פֿונעם יאַריד: פֿאַרװאָס עפּעס „פֿונעם יאַריד“?

שלום עליכם (אַלע װערק)

צו װאָס ראָמאַנען,

װען דאָס לעבן אַלײן איז אַ ראָמאַן?

1

פֿאַרװאָס עפּעס „פֿונעם יאַריד“?

אַ מין הקדמה. ― פֿאַרװאָס דער מחבר האָט זיך גענומען שרײַבן זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע. ― שלום־עליכם דער ש ר ײַ ב ע ר דערצײלט די געשיכטע פֿון שלום־עליכם דעם מענטשן.

„פֿונעם יאַריד“ קאָן הײסן פֿונעם לעבן, װאָס איז געגליכן צו אַ יאַריד. יעדער איז אַ בעלן דעם מענטשנס לעבן צו פֿאַרגלײַכן, נאָך זײַן השׂגה נאָך, צו עפּעס אַ זאַך. למשל, אײנער אַ סטאָליער האָט אַמאָל געזאָגט: „דער מענטש איז געגליכן צו אַ סטאָליער; אַ סטאָליער לעבט און לעבט, דערנאָך שטאַרבט ער ― אַזױ איז אַ מענטש אױך“… פֿון אַ שוסטער האָב איך אַלײן געהערט אַ מײנונג, אַז דעם מענטשנס לעבן איז געגליכן צו אַ פּאָר שטיװל: כּל זמן די פּאָדעשװעס טראָגן זיך, זײַנען די שטיװל ― שטיװל, און אַז די פּאָדעשװעס טראָגן זיך אָפּ, איז ― מיטן קאָפּ אין דער ערד. ס'איז גאַנץ נאַטירלעך, אַז אַ בעל־עגלה זאָל פֿאַרגלײַכן דעם מענטשן צו, להבֿדיל, אַ פֿערד. דעריבער װאָלט גאָר קײן חידוש נישט געװען, װען אַזאַ מענטש, װי איך, װאָס האָט אָפּגעטאַרעראַמט אַ האַלבע מאה יאָרן און גײט באַשרײַבן די געשיכטע פֿון זײַן לעבן, ― זאָל אים אײַנפֿאַלן צו פֿאַרגלײַכן זײַן פֿאַרגאַנגענהײט צו אַ יאַריד.

דער אמת אָבער איז ניט אַזױ. פֿ ו נ ע ם י אַ ר י ד ― מײנט מען דאָ דעם צ ו ר י ק װ ע ג ס , אָדער דעם סך־הכּל, דעם רעזולטאַט פֿונעם גרױסן יאַריד. אַ מענטש, אַז ער פֿאָרט אַ פֿ ן י אַ ר י ד , איז ער פֿול מיט האָפֿענונגען, װײס נאָך אַלײן נישט, װאָס פֿאַר אַ מציאות ער װעט דאָרט אײַנהאַנדלען און װאָס ער װעט דאָרט מתקן זײַן… פֿליט ער דעריבער פֿײַל אױסן בױגן, הענדום־פּענדום ― טשעפּעט אים ניט, ער האָט קײן צײַט ניט! פֿאָרט ער אָבער צוריק, פֿ ו נ ע ם י אַ ר י ד , װײס ער שױן װ אָ ס ער האָט דאָרטן געהאַנדלט און װ אָ ס ער האָט דאָרט מתקן געװען, און פֿליט שױן ניט אַזױ געשמײַדיק, „ער האָט צײַט“. ער קאָן זיך שױן אָפּגעבן דין־וחשבון און האָט שױן ביד צו װיסן דעם רעזולטאַט פֿונעם יאַריד, און ער האָט שױן די מעגלעכקײט אױך די װעלט באַקאַנט צו מאַכן מיט די דאָזיקע רעזולטאַטן, דערצײלן פּאַװאָלינקע, נישט געכאַפּט, אַלצדינג, מיט װעמען ער האָט זיך געטראָפֿן אַפֿן יאַריד און װאָס ער האָט געזען און װאָס ער האָט געהערט.

