פֿונעם יאַריד: פּיניעלע שימעלעס פֿאָרט קײן אָדעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

מעגן. זײַנע קינדער און זײַנע אײניקלעך זײַנען דאָס, װאָס מע רופֿט אין אַמעריקע: אָ ל ר ײַ ט.

דאָס בילד פֿונעם פֿעטער ניסל װאָלט אָבער ניט געװען אינגאַנצן, װען מיר זאָלן דורכלאָזן נאָך אײן שטריך: אין דעם דאָזיקן מענטשן איז אפֿשר פֿאַרלױרן געגאַנגען אַ פּאָעט; ער האָט ליב געהאַט זינגען ייִדישע לידער, אײגענע. אין דער צײַט, װאָס ער איז געזעסן אין תּפֿיסה, האָט ער באַשאַפֿן אַ ליד אַף זיך אַלײן, אין ייִדיש, נאָכן אַל″ף־בי″ת, און אַ שײנע מעלאָדיע דערצו ― אַ מעלאָדיע, װאָס איז זיך צעגאַנגען אין אַלע איבֿרים. װיפֿל טאַלאַנטן זײַנען באַ אונדז אָט אַזױ פֿאַרלױרן געגאַנגען, װאָס מע װײס פֿון זײ גאָרנישט!…

18

פּיניעלע שיטעלעס פֿאָרט קײן אָדעס

שימעלע רעדט מער אַף גױיִש. ― דערצײלט גרױסקײט פֿון אפֿרתן. ― קלײַבט זיך

אַריבער קײן אָדעס ― זײַן זון פּיניעלע האָט אַן אָפּעראַציע ― אַן אַרבעסל אין אױער ― דער אָפּשײד־װאַרעמעס

דעם העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע האָט זיך אױסגעװיזן, װי עס װײַזט זיך אױס מסתּמא יעדן ייִדישן ייִנגל, אַז זײַן שטעטל ― דאָס איז דער מיטלפּונקט פֿון דער װעלט, דער סאַמע נאָפּל פֿון דער ערד, און זײַנע ייִדן ― דאָס זײַנען די אױסדערװײלטע באַ גאָט, װאָס צוליב זײ איז באַשאַפֿן געװאָרן די דאָזיקע װעלט, און, פֿאַרשטײט זיך, אַז אין דער שפּיץ פֿון די אױסדערװײלטע שטײען װעװיקס קינדער, די ראַבינאָװיטשעס, און דער ראָש וראשון און דער סאַמע שפּיגל, דער סאַמע צימעס פֿון די ראַבי־ נאָװיטשעס ― דאָס איז געװיס זײַן טאַטע, נחום װעװיקס. װאָרעם װער זיצט אין בית־המדרש אױבנאָן אין מזרח־װאַנט, דער צװײטער פֿונעם רבֿ, באַם סאַמע אָרון־קודש? צו װעמען קומט מען צום אַלעם ערשטן גוט יום־ טובֿ בעטן? און צו װעמען קלײַבט מען זיך צונױף אַלע שבת־צו־נאַכטס אַף מלװה־מלכּה און מע טרינקט און מע זינגט און מע טאַנצט און מע הוליעט ביזן װײַסן טאָג אַרײַן? נײן, נישטאָ קײן שענערס פֿון זײַן משפּחה. נישטאָ קײן רײַכערס פֿון זײער שטוב. נישטאָ קײן גרעסערער פֿון זײַן טאַטן. נישטאָ קײן פֿרומערער פֿון זײַן פֿעטער פּיניע. נישטאָ קײן פֿרײלעכערער פֿון זײַן פֿעטער ניסל. און קוקנדיק אַף זײַן הױכן טאַטן, נחום װעװיקס, אונטער אַ שבת אָדער אַ יום־טובֿ, אין דער שײנער זײַדענער קאַפּאָטע מיטן ברײטן גאַרטל און מיט דער נאַפּאָלעאָנקע אַפֿן קאָפּ; אָדער אַף זײַן נידעריטשקער מאַמע, חיה־אסתּר נחום װעװיקס, בעת זי הײבט־ אױף אירע אײדעלע, װײַסע הענט אַרױף באַ ליכט־בענטשן איבער די גרױסע, הױכע, געבלאָזענע זילבערנע לײַכטער, אָדער אַף דער הױכער טשעפּקער באָבע מינדע, װי זי רעדט זיך אױס מיט גאָט, װי מיט אַ גאַנץ נאָענטן שמעלקע, אָדער אַפֿן פֿעטער ניסל דעם גבֿר, װי ער האַקט רוסיש װי אַן עכטער פֿאָניע ― האָט זיך שלום נחום װעװיקס האַרץ אַלע מאָל אָנגעפֿילט מיט פֿרײד און מיט גדלות קעגן אַנדערע קינדער, און ער האָט גע־ דאַנקט גאָט, װאָס ער האָט געהאַט דאָס גליק צו געבױרן װערן אין דער דאָזיקער משפּחה, אונטער דער דאָזיקער גילדענער פֿאָן, װוּ ער האָט זיך געפֿילט גליקלעך, װי אַ פּרינץ, און זיכער, װי אין אַ פֿעסטונג, װי אין אַ קײזערלעכן פּאַלאַץ.

