פֿונעם יאַריד: חבֿר „סירקאָ“

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַרױסגעלאָפֿן מיט אַ הונט און האָט אים געכאַפּט. האָט אים דער הונט צעריסן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, די הױזן, און דער גלח האָט אַראָפּגעריסן באַ אים דאָס היטל און געלאָזט אים גײן, װוּ די אױגן טראָגן.

װאָלט דאָס אפֿשר אױך נאָך נישט געװען אַזאַ־נ־אומגליק, װען דאָס זאָל ניט געװען זײַן תּשעה־באָבֿ! סטײַטש, אַלע ייִדן גײען־אַרום אין די זאָקן, קלאָגן און װײנען אַף חורבן בית־המקדש, און ער, רב חײם דעם רבֿס זונדל, שפּאַצירט־אַרום אָן אַ היטל און מיט צעריסענע הױזן!

די עקזעקוציע, װאָס דער יונג איז נעבעך אױסגעשטאַנען, לאָזט זיך ניט באַשרײַבן באַ הײַנטיקע צײַטן פֿון רײנעם פּראָגרעס. און נישט דאָס איז דער עיקר. דער עיקר איז, װאָס מע האָט שלום נחום װעװיקס געמוזט אָפּנעמען פֿון חדר, און קוקנדיק אַף נחום װעװיקס, האָבן אַנדערע טאַטעס אױך אָפּגענומען זײערע קינדער. איז נעבעך רב חײם דער דבֿ געבליבן אָן אַ קנעלונג. האָט אים דאָס רבנות מיטן חזנות געגעבן װינציק פּרנסה. האָט ער זיך געמוזט אַריבערפּעקלען, מחילה, צוריק קײן ראַקיטנע. איז דאָס שטעטל געבליבן װידער אָן אַ רבֿ.

נאָר שרעקט זיך נישט ― דאָס איז געװען ניט אַף לאַנג. נחום װעװיקס האָט אַראָפּגעבראַכט אַ נײַעם רבֿ, פֿון באַרישפּאָליע, מיטן נאָמען שמואל־אלי, אַ יונגערמאַן, װאָס קאָן אױך אי גוט לערנען, אי שײן זינגען, און דערצו שפּילט ער אין שאָך, װאָס ס'איז גאָר אַ חריפֿות! אײן חסרון נאָר האָט אָט דער שמואל־אלי: ער איז אַ ביסל אַן אינטריגאַנט און אַ חניפֿהניק און האָט ליב רײדן מיט יונגע װײַבלעך, אַז קײנער זעט ניט…

און אָט אַזױ איז פֿאַרלױרן געגאַנגען דער צװײטער חבֿר פֿון אונדזער העלד.

10

חבֿר „סירקאָ“

אַ הונט אַ חכם און אַ בעל־דרך־ארץ ― צער־בעלי־הײם. ― אַ גלגול פֿון אַ מענטשן ― אַ געטרײַער חבֿר.

איך מײן, אַז נאָכן נאָמען אַלײן איז ניט שװער צו שטױסן זיך, אַז סירקאָ איז געװען נישט קײן מענטש, נאָר אַ הונט, אַ געװײנלעכער הונט מיט אַ גרױער פֿעל, װאָס דעריבער האָט ער געהײסן „סירקאָ“.

איך זאָג: אַ הונט אַ געװײנלעכער ― איך מוז מיך אָבער באַלד פֿאַרענטפֿערן, אַז נײן, ניט קײן געװײנלעכער, װי מיר װעלן עס באַלד געװױרע װערן. פֿריִער אָבער מוז מען זאָגן אַ פּאָר װערטער װעגן דעם הונטס ביאָגראַפֿיע ― פֿון װאַנען קומט צו אַ ייִדן אַ הונט? איז אַזאַ מעשׂה:

אַז נחום װעװיקס איז אַראָפּגעקומען פֿון שטאָט אין שטעטל אַרײַן און איבערגענומען די „פּאָטשט“ מיטן הױף, מיטן גאַנצן אינװענטאַר, האָט זיך אין הױף געפֿונען דער הונט סירקאָ, נאָך גאָר אַ יונגער, נאָר שױן אַ פֿאַרשטענדיקער, אַן אמתער „בר־דעת“, אַף אַזױ װײַט, אַז ער האָט געקענט די נײַע בעלי־בתים ― איז אײנס; און דאָס צװײטע: פֿאַר אַ ייִדן האָט ער געהאַט דרך־ארץ, נישט זאַטשעפּעט, חלילה, װי אַנדערע הינט, װאָס האָבן אַ טבֿע ― װיבאַלד זײ דערזען פֿאַר זיך אַ לאַנגע קאַפּאָטע, אַהאַ, אַזױ װערן זײ מלא רציחה…

