קאָמעדיעס: מיסטער בױם אין קלאַזעט

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ שפּאַס אין אײן אַקט

פּ ע ר ז אָ נ ע ן:

מ י ס ט ע ר ב ו י ם.

מ י ס ע ס ב ו י ם.

ש פּ ר י נ צ ל, מיסטער בױמס אַ גרינע שװעסטער.מ י ס ט ע ר ב ו י ם קומט אַרײַן צו זיך אין שטוב, טרעפֿט קײנעם

ניט, װאַרפֿט אַראָפּ דעם הוט, קלאַפּט מיטן שטעקן אין טיש נערװעז.

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: (הױך). הו איז האָום? (נאָך העכער). הו איז חיער? (עס קומט אַרײַן ם י ס ע ס ב ו י ם, אױסגעפּוצט).

מ י ס ע ס ב ו י ם: װאַט איז די טראָבל װיט יו?

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: װוּ ביסטו געװען, דזשעניע?

מ י ס ע ס ב ו י ם: איך האָב זיך געדרעסט. װאָס איז דען?

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: װער איז דאָ געװען?

מ י ס ע ס ב ו י ם: נאָבאַדי.

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: (נערװעז). אַ מאַן פֿון אָפֿיס האָט דאָ באַדאַרפֿט זײַן!

מ י ס ע ס ב ו י ם: ניט געװען קײנער… אַך, יאָ! דאָ איז געװען דײַן שװעסטערל… שפּרינצל איז דאָ געװען…

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: (װערט נאָך מער נערװעז). טערריבל!… װידעראַמאָל? פֿאַרװאָס האָסטו איר ניט געזאָגט, דאַט אַי עם נאַט עט האָום?

מ י ס ע ס ב ו י ם: פֿון װאַנען װײסטו, אַז איך האָב עס איר ניט געזאָגט?

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: באַדאַרפֿט געװען זאָגן, אַז איך בין ניטאָ, אַז איך בין אַװעקגעפֿאָרן, אַז איך חאָב געמופֿט, אַז איך װיל זי ניט זען ― און דאַטס אָלל!

מ י ס ע ס ב ו י ם: הערט זי זײער, אַז מע זאָגט איר! זי האָט דיך אױסגעזוכט אין אַלע רומס! איך האָב געמײנט, איכל דעם שלאַק באַקומען!

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: דער טײַװל זאָל עס נעמען! נאַ דיר אַ שװעסטערל! נאַ דיר אַ שפּרינצל! אַלבעטשיע, אַז זי װעט מיך אַרױסטרײַבן פֿון שטאָט, און איכל מוזן אַריבערמופֿן אין אַן אַנדער שטאָט! (שפּאַנט אַרום נערװעז). זי פֿאַרדרײט מיר מײַן קאָפּ! זי ספּױלט מיר מײַנע ביזנעס!… זי טרײַבט מיך אין דער ערד אַרײַן!…

מ י ס ע ס ב ו י ם: װער איז דיר שולדיק? האָסטו ניט געזאָלט שיקן איר קײן שיפֿסקאַרטן, װאָלט זי ניט געקומען. מ י ס ט ע ר ב ו י ם: (לױפֿט אַרום). שיפֿסקאַרטן! פֿון װאַנען זאָל איך װיסן, אַז ס'אַ קרענק? איך האָב געמײנט, זי װעט קומען, װעל איך איר מאַכן אַ ביזנעס, װעט זי זיך באַזעצן מיט איר פֿעמילי, װערן סיטיזנער, מיך װעט עס קאָסטן אַ פּאָר דאָלער ― און דאַטס אָלל! גײ ריכט זיך, אַז די וװּמען װעט מיר ברענגען אַזױפֿיל טראָבל, מיך מאַכן צו מופֿן ― מירן מוזן מופֿן, מיסעס בױם, ס'װעט זיך גאָרניט העלפֿן!

מ י ס ע ס ב ו י ם: (מיט אַ ניגון). איך װעל ניט מופֿן! איך בין אָללרײַט! (עס הערט זיך אַ קלונג). ס'איז זי!…

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: (כאַפּט זיך באַם קאַפּ). ס'איז זי? טערריבל! איכל עס ניט אױסהאַלטן! ס'איז אימפּאַסיבל! איכל זיך אַ מעשׂה אָנטאָן! איכל זיך נעמען דאָס לעבן! (כאַפּט דעם הוט, װיל לױפֿן צו דער טיר. דאָס גלעקל הערט צעריסן קלינגענדיק).

מ י ס ע ס ב ו י ם: װוּהין לױפֿסטו? װילסט זיך מיט איר באַגעגענען אַ נאָז קעגן אַ נאָז?

