פֿונעם יאַריד: די געראָטענע אײדעמס

שלום עליכם (אַלע װערק)

ציון“, נאָר „בת־ציון“, און די העלדן האָבן ניט געהײסן ניט אַמנון און ניט תּמר, נאָר שלמה און שולמית. און אַזױ װי באַטאָג איז ניט געװען קײן סך צײַט צו שרײַבן ― אַ האַלבן טאָג דאַרף מען גײן אין חדר און אַ האַלבן טאָג העלפֿן אין אײַנפֿאָר, ― לכן האָט ער געמײנט אױסנוצן דערצו אױך די נאַכט, אַװעקגעזעצט זיך באַ אַ לאָמפּ און געשריבן מיט קלײנע אותיותלעך, און געשריבן און געשריבן, ביז… ביז די שטיפֿמאַמע האָט דערהערט, סע סקריפּעט עפּעס, און דערזען, אַז עס לײַכט זיך, האָט זי זיך ניט געפֿױלט און איז אַראָפּ פֿון בעט אַ באָרװעסע, זיך אונטערגעגנבֿהט און דערזען דעם חבֿרה־מאַן זיצן און שרײַבן, האָט זי אױפֿגעהױבן אַזאַ גװאַלד, אַז די גאַנצע שטוב האָט זיך אױפֿגעכאַפּט אין אײן שרעק, געמײנט, אַז סע ברענט. דער גאַנצער גװאַלד איז אָבער געװען נאָר איבערן קעראָסין, װאָס איז אױסגעברענט. „גאַז װעלן זײ ברענען, ברענען און שׂרפֿהנען זאָלט איר, ליבער גאָט! אַ מיתה משונה! אַ חלירע! אַ שׂרפֿה! אַ מגפֿה!“…

אַװדאי האָט דער טאַטע דעם ניט־געענדיקטן ראָמאַן „בת־ציון“ צוגענומען צו זיך, אינאײנעם מיטן געגנבֿהטן „אַהבֿת ציון“, און דער מחבר פֿון דער „בת־ציון“ האָט שױן געװאַרט אַף אַ רעכטן פּסק. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז דער טאַטע האָט דעם „בת־ציון“ באַװיזן, צום אַלעם ערשטן, דעם קאָלעקטאָר. האָט דער קאָלעקטאָר זיך גאָר ניט געקאָנט אָנקוקן אינעם כּתבֿ און אינעם לשון און אין דער מליצה! און ער האָט געשענקט דעם „קונדאַס“ אַזאַ קניפּ אין באַק, אַז ס'איז געבליבן שטײן אַ בלױער סימן.

― איר װײסט גאָר ניט, רב נחום, װאָס פֿאַר אַ פּרי דאָס איז! שטראָף מיך גאָט, אױב איר װײסט! פֿון אים װעט עפּעס אױסװאַקסן! אָט װעט איר זען, װאָס פֿון אים װעט אױסװאַקסן!… קום נאָר אַהער, דו שײגאַץ אײנער, לאָם איך דיר שענקען כאָטש נאָך אַ רעכטן קניפּ אין דײַנע רױטע פּאַמפּעשקעס, אַ רוח אין דײַן פֿאָרנט און מיטן אַרײַן!

די געראָטענע אײדעמס

דער „מיראָװאָי סודיאַ“, אַ גױ, זאָגט מוסר די ייִדן. ― לײזער־יאָסל און

מאַגידאָװ ― צאַצקעװאַטע אײדעמס ― טױזנט בלאַט גמרא אױסװײניק

נאָכן „קאָלעקטאָר“ זײַנען אָפֿטע אַרײַנגײערס צו נחום ראַבינאָװיטשן געװען די „געראָטענע אײדעמס“, די אמתע זײַדענע יונגעלײַט, די צאַצקעס, די אינטעליגענץ פֿון שטאָט.