און אָט האָבן זיך פּלוצעם די זײַלן פֿון דער פֿעסטונג געגעבן אַ שאָקל, דער פּאַלאַץ האָט גענומען אײַנבױגן זיך אַף אומצופֿאַלן, און דער גאַנצער כּשוף פֿונעם גליקלעכן שטעטל איז מיטאַמאָל פֿאַרשװוּנדן געװאָרן. דער יונגער פּרינץ איז געװױרע געװאָרן, אַז ניט דאָ איז דער נאָפּל פֿון דער ערד, אַז ס'איז פֿאַראַן אַף דער װעלט אַ סך, אַ סך גרעסערע שטעט פֿון װאָראָנקאָ, און אַז עס געפֿינען זיך אַף דער װעלט אַ סך, אַ סך רײַכערע ייִדן פֿון די ראַבינאָװיטשעס. און געװױרע געװאָרן איז ער אָט דאָס אַלצדינג פֿון זײַן נײַעם חבֿר, פּיניעלע שימעלעס, פֿון װעלכן מיר דערצײלן דאָ אין קורצן.

אױסער װעװיקס קינדער, די ראַבינאָװיטשעס, איז געװען אין װאָראָנקאָ נאָך אַ ייִד אַ בעל־הבית, פֿון די נ ג י ד י ם , מיטן נאָמען שימעלע. דאָס איז געװען אַ געפּאַקט ייִדל מיט אַ קײַלעכיק בײַכל און מיט אַ סימפּאַטיש שמײכלענדיק פּנים, דאָס מױל אַביסל אַף אַ זײַט. ער איז געװען ניט אַזאַ גבֿיר, װי אַ פֿאַרלעכער. „אַ קערבל איז באַ אים געװען אַ ממזר“. װיפֿל ס'איז געװען האָט מען פֿאַרלעבט. און אַז ס'איז ניט געװען, האָט מען געבאָרגט און געליִען און װײַטער געלעבט אַ גוטן טאָג.

אין שטאָט האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ שטיקל אַפּיקורס, װײַל ער האָט געטראָגן אַ „הענגקאָלנער“ און אַביסל שױן צו אַ קײַלעכיק בערדל, שטאַרק צוגעפּוצט; דערפֿאַר האָט ער אָבער געהאַט אַן אָפֿענע האַנט אַף געבן אַ נדבֿה, און אין מיטן דער װאָך, אַז ס'האָט זיך אים פֿאַרגלוסט, האָט ער פֿאַררופֿן געסט, געמאַכט אַ סעודה פֿון דער ברײטער האַנט ― חי געלעבט!

