דראַמאַטישע שריפֿטן: מענטשן

שלום עליכם (אַלע װערק)

פֿוס! (בײדע דינסטן לאָזן זיך צו דער טיר, באַגעגענען זיך מיט רב שלום שדכן, צעבוצקען זיך מיט די נעז).

ר ב ש ל ו ם ש ד כ ן: ביז עפּעס װאָס, קאָן מען דאָ כאַפּן צװישן יאָ און נײן אַ פּאָר פּעטש קאָן מען… אַ שטוב פֿון גאָלע משוגעים, כ'לעבן… זײ דאַרפֿן אַלע אַ דאָקטער דאַרפֿן זײ… װי אין לעבן אַרײַן אַ דאָקטער!

פֿ אָ ר ה אַ נ ג. געשריבן אין יאָר 1887.

מ ע נ ס ש ן אַ טעאַטער־שטיק אין אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

ד נ י א ל, אַן אַלטער הױז־דינער, אַן עקאָנאָם און אַן אױפֿזעער אַף די „מענטשן“

אין הױף. אַ בחור שױן אין די יאָרן, װאָס װיל אױסזען יונג. טראָגט אַ רױטע

װעסט מיט מעשענע קנעפּלעך, קעסטלדיקע הױזן, אַ גרינעם שניפּט. האַלט זיך

גרױס און רעדט שטרענג מיט קלענערע פֿון זיך; מיט גרעסערע װערט ער קלײן,

רעדט װײך. ה ע ר ץ, אַן עלעגאַנטער משרת. טראָגט אַ פֿראַק, אַ װײַסע װעסט, שײנע װאָנצן. ר י ק ל, אַ קעכן. טראָגט אַ װײַסן פֿאַרטעך, אַ װײַסן שלײער. אַ פֿרײלעכע נשמה. פֿ י ש ל, איר מאַן דינט אין צװײטן הױף. אַ פֿאַרזאָרגטער נפֿש. ל י ז אַ, אַ שטוב־מײדל, װאָס מע האָט נאָרװאָס אָפּגעשאַפֿט. ר ע װ ע ט ש ק ע, אַ שטוב־מײדל, װאָס מע האָט נאָרװאָס צוגענומען. פֿ אַ נ י ט ש ק ע, אַ שטוב־מײדל, װאָס מע האָט שױן לאַנג אָפּגעזאָגט. ר ב ס ע נ ד ע ר, אַ מלמד אַ באַװאַקסענער װי אַ חיה. רעװעטשקעס פֿאָטער. י ו כ ב ד, זײַן װײַב. רעװעטשקעס מוטער. מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד, אַן אױפֿגעקומענע נגידית. מ'זאָגט ― אַ מיליאָנערשע.

די האַנדלונג שפּילט זיך אָפּ באַ די נגידים אין אונטערשטן שטאָק. אין אונדזערע צײַטן.

אַ גרױסאַרטיקע קיך. אַ װײַסע פּליטע מיט מעשענע רערן און גלאַנצנדיקע

גאַלקעס. אַלע זאַכן און כּלים פֿון אַ רײַכער קיך: רײן, װײַס און זױבער. דער

אױװן רעכטס, מיטן פּנים צום פּובליקום. ― לינקס, איז װאַנט, טרעפּ אַרױף

אַפֿן צװײטן שטאָק. ― צװישן די טרעפּ און צװישן דער ראַמפּע בילדעט זיך

װי אַ מין חדרל, אָפּגעזונדערט פֿונעם אױװן. דאָרטן שטײט אַ קלײן טישל

מיט אַ גרױסער װײַסער װאָלטער־שטול (אַן אַלטמאָדישע קרעסלע). אַף דער שטול

זיצט אַלע מאָל ד נ י א ל. אַקעגן דעם אַלקערל, באַ אַ צװײטער װאַנט, רעכטס,

שטײט אַ גרױסער גרינער קאַסטן. לעבן דעם קאַסטן, נענטער צו דער ראַמפּע,

אַ קלײן רױט קעסטל. אין מיטן קיך שטײט אַ גרױסער לאַנגער טיש מיט

עטלעכע בענקלעך. באָם טיש, אַראָפּגעװאָרפֿן דעם פֿראַק און פֿאַרקאַטשעט די אַרבל,

זיצט ה ע ר ץ און שרײַבט אַ בריװ. ר י ק ל שטײט הינטער אים און

דיקטירט אים.

ר י ק ל: ,,…און שרײַב מיר, ליבע שװעסטער, װי גײט דיר אין דעם דינסט? און צי ס'איז עפּעס באַ אײַך אַ סך „מענטשן“ און װאָסערע „מענטשן“? און װיִאַזױ באַגײט מען זיך באַ אײַך מיט די „מענטשן“?…“

ה ע ר ץ: (שרײַבט און דרײט מיט דער צונג אַהין, װי די פּען גײט). „און שרײַב מיר, ליבע שװעסטער…” נו? װײַטער?

ר י ק ל: (דיקטירט). „באַ אונדז זײַנען מיר פֿיר „מענטשן“, אַ חוץ װאָס באַם גרעט װאַשן אַ באַזונדער „מענטש“, און באַ די פֿערד אַ „מענטש“, און באַם טױער אַ „מענטש“, און אין גאָרטן אַ „מענטש“…

ה ע ר ץ: טררררר!… זע נאָר, װי זי האָט זיך עס אַ ביסל צע־מענטשלט! איך האַלט נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט, און זי מאָלט װי אַ מיל!

ר י ק ל: װוּ־זשע האַלטסטו, שלים־מזל?

ה ע ר ץ: איך האַלט באַ דער ליבע שװעסטער…

ר י ק ל: װאָס הײסט, אָט דאָ ערשט האַלטסטו? װאָס ס'האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט! װען־זשע װעלן מיר קומען צו גאָט?

ה ע ר ץ: װאָס־זשע האָט איר געמײנט? אַזױ װי איר באַראַבאַנעט, אַזױ זאָל זיך שרײַבן? אַ פּען איז ניט קײן צונג, װאָס זאָל מאָלן! אײדער מע שטעלט אַװעק אַן אות, דאַרף מען גוט צוהאָרעװען! (קוקט אַף דער פֿעדער צו דער ליכט). און דערצו איז נאָך די פֿעדער פֿון אונדזער עקאָנאָם געראָטן אָן איר באַלעבאָס: האַרטלײַביק, שװערפֿיסיק און פּוזאַטע. (באַװײַזט מיט די הענט אַ בױך. עס קומט אָן ל י ז אַ פֿון די טרעפּ אַראָפּ, גײט צו צום רױטן קעסטל, זעצט זיך אַװעק, דאָס פּנים אין די הענט, װײנט).

ר י ק ל: (צו ליזאַן). גאָט איז מיט דיר, װאָס װײנסטו? אַף חורבן בית־המקדש? ה ע ר ץ : (צו ליזאַן). ביסט משוגע, צי חסר־דעה? אין מיטן דאָנערשטיק האָט זי זיך צעװײנט? זאָלסט בעסער װעלן זײַן מײַן כּלה…

ר י ק ל: האָסט, אַפּנים, געכאַפּט אַ פּעטשאַטעק פֿון דער מאַדאַם? אַ נאָװינע! אַז מע איז באַ יענעם אַ „מענטש“, דאַרף מען אַלצדינג איבערטראָגן!

ה ע ר ץ: האָב זײ אין דער ערד, נאַרעלע, אַזױ װי איך. (ציט זיך אױס). איך האָב קײן מורא ניט פֿאַר קײנעם! איבער מיר איז ניטאָ קײן עלטערס און קײן גרעסערס און קײן שטאַרקערס… װאָס מיר באַלעבאָס! װער מיר מאַדאַם! װוּ מיר עקאָנאָם! דו האָב בעסער חתונה פֿאַר מיר, נאַריש מײדל װאָס דו ביסט, װעט דיר זײַן גוט װי די װעלט.

ר י ק ל: אַלײן דער חתן ― אַלײן דער שדכן!… (ד נ י א ל אַראָפּ פֿון די טרעפּ. הערץ כאַפּט זיך אױף, טוט אָן דעם פֿראַק, שטעלט אַװעק די טינט און פּען צוריק אַפֿן קלײנעם טישל, װערט אַן אַנדער מענטש. ריקל שטעלט זיך אַװעק צום אױװן).

ד נ י א ל: (צו הערצן). הער נאָר דו, פֿײַנער בחור מײַנער, קום נאָר אַהער! (פֿירט אים צו צום פֿענצטער, קוקט אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װײַזט אים מיטן פֿינגער אַף ליזאַן). נו?

ה ע ר ץ: װאָס „נו“?

ד נ י א ל: זיך שײן אױסגעפֿײַנט.

ה ע ר ץ: װער?

ד נ י א ל: איך!

ה ע ר ץ: איר?

ד נ י א ל: (טוט אים אַ שמיר איבער דער נאָז). קלאַון! פּאַיאַץ! גײ שױן גײ אַרױף, מע רופֿט דיך! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!

ה ע ר ץ: די רגע! (ער גײט צו די טרעפּ אַרױף).

ד נ י א ל: (באַזעצט זיך פֿעסט אין דער קרעסלע, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, שליסט אָפּ דאָס טישקעסטל מיט אַ קלונג, נעמט אַרױס אַ ביכל. טוט אָן אַ פּאָר קײַלעכיקע ברילן. רופֿט צו ליזאַן צום טיש, קוקט אין ביכל אַרײַן). דיר קומט פֿאַר פֿיר חדשים מיט דרײַ װאָכן. פֿיר מאָל אַכט איז, אַפּנים, צװײ און דרײַסיק; און פֿאַר די דרײַ װאָכן צו צװײ רובל אַ װאָך ― איז דרײַ מאָל צװײ האָבן מיר, אַפּנים, זעקס. צװײ און דרײַסיק און זעקס איז, אַפּנים, אַכט און דרײַסיק. צװעלף האָסטו צו אַ גלײַכן חשבון, איז, אַפּנים, פֿופֿציק. נאַ, אָט האָסטו געלט. (נעמט אַרױס געלט, שטעלט אַװעק אַף ליזאַן די קײַלעכיקע ברילן). דו װײנסט? דו ביסט נאָך גערעכט? האַ?… (שטרענג). מאַך ניט קײן אָנשטעלן און נעם געלט!

