מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס: משוגעים

שלום עליכם (אַלע װערק)

מ ש ו ג ע י ם אַ באַשרײַבונג פֿון אַ דורכפֿאָרער

ד אָ ס ע ר ש ט ע ק אַ פּ י ט ל (אַ דורכפֿאָרער אַנטדעקט דאָס נײַע לאַנד. ― די רױטע ייִדלעך הערן זיך אָן מיט מעשׂיות און װערן פֿאַרקאָכט. ― אײנער פֿון זײ לאָזט זיך אַהין אַװעק. ― ער קומט צוריק און גיט אַרױס זײַן באַשרײַבונג באַזונדער אין אַ ביכל. ― ער רעכנט דערפֿון גליקלעך װערן).

אַ צײַט מיט יאָרן האָבן די רױטע ייִדלעך געמײנט, אַז מיט זײ לאָזט זיך אױס די װעלט. פֿון אײן זײַט דער טײַך סמבטיון, פֿון דער אַנדערער זײַט די הרי חושך און אין מיטן די רױטע ייִדלעך ― און אַן עק, װאָס באַדאַרף מען נאָך? גערעדט האָט מען, אַז אַף יענער זײַט סמבטיון איז אַ סבֿרא, אַז סע איז יאָ פֿאַראַן עפּעס אַ לאַנד, נאָר אַפֿילו אַז יאָ, איז נאָך אַ ספֿק, צי עס געפֿינען זיך דאָרטן ייִדן; כאָטש אַפֿילו, אַז מע זאָל װעלן שמועסן דאָס אײגענע װידער צוריק, מוז מען רעכענען, אַז סע איז ג ע װ י ס דאָרטן פֿאַראַן ייִדן, װאָרעם, ערשטנס, װי געשיקט זיך דאָס אַ לאַנד אָן ייִדן? און, צװײטנס, װוּ זײַנען אַהינגעקומען די „עשׂרת השבֿטים“?… נאָר פּלוצעם עפּעס איז אַרױס אַ קלאַנג, אַז אײנער אַ דורכפֿאָרער, מע װײסט ניט װער און פֿון װאַנען, האָט דערצײלט, אַז ער איז דאָרט אַלײן געװען אין יענעם לאַנד. אײַ, װי אַזױ האָט ער געקאָנט אַריבער דעם סמבטיון, װאָס אַלע װײסן, אַז אַ גאַנצע װאָך װאַרפֿט ער מיט שטײנער, אַ חוץ שבת? בלײַבט אַ קשיא… דער דורכפֿאָרער האָט דערצײלט, אַז ער איז דאָרטן געװען, אַז ער האָט אַלײן געזען מיט זײַנע אױגן

מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 297

די דאָרטיקע ייִדן און האָט מיט זײ גערעדט; ער זאָגט, אַז זײ זײַנען גאָר

נישט פּאָכאָזשע אַף אונדזערע ייִדן; ערשטנס, זײַנען זײ אַלע מיט שװאַר־

צע האָר, און, צװײטנס, זײַנען זײ גאָר אַנדערע מינים ייִדן; זײ פֿײַנען זיך

אױס מיט זײערע גוטע מידות און זײ לעבן אַלע דאָרטן גליקלעך, װאָס

גליקלעכער קאָן שױן נישט זײַן, דהײַנו: זײ האָבן פּרנסה מיטן פֿולן מױל,

נישטאָ דאָרטן קײן אָרעמע לײַט, אַלצדינג איז דאָרטן װאָלװל, ביול־

הזול, עס װאַלגערט זיך באַ זײ ממש גאָלד אין די גאַסן… ― דו הערסט װאָס ער זאָגט? ― רופֿט זיך אָן אײנער צום אַנדערן

און דערלאַנגט אים אַ שטורך מיטן עלנבױגן. ― עט, מילא, װאָס ער זאָגט, עס רעדט זיך אַזױ ― מליצה. ― אַ משל! מע שמועסט, אַז סע װאַלגערט זיך גאָלד אין די גאַסן,

זאָגט ער גאָר מליצה! ― אַז סע װאַלגערט זיך גאָלד, פֿאַר װאָס זשע הײבט דאָס קײנער

נישט אױף? ― ביסט אַ בהמה, פֿאַרשטײסט ניט פֿון דאַנען אַהין: אַז מע זאָל

דאָס װידער אױפֿהײבן, װאָלט זיך עס ניט געװאַלגערט אין גאַס… די רױטע ייִדלעך, װאָס זײַנען בטבֿע שטאַרקע בעלי־גוזמא, װי מיר

װײסן שױן פֿון אונדזער פֿריִעריקער מעשׂה,* האָבן מער נישט באַ־

דאַרפֿט; זײ האָבן נאָר דערהערט „גאָלד“, האָבן זײ שױן װײַטער נישט

געװאָלט הערן. באַלד איז אױסגעװאַקסן באַ זײ אינעם כּח־הדמיון גאַנצע

בערג מיט גאָלד און זילבער, מיט דימענטן, מיט בריליאַנטן, מיט אַלדאָס

גוטס: „אָט אַ לאַנד, װוּ מע קאָן זיך גוט אָפּלעבן, אָפּשטורכען דאָס

ביסל יאָרן! ― אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנס דאָס אַנדערע מיט אַ זיפֿץ.

― מע פֿאַרשפּאָרט האָרעװען, װערן אױסגעריסן, זיך ברעכן דעם מוח.

נישטאָ אַף שבת, גײסטו אַרױס אין מאַרק און קלײַבסט זיך אױס װאָס

דײַן האַרץ גלוסט. װילסט גאָלד ― נעם גאָלד; װילסט זילבער ― נעם

זילבער. הכּלל, דו האָסט הענט ― נעם און גענוג!…“ עס האָבן זיך אַפֿילו

געפֿונען אַזעלכע אַפּיקורסים, װאָס האָבן געװאָלט אָפּלײקענען אינגאַנצן

די מעשׂה, זיך געפּרוּװט איבערשפּאַרן:

―――――――――――

* זע די „רױטע ייִדלעך”, אַן אױסגעטראַכטע מעשׂה פֿון שלום־עליכם.

― װײס איך װאָס? בהמות, נאַראָנים! מע דערצײלט זײ פּזמונות, נעכטיקע טעג, אַ קו איז געפֿלױגן איבערן דאַך און געלײגט אַן אײ!

― סטײַטש, מיר האָבן אָבער אַלײן געהאָרכט, אַז ס'איז דאָ געװען אַ דורכפֿאָרער, װאָס האָט אַלײן גערעדט מיט די דאָרטיקע ייִדן; אַ סימן, זײ זײַנען אַלע מיט שװאַרצע האָר…

― אַ סימן, די מומע אין מיט אַ נאָז. שפּײַט אים אָן אַ פֿולן פּנים, דעם דורכפֿאָרער! פֿרעגט אים, װי אַזױ איז ער אַריבער דעם סמבטיון, אַז אַ גאַנצע װאָר װאַרפֿט ער מיט שטײנער?

― אָט זעט איר דאָך!…

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

בקיצור, דאָס גאָלד מיטן זילבער, װאָס אַף יענער זײַט סמבטיון, האָבן אָנגעמאַכט צװישן די רױטע ייִדלעך אַ גערודער נישט אַף קאַטאָװעס. אַ סך פֿון זײ האָבן דאָס גוט אַרױפֿגענומען אַף דער מחשבֿה, געטרױמט װעגן דעם באַטאָג און באַנאַכט, נישט געקאָנט אײַנליגן, זיך געקאַטשעט פֿון אײן זײַט אַף דער אַנדערער, געזיפֿצט, געקרעכצט און אַלץ געטראַכט: „אױ, רבונו־של־עולם, װאָס איז באַ דיר פֿאַר אַ קונץ נעמען מיך און אַריבערטראָגן אַהין כאָטש אַף אײן טאָג!“ די בעלי־בטחון, די פֿרומע, האָבן דאָס געהאַט אין זינען בשעת דאַװנען: „אָבֿינו מלכּנו ― טאַטע זיסער, האַרציקער, געטרײַער! צוליב דײַן גרױסן נאָמען און צוליב אונדזערע עלטערן, װאָס האָבן זיך אָן דיר פֿאַרזיכערט, באַװײַז דײַן גענאָד, טו עפּעס אַ נס מיט אונדז, אַזױ װי דו קאָנסט!…” װאָס פֿאַר אַ נס האָבן זײ געװאָלט: צי גאָט זאָל זײ ברענגען אַהין, אין יענעם לאַנד, צי ער זאָל זײ ברענגען דאָס לאַנד אַהער ― דאָס האָבן זײ אַלײן נישט געװוּסט אַקוראַט; זײ האָבן נאָר חשק געהאַט צום גאָלד מיטן זילבער, װאָס דאָרטן. דאַכט זיך, מער יושר, כלעבן, עס זאָל ליגן באַ זײ אין קעשענע, אײדער עס זאָל זיך װאַלגערן אין גאַס!… נאָר נעמען אױפֿהײבן זיך און אַװעקפֿאָרן אַהין האָט קײנער קײן חשק נישט געהאַט; ערשטנס, װוּהין פֿאָרט מען? גלאַט נעמען און פֿליִען הענדום־פּענדום אין דער װעלט אַרײַן? און צװײטנס, װאָס טוט מען מיטן סמבטיון? װי אַזױ שװימט מען אַריבער דעם טײַך, װאָס װאַרפֿט מיט שטײנער? אמת, קײנער האָט נישט געזען, נישט דעם סמבטיון, נישט די שטײנער, װאָס ער װאַרפֿט פֿון זיך; נאָר אַ װעלט איז דאָך ניט משוגע. מסתּמא אַז מע זאָגט שטײנער ― איז שטײנער…

