קאָמעדיעס: קעניג פּיק

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ שאַרזש אין אײן אַקט לכּבֿוד חנוכּה

פּ ע ר ז אָ נ ע ן:

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר, אַ נגיד. האַלב ייִד, האַלב אַריסטאָקראַט. אַ „שפּעגע־

לאַנט“ פֿון דער בערזע.

ח נ ה, זײַן װײַב. מער ייִדענע װי אַריסטאָקראַטן.

ב ע ר ט ע, זײער טעכטערל. אַ בת־יחידקעלע. אַ כּלה.

ג ר י ש אַ, איר חתן. װיל אַרײַן אין אוניװערזיטעט.

ג ע ס ט, מעקלערס פֿון דער בערזע מיט זײערע װײַבער. אַלע אַריסטאָקראַטן.

אָ ר ט: יעהופּעץ. צ ײַ ט: הײַנטיקער חנוכּה.אַ באַלעבאַטישע שטוב. פֿײַנע מעבל. אַ פֿאָרטעפּיאַנאָ. באַ דער זײַט אַ

פּאָר טישלעך. אױבנאָן, באַ דער טיר, אַף אַ שטול באַ דער װאַנט, אַ זיל־ בערן־פֿאַרגאָלדעט חנוכּה־לעמפּל.

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (אָנגעבױגן איבערן זילבערן־פֿאַרגאָלדעט חנוכּה־לעמפּל, בענטשט חנוכּה־ליכטלעך, לאָזט אױס מיט אַ ניגון). שע ־ שׂו נ ־ ס ־ י ־ ם ל ־ אַ ־ ב ־ ת ־ י ־ נו ב ־ י ־ מ ־ י ־ ם ה ־ ה ־ ם ב ־ ז ־ מ ־ ן ה ־ ז ־ ה!… (זאָגט עפּעס שטיל אונטער דער נאָז מיט אַ ניגונדל. לעבן אים שטײען חנה און בערטע. חנה ― מיט אַ פֿרום פּנים, בערטע ― צונױפֿגעלײגט די הענט, קוקט אין עקסטאַז אַפֿן לעמפּל. ישׂראל־איסר ענדיקט דאָס זאָגן. צו דער טאָכטער). נו? צופֿרידן? אָט האָב איר דיר שױן געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך אױך.

ב ע ר ט ע: מיר האָסטו געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך?

ח נ ה: (װײַזט מיט דער האַנט אַף זיך). נײן. מיר. מיר.

ב ע ר ט ע: (צו דער מוטער. מיט שטאָלץ און מיט באַגײַסטע־רונג). ניט מיר און ניט דיר, נאָר לכּבֿוד חנוכּה, לכּבֿוד אונדזער נאַציאָ־נאַל־פֿעסט, לכּבֿוד אונדזערע העלדן, די מאַקאַבײער, װאָס האָבן געקעמפֿט פֿאַר אונדזער…

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: יאָ, יאָ. גערעכט, גערעכט. לכּבֿוד חנוכּה, לכּבֿוד פֿעסט, לכּבֿוד מאַקאַבײער… (הערט זיך צו. צו חנהן). דאַכט זיך, געקלונגען? (װיל אױסטאָן דאָס היטל. חנה לאָזט זיך גײן).

ב ע ר ט ע: (האַלב געבעטן, האַלב געהײסן). פּאַפּאַ! הײַנט װעסטו גײן מיטן היטל.

י ש ר א ל ־ א י ס ר: װאָס הײסט? עס איז דאָך שױן נאָך אַלעמען, קינדעניו… און אױסער דעם, אָט קומען געסט…

ב ע ר ט ע: די געסט מעגן אױך אײן מאָל, צוליב חנוכּה, זיצן אין די היטלען. כאָטש ביז די חנוכּה־ליכטלעך װעלן אױסגײן. נישקשה. עס װעט זײ חלילה גאָרניט שאַטן. (חנה קומט צוריק מיט די געסט. אַלע אָנגעטאָן יום־טובֿדיק. די דאַמען אין בריליאַנטן מיט רידיקולס אין די הענט. די מאַנצבילן, דערזעען די אָנגעצונדענע ליכטלעך און דעם באַלעבאָס אין היטל, בלײַבן שטײן, װײסן ניט, צי זאָלן זײ אױסטאָן די היטלען, צי נײן).

