פֿונעם יאַריד: מלמדים און לערערס

שלום עליכם (אַלע װערק)

נאַראָנים. זײ װעלן ניט דורכלאָזן קײן גלח גלאַט אַזױ. אַלע ייִנגלעך, װיפֿל זײ זאָלן ניט זײַן, װעלן זײ זיך אױסשטעלן דעם גלח פֿון הינטן און װעלן זינגען אַף אַ קול מיט אַ ניגון: „גלח־צאָפּ, אַ רוח אין דײַן קאָפּ! מיר אַ ברױט, דיר אַ טױט! מיר אַ װאָגן, דיך באַגראָבן! מיר אַ שליטן, דיך באַשיטן!“ די פּערעיאַסלאַװער ייִנגלעך זאָגן, אַז דאָ, אין פּערעיאַסלאַװ, טאָר מען פֿאַר אַ גלח אַזעלכעס ניט זינגען, װאָרעם מע קאָן כאַפּן אַ מיאוסן פּסק. נאַט אײַך נאָך אַ נײַס! גאָר מורא האָבן פֿאַר אַ גלח! ס'איז ניט גוט, אַז אַ גלח גײט איבער דעם װעג ― דאָס יאָ. אָבער מורא האָבן? ― פּערעיאַסלאַװ איז טאַקע אַ גרױסע שטאָט און אַ שײנע ― װאָס איז דאָ צו רײדן? ― דאָרט, אין װאָראָנקאָ, איז אָבער געװען פֿרײלעכער, אַז ס'איז געקומען בין־הזמנים. אַזױ האָבן זיך געטראַכט די װאָראָנקאָװער קינדער און האָבן געװאָלט פֿונדעסטװעגן, אַז אָט די טעג פֿון בין־הזמנים דאָ אין פּערעיאַסלאַװ זאָלן זיך נאָך ציִען און ציִען.

28

מלמדים און לערערס

רב אַהרן כאָדאָראָװער ― אַ מלמד אַ בעל־מגזם. ― אַ גאַנצע סעריע פֿון מלמדים. ―

מאָניש דער מלמד מיטן „בײנדל“. ― די תּלמידים כאַפּן אַ קערטל אין חדר.

די טעג פֿון בין־הזמנים זײַנען נאָך ניט אַװעקגעגאַנגען, די ימים־טובֿים זײַנען נאָך געװען פֿאָרױס, און נחום ראַבינאָװיטש האָט שױן געפֿירט אונטערהאַנדלונגען װעגן אַ מלמד פֿאַר די קינדער. מלמדים זײַנען געװען עטלעכע. ערשטנס, טאַקע דער אױבנדערמאָנטער גרמיזאָ, װאָס לײענט אַזױ שײן אין דער תּורה. נאָך אים איז געגאַנגען רב אַהרן כאָדאָראָ־װער, זײער אַ װױלער מלמד, נאָר אַ מאָדנער בעל־מגזם. ער האָט ליב צו דערצײלן מעשׂיות פֿאַר זײַנע תּלמידים, משונה־װילדע מעשׂיות פֿון פֿאַרצײַטן. למשל, אַ מעשׂה פֿון זײַן זײדן, װאָס איז געװען אַ גבֿר און האָט ניט מורא געהאַט פֿאַר קײנעם. אײנמאָל איז דער זײדע זײַנער געפֿאָרן װינטער באַנאַכט פֿאַרבײַ אַ װאַלד, זײַנען אַרױסגעלאָפֿן פֿון װאַלד צװעלף הונגעריקע װעלף ― און דאַװאַי לױפֿן נאָכן שליטן. אַז זײַן זײדע כאַפּט זיך ניט אַראָפּ, נעמט די װעלף, שטעקט זײ אַרײַן די האַנט אין מױל אַרײַן און קערט זײ איבער אַלע צװעלף אַף דער לינקער זײַט!