מער פֿון אַלע ראַבינאָװיטשעס האָט ער ליב געהאַט דעם פֿעטער ניסל, געטראָגן, גלײַך װי ער, אַ צעשפּאָלטענע קאַפּאָטע און שטאַרק אונטערגעהאַקטע פּאות, און ליב געהאַט, װי דער שפּאָלער זײדע, רײדן מיט אַ ייִדן אַף גױיִש: „עי, װי סוקינע דיעטי! װאָס באַלאַבעטשעט איר דבֿרים בטלים? פּאָראַ באָגו מאָליטסאַ!“ אַ האַנטשריפֿט האָט ער געהאַט אַ זעלטענע ― אַ „כּתבֿא רבא“, דערפֿאַר, װײַל ער איז געװען אַ „ליװאַק“ (געשריבן מיט דער לינקער האַנט, און אַלע ליװאַקעס שרײַבן אױסגעצײכנט שײן ― דאָס איז דאָך ידוע). אין דער הײם איז ער אַלע מאָל געװען אַ גאַסט, נאָר אַף יום־טובֿ. אָפּגעיום־טובֿט, איז ער ערגעץ אַװעקגעפֿאָרן, מע װײס ניט װוּהין, און געקומען אַפֿן אַנדערן יום־טובֿ און אָנגעבראַכט אַהײם אַזױ פֿיל מתּנות, אַז דאָס גאַנצע שטעטל איז געגאַנגען כאָדאָראָם און גערעדט פֿון שימעלעס מתּנות אַ לאַנגע צײַט נאָכדעם.

אײנמאָל אונטער אַ פּסח איז ער געקומען פֿון ערגעץ צו פֿאָרן און אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג, אַז ער פֿאָרט־אַרױס פֿון װאָראָנקאָ. װוּהין? אָ, װײַט! זײער װײַט! אַזש קײן אָדעס! „סקאַטינעס, האָט ער געזאָגט, זיצן אָט דאָ, אין אַזאַ העק, טשאָרט װאַס פּאָבערי! איר זאָלט זײַן אין אָדעס, װאָלט איר געװוּסט, פּאָ קראַני מיר, װאָס הײסט אַ שטאָט! איר זאָלט אַ קוק טאָן באַ אפֿרתין אַ קאַנטאָר מיט סלוזשישטשעס, טשאָרט װאַס פּאָבערי! װיפֿל גאָלד דאָרט װאַלגערט זיך איבער אין אײן טאָג, מעגט איר זיך עס װינטשן פֿאַרמאָגן אַלע, סוקינע דיעטי, מיט מיר אינאײנעם!“…

דער עולם, פֿאַרשטײט זיך, האָט שימעלען אױסגעהערט מיט אָפֿענע מײַלער, זיך געחידושט אַף אפֿרתיס קאַנטאָר און אַפֿן געלט, װאָס דאָרטן װאַלגערט זיך איבער אַ טאָג; נאָר הינטער די אױגן האָט מען געמאַכט חוזק סײַ פֿון שימעלען, סײַ פֿון אפֿרתיס קאַנטאָר. און מער פֿון אַלעמען האָט חוזק געמאַכט שמואל־אלי דער נײַער רבֿ און חזן, װאָס איז נאָר־װאָס אַראָפּקומען פֿון באַרישפּאָלי, אַ יונגערמאַן אַ קלוגער און אַ גרױסער שײגעץ, אַן עזות־מחוצף־פּנים. ער האָט געזאָגט: „שפּײַט אים אין פּנים, אָט דעם שימעלען! ערשטנס, פֿאָרט ער גאָרניט אַרױס; והשנית, איז ניט קײן אָדעס, נאָר אַביסל נענטער, קײן רזשישטשעװ, און נישט װײַל די היגע מענטשן זײַנען סקאַטינעס, נאָר פּשוט, װײַל ער איז אַ בעל־חובֿ, די האָר זײַנען ניט זײַנע ― כאַ־כאַ־כאַ!“

נאָר װי אַזױ די מעשׂה איז, צי אָדעס, צי רזשישטשעװ, צי װײַל די װאָראָנקאָװער מענטשן זײַנען סקאַטינעס, צי װײַל ער איז אַ בעל־חובֿ, די האָר זײַנען נישט זײַנע, ― שימעלע האָט נישט געמאַכט קײן ליצנות: ער האָט באַלד נאָך פּסח גענומען אױספֿאַרקױפֿן דאָס בעל־הבתּישקײט פֿאַר האַלב געלט, אַ סך זאַכן האָט ער צעגעבן אומזיסט, אױסגעקלײדט די מײדלעך אַזױ װי די כּלות, און פֿאַר די ייִנגלעך באַשטעלט באַ ישׂראל דעם שנײַדער קורצע װײטיקלעך, װי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ גרױסער שטאָט, װי אָדעס, און בכדי דאָס שטעטל זאָל נאָך מער קאָכן, האָט שימעלע באַפֿױלן העניען, זײַן װײַב, זי זאָל מאַכן אַ סעודה ― מילכיקע װאַרעניקעס, טשאָרט איך פּאָבערי ― פֿאַר דער גאַנצער שטאָט!

