סולטאַן דרײַצן יאָר. האָט ער זיך צוליב דעם געשמדט. דרײַצן יאָר געװען אַ טערק. אײַער רמב″ם, אײַער „מורה־נבֿוכים“ ― װאָס װעט איר הײַנט זאָגן?“…

אַ גליק, װאָס דער פֿעטער פּיניע איז דערבײַ ניט געװען! װײ־װײ, װאָס װאָלט געװען, אַשטײגער, װען דער פֿעטער פּיניע זיצט דערבײ?…

פֿאַר אָט דעם חבֿרה־מאַן האָט זיך, אַפּנים, שלומס פֿאָטער באַרימט מיט זײַן זונס שרײַבעכצן און מיט אים, אַפּנים, זיך אַן עצה געהאַלטן, װאָס טוט מען מיטן קינד, װי אַזױ מאַכט מען אים פֿאַר אַ „מענטשן“? שלום איז אָנגעקומען אַף די דאָזיקע רײד פֿון אַרנאָלדן:

― די שרײַבערײַעכצן זײַנע בין איך אײַך מוחל. נעמט װאַרפֿט זײ אַרױס אַפֿן מיסט. אַזעלכע שרײַבערײַעכצן זײַנען ניט װערט דאָס פּאַפּיר. און דעם קלײנעם, אױב איר װילט אים מאַכן פֿאַר אַ מענטשן, נעמט און גיט אים אַװעק אין דער „אױעזדנע“. פֿון דער „אױעזדנע“ זײַנען פֿאַר אים דערנאָך אַלע װעגן אָפֿן: װילט איר אין ראַבינער שול ― איז אין ראַבינער שול. װילט איר אין גימנאַזיע ― איז אין גימנאַזיע…

מיט שלומס אַרײַנקומען איז דער שמועס איבערגעריסן געװאָרן. און הגם אַרנאָלדס קריטיק איבער זײַנע „שרײַבערײַעכצן“ איז געװען פֿאַרן יונגן שריפֿטשטעלער עפּעס ניט אַזױ פֿױגלדיק, און אַן אָרט האָט מען זײ אַװעקגעגעבן עפּעס ניט אַזאַ בכּבֿודיקן (אַפֿן מיסט), פֿונדעסטװעגן איז שלום געװאָרן אָט דעם אַרנאָלדן פֿון די פּידװאָרקעס דער גרעסטער גוטער פֿרײַנט ― נאָר פֿאַרן װאָרט „גימנאַזיע“, װאָס האָט געקלונגען אין זײַנע אױערן װי די שענסטע מוזיק און געהאַט דעם זיבעטן חן באַ אים אין די אױגן. ניט אַזױ נאָך דאָס װאָרט „גימנאַזיע“, װאָס ער האָט נאָך, אײגנטלעך, ניט געװוּסט מיט װאָס מע עסט דאָס, װי דאָס, װאָס ער װעט זײַן אַ „גימנאַזיסט“! אַ קלײניקײט, אַ גימנאַזיסט? אַ גימנאַזיסט האָט ער געװוּסט, געקענט, געזען מיט זײַנע אױגן. דאָס איז געװען דער אײנציקער ייִדישער גימנאַזיסט אין פּערעיאַסלאַװ. און ניט קײן גימנאַזיסט, נאָר אַ „גימנאַזיסטל“, מיט װײַסע זילבערנע קנעפּלעך און מיט אַ זילבערנער צאַצקע אַפֿן קאַשקעטל. און געהײסן האָט ער אױך שלום, נאָר גערופֿן האָט מען אים סאָלאָמאָן ― אַ ייִנגל גלײַך מיט אַלע ייִנגלעך, נאַר פֿאָרט ניט גלײַך, פֿאָרט אַ „גימנאַזיסטל“, גאָר אַן אַנדער מין באַשעפֿעניש, װי מיר װעלן דאָס באַלד אַרױסזען. דערװײַל האַלטן מיר נאָך באַ דער עצה, װאָס אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס האָט אױפֿגעגעבן. ער האָט מיט זײַן אידעע אַרײַנגעלאָזט אַ גריל, און פֿון דעמאָלט אָן האָבן די װערטער „קלאַסן“, „עקזאַמענט“, „ראַבינער־שול“, „גימנאַזיע“, „דאָקטער“ זיך באַזעצט באַ די ראַבינאָװיטשעס אין שטוב. פֿון װאָס מע זאָל ניט רײדן, איז מען אַרױף אַף אײנע פֿון די אױבנדערמאָנטע װערטער. איטלעכער האָט געהאַט װאָס צו דערצײלן אַ שײנס: װי אַזױ אַן אָרעם־בחור פֿון דער ישיבֿה האָט זיך אַװעקגעלאָזט אַ באָרװעסער קײן זשיטאָמיר אין דער ראַבינער־שול… װי אַזױ אַ מלמדס אַ ייִנגל, אַ ליטװאַק, איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אַף עטלעכע יאָר, געמײנט, ער איז אין אַמעריקע. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז ער האָט אָפּגעגעבן „עקזאַמענט“ אַף אַלע אַכט קלאַסן גימנאַזיע, און איצט שטודירט ער, זאָגט מען, אַף דאָקטער. דאָס קאָן נאָר אַ ליטװאַק!

― שאַט! װאָס דאַרפֿט איר אַ סך? אַמער נעמט אונדזער יענקל דעם רופֿאס זונדל. װיפֿל, מײנט איר, גײט אים אָפּעט צו װערן אַ דאָקטער?

― פֿאָלג מיך אַ גאַנג! עס דאַרף נאָך אַװעקגײן אַ יאָר מיט אַ מיטװאָך, ביז יענקל דעם רופֿאס זונדל װעט אַמאָל זײַן אַ דאָקטער…

יענקל דעם רופֿאס זונדל ― דאָס איז דער גימנאַזיסט, אָדער „גימנאַזיסטל סאָלאָמאָן“, װאָס איז דערמאָנט באַ אונדז אױבן, און פֿון אים גײען מיר דערצײלן אין קומענדיקן קאַפּיטל.

50

גימנאַזיסטל סאָלאָמאָן

יענקל דעם דאָקטערס זונדל אַ גימנאזיסטל ― ער איז אים שרעקלעך מקנא ―

דער װײַנקעלער „יוזשנאַהאָ בערעגאַ“ ― װימאָראָזיג פֿון ראָזינקעס ― „צערקאָװנע כּשר לפּסח“

עס זײַנען געװען אין פּערעיאַסלאַװ עטלעכע דאָקטױרים, און יעדער מיט זײַן צונעמעניש: דער גראָבער דאָקטער, דער האָרבאַטער דאָקטער, דער שװאַרצער דאָקטער. די אַלע דאָקטױרים זײַנען געװען קריסטן, און נאָר אײן דאָקטער איז געװען אַ ייִד, אי דאָס ― ניט קײן גאַנצער דאָק־