ל י ז אַ: (נעמט דאָס געלט, הערט ניט אױף צו װײנען). װאָס בין איך שולדיק? ער האָט מיר געזאָגט, אַז איך בין אַ שײנע. ער האָט מיר געשװאָרן, אַז ער האָט מיך ליב…

ד נ י א ל: אַ גדולה! ער האָט זי ליב! אָט דער לץ, דער פּאַיאַץ, דער משולחת? פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!.. ל י ז אַ: (הײבט אױף דעם קאָפּ). װעמען מײנט איר דען?

ד נ י א ל: און דו װעמען מײנסטו?

ל י ז אַ: (לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ). נאַטאַנען מײן איך, נאַטאַן מאָיסעיעװיטש…

ד נ י א ל: (כאַפּט זיך אױף). האַ? װאָס האָסטו געזאָגט? נאַטאַן מאָיסעיעװיטש?

ל י ז אַ: (שטיל). ער…

ד נ י א ל: (שטיל). שוטה! װאָס־זשע האָסטו געשװיגן, נאַריש ציגל װאָס דו ביסט? (מיט כּעס). פֿאַרװאָס האָסטו ניט געזאָגט מיר? נאַריש קעלבל! מ י ר האָסטו באַדאַרפֿט זאָגן, מ י ר! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!…

ר י ק ל: (לױפֿט צו פֿונעם אױװן). װאָס איז? װײ איז מיר! (ברעכט די הענט).

ד נ י א ל: ניט אײַער באָבעס דאגה! צו אײַער אַרבעט גײט!

ר י ק ל: טפֿו! (גײט צוריק צום אױװן).

ד נ י א ל: װיִאַזױ איז דאָס געװען? דערצײל, פֿאַר מיר האָב קײן מורא ניט; מיר קאָנסטו דערצײלן אַלץ. (שטיל). הײסט דאָס, האָט ער דיר אײַנגערעדט, אַז ער האָט דיך ליב? און דו האָסט אים געגלױבט אַף נאמנות? אומגליקלעכע װאָס דו ביסט!… און איך האָב געמײנט, אַז דו האָסט זיך פֿאַרבונדן מיט אָט דעם פּוסטן בחור, מיט דעם שלים־מזל! קום נאָר אַהער, זיץ… (װײַזט איר אַף אַ בענקל לעבן זײַן שטול). זאָג מיר נאָר דעם רײנעם אמת, געדענק! דו רעדסט מיט מיר… ס'איז ער? נאַטאַן מאָיסעיעװיטש, זאָגסטו?

ל י ז אַ: (װײנט). לאָמיך שױן אַזױ לעבן און געזונט זײַן מיט אײַך אינאײנעם… אָט האָט ער מיר געשענקט אַ פֿינגערל… (זי װײַזט אים דעם פֿינגער).

ד נ י א ל: (נעמט איר האַנט, באַטראַכט דעם פֿינגער מיטן רינג). אומגליקלעכע װאָס איר זײַט!… שאָף! ציגן! קעלבלעך!… לאָזט זיך איבעררײדן פֿון יעדן אײנציקן!… (טוט איר אַ װאָרף אָפּ די הענט). געהאַלטן דאָס בסוד פֿון מיר?!… סודות? זיך צונױפֿגערעדט? געגלױבט? געמײנט, זי איז אַפֿן זיבעטן הימל?! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!!… (כאַפּט זיך אױף, שפּאַנט אַרום). אָט אַזױ נאַרט מען אײַך אַרײַן, אומ־ גליקלעכע נפֿשות װאָס איר זײַט! (גײט צו צו איר רעדט הױך). װאָס האָסטו געמײנט? װאָס האָסטו זיך געטראַכט? האָסט גערעכנט, אַז ער װעט דיך נעמען? אַ מאַדאַם גאָלד האָסטו זיך געריכט צו זײַן, כאַ־כאַ־כאַ! װאָס שװײַגסטו, װאָס? (זעצט זיך אַװעק אַקעגן איר, נעמט איר האַנט, רעדט װײַטער). דערצײל מיר, קינד, דערצײל מיר אַלץ.

ל י ז אַ: (זעצט זיך אַװעק לעבן אים אַף אַ בענקל, כליפּעט. ריקל גנבֿעט זיך אונטער, לײגט צו אַן אױער). די ערשטע צײַט, אַז איך בין אָנגעקומען, איז ער מיר נאָר נאָכגעגאַנגען און געזאָגט, אַז איך בין אַ שײנע, אַ פּאַרשױן… אַז איך בין אַ צירונג אין שטוב, אַז ער װאָלט אַף מיר נאָר געקוקט און נאָר געקוקט… נאָכדעם האָט ער אָנגעהױבן זיפֿצן און צו קרעכצן, זאָגן, אַז ער האָט מיך ליב, אַז ער גײט אױס נאָר מיר, אַז ער קאָן אָן מיר ניט לעבן… מיך געפֿרעגט, אױב איך װיל זײַן זײַנע… געבעטן, איך זאָל אַף אים האָבן רחמנות… צוגעזאָגט, אַז ער װעט איבעררײדן מיט זײ… און אַז זײ װעלן ניט װעלן, װעט ער זיך סמען, אָדער שיסן… ער װעט זיך נעמען דאָס לעבן… אָפּגעלײגט אַזױ פֿון טאָג אַף טאָג… ס'איז אַף אים געװען אַ גאָטס רחמנות…

ד נ י א ל: זי האָט אַף אים געהאַט רחמנות? כאַ־כאַ־כאַ! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! נו, און ער אַף דיר? פֿאַרװאָס האָט ער אַף דיר קײן רחמנות ניט? האַ?… װאָס־זשע האָט ער דיר געזאָגט הײַנט, נעכטן, אײערנעכטן? האָסט גערעדט מיט אים? זאָג!

ל י ז אַ: גערעדט, װאָס דען, איך האָב ניט גערעדט? איך האָב אים אַלצדינג געזאָגט… איך האָב געװײנט… (װײנט).

ד נ י א ל: זי האָט געװײנט!… נו, און ער?

ל י ז אַ: ער האָט געבעטן פֿריִער מיט גוטן, איך זאָל שװײַגן, מיר צוגעזאָגט מתּנות, געלט… און אַז איך האָב מיך אָפּגעזאָגט פֿון די מתּנות, האָט ער אָנגעהױבן מיט בײזן. ער האָט מיר געזאָגט, אַז טאָמער מאַך איך אַ סקאַנדאַל, װעט ערגער זײַן פֿאַר מיר, פֿאַר מײַן שװעסטער…

ד נ י א ל: פֿון װאַנען װײס ער פֿון דײַן שװעסטער?

ל י ז אַ: איך האָב אים דערצײלט, אַז איך האָב אַ שװעסטער א קאַסירערן. טאָמער װערט מען געװאָר, פֿאַרלירט זי די שטעלע…

ד נ י א ל: (כאַפּט זיך אױף מיט כּעס, טוט אַ זעץ אין טיש אַרײַן, הױך). װוּ זײַנען געװען מײַנע אױגן, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!… און פֿאַרװאָס האָסטו מיר פֿריִער ניט געזאָגט, אומגליקלעכע װאָס דו ביסט! (זעצט זיך אַװעק, רײַבט זיך דאָס פּנים, רעדט אַ ביסל װײכער). זאָג מיר נאָר, קום אַהער, דו נאַריש מײדל װאָס דו ביסט, װעמען האָסטו דאָ אַ חוץ דער שװעסטער?

ל י ז אַ: (דורך טרערן). קײנעם ניט. איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז איך האָב דאָ נאָר אײן שװעסטער, דינט זי אין אַ קלײט. אַ קאַסירערן איז זי, אַ ייִנגערע פֿון מיר; איז טאָמער װערט מען געװאָר פֿון מײַן אומגליק, פֿאַרלירט זי די שטעלע. (יאָמערט).

ד נ י א ל: (שטילט זי אײַן). האָב קײן מורא ניט, ס'װעט דײַן שװעסטער ניט שאַטן… גוט, װאָס דו האָסט מיר געזאָגט. איך װעל שױן פֿון דײַנעטװעגן זען. איך װעל שױן זען… (טראַכט אַ װײַלע). װײסטו װאָס? איך װעל דיר געבן אַ קװיטל צו מײַנע אַ באַקאַנטע… דאָרט װעסטו זײַן, ביז איך װעל זען… איך װעל שױן זען… (נעמט אַרױס אַ שטיקל פּאַפּיר. שרײַבט און סאַפּעט. ליזאַ זיצט און װײנט. פֿון די טרעפּ הערט זיך אַ פֿרױען־קול: „דניאל! דניאל!”).

ד נ י א ל: (לײגט אַרײַן דאָס שטיקל פּאַפּיר צוריק אין טישקעסטל, טוט אױס די ברילן, װערט מיט אַ קאַפּ, נידעריקער). באַלד! באַלד! (לאָזט זיך אַראָפּ אַף די טרעפּ).

ר י ק ל: (גײט צו מיטן לעפֿל צו ליזאַן, װאַקלט מיטן קאָפּ). מײנסטו, איך האָב ניט געהערט? כ'האָב געהערט אַלצדינג… אָט אַזױ האָט מען, אַז מען איז אַ „מענטש“ באַ יענעם. קומען זאָל אַף זײ אַ כאָ־ליערע, אַף אַלע באַלעבאַטים, רבונו של עולם!

ל י ז אַ : (װײנט). אױ, ריקל־קרױן, נשמהניו, האַרצעניו! איך בין אומגליקלעך! װאָס װעל איך טאָן? װוּהין װעל איך גײן? װאָס װעל איך זאָגן?.. (ברעכט די הענט).

ר י ק ל: װײן ניט, נאַרעלע! איך האָב פֿײַנט מיך מישן אין פֿרעמדע געשעפֿטן, דו װײסט דאָך; נאָר װען ס'זאָל קומען אַף מיר… (בײגט זיך אײַן צו איר אַפֿן אױער). װען עס קומט אַף מיר אַזאַ זאַך, װאָלט איך באַ זײ אָפּגעצאַפּט דרײַ אָקעס בלוט! פּאַסן װאָלט איך פֿון זײ געשניטן! (װײַזט מיטן לעפֿל). פּאַסן! קינדס־קינדער װאָלטן זײ פֿאַרזאָגט, זײ זאָלן זיך ניט באַגײן אַזױ מיט „מענטשן“! אַ כאָליערע זײ אין פּנים!