פֿאַרשטײט זיך, אַז געקומען אַף דער שׂמחה זײַנען אַלע, די גאַנצע שטאָט, און דער ערשטער איז געקומען דװקא שמואל־אלי, דער נײַער רבֿ און חזן, װאָס האָט הינטער די אױגן אַזױ חוזק געמאַכט פֿון שימעלען, געמאַכט פֿון אים גאָר אױסצודרײען; דערפֿאַר האָט ער אָבער אין די אױגן אים אַזױ געחנפֿט, אַז עס האָט פּשוט געשלאָגן צו דער גאַל!

אינאײנעם מיט די גרױסע זײַנען געקומען צו דער סעודה, װאָס שימעלע האָט געמאַכט, אױך קלײנװאַרג. נאָר אָנשטאָט דעם, זײ זאָלן זיצן אין שטוב גלײַך מיט אַלע, זײַנען זײ בעסער געװען אין דרױסן באַ די בױדן, זען װי מע פּאַקט זיך אין װעג אַרײַן. און שלום נחום װעװיקס האָט זיך מיט דעם ייִנגסטן פֿון שימעלעס קינדער, מיט פּיניעלען, אַ ייִנגל מיט אַ פֿאַרזאָרגט פּנימל און מיט גרױסע בײנקאָװאַטע אױגן, פֿאַרקליבן אין אײנע פֿון די בױדן, אַרױפֿגעקראָכן גאַנץ אױבנאָן, זיך באַזעצט און געשמועסט פֿון דער װײַטער נסיעה, װאָס זײ שטײט־פֿאָר.

פּיניעלע שימעלעס איז געװען אין יענער צײַט דער סאַמע נענטסטער חבֿר פֿון שלום נחום װעװיקס ― און אים האָט שלום ליב געהאַט דערפֿאַר, װאָס ער װײס אַלצדינג, װאָס אַף דער װעלט טוט זיך, װאָרעם אַ חוץ װאָס פּיניעלע האָט זיך אָנגעהערט אַ סך מעשׂיות פֿון גרױסע שטעט פֿון זײַן טאַטן, שימעלען, איז ער אַלײן אױך געװען אין דער גרױסער שטאָט, אין פּערעיאַסלאַװ, איבער אַ מעשׂה מיט אַן אַרבעסל.

פּיניעלע האָט, שפּילנדיק, געפּרוּװט אַרײַנלײגן אײנמאָל אַן אַרבעסל אין אײן אױער אַרײַן און אַרױסנעמען דאָס פֿונעם אַנדערן אױער. פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס אַרבעסל האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, נישט געװאָלט אַרױס נישט פֿון ד ע ם אױער און נישט פֿונעם אַ נ ד ע ר ן אױער, און עס האָט בעסער אָנגעהױבן צו װאַקסן באַ אים אינעװײניק און אַרױסגערופֿן אַזאַ קאָפּ־װײטיק, אַז דער קונדס האָט געמוזט אױסזאָגן דעם גאַנצן אמת מיטן אַרבעסל. האָט ער פֿריִער באַקומען אַ רעכטע פּאָרציע שמיץ ― „אַ ייִנגעלע זאָל ניט לײגן קײן אַרבעסלעך אין אױער אַרײַן“, און דערנאָך האָט מען מיט דרעטלעך און מיט שפּיזלעך און מיט „סירניקלעך“ געפּאָרקעט אים אַזױ לאַנג אין אױער, ביז מע האָט אים געמוזט אָפּפֿירן אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן, קײן פּערעיאַסלאַװ, אַף אַן אָפּעראַציע.