מ י ס ט ע ר ב ו י ם: ביסט גערעכט! ביסט גערעכט! װאָס טוט מען? באַהאַלט מיך! פֿאַרשליס מיך! איכל זיך באַהאַלטן! װוּ באַהאַלט מען זיך? (לױפֿט אַרום פֿון אײן װינקל צום אַנדערן פֿאַרצװײפֿלט). אָט דאָ אין קלאָזעט װעל איך איבערװאַרטן… איך בעט דיך, דזשעניע, מאַך ניט מיט איר קײן לאַנגע קאָנװערסײשאָנס! זאָג איר: אַי עם נאַט האָום ― און דאַטס אָלל!… (כאַפּט זיך אַרײַן אין קלאָזעט. מיסעס בױם שטעלט זיך אַװעק גרײט צו עמפֿאַנגען די אַרײַנגעקומענע. עס קומט אַרײַן ש פּ ר י נ צ ל, אָנגעטאָן דװקא אַמעריקאַניש, מיט אַ שײנעם הוט, קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן).

ש פּ ר י נ צ ל: ניטאָ אים נאָך, מײַן בראַטישעק?

מ י ס ע ס ב ו י ם: װאָס הײסט דאָס „בראַטישער“? זיצט!

ש פּ ר י נ צ ל: אַזױ גיך האָט איר שױן פֿאַרגעסן ייִדיש? בראַ־טישעק איז די טײַטש אַ ברודער. (זעצט זיך). אַ שײנער ברודער! איך האָב געמײנט, אַז איך װעל קומען צו פֿאָרן, װעט ער מיך גליקלעך מאַכן. אַ קלײניקײט ― אַ ברודער אַ גבֿיר, און נאָך אין אַמעריקע, אַ פֿרײַע מדינה, פֿאַרברענט זאָל זי װערן! און די מענטשן ― די כּפּרה מעגן זײ זײַן פֿאַר אונדזער לעצטן װאַסערפֿירער! און זײער לשון ― פּאָטײטעס, טאָמײטעס, קיטשען און טשיקען, פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ װערן! אַז אַ קעלער איז אָ בײסמענט, אַ בױדעם אַ רוף, יאַרד איז אַ הױף, סטריט איז אַ גאַס און גאַביטש איז מיסט ― נו, קאָן שױן זײַן גוט?… איך װאָלט אױסגעלעבט מײַנע יאָרן און װאָלט ניט געקענט אָט דאָס לאַנד!… האָט ער זיך אָבער נאַסיאַדעט אַף מיר, דער בראַטישעק מײַנער, און גענומען זעצן מיט בריװ, אַ בריװ נאָך אַ בריװ, איך זאָל קומען צו פֿאָרן אין זײַן אַמעריקע, אין זײַן גאָלדענע מדינה, װעט ער מיך גליקלעך מאָכן… און איך, נאַר, לאָז זיך איבעררײדן, װאַרף אַװעק אַזאַ לאַנד מיט אַזעלכע מענטשן, מיט אַזאַ געשעפֿט, אַ גאָלדן געשעפֿט, אַ שמאַלץ־גרוב, אַן אײַנפֿאָר־הױז, מיט אַ קאַמער, מיט אַ קלײטל, װי־ניט־װי, בעסער, ערגער, דאָס שטיקל ברױט האָט זיך געשלעפּט! נאָר די לעצטע יאָרן איז געװען שלעכט, װײַל מע האָט גענומען טרײַבן, און ס'איז ניט געװען װער ס'זאָל פֿאַרפֿאָרן און װאָס צו קױפֿן, װײַטער בין איך דאָך געװען אַ קײסעריניע!… און װען ניט דער פּאָגראָם, װאָלט איך מיך דען פֿונעם אָרט אַפֿילו גערירט? כ′װאָלט גאָרניט געקוקט דערױף, װאָס מײַן בראַטישעקל שרײַבט מיר גליקן, אַז פֿאַר מײַנע קינדער װעט זיך עפֿענען אַ װעלט, אַלע װעגן זײַנען פֿאַר זײ פֿרײַ… עס הײבט זיך גאָר ניט אָן! אָט האָט מײַן משה דאָרט אין דער הײם, כאָטש מע לאָזט ניט אַרײַן, פֿונדעסטװעגן געענדיקט בוכהאַלטעריע דורך בריװ באַ יעקבֿ מאַרק אין ליבאַװע, האָב איר גערעכנט, אַז דאָ װעט אים מײַן ברודער געװיס אױסזוכן אַ שטעלע באַ יאַנקל שיפֿן, אָדער באַ ראַקענפֿעלערן, אָדער אין אַן אַנדער קאַנטאָר… און מײַן טאָכטער האָט מען דאָרט אין ריסענלאַנד אױך ניט געװאָלט צונעמען אין גימענאַזיע, האָט זי באַ מיר פֿונדעסטװעגן שטודירט נײען און שנײַדן באַ דער נײַדיטש, אױך דורך בריװ, –– װאָלט ער כאָטש מײַן טאָכטער דאָ פּריסטראָיעט ערגעץ אין אַ דעפּאַרטמענט. איז װער? װאָס? װען מע קומט, טרעפֿט מען אים ניט!