פֿונעם יאַריד: אַ ייִד אַ פֿױגל

שלום עליכם (אַלע װערק)

צװישן די צװײ איז געװען דער, װאָס שמואליק האָט גערעדט פֿון אוצרות, מכשפֿים, פּרינצן און פּרינצעסנס ― אַלץ פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס זײַנען שײך צו דער װעלט; און דער זײדע משה־יאָסיע האָט מבֿטל געװען ד י װעלט לגמרי און האָט זיך אַריבערגעטראָגן אינגאַנצן, אינאײנעם מיטן אײניקל, װאָס האָט אים אױסגעהערט מיט דער גרעסטער שפּאַנונג, אַהין, אַף י ע נ ע ר װעלט, דאָרטן, צװישן סאַמע צדיקים און מלאָכים און שׂרפֿים און כּרובֿים, ניט װײַט שױן פֿונעם כּסא־הכּבֿוד, גאָר־גאָר נאָענט שױן טאַקע צו אַ י ם אַלײן, צום מלך מלכי המלכים הקדוש־ברוך־הוא… דאָרטן זײַנען געװען דער שור־הבר מיטן לױתן, און דער טײַערסטער בױמל, װאָס הײסט „אַפֿרסמון“, און דער טײַערסטער װײַן, דער „ײן המשומר“, און צדיקים זיצן און לערנען און האָבן הנאה פֿון דער שכינה און פֿונעם „אור הגנוז“, פֿון יענער ליכטיקײט, װאָס בעת גאָט האָט באַשאַפֿן די װעלט, האָט ער געזען, אַז די מענטשן זײַנען ניט ראױ צו אַזאַ ליכטיקײט, האָט ער עס איבערגעלאָזט אַף לעתיד־לבֿוא… און הקדוש־ברוך־הוא אַלײן, כּבֿיכול, בכבֿודו ובֿעצמו, שטײט און באַדינט זײ, די צדיקים, װי אַ טאַטע. און פֿון אױבן, פֿונעם הימל, לאָזט זיך אַראָפּ פּונקט אַפֿן זעלבן אָרט, װוּ דאָס אַמאָליקע בית־המקדש איז געשטאַנען, אַ נײַ בית־המקדש, פֿון סאַמע גינגאָלד און פֿון די טײַערסטע שטײנער, דימענטן און בריליאַנטן, און די כּהנים דוכנען, און די לװײם זינגען, און דװיד המלך קומט־אַרױס אַקעגן מיט אַ פֿידל און זינגט: „ר נ נ ו צ ד י ק י ם ב י '! ב י'!“…

דאָ הײבט אָן דער זײדע משה־יאָסיע זינגען אַף אַ קול, צוקנאַקן מיט די פֿינגער, און די אױגן פֿאַרגלאַנצט ער אַרױף, און דאָס פּנים לױכט אים, און אַלײן איז ער נישט בהאי עלמא: ער איז דאָרטן ערגעץ, װײַט־װײַט, אַף י ע נ ע ר װעלט, אַף י ע נ ע ר װעלט!…

41

אַ ייִד אַ פֿױגל

אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן. ― װי אַזױ ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט צװישן פּריצים. ― אַ טראַגעדיע פֿון אַן אָרעמען רענדאַר

מע באַדאַרף אָבער ניט מײנען, אַז דער זײדע משה־יאָסיע איז אַלע מאָל געװען נאָר אַף י ע נ ע ר װעלט, און אַז ער האָט ניט געהאַט פֿאַר זײַנע אײניקלעך צו דערצײלן גאָרנישט פֿון ד ע ר װעלט. אָ! ער האָט געהאַט זײער אַ סך צו דערצײלן פֿון אַמאָליקע ייִדן, אַמאָליקע חסידים, אַמאָליקע בעלי־קבלה און אַמאָליקע פּריצים, להבֿדיל, װי זײ האָבן זיך באַגאַנגען מיט די ייִדן.

