פֿונעם יאַריד: גערגעלע גנבֿ

שלום עליכם (אַלע װערק)

גלײַך װי זי װאָלט װעלן נאָכאַמאָל, צום לעצטן מאָל, געבן אַ קוק אַף דעם אָרט, װאָס זי האָט פֿאַרלאָזט אַף שטענדיק, אַף אײביק… עס נעמט זײ װידער אָן אַן אומעט און דאָס געפֿיל פֿון רחמנות כאַפּט זיך אױף נאָכאַמאָל באַ זײ אַף אַ װײַלע און װערט פֿאַרלאָשן ― עס װילט זיך איבערצײלן דאָס ביסל מינץ…

פֿונעם גאַנצן טאַרעראַם מיטן גאַנצן האַרמידער האָט זיך סוף־כּל־סוף אױסגעלאָזט אַ שטילשװײַגעניש. די בױדן זײַנען אַװעק, איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ געדיכטן שטױב, אַ ריח פֿון סמאָלע און אַ מאָדנע פּוסטקײט. דער עולם האָט גענומען ביסלעכװײַז, אײנציקװײַז, װי פֿאַרשעמט, זיך צעגײן, דער אַהער, דער אַהין, עפּעס גלײַך װי די אָפּגעשמיסענע. דער פֿעטער ניסל ― יענער איז גאָר אַנטרונען געװאָרן. געבליבן שפּעטער פֿון אַלע איז שמואל־אלי דער חזן. ער איז נאָך לאַנג־לאַנג געשטאַנען און נאָכגעקוקט די אָפּגעפֿאָרענע, פֿאַרשטעלט מיט דער האַנט די אױגן פֿון דער זון, װאָס האָט באמת גאָרניט אַזױ שטאַרק געבראָטן און גאָרניט אַזױ שטאַרק געשײַנט. דערנאָך האָט ער מיט אַ ביטער שמײכעלע אַ זאָג געגעבן צו זיך אַלײן: ,, ד ע ר ע ו ל ם צ ע ק ר י כ ט ז י ך , אַ ז ו י װ י װ ע ר ע ם “…

און ער האָט אױסגעשפּיגן.

21

גערגעלע־גנבֿ

משה דער שוחט ― אַ צדיק ― גערגעלע ― אַ בחור מיט אַ צעשפּאָלטענער ליפּ.

― די קונסט פֿון גנבֿענען עפּל. ― געפּאַקט באַ דער פּושקע טאַבאַק. ― דעם רבינס טױט.

דאָס דאַרף מען פֿאַרשטײן, אַז איבערגעלאָזט האָט מען קלײנװאַרג אין שטעטל עפּעס ניט גלאַט אַזױ אַף הפֿקר. דער פֿאָטער האָט פֿאַר זײ געזוכט אַ מלמד מיט אַ מדריך, אַן אַפּיטרופּס, אינאײנעם. דאָס הײסט: די קינדער זאָלן באַ אים אי לערנען, אי עסן קעסט, און דער רבי זאָל אַף זײ השגחה געבן. און עס איז אים אָפּגעראָטן אַרום און אַרום. דער רבי מיטן אַפּיטרופּס, מיטן בעל־משגיח, װאָס ער האָט געפֿונען פֿאַר זײַנע קינדער, איז געװען אַן אױסגעשפּילטער, אַ געראָטענער, טאַקע דעם אַלטן װאָראָנקאָװער שוחטס אַ זון, משה דער שוחט.