אַ סך מאָל האָבן מיך מײַנע גוטע פֿרײַנט אױפֿגעפֿאָדערט, פֿאַר װאָס זאָל איך מיר ניט נעמען די מי צו באַקענען דעם עולם מיט דער געשיכטע פֿון מײַן לעבן? ס'איז שױן צײַט, זאָגן זײ, און עס װאָלט אפֿשר געװען אינטערעסאַנט אױך. האָב איך געפֿאָלגט מײַנע גוטע פֿרײַנט און האָב מיך עטלעכע מאָל גענומען צו דער אַרבעט, און אַלע מאָל אַװעקגעלײגט די פּען, ביז… ביז ס'איז געקומען די צײַט, איך האָב זוכה געװען נאָך פֿאַר פֿופֿציק יאָר באַגעגענען זיך פּנים אַל פּנים מיט זײַן מאַיעסטעט, מיטן מלאך־המװת, גאָרנישט אַף קאַטאָװעס ― איך האָב מיך שיִער־שיִער ניט איבערגעפּעקלט אַהין, פֿון װאַנען מען קאָן קײן בריװל ניט שרײַבן, קײן זאַך ניט אַריבערשיקן און אַפֿילו קײן גרוס ניט איבערגעבן. קורץ, איך האָב געהאַלטן באַ אָפּזאָגן די עטלעכע גילדן, ― האָב איך צו מיר אַזױ געזאָגט: „אַצינד איז די רעכטע צײַט. כאַפּ אַרײַן און שרײַב, װאָרעם קײנער װײס ניט, װעמענס מאָרגן עס איז. דו װעסט מאַכן אַ שטאַרב, װעלן קומען מענטשן, װאָס מײנען, אַז זײ קענען דיך און װײסן דיך, און װעלן אױסטראַכטן זאַכן, װאָס נישט געשטױגן, ניט געפֿלױגן. צו װאָס טױג עס דיר? אַמער נעם שױן בעסער אַלײן, דו ק ע נ ס ט ז י ך ב ע ס ע ר פֿ ו ן אַ ל ע מ ע ן , און דערצײל, װער דו ביסט, שרײַב דײַן אױטאָביאָגראַפֿיע!…

עס איז אָבער גרינג אױסצורײדן ― „שרײַבן אַן אױטאָביאָגראַפֿיע“, אַן אמתע לעבנס־געשיכטע, נישט קײן אױסגעטראַכטע! דאָס הײסט אַזױ גוט, װי אָפּגעבן דין־וחשבון פֿון מײַן גאַנצן לעבן פֿאַר מײַן לעזער, זאָגן ױדױ פֿאַר דער גאַנצער װעלט. איר װײסט? שרײַבן אַן אױטאָביאָגראַפֿיע און מאַכן אַ צװאה איז כּמעט אַלץ אײנס… איז אײן מאָל אַװעק. און נאָך אַ זאַך: עס איז שװערלעך פֿאַר אַ מענטשן, װאָס רעדט פֿון זיך אַלײן, ער זאָל זיך קאָנען אױפֿהײבן צו אַזאַ מדרגה, אַז ער זאָל בײַשטײן קעגן דעם נסיון, ניט װעלן אױספֿײַנען זיך פֿאַרן פּובליקום, באַװײַזן זיך פֿאַר אַ װױלן בחור, װאָס סע קומט אים אַ קניפּ אין בעקל. איך האָב צוליב דעם אױסגעקליבן אַ באַזונדערע פֿאָרעם אױטאָביאָגראַפֿיע: די פֿאָרעם פֿון אַ ראָמאַן, פֿון אַ ביאָגראַפֿישן ראָמאַן. עס װעט אױסקומען, אַז איך װעל רײדן פֿון זיך זעלבסט, װי פֿון אַ דריטער פּערזאָן. דאָס הײסט: איך, ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם ד ע ר ש ר ײַ ב ע ר , װעל אײַך דערצײלן די ריכטיקע ביאָגראַפֿיע פֿון ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם ד ע ם מ ע נ ט ש ן , אָן צערעמאָניעס, אָן באַפּוצונגען און צאַצקערײַען, װי עס װאָלט אײַך דערצײלט, למשל, אַ זײַטיקער פּאַרשױן, אַ װילד־פֿרעמדער, נאָר אַזעלכער, װאָס איז געװען מיט אים אומעטום, אַזעלכער, װאָס איז דורכגעגאַנגען מיט אים אַלע שבֿעה מדורי גיהנום. און דערצײלן װעל איך עס אײַך ביסלעכװײַז, שטיקלעכװײַז, אײַנגעטײלט אין באַזונדערע מעשׂיות, אָדער עפּיזאָדן, אײן עפּיזאָד נאָך דעם אַנדערן. און דער װאָס גיט כּח דעם מענטשן, ער זאָל געדענקען אַלצדינג, װאָס מיט אים האָט פּאַסירט אין זײַן לעבן, זאָל מיר בײַשטײן, אַז איך זאָל נישט דורכלאָזן חלילה קײן זאַך, װאָס מיר האָט געטראָפֿן און װאָס קאָן האָבן אַן אינטערעס, און קײן פּאַרשױן, װאָס איך האָב װען באַגעגנט אַף דעם גרױסן יאַריד, װאָס איך האָב דורכגעמאַכט אין די פֿופֿציק יאָר פֿון מײַן לעבן.