ל י ז אָ: (ברעכט די הענט). װײ איז מיר, איך האָב מורא פֿאַר דער שװעסטער, פֿאַר מײַן שװעסטער, זי װעט פֿאַרלירן די שטעלע… װאָס װעל איך טאָן? װאָס װעל איך טאָן?… ר י ק ל : אױ, גאָטס בהמהלע װאָס דו ביסט! האָסט אַ געלעגנהײט זיך באַװאָרענען איצט מיט נדן! זײ האָבן גענוג, נישקשה, אױסקרענקען מעגן זײ! און נעמען אַ חתן, נאַרעלע, אַף מיר אַזאַ יאָר, חתונה האָבן און אױפֿהערן זײַן אַ „מענטש“ באַ יענעם… װערן אַ באַלעבאָסטע, נאַרעלע, און אַלײן האַלטן „מענטשן“… באַטראַכט זיך!… אױ, מע גײט… (לױפֿט אָפּ צוריק צום אױװן. ד נ י א ל און ה ע ר ץ גײען בײדע פֿון די טרעפּ).

ה ע ר ץ: דאָס איז יאָ גאָט די נשמה און דעם הונט דעם לונג און לעבער! (מאַכט אַ מאָדנע גרימאַסע, נעמט זיך אַן אַרבעט). בילבולים גאָר !!!

ד נ י א ל: (שטרענג). זאָל זײַן שטיל! (צו ליזאַן). אײַנגעפּאַקעװעט באַ דיר די זאַכן? (עפֿנט אױף דאָס טישקעסטל). נאַ, אָט האָסטו נאָך אַ פֿופֿציקער… אַף הוצאָות װעסטו באַקומען אַ חוץ… איך װעל שױן זען… אומגליקלעכע באַשעפֿענישן װאָס איר זײַט! פֿאַרבלאָנדזשעטע שעפֿעלעך, גאָטס בהמהלעך, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (ליזאַ װײנט, װיל גײן, ער האַלט זי אָפּ). האָב צײַט. איך װעל דיר געבן אַ קװיטל, אַ בריװ װעל איך דיר געבן. (װיל שרײַבן. קומט צו ריקל).

ר י ק ל: (לױפֿט צו צו דניאלן מיטן לעפֿל אין האַנט). איר װײסט דאָך, אַז איך האָב פֿײַנט מיך מישן אין פֿרעמדע געשעפֿטן. נאָר זי האָט איצט אַ געלעגנהײט זיך באַװאָרענען מיט נדן. אַ כּשר בהמהלע, איר זעט דאָך…

ד נ י א ל: (שטרענג, קוקט דורך די ברילן). װער פֿרעגט באַ אײַך עצות? אײַער אַרבעט איז באַם אױװן! גרײט נאָר צום טיש נאָך אַף דרײַ פּאַרשױן. דאָ קומט באַלד אַראָפּ דער מאַדאַמס קרובֿים, אָרעמע קרובֿים, דאָרף מען זײ געבן עסן אין קיך מיט די „מענטשן“.

ה ע ר ץ: אַ גליק כאָטש, װאָס ניט מיט די הינט… (רב ס ע נ ־ ד ע ר, י ו כ בֿ ד און ר ע װ ע ט ש ק ע לאָזן זיך אַראָפּ אַלע דרײַ, טוען זיך אױס. רב סענדער װיקלט זיך אױף פֿון די שאַלן, און מע דערזעט אַ באַװאַקסן פּנים. ריקל און הערץ באַטראַכטן אים, װי אַ װילדע חיה).

ר י ק ל: װאָס איז דאָס? (װײַזט מיט די אױגן אַף די געסט).

ה ע ר ץ: זאָל מיך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע! קײן עין־הרע, אַ גערעט אַפֿן פּנים, גוט באַװאַקסן…

ד נ י א ל: (צו די געסט). זעצט זיך אַװעק אָט דאָ באַם טיש, װעט מען אײַך געבן עסן… ריקל! גיט עסן! (רב סענדער װאַשט זיך, מאַכט המוציא הױך אַף אַ קול. הערץ ענטפֿערט „אָמן יהא שמיה רבה“… ריקל לאַכט אין פֿױסט. ― מאַדאַם ג אָ ל ד קומט אַרײַן באַלד נאָך זײ. בשעת די מאַדאַם גאָלד באַװײַזט זיך, װערט אַן איבערקערעניש אין קיך: ריקל טוט זיך אַ װאָרף צוס אױװן. הערץ כאַפּט זיך צו די טעלער, קלאַפּט מיט די גאָפּלען, װאַרפֿט מיט די לעפֿלען. ליזאַ האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿונעם רױטן קעסטל, האָט זיך אַרױסגעגליטשט פֿון קיך אין דרױסן אַרױס. דניאל האָט אַראָפּגעװאָרפֿן די ברילן, אױפֿגעשטאַנען, געװאָרן מיט אַ קאָפּ קלענער. רב סענדער האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס עסן). מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: (אַף די אונטערשטע טרעפּ, אַ ביסל העכער פֿונעם באָדן). ריקל! װעסט זײ געבן עסן און צו גלעזלעך טײ. (צו יוכבֿד). איך האָב גאָר פֿאַרגעסן פֿרעגן, װיִאַזױ הײסט זי, אײַער טאָכטער?

י ו כ בֿ ד: ריװע.

ר ב ס ע נ ד ע ר: רבֿקה הײסט דאָס.

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: ריװע? רבֿקה? ניט שײן!… רעװעקע, רעװעטשקע ― זאָל זי הײסן רעװעטשקע.

י ו כ בֿ ד: איר װילט רעװעטשקע, זאָל זײַן רעװעטשקע! װער קאָן אײַך זאָגן אַ דעה? זי איז דאָך אײַערע…

ר ב ס ע נ ד ע ר: מײַנע װערטער. אַבי ס'זאָל איר זײַן גוט און קײן זאַך ניט פֿעלן. לא המדרש עיקר, אלא המעשׂה.

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: דאָס װענדט זיך אָן איר. װעט זי זײַן גוט, װעט איר זײַן גוט; װעט זי זײַן שלעכט, װעט איר זײַן שלעכט.

ד נ י א ל: (כאַפּט אונטער). װעט זי דינען גוט, װעט איר זײַן גוט; װעט זי דינען שלעכט, װעט איר זײַן שלעכט.(טוט אַ װוּנק צו הערצן און צו ריקלען).

ה ע ר ץ און ר י ק ל: (בײדע אינאײנעם). װעט זי דינען גוט, װעט איר זײַן גוט; װעט זי דינען שלעכט, װעט איר זײַן שלעכט.

ה ע ר ץ: (באַזונדער, אַף אַ זײַט). אַזאַ יאָר אַף זײ!

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: מײַנע מענטשן האָבן זיך נאָך קײנמאָל אַף מיר ניט באַקלאָגט.

ד נ י א ל: אונדזערע מענטשן האָבן זיך נאָך קײנמאָל ניט באַקלאָגט! (װינקט צו הערצן און צו ריקלען).

ה ע ר ץ און ר י ק ל: (בײדע אינאײנעם). קײנמאָל ניט באַקלאָגט זיך נאָך.

ה ע ר ץ: (באַזונדער אַף אַ זײַט). אַזױפֿיל מכּות זײ!

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: באַ מיר, עס קומט אונטער אַ יום־טובֿ, אַן אימענינעס, נעם איך אָן אַלע מענטשן מתּנות.

ד נ י א ל: דאָ באַקומען אַלע מענטשן מתּנות! (װינקט צו הערצן און צו ריקלען).

ה ע ר ץ און ר י ק ל: מיר באַקומען אַלעמאָל מתּנות!

ה ע ר ץ: (באַזונדער אַף אַ זײַט). ניט מער זאָלן זײ פֿאַרמאָגן!

ר ע װ ע ט ש ק ע: צו װאָס מתּנות? מתּנות איז ניט נײטיק…

י ו כ בֿ ד: (צו דער טאָכטער, מיט אַ צי באַם אַרבל). ריװעלע, װאָס טוסטו? דו דאַרפֿסט שװײַגן!

ר ב ס ע נ ד ע ר: מײַנע װערטער. יפֿה שתּיקה…

ה ע ר ץ: (אַף אַ זײַט). דער ייִד רעדט, אַפּנים, תּרגום־לשון…

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: און דאָס, װאָס זי קאָן שרײַבן, איז זײער גוט. עס מאַכט זיך אַמאָל, מע דאַרף פֿאַרשרײַבן דאָס גרעט פֿון דעם בױדעם, װאָרעם מע טראָגט, מע שלעפּט, מע גנבֿעט.

ד נ י א ל: מע גנבֿעט! (װינקט צו הערצן און צו ריקלען).

ה ע ר ץ און ר י ק ל: נאָך אַ מין גנבֿענען!

ה ע ר ץ: (באַזונדער אַף אַ זײַט). אַז אָך און װײ איז צו די גנבֿים!

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: (צו רעװעטשקען). עס אָפּ און נעם זיך צו דער אַרבעט. (צו דניאלן). דניאל! זאָלסט אַכטונג געבן צו די פֿערד, צי מען גיט זײ האָבער, צי מע שרײַבט גלאַט אַזױ אַ גוט יאָר. זײ האָבן זײער ליב שרײַבן חשבונות… (מאַדאַם גאָלד אָפּ. נאָך דער מאַדאַמס אָפּגאַנג װערט אַן אַנדערע שטימונג: דניאל טוט אָן די ברילן, װערט מיט אַ קאָפּ העכער, זעצט זיך אַװעק אין זײַן גרױסן שטול, שרײַבט. ריקל גיט אױף צום טיש. די געסט עסן. הערץ עסט מיט זײ. עס הערט זיך פֿון אױבן אַ קול: „דניאל“ ! „דניאל“ !…)

ד נ י א ל: (װאַרפֿט אַראָפּ די ברילן, װערט מיט אַ קאָפּ קלענער, פֿאַרשפּיליעט זיך, גײט אַף די טרעפּ). באַלד! באַלד! איך גײ! איך גײ! (דניאל אָפּ).