פֿאַרשטײט זיך, אַז מיט די נײַע בעלי־בתּים האָט סירקאָ נישט געהאַט קײן שום מגע־ומשׂא, אין שטוב ניט אַרײַנגעשמעקט אַפֿילו. מסתּמא האָט מען אים לכתּחילה געגעבן אָנצוהערעניש מיט אַ שײַט־האָלץ איבערן קאָפּ, אַז אין אַ ייִדישער שטוב זאָל אַ הונט ניט קריכן…

אין קיך אַרײַן האָט ער אױך ניט געהאַט קײן דריסת־הרגל. „פֿרומע די מױד“ מיטן בלינדן אױגל האָט אים „אָפּגעלאָנטשעט“ דערפֿון סך־הכּל מיט אײן אָקרעפּ זודיק װאַסער, װאָס זי האָט אײנמאָל אין אַ ערבֿ־שבת אױסגעגאָסן אַף אים מיט אַ כּיװן און אָפּגעקאָכט אים אַ שטיק פֿעל, און דװקא גאָר אין גוטן מוט, און נאָך געלאַכט אױך.

אַך, אָט די פֿרומע! אַ טאָטערש האַרץ האָט געהאַט אָט די מױד! ניט קײן הונט, ניט קײן קאַץ האָט זי נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן. מיט טרערן אַף די אױגן האָט שלום נחום װעװיקס אײנמאָל קױם אַרױסגעראַטעװעט פֿון אירע הענט די קאַץ, װאָס זי האָט צוגעבונדן צום פֿיסל פֿון טיש און מיטן שטעקן פֿונעם בעזעם אַזױ אומברחמנותדיק געשלאָגן, אַז די קולות פֿון דעם אומגליקלעכן באַשעפֿעניש זײַנען געגאַנגען אין הימל אַרײַן!

― פֿרומעניו, האַרצעניו, ליובעניו, װאָס טוסטו? אַ צער בעלי־חײם! גאָט װעט שטראָפֿן! שלאָג מיך בעסער, שלאָג מ י ך , אַבי ניט די קאַץ! ― האָט זיך שלום געבעטן און אונטערגעשטעלט דעם רוקן אָט דער דעספּאָטישער מױד, װאָס האָט זיך אַלײן אַרומגעקוקט, אַז שױן צו אַכזריותדיק האָט זי זיך באַגאַנגען מיט דער קאַץ, און האָט זי אָפּגעגאָסן מיט אַ קװאָרט קאַלט װאַסער ― קױם „אָטכאַיוטשעט“ דאָס האַלב־טױטע באַשעפֿעניש.

און דאָס אַלצדינג איז געװען, מײנט איר, איבער װאָס? איבער אַ נאַרישקײט: פֿרומען האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז די „נאַשערין“ (קײן אַנדער נאָמען האָט זי באַ איר ניט געהאַט!) האָט שױן עפּעס געכאַפּט, װאָרעם זי האָט זי געטראָפֿן באַלעקן זיך. „װאָס באַלעקט זיך פּלוצעם, אינמיטן דערינען, אַ קאַץ?“… אַלעמען און יעדן אײנציקן האָט פֿרומע חושד געװען: װיבאַלד אַ קאַץ ― איז זי מסתּמא אַ נאַשערין, אַ הונט ― אַ מזיק, אַ גױ ― אַ גנבֿ, אַ קינד ― אַ חזיר… און אַזױ אַלע, די גאַנצע װעלט! נאָר מיר קערן זיך אום צוריק צום הונט סירקאָ.