אײן מעשׂה אַזעלכע, װאָס ער האָט דערצײלט פֿאַר זײַנע אײניקלעך, אַ מעשׂה װי אַ ייִד איז אומגעקומען אַף קידוש־השם, געדענקט זיך גאַנץ באַזונדער, און די דאָזיקע מעשׂה װערט דאָ איבערגעגעבן בקיצור, װײַל דער זײדע משה־יאָסיע איז געװען, ער זאָל מוחל זײַן, אַ גרױסער מאריך און האָט ליב געהאַט אָפֿטמאָל איבערשפּרינגען פֿון אײן ענין אַפֿן אַנדערן און פֿאַרפֿאָרן מחילה קײן בױבעריק.

די מעשׂה האָט זיך געטראָפֿן שױן לאַנג, נאָך פֿאַר זײַן זײדן, עליו השלום, דעם אַלטן האַמאַרניק. פֿאַר װאָס האָט מען אים גערופֿן „האַ־מאַרניק“? װײַל ה אַ מ אַ ר נ י האָט געהײסן דאָס דאָרף, װוּ ער איז געזעסן, געהאַלטן אַ מיל אין דער אַרענדע. אין דעם זעלבן דאָרף איז געזעסן נאָך אַ ייִד, מיטן נאָמען נח, געהאַלטן די קרעטשמע. געװען איז דער נח אַ ייִד אַ תּם, אַן אָדם פּשוט, נאָר אַ גרױסער ירא־שמים, טאָג װי נאַכט געדאַװנט און געזאָגט תּהלים, אַפּנים, אַ בעל־תּשובֿה און אַ „נסתּר“. די גאַנצע טוערן איז געװען זי. זײַן עובֿדה איז געװען נאָר צאָלן ראַטע אין הױף און דינגען די קרעטשמע פֿון אײן יאָר אַפֿן אַנדערן. כּל ימיו האָט ער מורא געהאַט, טאָמער װעט אים עמעצער אױסדינגען די קרעטשמע, װאָרעם בעלנים זײַנען געװען אַ סך, כאָטש פּרנסה האָט ער געהאַט פֿון דער קרעטשמע בצמצום, קױם־קױם דורכקומען, געװען אַ בעל־מטופּל מיט קינדער.

