פֿונעם יאַריד: אױפֿן בענקעלע בײַם טױער

שלום עליכם (אַלע װערק)

יד און איבערגעלײענט פֿון אַלף ביז תּיו. און לא־די, װאָס ער האָט עס אַלײן געלײענט, האָט ער עס נאָך דורכגעלײענט פֿאַר דער שטיפֿמאַמע. און עס איז געשען אַ נס: ס'איז שװער צו װיסן, צי װײַל ס'איז גראָד געװען אין אַ גוטער מינוט, װען זי איז געװען אױפֿגעלײגט, צי װײַל זי האָט זיך געשעמט צו זײַן אין כּעס, ― נאָר ס'איז אָנגעפֿאַלן אַף איר אַ מאָדנער בײזער געלעכטער. יענע האָט אַזױ געלאַכט, אַזש געקװיטשעט. מע האָט געמײנט, אַז זי װעט דעם שלאַק באַקומען! מער פֿון אַלץ זײַנען איר געפֿעלן די װערטער „פּופּיק“ און „קשׂקשׂת“. „פּופּיק“ האָט באַ איר געהײסן טאַקע דער העלד פֿון דער דאָזיקער באַשרײַבונג. און „קשׂקשׂת“ (קאַשקעט) ― מיט דעם נאָמען האָט זי געקרױנט אַן עלטערן בחורל דערפֿאַר, װאָס ער האָט געטראָגן אַ נײַעם קאַשקעט.

נו, גײט זײַט אַ נבֿיא, אַז ס'װעט זיך ענדיקן גאָר מיט אַ געלעכטער! אַװדאי האָט דער מחבר פֿונעם לעקסיקאָן באַ זיך אין האַרצן געבענטשט גומל, װאָס ס'האָט זיך אַזױ גוט אױסגעלאָזט.

46

אַפֿן בענקעלע באַם טױער

דער „אײַנפֿאָר“ ― דאָס פֿאַררופֿן אורחים ― װידער חלומות װעגן אוצר.