און נאָך אַ מעשׂה פֿון זײַן זײדן, װי אַזױ ער האָט אײנמאָל אָפּגעראַטעװעט די גאַנצע שטאָט פֿון אַן אומגליק. גױיִם האָבן זיך צונױפֿגעקליבן אײנמאָל אין אַ זונטיק אַף אַ יאַריד, האָבן זיך גוט אָנגעשיכּורט און דאַװאַי שלאָגן ייִדן. איז זיך מײשבֿ זײַן זײדע, ער האָט געהאַלטן אין סאַמע מיטן דאַװנען, װאַרפֿט ער אַראָפּ פֿון זיך דעם טלית ותּפֿלין, קלײַבט אױס דעם גרעסטן פֿון אַלע גױיִם, איװאַן פּאָפּערילע האָט מען אים גערופֿן, און נעמט אים אָן מיט בײדע הענט פֿאַר די פֿיס, און דאַװאַי שלאָגן מיט איװאַנען איבער גױיִשע קעפּ. האָבן די גױיִם אָנגעהױבן פֿאַלן, זײַנען זײ געפֿאַלן אַזױ װי פֿליגן. און אַז ער האָט אױסגעלײגט אַלע גױיִם ביז אײנעם, האָט ער איװאַנען אָפּגעלאָזט און געזאָגט צו אים: „אַצינד קאָנסטו גײן אַהײם, און איך װעל גײן דאַװנען“…

אַ חוץ װאָס זײַן זײדע איז געװען אַ גבֿר, איז ער נאָך געװען אַ צעטראָגענע בריאה, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן! ער, אַז ער פֿלעגט זיך פֿאַרטראַכטן ― אַזױ דערצײלט רב אַהרן כאָדאָראָװער אַף זײַן זײדן ― איז געװען מיט סכּנת־נפֿשות! אײנמאָל איז ער אַרומגעגאַנגען איבערן שטוב אַ פֿאַרטראַכטער, אַרומגעגאַנגען, אַרומגעגאַנגען און אַרומגעגאַנגען. ער טוט אַ קוק ― ער שטײט אַפֿן טיש!…

אָט אַזאַ מין מלמד איז דאָס געװען רב אַהרן כאַדאָראָװער. נאָך אים זײַנען געגאַנגען אַ גאַנצע סעריע מלמדים, װי רב יהושע דער מלמד, מאיר־הערש דער מלמד, יקיר־שׂמחה דער מלמד, און דער קאָידענאָװער מלמד, און מענדל דער גראָבער. האָט אָבער יעדער פֿון זײ געהאַט זײַן חסרון: האָט ער געקענט לערנען ― איז ער נישט געװען קײן בעל־תּנ″ך; אין ער געװען אַ בעל־תּנ″ך ― האָט ער נישט געקענט לערנען. פֿון אַלע מלמדים װאָלט מענדל דער גראָבער געװען דער בעסטער מלמד, ער זאָל ניט האָבן דעם חסרון, װאָס ער שלאָגט זיך. קינדער, אַז מע דערמאָנט זײ דעם נאָמען „מענדל דער גראָבער“, ציטערן זײ, מאָלט אײַך, מאָניש דער מלמד שלאָגט זיך אױך, נאָר מיט אַ גאַנג. יענער, מענדל דער גראָבער, קאָן הרגענען אַף טױט. דערפֿאַר אָבער װי אַזױ לערנט ער! אײנעם פֿון די צװײ, האָט נחום צוגעזאָגט די קינדער, אַז ער װעט, אם ירצה השם, דינגען.