ױהי היום ― קומט ער צו גײן אײנמאָל צום פּריץ דינגען די אַרענדע און טרעפֿט אַ גוזמא געסט, אַ גאַנצע סעודה. נאָך דער סעודה קלײַבט מען זיך, כּנהוג, נאַ־פּאָליװאַניע, אַף דער אַכאָטע הײסט עס. עס שטײען שױן צוגעגרײט פֿערד און קאַרעטעס און בריטשקעס און לינײקעס און הינט פֿון כּל המינים, און די יעגערס מיט די גרױסע פֿעדערן און מיט די פֿײַפֿלעך, כּיד המלך. אַלצדינג, הײסט עס, פֿאַרטיק אַרום און אַרום. „נישט געטראָפֿן די גוטע צײַט, ― טראַכט זיך נח ― דער פּריץ װעט נישט װעלן רײדן איצט פֿון דער אַרענדע“. צום סוף האָט ער אַ טעות געהאַט. אױפֿגעשטאַנען מיט די געסט פֿון טיש און געװאָלט זיך שױן אַרױפֿזעצן אַף די פֿערד, האָט דער פּריץ דערזען דעם ייִדן שטײן אײַנגעבױגן באַ אַ זײַט, אָפּגעריסן קריעה־בליאה. מאַכט ער צו אים מיט אַ פֿרײלעך פּנים: „אַ? יאַק סיע מאַש פּאַן אַרענדאַרזשי? ― װאָס מאַכט אַ ייִד אַ רענדאַר?“… זאָגט אים נח כּך וכּך: „אַדוני פּריץ, איך בין געקומען װעגן דער קרעטשמע“. צעלאַכט ער זיך, דער פּריץ, ס'איז געװען כּטובֿ לבֿ המלך בײן, שטאַרק אונטערן גלעזל, און רופֿט זיך אָן צו אים: „אױף װיפֿל יאָר װילסטו דען די קרעטשמע?“ זאָגט ער צו אים: „װעלן װאָלט איך געװאָלט אַף עטלעכע יאָר, נאָר אַזױ װי דער מנהג איז באַ דיר, יאַסנאָ װעל־מאָזשנע פּאַן כראַביע…“ לאָזט אים דער פּריץ ניט אױסרײדן און מאַכט צו אים: „דאָבזשע, איצטיקס מאָל גיב איך דיר אָפּ די קרעטשמע אַף דעם אײגענעם מקח, װאָס אַלע מאָל, אַף אַ זמן פֿון צען יאָר, נאָר מיט אײן תּנאַי: זאָלסט מיר זײַן אַ פֿױגל“. קוקט אים אָן דער ייִד: „װאָס הײסט, איך זאָל דיר זײַן אַ פֿױגל?“. ענטפֿערט אים דער פּריץ: „גאַנץ פּשוט. דו דאַרפֿסט זיך פֿאַרשטעלן, זאָגט ער, פֿאַר אַ פֿױגל, און איך, זאָגט ער, װעל זיך צילן אין דיר און פּרוּװן טרעפֿן גלײַך אין קאָפּ אַרײַן. האָסטו עס צעקײַעט?“ װערט אַ געלעכטער צװישן די פּריצים, און דער ייִד כּלומרשט לאַכט אױך. ער טראַכט זיך: „דער פּריץ טרײַבט קאַטאָװעס, גענומען אַן איבעריק ביסל װײַן“… „נו? ― פֿרעגט אים דער פּריץ, ― איז דאָס געמאַכט?“ טראַכט זיך נח: „װאָס ענטפֿערט מען אים דערױף?“ און טוט אים אַ פֿרעג אַף טשיקאַװעסט: „װיפֿל צײַט גיסטו אַף צו באַטראַכטן זיך?“ זאָגט אים דער פּריץ גאַנץ ערנסט: „יעדנאַ מינוטאַ“.― אײן מינוט הײסט עס, מער ניט. „די ברירה איז באַ דיר, זאָגט ער. אָדער דו קריכסט אַרױף אַפֿן דאַך און פֿאַרשטעלסט זיך פֿאַר אַ פֿױגל, אָדער מאָרגנדיקן טאָג, זאָגט ער, װערסטו אַרױסגעװאָרפֿן פֿון דער קרעטשמע“. איז דאָך אים פּרחה נשמתו געװאָרן. װאָס טוט מען? מיט אַ פּריץ שפּילט מען זיך ניט. ובפֿרט, אַז יענער הײסט שױן טראָגן לײטערס ― אַפּנים, ס'איז גאָרניט קײן קאַטאָװעס? רופֿט ער זיך אָן נאָך אַמאָל צום פּריץ: „און װאָס װעט זײַן, טאָמער חלילה טרעפֿסטו טאַקע?“ װערט נאָך אַ גרעסערער געלעכטער צװישן די פּריצים, און נח בלײַבט שטײן אַ צעטומלטער. ער װײס ניט, צי דער פּריץ מאַכט חוזק, צי ער מײנט דאָס מיט אַן אמת? זען זעט עס אױס װי אַן אמת, װאָרעם מע הײסט אים די רגע קריכן אַפֿן דאַך, אָדער גײן אַהײם אָפּרײניקן די קרעטשמע. װיל ער שױן גײן אַהײם, דערמאָנט ער זיך, אַז ער איז אַ בעל־מטופּל מיט קינדער, הײבט ער אָן זיך בעטן באַם פּריץ, ער זאָל אים געבן כאָטש עטלעכע מינוט אַף אָפּצוזאָגן װידױ. זאָגט אים דער פּריץ: „דאָכזשע, איך גיב דיר נאָך אײן מינוט אַף זאָגן װידױ“. אײן מינוט? װאָס קאָן אַ ייִד זאָגן אין אײן מינוט, אַחוץ „שמע ישׂראל“? ובפֿרט, אַז מע שטופּט אים שױן אַרױף אַפֿן לײטער. זאָגט ער „שמע ישׂראל“ און „ברוך שם כּבֿוד מלכותו“, און נעמט קריכן אַפֿן לײטער, און טרערן גיסן זיך אים. װאָס זאָל ער טאָן? אַ גזירה מן השמים. אַ בעל־מטופּל מיט קינדער. מסתּמא איז אים באַשערט אומצוקומען אַף קידוש־השם. און אפֿשר װעט נאָך גאָט רחמנות האָבן און טאָן אַ נס? דער אײבערשטער אַז ער װיל ― קאָן ער! געװען אַ גרױסער בעל־בטחון. אַמאָליקע ייִדן!