דאָס איז געװען אַ זײַדענער יונגערמאַן, אַ צאַצקע, אַ מופֿלג בתּורה און אַ שײנער בעל־תּנ″ך, און גלאַט אַ דימענט פֿון אַ מענטשן. דער חסרון איז אָבער געװען, װאָס אָט דער רבי איז געװען נישט קײן געזונטער און בטבֿע שױן צו אַ גוטער, צו אַ װײכער, געגאַנגען מיט זײַנע תּלמידים אַף אַ נײַעם דרך ― ניט מיט שמיץ, נאָר מיט גוטע װײכע װאַרעמע רײד, צו װעלכע די קינדער זײַנען גאָרניט געװױנט געװאָרן, און דעריבער טאַקע האָבן זײ אָפּגענאַרט דעם רבין פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, מחילה געפֿירט אים אין באָד אַרײַן: ניט געדאַװנט און ניט געלערנט, און שפּעטער־צו, אַז משה דער שוחט איז שױן גאָר גוט קראַנק געװאָרן, באַקומען די „דאָר“ און אַװעקגעלײגט זיך, האָבן חבֿרה אָנגעהױבן אַרומצוגײן פּוסטעפּאַס, שלאָגן בײַדעקעס, זיך חבֿרן מיט גערגעלע־גנבֿ, אַ ייִנגל אַ יתום און אַ באָרװעסער, מיט ממזרישע אױגן, מיט אַ צעשפּאָלטענער ליפּ ― אַ רעכטער באָסיאַק! זײַן אמתער נאָמען איז געװען גרשון, נאָר דאָס האָט אים זײַן מאַמע, שׂרה־פֿײגע די קעכן, זאָגט ער, אַזױ פֿאַרצױגן, און דעם נאָמען ,,גנבֿ“ האָט אים שױן צוגעלײגט, זאָגט ער, זײַן שטיפֿטאַטע, יוסף־מאיר דער העקער, כאָטש ער האָט נאָך דעמאָלט, זאָגט ער, באַ קײנעם קײן זאַך ניט אַװעקגעגנבֿעט. מע זאָל אים ניט געװען, זאָגט ער, אַ נאָמען געבן גנבֿ, װאָלט ער אפֿשר קײן גנבֿ קײנמאָל ניט געװאָרן. איצט װעט ער שױן, זאָגט ער, זײ אַף צו־להכעיס, װערן אַ גנבֿ ― הלװאַי עס זאָל נאָר זײַן װאָס צו גנבֿענען!…

אַזױ האָט זיך גערגעלע־גנבֿ באַרימט גאַנץ ערנסט און מיט אַ מינע פֿון אַ גרױסן פֿאַר שלום נחום װעװיקס, װאָס איז געװען איבעראַשט פֿונעם ייִנגל מיט די קלוגע אױגן און מיט דער צעשפּאָלטענער ליפּ. זײער באַ־ קאַנטשאַפֿט האָבן זײ געשלאָסן טאַקע באַ משה דעם שוחט אין חדר. אַ גאַנצע װאָך איז משה דער שוחט געװען אַ מלמד, נאָר דאָנערשטיק איז ער געװען אַ שוחט, און אַלע װײַבלעך און אַלע מײדלעך האָבן זיך דעם דאָ־ נערשטיקדיקן טאָג דאָ צונױפֿגעזאַמלט מיט זײערע עופֿות, גענדז און קאַטש־ קעס. צװישן זײ איז געװען אײנער אַ בחורל מיט אַ צעשפּאָלטענער ליפּ ― דאָס איז געװען גערגעלע ― אױך מיט אַן עוף, װאָס די מאַמע די קעכן האָט דורך אים געשיקט צום שוחט קױלען אַף שבת. זיצנדיק צװישן די װײַבלעך און װאַרטנדיק אַפֿן שוחט, האָט דערװײַל אָט דער גערגעלע געװײַלט דעם עולם, דאָס הײסט, ער האָט געמאַכט אַזעלכע משונה אָנ־ שטעלן, אַזעלכע מאָדנע פּיסקעס און אַזעלכע משוגענע העױות, אַז װיפֿל ס'איז געװען װײַבלעך און מײדלעך, האָבן אים אַלע געשאָלטן מיט טױטע קללות: „גנבֿ“, און „משומד“, און „חלירע“, און װאָס אין דער קאָרט, און געלאַכט בעת־מעשׂה צום טױט! „אָט דער איז פֿון מײַנע לײַט!“ ― האָט זיך געזאָגט שלום נחום װעװיקס און איז געװאָרן מיט אים חבֿר. פֿאַר־ שטײט זיך, בסוד, אַז קײנער זאָל ניט װיסן, װאָרעם אַ „טאַטנס אַ קינד“ װאָלט געקאָנט האָבן אַ מיאוסן פּסק פֿאַר אַזאַ חבֿרן זיך מיט אַ קעכנס אַ ייִנגל און אַ גנבֿ דערצו.