פֿון דער דאָזיקער נסיעה אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן האָט פּיניעלע נאָכדעם געהאַט צו דערצײלן און צו דערצײלן גאַנצע פּעק, און ער איז ניט װילנדיק אױסגעװאַקסן באַ זײַנע חבֿרים אין די אױגן מיט אַ גאַנצן קאָפּ העכער. אַ קלײניקײט ― אַ ייִנגל איז אַלײן געװען אין פּערעיאַסלאַװ און אַלײן געזען מיט זײַנע אײגענע אױגן אָן אַ שיעור הײַזער מיט בלעך געדעקט, מיט „פּעשעכאָדן“ (טראָטואַרן) אַף אַלע גאַסן, װײַסע קלױסטערס מיט גרינע קאָלפּעקעס און מיט גאָלדענע צלמים, געמױערטע קלײטן, קאַװענעס און דיניעס גאַנצע בערג, עפּל און באַרן אָן אַ שיעור און אָן אַ צאָל, װאָס װאַלגערן זיך אַף דער הױלער ערד, און סאָלדאַטן, װאָס „מאָרשטירן“ אין די גאַסן, און נאָך כּדומה אַזעלכע חידושים ונפֿלאָות!

פֿון דעמאָלט אָן זײַנען פּיניעלע שימעלעס און שלום נחום װעװיקס געװאָרן חבֿר, נפֿש אַחת, און פֿאַר קײנעם איז שימעלעס אָפּפֿאָרן פֿון װאָראָנקאָ נישט געװען אַזאַ קלאַפּ, װי פֿאַר שלומען! אַ חוץ װאָס ער האָט מקנא געװען פּיניעלען, װאָס יענער פֿאָרט און ער ניט, איז אים שװער געװען זיך צעשײדן מיט זײַן חבֿר, װעלכן ער האָט ליב געקריגן ניט װינציקער װי זײַנע פֿריִער־דערמאָנטע חבֿרים.

באַ זײער לעצטן זעעניש, פֿאַרן געזעגענען זיך, האָט דער גליקלעכער פּיניעלע שימעלעס, פֿײַנטשיק אױסגעקלײדט און אַן אױסגעצװאָגענער, אַרײַנגעלײגט די הענט אין די קעשענעס און גענומען מאַכן חוזק פֿון װאָראָנקאָ. „װאָס איז װאָראָנקאָ? ― אַ העק, אַ גרוב, אַ דאָרף, ערגער פֿון אַ דאָרף! און די מענטשן? ― קבצנים, דלפֿנים, ענײם ואבֿיונים! װאָס אין אָדעס פֿאַרמאָגט אײן אפֿרתי, נאַרעלע, פֿאַרמאָגן דאָס ניט אַלע װאָראָנקאָװער ייִדן שױן מיט די נגידים אינאײנעם“…

דערנאָך האָט פּיניעלע גענומען צו דערצײלן גרױסקײט פֿון זיך און פֿון זײער משפּחה, װי אַזױ זײ װעלן דאָס באַלד געבן אַ פֿאָר־אַרױס מיט די בױדן, אַז ס'װעט אַזש גײן אַ רױך! און װי אַזױ זײ װעלן זיך עס אַביסל אָנפֿאָרן! און דערנאָך װאָס ס'װעט זיך טאָן, אַז זײ װעלן דאָס געבן אַ פֿאָר־אַרײַן קײן אָדעס! אַלע גרױסע לײַט װעלן זײ אַרױסקומען אַקעגן מיט אַ ברײטן שלום־עליכם און מיט פֿרישע קױלעטשן און מיט געבראָטענע קאַטשקעס און מיט גוטן װישניק, און אפֿרתי װעט אױך זײַן דאָרטן…

― װער איז דאָס דער אפֿרתי? ― פֿרעגט אים שלום.

― אפֿרתי װײסטו ניט? ― ענטפֿערט אים פּיניעלע, װי אַ גרױסער. ― אפֿרתי דאָס איז אונדזערער אַ קרובֿ פֿון דער מאַמעס צד, אַ גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מיליאָנשטשיק! איך האָב דאָך דיר געזאָגט שױן, אַז װאָס דער אײן אפֿרתי פֿאַרמאָגט אין אײן קעשענע, נאַרעלע, פֿאַרמאָגן דאָס ניט אַלע היגע ייִדן מיט די נגידים אינאײנעם. קאָנסט פֿאַרשטײן, װי רײַך ער איז, אַז פֿאָרן פֿאָרט ער אַרױס מיט זעקס פֿערד „נאַשפּיץ“ און אײנער אַ רײַטער פֿליט אַף־צו־פֿריִער. אָנגעטאָן גײט ער פֿון קאָפּ ביז די פֿיס אין זײַד און אין סאַמעט, און צװײ טולעפּעס האָט ער: אײנער אין אַ יענאָטענער און דער אַנדערער איז פֿון פּיזעם. און עסן עסט ער אינדערװאָכן נאָר קױלעטש און נאָר געבראָטענע קאַטשקעס און פֿאַרטרינקט מיטן בעסטן װישניק…

― און װאָס װעט איר דאָרטן טאָן? ― פֿרעגט אים שלום און שלינגט די סלינע פֿון די געבראָטענע קאַטשקעס מיטן גוטן װישניק.