ר י ק ל: (דערלאַנגט צום טיש). עסט, מײַנע ליבע געסט!

י ו כ בֿ ד: װער איז דער בײזער ייִד, אָט דער, װאָס מע רופֿט אים דניאל? אָט איז ער גרױס און אָט איז ער קלײן…

ה ע ר ץ: דאָס איז אונדזער חצי באַלעבאָס.

ר ב ס ע נ ד ע ר: (לײגט אַװעק דעם לעפֿל). חצי װאָס?

ר י ק ל: דאָס איז אונדזער עקאָנאָם; ער האָט צו שאַפֿן אַף אַלע „מענטשן“. דורך זײַן האַנט נעמען מיר װאָס אונדז קומט… זײַט איר הײסט דאָס, טאַקע נאָענטע קרובֿים מיט אונדזערע באַלעבאַטים?

י ו כ בֿ ד: ניט שטאַרק נאָענט. נאָר מיר געהערט זיך אָן שטיקלעך פֿרײַנטלעך.

ד ב ס ע נ ד ע ר: שני שבשלישים. איר װילט װיסן, װיִאַזױ? (לײגט אַװעק דעם לעפֿל). אָט װעל איך אײַך אױסרעכענען.

ה ע ר ץ: מהכתּיתי, רעכנט אונדז אױס, ס'איז כּדאַי צו װיסן. (עסט). אַ מענטש דאַרף אַלצדינג װיסן װאָס אַף דער װעלט טוט זיך. (עסט.)

ר ב ס ע נ ד ע ר: מײַן פֿעטער, דאָס הײסט אונדזער בײדנס פֿעטער, מחמת איך מיט מײַן װײַב זײַנען אױך אײגענע געשװעסטערקינדלעך, ― האָבן זיך אָנגעקערט מיט אײַער מאַדאַמס מומע שװעסטער און ברודער. הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן? (נעמט זיך צום עסן).

י ו כ בֿ ד: פּונקט קאַפּױר! (לײגט אָפּ דעם לעפֿל). אונדזער מומע מיט אײַער מאַדאַמס פֿעטער זײַנען געװען שװעסטער און ברודער.

ר ב ס ע נ ד ע ר: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל). מײַנע װערטער! װיִאַזױ האָב איך דען געזאָגט?

ח ע ר ץ: (צו יוכבֿדן). װיִאַזױ האָבן זײ דען געזאָגט? (עסט).

י ו כ בֿ ד: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל). דו האָסט געזאָגט, אַז אונדזער פֿעטער מיט איר מומע…

ר ב ס ע נ ד ע ר: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל, װערט אין כּעס). איך האָב געזאָגט? װי האָב איך געקענט אַזעלכעס זאָגן?

ה ע ר ץ: (צו יוכבֿדן). װי האָבן זײ געקאָנט אַזעלכעס זאָגן? (עסט).

י ו כ בֿ ד: (לײגט אָפּ דעם לעפֿל, רעדט צו דער טאָכטער). נו? האָט ער ניט געזאָגט אַזױ? זאָג שױן דו, ריװעלע, װאָס שװײַגסטו?

ר ע װ ע ט ש ק ע: װאָס איז דער אונטערשײד, אַזױ געזאָגט, אָדער אַזױ געזאָגט? עסט בעסער, איר האָט שױן אַ מעת־לעת ניט געגעסן…

ה ע ר ץ: (צו רב סענדערן). אײַער טאָכטער איז גערעכט, לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר! פֿאַרן עסן, זאָגט מען, גײט קײן טאַנץ ניט… הכּלל. זײַט איר, הײסט דאָס, אײגענע. װאָס־זשע? זײ האָבן אײַך טאַקע געשריבן, איר זאָלט קומען צו פֿאָרן?

ר ב ס ע נ ד ע ר: חס ושלום! מיר זײַנען אַלײן געקומען צו פֿאָרן, געבראַכט אַהער די טאָכטער זוכן אַן אָרט. דערװײַל האָבן מיר זיך דערמאָנט, אַז מיר האָבן דאָ רײַכע קרובֿים, זײַנען מיר געקומען צו גײן. תּחילת האָבן זײ אונדז אַפֿילו ניט דערקענט…

י ו כ בֿ ד: פֿון װאַנען זאָלן זײ אונדז קענען? יענע זײַנען, קײן עין־הרע, אַזױ רײַך! מיליאָנטשיקעס! (עס הערט זיך אַ קלינגען פֿון אױבן).

ה ע ר ץ: דאָס מײנט מען מיך! זײ לאָזן דען אָפּעסן? (עסט גײענדיק). אַזױ װי אַ הונט מוז מען כאַפּן און װערגן זיך, דערװאַרגן זאָלן זײ װערן! (אָפּ).

ר י ק ל: (צו יוכבֿד). קומט דאָך אױס, אַז איר זײַט טאַקע עפּעס גאָר…

י ו כ בֿ ד: װאָס דען האָט איר געמײנט? אונדזער משפּחה זײַנען לױטער באַלעבאַטים. אונדזער משפּחה…

ר ע װ ע ט ש ק ע: װאָס דאַרפֿן זײ װיסן די משפּחה? דו טוסט מיט מיר אַ שידוך?

י ו כ בֿ ד: װאָס דען? זײ דאַרפֿן װיסן אַלצדינג. זאָלן זײ ניט מײנען, אַז דו ביסט גלאַט אַזױ אַ „מענטש“, גלײַך מיט אַלע „מענטשן“.

ר ע װ ע ט ש ק ע: מאַמע! ס'איז נאָר שװער ביז מע פּועלט באַ זיך צו זײַן באַ יענעם; נאָר קױם האָב איך מיך געשטעלט, בין איך גלײַך מיט אַלע… (אָפּגעגעסן. נעמט זיך צו אַן אַרבעט, װאַשט און װישט די טעלער).

ר ב ס ע נ ד ע ר: (בענטשט מיט אַ ניגון, מאַכט מיטן קאָפּ). או־הום… אמת, אמת… „על האָרץ ועל המזון… רחם נאָ…” (שאָקלט זיך).

ל י ז אַ: (קומט פֿון דרױסן, ברעכט די הענט, גײט צו צום רױטן קעסטל, זעצט זיך אַװעק, שפּאַרט אָן דעם קאָפּ אַף דער האַנט)

ר ע װ ע ט ש ק ע: װער איז אָט דאָס מײדל?

ר י ק ל: דאָס איז אונדזער געװעזענע פּאָקאָיאָװע… הײַנט ערשט האָט מען זי אָפּגעזאָגט…

ר ע װ ע ט ש ק ע: פֿאַרװאָס?

י ו כ בֿ ד: אַ נאָװינע װאָס מען שאַפֿט אָפּ אַ „מענטשן“! זײ נעמען צו, זײ שאַפֿן אָפּ.

ר ב ס ע נ ד ע ר : (האַלט אין מיטן בענטשן). או־הום… או־הום… כּחומר ביד היוצר… „הר־המן…”

ר י ק ל: (צו יוכבֿדן). װאָס זאָגט אײַער מאַן?

י ו כ בֿ ד: (צו ריקלען). איר װעט ניט פֿאַרשטײן. ס'איז פֿון דער גמרא. (דניאל קומט אָן פֿון אױבן).

ד נ י א ל: (גײט אַרום הין און צוריק אַ מינוט אָן װערטער. שטעלט זיך אַװעק אַקעגן ליזאַן. רעדט שטיל). אומגליקלעכע װאָס דו ביסט!…זאָלסט מיר געװען זאָגן פֿריִער כאָטש, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!… קום אַהער!… (ליזאַ גײט צו. ער זעצט זיך צוריק צום בריװ). אָט דאָ האָסטו איר אַדרעס… אַהין זאָלסטו צופֿאָרן… װעסט לאָזן גריסן פֿון מיר. װעסט זאָגן, איך װעל דאָרט זײַן אפֿשר הײַנט נאָך, אױב איך װעל קאָנען, אַניט ― איז מאָרגן… אומגליקלעכע װאָס איר זײַט… (ליזאַ גײט צום רױטן קעסטל, עפֿנט אױף, זוכט עפּעס און פֿאַרשליסט צוריק).

ר ב ס ע נ ד ע ר: (האָט אָפּגעבענטשט, שטײט אױף פֿון טיש, װישט זיך אָפּ די הענט אָן דער קאַפּאָטע, גײט צו צו דניאלן). נאַט אײַך אָפּ שלום־עליכם. איך האָב געהערט, איר זײַט דאָ דער צװײטער באַלעבאָס…

ד נ י א ל: (טוט אָן די ברילן, װערט מיט אַ קאָפּ העכער). װאָס װעט איר זאָגן?

ר ב ס ע נ ד ע ר: גאָרניט. איך האָב אײַך נאָר געװאָלט בעטן, איר זאָלט אַכטונג געבן אַף אונדזער קינד, השגחה געבן.

ד נ י א ל: אַכטונג געבן? השגחה געבן? (קוקט אַף איר און אַף ליזאַן). אַכטונג געבן אַף אײַער קינד? (זיפֿצט). יאָ־אָ־אָ! אַכטונג געבן, אַכטונג געבן.

י ו כ בֿ ד: זי איז באַ אונדז טײַער… זי איז חלילה ניט קײן בת־יחידה, נאָר זי איז די עלטערע באַ אונדז און סאַמע די געראָטענע… איך בעט אײַך, גיט אַכטונג…

ר ע װ ע ט ש ק ע: אַף מיר דאַרף מען ניט אַכטונג געבן; איך קאָן, ברוך השם, מײַן שטעטל אַלײן באַשטײן…

י ו כ בֿ ד: (צו דער טאָכטער). נאַרעלע װי דו ביסט! (צו דניאלן). איר פֿאַרשטײט… אַ שײן מײדל אין דער פֿרעמד…

ד נ י א ל: אַ שײן מײדל אין דער פֿרעמד… (קוקט אַף איר און אַף ליזאַן). דאָס איז דװקא פֿון די קלײנע מעלות…

ר ע װ ע ט ש ק ע: מאַמע! דאגה ניט פֿאַר מיר. קײנער װעט מיך ניט אױסכאַפּן. איך בין ניט אַלט קײן צען יאָר…

י ו כ בֿ ד: (צו ריקלען). װאָס זאָגט איר אַף איר? קײן עין־הרע, אַ בר־דעת! (צום מאַן). סענדער, טו דיך אָן, מיר דאַרפֿן פֿאָרן. (צו דער טאָכטער). זײַ געזונט, ריװעלע, שאַנעװע דיך, װעט דיר זײַן, אם ירצה השם, גוט, בעסער װי אינדערהײם.