נאָר פֿאַר צװײ יאָרן, אין דער צײַט, האָט זיך ,געטראָפֿן אַ מעשׂה. עפּעס אײנער פֿון די רױטע ייִדלעך, אַ גײַציק ייִדל, נישט קײן פּראָמאַך, מיטן נאָמען משה (כּמעט דער אײנציקער מענטש, װאָס הײסט מיט זײַן אײגענעם נאָמען, אָן אַ שום צונעמעניש), איז פּלוצעם אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן אַרױסגעגאַנגען מיטן שטעקעלע אין מאַרק אַרײַן און איז שױן מער צוריק נישט געקומען; און אָט אַזױ איז ער נעלם געװאָרן, מע האָט ניט געװוּסט װוּהין. מע האָט אים אױסגעזוכט אין אַלע מײַזנלעכער, װוּ ערגעץ אַ בױדעם, װוּ ערגעץ אַ קעלער; מע האָט אים געזוכט העט־װײַט הינטער דער שטאָט, אַף יענער זײַט מילן, מע האָט אים געזוכט נעבן דער באָד, באַם ברעג טײַך ― נישטאָ; פֿאַרפֿאַלן, װי אין װאַסער אַרײַן! אינדערהײם האָט ער איבערגעלאָזט נעבעך אַ װײַב אַ יונגס, אַן אײביקע עגונה מיט קינדער, לעבעדיקע יתומים, אָן אַ שטיקל ברױט. דער עולם האָט שטאַרק רחמנות געהאַט. מע האָט געאַרבעט, מע האָט נישט אױפֿגעהערט צו ברעכן זיך דעם קאָפּ: װוּ האָט ער געקאָנט אַהינקומען? אַ מענטש איז דאָך נישט קײן שפּילקעלע. רבנים האָבן צעשיקט בריװלעך אין אַלע שטעט מיט אַלע זײַנע סימנים: אַז ער הײסט משה און איז אַ רױטער, פֿון מיטלמעסיקער װוּקס. דאָס הײסט, ער איז נישט קײן שטאַרק הױכער, נישט גאָר קײן נידעריקער. און נאָך צװײ װיכטיקע סימנים האָט ער: ער רעדט פֿונעם שלאָף און עסט נישט קײן קעז… די דאָזיקע סימנים האָט מען אַװעקגעשיקט אױך אין אַלע ייִדישע בלעטער, מע האָט אָפּגעדרוקט גרױסע ברײטע מודעות און מע האָט צוגעזאָגט, אַז דער, װאָס װעט אָנװײַזן אַף דעם פֿאַרפֿאַלענעם, װעט דערפֿאַר, אם ירצה השם, געװיס האָבן עולם הבא… דאָס האָט אָבער אױך ניט געהאָלפֿן. ביז די צײַט איז געקומען און דער שאָדן האָט זיך אָפּגעזוכט, דאָס הײסט, דער פֿאַרפֿאַלענער איז אין אַ יאָר אַרום אַלײן געקומען צוריק מיטן שטעקעלע אַהײם. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן די שׂמחה פֿון זײַן װײַב און קינדער, אַז אײן מאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן שטײט מען אױף, מע טוט אַ קוק ― ער איז דאָ!…

דעם ערשטן ברוך־הבא האָט ער געהאַט, געװײנטלעך, פֿון זײַן װײַבל „די עגונה“. זי האָט אים אָפּגעשפּילט אַ װיװאַט, װי ער איז װערט געװען; נאָכדעם האָט ער אָנגעהױבן באַקומען שלום־עליכמס פֿון קרובֿים, פֿון שכנים און פֿון גלאַט באַקאַנטע.

― ױבֿוא הפּליט ― געקומען דער אַנטרונענער! שלום־עליכם, פֿון װאַנען קומט דאָס אַ ייִד? דערצײלט, װאָס האָרכט זיך עפּעס אַף דער װעלט? װי טײַער איז קאָרן?…

― לאַכט, לאַכט! ― מאַכט ער צו זײ ― װען איר זאָלט װיסן, װוּ איך בין אױסגעװען און פֿון װאַנען איך קום אָן און װאָס איך האָב געזען, װאָלט איר מיט מיר אַנדערש גערעדט.

― דהײַנו, לאָמיר האָרכן? אפֿשר פֿון יענער זײַט סמבטיון?

― גלײַך װי איר זײַט געװען דערבײַ. אױ, איז דאָס אַ לאַנד!

― טאַקע באמת, צי דו טרײַבסט קאַטאָװעס?

― איך זאָל אַזױ לעבן מיט אײַך אינאײנעם, װי איך זאָג אײַך אמת.

― הערסט, הײַנט װאָס זשע שװײַגסטו?

― װאָס זשע זאָל איך שרײַען?

עס האָט נישט געדױערט קײן האַלבע שעה, איז די גאַנצע שטאָט געװאָר געװאָרן, אַז „משה דער פֿאַרפֿאַלענער“ האָט זיך געפֿונען; ער קומט אָן פֿון יענעם גליקלעכן לאַנד, װוּ עס װאַלגערט זיך גאָלד און זילבער, און דערצײלט זיך אָן אַזעלכע דרושים, אַז מע קאָן משוגע װערן. מע האָט דערהערט אַזאַ מעשׂה, האָט מען אַװעקגעװאָרפֿן האַק און פּאַק, שער און אײַזן און מע האָט זיך געלאָזט צו אים, װי צו אַ גוטן ייִדן; מע האָט אים געשטעקט שלום־עליכמס פֿון אַלע זײַטן, שױן נישט אַף קאַטאָװעס, און דװקא מיט גרױס רעספּעקט, מע האָט אים שטאַרק מקנא געװען אַף זײַן נאַטור, געלױבט און געחידושט זיך אַף אים, װי אַזױ ער האָט קײן מורא נישט געהאַט מאַכן אַזאַ װײַטע נסיעה אײנער אַלײן. און מע האָט אים געבעטן, ער זאָל כאָטש דערצײלן אַלצדינג, װי אַזױ און װאָס און װען, און טאַקע באַלד אָט־אָ־דאָ, און צי ס'איז טאַקע אמת, װאָס מע זאָגט גאָלד? דער עולם איז געװאָרן אַלע מינוט גרעסער און גרעסער, עס זײַנען צוגעקומען אַלע מאָל נײַע פּאַרשױנען, װאָס האָבן באַגערט און געפֿאָדערט, ער זאָל זײ דערצײלן די גאַנצע מעשׂה, כ אָ ט ש נ אָ ך אַ מ אָ ל פֿ ו נ ע ם אָ נ ה ײ ב ב י ז ן ס ו ף ― אַלצדינג, װי אַזױ און װאָס און װען. ער האָט אַפֿילו פֿאַרטיק געװען זײ דערצײלן אַלצדינג, נאָר דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט זײַן װײַבל.

― טאָמער װײסטו, װאָס איז מען זיך דאָ צענױפֿגעקומען, אַף װעמענס בײז װוּנדער? מע װיל האָרכן נײַס? איז מען נישט קראַנק צו דאַרן אַביסל, איך האָב מער געװאַרט!…

דאָס איז געװען אַן אײדל אָנצוהערעניש, אַז דער עולם זאָל זיך צעגײן. די רױטע ייִדלעך זײַנען טאַקע גרױסע גדלנים, האָנאָריסטע לײַט, נאָר דאָרטן, װוּ מע באַדאַרף, זײַנען זײ באַ זיך נישט אַזױ גדולדיק, קלײנע מענטשעלעך, מאַכן זיך תּמעװאַטע, גלײַך װי ניט זײ מײנט מען. זײ זײַנען נישט אָפּגעטראָטן פֿון אים, געשלעפּט אים פֿאַר דער צונג, ער זאָל זײ נאָר דערצײלן און דערצײלן.

אונדזער פּאַרשױן האָט פֿאַרשטאַנען, אַז הײַנט איז ז ײַ נ ע זיבן יאָר, אַז הײַנט איז ע ר דער מיוחס אין שטעטל, האָט ער פֿון זײ געצױגן די עצמות, געשלעפּט אָדערן.

― װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, ברידער, איז דאָס אַן ערטל! איז דאָס ייִדן! זינט גאָט האַנדלט מיט ייִדן האָט ער נאָך אַזױנע ייִדן ניט באַשאַפֿן. ס'איז, זאָג איך אײַך, הערט איר מאָדנע מינים באַשעפֿענישן, װאָס מע זעט זײ גאָר נישט! ס'איז, זאָג איך אײַך, הערט איר…

― אָבער אַן עק זאָל דאָס האָבן! דערצײל אונדז עפּעס, דערצײל װי אַ מענטש. מיר װילן װיסן דעם שפּיץ.

