פֿונעם יאַריד: די גרױסע שטאָט

שלום עליכם (אַלע װערק)

― אי־אָ־נו, דאַװנען! ― העלפֿט איר אונטער די באָבע מינדע, האַלט אַ קרבן־מנחה אין האַנט און מישט אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל און זאָגט מיט כּװנה, טאָר ניט מפֿסיק זײַן.

― נאָכן דאַװנען װעט איר זיך דורכגײן צו דער משפּחה אָפּגעבן אַלעמען שלום־עליכם, און אין חדר װעט איר שױן אָנהײבן גײן, אם ירצח השם, נאָך יום־טובֿ.

אַזױ לײגט־צו דער טאַטע װײכער פֿון אַלע. ער גײט אָנגעטאָן אין עפּעס אַ מאָדנע כאַלאַטל, אַף קעץ אונטערגעשלאָגן, כאָטש ס'איז נאָך װאַרעם אין דרױסן, און אַן אײַנגעהױקערטער, אַ פֿאַרזאָרגטער, פֿאַרציט ער זיך מיט אַ שטאַרקן פּאַפּיראָס און זיפֿצט אַזױ טיף, אַז עס רײַסט־אױס אַ שטיק האַרץ. עפּעס דאַכט זיך אױס, אַז ער איז גאָר קלענער געװאָרן. עלטער און קלענער… און עס װילט זיך לױפֿן פֿון שטוב אַרױס װאָס גיכער, לױפֿן אין דרױסן אַרױס, אָנקוקן די שטאָט, זיך באַקענען מיט דער משפּחה.

26

די גרױסע שטאַט

מע גײט באַקענען זיך מיט דער משפּחה. ― די מומע חנה מיט אירע קינדער. ―

אלי און אַבֿרהמל פֿאַרהערן דעם העלד, װוּ ער האַלט אין תּנ″ך. ― באַם פֿעטער פּיניע פֿאַרהערט מען אים אין שרײַבן.

אַף װיפֿל די שטאָט האָט באַנאַכט אױסגעװיזן װיסט און פֿינצטער, אַף אַזױ פֿיל האָט זי אינדערפֿרי געשײַנט און געבלישטשעט און געפֿונען חן און לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון די װאָראָנקאָװער ייִנגלעך, די קלײנשטעטלדיקע קינדער, װאָס האָבן געכאַפּט התפּעלות פֿון איטלעכס ברעקל באַזונדער. זײ האָבן נאָך קײנמאָל אַף זײער לעבן נישט געזען, אַז גאַסן זאָלן זײַן אַזױ ברײט און לאַנג און האָבן פֿון בײדע זײַטן הילצערנע „פּעשעכאָדן“ (טראָטואַרן); אַז שטיבער זאָלן זײַן געדעקט מיט בלעך; אַז פֿענצטער זאָלן זײַן פֿון דרױסן מיט געפֿאַרבטע גרינע, בלױע און רױטע לאָדן; אַז קלײטן זאָלן זײַן געמױערטע פֿון ציגל און האָבן אײַזערנע טירן. הײַנט דער מאַרק, די קלױסטערס און, להבֿדיל, די בתּי־מדרשים מיט די שולן, און אַפֿילו די מענטשן ― אַלע און אַלץ איז אַזױ גרױס און אַזױ שײן און אַזױ רײן און אַזױ יום־טובֿדיק־פֿרײלעך! נײן, פּיניעלע שימעלעס האָט ניט מגזם געװען, אַז ער האָט דערצײלט „װוּנדײרים“ פֿון דער דאָזי־ קער גרױסער שטאָט. אַזױ װי אַף רעדלעך האָבן זיך געגליטשט זײערע פֿיס איבער די הילצערנע „פּעשעכאָדן“, גײענדיק מיטן טאַטן צו דער משפּחה, זיך באַקענען און אָפּגעבן שלום. און נאָר װײַל דאָ איז געװען דער טאַטע, האָבן זײ פֿאַר דרך־ארץ נישט געקאָנט זיך אָפּשטעלן אַף יעדן טריט און באַװוּנדערן די חידושים ונפֿלאָות, װאָס זײערע אױגן האָבן דערזען. װי דער שטײגער איז, איז אַף צו־פֿריִער געגאַנגען דער טאַטע, און די קינדער האָבן זיך נאָכגעשלעפּט נאָך אים, פֿון הינטן.