װײסט איר, װאָס הײסט אַן „אײַנפֿאָר“? ― אַן „אײַנפֿאָר“ איז ניט קײן אַכסניה און ניט קײן האָטעל, נאָר עפּעס אַזעלכעס, װאָס געפֿינט זיך צװישן די דאָזיקע צװײ מינים, אָדער ― בײדע מינים אינאײנעם. די אַכסניה, אָדער דער טיפּ האָטעל, װאָס נחום ראַבינאָװיטש האָט געהאַלטן אין דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ און געלעבט דערפֿון, איז געװען דער אמתער „אײַנפֿאָר“. אַ גרױסער הױף מיט גרױסע חדרים מיט בעטלעך פֿאַר די אורחים. מײנסטנס זײַנען אין די חדרים געשטאַנען צו עטלעכע בעטלעך, און דער אורח, װאָס איז פֿאַרפֿאָרן, האָט נאָר אָפּגעדונגען אַ בעטל, ניט קײן גאַנצן חדר. סײַדן אַ נגיד, אַן אָפּגעפּוצטער, אַ מיוחס. אַזעלכע זײַנען אָבער געװען זעלטן, און די האָבן געהײסן „פֿעטע“ אורחים. דאָס רובֿ אורחים זײַנען געװען „בעטלעך“. די האָבן נישט באַדאַרפֿט באַזונדער קײן סאַמאָװאַרן מיט קײן באַדינערס. אײן סאַמאָװאַר אַ גרױסער איז אַרײַנגעטראָגן געװאָרן אין „זאַל“, און יעדער פֿון די „בעטל־אורחים“ האָט זיך געהאַט זײַן טשײַניק מיט זײַן ביסל טײ ― גיסט אײַך, ייִדישע קינדער, און טרינקט אײַך װיפֿל אײַער האַרץ גלוסט!… אַ מחיה געװען אָנצוקוקן אינדערפֿרי, אָדער אַפֿדערנאַכט, באַ ראַבינאָװיטשן אין אײַנפֿאָר. אַ גאַנץ בינטל ייִדן אַרום טיש, מע טרינקט און מע רעדט אַלע אינאײנעם און מע גראַגערט און מע רײכערט ― דעם רױך כאָטש שנײַדט מיט אַ מעסער! און רײדן רעדט מען פֿון װאָס איר װילט. דער רעדט פֿונעם יאַריד ― אַ יאַריד־מענטש. דער רעדט פֿון װײץ ― אַ ייִד, װאָס האַנדלט מיט ברױט. דער רעדט פֿון דאָקטױרים ― אַ ייִד אַ קראַנקער, װאָס הוסט. און דער רעדט נאָר פֿון חזנים ― אַ ייִד, װאָס האָט ליב נגינה, און טוט אים עפּעס. און יענער זיצט זיך אין אַ װינקל, שאָקלט זיך און דאַװנט דערװײַלע פֿון פֿאָרנט מיט אַ קול פֿון אַ נקבֿה. און דער בעל־הבית אַלײן, רב נחום ראַבינאָװיטש, אַ ייִד, אַ חלוש, װי אײַך איז שױן באַקאַנט, מיט אַ כאַלאַטל, מיט אַ קײַלעכיק יאַרמעלקעלע אַפֿן קאָפּ און מיט אַ גראָבן פּאַפּיראָס, זיצט צװישן די אורחים אױבנאָן, װי אַ מלך, און הערט זײ אױס אַלעמען אין אײן צײַט, אָבער נאָר מיט אײן אױער, װײַל מיטן אַנדערן אױער הערט ער זיך צו, אפֿשר ניט װילנדיק, צו דער שטיפֿמאַמעס מענה־לשון, װאָס גיסט זיך אַזױ װי בױמל און ציט זיך אַזױ װי האָניק. דאָס רעכנט זי זיך מיט אירע שטיפֿקינדער אַפֿן ניכטערן האַרצן, טײלט זײ אױס ברכות יעדן באַזונדער מיט דער פֿולער האַנט. דערלאַנגט דעם אַ זעץ אין זײַט אַרײַן, דעם אַ סטוסאַק אין האַלדז־און־נאַקן, און יענעם איז זי מכבד מיטן רעכטן פֿוס אין בױך אַרײַן. זי װיל, אַז אײנער זאָל גײן פֿאַרװיגן איר דאָס קינד, אַז דער אַנדערער זאָל גײן אין מאַרק אַרײַן איר העלפֿן טראָגן דעם קױש, און אַז דער דריטער זאָל גײן גלאַט אין דער ערד אַרײַן… און די קינדער פֿאָלגן, טוען אַלץ װאָס מע הײסט זײ, װאָרעם די צײַט איז שלעכט, פּרנסה איז געשלאָגן, אין חדר גײט מען נאָר אַ האַלבן טאָג, דעם אַנדערן האַלבן טאָג העלפֿט מען אױס דעם טאַטן װי װײַט מע קאָן. װער אין שטוב אַרום די אורחים, און װער אין דרױסן אַפֿן בענקעלע באַם טױער ― צו פֿאַררופֿן די דורכפֿאָרנדיקע בעלי־עגלות: „אַהער פֿאַרפֿאָרט, אַהער!“…

אַװדאי איז אינדרױסן אַפֿן בענקעלע באַם טױער שױן בעסער, װי אױסצושטײן דעם הו־האַ, מיטן גיהנום, מיטן גלות־שטיפֿמאַמע אינעװײניק אין שטוב. דאָס זיצן באַם טױער אַפֿן בענקעלע איז גאָר קײן אַרבעט ניט. דאָס איז אַ שפּילכל, אַ פֿאַרגעניגן. װער שמועסט זומער, אַז די בעלי־עגלות פֿליִען מיט אַ הוק און מיט אַ פֿײַף און מיט אַ קנאַק. דאָס פֿאָרן זײ פֿונעם פּאַראַכאָד מיט פּאַרשױנדלעך, װילן איבעריאָגן אײנס דאָס אַנדערע, הײבן זײ אױף אַזאַ שטױב, אַז מע זעט ניט אַרױס די פּאַסאַזשירן, װאָס פֿאַר אַ פּנים זײ האָבן. נאָר אַז אין װאָגן געפֿינען זיך פּאַסאַזשירן ― דאָס זעט מען. און אַלע ייִנגלעך מיט אַלע משרתים פֿון די אײַנפֿאָר־הײַזער טוען זיך אַ לאָז אַקעגן דעם בעל־עגלה מיט אַ פֿרײלעכן געפּילדער: „אַהער, פֿעטער! אַהער פֿאַרפֿאָרט!“ און דער בעל־עגלה ענטפֿערט זײ אָפּ מיט דער בײַטש, פֿליט־דורך פֿאַרבײַ און װערט פֿאַרשװוּנדן אינעם געדיכטן שטױב, לאָזט־איבער די ייִנגלעך און די משרתים מיט אַ נאָז.