עס איז אָבער געװען אַ באַזונדער מין זיסקײט אין דעם חבֿרן זיך דװקא מיט אַזאַ ייִנגל, מיט װעלכן מע קאָן זיך באַגעגענען נאָר פֿאַרנאַכטלעך, בין מנחה למעריבֿ, רײדן אַ פּאָר װערטער, מאַכן אַ פּאָר קונצן, זיך לאָזן לױפֿן בײדע אַראָפּ אַ באַרג, וכדומה. עס איז געװען אַ באַזונדער פֿאַרגעניגן אַרײַנרוקן אים אין האַנט אַרײַן, אַז קײנער זעט ניט, אַמאָל אַ גראָשן, אַמאָל אַ צוקערקע און אַמאָל גלאַט אַ שטיקל ברױט ― גערגעלע האָט אַלצדינג גענומען בשׂמחה רבה, חלילה ניט װי אַ נדבֿה, און נישט געזאָגט קײן דאַנק אַפֿילו, נאָר צוגענומען מיט בײדע הענט, װי אַ חובֿ, װאָס קומט אים, און געהײסן זיך ברענגען מאָרגן נאָך אַמאָל, געגעבן עצות, װי אַזױ מע זאָל פֿון זײַנעטװעגן „קריגן“, דאָס הײסט, מחילה, גנבֿענען. נישט אַפֿן גראָבן אַרט חלילה, נאָר אײדל. למשל, דער אײגענער גערגעלע האָט אױסגעלערנט זײַנע חבֿרים, און דװקא אין אַ גאָר קורצער צײַט, װי אַזױ מע קאָן קריגן אומזיסט עפּל אין מאַרק, אָדער באַרן. מע מײנט נישט פֿון פֿרעמדע גערטנער, חלילה. װאָרעם װאָס פֿאַר אַ טאַטנס אַ קינד װעט זיך עס אײַנשטעלן אַריבערקריכן, װי אַ גױ, איבער אַ פּלױט, אַרײַנשפּרינגען אין אַ פֿרעמדן גאָרטן, װוּ עס געפֿינט זיך אַ שומר, װאָס קאָן ברעכן אַ בײן, און אַ הונט אַף אַ קײט, װאָס קאָן דורס זײַן אַ מענטשן? קריגן אומזיסט עפּל װיפֿל מע װיל האָט זײ גערגעלע־גנבֿ אױסגעלערנט גאָר שפּילנדיק זיך, און אַפֿילו נישט עובֿר צו זײַן אַפֿן לאַו פֿון „לא תגנובֿ“. װי אַזױ איז דאָס מעגלעך? אָט װעט איר האָרכן ― און זאָגט איר, אױב דאָס הײסט געגנבֿעט.