― װאָס הײסט, װאָס? ― ענטפֿערט אים פּיניעלע אַזױ פּראָסט און ערנסט. ― װאָס טוען אַלע ייִדן אין אָדעס? װאָס טוט אפֿרתי? אפֿרתי האָט אײגענע אַמבאַרעס מיט װײץ, מײַן טאַטע װעט האָבן אַמבאַרעס מיט װײץ. אפֿרתי האָט אַ קאַנטאָר מיט מענטשן, מײַן טאַטע װעט האָבן אַ קאַנטאָר מיט מענטשן. און געלט ― געלט װעט זיך אונדז שיטן אין די קעשענעס פֿולע זעק! דו שפּילסט זיך מיט אָדעס?…

און פּיניעלע האָט גענומען דערצײלן די גרױסקײט פֿון אפֿרתין און די שײנקײט פֿון דער שטאָט אָדעס מיט אירע דרײַעטאַזשנע מױערן. „נאַרעלע, אונדזער שטאָט איז אַקעגן אָדעס, װי אַזױ זאָל איך דיר זאָגן? ― װי, למשל, אַ פֿליג קעגן אַ קלױסטער, אָדער װי אַ מורעשקע קעגן אַן עלעפֿאַנט!“

איר װאָלט געמעגט שװערן, אַז ער איז דאָרטן אַלײן געװען און געזען אַלצדינג מיט זײַנע אײגענע אױגן. זײַן חבֿר האָט אים געקוקט אין מױל אַרײַן און געשלונגען מיט דאָרשט איטלעכס װאָרט און שטאַרק, שטאַרק מקנא געװען! אײן זאַך נאָר איז אים געװען אַביסל קשה, און ער האָט זיך נישט געפֿױלט עס אַ פֿרעג טאָן באַ זײַן חבֿר פּיניעלען: װיבאַלד אָדעס איז יאָ אַזאַ טײַערע שטאָט און אפֿרתי דער מיליאָנשטשיק איז זײערער אַ קרובֿ, װאָס־זשע האָבן זײ געשװיגן ביז אַהער? פֿאַרװאָס זײַנען זײ פֿריִער ניט אַרױסגעפֿאָרן אַהינצוצו?… דערױף האָט פּיניעלע אָפּגעענטפֿערט, גאָר קײן סך נישט געטראַכט:

― נאַרעלע! אַ קרובֿ, מײנסטו, טאַקע אַ נאָענטער קרובֿ ― אַ פֿעטער? צי אַ געשװעסטערקינד? צי אַ מחותּן? עס הײבט זיך גאָרנישט אָן! אַ װײַטער קרובֿ! אַפֿילו ניט קײן שני־שבשלישי. זײ זײַנען נאָר בײדע, דאָס הײסט אפֿרתי און מײַן מאַמע, פֿון אײן שטאָט, פֿון מעזשירעטשקע. מײַן מאַמעס מאַמע איז פֿון מעזשירעטשקע און אפֿרתיס טאַטע, זאָגט מען, איז אױך געװען אַ מעזשירעטשקער…