איטלעכע שטאָט מיט אירע השׂגות און מיט אירע מאָדעס. אין פּערעיאַסלאַװ איז געװען אין יענער צײַט אַ מאָדע ― אײדעמס. באַ די דאָרטיקע בעלי־בתים איז דאָס געװען אַ מין ספּאָרט, װאָס מע האָט זיך דערױף אױסגעבראַכט, זיך געלאָזט קאָסטן געלט, אַבי צו קריגן אַ רעכטן אײדעם. באַצױגן האָט מען די סחורה, מײנסטנס, פֿון דער פֿרעמד. זעלטן װער עס האָט אַ שידוך געטאָן אינדערהײם. סײַדן אַזעלכער, װאָס האָט ניט צו באַצאָלן. װער אָבער עס האָט געקאָנט און געװאָלט געבן נדן, דער האָט זיך געבראַכט צו פֿירן פֿון דער ליטע אָדער פֿון פּױלן אַן אײדעמל אַ צאַצקע, יעדער נאָך זײַן גוסט, נאָך זײַן פֿאַסאָן, נאָך זײַן השׂגה און נאָך זײַן פֿאַרמעגן.

למשל, דער פֿעטער פּיניע האָט זיך געבראַכט אַן אײדעמל דװקא ניט פֿון װײַט, פֿון לובען, אַ יונגערמאַן אַ בן־תּורה, אַ רוחניות, װאָס האָט ניט געװוּסט קײן צורת מטבע. די מומע חנה פֿאַר איר שײנער טאָכטער האָט אַראָפּגעבראַכט אַן אײדעם פֿון יאַגאָטין, אַ פּאַרשױן, װאָס מע האָט געמעגט אים אָנקוקן אַף בילעטן! ניט קײן איבעריקער חכם און ניט קײן גרױסער למדן, דערפֿאַר אַ פּאַרשױן! שבת נאָך דער חתונה, אַז מע האָט געפֿירט דאָס פּאָרל אין שול און פֿון שול, האָבן ייִדן און װײַבער זיך געשטופּט קאָפּ אַף קאָפּ, אײַנגעקוקט זיך און באַװוּנדערט און געשאַצט, װער פֿון די צװײ איז שענער? און דװקא הױך אַף אַ קול. אײניקע האָבן געזאָגט, אַז ז י איז שענער, אַנדערע האָבן געדרונגען, אַז ע ר איז שענער. דער „ער“ מיט דער „זי“ האָבן דאָס בײדע געהערט, זיך פֿאַררױטלט און דערפֿון געװאָרן נאָך שענער. מער האָבן די עלטערן נישט געדאַרפֿט, אַבי זײ האָבן אױסגענומען, זײער סחורה איז געפֿעלן, און די שטאָט רעדט פֿון זײ. װאָס נאָך דאַרף מען האָבן צו פּאָפּולאַריטעט?… אָפֿטמאָל האָט זיך געמאַכט, אַז מע האָט זיך געשלאָגן פֿאַר אײדעמס. דאָס הײסט, מע מײנט ניט, חלילה, זיך געשלאָגן מיט שטעקנס. געשלאָגן הײסט ― מחותּנים האָבן זיך געקריגט און געזידלט, װער עס האָט אַ שענערן אײדעם. מחותּנתטעס האָבן זיך געשטעלט פֿײַגן, און עס איז טאַקע דערגאַנגען אַמאָל צו פּעטש אױך, און ראָמאַנאָװסקי דער „מיראָװאָי סודיאַ“, אַ גױ אַ חרוץ, װאָס פֿאַרשטײט ייִדיש, האָט זײ געזאָגט מוסר… פֿאָרט אַ גױ! װי קאָן אַ גױ פֿאַרשטײן דעם תּענוג פֿון פֿירן אַן אײדעם שבת אין שול אַרײַן, אַװעקזעצן אים אין זײַנע נײַע בגדים פֿון קאָפּ ביז פֿיס גאַנץ אױבנאָן אין מזרח, אַף דער אױסשטעלונג, אים אָפּגעבן מפֿטיר, און ער זאָל אַרױפֿגײן אַף דער בימה און אָפּקלינגען אַ הפֿטרהלע, אַז ס'זאָל קנאַקן, און די װײַבער פֿון עזרת־נשים זאָלן זיך שטופּן דורך די פֿענצטערלעך: „װוּ איז ער? װוּ?“… נײן, דאָס װעט אַ גױ קײנמאָל ניט פֿאַרשטײן, ער מעג זײַן דער גרעסטער חכם אין דער װעלט!