2

ד י ש ט אָ ט

דאָס קלײנע שטעטעלע װאָראָנקאָ ― אַ מין כּתרילעװקע. ― אַ לעגענדע פֿון מאַזעפּעס צײַטן. ― אַן אַלטע קלױז, אַן אַלטער בית־עולם, צװײ יאַרידים.

אױפֿגעצױגן געװאָרן און געװאַקסן איז דער העלד פֿון דעם דאָזיקן ביאָגראַפֿישן ראָמאַן אין סאַמע כ ת ר י ל ע װ ק ע , װאָס איז שױן אַ ביסל באַקאַנט אַף דער װעלט. געפֿינען געפֿינט זיך עס, אױב איר זײַט נײַגעריק צו װיסן, אין מאַלאָראָסיע, אין פּאָלטאַװער גובערניע, ניט װײַט פֿון דער אַלטער היסטאָרישער שטאָט פּערעיאַסלאַװ, און הײסן הײסט עס ניט כּתרילעװקע, נאָר װ אָ ר אָ נ ק אָ. פֿאַרשרײַבט דאָס אײַך.

אײגנטלעך, װאָלט איך באַדאַרפֿט אָנרופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, װוּ ער איז געבױרן, און דעם דאַטום, װי עס פֿירן זיך אַלע ביאָגראַפֿישע שרײַבער. בין איך מיך אָבער מודה, אַז דאָס אינטערעסירט מיך ניט. מיך אינטערעסירט דװקא אָט דאָס קלײנע כּתרילעװקע, אָדער װאָראָנקאָ, װײַל קײן אַנדער שטאָט אַף דער װעלט האָט זיך אים אַזױ ניט אײַנגעגעסן אין זכּרון, װי אָט דאָס געבענטשטע כּתרילעװקע־װאָראָנקאָ, און קײן אַנדער שטאָט אַף דער װעלט האָט נישט געהאַט אַזױ פֿיל חן אין זײַנע אױגן, אַזױ אַז ער קאָן עס נישט פֿאַרגעסן און װעט עס נישט פֿאַרגעסן אײביק און אײביק.

און באמת גערעדט, װעלכע שטאָט אַף דער גרױסער װעלט, עס מעג זײַן אָדעס, אָדער פּאַריז, אָדער לאָנדאָן, אָדער אַפֿילו ניו־יאָרק, קאָן זיך באַרימען מיט אַזאַ גרױסן ברײטן מאַרק און מיט אַזױ פֿיל ייִדישע קלײטן און קלײטלעך, טישן, טישלעך און שטעלכלעך, מיט גאַנצע בערג פֿרישע