פֿונעם יאַריד: די געשיכטע פֿונעם בוך „פֿונעם יאַריד“ אין קורצן

שלום עליכם (אַלע װערק)

לעבנס ־ באַשרײַבונגען

ע ר ש ט ב ו ך

דער מזל פֿון אַ בוך איז װי דאָס גליק פֿון אַ מענטשן. עס באַדאַרף פֿריִער פֿאַרשװאַרצט װערן, דורכגײן אַלע שבֿעה מדורי גיהנום, ביז עס דערזעט די ליכטיקע װעלט.

דאָס בוך „פֿונעם יאַריד“ איז נאָך נישט אַלט קײן טאָג. עס איז ערשט הײַנט אַרױס פֿון דרוק ― און האָט שױן הינטער זיך אַ גאַנצע היסטאָריע. דערלױבט מיר זי אײַך דערצײלן אין קורצע װערטער.

דער ערשטער, װאָס האָט מיר אױפֿגעגעבן די אידעע ברײט און אַלזײַטיק צו באַשרײַבן די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿציק־יאָריקע עפּאָכע פֿון אונדזער ייִדישן לעבן אין גלות, איז דװקא אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ ייִד, װעלכן דער פֿאַרשטאָרבענער משורר י. ל. גאָרדאָן האָט געקרױנט מיטן נאָמען „קורא נכבד“. אים קען די גאַנצע װעלט. ער איז אונדזערער אַן אַדעסער משׂכּיל, הײַנט אין אַמעריקע, אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און זײַן אמתער נאָמען איז אַ בֿ ר ה ם א ל י ה ו ל ו ב אַ ר ס ק י. װי אַן עכטער חסיד און אַן אמתער גוטער פֿרײַנט, איז ער פֿאַר עטלעכע יאָרן געקומען צו מיר ספּעציעל אין דער שװײץ און אױפֿגעגעבן מיר אַ פּלאַן: היות אַזױ װי איך האָב דורכגעמאַכט אַ גאַנצע עפּאָכע און בין אױסגעװאַקסן, קאָן מען זאָגן, אינאײנעם מיט דער ייִדישער פֿאָלקס־ליטעראַטור, ― טאָמער װאָלט איך גענומען אַף זיך די טרחה צו פֿאַרקערפּערן די אױבנדערמאָנטע עפּאָכע אין דער פֿאָרעם פֿון אַ גרױסן ראָמאַן?

די אידעע איז מיר אַרײַן אין קאָפּ. און איך האָב זיך גענומען צו דער אַרבעט, נאָר אין־אַן אַנדער פֿאָרעם. אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אױטאָביאָגראַפֿיע, אָדער ראָמאַן־ביאָגראַפֿיע.

עס איז אַװעק עטלעכע יאָר אַרבעט. דאָס בוך האָט גענומען װאַקסן אַ קאַפּיטל נאָך אַ קאַפּיטל. נאָר װאָס קומט אַרױס? אַ בוך האָט פֿײַנט ליגן. אַ בוך האָט ליב, אַז מע דרוקט עס און מע לײענט עס. ס'איז געקומען צום דרוקן ― איז נישטאָ װוּ. דרוקן אַף אײגענע אַחריות ― פֿעלט אַ ייִדישן מחבר פֿאָדעם. דרוקן אין אַ זשורנאַל ― איז די ייִדישע ליטעראַטור נאָך נישט אױסגעװאַקסן, זי זאָל האָבן אַ מאָנאַטשריפֿט, װי באַ לײַטן *. עטלעכע מאָל האָב איך די אַרבעט מיט אַ ביטער האַרץ געמוזט אַװעקלײגן. אַזױ האָט זיך עס געצױגן, ביז איך בין מגולגל געװאָרן מיטן צװײטן גלות אין אַמעריקע. און אָט איז ערשט אַװעק אײן יאָר, האָב איך שױן „אַריבערגעמופֿט“ מיטן „יאַריד“ אין אַ צװײטער װױנונג. און ערשט אָט דאָ האָט די „װאַרהײט“ געפֿונען פֿאַר ראַציאָנעל די ערשטע צװײ טײלן „פֿונעם יאַריד“ אַרױסגעגעבן אין אַ באַזונדער בוך־פֿאָרם אין צװײ בענדער.