… אַ גדולה ― ער שיקט מיר אַרײַן אַלע װאָך אַ טשעק! „װאָכער“ גיט ער מיר! אַז אָך און װײ איז מיר, אַף װאָס איך בין אַריבערגעקומען! (װײנט). מײַן מאַמע זאָל אױפֿשטײן פֿון קבֿר און אַ קוק טאָן אַף איר שפּרינצל, װי זי לעבט פֿון טשעקן און פֿון װאָכער… (װישט זיך די אױגן). אַ בת־יחידה געװען באַ איר… צװישן אַכט זין, היצלעס, בױאַנעס, האָלעדראַנצעס, סך הכּל אײן טאָכטער… (פּױזע). צי, אַ שטײגער, איך זאָל כאָטש האָבן עפּעס אַ געשעפֿט… זאָגט ער מיר צו, דער בראַטישעק מײַנער, אַז נאָך יום־טובֿ װעט ער מיר אױסזוכן אַן אַנדער ביזנעס. איך װיל שױן ניט קײן ביזנעס! איך בין דיר מוחל דײַנע ביזנעס ― איך װיל אָ געשעפֿט, ניט קײן ביזנעס!… אַז די אַלע „ביזנעסן“, װאָס ער האָט מיר געמאַכט ביז אַהער, טױגן אַף כּפּרות… ער נעמט און שטעלט מיך אַװעק אין דרױסן, איך זאָל פֿאַרקױפֿן פֿאַטשײלעס!… אינדערהײם פֿאַרקױפֿט מען ניט אין דרױסן קײַן פֿאַטשײלעס!… צי ער װיל, איך זאָל פּעדלען מיט טײ, מיט װײַן און מיט ציגײַערן? אינדערהײם פּעדלט מען ניט מיט טײ, מיט װײַן און מיט ציגײַערן! צי, אַ שטײגער, ער נעמט און דינגט מיר אַ שטוב, איך זאָל זי פֿון זיך איבערפֿאַרדינגען צו די שכנים. איך זאָל װערן, הײסט דאָס, אַ לענדלאָרדיכע. איז נע מאַלאָ באַבע כלאָפּאָטע ― איך קום נאָך דירה־געלט, װאַרפֿט מען מיך אַראָפּ פֿון אַלע טרעפּ! װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז, למאַי איך רײד צו זײ אַף אונדזער לשון! אַװדאי בין איך דערױף אַרױסגעפֿאָרן פֿונעם טײַערן ריסנלאַנד, פֿאַרברענט זאָל עס װערן, אַהערצוצו, אַ װיסטע אַלמנה מיט קינדער יתומים, איך זאָל מיך אָפּשמדן אַף אײַער לשון! (מיסעס בױם קאָן זיך ניט אײַנהאַלטן פֿון אַ שמײכל). איר לאַכט? אײַך איז גוט צו לאַכן, אַז איר זיצט אָט־דאָ־אָ, אין אַזאַ גוטס (שטײט אױף, באַװײַזט מיט די הענט). מיט אַזעלכע שפּיגלען (קוקט אין שפּיגל), מיט פֿאָרטעפּיאַנעס, מיט שפּילקעסטלעך, מיט שאַפֿעס… (גײט צו צום קלאָזעט, װוּ מיסטער בױם געפֿינט זיך). און די שאַפֿעס זײַנען מסתּמא באַ אײַך פֿול מיט כּל טובֿ, פֿול װי אַן אױג… (דעקט אָפּ דעם פֿאָרהאַנג פֿונעם קלאָזעט, און עם דערשײַנט מיסטער בױם. אַלע דרײַ בלײַבן פֿאַרגליװערט).

ל אַ נ ג ז אַ ם פֿ אַ ל ט ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג.

געשריבן אין יאַר 1915.

אַ בורלעסק לכּבֿוד חנוכּה

די פּאַרשױנען:

ר ב י אַ נ ק ל פּ ע ט אַ ך, אַ ייִד אַ נגיד, שױן אין די יאָרן. דאָס אַנ־

דערע מאָל חתונה געהאַט.

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך, זײַן װײַב, אַ „מאַדאַם“. ייִנגער פֿון אים מיט אַ

יאָר פֿערציק.

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ, אַ יונגער דאָקטער־מעדיצין.

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן, אַ יונגערמאַן אַן אַפּטײקער. טראָגט בלױע ברילן.

ג ל אָ ק, אַ װינקל־אַדװאָקאַט. רעדט העכער האַלב רוסיש.

די געשיכטע קומט פֿאָר חנוכּה, אין אַ קלײן שטעטל, ניט װײַט פֿון יעהופּעץ, מיט אַ יאָר דרײַסיק צוריק.