אַרײַנגעטראָטן אין אַ גרױסן הױף און דורכגעשפּאַנט דורך אַ גרױסן גלעזערנעם ליכטיקן קאָרידאָר, איז מען אַרײַנגעקומען אין אַ רײַכער פּריצישער שטוב מיט געװעקסלטע פּאָדלאָגעס, װײכע קאַנאַפּעס און שטולן, הױכע ביז דער סטעליע שפּיגלען, געשניצטע שאַפֿעס, גלעזערנע קאַנדעליאַברעס אַף דער סטעליע, מעשענע העסעס אַף די װענט ― אַן אמתער „פּאַלאַץ“, אַ „דירה־מלוכה“!

דאָס איז געװען דער מומע חנהס שטוב ― אַ מאָדנע שטוב. אַ שטוב אָן אַ טאַטן (די מומע חנה איז אַן אַלמנה). די קינדער האָבן נישט געהערט זײער מאַמע, נישט זײער רבין, נישט קײנעם. אַ קלײנע אַנאַרכיע. איטלעכער האָט זיך געטאָן װאָס ער האָט געװאָלט. און אַלע צװישן זיך האָבן געהאַלטן אין אײן קריגן זיך, געגעבן זיך אײנס דאָס אַנדערע צונעמענישן, און געלאַכט האָט מען הילכיק, און גערעדט האָבן אַלע אינאײנעם, און געטומלט אַזױ שטאַרק, אַזש דער קאָפּ האָט זיך אײַך געדרײט.

די מומע חנה אַלײן ― אַ ייִדענע אַ הױכע, אַ גרױסאַרטיקע. עס װאָלט איר אָנגעשטאַנען זײַן אַ גראַנד־דאַמע, פֿון די, װאָס שמעקן טאַבעקע פֿון אַ גאָלדן פּושקעלע, אַף װעלכן סע שטײט אױסגעמאָלט אַ פּרינץ פֿון די אַמאָליקע פּרינצן, מיט אַ גרױ צעפּל און מיט זײַדענע זאָקן. די מומע חנה איז געװען, װײַזט אױס, אַמאָל אַ יפֿת־תּואר. דאָס איז צו זען נאָך די טעכטער: זעלטענע־זעלטענע שײנהײטן. װי נאָר קלײנװאַרג זײַנען אַרײַנגעקומען, אַזױ איז געװאָרן אַ טומל, אַ געשרײ און אַ געפּילדער:

― אָט דאָס זײַנען זײ? אָט דאָס איז ער, דער בעל־תּנ″ך? אַנו, קום נאָר אַהער, שעם זיך ניט! זעט נאָר, װי ער שעמט זיך עס אַביסל, כאַ־כאַ־כאַ!

דער טאַטע האָט זיך, אַפּנים, נישט געקאָנט אײַנהאַלטן פֿון צו געבן זיך אַ באַרים מיט זײַן זון, אַז ער איז אַ גוטער בעל־תּנ″ך, האָט מען אים געקרױנט דאָ טאַקע באַלד אַפֿן אָרט מיטן נאָמען: „בעל־תּנ″ך“.

― גיס־אָן דעם בעל־תּנ″ך אַ גלעזל טײ און גיב אים אַן עפּל מיט אַ באַר, לאָז ער פֿאַרזוכן, דער בעל־תּנ″ך, אונדזערע פּערעיאַסלאַװער אױבסטן.

― שאַט, װײסט איר װאָס? לאָז מען אַרײַנרופֿן אַהערצו אליען מיט אַבֿרהמלען, װעלן זײ אים פֿאַרהערן. און מע האָט אַרײַנגערופֿן אליען מיט אַבֿרהמלען.