מערסטנטײלס אָבער איז דער דאָזיקער אַרטיקל געװען אַזאַ מין, װאָס װערט גיך אָפּגענוצט, טוט אַ גלאַנץ און װערט װאָכעדיק, װי יעדער מין סחורה, װאָס הײבט־אָן װערן אַלט, אָדער גײט־אַרױס פֿון דער מאָדע אַ יאָר, צװײ יאָר ― און דער געװעזענער אײדעם, די צאַצקע, דער נעכטיקער פּרינץ, װערט אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, עס הײבט זיך אים אָן אױסשיטן אַ בערדל, און ס'איז צו זען, װי ער הײבט־אָן צו טראָגן אַף זיך דער עול פֿון פּרנסה. אַ רחמנות צו קוקן, װי אַזױ דער געװעזענער אײדעם, דער נעכטיקער פּרינץ, װאָס איז, דאַכט זיך, ערשט פֿאַראַכטאָגן שבת געשטאַנען אין בית־מדרש אין מזרח אַף דער אױסשטעלונג, האָט אָפּגעטראָטן מחילה דעם אױבנאָן אַ נײַעם אײדעם אַ צאַצקע, אַ נײַעם פּרינץ, און ער קוקט אַף אים און איז אים מקנא, און זײַן יונג װײַבל, װאָס איז ערשט אָט דאָ ניט לאַנג געװען אַ קעניגן, שטופּט זיך מיט אַלע װײַבער גלײַך פֿון עזרת־נשים אַהין, צום פֿענצטערל: „װוּ איז ער? װוּ?“… אָט אַזױ איז אַלצדינג אַף דער װעלט. מיר װאָלטן דאָ באַדאַרפֿט זאָגן: ד ו ר ה ו ל ך ו ד ו ר ב א , און עס װאָלט געװען אַ יושר אַרײַנצולאָזן זיך אַביסל אין לעבנס־פֿילאָזאָפֿיע, נאָר מיר האַלטן באַ די געראָטענע אײדעמס, גײען מיר דעריבער אונדזער װעג.

צװײ אַזעלכע געראָטענע אײדעמס זײַנען געװען, קאָן מען זאָגן, אַן אױסנאַם פֿונעם כּלל אײדעמס, און זײ זײַנען דעריבער פֿאַרבליבן אין דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ מיטן גאַנצן גלאַנץ אַף אַ לאַנגער־לאַנגער צײַט נאָך זײער חתונה, ניט אָפּגעבליאַקעװעט, װי אַלע אַנדערע אײדעמס, און ניט אַרױס אַזױ גיך פֿון דער מאָדע. אײנער האָט געהײסן לײזער־יאָסל, דער אַנדערער ― מאַגידאָװ. דעם ערשטן האָט אַראָפּגעבראַכט פֿון קאָרסון אַ נגיד אַ לעדער־הענדלער, װאָס האָט געהאַט נישט קײן איבעריק שײנע טאָכטער און האָט אָבער געקאָנט רעכט באַצאָלן. דעם אַנדערן האָט אױסגעשריבן פֿון דער ליטע ערגעץ אַ נגיד אַ ליװעראַנט, װאָס שטעלט־צו פֿערד אין „קאַזנאַ“, אים געגעבן בײדע זאַכן: אי אַ שײנע טאָכטער, אַ געזונטע שטיק, אי היפּשלעך נדן, אַ חוץ מתּנות און קעסט און װאָס איר װילט. און אַז מע האָט זײ אַראָפּגעבראַכט, האָט געקלונגען די שטאָט, ממש געגאַנגען „כאָדאָראָם“! חתונות זײַנען געװען אַזעלכע, װאָס ליגן עד־היום אין טעם און זײַנען אַ לאַנגע צײַט ניט פֿאַרגעסן געװאָרן. מע האָט גערעדט פֿון זײ נאָכדעם אין שטאָט און אױסער דער שטאָט און אין אַנדערע שטעט אַרום און אַרום אין דער גאַנצער סבֿיבֿה. אַ קלײניקײט, װאָס די צװײ חתונות האָבן אָפּגעקאָסט!… אױב די טעכטער זײַנען געװען גליקלעך, אָדער ניט ― דאָס איז זיך אַ באַזונדער זאַך. אַף װיפֿל אונדז איז באַװוּסט, האָט אײנע פֿון זײ זיך געגט מיט איר מאַן שױן דערנאָכדעם, װי זי האָט געהאַט פֿון אים אַ מתּנה ― עטלעכע קינדערלעך, ― און זי איז אַװעק קײן אַמעריקע… די אַנדערע ― דער מאַן אירער איז, דאַכט זיך, אָדער אַ מלמד, אָדער אַ שדכן, אָדער בײדע זאַכן אינאײנעם, פֿאַר זיכער איז שװער צו זאָגן, נאָר אַז ער איז אַן אָרעמאַן ― דאָס איז געװיס. מיר רײדן אָבער נישט פֿון איצט. מיר רײדן פֿון דעם, װאָס איז געװען אַמאָל, מיר רײדן פֿון דעמאָלט! דעמאָלט זײַנען די פֿאָטער און מוטער, די שװער און שװיגער, הײסט עס, געװען אַפֿן זיבעטן הימל! אײנע פֿאַר דער אַנדערער האָבן זיך די שװיגערס באַרימט מיט די „מציאות“, װאָס זײ האָבן אײַנגעהאַנדלט. אײנע האָט זיך אַרױסגערעדט פֿאַר די װײַבער, אַז זי האָט געבראַכט אַ פּרוכתל אין שול אַרײַן. האָט די אַנדערע זיך אױסגעדריקט נאָך שאַרפֿער, אַז זי האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ספֿר־תּורהלע אין אָרון־קודשל אַרײַן (צוליבן פּרוכתל מיטן ספֿר־תּורהלע איז שױן דער אָרון־קודש באַ איר געװאָרן אַן „אָרון־קודשל“…)