ר ב ס ע נ ד ע ר: מײַנע װערטער: הכּל תּלױ במזל… (צו דניאלן) זײַט געזונט, רב דניאל, און גיט השגחה אַף מײַן קינד. (זיפֿצט).

ד נ י א ל: געבן השגחה אַף אײַער קינד… יאָ־אָ־אָ! געבן אַכטונג אַף אײַער קינד. (רעװעטשקע באַגלײט איר פֿאָטער און מוטער ביז אַף יענער זײַט טיר, קומט צוריק און נעמט זיך װידער צו דער אַרבעט. ― רב סענדער און יוכבֿד אָפּ. ― פֿון אױבן, פֿון די טרעפּ, קומט אָן הערץ).

ה ע ר ץ: די מאַדאַם האָט געהײסן שפּאַנען אַ װאָגן און אַרױסבאַגלײטן אונדזער ליזאַן מיט כּבֿוד. (נעמט זיך צום רױטן קעסטל. צו דניאלן). און אײַך האָט מען געלאָזט בעטן מחילה אַרױף. נאַטאַן מאָיסעיעװיטש װיל אײַך זען װעגן די פֿערד.

ד נ י א ל: װידער פֿערד! ער האָט מיך שױן פֿאַרמוטשעט מיט די פֿערד! אַ פֿערד איז באַ זײ טײַערער פֿון אַ מענטשן! )(לאָזט זיך גײן). פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (דניאל אָפּ).

ה ע ר ץ: כאַ־כאַ־כאַ! דעם ערגסטן הונט קומט אָן דער בעסטער ביסן… (צו ליזאַן). מיך האָסטו ניט געװאָלט פֿאַר קײן חתן, נײן? שטײט דיר ניט אָן דער יחוס! דערפֿאַר, װײַל איך בין אַ „מענטש“? אַװדאי איז אַ באַלעבאָס בעסער פֿון אַ „מענטשן“. נאָר אַז די „מענטשן“ װעלן אָנהײבן חתונה האָבן פֿאַר די באַלעבאַטים, און די באַלעבאַטים פֿאַר די „מענטשן“, הײַנט װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט דעמאָלט האָבן די װעלט?

ר י ק ל: (צו הערצן). טאָמער װאָלסטו שױן אײַנגענומען אַ ביסל שטומעניש, דו משומד אײנער? אַ מענטש איז נעבעך אַזױ אומגליקלעך, קומט ער צו גײן מיט אַ מענה לשון!

ל י ז אַ: (פֿאַלט צו מיט אַ געװײן צו ריקלען). מאַמע מײַנע טײַערע!

ר ע װ ע ט ש ק ע: (צו הערצן). װאָס װײנט זי?

ה ע ר ץ: זי האָט זיך דערמאָנט אַ װײנענדיקס.

ר ע װ ע ט ש ק ע: (צו ריקלען). װאָס װײנט זי?

ר י ק ל: ס'איז איר אָנגעזאָליעט אַפֿן האַרצן, װײנט זי.

ר ע װ ע ט ש ק ע: (גײט צו צו ליזאַן). װאָס איז אײַך? (ברעכט די הענט). זאָגט מיר…

ל י ז אַ: (ברעכט די הענט). אױ, זאָל אײַך גאָט היטן… איר זאָלט ניט װיסן דאָס, װאָס איך!… (קוקט אַרױף אַף די טרעפּ אַ װײַלע, מיט טרערן פֿולע אױגן, פֿאַלט צו ריקלען אַף די הענט, װײנט װי אַ קינד. זײַט געזונט, מאַמע מײַנע געטרײַע!… איר זײַט מיר געװען אַ מאַמע!..

ר י ק ל: (גלעט ליזאַן איבערן קאָפּ). נו, גענוג, גענוג װײנען, קינד! ס'אַ גאָטס זאַך, אַ גאָטס זאַך… פֿאָר געזונט. זאָל דיר גאָט באַגליקן, װי דו װינטשט זיך אַלײן… אַװדאי, װען דו זאָלסט מיר פֿאָלגן!… פֿאָר געזונט!… (קאָן ניט רײדן מער. באַהאַלט דאָס פּנים אין פֿאַרטעך. עס הערט זיך אַ צוגעפֿאָרענע פֿור. הערץ טוט אַ כאַפּ דאָס רױטע קעסטל אַף די פּלײצעס. אַף זײַנע אױגן שטײען טרערן. ער מאַכט זיך פֿרײלעך).

ה ע ר ץ: דאָס קעסטל איז, קײן עין־הרע, גוט געפּאַקט. אַפּנים, קײנמאָל ניט געקרענקט… (טראָגט דאָס אַרױס פֿון דער טיר. ליזאַ גײט נאָך מיט אַ געװײן, ברעכט די הענט, קוקט צום לעצטן מאָל אַרױף, אַף די טרעפּ. ריקל װײנט אין פֿאַרטעך. רעװעטשקע באַטראַכט אַלעמען, הערט ניט אױף צו אַרבעטן).

ר י ק ל: (צו זיך אַלײן). אָט־אַזױ־אָ באַגײט מען זיך מיט אַ „מענטשן“. אַ „מענטש“ און אַ הונט איז באַ זײ אַלץ אײן שװאַרץ יאָר… אַ מצװה אַף איר ― אַלײן שולדיק… אַ „מענטש“ דאַרף געדענקען, אַז ער איז ניט מער װי אַ „מענטש“!… (צו רעװעטשקען). הערסטו מײדל? אַז דו װעסט זײַן דאָרטן (װײַזט איר אַרױף, אַף די טרעפּ), זאָלסטו אין זינען האָבן, אַז דו ביסט אַ „מענטש“, און אַז דײַן אָרט איז אָט־אָ־דאָ…

ה ע ר ץ: (קומט צוריק פֿון דרױסן מיט רױטע אױגן). װינציקער באַ אונדז מיט אַ „מענטשן“… (צו ריקלען). מיך פֿאַרדריסט נאָר אײן זאַך: גענוג זײ זינדיקן, לײגן זײ נאָך אַרױף די באָד אַף יענעם…

ר ע װ ע ט ש ק ע: אָט דאָס מײדל האָט עפּעס געזינדיקט? מע האָט זי געכאַפּט מיט אַ גנבֿה? (ריקל און הערץ שיסן אױס בײדע אין אַ געלעכטער).

ר י ק ל: (צו רעװעטשקען). ביסט נאָך גאָר אַ ציגעלע, װי איך זע אַרױס!

ח ע ר ץ: אַ תּמעװאַטע מײדל. אַ װױל מײדל, װי איך בין אַ מענטש! איך האָב ליב אַזעלכע מײדלעך!… (װיל געבן רעװעטשקען אַ גלעט אין בעקל. ריקל גיט אים איבער די הענט).

ר י ק ל: אָן הענט! ביסט ניט נאַטאַן מאָיסעיעװיטש…

ה ע ר ץ: גערעכט! זײ (װײַזט אַרױס) מעגן אַלצדינג, מיר טאָרן ניט.

ר י ק ל: זײ זײַנען באַלעבאַטים, מיר זײַנען מענטשן“…

ה ע ר ץ: הערט איר, ריקל־סערצע? איך האָב שױן אַ צײַט ניס געהאַלטן די כּלי. די פֿינגער זײַנען מיר שױן פֿאַרקליאַקנעט, צו אַלדי שװאַרצע יאָר! מע דאַרף אַרױסנעמען דעם אינסטרומענט. (נעמט אַרױס פֿון אונטערן בעט די גיטאַרע). ס'איז פּאַסקודנע אַפֿן האַרצן, דאַרף מען צעטרײַבן אַ ביסל די מחשבֿות… שפּילן אַ פֿרײלעכס… װאָס זאָל איך אײַך שפּילן? (שטעלט אָן די גיטאַרע). מיך אַז מע הערט שפּילן, װערט מען די כּפּרה!… (קוקט אַף רעװעטשקען און װינקט אַף איר מיט די אױגן). איך װאָלט אַ בעלן געװען, אַז אַלע שײנע מײדלעך מיט אַלע שײנע װײַבלעך זאָלן מיך הערן… ריקל־קרױן! װאָס זאָל איך אײַך זינגען אַזעלכעס, ס'זאָל אײַך נעמען?

ר י ק ל: נעמען זאָל דיך שױן ― װײסטו װער? זינג אונדז אַ ייִדיש לידל ― און אַ סוף.

ה ע ר ץ: אַ ייִדיש װילט איר? װעל איך אײַך זינגען יקום פּורקן! (שפּילט און זינגט אַ פֿרײלעכס, קלאַפּט מיטן פֿוס און מאַכט מיטן קאָפּ). יקום פּורקן ― חײם, שמעיה, חנא וחסדא! בערל איז דאָ? דאָ ― דאָ ― דאָ! שמערל איז דאָ? דאָ ― דאָ ― דאָ! אױ־װײ, בערל, אױ־זשע, שמערל! בערל, שמערל, חײם, שמעיה, חנא וחסדא, ― דאָ ― דאָ ― דאָ! יאָקל איז דאָ? טאָדרעס איז דאָ? דאָ ― דאָ ― דאָ! אױ־װײ, בערל! אױ־זשע, שמערל! אױ־זשע, יאָקל! אױ־זשע, טאָדרעס! בערל, שמערל, חײם, שמעיה, יאָקל, טאָדרעס, חנא וחסדא!… געצל איז דאָ? דאָ ― דאָ ― דאָ! פֿײַװל איז דאָ? דאָ ― דאָ ― דאָ! אױ־װײ, בערל! אױ־זשע, שמערל!…

(װאָס װײַטער װערט דאָס שפּילן אַלץ שטאַרקער און פֿרײלעכער. הערץ קאָכט זיך, ריקל און רעװעטשקע קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער, באַמערקן ניט, אַז פֿון דער דרױסן־טיר איז אַרײַנגעקומען ריקלס מאַן ― פֿ י ש ל).