י ש ר א ל ־ א י ס ר: מילאָסטי פּראָסים! פּאַזשאַלױטיע! (קוקט אַף דער טאָכטער, פֿאַרכאַפּט זיך). ברוכים הבאים! װילקאָמען! זיצט, זעצט אײַך. (װײַזט אַפֿן חנוכּה־לעמפּל). װידיטיע, חנוכּה. צוליב געטאָן דער טאָכטער. איר געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך. אַ װעלט געװאָרן. (לאַכט).

ב ע ר ט ע: פּאַפּאַ! ניט מיר האָסטו געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך, נאָר צום אָנדענקען פֿון…

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (פֿאַרכאַפּט זיך). יאָ, יאָ. ניט דיר, ניט דיר, נאָר לכּבֿוד חנוכּה, לכּבֿוד פֿעסט, לכּבֿוד מאַקאַבײער… )צו די געסט). זיצט. װאָס־זשע מאַכט איר? װאָס הערט זיך עפּעס אין שטאָט? װאָס הערט זיך אַף דער בערזע? װאָס איז מיט די קורסן? עפּעס נײַע „שפּעגעלאַציעס“?

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: װאָס זאָל זי הערן? ניטשעװאָ אַסאָ־בעננאַװאָ. אַף דער בערזע ניט פֿאָרגעקומען קײן פּערעמענע. די קורסן זײַנען פֿעסט. איר קאָנט זײַן ספּאָקאָינע… (צו בערטען). זדראַסטי, בער־טעטשקאַ!

ב ע ר ט ע: ערשטנס, ניט בערטעטשקאָ.

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: טאָ יעסט, װינאָװאַט. בערטאַ איזראַ־איליעװנאַ…

ב ע ד ט ע: און ניט בערטאַ איזראַיִליעװנאַ, נאָר בתיה. פּשוט בתיה בת־ישׂראל. ניטאָ זיך װאָס צו שעמען מיט אַן אײגענעם נאָמען.

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: אַ װאָװטאָריך?

ב ע ר ט ע: און צװײטנס, װאָס פֿאַר אַ „װאָװטאָריך“ אַף אײַך און װאָס פֿאַר אַ „זדראַסטי“ הײַנט?… גוט יום־טובֿ איז דען ניט שענער?

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ס ט: אַ גוט יום־טובֿ נאָר?

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: פֿאַרגעסן? חנוכּה. (װײַזט אַפֿן חנוכּה־לעמפּל).

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: (רעדט לאַנגזאַם, מיט אַ גראָב קול). סאָװערשעננאָ װיערנאָ. צוליב דעם האָט מען דאָך אונדז טאַקע פּריג־לאַשעט.

ב ע ר ט ע: אײַנגעלאַדן ― װילט איר זאָגן.

פֿ ע ר ט ע ר נ אַ ס ט: אײַנגעלאַדן נאַ בליני.

ב ע ר ט ע: אַף לאַטקעס ― װילט איר זאָגן.

פֿ י נ פֿ ט ע ר ג אַ ס ט: קאָניעטשנאָ, לאַטקעס. ס'איקאָ־ראָטשקאָי.

ב ע ר ט ע: מיט שמאַלץ ― װילט איר זאָגן.

ח נ ה: (װיל פֿאַרגלעטן, יוצא זײַן לכל־הדעות). ס'איז דאָ שמאַלץ, ס'איז דאָ איקרע, ס'איז דאָ גריװן. ס'װעט זײַן אַלצדינג, אם ירצה שם, אַלצדינג. (װענדעט זיך צו די דאַמען, רעדט מיט זײ שטילערהײט. יענע שמײכלען, פֿינקלען מיט די בריליאַנטן, שפּילן זיך מיט די רידיקולס, מאַכן צורעכט די טואַלעטן. עס פֿילט זיך אַ סומנעקײט אין דער געזעל־שאַפֿט).

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (װיל מאַכן אַ ביסל פֿרײלעכער דעם עולם, טוט אַ רוף דאָס װײַב). חנה! (װײַזט מיט די אױגן אַף די גרינע טישלעך). ב ע ר ט ע: (מיט דער האַנט איבערן פֿאָטערס מױל). פּאַפּאַ! נאָך ניט דאָס… (בלאָזט זיך אָן, װי אַ קלײן געבאַלעװעט קינד).

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (שמײכלענדיק). װאָס „דאָס“?

ב ע ר ט ע: (לאַכט). דו װײסט שױן װאָס!… (קוקט אַף דער מו־ טער. די מוטער װינקט צום פֿאָטער. דער פֿאָטער קוקט זיך איבער מיט די געסט. עס הערשט אַן אומאָנגענעמע שטילקײט).