― איך װײס נישט, כלעבן, פֿון װאָס איך זאָל אײַך אָנהײבן פֿריִער? איך זאָל װעלן דערצײלן אײַך אַלצדינג, װאָלטן מיר באַדאַרפֿט אַװעקזיצן אָט־אָ־דאָ כאָטש דרײַ טעג, ― װאָס זאָג איך דרײַ טעג? דרײַסיק טעג מיט דרײַסיק נעכט! מע זאָל דאָס װעלן באַשרײַבן, װאָלט מען געקאָנט אָנשרײַבן אָט אַזאַ בוך! (ער באַװײַזט װאָס פֿאַר אַ מין בוך, פֿון דער ערד ביז כּמעט דער סטעליע). שאַט, קינדער! װײסט איר װאָס איך װעל אײַך זאָגן? איך בין געפֿאַלן אַף אַ גלײַכע זאַך. אױ בין איך אַ חכם!

― דאָס װײסן מיר! אַװדאי ביסטו אַ חכם! נאָר לאָמיר שױן האָרכן װאָס, אַבי גיכער!

― איך בין געפֿאַלן אַף אַזאַ אַן עצה: באַדאַרף איך אײַך דערצײלן איטלעכן באַזונדער, אָנהײבן אַלע מאָל פֿון „מה טובֿו“? אַמער, נעם איך און גיב דאָס אַרױס אַלצדינג אַף פּאַפּיר, דאָס הײסט, איר פֿאַרשטײט? איך באַשרײַב דאָס אין אַ ביכל, דעמאָלט קאָן זיך דאָס יעדער אײנציקער איבערלײענען פֿון אָנהײב ביזן סוף! װאָרעם דאָס, װאָס מע קאָן אַרױסשרײַבן מיט דער פּען, װעט איר קײן מאָל נישט אַרױסרײדן מיט דער צונג. אָבער אַיאָ, ס'איז אַ גלײַכער אײַנפֿאַל? דער עיקר ― איר זאָלט מיך נישט קװעטשן, איך זאָל קאָנען זיצן און שרײַבן.

― סאַ משל! אַף װען װעט דאָס אַרױסקומען ― אם ירצה השם, אַף חול המועד פּורים?

― חס וחלילה! װיפֿל, מײנט איר, באַדאַרף דאָס באַ מיר געדױערן, דאָס אָנשרײַבן מיטן אָפּדרוקן? ― נישט מער װי אַ חדשים צװײ אָדער דרײַ.

― אַ חכם פֿון דער מת נשתּנה אַרױס! ביסט משוגע, צי חסר דעה! װאָס רעדסטו? דו װײסט װאָס דו רעדסט? ― האָבן זיך די רױטע ייִדלעך צעשריִען אַף אים, גלײַך װי ער װאָלט געװען באַ זײ אַ געדונגענער פֿון קהל. ― חדשים? װער איז דאָס אימשטאַנד צו װאַרטן חדשים? מען איז דאָך נישט מער װי לעבעדיקע מענטשן! אַ קשיא, טאָמער שטאַרבסטו גאָר ביז דעמאָלט אַװעק?

― בקיצור, װי איר װילט אײַך! ― האָט זיך שױן זײַן װײַבל אַרױסגעשטעלט פֿאַר אים. ― מײַן מאַן איז אײַך נישט משה־מחױבֿ; ער האָט זיך ניט אונטערגענומען באַ אײַך פֿאַר קײן דערצײלער. עלעהײ, לאָז זיך אײַך דאַכטן, עס האָט אים אָפּגענומען דאָס לשון און ער קאָן ניט רײדן!… גײט אײַך געזונטערהײט!

דער עולם האָט אַרױסגעזען, אַז מע װעט דאָ גאָר נישט מאַכן, איז מען זיך צעגאַנגען, און אונדזער חבֿרה־מאַן האָט געהאַלטן װאָרט: ער האָט אײַנגעקױפֿט פּאַפּיר און טינט און פּענעס אַ גוזמא, און האָט זיך אַװעקגעזעצט באַשרײַבן די גאַנצע נסיעה זײַנע אין אַ באַזונדער מעשׂה־ביכל, װעלכעס ער האָט אַ נאָמען געגעבן: ,, ד אָ ס ג ל י ק ל ע כ ע ל אַ נ ד , אָ ד ע ר אַ ן אָ ר ט פֿ ו ן מ ש ו ג ע י ם ''. דאָס ביכל איז פֿאַרטיק געװאָרן, האָט ער דאָס אַװעקגעגעבן אין דרוק אַרײַן, מע זאָל דאָס אָפּדרוקן אַף זײַנע אײגענע הוצאָות אין אַ גרױסער צאָל עקזעמפּלאַרן (איך האָב מורא, אױב נישט עטלעכע טױזנט שטיק!). ער האָט זיך געהאַט אַזאַ רעכענונג: דאָ, אין זײַן שטאָט אַלײן, געפֿינען זיך, קײן עין הרע, אַ צװאַנציק טױזנט רױטע ייִדלעך; לאָמיר שמועסן, אַשטײגער, אַז נאָר אײנער פֿון צען װעט קױפֿן אַ ביכל, האָט איר שױן אַ קײַמא־לן פֿון צװײ טױזנט ביכלעך; הײַנט װוּ זײַנען די איבעריקע שטעט? די מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 303 רױטע ייִדלעך זײַנען דאָך פֿאַראַן עטלעכע מיליאָן, קײן עין הרע! אַדרבה, עטלעכע טױזנט װעט גאָר קלעקן אַף אײן צאָן; מע װעט דאָס מוזן נאָכדעם אָפּדרוקן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, מע װעט דאָס פֿאַרצוקערן, און ער װעט זיך מיט גאָטס הילף צעפֿירן די הענט, ― מאַכן דערפֿון אַ מאַיאָנטעק…

כּך הװה. דאָס אַרױסגײן פֿונעם בוך האָט זיך אַביסל פֿאַרצױגן; עס האָט געדױערט אַביסל מער פֿון צװײ חדשים, און מער פֿון דרײַ, און מער פֿון פֿיר, און מער פֿון זעקס. עס האָט זיך געטראָפֿן אַ סיבה: ס'איז אױסגעגאַנגען פֿאָדעם, נישט געסטײַעט קײן אותיות אין דער דרוק! מע האָט געמוזט צו־װאַרטן עטלעכע חדשים, ביז מע װעט אױסגיסן נײַע אותיות… אונדזער מחבר האָט זיך דאָס אַביסל דעמאָלט אָנגעגעסן מיט צרות ― אַפֿן פּוד! פֿון אײן זײַט דאָס װײַב פּיקט אין קאָפּ: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עובֿדה ― ביכלעך גאָר אינמיטן דרינען? פֿריש און געזונט און משוגע!“ פֿון דער אַנדערער זײַט די רױטע ייִדלעך רײַסן באַ די פּאָלעס: „גװאַלד, דאָס ביכל! דאָס ביכל!“ און דער דרוקער, װאָס איז צום אָנהײב געװען זיס װי צוקערלעך, האָט מיט אַ מאָל אָנגעהױבן דולן אַ ספּאָדיק: „געלטעניו! געלט! געלט! געלט! “ ער האָט זיך נעבעך פֿאַרזעצט און פֿאַר־משכּנט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, געװאָרן אַ באַלכױװ ביז איבער די אױערן, און גאָט האָט אַ נס געטאָן ― די „משוגעים“ זײַנען אַרױס פֿון דרוק!

„די משוגעים“ זײַנען אַרױס פֿון דרוק, און דער עולם האָט זיך אַ לאָז געטאָן װי נאָך מצה־װאַסער. מע האָט אים באַלעגערט די שטוב, איטלעכער האָט געװאָלט װאָס פֿריִער. זײַן װײַבל האָט דערזען אַזאַ מחיה, האָט זי זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט זיך אַרײַנגעמישט.

― דו האָסט דען שׂכל אַף אָט אַזױ פֿיל, דו לעקיש אײנער? אַז גאָט האָט אונדז יאָ צוגעשיקט אַזאַ גליק, װאָס טרעפֿט זיך אײן מאָל אין הונדערט יאָר, פֿאַר װאָס־זשע זאָלן מיר נישט אָפּלעקן אַ בײנדל, װי עס געהער צו זײַן? מכּות װאָלט איך זײ פֿאַרקױפֿט אַזױ װאָלװל די סחורה! אַ קניע ערד װאָלטן זײ באַ מיר אױסגעשלאָגן אָט־אַ־דאָ־אָ, אױסציִען װאָלטן זײ זיך פֿאַר מײַנע אױגן!…

עס האָט נישט געדױערט קײן צװײ שעה צײַט און דער עולם האָט אָנגעהױבן װערן װאָס װײַטער אַלץ שיטערער און װינציקער, ביז ס'איז נישט געבליבן קײן לעבעדיקער מענטש, ― די רױטע ייִדלעך זײַנען מיט אַ מאָל אָפּגעקילט געװאָרן. װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז גאָר אַ פּשוטע מעשׂה: די שטאָט איז געװאָר געװאָרן דעם אינהאַלט פֿונעם ביכל איש מפּי איש, און דװקא אָן אַ טעלעפֿאָן; אײנער האָט איבערגעגעבן דעם אַנדערן די גאַנצע מעשׂה אין קורצן, ― הײַנט צו װאָס באַדאַרף מען נאָך גײן אױסגעבן געלט, קױפֿן ביכלעך?… דאָס איז נומער אײנס. והשנית, האָט מען אַ טעות געהאַט אין חשבון:

― װײס איך! אַ נעכטיקער טאָג! ― האָבן זײ געטענהט. ― װער מיר גאָלד? װאָס מיר זילבער? עפּעס משונה מאָדנע ייִדן, משוגעים באַשרײַבט ער דאָרטן! אַװדאי איז כּדאַי געװען אַזױ פֿיל צו װאַרטן אַף אַזאַ מעשׂה!