אלי און אַבֿרהמל זײַנען שױן היפּשע בחורים מיט פֿײַנע בערדלעך און קערן זיך אָן צו דער מומע חנהס משפּחה פֿון איר מאַנס צד. זיצן אַ הױף קעגן אַ הױף. זײער פֿאָטער, יצחק־יענקל, איז אַן אָפּגעקומענער נגיד, לאָדט זיך כּל ימיו מיט „קאַזנאַ“, טראָגט אַן אױרינגל אין לינקן אױער, אַ שײנע קײַלעכיקע באָרד, קוקט ניט אַף קײנעם, רעדט נישט מיט קײנעם, און שטענדיק שמײכלט ער מיט אַזאַ מינע, װי אײנער רעדט: „װאָס האָב איך מיט אײַך צו שמועסן, אַז איר זײַט אַלע בהמות?“

די אַרײַנגעקומענע בחורים האָבן גלײַך, אָן צערעמאָניעס, אַ נעם געגעבן דאָס װאָראָנקאָװער בחורל צום עקזאַמען, אים פֿאַרהערט אין תּנ″ך אַף אױסװײניק פֿון אײן עק ביזן אַנדערן. און מע דאַרף מודה זײַן, אַז דאָס װאָראָנקאָװער בחורל האָט דעם עקזאַמען אױסגעהאַלטן גאָר־גאָר גלענצנדיק. ער האָט ניט נאָר געטראָפֿן איטלעכס װאָרט װוּ עס שטײט, אין װאָסער אַ קאַפּיטל, אין װאָסער פּסוק, נאָר אַפֿילו געזאָגט, װוּ סע געפֿינען זיך אַלע איבעריקע װערטער פֿונעם זעלבן שורש. דער טאַטע האָט געקװאָלן, געקליבן תּענוג, ממש געװאָרן ברײטער װי לענגער. דאָס פּנים זײַנס האָט אים געשײַנט. די קנײטשן, װאָס אַפֿן שטערן, האָבן זיך אױסגעגלײַכט, געװאָרן גאָר אַן אַנדער מענטש.

― אַז ס'איז יאָ אַזױ, לאָז מען געבן דעם בעל־תּנ″ך נאָך אַן עפּל און נאָך אַ באַר און נאָך ניס, און קאָנפֿעקטן, קאָנפֿעקטן! ― האָבן דער מומע חנהס טעכטער די יפֿת־תּוארס געקאָמאַנדעװעט, און דער נאָמען „בעל־תּנ″ך“ איז אים פֿאַרבליבן אַף אַ לאַנגע צײַט ניט נאָר אין דער משפּחה ― מע האָט אים שױן דערנאָך אין בית־מדרש, צװישן ייִנגלעך קונדסים, אַנדערש ניט גערופֿן, װי „דער װאָראָנקאָװער בעל־תּנ″ך.“ אױך די גרױסע, װער עס האָט נאָר געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט אים געכאַפּט פֿאַר אַן אױער: „זאָג נאָר, דו קלײנער בעל־תּנ″ך, װוּ שטײט ערגעץ אָט דער און דער פּסוק?“