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: (װיל באַרירן די שטילקײט). לאַטקעס מיט שמאַלץ און מיט גריװן ― אַך, קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!

ב ע ר ט ע: „קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ“? (לאַכט). האָט מיר קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן: למאַי זאָלט איר זיך באַנוצן דװקא ניט מיט אײַער אײגן לשון? מיר דאַכט, אַז ס'איז פֿיל גלײַכער רײדן ר ע כ ט ייִדיש, אײדער ש ל ע כ ט רוסיש… (דער ערשטער גאַסט בלײַבט אָן לשון. דער צװײטער גאַסט שטעלט זיך אײַן פֿאַר אים).

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ס ט: יאַק רײדעלע טאָ רײדעלע, אַבי דאָברע מײנעלע. (באַלעקט זיך). לאַטקעס מיט שמאַלץ און מיט גריװן ― שױן לאַנג ניט געגעסן. איר האַלט דעריבער פֿון דעם יום־טובֿ, װאָס מע קאָן עסן לאַטקעס…

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. און דערצו נאָך מאַכן אַ קערטל… (קוקט אַהין, װוּ די גרינע טישלעך שטײען).

ב ע ר ט ע: (שפּאָטיש). מער האָט דער יום־טובֿ פֿאַר אײַך קײן שום אַנדער װערט? קײן שום אָנדענקען?

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (זיצט װי אַף הײסע קױלן. דערהערט אַ קלונג, צום װײַב). דאַכט זיך, מע קלינגט?

ח נ ה: דאָס דאַרף זײַן גרישאַ.

ב ע ר ט ע: „הערש“ לױנט דיר ניט?

ח נ ה: מײן איך ― „הערש“. (לאָזט זיך צו דער טיר).

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (צו די געסט שמײכלענדיק). הײַנטיקע קינדער! האָבן זיך אַ נעם געטאָן צוריק…

ב ע ר ט ע: (שלאָגט אים איבער). װאָס עפּעס צוריק, פּאַפּאַ? פֿאָרװערטס, ניט צוריק.

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: יאָ, נו, איך מײן טאַקע אַזױ… צוריק צו ייִדישקײט מײן איך. צום… צום ייִדישן גאָט…

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: (לאַכט). כאַ־כאַ!

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ס ט: געװאָרן אַ גרױסע רעאַקציע.

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. אַ פּאָלנע רעאַקציע.

ב ע ר ט ע: (אױסער זיך). כאַ־כאַ־כאַ! באַ אײַך הײסט עס רעאַקציע?!

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (כאַפּט זיך אױף, װײס ניט, װאָס ער זאָל טאָן, איז זיך מחיה, װאָס חנה קומט אָן מיט גרישאַן). ג ר י ש אַ: (אָנגעטאָן כּמעט װי אַ סטודענט, אין אַ טוזשורקע מיט אַ האַלב־סטודענטיש היטל. װיל אױסטאָן דאָס היטל. דערזעט דאָס חנוכּה־לעמפּלֹ און אַלעמען אין די היטלען, פֿאַרכאַפּט ער זיך). זדראַװ… (באַגעגנט זיך מיט בערטעס אױגן). טאָ יעסט, אַ גוט יום־טובֿ! (צו בערטען אַף הערעיש, מיטן ספֿרדישן אַקצענט). מעאָד עסמאַך ליראָט בעבעט אַװיכאַ האַניכבאַדאַ האַזאָט…

ב ע ר ט ע: (פֿאַרריכט אים די גרײַזן). בעבעט אַװיך האַניכבאַד האַזע.

ג ר י ש אַ: װינאָװאַט… (פֿאַרכאַפּט זיך). טאָ יעסט, סליכאַ… מעאָד עסמאַך ליראָט בעבעט אַװיך האַניכבאַד האַזע עט האַהיסטאַדרוט האַניכבאַד האַזע!

ב ע ר ט ע: (פֿאַרריכט אים). האַהיסטאַדרוט האַניכבאַדאַ האַזאָט…

ג ר י ש אַ: װינאָ… (פֿאַרכאַפּט זיך). טאָ יעסט, סליכאַ! האַהיס־טאַדרוט חאַניכבאַדאַ האַזאָט, שעהיטאַסעף באַבאַיִט האַניכבאַד האַזאָט…

ב ע ר ט ע: (פֿאַרריכט אים). האַזע.