זומער־לעבן. נאָרװאָס אױפֿגעקומען עפּל און באַרן. שױן פֿאַרנאַכטלעך. װײַבער זיצן נאָך, אױסגעלײגט מיט זײער סחורה אַף די טישלעך, אָדער גאָר אַף דער ערד, רײדן פֿונעם גערעטעניש, װאָס הײַנטיקס יאָר איז אַף אױבסטן, פֿון דעם, װאָס קײן רעגן גײט ניט, און אַז עס גײט ניט קײן רעגן, איז אַ שטױב, און אַז ס'איז אַ שטױב, איז דאָ אַ סך פֿלײ… די מאַנען פֿון די װײַבער זײַנען אין בית־מדרש, כאַפּן־אַרײַן אַ מנחה־מעריבֿ. דעמאָלט איז די בעסטע צײַט. דעמאָלט לאָזן זיך װײַסע־חבֿרה־ניקעס אַף דער אַרבעט ― צו קריגן אומזיסטע עפּל. חבֿרה גײען באָרװעס און אַלע אָנגעװאָפֿנט מיט שטעקעלעך, און אַף די שטעקעלעך טשװעקלעך, אױסגעבױגן װי האַטשקעלעך, און מע לאָזט זיך לױפֿן ― דאָס װערט אָנגערופֿן „פּאָטשט“. אײנער איז דאָס פֿערד, און די איבעריקע זײַנען פּאַרשױנדלעך, װאָס האַלטן אים באַם צױמל, טרײַבן אים, הוקען־אונטער און פֿײַפֿן און שרײַען: „פּאָשאָל!“ און אַקוראַט אַז עס קומט צו דער קופּע עפּעלעך אָדער באַרלעך, טוט גערגעלע אַ קאָמאַנדע: „פּאַלקי דאָלאָי“! ― טוען חבֿרה אַ שאַר מיט די האַטשקעװאַטע שטעקלעך, און מחמת דער שטױב איז פֿונעם לױפֿן זײער גרױס, באַמערקט מען ניט, װי עס קאַטשען זיך עטלעכע אָנגעכאַפּטע עפּעלעך אָדער באַרלעך. אָפּגעלאָפֿן אַביסל, ציט זיך גערגעלע אױס, און נאָך אים ― די װײַסע־חבֿרהניקעס, אַף דער ערד און מע נעמט זיך צום „רױב“, צו די אָנגעכאַפּטע עפּעלעך. מע שטופּט װער אין די קעשענעס, װער גלײַך אין מױל אַרײַן ― חי געלעבט! ס'איז ניט אַזױ זיס די גנבֿה, ס'איז ניט אַזױ אָנגעלײגט די עפּעלעך, װי ס'איז גלאַט פֿרײלעך!

גערגעלע איז איבערהױפּט אַ פֿרײלעכער יונג, כאָטש װער עס האָט גאָט אין האַרצן ― דער לײגט אין אים אַרײַן װיפֿל ער װיל. אַן אָרעם ייִנגל און אַ יתום ― װער װעט זיך פֿאַר אים אָננעמען? און דערצו נאָך אַ גנבֿ! נאָטע דער שמשׂ פֿון בית־מדרש האָט אים געכאַפּט אײנמאָל מיט אַ פֿרעמדן סידור, און רודע־בתיה, װאָס באַקט בײגל און בלינעס, האָט באַ אים אױסגעטרײסלט אַ האַלבן קאָרזש פֿון בוזעם ― אַזעלכן איז אַ מצװה צו ברעכן די בײנער! דערצו האָט ער אַ מױל ― סכּנת־נפֿשות! אַף אַלעמען האָט ער אײַך אַן אַנדער חסרון, און אַף יעדן ― אַ צונעמעניש, און װײַל אַלײן איז ער הפֿקר און אײַנצושטעלן האָט ער נישט װאָס, האָט ער ליב איטלעכן באַזונדער אונטערשטעלן זײַן באָרװעסן פֿוס, װי אַ קאָטשערע, אַזױ אַז יענער זאָל זיך אױסציִען װי לאַנג ער איז ― מעג עס זײַן דער רבֿ אַלײן, די רביצן אָדער די שוחטקע ― פּוץ אין דער ערד אַרײַן! דאָס איז דעם קלײנעם שלומען שטאַרק געפֿעלן, און מיט דער צײַט האָט ער אים אַזױ ליב געקריגן, אַז ער האָט אים געטראָגן גאַנצע שטיקער ברױט פֿון דער שוחטקעס טיש אין קעשענע, מחילה בגנבֿה, און אַמאָל טאַקע אַװעקגעלקחנט פֿון דער צוקער־פּושקע אַ שטיקל צוקער אױך. ער האָט ליב געהאַט צוקער. מער פֿון אַלץ האָט אָבער גערגעלע ליב געהאַט אַ ציגאַר־טיטון, אױסגעגאַנגען נאָך אַ פּאַפּיראָסל! נאָר װוּ קריגט מען אַזאַ זאַך, אַז דער רבי איז קראַנק און רױכערט ניט, און דער טאַטע איז ניטאָ? האָט אים גערגעלע געגעבן אַן עצה, ער זאָל זיך אָפֿטער אַביסל אַרײַנכאַפּן צום פֿעטער ניסלען ― יענער רײכערט דאָך „פּערװע דיובעק“!