פֿ י ש ל: (קומט אָן מיט שטילע טריט, שטײט און הערט, װי הערץ קאָכט זיך אינעם לידל און װי ריקל מיט רעװעטשקען לאַכן, טוט אַ הוסט). קײן עין־הרע, באַ אײַך פֿרײלעך! גוט יום־טובֿ אײַך!

ח ע ר ץ: גוט יאָר. ניטאָ װאָס צו טאָן, שפּילט מען אַ ביסל אַפֿן אינסטרומענט.

פֿ י ש ל: (אױפֿגעבראַכט). ניטאָ װאָס צו טאָן, שלאָגט מען זיך קאָפּ אָן װאַנט! (צום װײַב). פֿרעגט גאָר ניט אַפֿן קינד, װאָס סע מאַכט? אַבי ס'איז דאַנקען גאָט, דאָ אַ גיטאַרע, און אָט דער פּוסטעקראַט ברעמזעט אַף איר!

ר י ק ל: זע נאָר, זעץ דיך אַװעק פֿריִער, רו זיך אָפּ. (הערץ טראָגט אים אונטער אַ בענקל).

פֿ י ש ל: (קוקט אַף הערצן, װי אַ גזלן, װיל זיך ניט זעצן אַף דעם בענקל, װאָס הערץ האָט אים אונטערגעטראָגן, טוט דאָס אַ װאָרף אָפּ. נעמט זיך אַן אַנדער בענקל, זעצט זיך אַװעק). זאָג מיר נאָר, דו פּיפּערנאָטער, דו שמינדער בגעץ, דו גרינער אַגרעס, דו פֿױלע קיסליצע! װאָס ביסטו מיר אַ רב שמעלקע מיט מײַן װײַב, װאָס דו אונטערהאַלטסט זי מיט לידלעך און מיט אינסטרומענטן?

ה ע ר ץ: ערשטנס, אונטערהאַלט איך ניט נאָר אײַער װײַב אַלײן. צופֿיל כּבֿוד פֿאַר איר. און צװײטנס, דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן, אַז מע

איז באַ יענעם אַ ,,מענטש“, איז ניטאָ קײן מאַן, ניטאָ קײן װײַב, ניטאָ קײן שװעסטער, ניטאָ קײן ברודער.

פֿ י ש ל: אַזױ גאָר? הפֿקר ציבעלעס?

ה ע ר ץ: װאָס דען? הוליע קבצן! ס'איז הײַנט אַ פֿרײַע װעלט!

ר י ק ל: (צום מאַן). װײס איך, װאָס ער װעט דיר דערצײלן, אָט דער חושים!

פֿ י ש ל: (אױסער זיך). װאָס פֿאָר אַ חושים איז ער? ער איז ניט קײן חושים; ער איז אָן אױסגעלאָזענער יונג, אַ הולטײַ, אַ שמדילניק, אָ כּל־בוניק מיט אױסגעדרײטע װאָנצעס, װאָס פֿאַרדרײט דעם קאָפּ פֿרעמדע װײַבלעך מיט נאַרישע מײדלעך!

ה ע ר ץ: זעט נאָר! איך בין שולדיק, אַז אַלע מײדלעך מיט אַלע װײַבלעך זײַנען נאָך מיר די כּפּרה!

ר י ק ל: די כּפּרה מעגסטו שױן זײַן פֿאַר אַלע ייִדן! שלים־מזל!

ח ע ר ץ: סע טוט זיך אַ ביסל! למאַי דאָרטן? (װײַזט מיט די אױגן אַרױף). װאָס איך זע מיך דאָרטן אָן ― טאַטעניו! ניטאָ קײן מאַן, ניטאָ קײן װײַב, מײַנס און דײַנס ― שותּפֿותדיקס… װאָס דאַרפֿט איר מער ― איך האָב אַלײן געזען, װי אונדזער מחותּן האָט אַרומגענומען די מאַדאַם אָט אַזױ אָ, אָט װעל איך אײַך װײַזן… (ציט אױס די הענט צו ריקלען).

ר י ק ל: (טוט אים אַ שלײַדער אָפּ פֿון זיך). מיטן קאָפּ אין דער ערד! (דניאל קומט אָן פֿון אױבן).

ד נ י א ל: (כאַפּט אָן הערצן פֿאַרן קאָלנער פֿון הינטן). אָט װעל איך דיר געבן אַ נעם אַרום, װעט דיר װערן פֿינצטער אין די אױגן! גײ אַרױף, מע רופֿט דיך, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן!

ה ע ר ץ: אָטאָ גײ איך. (צו פֿישלען). זײַט געזונט, האָט אַ גוטן יאַריד!

פֿ י ש ל: (צו הערצן פֿון דער װײַטן). מיטן קאָפּ אין דער ערד! ברעך דיך אױס אַ פֿוס, אָדער אַהינצו אָדער צוריקװעגס! (הערץ אָפּ).

ד נ י א ל: (לײגט אױס אַפֿן טיש געלט אין עטלעכע קופּקעלעך. רעדט צו פֿישלען). איר דאַרפֿט ניט זײַן אַזױ דאָסיק פֿון דעם משוגענעם לץ. זײַנע װערטער האָבן אַ ממשות, ,פּונקט אַזױ װי דער הונט בילט. (עפֿנט אױף דאָס טישקעסטל, נעסט אַרױס די ביכער).

פֿ י ש ל: נײן. איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? באַ זײ אַ „ מענטש ” האָט דען אַ װערט פֿון אַ מענטשן? מע איז פֿאַרקױפֿט צו זײ. מע װײס ניט פֿון קײן שבת, פֿון קײן יום־טובֿ. מע קוקט ניט אָן קײן װײַב, קײן קינד. און טאָמער מאַכט זיך, מע כאַפּט זיך אַרױס אײן מאָל אין אַ יובֿל, מע קומט צו גײן ― טרעפֿט מען אים, אָט דעם שאַרלאַטאַן, ברעמזען אַפֿן צימבל, און זײ שטײען, די טעלעצעס, און קוקן אַף זײַן בײז װוּ־דער!… ד ג י א ל: נאַרישקײטן! (צײלט געלט און װאַרפֿט אַף בײנדלעך). נאַרישקײטן!…

ר י ק ל: (צו דניאלן). נו, זאָגט שױן איר אַלײן!

פֿ י ש ל: (צו דניאלן). באַ אײַך איז דאָס נאַרישקײטן, און באַ מיר איז דאָס אַ װײטיק מיט אַ פֿאַרדראָס! מע מעג טאַקע זײַן באַ יענעם אַ „ מענטש “, אָבער אַ מענטש איז מען דאָך, און אַ מענטש האָט אַ גאַל מיט אַן אַמביציע! (שלאָגט זיך אין האַרצן).

ד נ י א ל: װאָסער אַמביציע? (װאַרפֿט אַף בײנדלעך). אַמבי־ ציע!… אַ מענטש מיט אַמביציעס! װי קומט צו אַ „ מענטשן ” אַמביציעס?

ר י ק ל: (צו דניאלן). זאָגט שױן איר אַלײן טאַקע, אַמביציע גאָר!

פֿ י ש ל: אַװדאי אַמביציע! מע איז טאַקע ניט מער װי אַ ,, מענטש “ באַ יענעם, אַ „ מענטש “ האָט אָבער אױך אַ נשמה! אַ גאַנצע װאָך איז מען אײַנגעשפּאַנט, װי אַז אײזל, און טאָמער מאַכט זיך אײן מאָל אין אַ דאָנערשטיק אַ האַלבע שעה, אַז מע כאַפּט זיך אַמאָל אַרױס זען זיך מיטן קינד, צי מיטן װײַב, טרעפֿט מען זיך דער שװאַרץ יאָר װײס מיט װעמען!… (װיקלט אױס פֿון אַ פּאַפּיר אַ שאַל, גיט ריקלען). נאַ, דאָס האָב איך דיר געקױפֿט אַ שאַל. קאָסט אַ דרײַערל. אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ!…

ר י ק ל: טאַקע? אױ, איך װעל דאָס אַװעקגעבן פֿײגעלען, זי גײט נעבעך נאַקעט… איך האָב זיך געזען מיט איר יענע װאָך אין מאַרק אַף אַ מינוט. װײַזט אױס, אַז קײן האָניק לעקט זי דאָרט ניט… אַז אָך און װײ צו די יאָרן, אַז מע איז אַלײן אַ „ מענטש “ באַ יענעם און מע דאַרף נאָך האַלטן אַ קינד הינטער די אױגן. מע איז פֿאַרקױפֿט. (נעמט זיך צוריק צו דער אַרבעט).

פֿ י ש ל: פֿאַרקױפֿט? פֿונדעסטװעגן װאָלסטו נאָך געקאָנט אױספֿירן, מאָלט אײַך, זיך זען מיט איר אַ ביסל אָפֿטער. האָסט קײן צײַט ניט גײן צו איר? דו שלאָפֿסט אין שלײער? קאָן זי קומען צו דיר. מע טאָר זיך ניט דערװײַטערן פֿון אַ קינד.

ר י ק ל: אָט זאָגט ער מיר מוסר. דערװײַטערן זיך פֿון אַ קינד. די מאַדאַם װיל ניט װיסן פֿון קײן קינדער. די מאַדאַם האָט פֿײַנט אַ „ מענטשן “, װאָס האָט קינדער. דאָס װײסטו, צי נײן?

פֿ י ש ל: זײ האָבן אַלע פֿײַנט! װאָלסט בעסער געזען אָפּגעבן זי אַהער, באַשטעלן פֿאַר אַ „ מענטשן “, זאָל זי זײַן מיט דיר…

ר י ק ל: דאָ? פֿאַר אַ „ מענטשן “ מיט מיר? אַ, ניט דערלעבן זאָל איך דאָס גאָר, רבונו של עולם! מײַן קינד װעל איך אַװעקגעבן צו אָט די װעלף, ס'זאָל פֿון איר װערן חלילה אַזאַ תּכלית, װי ס'איז געװאָרן פֿון פֿאַניטשקען, אָדער פֿון ליזאַן… (צום מאַן. זאָגט אים עפּעס אַפֿן אױער, ניט אַװעקלײגנדיק די אַרבעט).