ג ר י ש אַ: קען, האַזע… אים ריגשײ קאַװאָד אוטכיאַ װעחיטלאַ־האַװוּט לעאומי גאַדאָל אַל יעסאָד האַכאַג האַלעאומי האַגאַדאָל װעאַל יעסאָד טאַרבוטײנו אוספֿאַטײנו האַלעאומי האַגאַדאָל…

ב ע ר ט ע: (פֿאַריכט אים). אוספֿאַטײנו האַלעאומיט האַגדאָלאַ…

נ ר י ש אַ: (שװיצט). װינאָװאַט!… (אין דער צײַט, װען חתן־כּלה רײדן העברעיִש און ציִען זיך אַװעק אַלעמאָל אַף אַ זײַט, קװעלן די געסט, רײדן זיך איבער צװישן זיך).

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ס ט: פּרעלעסטני יאַזיק… פּאָכאָזש נאַ אי־טאַליאַנסקי…

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. נאַ איספּאַנסקי…

פֿ ע ר ט ע ר ג אַ ס ט: נאַ איספּאַנסקי…

פֿ י נ פֿ ט ע ר ג אַ ס ט: איספּאַנסקי, איספּאַנסקי…

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (ברײטער װי לענגער). דאָס האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען דער נײַער טאָװאַרישטשעסטװע, מײן איך ― אָבשטשעסטװע.

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: קאַקיאַ אָבשטשעסטװאָ?

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: אָט די װאָס רופֿן זיך „סטאַדרוס“…

צ װ ייִ ט ע ר ג אַ ס ט: קאַק? קאַק?

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: „סטאַדדוס“.

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ, „סטאַדרוס“.

ב ע ר ט ע: (צום פֿאָטער פֿון דער װײַטן). פּאַפּאַ! ניט „סטאַד־רוס“, נאָר „הסתדרות“.

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: נו יאָ, „איסטאַדרוס“.

ב ע ר ט ע: ניט איסטאַדרוס, נאָר „הסתדרות“, מיט אַ ה″א!

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: זאָג איר דאָך! װיִאַזױ דען זאָג איך? (גרישאַ און בערטע זיצן אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע, גרישאַ מיטן פּנים צו די געסט, בערטע מיטן פּנים צו גרישאַן, רײדן שױן שטילערהײט. גרישאַ זשעסטיקולירט מיט די הענט. ישׂראל־איסר באַנוצט זיך דערמיט, װאָס די טאָכטער זיצט אַהין מיטן פּנים, טוט ער אַ װוּנק צו חנהן. חנה פֿאַרשטײט אים. שטיל װערן צוגערוקט די גרינע טישלעך. עס װאַקסן אױס צװײ נײַע פּעשלעך קאָרטן, קרײַדלעך, בענשטלעך. אײנציקװײַז, כּלומרשט אָן אָ שום כּװנה, זעצן זיך אױס די געסט, די מאַנצבילן מיט זײערע דאַמען, אַרום די גרינע טישלעך. אַלע אױגן זײַנען געװענדעט צו די צװײ פּעשלעך קאָרטן. דער באַלעבאָס נעמט אײן פּעשל. דער ערשטער גאַסט נעמט זיך צום צװײטן פּעשל. די קאָרטן װערן אױפֿגעריסן מיט אַ קנאַק פֿון זײערע העמדלעך. די דאַמען נעמען זיך מיט אַ זיפֿצן צו זײערע רידיקולס. די אױגן באַ זײ ברענען. חנה גײט אָפּ אין קיך).

ע ר ש ט ע ר נ אַ ס ט: (צום באַלעבאָס). װאָס־זשע, הײסט עס, װיל זי, די דאָזיקע נײַע אָבשטשעסטװע, װאָס איר זאָגט? (צו די איבעריקע געסט). גאָספּאָדאַ! אין װאָס פֿאַר אַ שפּיל שפּילן מיר הײַנט דליאַ ראדי חנוכּה?

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: די אָבשטשעסטװע װיל, ערשטנס, אַז אַלע „שפּעגעלאַנטן“, אַלע ייִדן מײן איך, זאָלן רײדן פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי. (פֿאַרקוקט די געסט אין די אױגן אַרײַן). מאַכן מיר אַ פּרעפֿעראַנסל? צי אפֿשר נאָר א זעקס־און־זעכציק?

צ װ ײ ט ע ר ג אָ ס ט: אַלע, זאָגט איר, זאָלן רײדן פּאָ דרעװ־ניע־יעװרעיסקי? אָהאָ!… פּאָ מאָיעמו, װאָלטן מיר בעסער שפּילן אַן אָבשטשע שפּיל. (קוקט אַף די דאַמען).