― ס'איז גאָר אינגאַנצן די מעשׂה אַ ליגן; דאָס האָט ער אױסגעטראַכט פֿונעם קאָפּ!

― עס האָט זיך אים, אַפּנים, געחלומט, אַז ער איז אַריבער דעם סמבטיון?

― טפֿו אַף זײַן קאָפּ און אַף זײַנע הענט און פֿיס!…

בקיצור, מע האָט דאָס ביכל מער אין די הענט אַרײַן נישט געװאָלט נעמען. די עטלעכע, װאָס האָבן יאָ געקױפֿט, האָבן זײ דאָס געבראַכט צוריק צום מחבר און האָבן געפֿאָדערט פֿון אים, ער זאָל זיך נעמען זײַן סחורה צוריק, און פֿונעם געלט, װאָס זײ האָבן באַצאָלט, שענקען זײ אים אַװעק די העלפֿט; דאַכט זיך, ערלעך? מיט יושר?… אײנער האָט זיך מײשבֿ געװען און האָט אים אַרײַנגעװאָרפֿן דורכן פֿענצטער צוריק דאָס ביכל אינאײנעם מיט אַ געפּגרטער קאַץ, און די גאַנצע שטאָט האָט פֿון דער חכמה אַזױ אָנגעקװעלט, אַזױ געלאַכט, אַז מען איז שיִער ניט צעזעצט געװאָרן פֿאַר געלעכטער.

מע קאָן זיך דען פֿאָרשטעלן די ביטערע פֿינצטערע לאַגע פֿון אונדזער מחבר? די צרות, װאָס ער האָט נעבעך איבערגעטראָגן פֿון זײַן װײַב, װאָס האָט אים שיר נישט אױפֿגעגעסן לעבעדיקערהײט? די אַנגסטן מיט די יסורים פֿונעם דרוקער, װאָס איז נעבעך דורך אים ניזוק ונהרג געװאָרן? און זײַן האַרצװײטיק מיט די בזיונות, װאָס ער האָט געהאַט פֿון די רױטע ייִדלעך? ער איז ,געװאָרן באַ זײ אױס „משה דער פֿאַרפֿאַלענער“; זײ האָבן אים געקרױנט מיט אַ נײַעם נאָמען: „דער משוגענער ביכל־מאַ־כער“ ― ס'איז געװען בוזי־בזיונות!

אײנס פֿון די דאָזיקע ביכלעך איז על־פּי נס אַרײַנגעפֿאַלן צו אונדז אין די הענט אַרײַן, און מיר האָבן דאָס דורכגעלײענט פֿון אלף ביז תּװ און האָבן געפֿונען, אַז ס'איז גאָר נישט אַזױ שלעכט, װי די רױטע ייִדלעך מײנען. מהאַי טעמא דרוקן מיר דאָס איבער דאָ װאָרט באַ װאָרט, און מיר בעטן דעם עולם, אַז טאָמער װעט דאָ עמעצער געפֿינען עפּעס אַ זאַך, װאָס װעט זײ אױסװײַזן פּריקרע, ערטערװײַז אַביסל צו פֿיל גוזמאדיק, איבערגעכאַפּט די מאָס, אָדער אַזױ מחילה נאַריש, טיפּשעװאַטע, זאָלן זײ צו אונדז קײן טענות ניט האָבן, נאָר צום מחבר אַלײן. אַף אים, אַפֿן מחבר הײסט דאָס, מעגן זײ זאָגן װאָס זײ װילן: אַ ז ו י װ י ע ר ה ע ר ט נ י ש ט, אַ ז ו י װ ע ט א י ם נ י ש ט ש אַ ד ט ן…

ד אָ ס צ װ ײ ט ע ק אַ פּ י ט ל

(זײַן אָנקומען אין שטאָט אַרײַן. ― דאָס ערשטע באַגעגעניש. ― די שול. ― מע טוט אים אָן אַ קאַפּעלוש. ― מע שלאָגט זיך פֿאַרן אורח, איטלעכער װיל אים צו זיך אַף שבת).

אָנגעקומען אינעם לאַנד פֿון די משוגעים ― אַזױ הײבט ער אָן די באַשרײַבונג פֿון זײַן נסיעה ― בין איך פּונקט אום פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט, שױן אַרום ליכט־בענטשן, און מחמת איך האָב מיך זײער געאײַלט אַף שבת, האָב איך גאָר קײן צײַט נישט געהאַט זיך צוקוקן צו דער שטאָט און צו אירע שײנע, רײנע, ציכטיקע, אױסגעפֿלאַסטערטע גאַסן און צו די שײנע, הױכע, ליכטיקע מױערן. איך בין געפֿלױגן פֿײַל אױסן בױגן; עס האָט מיר כּסדר געבאָמבלט אין קאָפּ: „װוּ װעל איך דאָ מקבל שבת זײַן? װוּהין װעל איך מיך דאָ צושלאָגן, אין אַ פֿרעמדער מדינה, און צו װעמען װעל איך מיך דאָ קערן און װענדן אָן אַ שום רעקאָמענדאַציע?“… די ערשטע מחשבֿה מײַנע איז געװען: אַ שול. „לאָם איך נאָר צושלאָגן זיך צו אַ שול, ― אַזױ האָב איך מיר געטראַכט ― װעט שױן אַלץ זײַן רעכט: צװישן ייִדן, נישקשה, װערט מען נישט פֿאַרפֿאַלן“…

דעם ערשטן ייִדן, װאָס איך האָב באַגעגנט, האָב איך אָפּגעשטעלט און אַ פֿרעג געטאָן:

306 שלום־עליכם

― װײסט איר נישט, פֿעטער, װוּ איז דאָ ערגעץ אַ שול?

דער ייִד…

נאָר איך מוז דאָ פֿריִער אָפּמאָלן װאָס פֿאַר אַ מין ייִד דאָס איז געװען. אַ הױכער, מיט שװאַרצע האָר, אַ שװאַרצע באָרד, דעם קאָפּ פֿאַרריסן אַרױף מיט גדלות, אָנגעטאָן אין שװאַרצן, מיט אַ הױכן שװאַרצן גלאַנצנדיקן ספּאָדיק אַפֿן קאָפּ, כּמו אַ לאָקשנטאָפּ.

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, פֿעטער, ― זאָג איך צו אים ― אױב איר זײַט, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ ייִד, נאַט אײַך אָפּ שלום־עליכם.

― עליכם־שלום! ― מאַכט ער צו מיר און קװעטשט מיך באַ דער האַנט זײער פֿרײַנטלעך. ― עליכם־שלום! מיט װאָס קאָן איך אײַך דינען?

― צי װײסט איר ניט, ― זאָג איך ― װוּ איז דאָ ערגעץ אַ שול, אָדער אַ בית־המדרש?

― קומט, ― מאַכט ער צו מיר ― איך גײ מיט אײַך. פֿון װאַנען איז אַ ייִד?

― פֿון װאַנען? פֿון װײַטן, ― זאָג איך. ― אַזש פֿון יענער זײַט סמבטיון, הינטער די הרי־חושך.

― אַך, אפֿשר פֿון די רױטע ייִדלעך? ― מאַכט ער צו מיר און נעמט מיך װידער אַ מאָל אָן באַ דער האַנט. ― עס טוט מיר זײער, זײער הנאה, װאָס איך זע מיך מיט אײַך. זאָגט־זשע מיר, איך בעט אײַך, איר זײַט דאָך דאָ, הײסט דאָס, אַ פֿרעמדער, אַן אורח, קאָן איך אײַך אפֿשר פֿאַרבעטן אַף שבת?

― מהכתּיתי, ― זאָג איך ― פֿאַר װאָס ניט? איך האָב גערעכנט זיך צושלאָגן צו אַ שול און דורכן שמשׂ שױן אײַנבעטן זיך ערגעץ אַף שבת.

― אײַנבעטן? ― מאַכט ער מיט אַ געלעכטער. ― באַ אונדז פֿאַרשפּאָרט מען זיך אײַנבעטן; באַ אונדז איז מען צופֿרידן, אַז גאָט שיקט צו אַן אורח.

― און באַ אונדז ― זאָג איך ― איז אַן אַנדער מנהג: באַ אונדז לאָזט דער שמשׂ ניט אַרױס דעם עולם פֿון שול, ביז מע צענעמט נישט די אָרעמע לײַט אַף שבת.