זײַנען זײ שױן באַװאָרנט, הײסט עס, מיט אַ מלמד. איצט בלײַבט־איבער שרײַבן. װוּ װעלן די קינדער לערנען שרײַבן? װאָס אָנבאַלאַנגט ייִדיש, האָבן זײ באַם װאָראָנקאָװער רב זרחלען שױן אױסגעלערנט זיך שרײַבן. װאָס טוט מען אָבער מיט רוסיש? האָט אַפֿילו אַ גוטער פֿרײַנט, אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס, װאָס איז שױן דערמאָנט געװאָרן אױבן, געגעבן אַן עצה, מען זאָל די קינדער אַװעקפֿירן גלײַך אין דער „יעװרײסקע אוטשילישטשעучилище: שול“, װעט קאָסטן װאָלװל און ס'װעט זײַן גוט. האָט דערהערט די באָבע מינדע און האָט געשװױרן, אַז כּל זמן זי לעבט, װעלן אירע אײניקלעך זײַן ייִדן ― און עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שמע־ישׂראל. פֿונעם יאַריד 113 איז געװאָרן אַ רײד װעגן לערערס. נח בוסעל איז אַ גוטער לערער, איז ער אַ בעל־עגלהס אַן אײדעם. איצט דער שרײַבער, װאָס לערנט בריװנשטע־לער, האָט אַ שײנע האַנט, איז ער שװאַך אין „לשון“. אַבֿרהם דער שרײַבער, טאַקע איצעס אַ ברודער, איז ער שװאַך אין בײדע זאַכן. װאָס טוט מען? איז געבליבן מאָניש דער מלמד. דאָס איז אַ ייִד מיט אַלע מעלות: ער איז אַ בעל־תּנ″ך. קען דקדוק. פֿאַרשטײט אַ בלאַט גמרא און שרײַבט רוסיש, אַז עס לאָזט זיך אױס די װעלט! אמת, ער װײס ניט װ אָ ס ער שרײַבט, און אַז ער שרײַבט, איז דאָס נישט על־פּי גראַמאַטיקע ― מאַכט נישט אױס. די קינדער זײַנען נאָך צו יונג, זײ זאָלן קענען גראַמאַ־טיקע. לאָזן זײ פֿריִער קענען דקדוק ― דאָס איז בילכער. אַי װאָס מאָניש דער מלמד שלאָגט זיך? לאָזן די קינדער נאָר װעלן לערנען, װעט מען זײ נישט שלאָגן. שלאָגט דען אַ רבי אומזיסט? והראיה: די קינדער האָבן דאָס אַרױסגעזען דערנאָכדעם בחוש. מאָניש האָט פֿײַנט געהאַט, װי אַנדערע מלמדים, שלאָגן אָדער שמײַסן. ער האָט געהאַט אינעם גראָבן פֿינגער פֿון דער רעכטער האַנט אַ בײנדל. מיטן דאָזיקן בײנדל, אַז ער האָט אײַך דערלאַנגט אין זײַט אַרײַן, אָדער הינטן אין דער פּלײצע, אָדער אײַנגעקװעטשט אײַך אין שלײף אַרײַן, האָט איר געקאָנט דערזען דעם עלטער־זײדן פֿון יענער װעלט. אָט אַזאַ בײנדל איז דאָס געװען! שלום האָט זיך געפֿלײַסט, װי װײַט מעגלעך, ער זאָל דאָס דאָזיקע „בײנדל“ אױסמײַדן. און עס װאָלט אים אפֿשר געראָטן, װײַל ער איז געװען פֿון די, װאָס האָבן דאָנערשטיק די גמרא געװוּסט, אָדער געמאַכט זיך, אַז זײ װײסן. פֿון תּנ″ך איז דאָך אָפּגערעדט. באַם שרײַבן איז ער אױך געװען נישקשהדיק. דערפֿאַר אָבער, אַז ס'איז געקומען צו שקאָצערײַ ― דאָ האָט ער שױן געמוזט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿונעם „בײנדל“, װאָס ליגט אים נאָך עד היום אין זכּרון. נאָר נישט דאָס איז געװען דער חסרון, װאָס נחום ראַבינאָװיטש איז ניט געװען צופֿרידן מיטן מלמד מאָניש. דער חסרון איז געװען װאָס ס'האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז מאָניש הײבט ניט אָן צו װיסן, װאָס דקדוק איז. אַז מע האָט אים אַ פֿרעג געגעבן: „רב מאָניש, פֿאַרװאָס לערנט איר ניט מיט די קינדער קײן דקדוק?“ האָט ער געענטפֿערט: „װײס איך װאָס, דקדוק, רקדוק, שמינדרעק בלע″ז!“ ― און האָט זיך נאָך אױסגעלאַכט אױך. דאָס האָט נחומען שרעקלעך פֿאַרדראָסן, און אַז ס'איז געקומען צום צװײטן זמן, האָט ער די קינדער פֿון מאָנישן אָפּגענומען און אַװעקגעגעבן צו אַן אַנדער מלמד.