ד א מ ע ן: (אַלע אינאײנעם). אַן אָבשטשע שפּיל.

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. אַן אָבשטשע שפּיל.

פֿ ע ר ט ע ר ג אַ ס ט: נאַפּרימיער, אָ סטוקלקע? אָ באַנטשאָק?

פֿ י נ פֿ ט ע ר ג אַ ס ט: פֿאָרװאָס ניט אַ טערטל־מערטל? (קוקט אַף די דאַמען).

ד אַ מ ע ן: (אױפֿגעלעבט, אַלע אינאײנעם). אָ טערטל־מערטל! אַ טערטל־מערטל!

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: (רײַבט אַ האַנט אָן אַ האַנט). אַ טערטל־מערטל? קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ס ט: שױן לאַנג ניט געשפּילט אין טערטל־מערטל.

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: (קוקט אַף די דאַמען). סאָװוערשעננאַ װיערנאָ. ערשט נעכטן אַ גאַנצע נאַכט געשפּילט אין טערטל־מערטל.

ע אַ מ ע ן: כאַ־כאַ־כאַ! ביז טאָג געשפּילט אין טערטל־מערטל!

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: אַלזאָ, גאָספּאָדאַ, בלײַבט עס אַ טערטל־מערטל?… (נעמט זיך צו די קאָרטן). מײַן טאָכטער זאָגט, אַז אין אַױס־לאַנד רײדן שױן איצט אַלע „שפּעגעלאַנטן“, מײן איך אַלע ייִדן, פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי. מע האָט צוליב דעם צונױפֿגעקליבן געלט, אַ מאַסע געלט, אַ האַלבן מיליאָן, זאָגט זי. אונדזער ליעװ איזראַיִליעװיטש האָט אױך געשענקט צען טױזנט.

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: ליעװ איזראַיִליעװיטש צען טױזנט? שאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! גאָספּאָדאַ, װער האַלט די באַנק?

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ם ט: צען טױזנט אַף דעװניע־יעװרעיסקי, װי פּאַנימאַיעטיע? לאָז מען װאַרפֿן קאָרטן. װער ס'װעט האָבן די „טױז“, דער װעט האַלטן די באַנק. (צום באַלעבאָס). פּאָזשאַלױסטאַ!

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (נעסט אױסװאַרפֿן קאָרטן). דאָס איז געװען אַף יענער סאָבראַניע, װאָס אָט דער ביאַליק האָט געהאַלטן אַ „שפּעגעלאַציע“, מײן איך אַ ריעטש פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי. איז דאָס ליעװ איזראַיִליעװיטשן אַזױ געפֿעלן געװאָרן, אַז ער איז אַרױס מיט צען טױזנט.

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: (קוקט אַרײַן אין די קאָרטן). קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!… װאָסער ביאַליק? דער ליעסאָפּראָמישלענניק?

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ס ט: (קוקט אין די קאָרטן). כאַ־כאַ־כאַ! קאַ־קאָי ליעסאָפּראָמישלענניק? דער ביאַליק איז ניט קײן ליעסאָפּראָמיש־לענניק, נאָר אַ פּאָעט.

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. אַ ליעספּראָמיש־לענניק… מײן איך אַ פּאָעט.

פֿ ע ר ט ע ר ג אַ ס ט: (קוקט אין די קאָרטן). אַ? אַ פּאָעט? זנאַטשיט, פֿרוג…

פֿ י נ פֿ ט ע ר ג אַ ס ט: קאָניעטשנאָ, פֿרוג… אָ! אונדזער באַלעבאָס האָט געכאַפּט דאָס טײַזל, איז ער דער באַנקיר. (צום באַלעבאָס). פּאָזדראַװליאַיו!

ד אַ מ ע ן: פּאָזדראַװליאַיעם! פּאָזדראַװליאַיעם! (צװישן עולם װערט אַ באַװעגונג. די מאַנצבילן רוקן צו די שטולן. די דאַמען ציִען אַרױס מיט אַ זיפֿצן פֿון די רידיקולס דאָס ביסל קלײנגעלט. די אױגן באַ זײ ברענען).

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (נעמט זיך כּלומרשט אָן אַ באַזונדערן חשק צו דער באַנק). בין איך, הײסט עס, דער באַנקיר? מילא. װעלן מיר שפּעגעלירן. (טײלט אױס קאָרטן. נעמט צונױף געלט. צו יעדן). װיפֿל קאָרטן? װי טײַער? (װינקט צו גררשאַן פֿון רער װײַטן).