דעם בעל־תּנ″ך איז שטאַרק געפֿעלן געװאָרן דער מומע חנהס שטוב מיט דער מומע חנהס קינדער, פּיניע מיט מאָכען, צװײ ייִנגלעך־שקצים, מיט װעלכע ער איז גיך געװאָרן חבֿר. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז קײן שענערע און קײן רײַכערע שטוב, װי דער מומע חנהס, איז ניטאָ ניט נאָר אין פּערעיאַסלאַװ, נאָר אַף דער גאַנצער װעלט. װאָרעם װוּ האָט איר געזען, אַז עפּל זאָל מען שלעפּן פֿון אַ פֿאַס, ניסלעך פֿון אַ זאַק און קאָנפֿעקטן פֿון אַ טאָרבע?… גאַנץ אַנדערש האָט אױסגעזען דעם פֿעטער פּיניעס שטוב. אַ שטוב אָ ייִדישע, מיט אַ סוכּה, מיט אַ סך ספֿרים, גאַנץ ש″ס, אַ זילבערן חנוכּה־לעמפּל, אַ לאַנגע װאַקסענע הבֿדלה. נאָר װי קומט עס צו דער מומע חנה? אַ פֿרומע שטוב. אַלע זײַנען דאָרטן פֿרום. אַזױ װי דער פֿעטער פּיניע אַזױ זײַנע קינדער. די זין אין לאַנגע קאַפּאָטקעלעך ביז צו דער ערד, מיט אַרבע־כּנפֿותן לאַנגע ביז די קני. די טעכטער ― צניעותדיק אָנגערוקט די פֿעטשײלעס איבערן פּנים, קוקן ניט קײן פֿרעמדן גלײַך אין די אױגן אַרײַן, נאָר אַז מע דערזעט אַ פֿרעמדן, װערט מען רױט, װי אַ צװיק, און מע לאַכט אַף קרעדיט. די מומע טעמע, אַ ייִדענע אַ פֿרומע מיט װײַסע ברעמען, און באַ דער זײַט איר מאַמע ― צװײ טראָפּנס װאַסער די מומע טעמע, גאָרניט צו דערקענען, װער ס'אַ מאַמע, װער ס'אַ טאָכטער, װען די מאַמע זאָל ניט טרײסלען מיטן קאָפּ: נײן־נײן.

דאָ, באַם פֿעטער פּיניע, האָט דער טאַטע נחום שױן נישט באַרימט זיך מיט זײַן „בעל־תּנ″ך“. אין דער דאָזיקער שטוב האַלט מען ניט פֿונעם תּנ″ך. װער לערנט תּנ″ך? תּנ″ך לערנען אַפּיקורסים. דערפֿאַר האָט ער זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן פֿון באַרימען זיך מיט זײַנע קינדערס כּתבֿ. זײַנע קינדער, האָט ער געזאָגט, שרײַבן, אַז עס לאָזט זיך אױס די װעלט.

― אָט דער קלײנער ― האָט ער אַ װײַז געגעבן אױפֿן בעל־תּנ″ך ― האָט אַ הענטל, אַ כּתבֿא רבה!

― אַנו, װײַזט נאָר אַהער אַ טינט און פּען! ― האָט דער פֿעטער פּיניע אַ שאַף געגעבן און האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל פֿון בײדע הענט, גלײַך װי ער אַלײן באַדאַרף עפּעס טאָן אַן אַרבעט. ― אַ טינט און פּען זאָל מיר באַשאַפֿן װערן, װעלן מיר אים פֿאַרהערן שרײַבן, אָט דעם „כּתבֿא רבה“. אָבער גיך! און באַלד!

דעם פֿעטער פּיניעס באַפֿױל איז געװען אַ באַפֿױל פֿון אַ שטרענגן גענעראַל, און אַלע קינדער, די ייִנגלעך מיט די מײדלעך, האָבן זיך אַ װאָרף געגעבן אין אַלע װינקעלעך נאָך אַ טינט און פּען.

― אַ שטיקל פּאַפּיר! ― האָט אױסגעקאָמאַנדעװעט װידער דער גענעראַל. ס'איז אָבער נישט געװען אין ערגעץ קײן איבעריק שטיקל פּאַפּיר.

― שאַט! װײסט איר װאָס? לאָז ער אָנשרײַבן אָט דאָ אַף מײַן סידורל.

אַף דער דאָזיקער המצאה איז געפֿאַלן דעם פֿעטער פּיניעס ייִנגערע־זון, איצל, אַ טשיקאַװע בחורל מיט אַ שפּיצעכיק קעפּל און מיט אַ לאַנג נעזל.

― נעם שרײַב! ― האָט דער טאַטע באַפֿױלן צו זײַן „בעל־תּנ″ך“.

― װאָס זאָל איך שרײַבן?

― שרײַב װאָס דו װילסט.