און באַרימען זיך האָבן זײ געמעגט. זײ האָבן געהאַט מיט װאָס. לײ־זער־יאָסל איז געװען אַן עלױ: אַ יונגערמאַנטשיק, װאָס האָט געקענט ― אַזױ האָט מען געשמועסט ― טױזנט בלאַט גמרא בעל־פּה; 1.000 ― ניט קײן 999! פֿון תּנ″ך שמועסט מען ניט. הײַנט אַ בעל־לשון־קודש, און אַ בעל־מליץ, און אַ כּתבֿא רבה, און אַ ברען, אַ לץ, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק… בסוד האָט מען אַפֿילו אונטערגעשמועסט, אַז ער איז אַביסל „געכאַפּט“: פֿאַרקנײטשט דאָס דאַװנען, האַלט ניט פֿון תּעניתים, טראָגט דאָס נאָזטיכל אום שבת, שרעקט זיך ניט איבער פֿאַר אַ נקבֿה ― און נאָך אַזעלכע זאַכן האָט מען געקאָנט האָרכן, באַם פֿעטער פּיניע אין שטוב, למשל. דאָס איז אָבער אַלצדינג געװען בטל אַקעגן די טױזנט בלאַט גמרא אױסװײניק.

דער צװײטער אײדעם, מאַגידאָװ, איז אױך געװען אַן עלױ, אױך טױזנט בלאַט גמרא אױסװײניק ― 1.000 ― ניט קײן 999 ― און אױך אַ בעל־תּנ″ך און אַ בעל־דקדוק און אַ בעל־לשון־קודש און אַ שײנער בעל־דבדן, נאָר שױן נישט קײן לץ און נישט קײן פֿאַרשלעפּטע קרענק, װי לײזער־יאָסל. אַדרבה, שױן אַביסל צו אַ חקרן, צו אַ טיפֿער, פֿאַרדרײטער מח. אַלצדינג, װאָס איר זאָלט ניט זאָגן, איז פּונקט קאַפּױר. אַ שטיק עקשן ― אַ „ליטװאַק“!