ג ר י ש אַ: (זיצט די גאַנצע צײַט װי אַף נאָדלען, קוקט מיט זשעדנע אױגן צו די גרינע טישלעך. באַװײַזט דעם מחותּן פֿון דער װײַטן צװײ פֿינגער, אַז ער פֿאַרלאַנגט, הײסט עס, אױך צװײ קאָרטן. רעדט אַרױס מיט דער חבֿרה הספּרדית). שנאַיִם… שטאַיִם… (באַטאָנט דעם „אים).

ב ע ר ט ע: (װאָס זיצט נאָך אַלץ מיט די פּלײצעס צו דער קאָמפּאַניע און מיטן פּנים צום חתן, זעט ניט װאָס הינטן טוט זיך. פֿאַרװוּנדערט צום חתן). װאָס שנים? װאָס שתים? (דרײט אױס דעם קאַפּ צוריק, דערזעט די גרינע טישלעך מיט די קאָרטן, טוט זי אַ פּליעסק מיט די הענט). פּאַפּאַ! (לױפֿט צו צום פֿאָטער, װיל באַ אים אַװעקנעמען די קאָרטן).

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: בערטעטשקאַ! בתיהניו! גאָט איז מיט דיר! האָסט פֿאַרגעסן, אַז הײַנט איז חנוכּה? אָ פֿעסט… אַ מאַקאַבײער… הײַנט איז אַ מצװה צו „שפּעגעלירן“, מײן איך ― צו שפּילן אין קאָרטן. די גאַנצע װעלט, די פֿרימסטע ייִדן, שפּילן חנוכּה אין קאָרטן. (צו די געסט). גאָספּאָדאַ, װאָס? ניט אַזױ?

ד י ג ע ס ט: (אַלע אין אײן קול מיט די דאַמען). סאָװערשעננאָ װיערנאָ, סאָװערשעננאָ װיערנאָ.

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: פֿרעג אַפֿילו דעם חתן דײַנעם. (צו גרישאַן). גרישאַ! מײן איך ― הערש! װאָס שװײַגסטו?

ג ר י ש אַ: (צו בערטען, אַף העברעיִש. מאַכט מיט די הענט). אַװאַל לעסאַכעק קאַרטיסים בעכאַנוקאַ קװאַר ניטקאַבעל אײצעל קאָל באַיִט לעאומיט טאַרבוטיט!

ב ע ר ט ע: (פֿאַרריכט אים די גרײַזן). באַיִט לעאומי טאַרבוטי…

ג ר י ש אַ: (שװיצט). װינאָװאַט… טאָ יעסט, סליכאַ! באַיִט לע־אומי טאַרבוטי… זע האַלאָ אוּװדאַ היסטאָרי!…

ב ע ר ט ע: (פֿאַרריכט אים). אוּװדאַ היסטאָריט…

ג ר י ש אַ: סליכאַ!

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (לײגט אױס דערװײַל די קאָרטן אַ קלאַס נאָך אַ קלאַס. צו די געסט). אַ װעלט געװאָרן! איר האָט זיך עס געריכט אַמאָל? דער טאַטע „שפּעגעלירט“ אין קאָרטן, און די טאָכטער רעדט פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי…

ע ר ש ט ע ר ג אַ ס ט: (קוקנדיק אין די קאָרטן, װאָס דער באַלעבאָס לײגט אױס אַפֿן טיש אַ קלאַס נאָך אַ קלאַס). דרעװניע־יעװרעיסקי ― קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! קײנער האָט נאָך ניט אױסגענומען צװײטע קלאַס?

צ װ ײ ט ע ר ג אַ ס ט: (קוקט מיט פֿלאַמענדיקע אױגן אין די קאָרטן). טשודני יאַזיק! דריטע קלאַס האָט אױך קײנער ניט גענומען. פּאַכאָזש נאַ איטאַליאַנסקי.

ד ר י ט ע ר ג אַ ס ט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. נאַ איספּאַנסקי…

פֿ ע ר ט ע ר ג אַ ס ט: דריטע קלאַס האָט אױך קײנער ניט געשלאָגן… אָטשען פּאַכאָזש נאַ איספּאַנסקי…

פֿ י נ פֿ ט ע ר ג אַ ס ט: איספּאַנסקי.. איספּאַנסקי… אפֿשר װעט די פֿערטע קלאַס עפּעס נעמען?