יענער איז שױן געװען אַ „מדקדק“, געװוּסט דעם „מסלול“ אַף אױסװײניק. האָט ער אָבער געהאַט אַן אַנדער חסרון ― ער האָט ליב געהאַט זיך קהלן. אַלע טאָג האָט ער געהאַט װאָס צו טאָן: איז ניט קײן חתונה איז אַ ברית, איז ניט קײן ברית איז אַ פּדיון־הבן, אַ בר־מצװה, אַ גט, אָדער

גלאַט אַ פֿאַרלאָזעניש, אַ בוררות, אַן אױסגלײַכעניש. נאָר פֿאַר װעמען ס'איז אַ חסרון און פֿאַר װעמען אַ מעלה. פֿאַר די קינדער איז דער רבי געװען אַ מלאך פֿון גאָט און דער חדר ― אַ גן־עדן. מע האָט געקאָנט שפּילן אין װאָס פֿאַר אַ שפּיל איר װילט, אַפֿילו אין קאָרטן, ― ניט אין די װאָראָנקאָװער ל″א־קאָרטן! פֿע! נאָר טאַקע אין אמתע קאָרטן. און געשפּילט האָט מען אין „טרי־ליסטיק“, אָדער אין „סטאַרשי קאָזיר“ ― אַ שפּיל, װאָס די אַרעסטאַנטן שפּילן אין די טורמעס. די קאָרטן אַלײן זײַנען אױך געװען „אַרעסטאַנטסקע“ קאָרטן ― שװאַרצע, פֿעטע, אָנגעשװאָלענע. פֿונדעסטװעגן האָט מען פֿאַרשפּילט אַלע אָנבײַסנס מיט אַלע מיטיקס, און װוּ ס'איז געװען ערגעץ אַ פּאָר גראָשנס זײַנען זײ אַרײַן אין די קאָרטן.

דאָס גאַנצע געלט האָבן אָפּגעװוּנען די עלטערע בחורים, אַזעלכע, װי, למשל, זיאַמע קאָרעצקי, אַ טשיקאַװע בחורל, װאָס איז דערמאָנט אױבן. ער האָט אַרױפֿגעפֿירט זײַנע יונגע חבֿרים אַף אַלע גוטע זאַכן. זײַן פּרינציפּ איז באַשטאַנען אין דרײַ כּללים: 1) טאַטע־מאַמע ניט פֿאָלגן; 2) דעם רבין פֿײַנט האָבן; 3) פֿאַר גאָט קײן מורא ניט האָבן.

אַ מעלה האָבן געהאַט די גרױסע בחורימלעך, אַז זײ האָבן אָפּגעװוּנען דאָס געלט באַ די קלײנע, האָבן זײ זיך נאָך גערײצט און געמאַכט חוזק. אמתע קאָרטנשפּילער טוען דאָס נישט… פֿונדעסטװעגן דאַרף מען נישט מײנען, אַז זײ איז דאָס גרינג אָנגעקומען. זײ אַלײן זײַנען אױך אױסגעשטאַנען גענוג צרות. ערשטנס, האָט מען געמוזט אונטערקױפֿן די רביצן, זי זאָל ניט דערצײלן דעם רבין, אַז מע שפּילט אין קאָרטן. און צװײטנס, האָט דער רבי געהאַט אַ זון, פֿײַװל, נאָר גערופֿן האָט מען אים „ליפּ“, מחמת ער האָט געהאַט אַ גראָבע ליפּ. האָט מען באַדאַרפֿט אָט די „ליפּ“ קעכלען און חנפֿהנען און אונטערשמירן אַמאָל מיט אַן אָנבײַסן, אַמאָל מיט אַ נאַשערײַ, און מערסטנטײל מיט ניסלעך. די „ליפּ“ האָט ליב געהאַט קנאַקן ניסלעך. אָנקוקן, װי די „ליפּ“, קנאַקט ניסלעך, האָט געשלאָגן צו דער גאַל. ובפֿרט נאָך פֿאַר פֿרעמד געלט. נאָר װאָס זאָל מען טאָן? אַז די „ליפּ“ װעט דערצײלן דעם רבין, אַז די קינדער שפּילן אין קאָרטן, װעט זײַן בעסער?