― אַזױ? ― מאַכט ער צו מיר מיט אַזאַ פּנים, גלײַך װי איך װאָלט

אים דערצײלט, אַז באַ אונדז גײט מען מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף.

― האָט קײן פֿאַריבל ניט, ― רוף איך מיך אָן צו אים ― נאָך װעמען האָט איר דאָס יאָרצײַט: נאָך אַ טאַטן, צי נאָך אַ מאַמען?

― װאָס איז דען? ― מאַכט ער צו מיר. ― װאָס איז אײַך עפּעס אײַנגעפֿאַלן, אַז איך באַדאַרף הײַנט האָבן יאָרצײַט?

― גלאַט, ― זאָג איך ― איך שמועס אַקעגן דרינען, װאָס איר גײט דאַװנען.

― װאָס הײסט? ― מאַכט ער צו מיר. ― ס'איז דאָך הײַנט פֿרײַ־טיק־צו־נאַכטס, דערפֿאַר פֿרעג איך טאַקע, װאָרעם באַ אונדז אַזעלכע, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, פֿראַנטן, װי איר, גײען זעלטן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אין שול אַרײַן.

― אַזױ? ― מאַכט ער צו מיר. ― װאָס־זשע דען טוען זײ שבת?

― איך װײס ― זאָג איך ― װאָס זײ טוען? זײ געפֿינען זיך שױן מסתּמא אַן אַרבעט: מע כאַפּט אַ קערטל, אַז קײנער זאָל ניט זען…

― װאָס כאַפּט מען? ― מאַכט ער צו מיר.

― אַ קערטל ― זאָג איך ― כאַפּט מען: אַן „אָקעלע“, אַ „סטוקעל־קע“, אַ „באַנטשאָק“, אָדער גאָר אַ „טערטל־מערטל“?

― װאָס הײסט דאָס ― זאָגט ער ― „טערטל־מערטל“?

― כּלומרשט! ― זאָג איך. ― װאָס מאַכט איר זיך געפּגרט? מע שפּילט דען נישט באַ אײַך אין קאָרטן?

― אַך, קאָרטן? ― מאַכט ער צו מיר. ― באַ אונדז שפּילט מען שױן ניט אין קײן קאָרטן; באַ אונדז איז פֿאַראַן אַ סך בעסערע פֿאַרגעניגנס דערפֿון… אָט איז אונדזער שול.

― װוּ ― מאַך איך צו אים.

― אָט דאָס איז זי! ― זאָגט ער צו מיר און פֿירט מיך צו צו אַ הױכן מױער, אַ שײנעם, מיט װײַסע מירמלשטײנערנע זײַלן, מיט אַ מחיהדיקן גאָרטן אַרום און אַרום, און באַלײַכט, באַגאָסן פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט אַ מין משונה־מאָדנע ליכטיקײט, אַז מע קאָן בלינד װערן.

„אָט דאָס הײסט באַ זײ אַ שול?“ ― טראַכט איך מיר און איך דערמאָן מיך אָן אונדזער גרױסן בית־המדרש, װאָס שטײט אָנגעבױגן „כּורעים“ שױן פֿון היפּשע עטלעכע יאָר, אונטערגעשפּאַרט מיט סטופּעס, װאָס ייִנגלעך קונדסים קלעטערן דורך זײ אַפֿן דאַך; די װענט זײַנען הױל, נאַקעט, אַרומגעגריזעט פֿון די ציגן, און דער ריח לאָזט זיך הערן פֿון דער װײַטן…

באַ דער טיר באַגעגנט אונדז אײנער אַ הױכער מיט גאָלדענע קנעפּ, עפֿנט אונדז אױף די טיר און טוט זיך אַ בײג בשעת מעשׂה, װי אײנער רעדט: „ברוך הבא, אַ ייִד, סקאָצל קומט!“

אַרײַנגעקומען אינעװײניק, בלײַב איך שטײן פֿאַרגאַפֿט. די שול איז פֿון אױבן ביז אַראָפּ אײַנגעטונקען אין גינגאָלד, און פֿון דער ליכטיקײט, װאָס גיסט זיך פֿון אַלע זײַטן, פֿינקלט, שעמערירט אין די אױגן. אײנער מיט אַ שװאַרצן לאָקשנטאָפּ אַפֿן קאָפּ, מיט אַ לאַנגער זשיפּעצע מיט קנעפּ און מיט אַ מגן־דוד צוגעשפּילעט צו דער זײַט, גײט־ צו צו מיר שטילערהײט און טוט מיר אַ װוּנק, איך זאָל גײן מיט אים.

― מע האָט מיר געזאָגט װעגן אײַך, ― מאַכט ער צו מיר ― זײַט זיך מטריח מיט מיר אַף אײן מינוט.

― װער, זאָג איך, זײַט איר? קודם־כּל נאַט אײַך אָפּ שלום־עליכם.

― עליכם־שלום!.. מאַכט ער צו מיר ― איך בין דער שמשׂ פֿון דער שול.

„דער שמשׂ! אַ שײנער שמשׂ! ― טראַכט איך מיר ― אַן אױסגעפּוצטער מיט אַ מגן־דוד, פּונקט װי, להבֿדיל, באַ אונדז, פֿעלט ניט אַ האָר: אָן אַ צעפּיצלטער קאַפּאָטע, אָן אױסגעדרײטע שטיװל, אָן אַ פּליסענעם קאַרטוז, אָן אַ נאָז מיט טאַבעקע“…

― װוּהין פֿירט איר מיך? ― זאָג איך צו אים ― װײַזט מיר בעסער אַן אָרט, װוּ איך קאָן אָפּלײגן אָט דאָס פּעקל מײַנס.

― קומט, קומט, ― מאַכט ער צו מיר און נעמט צו באַ מיר דאָס פּעקל און פֿירט מיך אַרײַן אין אַ באַזונדער ליכטיק חדרל, צו אַ װײַסן מירמלשטײנערנעם װאַשקאַסטן, דערלאַנגט מיר אַ שטיקל זײף מיט אַ קלאָר־װײַס האַנטיכל און לײגט מיר פֿאָר, איך זאָל מיך מטריח זײַן אַביסל אײַנװאַשן זיך.

„װאָס איז דאָס פֿאַר אַ משוגעת? ― קלער איך מיר ― װאַשן די הענט ― דאָס פֿאַרשטײ איך; דערױף איז פֿאַראַן באַ אונדז אױך אַ האַנטפֿאַס אין שול מיט אַ גרױסער פּאָמעניצע באַ דער טיר. נאָר אין אַ

שול זאָל מען זיך באַדאַרפֿן װאַשן גאָר און זײפֿן ― דאָס פֿאַרשטײ איך שױן ניט!“

― װער האָט אײַך געזאָגט װעגן מיר? ― רוף איך מיך אָן צום שמשׂ.

― דער הער שנײַדער.

― װאָסער שנײַדער?

― אָט דער, װאָס איר זײַט מיט אים געגאַנגען.

― אַזױ? ― זאָג איך ― איז ער סך הכּל אַ שנײַדער? אַ „בעל־מלאָכה“, הײסט דאָס? הײַנט װאָס איז מיט אים אַזױ דער יחוס, װאָס ער גײט אַזױ אױסגעפּוצט און דעם קאָפּ פֿאַרריסן אַרױף, גלײַך װי, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, עפּעס רעכטס?

― ער איז גבאי באַ אונדז אין שול ― מאַכט צו מיר דער שמשׂ מיט גדלות.

― אַזױ? ― זאָג איך ― איז דאָס, אַפּנים, אַ שנײַדערשע שול באַ אײַך?

― נײן, ― מאַכט ער ― ס'איז נישט קײן שנײַדערשע, ס'איז אַ ייִ ד י ש ע שול.

― איך װײס, ― זאָג איך ― אַז ס'איז אַ ייִדישע, ניט קײן גױיִשע. נאָר זאָגט מיר, איך בעט אײַך, װי קומט צו אײַך אַ שנײַדער אַ גבאי? מע האָט, אַפּנים, נישט געקאָנט געפֿינען קײן אַנדערן אַף אױסצוקלײַבן? װי זאָגט מען: במקום שאין איש איז הערינג פֿיש…

― אַ שנײַדער איז דען קײן ייִד נישט? ― מאַכט ער צו מיר און עפֿנט אַ שאַפֿקעלע און נעמט אַרױס פֿון דאָרטן אַ הױכן שװאַרצן ספּאָדיק און בעט מיך, איך זאָל אױסטאָן מחילה מײַן װעג־מיצל און זאָל אָנטאָן אָט דעם „צעלענדער“.

― משוגע, ― זאָג איך ― צי חסר דעה בין איך? װאָס הײסט, פּלוצעם אין מיטן דערינען װעל איך מיך אָנטאָן, װי אַ מאַרשאַלאָק? אַ קאָמעדיאַנטשיק?

― איר מוזט אָבער אָנטאָן אַ „צעלענדער“ ― מאַכט ער צו מיר מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכעלע ― באַ אונדז גײען אַלע אין צעלענדערס; אַנדערש קאַן מען ניט אַרײַנטרעטן צו אונדז אין שול אַרײַן.