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (פֿרײלעך, װאָס קײנער האָט ניט גענומען). איצטיקס מאָל איז מיר די „שפּעגעלאַציע“ מיט דער באַנק אָפּגעלאָפֿן, דאַנקען גאָט, אודאַטשנאָ. אַצינד װעלן מיר נאָך זען, װאָס װעט זײַן מיט דער פֿינפֿטער קלאַס? דער „דעװיאַטי װאַל“ זאָל מיר אָפּלױפֿן, װי די ערשטע פֿיר קלאַסן, און קײנער זאָל ניט שלאָגן ― עהע־הע! (װאַרפֿט אַרױס די לעצטע קאָרט. אַלע אױגן קוקן זשעדנע צו זיך אין די קאָרטן די דאַמען זיפֿצן). גאָספּאָדאַ! קעניג פּיק! װער האָט קעניג פּיק! קײנער האָט ניט קעניג פּיק? קײנער האָט מיר ניט געשלאָגן? (װיל געבן אַ נעם־צונױף די קאָרטן).

ג ד י ש אַ: (צום מחותּן). פּאַ־פּאַזװאָלטיע! קעניג פּיק ― זאָגט איר? (װאַרפֿט אַװעק די כּלה, לױפֿט צו צום טיש, דעקט אױף זײַנע צװײ קאָרטן). אָט איז ער, דער קעניג פּיק! איך האָב אײַך געשלאָגן! פּאַזשאַ־לױטיע באַנק! (נעמט איבער די באַנק).

ב ע ר ט ע: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אַך! (פֿאַלט דעם פֿאָטער אַף די הענט, פֿאַרװאַרפֿט דעם קאַפּ). פּאַפּאַ! ער איז ניט מײַן חתן מער!

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: גאָט איז מיט דיר! קינדעניו, װאָס רעדסטו? (צום חתן). גרישאַ! הערש! װאָס שטײסטו?

ג ר י ש אַ: בערטוסיאַ! בתיהניו! (בערטע טרײַבט אים אָפּ מיט בײדע הענט. ער פֿאַלט איר צו די פֿיס).

ה נ ה: (קומט פֿון קיך, דערזעט בערטען באַם פֿאָטער אַף די הענט און דעם חתן אַף די קני). װאָס איז? װאָס איז דאָ געשען?

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: גאָרניט, גאָרניט. גאָלע גאָרניט. ער, גרישאַ, מײן איך הערש, האָט מיך געשלאָגן…

ח נ ה: (קוקט מיט שרעק אַף אירע אײגענע און אַף די געסט. פֿאַרברעכט די הענט). אַ דונער איז מיר! װער? גרישאַ? הערש? הערש האָט אים געשלאָגן? געשלאָגן?!…

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר: (אין כּעס, צו חנהן). פֿאַרשטײסט ניט קײן שפּעגעלאַציע! ניט מיך, די באַנק האָט ער געשלאָגן. פֿאַרשטאַנען? און ניט ער, נאָר דער קעניג פּיק האָט מיך געשלאָגן. דער קעניג פּיק! קעניג פּיק! קעניג פּיק!

פֿ אָ ר ה אַ נ ג. ה ע ב ר ע יִ ש:

אַװאַל לעסאַכעק קאַרטיסים בעכאַנוּקאַ קװאַר ניטקאַבעל אײצעל קאָל באַאיט לעאומי טאַרבוטי (אבל לשׂחק (ב)כרטיסים בחנוכה כּבֿר נתקבל אצל כּל בית לאומי תּרבותי) ― אָבער צו שפּילן אין קאָרטן אום חנוכּה איז שױן אָנגענומען אין יעדן נאַציאָנאַלן קולטורעלן הױז.

זע האַלאָ אוּװדאַ היסטאָריט (זה הלא עובֿדה היסטורית) ― דאָס איז דאָך אַ
היסטאָרישער פֿאַקט.
מעאָד עסמאך ליראָט בעבעט אַװיך האניכבאַד האַזע עט האַהיסטאַדרוט האַניכ־
באַדאַ האַזאָט, בעהיטאַסעף באַבאַאיט האַניכבאד האַזע אים ריגשײ קאַאװאָד אוטכיאַ װעהיטלאַהװאוט לעאומי גדאָל אַל יעסאָד האַכאג האַלעאומי האַגאַדאָל װעאַל יעסאָד טאַרבוטײנו אוספֿאַטײנו האַלעאומיט האַגדאָלאַ (מאד אשׂמח לראות בבֿית אבֿיך הנכבד הזה עם רגשי (ברגשי) כּבֿוד ותחיה והתלהבֿות לאומי(ת) גדול(ה) על יסוד החג הלאומי הגדול ועל יסוד תּרבותנו ושׂפֿתנו הלאומית הגדולה) ― עס פֿרײט מיך זײער צו זען בא דײַן געערטן פֿאָטער אין הױז די דאָזיקע געערטע אָרגאַניזאַציע (געזעלשאַפֿט), װאָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אין דעם דאָזיקן הױז מיט געפֿיל פֿון אַכטונג און אױפֿלעבונג און גרױסער נאַציאָנאַלער באַגײַסטערונג, אַפֿן גרונט פֿונעם גרױסן נאַציאָנאַלן יום טובֿ און אַפֿן גרונט פֿון אונדזער קולטור און אונדזער גרױסער נאַציאָנאַלער שפּראַך.