פֿ י ש ל: (טוט אַ שפּרינג אָפּ). אַ כאָליערע! אַ מיתה משונה! זיבעצן כאָליערעס! אַכצן מיתה משונהס! (מיט די קולאַקעס אַרױף אַף

די טרעפּ). ס'זאָל אײַך אָנכאַפּן און ס'זאָל אײַך קײַקלען און אױסקײַקלען אײנציקװײַז, און ס'זאָל ניט בלײַבן פֿון אײַך קײן שׂריד ופּליט! ס'זאָל אַ רוח אין אײַער… (עס הערט דיך פֿון די טרעפּ אַראָפּ אַ פֿרױען־קול: „דניאל!” „דניאל?”).

ד נ י א ל: (װערט מיט אַ קאָפּ קלענער, שרײַט אַרױף). איך גײ! איך גײ! (אין אַ זײַט, גײענדיק אַרױף). אַראָפּ און אַרױף! אַראָפּ און אַרױף! פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (דניאל אָפּ).

פֿ י ש ל: אומעטום דאָס אײגענע!… (גלײַכט זיך אױס די בײנער, קלײַבט זיך גײן). דאָרט זוכט מען מיך שױן. מע שרײַט שױן: „פֿישל!“ פֿון אַלע זײַטן: „פֿישל! פֿישל!“ פֿישלען זאָל זיך זײ אין קאָפּ, רבונו של עולם! ס'זאָל זיך זײ אַזױ גלוסטן צו לעבן אַף דער װעלט, װי מיר גלוסט זיך אַװעקצוגײן פֿון דאַנען, כאָטש די גרױסע פֿאַרגעניגנס װאָס מע האָט, אַז מע קומט אַהער… (זיפֿצט). אָך־אָך־אָך! מילא, אַז מען איז „מענטשן“ באַ יענעם, דאַרף מען טאַקע אַזױ זײַן פֿאַרקױפֿט? אָפּגעריסן מאַן פֿון װײַב, מאַמע פֿון קינדער, שװעסטער פֿון ברידער… פֿע! אַ פּאַסקודנע װעלט! (צו רעװעטשקען). הערסטו, מײדל! ביסט דאָך אַ נײַע פּאָקאָיאָװע מסתּמא? דו װעסט דאָך אַמאָל חתונה האָבן? גאָט זאָל דיך היטן, זאָלסט זײַן נאָך דער חתונה אַ „מענטש“ באַ יענעם! דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברױט ― אַבי אַלײן. (צו ריקלען). און דו? מעגסט זײַן, נישקשה, אַ ביכעלע מער פֿונדערװײַטן מיט דעם מוזיקאַנט, װאָס האָט אַרױפֿגעדרײט די װאָנצעס אַרױף, װי עפּעס רעכטס… אַ גוטן! (פֿישל אָפּ).

ר י ק ל: (קוקט אים נאָך אַ װײַלע, צעלאַכט זיך). אָט װעל איך מיך גײן אַװעקזעצן קלאָגן אַף חורבן בית־המקדש, כאַ־כאַ־כאַ!

ר ע װ ע ט ש ק ע: (איבערראַשט). װאָס לאַכט איר?

ר י ק ל: װאָס זאָל איך װײנען?

ר ע װ ע ט ש ק ע: ער איז דען ניט גערעכט, אײַער מאַן?

ר י ק ל: װער זאָגט דען, אַז ער איז אומגערעכט?

ר ע װ ע ט ש ק ע: למאַי־זשע טוט איר אים אָן יסורים?

ר י ק ל: איר אים? װאָס טו איך אים? װאָס בין איר שולדיק, אַז מיר זײַנען בײדע פֿאַרקױפֿטע מענטשן? פֿריִער, מײדלװײַז, בין איך געװען אַלע יאָרן אַ „מענטש“ באַ יענעם. געקליבן, געקליבן נדן, חתונה געהאַט פֿאַר אים, געזען, ס'איז קײן תּכלית ניט, ער װעט זײַן באַ יענעם אַ „מענטש“, און איך װעל זיצן װי אַ פּריצה מיט צונױפֿגעלײגטע הענט, האָב איך מיך געשטעלט פֿאַר אַ „מענטשן“, און אַז מײַן פֿײגעלע איז אונטערגעװאַקסן, האָב איך זי אױך באַשטעלט פֿאַר אַ „מענטשן“…

ר ע װ ע ט ש ק ע: פֿאַר אַ „מענטשן“?

ר י ק ל: פֿאַר אַ „מענטשן“. מיר זײַנען „מענטשן“, און אונדזערע קינדער זײַנען „מענטשן“, און אונדזערע קינדס־קינדער, אַפּנים, װעלן אױך זײַן „ מענטשן“. שױן אַזױ באַשערט פֿון גאָט, מיר זאָלן זײַן „מענטשן“…

ר ע װ ע ט ש ק ע: באַשערט פֿון גאָט, מיר זאָלן זײַן „מענטשן“?

ר י ק ל: נו, יאָ. נעם, למשל, אָט דו אַלײן טאַקע. אָט ביסטו איצט אַ „מענטש“ באַ יענעם. װעסט אָנקלײַבן עטלעכע קערבלעך, װעסטו מסתּמא חתונה האָבן אױך פֿאַר אַ „מענטשן“?

ר ע װ ע ט ש ק ע: פֿ אַ ר װ ע מ ע ן זאָגט איר?

ר י ק ל: פֿאַר אַ „מענטשן“.

ר ע װ ע ט ש ק ע: פֿאַר װעמען דען האָט אַ מענטש חתונה? ניט פֿאַר קײן מענטשן?

ר י ק ל: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אױ, ייִדן! איז דאָס מײדל נאַריש ― קאָן בלײַבן אָן אַ בױך לאַכנדיק! (עס קומט אָן פֿון די טרעפּ הערץ מיט אַ פּאַק מלבושים).

ה ע ר ץ: דער אַראָפּ, דער אַרױף! דער אַרױף, דער אַראָפּ! איך האָב עס געכאַפּט פֿון איר אַ פּעטשאַטעק! דניאל האָט זיך אױך ניט גענאַרט פֿון איר! פֿריִער פֿון אים, דערנאָך פֿון איר… דער אַראָפּ, דער אַרױף! דער אַרױף, דער אַראָפּ! (נעמט זיך צו די מלבושים, שפּײַט אַפֿן בערשטל און בערשטלט). אַרױף און אַראָפּ! אַראָפּ און אַרױף!

ר י ק ל: װאָס קאָיעט דאָס מיט זײ הײַנט װי אַ קדחת!

ח ע ר ץ: (בערשטלט). װײס זײ דער רוח ― אַרױף און אַראָפּ! אַראָפּ און אַרױף! מע ריכט זיך אַף געסט. די קראַקאָװעצקיס דאַרפֿן באַלד זײַן. די מאַמע מיט דער טאָכטער. אַרױף און אַראָפּ! אַראָפּ און אַרױף! נאַטאַן מאָיסעיעװיטש האָט זיך אױסגעפּוצט װי אַ מױד. ס'איז אַ סבֿרה, אַז ס'װעט זײַן אַ שידוך. אַרױף און אַראָפּ.! אַראָפּ און אַרױף! (צו רע־װעטשקען). באַרישני, ביסט געבליבן אָן אַרבעט? עפּעס זיצסטו מיר, װי אַ מחותּנתטע אַף אַ פֿרעמדער חתונה? נשמה מײַנע, העלף מיר פּוצן די מלבושים, קעצעלע! (גיט איר דאָס בערשטל). אונדזער מאַדאַם האָט פֿײַנט, אַז מע זיצט, װי אַ פּריצה. זיצן, זאָגט זי, איז פּאָר אַ „מענטשן“ אומגעזונט. (ער טוט זי אַ קניפּ אין בעקל). בעקלעך, װי פּאַמפּעשקעס!

ר י ק ל: (גיט אים איבער די הענט). אַזאַס, דו משומד! מײנט ס'איז אים ליזאַ.

ה ע ר ץ: מע דאַרף זיך אײַנגעװױנען ביסלעכװײַז, אײדער זי װעט קומען אַרױף און אײדער אונדזער נאַטאַן מאָיסעיעװיטש װעט זיך מיט איר באַקענען… שאַט! אָן גײט פֿאַניטשקע! אַ גאַסט!… ריקל, צעװאַרפֿט דעם אױװן! (עס קומט אָן פֿ אַ נ י ט ש ק ע פֿון דרױסן, אַן אױסגעפּוצטע, אַן אָנגעפֿאַרבטע, פֿאַלט ריקלען אַפֿן האַלדז).

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: באָן זשור, מאַדאַם!

ר י ק ל: טו נאָר אַ קוק ― אַ גאַנצע פּריצה! פֿאַניטשקע! פֿאַרװאָס זעט מען דיך ניט? די גאַנצע צײַט מורא געהאַט זיך באַװײַזן? װוּ ביסטו אַצינד? װאָס מאַכסטו?

ה ע ר ץ: זע נאָר, אין אײן קלאַפּ, װי די עשׂרת בני המן! לאָזט איר איבערכאַפּן דעם אָטעם. (גיט איר די האַנט, טראָגט איר אונטער אַ בענקל).

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: (צו הערצן). מערסי, מאָסיע! (פֿאַרנײגט זיך צו אים).

ה ע ר ץ: דו רעדסט שױן אַף פֿראַנצײזיש?