אַרױפֿגעקראָכן אַפֿן שפּיץ דאַך, הערט ער נישט אױף צו לײענען קריאת־שמע שטילערהײט און צו װײנען, גיסן מיט טרערן, און נאָך אַלץ ניט פֿאַרלױרן אינגאַנצן דעם בטחון אַף גאָט, טאָמער װעט דער אײבער־ שטער פֿאָרט רחמנות האָבן. אַז דער אײבערשטער װיל ― קאָן ער! דער פּריץ דערװײַל האָט קײן צײַט ניט. הײסט ער אים, ער זאָל שטײן גלײַך ― שטײט ער גלײַך. דערנאָך הײסט ער אים, ער זאָל זיך אָנבײגן ― בײגט ער זיך אָן. ער זאָל צענעמען די הענט ― צענעמט ער די הענט. ער זאָל אױסזען װי אַ פֿױגל ― זעט ער אױס װי אַ פֿױגל… און דער פּריץ ― צי ער האָט עס טאַקע געמײנט אַף אַן אמת, אָדער ער האָט נאָר געטריבן קאַטאָװעס און דער אײבערשטער האָט געמאַכט אַזױ, ס'זאָל אױסקומען אַף אַן אמת ― ער האָט אױסגעשאָסן און געטראָפֿן נחן גלײַך אין שטערן אַרײַן, און נח איז אומגעפֿאַלן, װי אַ געשאָסענער פֿױגל, און האָט זיך אַראָפּגעקײַקלט אַראָפּ פֿונעם דאַך. און נאָך באותו היום האָט מען אים געבראַכט צו קבֿר־ישׂראל. דער פּריץ האָט אָבער געהאַלטן װאָרט. צען יאָר כּסדר האָט ער נישט גערירט די אַלמנה פֿון דער קרעטשמע, װיפֿל מע זאָל אים ניט מוסיף זײַן אַף דער אַרענדע ― אַמאָליקע פּריצים!

אַזעלכע שײנע מעשׂיות פֿון „אַמאָליקע“ ייִדן און פֿון „אַמאָליקע“ פּריצים האָט דער זײדע געהאַט לרובֿ, און חבֿרה װאָלטן זיך ניט אָפּגעזאָגט זײ אױסהערן נאָך און נאָך, װען דער זײדע משה־יאָסיע זאָל ניט האָבן קײן טבֿע אַרױסציִען פֿון יעדער מעשׂה אַ מוסר־השׂכּל, אַז מע באַדאַרף זײַן אַן ערלעכער ייִד און האָבן בטחון, און פֿונעם מוסר־השׂכּל זאָל ער ניט ליב האָבן אַרײַנפֿאַלן גלאַט אין מוסר אַרײַן און נעמען שטראָפֿן די קינדער, פֿאַר װאָס זײ גיבן נאָך דעם יצר־הרע, װילן נישט דאַװנען, נישט לערנען, נישט גאָט דינען, װאָלטן װעלן טאָג װי נאַכט נאָר כאַפּן פֿישלעך, אָדער רײַסן באַרלעך, אָדער גלאַט שקאָצעװען מיט אַלע באָסלאַװער ייִנגלעך, ימח שמם וזכרם זאָלן זײ װערן!

42

ימים נוראָים

דער באָסלאװער טײַך „ראָס“. ― דער באָסלאװער װאַלד. ― די באָסלאװער אַלטע

קלױז. ― די באָבע גיטל שלאָגט מיט די אײניקלעך כּפּרות. ― דער זײדע בענטשט זײ ערבֿ יום־כּפּור און זײַנע אױגן זײַנען נאַס

עס איז שװער צו זאָגן, װוּ איז געװען מער לעבן, מער פּאָעזיע ― באַם טײַך „ראָס“, אָדער אין באָסלאַװער װאַלד, אָדער אין דער אַלטער קלױז? עס איז שװער צו זאָגן, װאָס פֿון די דרײַ האָט געהאַט אין זיך אַ