― איטלעכע שטאָט האָט זיך איר משוגענעם, ― זאָג איך ― און

באַ אײַך זײַנען, אַפּנים, אַלע משוגעים? ס'איז דאָך באַ אײַך סדום, איר

זײַט דאָך עפּעס דאָ, װי איך בין אַ ייִד, װילדע מענטשן, פּראָים! ― איר מוזט אָבער אָנטאָן דעם „צעלענדער“, ― מאַכט ער צו מיר

נאָך אַמאָל, שױן מיט אַזאַ ניגון, װי אײנער רעדט: „װילט איר אַזױ ―

איז גוט, אלא ניט ― גײט אײַך געזונטערהײט“. און דאָ װערט שפּעט,

שױן שבת, װאָס טוט מען? גײן זוכן ערגעץ אַן אַנדער שול? „טאָ, אױך

די אײגענע מעשׂה, ― טראַכט איך מיר, ― אַז איך האָב מיך שױן

אַרײַנגעכאַפּט צװישן משוגעים, העלפֿט עפּעס חכמות?“ איך טו אָן דעם

„צעלענדער“ און גײענדיק פֿאַרבײַ דער גלעזערנער טיר, כאַפּ איך אַ קוק

אַף מײַן געשטאַלט און קױם װאָס איך האַלט מיך אײַן פֿאַר געלעכטער. ― װי געפֿעלט אײַך ― רוף איך מיך אָן צום שמשׂ, גײענדיק ― װי

געפֿעלט אײַך אָט דער שמײגער מיטן קױמען? דער שמשׂ אָבער ענטפֿערט מיר נישט דאָס אַנדערע װאָרט; ער באַ־

זעצט מיך גאַנץ אױבן־אָן און איז מיך מכבד מיט אַ סידורל. איך הײב

מיך אָן אַרומצוקוקן, װוּ בין איך אין דער װעלט? שײנע געפּאָלירט

בענק שטײען אַלע מיטן פּנים אַהין. אַף דער ערד ליגן אױסגעבעט שײנע

װײכע קאַװיאָרן, נישטאָ װוּ אױסצושפּײַען. דער עולם ― אױסגעזעצט,

װי די מחותּנים, אָנגעטאָן שבתדיק, אַלע מיט שװאַרצע הױכע „צע־

לענדערס“ אַף די קעפּ, מע זעצט זיך און מע שװײַגט ― װאָס איז דאָס

פֿאַר אַ פֿאָלק? איך טו אַ װוּנק צום שמשׂ, ער גײט־צו צו מיר אַף די

שפּיץ־פֿינגער. ― זאָגט מיר, איך בעט אײַך, װוּ איז דאָ ערגעץ באַ אײַך מזרח? ― מזרח? ― מאַכט ער צו מיר און טוט מיר אַ װײַז מיטן האַנט

אַרױף, אַז אַהין איז מזרח.
― איך װײס אַלײן, ― זאָג איך צו אים ― אַז מזרח איז אַהין, קײן
מזרח־זײַט, נישט קײן צפֿון־זײַט; איך פֿרעג אײַך, װוּ איז דאָ באַ אײַך
דער אױבנאָן?
― װאָסער אױבנאָן? ― בראָש פֿאַרשטײען זײ נישט װאָס מע רעדט צו זײ! װוּ זיצן דאָ
באַ אײַך די נגידים, דער תּפֿארת פֿון דער שטאָט?
― אַלץ אײנס! ― מאַכט ער צו מיר, מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 311

― װאָס הײסט, זאָג איך, אַלץ אײנס? באַ אײַך איז, אַפּנים, הפֿקר ציבעלעס? װוּ װער סע װיל, דאָרט זעצט ער זיך?

― װוּ װער סע װיל, דאָרט זעצט ער זיך, ― מאַכט ער צו מיר מיט מײַנע װערטער.

„משוגעים! ― זאָג איך צו זיך אַלײן, און צעלאַך מיך. ― מע זאָל באַ אונדז זאָגן אַ נגיד, ער זאָל זיך זעצן אין שפּיגל באַנק, נישט גאַנץ אױבן־אָן, ― איך װײס? די װעלט װאָלט געהאַט צו טאָן! אָדער, אַשטײגער, אַ קבצן זאָל האָבן די העזה אַרױפֿקריכן אין מזרח, װאָלט געװען הימל עפֿן זיך. פֿאַר־אַ־יאָרן האָט זיך געטראָפֿן באַ אונדז אַ מעשׂה, עס האָט זיך פֿאַרקױפֿט אַ מזרח־שטאָט אין אַלטן בית־המדרש, האָט זי ישׂראלי דער קצבֿ געדונגען, איז געװאָרן אַ רעש צװישן די נגידים: „סטײַטש, מיר װעלן דערלאָזן אַ קצבֿ זאָל זיך רוקן אין מזרח? אָבער גאָר לא!“ די נגידים האָבן זיך צונױפֿגעלײגט און האָבן די שטאָט אַװעקגעקױפֿט, באָדאַי זי זאָל שטײן לײדיק, אַבי דער קצבֿ זאָל האָבן אַ מכּה, נישט קײן מזרח!“…

פּלוצעם דערהער איך, עס טוט אַ זעץ פֿון אױבן עפּעס אַ מין געזאַנג, אַ מישמאַש פֿון פֿאַרשײדענע קולות, װאָס איך האָב אַף מײַן לע־בנסטאָג אַזעלכעס נישט געהערט. עס גיסן זיך אַלערלײ זיסע שטימען, נידעריקע און נאָך נידעריקערע, הױכע און נאָך העכערע, און אַלע אינאײנעם גיסן זיך צונױף אין אײן געזאַנג און רינען, אַזױ װי אַ מין בױמל, ממש עס צעגײט זיך אין יעדן אבֿר. איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איך הער אַ קול פֿון אַ פֿידל, פֿון אַ פֿלײט, פֿון אַ טרומײט און פֿון אַ באַס ― אַ גאַנצע קאַפּעליע כּלי־זמר… און עס װאַקסט אױס, װי פֿון אונטער דער ערד, עפּעס אַ מין שלאַק אין אַ טליתל, מיט אַ װײַסן ספּאָדיק אַפֿן קאָפּ. אַפּנים, דאָס איז זײער חזן? ― ער מאַכט עפּעס מאָדנע אָנשטעלן, בײגט זיך און בוקט זיך און הײבט אָן צו זינגען „מה טובֿו“.

„סאַ משל! ― זאָג איך צו זיך אַלײן. ― פֿרײַטיק־צו־נאַכטס גאָר פֿון מה טובֿו! װוּ איז דער ערבֿ שבתדיקער „הודו לה' כּי טובֿ?” װוּ איז דער „ידיד נפֿש אָבֿ הרחמים?” װוּ איז עפּעס מנחה? ― װילדע מענטשן!

תּיכּף נאָכן חזן באַװײַזן זיך אַף דער סצענע נאָך אַ צװײ־דרײַ נפֿשות מיט שװאַרצע קױמענס אַף די קעפּ; צװישן זײ דערקען איך מײַן הױכן שנײַדער ― אַפּנים, דאָס זײַנען די גבאָים פֿון דער שול? ― און אײנער מיט אַ שװאַרצן פֿירעקעכיקן ספּאָדיק און מיט אַ װײַסן קאָלנער; זײ זעצן זיך אױס אַלע פֿיר אױבן־אָן, װי די טאָקן, אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע, און דער חזן עפֿנט אױף אַ געמבע, פֿליט איבער פֿון „מה טובֿו“ גלײַך צו „לכו נרננה“ (װי געפֿעלט אײַך אַזאַ שפּרונג?). איך דערהער, אַז עס האַלט באַ „קבלת שבת“, טו איך דאָך מסתּמא אַ זאָג דעם „לכו נרננה“ אַף אַ קול מיט אַ ניגון, װי איך בין געװױנט געװאָרן. איך מײן, אַז דאָ װעט שױן דער גאַנצער עולם אָנהײבן צו דאַװנען ― װער? װאָס? װעמען? אַ װאָרט װיל קײנער נישט זאָגן! דער חזן הײבט אָן און די זינגערלעך לאָזן אױס, און דער גאַנצער עולם קוקט אין די סדורימלעך, װי אַ האָן אין בני־אָדם, שעפּטשעט שטילערהײט. מע האָט מורא, טאָמער װעט מען חלילה דערהערן פֿון זײ אַ װאָרט עבֿרי…