דאָס איז אָבער נאָר זומער־צײַט, בעת נאַװיגאַציע, װען דער דניע־פּער גײט. װינטער, אַז דער דניעפּער שטעלט זיך אַװעק, לעבט דער אײַנפֿאָר פֿון אַן אַנדער סאָרט אורחים. װינטער פֿאָרן אַרײַן גרױסע בוכטעס, אָדער בױדן, געפּאַקט מיט אַ מין סחורה, װאָס איז אײַנגעװיקלט אין צינאָװקעס און שטינקט מיט טאַראַן. דאָס זײַנען שױן ניט קײן אורחים אַף צו עסן שבתים און פֿאַרנעמען בעטלעך. זײ זײַנען ניט קלײן צו ליגן אַלע אינאײנעם אַף דער ערד, אָדער אין הױף באַ די װעגן, און זײ גיבן צו לײזן נאָר פֿאַר הײ און האָבער. פֿון אַזעלכע פּאַרשױנען האָט מען װינציק נחת, און פּרנסה נאָך װינציקער. הײַנט דאָס זיצן אַלײן אַפֿן בענקעלע באַם טױער אַפֿן פֿראָסט איז אױך עפּעס ניט אַזױ זיס. דער העלד פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען געדענקט גאַנץ גוט יענע צײַט, װען ער איז געזעסן אַפֿן בענקעלע באַם טױער. זומער אין דער גרעסטער היץ געבראָטן זיך אַף דער זון, און װינטער אַף דער קעלט געפֿרױרן װי אַ הונט, אײַנגעהילט אין אַ צעריסן פּעלצל מיט אַזעלכע שטיװעלעך, װאָס האָבן זיך געבעטן צום שוסטער, און ער האָט געקלאַפּט אַ פֿוס אָן אַ פֿוס און אַרױסגעקוקט, טאָמער װעט זיך באַװײַזן אַ בעל־עגלה, אָדער אַ בוכטע מיט אורחים, װעט ער אױפֿשטײן, זיך לאָזן אַקעגן: „אַהער פֿאָרט! פֿאַרפֿאָרט אַהער!“ זײַנען אָבער בעלי־עגלות, װי אַף צו־להכעיס, דורכגעפֿלױגן פֿאַרבײַ און זײַנען גאָר פֿאַרפֿאָרן אין אַ צװײטן, אַ רײַכערן אײַנפֿאָר, טאַקע אַקעגן, צו ראובֿן יאַסנעגראַדסקי. דאָרט זײַנען, זאָגט מען, פֿאַראַן חדרים גרױסע, מיט װײכע בענקלעך, מיט שפּיגלען, מיט נאָך און נאָך זאַכן, װאָס די ראַבינאָװיטשעס פֿאַרמאָגן דאָס ניט. דערפֿאַר איז דאָרט תּמיד פֿול געפּאַקט מיט פֿעטע אורחים, און באַ זײ, באַ די ראַבינאָװיטשעס אין אײַנפֿאָר, איז פּוסט, כאָטש הינט צו פֿאַרטרײַבן. און דאָס פֿאַרדריסט שלומען זײער שטאַרק ― אַף װעמען? אַף גאָט! פֿאַר װאָס האָט גאָט ניט געמאַכט אַזױ, אַז ער זאָל בעסער געבױרן װערן באַ ראובֿן יאַסנע־גראַדסקי, אײדער באַ נחום ראַבינאָװיטשן פֿאַר אַ זון?…