מע קאָן ניט זאָגן, אַז פּיניעלעס ענטפֿער זאָל זײַן אַ תּירוץ מספּיק אַף דער פֿראַגע, װאָס שלום האָט אים אַװעקגעשטעלט. נאָר די צײַט איז זיך געגאַנגען, און די צװײ חבֿרים האָבן זיך אַזױ פֿאַררעדט װעגן אָדעס און װעגן אפֿרתיס יחוס פֿון מעזשירעטשקע און װעגן נאָך זאַכן, אַז זײ האָבן זיך גאָרניט אומגעקוקט, װי דער פֿרימאָרגן איז אַװעק. דער עולם האָט שױן דערװײַל לאַנג אָפּגעגעסן די װאַרעניקעס, געװען עפּעס מאָדנע אױפֿגערױמט, רױטלעך און פֿאַרשװיצט, און מע איז שױן געשטאַנען באַ די בױדן און גענומען געזעגענען זיך זײער פֿרײַנטלעך מיט שימעלען און מיט זײַן משפּחה, קושן זיך און װינטשעװען אַלדאָס גוטס. מער פֿון אַלעמען האָט זיך געקושט שמואל־אלי דער רבֿ און חזן, געהאַלטן עפּעס מאָדנע די אױבערשטע ליפּ, װי זי װאָלט װעלן לאַכן, און צוגעװינטשעװעט די אָפּפֿאָ־

רנדיקע, ס'זאָל זײַן אין אַ מזלדיקער שעה, און געבעטן שימעלען, ער זאָל זײַן אַזױ גוט און לאָזן גריסן ג אַ נ ץ אָדעס, און אפֿרתין ― „למען השם, ניט פֿאַרגעסן אפֿרתין לאָזן גריסן גאָר פֿרײַנטלעך!“

― פּראָשטשאַװאַיטע, סוקינע דיעטי! ― האָט זיך שימעלע פֿרײלעך אָפּגעזעגנט צום לעצטן מאָל שױן פֿון בױד אַרױס מיטן גאַנצן שטעטל. ― פּראָשטשאַװאַיטע! ניע פּאָמינאַיטע ליכאָם! און לאָז אײַך גאָט העלפֿן, איר זאָלט זיך אַרױסקאַראַטשקען פֿון דער דאָזיקער בלאָטע במהרה בימינו ― הײַדאַ!

― הײַדאַ! ― האָט אים נאָכגעזאָגט אױך פּיניעלע, אַ שטײענדיקער אין בױד, האַלטנדיק בײדע הענט אין די קעשענעס, װי אַ גרױסער, און קוקנדיק אַף זײַן חבֿר שלום מיט ליבשאַפֿט און מיט גדלות ― און די בױדן האָבן זיך גערירט.

און אַז די בױדן זײַנען אַװעק, איבערלאָזנדיק נאָך זיך אַ ריח פֿון פֿערד און אַ גאַנצע װאַנט פֿון שטױב, האָט זיך שמואל־אלי געכאַפּט מיט בײדע הענט באַ די זײַטן און האָט אַזױ געלאַכט, זיך אַזױ געקאַטשעט, גלײַך װי צען טױזנט שדים װאָלטן אים געקיצלט באַ די פּיאַטעס: „כאַ־כאַ! קײן אָדעס פֿאָרט ער! צו אפֿרתין, כאַ־כאַ־כאַ!!!“…

אין דער מינוט האָט זיך דער פֿאַלשער שמואל־אלי געקױפֿט אַ שׂונא, אַ דם־שׂונא! דאָס איז געװען שלום נחום װעװיקס: אים איז ניט געװען צום לאַכן. אַדרבה, אים האָט זיך געװאָלט װײנען. ערשטנס, פֿאַרלױרן אַ חבֿר ― פּיניעלען. צװײטנס, די קנאה: יענער פֿאָרט אַװעק. און װוּהין? אַזױ װײַט! אַזש קײן אָדעס! און ועל כּולם ― און דאָס איז דער עיקר ― װאָס דאָס אַמאָליקע שײנע חנעװדיקע שטעטל װאָראָנקאָ איז עפּעס װי קלענער געװאָרן, קלענער און נידעריקער און טונקעלער, און עס האָט מיט אַמאָל אָנגעװױרן דעם גאַנצן חן, מיטן גאַנצן גלאַנץ און מיטן גאַנצן כּשוף. און עס האָט אים פֿאַרקלעמט באַ דער נשמה, און ער איז, אַ באַטריבטער, אַ פֿאַרביטערטער, מיט אַ צעװײטיקט האַרץ, אַװעק אין חדר אַרײַן…