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: כאַ־כאַ־כאַ! קײן אַנדער שפּראַך רײד איך ניט אַצינד, אַ חוץ פֿראַנצײזיש. באָן זשור, זשע װוּ פּרי, קעסקעסע דאָנײ מאָאַ, קעלקזשאָז אָרעװוּאַר ל'אָרזשאַן מאָסיע ― האַ? פֿאַרשטאַנען װאָס איך האָב דאָ געזאָגט?… איר קוקט אַף מיר און װוּנדערט זיך? בלאָטע! ס'איז שױן ניט די פֿאַניטשקע װאָס אַמאָל!… אַטאַנדע! פֿאַניטשקע איז שױן מער ניט קײן „ מענטש “ באַ יענעם! איך בין מיר אַלײן פֿאַר זיך אַ „ מענטש “!… װאָאַליאַ! (טוט אַ זעץ איבער דער קעשענע). כאַ־כאַ־כאַ! (צו רעװעטשקען). װאָס קוקסטו אַזױ אַף מיר מיט אָפֿענע אױגן? װער ביסטו? אַ נײַע פּאָקאָיאָװע? און װוּ איז ליזאַ?… (טוט אַ פֿײַף און אַ מאַך מיט דער האַנט). דורכגעטריבן? כאַ־כאַ־כאַ! מיר איז בעסער פֿון אײַך אַלעמען אָט־דאָ־אָ, טשאָרט פּאָבערי!… איך האָב מיר מײַן שטוב, פֿיר צימער מיט אַ קיך, פּאַראָל דע אָנאָר, מיט אַ פֿולן קאַסטן מיט גרעט, מיט אַ פֿולע שאַפֿע מיט קלײדער, און צירונג קעלקזשאָז דע מאַניפֿיק!… ערשט ניט לאַנג האָט מען באַ מיר אַװעקגעגנבֿעט אַ פּאָר בריליאַנטענע אױעררינגלעך, טאַקע מײַנער אַ חתן, אַ טשערקעס פֿון קאַװקאַז מיט ברענענדיקע אױגן, כאַ־כאַ־כאַ!… זע נאָר, װי זי קוקט אַף מיר!… (װײַזט אַף רעװעטשקען).

ר י ק ל: (צו הערצן). זי איז מיר עפּעס צו פֿרײלעך!

ה ע ר ץ: איך האָב מורא, אַז זי איז אונטערן גלעזל.

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: סע נעפּאַ װרו! איך טרינק ניט! איך טרינק ניט קײן בראָנפֿן, איך טרינק װײַן! שאַמפּאַנסקאָיע, פּאַראָל דע אָנאָר!… (כאַפּט אַרױס אַ סיגאַרעטל, הערץ טראָגט אונטער פֿײַער).

ה ע ר ץ: אַזױ? האָסטו שױן אַ חתן, פֿאַניטשקע?

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: פּאַשאָל! װאָסער פֿאַניטשקע? אױס פֿאַניטשקע! פֿאַניאַ יעפֿימאָװנאַ, טשאָרט פּאָבערי! אַלע אָפֿיצירן, פּאָלקאָװניקעס, גענעראַלן ― װײסן נאָך פֿאַניאַ יעפֿימאָװנאַ, אי באַסטאַ!… פֿאַר פֿאַניאַ יעפֿימאָװנאַ האָבן זיך צװײ סטודענטן געשלאָגן, פּאַראָל דע אָנאָר! מיך האָט מען אױך געשלאָגן, איר זעט? (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, װײַזט אַ בלױען צײכן). נאַט, קוקט, טשאָרט װאַס פּאָבערי, כאַ־כאַ־כאַ!… (לאַכט היסטעריש).

ר י ק ל: (נעמט זי פֿאַר אַ האַנט, זעצט זי אַװעק באַם אױװן לעבן זיך). דערצײל נאָר, קינד, װוּ ביסטו געװען די גאַנצע צײַט? פֿאַרװאָס זעט מען דיך ניט?

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: װאָס זאָל איך דערצײלן? איך האָב שױן דאָ אױסדערצײלט אַלצדינג!.. נאָר װאָס דאָ טוט זיך (װײַזט אַפֿן האַרצן) ― דאָס איז ניט קײנעם עסק! כאַ־כאַ־כאַ!… און דאָרט אױבן װאָס הערט זיך? (באַװײַזט אַרױף אַף די טרעפּ). ליזאַן אָפּגעשאַפֿט און די צוגענומען?… (װײַזט אַף רעװעטשקען). זײ שאַפֿן אָפּ און נעמען צו… אַלע מאָל נײַע „ מענטשן “? אַלע מאָל נײַע מענטשן? כאַ־כאַ־כאַ! „ מענטשן ”, כאַ־כאַ־כאַ!… װאָס האָט איר אַראָפּגעלאָזט די נעז אַלע? װאָס קוקט איר מיך אָן? װאָס איך לאַך, כאַ־כאַ־כאַ? ס'איז מיר גוט, לאַך איך!…כאַ־כאַ־כאַ! ס'זאָל זײ זײַן אַזױ גוט, װי מיר! (װײַזט אַרױף אַף די טרעפּ).

ה ע ר ץ: אָמן!

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: כאָטש האַלב װי מיר!

ה ע ר ץ: אָמן יהא שמיה רבה!

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: דאָס האָב איך זײ, זײ צו פֿאַרדאַנקען מיט דעם גוטסקײט, װאָס מיר איז אַצינד, כאַ־כאַ־כאַ! ניט קײן טאָג, ניט קײן נאַכט, תּמיד אױסגעפּוצט, תּמיד אָנגעפֿאַרבט, תּמיד פֿרײלעך! און מײַן ברודער? מײַן ברודער איז פֿאַר חרפּה אַװעק פֿון דאַנען. אַװעק, מע װײס ניט װוּהין. ס'איז אַ סבֿרה, אַז ער זיצט… (רעדט שטיל). ער איז אַ פּ אָ ־ ל י ט י ט ש ע ס ק י. פֿריִער איז ער געװען אַ שטילינקער, איצט איז ער געװאָרן אַ פּ אָ ל י ט י ט ש ע ס ק י… פֿאַר בזיון, פֿאַר צרות… (פּױזע). אױ, האָט ער מיך אַמאָל ליב געהאַט! ליב געהאַט! ליב געהאַט! (צעװײנט זיך היסטעריש).

ר ע װ ע ט ש ק ע: (גײט צו צו איר, װיל זי באַרויִקן). װײנט ניט… װאָס איז אײַך? זאָגט, װאָס איז אײַך?…

ר י ק ל: (װײנט אין פֿאַרטעך). אַזאַ סוף אַף אַלע אונדזערע שׂונאים!

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: (צו רעװעטשקען). אַװעק! אַװעק פֿון מיר! ריר מיך ניט אָן! דו ביסט אַ הײליקע!… איר קאָנט זיך נאָר אַלע אָננעמען פֿון מיר. כאַ־כאַ־כאַ! װי מײַן חתן זאָגט… איך האָב אַ חתן אַ פּאָעט, אַ דיכטער, שרײַבט ער לידלעך, כאַ־כאַ־כאַ!

ה ע ר ץ: װיפֿל חתנים זי האָט!

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: װיפֿל חתנים, זאָגסטו? און דו האָסט זיך ניט געשדכנט אַמאָל צו מיר, מאָן שער אַמי?… עי טי ראָזשאַ מיט די אױסגעדרײטע װאָנצעס, קום מיט מיר אַ װאַלס, סיל װוּ פּלע! (כאַפּט הערצן טאַנצן. אַף די טרעפּ באַװײַזט זיך מאַדאַם גאָלד, נאָכדעם דניאל. מאַדאַם גאָלד שטײט אַ װײַלע אַף די טרעפּ, קוקט זיך אײַן, דערקענט פֿאַניטשקען).

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: (שטאַרק אױפֿגערעגט). װאָס איז דאָס? באַ מיר אין קיך?? מײַנע „ מענטשן “ זאָלן זיך דערלױבן??? מיט אַזאַ??? דניאל, הײַנטיקן טאָג זאָלן מיר אָפּגעשאַפֿט װערן אַלע „ מענטשן “! דו הערסט? אַלע „ מענטשן “!!

ד נ י א ל: (אײַנגעבױגן אין דרײַען). אַלע „ מענטשן “. אַלע „ מענטשן “!…

פֿ אַ נ י ט ש ק ע: (אַרױף צו דער מאַדאַם) דורכטרײַבן אַלע „מענטשן“? אײַך איז גרינג „מענטשן“ צונעמען און „מענטשן“ אָפּשאַפֿן! איר װאַרפֿט זיך מיט „מענטשן“, מאַ שער מאַדאַם! אױב ס'איז איבער טיר, אַרעװאָאַר אַװעק פּלעזיר! (מאַכט איר אַ קניקסן). גריסט אײַער ערלעכן תּכשיט נאַטאַן מאָיסעיעװיטש. מיר װעלן זיך נאָר אַמאָל באַגעגענען מיט אים!… און איר װאַרפֿט זיך נאָר ניט אַזױ מיט „מענטשן“ מאַדאַם, װאָרעם „מענטשן“ זײַנען אױך מענטשן, טשאָרט װאַס פּאָבערי!..

מ אַ ד אַ ם ג אָ ל ד: (טופּעט מיט די פֿיס). דניאל! װאָס שטײסטו װי אַ לײמענער גולם? װאַרף זי אַרױס! װאַרף זײ אַלעמען אַרױס! אַלעמען! אַלע „מענטשן“! אין דער ערד אַרײַן! אין דער ערד אַרײַן די „מענטשן“. איר מאַכט מיר אַ תּל פֿון מײַן שטוב! איר פֿאַרפּאַסקודיקט מיר מײַן שטוב!!!…

ד נ י א ל: (אַראָפּ צום טיש, כאַפּט אַרױס דאָס געלט פֿון טישקעסטל מיט די פּאַפּירן מיט די ביכלעך, טוט דאָס אַ װאָרף דער מאַדאַם צו די פֿיס אינאײנעם מיטן בינטל שליסלען, פֿאַרשפּיליעט זיך פֿון אױבן ביז אַראָפּ). גענוג! גענוג האָב איך געשװיגן, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! (צו די דינסטן הױך). איר מאַכט זײ אַ תּל פֿון זײער שטוב! איר פֿאַרפּאַסקודיקט זײ די שטוב! מיר, „מענטשן“, פֿאַרפּאַסקודיקן זײ זײער שטוב!… טוט זיך אָן! קומט! קומט אַװעק פֿון דאַנען! מיר טאָרן דאָ ניט זײַן! װער זײַנען מיר? װאָס זײַנען מיר? מיר זײַנען ערגער פֿון ערגער! מיר זײַנען גאָרניט! מיר זײַנען דער רוח װײס װאָס! מיר זײַנען „מענטשן“! „מענטשן“ זײַנען מיר! (אױסער זיך, די אױגן אָנגעגאָסן. שרײַט הױך). מענטשן! מענטשן!… פֿ אָ ר ה אַ נ ג. געשריבן אין יאָר 1907.