און ראובֿן יאַסנעגראַדסקי װערט באַ אים אַ סימבאָל פֿון מזל, פֿון עשירות און פֿון אַלדאָס גוטס. און אַ סך פֿעטע אורחים װערט באַ אים אַ אידעאַל, אַ צװײטער „אוצר“, פֿון װעלכן ער חלומט אַצינד, װי ער האָט געחלומט אַמאָל, אין שמואליקס צײַטן. און עס שטעלט זיך אים פֿאָר אין יעדן פֿורל, װאָס פֿאָרט דורך פֿאַרבײַ, אַז דאָס פֿאָרט אַ בעל־עגלה מיט בכּבֿודיקע פּאַרשױנען, פֿעטע אורחים אין בערענע פּעלצן. עס פֿאָרט־דורך דער בעל־עגלה אַקוראַט נעבן זײער אײַנפֿאָר, און אײדער שלום באַװײַזט אַרױסצורײדן דאָס װאָרט: „אַהער!“ האָט דער בעל־עגלה שױן אַלײן אָפּגעשטעלט די פֿערדלעך: „טפּרררו!“ ― און עס קריכן אַרױס פֿון דאָרטן אײנס נאָך דאָס אַנדערע די בכּבֿודע פּאַרשױנען אין זײערע בערענע פּעלצן. און מע טראָגט־אַראָפּ נאָך זײ געלע לעדערנע טשעמאָדאַנעס, אָנגעפּאַקט מיט כּל טובֿ, יעדער טשעמאָדאַן װעגט אַ פּוד! און זײ מאַרשירן אַרײַן אין שטוב אַרײַן, און זײ הײסן זיך געבן איטלעכן באַזונדער אַ נומער, און בעטן, מע זאָל זײ דערלאַנגען סאַמאָװאַרן, און הײסן קאָכן װאַרעמעס און װעטשערע. און עס קומט־אַרײַן צו זײ דער טאַטע אין דער יאַרמעלקע, מיט אַ שמײכלענדיק פּנים, און שטעקט זײ אָפּ אַ ברײטן שלום־עליכם און פֿרעגט זײ, צי רעכענען זײ דאָ שבת האַלטן? צעלאַכן זײ זיך און זאָגן: „װאָס עפּעס אײן שבת? פֿאַרװאָס ניט דרײַ שבתים? און לאָזן לאָזט זיך אױס, אַז דאָס זײַנען גאָר סוחרים, װאָס זײַנען געקומען קױפֿן װײץ, און באַ קױפֿן װײץ װעט דער טאַטע קאָנען כאַפּן אַ שײן פֿאַרדינסטל קאָמיסיע, און טאַקע פֿאַרװאָס ניט אָפּלעקן אַ בײנדל?… אין דעם קומט־אָן די שטיפֿמאַמע, אַרױפֿגעכאַפּט אַף זיך די שבתדיקע זײַדענע פֿעטשײלע; דאָס פּנים פֿלאַקערט איר פֿאַר פֿרײד, און זי קוקט מיט אײן אױג אַף די פֿעטע אורחים און טוט אַ פֿרעג שטילערהײט: „װער האָט דאָס זײ געבראַכט צו פֿירן?“ „ס'איך האָב זײ פֿאַררופֿן, איך!“ ― ענטפֿערט איר שלום מיט גדלות, און איז גליקלעך מיטן ליגן, װאָס ער האָט דאָ נאָר־װאָס אָפּגעטאָקט. גליקלעך, װאָס אױך באַ זײ װעט אַמאָל זײַן אַ גוטער טאָג, כאָטש אײן טאָג אַ גוטער. און אַ שבת אַ גוטער ― אַך! װאָס פֿאַר אַ פֿרײלעכער שבת באַ זײ װעט זײַן! און פֿאַר װאָס עפּעס נאָר אײן שבת? פֿאַר װאָס ניט אַלע דרײַ שבתים?…