פֿון די אַלע מלמדים און לערערס און פֿון די אַלע לערנעכטסן האָט נחום ראַבינאָװיטש געהאַט װינציק נחת. אַלע שבת האָט ער די קינדער פֿאַרהערט און זיפֿצנדיק געשאָקלט מיטן קאָפּ. מער פֿון אַלע קינדער האָט ער געטראָגן אַפֿן קאָפּ דעם מיטלסטן, דעם „בעל־תּנ″ך“. ער האָט, אַפּנים, געװאַרט פֿון אים אַ סך מער. „װאָס װעט זײַן? ― האָט ער געפֿרעגט, ― װאָס װעט זײַן דער תּכלית? אָט־אָט, אָקערשט װי מע זעט ניט, װערסטו בר־מצװה, און דו װעסט אַפֿילו קײן צװײ װערטער ניט קאָנען זאָגן!“… און ער האָט גענומען זוכן אַ ר ע כ ט ן גמרא־מלמד, און ער האָט אים געפּאַקט.

29

דער גמרא־מלמד

משה־דװיד רודערמאַן ― אַ גמרא־מלמד. ― זײַן זון שמעון האַלט באַ שמדן זיך. ―

די שטאָט ראַטעװעט אים אַרױס פֿון מאָנאַסטיר ― דער פֿעטער פּיניע קאָכט זיך.

דאָס איז געװען אַ רבי אַ ליטװאַק, מיטן נאָמען משה־דװיד רודער־מאַן, אַ ייִד אַ יאַדישלעװער, אַן אײַנגעהױקערטער, מיט געדיכטע שװאַרצע ברעמען, אַ גרױסער למדן, אַ שײנער בעל־תּנ″ך און אַ מדקדק ― מיט אַלע מעלות. און דערצו נאָך אַ פֿרומער, אַן אמתער ירא־שמים. גײ ריכט זיך, אַז אַף דעם ייִדן װעט אױך זײַן אַ פּגם, און נאָך װאָסער אַ פּגם! דער פּגם איז געװען דער, װאָס דעם דאָזיקן מלמדס זון לערנט אין דער „אױעזד־נע“. אין דער גאַנצער שטאָט זײַנען דעמאָלט געװען מער ניט װי צװײ בחורים, װאָס האָבן געלערנט אין דער „אױעזדנע“: משה־דװיד רודער־מאַנס זון, שמעון רודערמאַן, אַ בחור, װאָס סע האָט זיך פֿרי אָנגעהױבן אױסשיטן באַ אים אַ שװאַרץ בערדל, און טאַמאַרקין, דעם אַדװאָקאַטס זונדל, חײם טאַמאַרקין, אַ בחורל אַ קורצער און אַ גראָבער, מיט קלײנע אױגלעך און מיט אַן אױסגעבױגענער נאָז, געטראָגן דאָס העמדל איבער די הױזן, װי אַ שײגעצל, געשפּילט מיט די גױיִשע שקצימלעך אין „מיאַטש“, קײנמאָל נישט געגאַנגען אין שול אַרײַן, אַחוץ יום־כּפּור, און שטילערהײט גערײכערט גראָבע „ציגײַערן“.

דאָס זײַנען געװען די פּיאָנערן, אַזױ צו זאָגן, די ערשטע שװעלבעלעך פֿון דער השׂכּלה אין דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ, די אײנציקע צװײ ייִדישע קינדער צװישן עטלעכע הונדערט שקצימלעך. די שקצימלעך האָבן תּחילת געקוקט אַף די צװײ „זשידעניאַטעס“, װי אױף חידושים, װי אַף קינדער פֿון אַן אַנדער װעלט. דערנאָך האָבן זײ אַװעקגעלײגט די ,,זשידע־ניאַטעס“ אַף דער ערד אין מיטן הױף פֿון דער „אױעזדנע“ און אָנגעשמירט זײ די ליפּן מיט חזיר. דערנאָך איז מען געװאָרן חבֿר, געשלאָסן ברודערשאַפֿט, גאָר נפֿש אַחת. גױיִשע שקצימלעך זײַנען נאָך דעמאָלט ― אױ װײ! ― געװען רײן פֿון מענטשנהאַס, נישט געװוּסט פֿון קײן ייִדנהעצעס, און דער גיפֿט פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט זײ נאָך נישט אָנגערירט. קױם האָט מען דעם „זשידיאָנאָק“ אַװעקגעלײגט, אָנגעשמירט די ליפּן מיט