אַז ס'איז געקומען צו די „לכה־דודיס“, האָט דער חזן אַלײן שױן, אַן משוררים, אַנידערגעלײגט אַ „מזמור־שיר־ליום־השבתל“, און דװקא אַפֿן ייִדישן שטײגער, מיט אונדזער פּראָסטן ייִדישן נוסח ― סע זאָל אַ רוח אין זײַן טאַטן אַרײַן! ער האָט זיך דאָס אַביסל צעלאָזט ― אַ כּפּרה דוד־משה, אַ כּפּרה משה־יוסע אַ כּפּרה אַפֿילו דער גרױסער הערש־בער… שפּעטער, אַז ער איז אױסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה, האָט ער זיך אױסגעדרײט מיטן פּנים צום עולם (שטעלט אײַך פֿאָר אַ מין חזן: איר זאָלט זאָגן אַ סימן פֿון אַ באָרד, אױסגעפּוצט װי אַ מױד, אָן אַ שום קנאָפּ אין גאָרגל, אָן אַ שום פֿאַטשײלע אָפֿן האַלדז און אָן אַ טראָפּן שװײס!), דער שמשׂ מיטן מגן־דוד האָט אים אונטערגעטראָגן אַ גאָלדענעם בעכער מיט װײַן, און דער שײנער חזן האָט געמאַכט קידוש, און דװקא הױך אַפֿן קול. דאָס ערשטע מאָל אַף מײַן לעבן הער איך, אַז אין אַ שול זאָל מען מאַכן קידוש ― איך האָב געמײנט, איך װעל פּלאַצן פֿאַר געלעבטער! נאָכן קידוש האָט מען נאָך עפּעס געזונגען, און דער עולם האָט זיך אָנגעהױבן צעגײן שטיל, אָן אַ „גוט שבת“, געקװעטשט זיך אײנס דאָס אַנדערע די הענט, געזאָגט אײנער דעם אַנדערן: „לשנה הבאה בירושלים“ (אַ משל!) און איבערגעװוּנקען זיך מיט די אױגן גאָר פֿרײַנטלעך. געגאַנגען איז מען אײנציקװײַז, נישט געכאַפּט זיך, נישט געשטופּט זיך ― מאָדנע ייִדן! נאָכן דאַװנען איז דער שמשׂ צוגעגאַנגען צו יענעם, װאָס מיטן פֿירעקעכיקן ספּאָדיק און מיטן װײַסן קאָלנער, און האָט אים אײַנגערױמט אַ סוד אַפֿן אױער. נאָכדעם איז ער צוגעגאַנגען צו מיר און נאָך אים די דרײַ גבאָים מיט מײַן הױכן שנײַדער בתּוכם.

― דאָס איז אונדזער הער ראַבינער, ― מאַכט צו מיר דער שמשׂ שטילערהײט ― אונדזער רבֿ.

„נישקשה פֿון אַ רבֿל! ― טראַכט איך מיר ― אָט דאָס פּסקעט שאלות?“

― שלום עליכם! ― מאַכט צו מיר דער רבֿ און קװעטשט מיך באַ דער האַנט, און נאָך אים געבן מיר אָפּ שלום די איבעריקע צװײ גבאָים.

― עליכם שלום אײַך, ― זאָג איך ― װאָס מאַכט איר גוטס?

― מה שמכם? ― מאַכט צו מיר דער רבֿ.

― װאָס עפּעס אַף לשון־קודש? ― זאָג איך ― איר רעדט אפֿשר נישט קײן דבֿרי־חול אים שבת? מײַן נאָמען איז משה. פֿאַראַן באַ אונדז דרײַ משהס: אײנער אַ הױכער, רופֿט מען אים „משה דער קלײנער“; אײנער אַ קורצער, רופֿט מען אים „משה דער גרױסער“; און מיך רופֿט מען גלאַט משה.

אַלע דרײַ גבאָים מיטן שמשׂ קוקן זיך איבער און שמײכלען אײנס צום אַנדערן.

― איך האָב געהערט, ― מאַכט צו מיר דער רבֿ ― אַז איר קומט אָן פֿון אַ װײַטער מדינה, פֿון יענעם לאַנד, װוּ עס געפֿינען זיך די רױטע ייִדלעך. װאָס מאַכן עפּעס דאָרטן אונדזערע ברידער נעבעך?

― װאָס זאָלן זײ מאַכן? ― זאָג איך. ― װער סע האָט די קלינגערס, דעם איז גוט, װי זאָגט מען: המבֿדיל בין קודש לחול, װער עס האָט געלט, דעם איז װױל, און װער עס האָט ניט קײן געלט, דער ליגט נײַן אײלן אין דער ערד, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, און באַקט בײגל. און װער שמועסט די לעצטע צײַט, זינט עס האָבן זיך אָנגעהױבן באַ אונדז די „בהלות“, איז נאָך ערגער: מע לױפֿט װוּהין די אױגן טראָגן, אײנער װײס ניט פֿונעם אַנדערן. אָט בין איך פֿאַרפֿאָרן אַהער, פֿרעגט מיך, װי אַזױ ― װײס איך אַלײן ניט. די ערשטע צײַט איז אַפֿילו געװען באַ אונדז דאָרטן „קאָמיטעטן“, װאָס האָבן באַדאַרפֿט זאָרגן פֿון אונדזערט־װעגן, נאָר עס האָט זיך אױסגעלאָזט פֿון זײ, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ בױדעם…

איך האָב גערעדט און גערעדט, זײ דערצײלט אַלצדינג, װאָס באַ אונדז טוט זיך, און די גבאָים מיטן רבֿ מיטן שמשׂ זײַנען געשטאַנען און האָבן מיך באַטראַכט, װי עפּעס אַ זעלטענעם פּאַרשױן, װאָס מע זעט דאָס גאָר ניט; באַ איטלעכס מאָל, װאָס איך האָב דערמאָנט די רױטע ייִדלעך, װי אַזױ זײ װערן נעבעך פֿאַרשװאַרצט, האָבן זײ געזיפֿצט, רחמנות געהאַט; איך האָב געזען, אַז עס עקט זיך זײ דאָס חיות…

― איך מײן, ― מאַכט צו מיר דער רבֿ מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכעלע ― אַז איר באַדאַרפֿט זײַן רעכט מיד פֿונעם װעג און הונגעריק?

― גלײַך װי איר זײַט געװען דערבײַ, ― זאָג איך.

― מיר װעלן נאָך צײַט האָבן, מאַכט ער, צו שמועסן; אַצינד קומט, זײַט מוחל, צו מיר, איך פֿאַרבעט אײַך צו מיר אַף שבת.

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, הער דאָקטאָר, ― רופֿט זיך אָן צו אים דער הױכער שנײַדער ― דער ייִד איז מײַנער, איך האָב אים שױן פֿאַרבעטן צו זיך נאָך גײענדיק מיט אים אַהער אין שול אַרײַן.

― שאַדע! מאַכט דער רבֿ דער דאָקטאָר.

― װען ― זאָג איך ― זאָרגט זיך אַן אָרעמאַן? אַז ער האָט צװײ חתונות אין אײן טאָג.

דער רבֿ דער דאָקטאָר, יענע צװײ גבאָים און דער שמשׂ לאַכן. נאָר איך זע, אַז זײ זײַנען שטאַרק מקנא דעם שנײַדער, װאָס ער האָט מיך פֿאַרבעטן פֿריִער, אױסגעכאַפּט די מציאה ― אַ גליק האָט אים געטראָפֿן!…

„משונה־מאָדנע ייִדן! ― אַזױ טראַכט איך מיר, גײענדיק מיט מײַן שנײַדער צו אים אַף שבת. ― קײן מזרח איז באַ זײ ניט פֿאַראַן… דעם אױבן־אָן טרעטן זײ אָפּ יענעם… נגידים און קבצנים איז באַ זײ גלײַך… אַ דאָקטאָר איז באַ זײ אַ רבֿ, אַ שנײַדער איז אַ גבאי און אַ שמשׂ טראָגט אַ הױכן ספּאָדיק… אַן אורח אַן אָרעמאַן איז באַ זײ גאָר אַן אבֿן טובֿ, אַ ייִד איז באַ זײ אַ גאַנצער אַנטיק. מע שלאָגט זיך פֿאַר אַ ייִדן ― רײנע משוגעים!“… מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 315 ד אָ ס ד ר י ט ע ק אַ פּ י ט ל

(באַם שנײַדער אין שטוב. ― דאָס װײַב גיט אים אָפּ שלום. ― די טעכטער רײדן לשון־קודש. ― ער װערט געװאָר פֿון משונה־מאָדנע זאַכן. ― ער רעדט װעגן ארץ־ישׂראל. )

אַרײַנגעקומען צום שנײַדער אין שטוב אַרײַן, האָט מיר מיט אַ מאָל אַ זעץ געטאָן אין פּנים אַרײַן אַ מאָדנע מין ליכטיקײט, אַ פֿרײלעכקײט און אַ הײמלעכקײט, װאָס לאָזט זיך גאָר ניט באַשרײַבן. באַגעגנט האָט אונדז טאַקע זײַן װײַב, די שנײַדערן, אָנגעטאָן װי אַ „מאַדאַם“, נישט מיט קײן פּערל, װי באַ אונדז אַ נגידית, נאָר גלאַט אַזױ אױסגעפּוצט, שײן און ציכטיק. נעבן דער „מאַדאַם“ זײַנען געשטאַנען צװײ מײדלעך, דעם שנײַדערס טעכטער, שײנע, אַזױ װי גינגאָלד, מיט שװאַרצע האָר און מיט שװאַרצע פֿײַעריקע אױגן.