דאָס איז געװען אַ װױלע עצה. דער פֿעטער ניסל האָט געהאַט אַ ברײטע האַנט. די פּושקע טיטון איז באַ אים געשטאַנען אָפֿן, פֿראַנק און פֿרײַ, אַפֿן געזימס, אונטערן שפּיגל. אַהין האָט זיך דער קלײנער שלום אָנגעהױבן אָפֿטלעך אַרײַנכאַפּן, אַרײַנשטעקן די יד, אָננעמען אַ פֿולע זשמעניע דיובעק און אַרײַן אין די הױזנקעשענעס. באַדאַרף זיך טרעפֿן, מעשׂה שׂטן, אַז די מומע האָדל דערזעט עס (און דװקא זי דאַרף דערזען, ניט קײן אַנדערער!). דאָ האָט זיך אַראָפּגעלאָזט דער הימל אַף דער ערד. עק װעלט! ס'איז גאָר ניט געװען אַזאַ שטראָף, װאָס דער קלײנער פֿאַרברעכער זאָל דאָס ניט האָבן פֿאַרדינט. אַרבע מיתות בית־דין! עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז װאָס שטרענגער און װאָס גיכער דער פּסק זאָל שױן זײַן, װאָלט געװען בעסער. האָט גאָט געטאָן אַ נס. עס האָט זיך געטראָפֿן אַ גליק, װאָס איז געװען, אײגנטלעך, אַן אומגליק, אַ גרױסער אומגליק: מען איז געקומען צו לױפֿן פּלוצעם צום פֿעטער ניסלען, אַז ער זאָל גײן װאָס גיכער, װאָרעם משה דער שוחט איז פֿאַרבײַ, די גאַנצע שטאָט איז דאָרט, ער גוססט שױן…

דאָס איז געװען פֿאַרן קלײנעם פֿאַרברעכער אַ נײַער קלאַפּ, אפֿשר נאָך אַ גרעסערער פֿונעם ערשטן. קײן אַנדער רבין האָבן די תּלמידים אַזױ ניט ליב געהאַט, װי אָט דעם רבין. דאָס איז געװען עפּעס אַ מלאך, ניט קײן רבי! ערשט דעמאָלט, װען חבֿרה נושׂאי־המטה האָבן אים, אַן איבערגעדעקטן מיט שװאַרצן, געגעבן אַ כאַפּ אַף די פּלײצעס און אַ טראָג אַװעק אַפֿן הײליקן אָרט און די גאַנצע שטאָט איז נאָכגעגאַנגען נאָך דער לװיה, האָבן נחום װעװיקס קינדער זיך דערמאָנט, װאָס פֿאַר אַ בריליאַנטענער רבי דאָס איז געװען, און װי װײַט זײ האָבן נישט געװוּסט אים צו שאַנעװען ― און אַ קװאַל פֿון טרערן האָט זיך אױפֿגעעפֿנט באַ זײ. נאָך אַן אײגענעם ברודער באַדאַרף מען אַזױ ניט װײנען, װי די האָבן געװײנט נאָך זײער יונגן רבין, משה דעם שוחט.

מער פֿון אַלע און װאַרעמער פֿון אַלע האָט געװײנט שלום. דער האָט זיך געפֿילט קעגן אים אַ פֿאַרזינדיקטער, אַ חוטא גמור. ערשטנס, האָט אים דער רבי געהאַלטן פֿאַרן בעסטן און פֿאַרן ערלעכסטן, צום סוף האָט ער זעלטן געװוּסט דאָנערשטיק דאָס לײענען. ער האָט זיך נאָר געמאַכט, אַז ער װײס, געשאָקלט זיך און געזונגען און געדרײט מיט דער האַנט ― אָפּגענאַרט, אָפּגענאַרט! הײַנט װיפֿל מאָל האָט ער איבערגעהיפּט העכער האַלב דאַװנען! און טאַקע גלאַט ניט געדאַװנט ניט קײן מנחה, ניט קײן מעריבֿ, נאָר אַרומגעלאָפֿן מיט גערגעלע־גנבֿ, גערײצט דעם גלחס הינט דורך די גראַטעס, אָדער געגנבֿעט עפּעלעך אין מאַרק. דאָ, אַף ד ע ר װעלט, האָט דאָס דער רבי נישט געװוּסט, ער װאָלט זיך עס גאָר אַף אים נישט געגלױבט. אָבער דאָרט, אַף יענער װעלט, װוּ ער װײס שױן אַלץ, אַלץ, אַלץ?… מאיר־װעלװל בעל־עגלה מיט זײַנע „סוסים“