אײַנגעטונקען די פּען, האָט דער בעל־תּנ″ך, אָדער דער „כּתבֿא רבה“, אַביסל אַ טראַכט געגעבן, נישט געהאַט װאָס צו שרײַבן, כאָטש טו זיך אָן אַ מעשׂה! דעם פֿעטער פּיניעס הױזגעזינד האָט שױן מסתּמא איבערגעטראַכט, אַז דער „כּתבֿא רבה“ קאָן שרײַבן נאָר דעמאָלט, װען מע זעט ניט. נאָר דאָ איז אים געקומען אַפֿן זכּרון דאָס, װאָס כּמעט אַף יעדן ייִדישן ספֿר פֿלעגט יענע יאָרן שטײן געשריבן, און שלום האָט פֿאַרקאַטשעט דעם אַרבל, געגעבן אַ דרײ מיט דער האַנט, אײַנגעטונקען נאָך אַ מאָל די פּען און אין עטלעכע מינוט אַרום איז געװען אָנגעשריבן אָט װי אַזױ:

„אעפּ″י שאָסרו חכמים לכתּובֿ על הספֿר, אלאָ משום סימן בעלמאָ מותּר“. אַף ייִדיש װעט דאָס הײסן אַזױ גוט װי:

כ אָ ט ש אַ פֿ י ל ו אַ ף אַ ס פֿ ר ש ר ײַ ב ן ט אָ ר מ ע ן נ י ט , נ אָ ר צ ו ל י ב אַ ס י מ ן מ ע ג מ ע ן.

דאָס איז געװען אַ מין הקדמה, נאָך װעלכער עס קומט די דאָזיקע באַקאַנטע אױפֿשריפֿט:

„זה הסדור שײך. למי שײך? למי ששײך שײך. פֿאָרט למי שײך? למי שקנה. מי קנה? מי שקנה קנה. פֿאָרט מי קנה? מי שנתן מעות. מי נתן מעות? מי שנתן נתן. פֿאָרט מי נתן? מי שהוא נגיד. מי נגיד? מי שהוא נגיד נגיד. פֿאָרט מי נגיד? הנגיד ה″ה הבחור המפֿורסם מוהר″ר יצחק בהרבֿ הנגיד המפֿורסם מוהר″ר פּינחס ראַבינאָװיטש בק″ק פּערעיאַסלאַװ“.

איבערזעצט אַף ייִדיש װעט דאָס אױסקומען אַזױ:

„דאָס דאָזיקע סידורל געהערט. צו װעמען געהערט דאָס סידורל? צו װעמען עס געהערט געהערט עס. פֿאָרט צו װעמען? צו דעם, װאָס האָט געקױפֿט. װער האָט דאָס געקױפֿט? װער עס האָט געקױפֿט האָט דאָס געקױפֿט. פֿאָרט װער האָט דאָס געקױפֿט? װער עס האָט געגעבן געלט. װער האָט געגעבן געלט? װער עס האָט געגעבן האָט געגעבן. פֿאָרט װער האָט געגעבן?װער ס'איז אַ נגיד. װער איז אַ נגיד? װער ס'איז אַ נגיד איז אַ נגיד. פֿאָרט װער איז אַ נגיד? אַ נגיד איז דער באַרימטער בחור יצחק דער זון פֿונעם באַרימטן נגיד פּינחס ראַבינאָװיטש אין דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ“.

עס איז שװער צו באַשרײַבן, װאָס פֿאַר אַ פֿוראָר דאָס האָט געמאַכט, הן מצד הלשון והן מצד הכּתבֿ! און דער עיקר ― דאָס כּתבֿ! דער „כּתבֿא רבה“ האָט זיך שױן גוט געפֿלײַסט, אַז דער טאַטע זײַנער זאָל חלילה ניט פֿאַרשעמט װערן. ער האָט אָנגעשטרענגט אַלע כּוחות. ער האָט געשװיצט, װי אַ ביבער. ער האָט אױסגעקליבן דאָס סאַמע שענסטע און סאַמע קלענסטע פּערל־כּתבֿ, װאָס מע דאַרף אָנטאָן דערצו אַ שפּאַקטיװ, מע זאָל דערזען די אותיותלעך. ער האָט אָנגעװענדעט דערצו דעם גאַנצן כּח פֿון קאַליגראַפֿיע, װאָס ער האָט אַרױסגעפֿירט בירושה פֿון זײַן װאָראָנקאָװער רבין רב זרחל, װעלכער האָט באַשאַפֿן אין יענעם שטעטעלע, קאָן מען זאָגן, אַ גאַנצן דור פֿון קאַליגראַפֿן, װאָס האָבן זיך צעקראָכן איבער דער װעלט און װאָס צײכענען זיך אױס כּמעט אַלע מיט זײער שײן־שרײַבן עד היום הזה.