אַרױסגעטריבן געװאָרן אַזױ מיאוס סײַ פֿון שטוב, סײַ פֿון קיך, װאָלט אַן אַנדער הונט אַף זײן אָרט געװיס אָפּגעטראָטן פֿונעם דאָזיקן הױף: „לעבט אײַך הונדערט און צװאַנציק יאָר!“ נײן, סירקאָ איז געװען ניט אַזאַ מין. ער זאָל װיסן ― דער טױט זאָל זײַן, װעט ער פֿון הױף ניט אַװעק! דאָ איז ער געבױרן געװאָרן, דאָ װעט ער פּגרן… ובפֿרט, ער האָט געהאַט גוטע מליצים פֿאַר זיך: די קינדער פֿון דעם בעל־הבית. ער האָט נושׂא־חן געװען אין זײערע אױגן, כאָטש פֿרומע האָט זיך געפֿלײַסט אים צו פֿאַרמיאוסן. אַ סך, אַ סך הינט װאָלטן זיך װינטשן האָבן אַזאַ אױסקומעניש מיט אַזעלכע קעסט, װי סירקאָ האָט געהאַט. פֿונעם שענסטן און פֿונעם בעסטן האָבן אים חבֿרה אַרױסגעטראָגן אין די קעשענעס, פֿאַרשטײט זיך, בסוד־סודות, אַז קײנער זאָל ניט זען און אַפֿילו ניט אָנשטױסן זיך, װאָרעם ס'װאָלט געקאָנט זײַן זײער מיאוס פֿאַר בײדע צדדים. סירקאָ האָט שױן געװוּסט די צײַט פֿון אָנבײַסן, פֿון װאַרעמעס און פֿון װעטשערע, און האָט שױן אַרױסגעקוקט מיט אַלע אױגן, װען װעט מען אים שױן אַרױסטראָגן פֿון אַלע גוטע זאַכן. ער האָט שױן געװוּסט אַפֿילו, באַ װעמען אין װאָסער אַ קעשענע אָנצושמעקן און האָט שױן אַלײן געשטופּט די מאָרדע אַהין ― אַ הונט אַ חכם!

הײַנט די קונצן, װאָס חבֿרה האָבן אים אױסגעלערנט! אַנידערלײגן אים, למשל, אַפֿן שפּיץ נאָז אַן אָפּגעלעקט בײנדל, אָדער אַ שטיקל ברױט, און זאָגן צו אים: „ניע רוש!“ (געװײנטלעך, רעדט מען מיט אַ הונט אַף גױיִש) ― װעט ער אײַך װאַרטן מיט דרך־ארץ װיפֿל איר װילט, ביז ער װעט דערהערן דאָס גוטע װאָרט: „האַם“! דעמאָלט טוט ער אַ שפּרונג־אונטער ― און פֿאַרטיק.

װינטער באַנאַכט, װען די קינדער גײען אין חדר אַרײַן, האָט זיך סירקאָ נישט געקאָנט דערװאַרטן אַף זײַנע חבֿרים, און אַלע מאָל, אַרום זײגער נײַן, איז ער אױסגעװאַקסן אונטערן פֿענצטער, געשאַרט מיט די לאַפּעס איבער די געפֿרױרענע טאַפֿליעס ― אַ סימן, אַז ס'איז שױן צײַט צו פֿאַרמאַכן די ספֿרים און גײן אַהײם עסן װעטשערע. באַם רבין איז סירקאָ געװען, להבֿדיל, אַ זײגער. „נישט אַנדערש ― האָט ער געזאָגט ― אַז אײַער הונט איז אַ גלגול!“ ― און געלאָזט די קינדער פֿרײַ, נעמען די פּאַפּירענע, מיט שמאַלץ באַשמירטע לאַמטערנעס און גײן אַהײם האָפֿערדיק, מיט די פֿרײלעכע יװנישע לידער, סאָלדאַטסקע ניגונים: ראַז, דװאַ, טרי, טשעטירע, פּאָידיעס, פּאָידיעס נאַ קװאַרטירע, אַכטער־באַכטער קילאָשקאַ, װאָסיס דיענגי ראַבאָשקאַ…

אָדער: פּאָראַ, פּאָראַ! פּאָראַ װיביראַטסאַ! אַי סאָ װסיעמי גאָספּאָדאַמי ראַספּראָסשטשאַטסאַ ― פּאָראַ!…

סירקאָ איז געלאָפֿן אַף צו־פֿריִער און פֿאַר גרױס פֿרײד און התפּעלות געשפּרונגען און געקאַטשעט זיך אין שנײ ― און אַלץ צוליב די שטיקלעך ברױט מיט די אָפּגעלעקטע בײנדלעך פֿון דער װעטשערע. אַ הונט אַ חרוץ!