דער פֿעטער ניסל ― מיט װײַסע־חבֿרהניקעס אַ װײַסער חבֿרהניק ― מאיר־װעלװלס

בױד מיט די דרײַ סוסים: „מאודריק“, „טענצער“ און די „יחסנטע“. ― דער בעל־עגלה דערצײלט זײַן ביאָגראַפֿיע.

סוף זומער (אין דרױסן איז נאָך געװען רעכט װאַרעם, נאָר געשמעקט האָט שױן מיט ראָש־חודש אלול) איז אָנגעקומען אַ בױד מיט דרײַ פֿערד פֿון דער גרױסער שטאָט, פֿון פּערעיאַסלאַװ. צוגעפֿאָרן צום פֿעטער ניסלס שטוב, האָט דער בעל־עגלה, אַ באַרעדעװדיקער ייִד מיטן נאָמען מאיר־װעלװל, זיך צעשפּיליעט און אַרױסבאַקומען ערגעץ פֿון אַ װײַטער קעשענע אַ בריװל, געשריבן פֿון נחום װעװיקס צו זײַן ברודער ניסל ראַבינאָװיטש. אין בריװל איז געשטאַנען, אַז מע שיקט נאָך די קינדער, ערשטנס, אַ פֿור, צװײטנס, דרײַ פּאָר שטיװעלעך, און, דריטנס, עסנװאַרג: קיכלעך, האַרטע אײער און באַרן ― דאָס איז „צידה לדרך“ אַף צװײ טעג. און חוץ לזה, עקסטרע פֿון דער באָבע מינדע, אַ װאַרעמע קאָלדרע מיט אַן אַלטן שאַל אַף אײַנצוהילן די קינדער, טאָמער װערט חלילה קאַלט, אָדער עס גײט אַ רעגן. דעם בעל־עגלה האָט מען אָנגעזאָגט, אַז ער זאָל, למען השם, אױפֿזעצן די קינדער אַפֿן אַנדערן טאָג אינדערפֿרי באַלד נאָכן דאַװנען, און אַז נעכטיקן זאָל ער מיט זײ אין באַרישפּאָליע, װעלן זײ קאָנען קומען, אם ירצה השם, אַפֿן אַנדערן טאָג אַרום מנחה־צײַט אַהײם, קײן פּערעיאַסלאַװ.

װוּ נעמט מען פֿאַרב אַף צו באַשרײַבן די שׂמחה פֿון נחום װעװיקס קינדער, אַז מע האָט זײ איבערגעגעבן דעם אינהאַלט פֿון דעם דאָזיקן בריװ טאַקע אינאײנעם מיט דרײַ פּאָר שטיװעלעך? אַף װאָס זאָל מען זיך פֿריִער פֿרײען: אַף די נײַע שטיװעלעך? אָדער אַף דעם, װאָס מע װעט צװײ טעג נאָכאַנאַנד פֿאָרן אין אַ בױד מיט דרײַ פֿערד, צי אַף דעם, װאָס מע װעט איבערמאָרגן אַף דער נאַכט שױן זײַן אין דער גרױסער שטאָט, אין פּערעיאַסלאַװ?

― קומט אַהער, שקצים, עכברושים, װײַסע חבֿרהניקעס, זעצט אײַך קאָרשט אַװעקעט און מעסט־אָן אָט די שטיװעלעך! ― אַזױ האָט געקאָמאַנדעװעט דער פֿעטער ניסל, געשענקט אַלע דרײַ צו שנעל, װעמען אין נאָז אַרײַן און װעמען אין אַן אױער.

דער פֿעטער ניסל האָט ליב געהאַט קינדער: אײגענע, פֿרעמדע ― אַלץ אײנס, און דעריבער איז באַקומען פֿון אים אַ שנעל געװען ניט קײן