נ. ב. אין אַ צײַט אַרום, עס זײַנען אַװעק יאָרן און יאָרן, האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז שמואל־אלי דער חזן האָט ניט אומזיסט אַזױ געלאַכט: שימעלע איז אַריבערגעפֿאָרן מיט זײַן געזינדל נישט קײן אָדעס, נאָר קײן ר ז ש י ש ט ש ע װ , אַ קלײן שטעטל אין קיִעװער גובערניע, גאָרניט אַזױ שטאַרק װײַט פֿון װאָראָנקאָ. צו װאָס האָט אים געטױגט דער אָנשטעל פֿון אָדעס און פֿון אפֿרתין ― דאַרף מען פֿרעגן באַ זײַנע קינדער, װאָרעם שימעלע איז שױן לאַנג אַף דער װעלט נישטאָ. משנה מקום ― משנה מזל

עס האַלט באַ פֿאַרלאָזן כּתרילעװקע. ― חערסל מיט דער סין טוט־אָן דעם שותּף אַ ספּאָדעק. ― דער באָבע מינדעם תּכריכים.

פֿון װאַנען דאָס האָט זיך גענומען ― קאָן דער פֿאַרפֿאַסער פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען נישט זאָגן. נאָר שימעלע האָט געמאַכט דעם ערשטן פּעטשאַטעק. תּיכּף נאָך זײַן אַרױספֿאָרן האָבן די איבעריקע װאָראָנקאָװער בעלי־בתּים אױך גענומען שמועסן פֿון „משנה מקום ― משנה מזל“ און פֿון אַריבערפּעקלען זיך אין אַנדערע גרעסערע שטעט: װער קײן באַרישפּאָליע, װער קײן רזשישטשעװ, װער קײן װאַסילקאָװ און װער נאָך װײַטער.

אױך אַף נחום װעװיקס האָבן זײַנע קינדער געהערט דערצײלן בסוד־סודות, אַז ער קלײַבט זיך אַריבער אינגיכן צוריק קײן פּערעיאַסלאַװ, אין דער גרױסער שטאָט, פֿון װאַנען ער איז אַמאָל אַריבערגעפֿאָרן אַהער, קײן װאָראָנקאָ, בעת די קינדער זײַנען נאָך געװען גאָר קלײניטשקע, און אױסגעלאָזט האָט מען דעם סוד מיט די װערטער: „משנה מקום ― משנה מזל“…

באַ די קינדער האָט דאָס פּערעיאַסלאַװ אױסגעזען מוראדיק גרױס און פֿול מיט חן און פֿול מיט סוד. „פּערעיאַסלאַװ איז אַ מקום־פּרנסה“, ― אַזױ האָבן צװישן זיך געשמועסט די גרױסע, און קלײנװאַרג האָבן זיך צוגעהאָרכט צו די שמועסן, נאָך װינציק פֿאַרשטאַנען, נאָר געפֿילט האָבן זײ, אַז דאָס פּערעיאַסלאַװ איז עפּעס אַ גוטע זאַך, האָבן זײ געקליבן תּענוג און צו גלײַכער צײַט האָט זײ באַנג געטאָן זיך שײדן מיטן קלײנעם שטעטעלע, װוּ זײ האָבן פֿאַרבראַכט זײערע בעסטע קינדערשע יאָרן, די סאַמע גאָלדענע צײַט פֿון זײער יוגנט.

„װאָס װעט זײַן ― האָט זיך דער קלײנער שלום געטראַכט ― מיט דעם װאָראָנקאָװער אַלטן בית־מדרש, אַז אַלע ייִדן װעלן זיך צעפֿאָרן? װער װעט זיצן אַף זײערע ערטער אין מזרח־זײַט? און דער באַרג, װאָס אַף יענער זײַט בית־מדרש, װאָס װעט זײַן מיט אים? און מיט די ייִדישע קלײטן? און מיטן אוצר?… ניט שױן־זשע װעט פֿאַרלױרן גײן אַזאַ גוטס, װאָס ליגט אָנגעגרײט פֿון ייִדנס װעגן טיף אין דער ערד אַזױ פֿיל יאָרן? ניט שױן־זשע װעט דאָס אַלצדינג אונטערגײן, כּלה ונאבֿד װערן?!…

װיפֿל מע האָט זיך ניט געהיט פֿאַר די קינדער ניט צו רײדן אין שטוב פֿון „אַזעלכע זאַכן“, האָבן זײ דאָך געכאַפּט װערטער: „משנה מקום ― משנה מזל“… „פּרנסה איז געשלאָגן“… פֿאַרװאָס אַז מע איז משנה