סליכאַ (סליחה) ― אַנטשולדיקט.

קען (כּן ) ― יאָ.

ר ו ס י ש:

אָבשטשע ― אַלגעמײנע. אודאַטשנאָ ― געלונגען. אָטשען ― זײער. איספּאַנסקי ― שפּאַניש.

דליאַ ראַדי ― צוליב. „דעוױאַטי װאַל“ ― נײַנטע כװאַליע (אין קאָרטנשפּיל). דרעװניע־יעװרײסקי ― העברעיִש.

װאָפּערװיך ― ערשטנס. װאָװטאָריך ― צוױיטנס. װידיטיע ― זעט איר. װינאָװאַט ― אַנטשולדיקט. װי פּאָנימאַיעטיע ― איר פֿאַרשטײט.

זדראַסטי (זדראַװסטװוּיטיע) ― גוט מאָרגן, גוטן אָװנט. זנאַטשיט ― הײסט עס.

טאָװאַרישטשעסטװאָ (אָבשטשעסטװאָ) ― געזעלשאַפֿט. טאָ יעסט ― דאָס הײסט. טשודני יאַזיק ― אַ װוּנדערלעכע שפּראַך.

ליעסאָפּראָמישלענניק ― אַ װאַלד־סוחר.

מילאָסטי פּראָסים ― זײער אָנגעלײגטע געסט.

נאַפּרימער ― למשל. ניטשעװאָ אָסאָבעננאַװאָ ― קײן באַזונדערס.

סאָבראַניע, זאַסעדאַניע ― פֿאַרזאַמלונג. סאָװערשעננאָ װיערנאָ ― גאַנץ ריכטיק. סטוקעלקע ― אַ רוסיש קאָרטנשפּיל. ספּאָקאָינע ― רויִק.

פּאָ מאָיעמו ― נאָך מײַן מײנונג. פּאָזדראַװליאַיו ― מזל טובֿ. פּאָזװאָלטיע ― זײַט־זשע מוחל. פּאָזשאַלוּיטיע ― ביטע. פּערעמענע ― פֿאַרענדערונג. פּרעלעסטני יאַזיק, פּאָכאָזש נאַ איטאַליאַנסקי ― אַ פּראַכטפֿולע שפּראַך, ענלעך אַף איטאַליעניש.

קאָניעטשנאָ ― געװיס. קאַק? ― װי? קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ (פֿאַרגרײַזט פֿון „קאַקאָיע בלאַזשענסטװאָ“) ― ס'אַ מחיה!

ריעטש ― רעדע.

געשריבן אין יאָר 1910.

אַן אײנאַקטער לכּבֿוד פּורים

פּ ע ר ז אָ נ ע ן:

י שׂ ר א ל ־ א י ס ר, אַ נגיד. האַלב ייִד, האַלב אַריסטאָקראַט. אַ „שפּעגע־

לאַנט“ פֿון דער בערזע. ח נ ה, זײַן װײַב. מער ייִדענע װי אַריסטאָקראַטין. ב ע ר ט ע, זײער טעכטערל. אַ בת־יחידקעלע. אַ כּלה. אַ יפֿת־תּואר. ג ר י ש אַ, איר חתן. װיל אַרײַן אין אוניװערסיטעט. ש ו ש נ ה, אירע אַ חבֿרטע. ה ײ ד אַ ד, אַ לערער פֿון העברעיִש. ג ע ס ט, מעקלערס פֿון דער בערזע מיט זײערע װײַבער. אַלע אַריסטאָקראַטן. י ו נ ג װ אַ ר ג מײסטנס מײדלעך.

אָ ר ט: יעהופּעץ. צ ײַ ט: פּורים נאָך דער מגילה.