27

בין־הזמנים

אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס. ― נײַע חבֿרים. ― גרמיזאָ דער מלמד אַ בעל־קורא. ― די װאָראָנקאָװער װײַסע־חבֿרהניקעס באַװײַזן װאָס זײ קענען.

בין הזמנים ― װער װעט דאָס פֿאַרשטײן? װ אַ ק אַ צ י ע , װ אַ ק ײ ש אָ ן , פֿ ע ר י ע ן , ק אַ נ י ק ו ל ע ס ― דאָס זײַנען אַלץ װערטער פֿונעם זעלבן באַגריף. זײ זאָגן אָבער נישט דאָס, װאָס דאָס װאָרט „בין־הזמנים“ זאָגט דעם ייִדישן ייִנגל.

דאָס קינד, װאָס קומט פֿון דער שול, אָדער פֿון גימנאַזיע, אַף װאַקאַציע אַהײם, האָט זיך גענוג אָנגעשפּילט דאָרטן, װוּ מע לערנט, גענוג אָנגעטאַנצט און אָנגעהוליעט, גענוג אָנגעלאָפֿן זיך און גענוג אָנגעשטיפֿט זיך מיט די חבֿרים דורכן יאָר ― עס קאָן זײַן מער געשטיפֿט, װי געלערנט. דאָס ייִדישע חדר־ייִנגל ― דער האָט נעבעך דאָס גאַנצע יאָר געהאָרעװעט, געזעסן ביז שפּעט אין דער נאַכט און געלערנט ― געלערנט, געלערנט און געלערנט. און מיטאַמאָל ― בין־הזמנים! אָנדערהאַלבן חדשים דורכאַנאַנד, פֿון חצי אלול ביז סוף תּשרי, װעט מען נישט גײן אין חדר ― װאָס קאָן זײַן אַ גרעסערער יום־טובֿ? און דערצו גײען נאָך די יום־טובֿים אױך: ימים נוראָים! סוכּות! שׂמחת־תּורה! און דאָס אַלצדינג אינאײנעם גענומען ― אַף אַ נײַ אָרט, אין דער גרױסער שטאָט, אין פּערעיאַסלאַװ!

קודם כּל באַדאַרף מען אָנקוקן די שטאָט. חבֿרה האָבן זי נאָך כּמעט גאָרניט געזען. אַחוץ װי באַ דער מומע חנהן און באַם פֿעטער פּיניע און אַחוץ װי אין גרױסן בית־מדרש, אין אַלטן בית־מדרש און אין דער קאַלטער שול, דאָרט װוּ צאַלע דער חזן דאַװנט, זײַנען די װאָראָנקאָװער קינדער כּמעט אין ערגעץ נישט געװען. נאָך פֿאַראַן גענוג גאַסן און גענוג ערטער. פֿאַראַן די „אַלטיצע“, און פֿאַראַן די „טרובײלאַ“ (טײַכן אַזעלכע), און פֿאַראַן די לאַנגע בריק. און װוּ זײַנען די „פּידװאָרקעס“, װאָס אַף יענער זײַט בריק? די „פּידװאָרקעס“ ― דאָס איז אַ באַזונדער מין שטאָט, װאָס געהערט פֿונדעסטװעגן צו פּערעיאַסלאַװ. „אַרנאָלד פֿון די פּידװאָר־קעס“ שטאַמט פֿון דאָרט. אַרנאָלד קומט אָפֿט אַרײַן צו נחום ראַבינאָ־