דאָס אַלצדינג װאָלט געװען זײער גוט, װען ס'זאָל ניט זײַן קײן דמיון, קײן חלום. די דאָזיקע פֿעטע אורחים אין די בערענע פּעלצן מיט די געלע טשעמאָדאַנעס זײַנען טאַקע צוגעפֿאָרן און טאַקע אָפּגעשטעלט זיך, נאָר ניט באַ זײער אײַנפֿאָר ― אַקוראַט אַקעגן האָבן זײ זיך אָפּגעשטעלט, באַ ראובֿן יאַסנעגראַדסקיס אײַנפֿאָר… „אַך! װאָסערע שלעכטע, שלעכטע אורחים! װאָס װאָלט זײ געאַרט, זײ זאָלן בעסער געװען פֿאַרפֿאָרן צו אונדז?“ ― טראַכט זיך דער שטענדיקער בעל־דמיון און קומט־אַרײַן אין שטוב אַ דורכגעפֿרױרענער דורך און דורך, און טרעפֿט דעם טאַטן אינעם קעצענעם כאַלאַטל, אײַנגעבױגן אין דרײַען איבער אַ ספֿר, און די שטיפֿמאַמע גליט װי אַף פּאָקן: „נישט געקומען קײנער? װאָס װעט זי טאָן מיטן ברױט, װאָס זי האָט אָנגעבאַקן, און מיט די פֿיש, װאָס זי האָט אָנגעקאָכט? כאָטש נעם װאַרף זײ אַרױס פֿאַר די הינט! צי איר מײנט אפֿשר, אַז ס'װעט זײַן פֿון אײַערטװעגן? ― װענדעט זי זיך צו די שטיפֿקינדער, ― איר זײַנט גאָר נעבעך קראַנק צו עסן אַלטגעבאַקן ברױט! ס'װעט זיך אײַך אַװדאי שטעלן פּאָפּעריק אין האַלדז, אָדער אײַער מאָגן װעט עס חלילה ניט פֿאַרדײַען! אַ קלײניקײט, אַזעלכע איבערגעװאַשענע קינדערלעך, אַ גאַנצע כאַליאַסטרע, קײן עין־הרע, און אַלע אַזױ אײדל גע־פּאַצקעט! מע האָט זײ גאָר ניט געקאָנט איבערלאָזן, װי די מײדלעך, אין באָסלאַװ באַם זײדן מיט דער באָבע, זײ זאָלן בעסער דאָרטן קרענקען, אײדער נעמען זײ אַהער, נעמען זאָל אײַך דער רוח, זײ זאָלן העלפֿן עסן, עסן זאָלן אײַך װערעם און טאָטשען אײַער לײַב לעבעדיקערהײט, ס'זאָל פֿאַלן פֿון אײַך שטיקער, װי סע פֿאַלט פֿון מיר, אַז עס קומט דער װינטער, קומען זאָל אַף אײַך אַן אױסכאַפּעניש מיט אַן אײַנדאַרעניש מיט אַן אײַנשרומפּעניש“…

דאָ גײט אַװעק אַ באַקאַנטער מענה־לשון, און שלום דער בעל־חלומות פֿאַרגעסט, אַז ס'איז אים קאַלט, און ער לױפֿט אַרױס צוריק אַף דער קעלט, צוריק צום טױער אַפֿן בענקעלע. דאָרט איז בעסער. דאָרט קאָן מען כאָטש זיצן רויִק און חלומען װעגן דעם, טאָמער װעט גאָט פֿאָרט צושיקן עפּעס פֿעטע אורחים מיט בערענע פּעלצן, מיט געלע לעדערנע טשעמאָדאַנעס, װאָס װעלן זיך אפֿשר פֿאָרט אָפּשטעלן באַ זײ אין אײַנפֿאָר, ניט אַקעגן באַ ראובֿן יאַסנעגראַדסקי?… גאָט, אַז ער װיל, קאָן ער!

47

דער קאָלעקטאָר

זאקסישע און ברױנשװײַגער לאָטערײ־צעטלען ― גרױסע האָפֿענונגען, נישטיקע

געװינסן ― ער שרײַבט אַ ראָמאַן אַפֿן שניט פֿון מאפּוס „אַהבֿת ציון“.

צו באַװוּנדערן, װאָס פֿאַר אַ שטאַרקער מענטש אָט דער שװאַכער ייִד, דער שטילער און פֿאַרטראַכטער נחום ראַבינאָװיטש, האָט באַדאַרפֿט צו זײַן, אַז ער האָט געקאָנט אַריבערטראָגן דעם גלות פֿון דער שטיפֿמאַמע, אױסהערן איר מענה־לשון מיט אירע ברכות, צוזען, װי זי פּײַניקט זײַנע קינדער, און נישט אַרױסטרעטן מיט אַ װאָרט אַפֿילו! װאָס דער מענטש האָט איבערגעטראָגן אינעװײניק באַ זיך אין האַרצן ― קאָן מען נישט װיסן. אַרױסבאַװיזן האָט ער עס אָבער קײנמאָל ניט און אַרױסגעזאָגט האָט ער עס קײנעם ניט. און דערפֿאַר, אַפּנים, האָט זי געלײגט אַף אים כּבֿוד, געערט, רעספּעקטירט, נישט באַגאַנגען זיך קעגן אים אַזױ גראָב, װי צו זײַנע קינדער, למשל, און געשעצט אים אַזױ הױך, װי ס'איז נאָר מעגלעך געװען פֿאַר אַזאַ ייִדענע, װאָס האָט אַלײן אױך קײן האָניק ניט געלעקט, נעבעך גוט אױסגעריסן געװאָרן, געהאָרעװעט װי אַן אָקס אַף אַזאַ גרױסער שטוב מיט אַ כאַליאַסטרע קינדער, אײגענע און פֿרעמדע.