װיפֿל מאָל האָט זיך געמאַכט, אַז אַפֿן האַרצן איז װיסט, אַף דער נשמה סומנע, אין דער הײם געכאַפּט אַ פּסק, אין חדר פֿאַרבעסערט, ― דעמאָלט פֿאַרקלײַבט זיך שלום נחום װעװיקס װײַט אין גאָרטן, אַף יענער זײַט בײמער, און סירקאָ מיט אים. דאָרט, הינטערן פּלױט, אַף אַ בערגל מיסט, זעצט ער זיך אַװעק מיט זײַן געטרײַען סירקאָ, װאָס ציט־אױס די מאָרדע, קוקט גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אַ זינדיקער מענטש. „װאָס קוקט ער? װאָס טראַכט ער בעת מעשׂה? פֿאַרשטײט ער טאַקע יעדע זאַך, װי אַ מענטש? האָט ער אױך אַ נשמה, װי, להבֿדיל, אַ מענטש?“… און עס קומט אים אַפֿן זינען דעם רבינס װערטער: „דער הונט איז אַ גלגול פֿון אַ מענטשן“… און ער דערמאָנט זיך, װאָס שלמה המלך זאָגט אין קהלת: ומותר האָדם מן הבהמה אָין ― קײן חילוק ניט פֿאַראַן צװישן מענטשן און אַ בהמה… „אױב ס'איז קײן חילוק ניט פֿאַראַן, פֿאַר װאָס־זשע איז ער אַ הונט און איך אַ מענטש?“… ― אַזױ טראַכט ער זיך און ער קוקט מיט רחמנות און, צו גלײַכער צײַט, מיט דרך־ארץ אַפֿן הונט, און דער הונט ― אַף אים, װי זײַנער אַ גלײַכן. אַ הונט אַ חבֿר! אַ טײַערער, אַ געטרײַער חבֿר ― סירקאָ!… סירקאָס טראַגעדיע

אַ מיאוסער בלבול ― דאָס אומקומעניש פֿון אַן אומשולדיקן הונט ― הײסע טרערן.

עס װעט נישט זײַן קײן גוזמא, װען איך װעל זאָגן, אַז סירקאָ איז געװען אַ הונט אַ חכם, װאָס האָט פֿאַרשטאַנען, װער עס האָט אים מער ליב פֿון אַלעמען, און דעריבער איז קײן חידוש ניט, װאָס מער װי צו אַלע קינדער האָט זיך סירקאָ דער הונט צוגעבונדן צום פֿאַרפֿאַסער פֿון די דאָזיקע כּתבֿים, געשלאָסן מיט אים חבֿרשאַפֿט אָן װערטער און ליב געהאַט, געװען נאָך אים טאַקע באמת די כּפּרה, און טאַקע באמת גרײט געװען זיך מפֿקיר זײַן פֿאַר זײַן חבֿר און פֿאַר זײַן האַר. אַ שטומע צונג ― נישט געװען בכּוח דאָס אַרױסצובאַװײַזן, איבערגעבן מיט װערטער, האָט ער עס אַרױסבאַװיזן, װי אַ הונט, מיט זײַן שפּרינגען און מיט זײַן קװיטשען און מיט זײַן װאַרפֿן זיך פֿאַר אים אין דער ערד אַרײַן אַף זײַן הינטישן שטײגער. ס'איז גענוג געװען אײן װאָרט, אַז זײַן חבֿר און זײַן האַר זאָל אים אַ זאָג טאָן: „נאַ מיעסטאָ“!.― זאָל סירקאָ אַװעק, װי אַ סטאַטיק, און ליגן, װי אַ קעצעלע, שטיל, און נאָר מיט אײן אױגל לאָקערן, אַכטונג געבן װאָס זײַן האַר טוט.

צװישן דעם „האַר“ און זײַן „קנעכט“ סירקאָ איז געװען אַ שטילע ליבע, און דער האַר האָט בשום אופֿן נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן זיך, װאָס װעט זײַן, אַז סירקאָ װעט ניט זײַן. װאָס הײסט, ער װעט ניט זײַן? װי איז דאָס מעגלעך? סירקאָ איז דען אַ מענטש, װאָס זאָל אַװעקפֿאָרן און פֿאַרגעסן דעם זײַ־געזונט?… װיפֿל מאָל האָבן גױים געפּרוּװט פֿאַרנאַרן סירקאָן צו זיך אין דאָרף אַרײַן, ― איז ער דען נישט געקומען צו לױפֿן אַף מאָרגן אַ פֿאַרסאָפּעטער מיט אַן אַרױסגעשטעלטער צונג און געװאָרפֿן זיך און געקאַטשעט זיך און געשפּרונגען צו זײַן האַר אַפֿן האַלדז און געקװיטשעט און געלעקט אים דעם קאָלנער, און מע װאָלט געמעגט שװערן, אַז טרערן זײַנען אים געשטאַנען אין די אױגן!

און דאָך… און דאָך איז געקומען דער טאָג, יענער פֿינצטערער װיסטער טאָג, װאָס דער גוטער געטרײַער סירקאָ איז אַװעק, אַװעק אַף תּמיד, אַף אײביק, און אַזױ אומגעריכט אַװעק, אַזױ מיאוס פֿאַרדראָסיק, אַזױ מוראדיק־טראַגיש!

זומער האָט זיך געטראָפֿן די דאָזיקע טרױעריקע געשיכטע, אום סאַמע תּמוז. דאָס איז געװען אַ זומער פֿון שרעקלעכע היצן, אָן אַ טראָפּן