זען די געדאַנקען געדרוקטערהײט אין בוך־פֿאָרעם, באַקומט דער פֿאַרפֿאַסער מער מוט אַף צו גײן װײַטער זײַן װעג, װעלכן ער האָט אױסגעװײלט. און דער װעג איז נאָך גענוג גרױס. די עפּאָכע הײבט ערשט אָן צו צעװאַקסן זיך, די בילדער הײבן ערשט אָן צו װעבן זיך, די געשעענישן הײבן ערשט אָן צו אַנטװיקלען זיך, און געשטאַלטן פֿון מענטשן לאַנג־פֿאַרשװוּנדענע, און טיפּן פֿון פּאַרשױנען נאָך לעבעדיקע און גאַנץ בכּבֿודע בעטן זיך אַף פּאַפּיר…

לאָמיר האָפֿן, אַז מיר װעלן דערפֿירן אונדזער אַרבעט ביז צו אַ מעגלעכן סוף. ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם

פֿעברואַר 1916, ניו־יאָרק.

* אין אָריגינאַל קומען דאָ עטלעכע איבערגעשטראָכענע שורות, װעלכע לײענען זיך דײַטלעך אַזױ: „בלײַבט איבער װידער אַמאָל אַ גאַזעט און אָבער אַמאָל אַ צײַטונג. זאָגן די װאַרשעװער צײַטונגען, אַז זײ האָבן קײן פּלאַץ ניט פֿאַר גרױסע װערק. פֿעליעטאָנען גיט זײ, סקיצן, נאָװעלן“. אָנמערקונג פֿון י. ד. בערקאָװיטש צו װאָס ראָמאַנען,

װען דאָס לעבן אַלײן איז אַ ראָמאַן?

1

פֿאַרװאָס עפּעס „פֿונעם יאַריד“?

אַ מין הקדמה. ― פֿאַרװאָס דער מחבר האָט זיך גענומען שרײַבן זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע. ― שלום־עליכם דער ש ר ײַ ב ע ר דערצײלט די געשיכטע פֿון שלום־עליכם דעם מענטשן.

„פֿונעם יאַריד“ קאָן הײסן פֿונעם לעבן, װאָס איז געגליכן צו אַ יאַריד. יעדער איז אַ בעלן דעם מענטשנס לעבן צו פֿאַרגלײַכן, נאָך זײַן השׂגה נאָך, צו עפּעס אַ זאַך. למשל, אײנער אַ סטאָליער האָט אַמאָל געזאָגט: „דער מענטש איז געגליכן צו אַ סטאָליער; אַ סטאָליער לעבט און לעבט, דערנאָך שטאַרבט ער ― אַזױ איז אַ מענטש אױך“… פֿון אַ שוסטער האָב איך אַלײן געהערט אַ מײנונג, אַז דעם מענטשנס לעבן איז געגליכן צו אַ פּאָר שטיװל: כּל זמן די פּאָדעשװעס טראָגן זיך, זײַנען די שטיװל ― שטיװל, און אַז די פּאָדעשװעס טראָגן זיך אָפּ, איז ― מיטן קאָפּ אין דער ערד. ס'איז גאַנץ נאַטירלעך, אַז אַ בעל־עגלה זאָל פֿאַרגלײַכן דעם מענטשן צו, להבֿדיל, אַ פֿערד. דעריבער װאָלט גאָר קײן חידוש נישט געװען, װען אַזאַ מענטש, װי איך, װאָס האָט אָפּגעטאַרעראַמט אַ האַלבע מאה יאָרן און גײט באַשרײַבן די געשיכטע פֿון זײַן לעבן, ― זאָל אים אײַנפֿאַלן צו פֿאַרגלײַכן זײַן פֿאַרגאַנגענהײט צו אַ יאַריד.

דער אמת אָבער איז ניט אַזױ. פֿ ו נ ע ם י אַ ר י ד ― מײנט מען דאָ דעם צ ו ר י ק װ ע ג ס , אָדער דעם סך־הכּל, דעם רעזולטאַט פֿונעם גרױסן יאַריד. אַ מענטש, אַז ער פֿאָרט אַ פֿ ן י אַ ר י ד , איז ער פֿול מיט האָפֿענונגען, װײס נאָך אַלײן נישט, װאָס פֿאַר אַ מציאות ער װעט דאָרט אײַנהאַנדלען און װאָס ער װעט דאָרט מתקן זײַן… פֿליט ער דעריבער פֿײַל אױסן בױגן, הענדום־פּענדום ― טשעפּעט אים ניט, ער האָט קײן צײַט ניט! פֿאָרט ער אָבער צוריק, פֿ ו נ ע ם י אַ ר י ד , װײס ער שױן װ אָ ס ער האָט דאָרטן געהאַנדלט און װ אָ ס ער האָט דאָרט מתקן געװען, און פֿליט שױן ניט אַזױ געשמײַדיק, „ער האָט צײַט“. ער קאָן זיך שױן