פֿאַרשטײט זיך, אַז נחום ראַבינאָװיטש האָט ניט דורכגעלאָזט אַזאַ טײַערע געלעגנהײט, אַז די דאָזיקע געראָטענע אײדעמס זאָלן פֿאַרהערן זײַן קלײנעם בעל־תּנ″ך און זען, װי דער ימח־שמוניק שלום שרײַבט לשון־קודש. בײדע אײדעמס האָבן געפֿונען, אַז דער ימח־שמוניק איז טאַקע אַ ימח־שמוניק, און מע טאָר אים ניט לאָזן גײן לאבוד. מע דאַרף זען פֿאַר אים עפּעס אַ „תּכלית“, מאַכן דאָס קינד פֿאַר אַ „מענטשן“. אײנער פֿאַרן אַנדערן האָבן זײ אים אָפּגעלױבט אין טאָג אַרײַן, געזאָגט, אַז „מע קאָן גאָר ניט װיסן, הערט איר, װאָס פֿון דעם ימח־שמוניק קאָן אַמאָל זײַן“… און דער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן, װאָס רײַבט זיך אַרום יונגעלײַט, האָט אױך צוגעבאָמקעט, אַז ער זאָגט שױן לאַנג, אַז מע קאָן גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם „שײגאַץ“ (אַ קװעטש אַף דער „אַץ“) קאָן אַמאָל זײַן… און דער ימח־שמוניק, אָדער דער שײגאַץ, װאָס איז געשטאַנען דערבײַ, האָט דאָס אַלצדינג געהערט, און די נשמה האָט אים געצאַפּלט, און דאָס האַרץ איז אים געװאַקסן, און דער קאָפּ האָט זיך אים געדרײט, װי באַ אײנעם װאָס קלעטערט אַף אַ גאַנץ הױכן לײטער, און מענטשן שטײען אַרום אים און זעען, װי ער קלעטערט גוט, און גיבן אים אונטער היץ און מאַכן אים קוראַזש. אַ קלײניקײט, אַזעלכע מענטשן לױבן אים, זאָגן, אַז „מ ע װ ײ ס נ י ט , װ אָ ס פֿ ו ן א י ם ק אָ ן אַ מ אָ ל ז ײַ ן!“… און דער טאַטע ― שמועסט מען ניט. יענער איז געװען אַפֿן זיבעטן הימל! יעדער זיפֿץ פֿונדעסטװעגן האָט אױסגעריסן אַ שטיק האַרץ. דאָס זיפֿצן האָט באַדאַרפֿט זאָגן: „איך װײס אַלײן, אַז מע קאָן גאָר ניט װיסן, װאָס פֿון דעם ימח־שמוניק קאָן אַמאָל זײַן; נאָר גיט מיר אַן עצה, ייִדישע קינדער, װאָס טוט מען מיט אים? װי אַזױ מאַכט מען אים פֿאַר אַ „מענטשן“? אַדרבה, גיט עפּעס אַן עצה?“…

און עס האָט זיך געפֿונען אײנער, װאָס האָט אים געגעבן אַן עצה, אַ שאַרפֿע, אַ ראַדיקאַלע, נאָר אַ רעכטע עצה ― און אים האָט דער טאַטע געפֿאָלגט. דאָס איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע פּערעיאַסלאַװער אינטעליגענטן מיטן נאָמען „אַרנאָלד“, אַ יונגערמאַן אַ פֿילאָזאָף פֿון הינטער דער שטאָט, פֿון די אַזױ־גערופֿענע „פּידװאָרקעס“. אים שענקען מיר אַ באַזונדער קאַפּיטל.

49

אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס

די פֿאָרשטאָט פֿון פּערעיאסלאװ. ― אַרנאָלד אַן אַפּיקורס ― יציאת־מצרים אַ

לעגענדע ― װאָס דרעפּער זאָגט אַפֿן רמב″ם ― ראַבינער־שול און גימנאַזיע

כּמעט יעדע שטאָט פֿון דער געבענטשטער „טשערטאַ“ האָט זיך איר פֿאָרשטאָט, איר „סלאָבאָדקע“, װאָס איר באַפֿעלקערונג באַשטײט מער פֿון גױיִם אײדער פֿון ייִדן, און די ייִדן, װאָס זיצן דאָרט, זײַנען ניט די ייִדן, װאָס אין שטאָט. אַן אַנדער טיפּ ייִדן. זײ זעען־אױס מער דאָרפֿיש, זײַנען ניט אַזױ פֿיפֿיק, װי די שטאָט־ייִדן, אַביסל פֿאַרגרעבט, טראָגן גרױסע שטיװל, שמעקן מיט פּעלץ. אָנשטאָט „גענוג“ זאָגן זײ „האָדי“. לאַכן לאַכן זײ הױך און מיט אַ קמץ: כאָ־כאָ! און די רי″ש רײדן זײ אַרױס