― גאָט האָט אונדז צוגעשיקט אַן אורח ― רופֿט זיך אָן צו זײ דער שנײַדער מיט אַ גדולה ― איך האָב אײַך געבראַכט אַ ייִדן, אײנעם פֿון אונדזערע װײַטע־װײַטע ברידער, װאָס מע רופֿט זײ מיטן נאָמען „די רױטע ייִדלעך“.

― שלום עליכם! ― רופֿן זיך אָן צו מיר אַלע דרײַ װײַבער און גיבן מיר די האַנט, פּונקט אַף דעם שטײגער, װי באַ אונדז מאַנצבילן.

― עליכם שלום, ― זאָג איך צו זײ ― דאָס ערשטע מאָל אַף מײַן לעבן טרעפֿט זיך מיר, אַז, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, נקבֿות זאָלן גאָר אָפּגעבן שלום!

דעם שנײַדערס צװײ טעכטער האָבן צװישן זיך עפּעס אָנגעהױבן צו שמועסן אַף אַ מין מאָדנער שפּראַך, װאָס איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז ס'איז אונדזער לשון־קודש; נאָר זײ האָבן גערעדט אַזױ גיך, אַז איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען אײן װאָרט אַפֿילו. דער שנײַדער האָט אַ װוּנק געטאָן צו דער שנײַדערן, און די „מאַדאַם“ האָט מיך אַרײַנגעבעטן אינעם אַנדערן חדר, װוּ ס'איז שױן געשטאַנען אָנגעגרײט אַ טיש מיט כּל טובֿ, און געבעטן מיך, איך זאָל „פֿאַרנעמען אַ פּלאַץ“.

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, ― זאָג איך ― מײַן פּלאַץ װעט מסתּמא נישט אַנטלױפֿן; איך בין אַ ייִד, װאָס קאַטאָרי בין געװױנט געװאָרן

מאַכן קידוש, איך קאָן נישט יוצא זײַן מיט אײַער שײנעם חזן מיטן ספּאָדיק, װאָס האָט אָפּגעמאַכט אין שול קידוש פֿאַר אַלע ייִדן.

― אָך! ― מאַכן זײ צו מיר און טראָגן מיר אונטער אַ שײנעם זילבערנעם בעכער מיט אַ פֿלאַש װײַן און שטעלן זיך אַװעק הערן, װי איך מאַך קידוש.

אָפּגעמאַכט קידוש, רוף איך מיך אָן צום בעל־הבית:

― װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? ס'איז אַ רעכט ביסל משקה אָט דאָס אָ! איך האָב שױן לאַנג אַזאַ גלעזל װײַן ניט געטרונקען. עס צעגײט זיך אין אַלע אבֿרים!

― דאָס איז טאַקע אונדזער װײַן, ― רופֿט זיך אָן צו מיר דער שנײַדער מיט גדלות.

― װאָס הײסט, ― זאָג איך ― איר האַלט אַ װײַנשענק אױך? אױב אַזױ, איז שױן רעכט: אַפּנים, אַז פֿון שנײַדערײַ אַלײן קאָן מען אַזױ ניט לעבן?

― נײן, ― מאַכן זײ צו מיר מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכעלע ― איר האָט אונדז ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס מיר האָבן אײַך געזאָגט; אונדזער װײַן ― מײנען מיר ייִ ד י ש ן װײַן.

― ס'אַ משל! ― זאָג איך ― װאָס דען, נסך װעט איר מיר געבן?

― אַך, נײן! ס'איז אונדזער אײגענער ייִדישער װײַן פֿון אונדזערע אײגענע ייִדישע װײַנגערטנער, װאָס באַ אונדז אין ארץ־ישׂראל.

― באַ אײַך ― זאָג איך ― אין ארץ־ישׂראל? ארץ־ישׂראל איז דאָך דערװײַל דעם טערקס!

― ארץ־ישׂראל ― רופֿט זיך אָן צו מיר דער שנײַדער מיט ברענענדיקע אױגן ― ארץ־ישׂראל איז א ו נ ד ז ע ר ס; ארץ־ישׂראל איז ג ע װ ע ן אונדזערס און עס װעט ז ײַ ן אונדזערס!

― אָמן הלװאַי! ― מאַך איך צו אים. ― באַ אונדז זאָגן מיר אױך אַלע מאָל לשנה הבאה בירושלים. נאָר לאָז פֿריִער קומען משיח, װעלן מיר אַלע, אם ירצה השם, גײן קײן ארץ־ישׂראל. דערװײַל האָט נאָך דאָרטן דער טערק צו שאַפֿן, און מיר זײַנען נאָך אַלץ די אײגענע שלעפּערס, דרײען זיך אַרום פֿון שמונין צו בונין און זוכן דעם נעכטיקן טאָג… איך האָב געזען, אַז דער שנײַדער װיל מיר עפּעס אָפּענטפֿערן; נאָר די שנײַדערן האָט אים אָפּגעהאַלטן און האָט אַ זאָג געטאָן צו אים מיט אַ שמײכעלע:

― דעם שמועס לאָז איבער אַף נאָך װעטשערע; לאָז דער אורח זיך גײן װאַשן, ער קער אַװדאי װעלן עסן.

„נישט קײן נאַרישע ייִדענע, ― קלער איך מיר ― כאָטש אַ שנײַדערס אַ װײַב! “

― לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר, װי איר זײַט גערעכט! ― זאָג איך צו איר. ― קײן טאַנץ, זאָגט מען, גײט ניט פֿאַרן עסן…

גאַנץ פֿײַן געװאַשן זיך, זעצן מיר זיך צום טיש. מיך באַזעצן איז אים אױסגעקומען פּונקט נעבן זײַן װײַב. שנײַדער בלײַבט שנײַדער… ס'איז מיר אױסגעקומען אַביסל פּריקרע, איבער דער טבֿע, נאָר דאָס פֿרײַנדשאַפֿט פֿון די בעלי־בתים צו מיר איז געװען אַזױ גרױס, אַז איך האָב מיך אָנגעהױבן צו פֿילן דאָ גאַנץ הײמיש. אײן זאַך האָט מיר נאָר אױסגעװיזן אַביסל װילד ― דאָס, װאָס דעם שנײַדערס טעכטער רײדן צװישן זיך אַף זײער שפּראַך, װאָס איז שטאַרק פּ אַ כ אָ ז ש ע אַף אונדזער לשון־קודש.

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, ― רוף איך מיך אָן צו מײַנע בעלי־
בתּים ― װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן; װער עס פֿרעגט, דער בלאָנדזשעט ניט: אַף װאָס פֿאַר אַ שפּראַך רײדן דאָס אײַערע מײדלעך?
― אַף א ו נ ד ז ע ר שפּראַך, אַף העברעיִש, ― זאָגן זײ צו
מיר ― איר פֿאַרשטײט דען נישט קײן לשון־קודש?

― צי איך פֿאַרשטײ, ― זאָג איך ― איז קײן חידוש ניט; איך פֿאַרשטײ אײניקע װערטער; אַ חדוש איז נאָר, װאָס ז ײ פֿאַרשטײען! װי קומט דאָס, װאָס מײדלעך רײדן באַ אײַך אַף לשון־קודש?

― װאָס הײסט, װאָס איז דאָס חדוש? ― רופֿן זיך אָן די מײדלעך. ― העברעיִש איז דאָך א ו נ ד ז ע ר שפּראַך! מע האָט אונדז געלערנט אין חדר אַלע אַנדערע שפּראַכן און העברעיִש פֿריִער פֿון אַלצדינג.

― װאָס איז שײך, ― זאָג איך ― מײדלעך לערנען באַ אײַך אין חדר? עפּעס הער איך פֿון אײַך אַלע מאָל, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד,

318 שלום־עליכם

װילדע זאַכן. און װאָס איז דאָס באַ אײַך פֿאַר חדרים אַזעלכע, װאָס מע לערנט דאָרט שפּראַכן גאָר, לשונות?

― סע רעדט זיך אַזױ חדרים! ― מאַכט דער שנײַדער. ― דאָס זײַנען, אײגנטלעך, אונדזערע ייִדישע שקאָלעס, ייִדישע גימנאַזיעס, סע־מינאַריעס.

― ייִדישע גימנאַזיעס? סעמינאַריעס? ― זאָג איך. ― איר מאַכט פֿון מיר חוזק. גלאַט ס'איז אַ קונץ, איר האָט דערטאַפּט אַ ייִדן און פֿירט אים אין באָד אַרײַן.

― חס ושלום! ― מאַכן זײ צו מיר. ― װאָס הײסט, מיר װעלן לאַכן פֿון אַ פֿרעמדן מענטשן? אָט װעט איר זען, ייִדישע גימנאַזיעס מיט אונדזערע ייִדישע גערטנער, מיט אונדזערע ייִדישע גמילות־חסדים־הײַ־זער, מיט אונדזער ייִדישער באַנק, מיט אונדזער…

― אַ ייִדישע באַנק? ― זאָג איך און שפּרינג אונטער אַפֿן בענקל. ― טאַקע אַ באַנק, װאָס מע נעמט דאָרטן געלט? איז דאָך עס טאַקע, אַפּנים, אַן אמת, װאָס מע זאָגט, אַז עס װאַלגערט זיך דאָ באַ אײַך גאָלד אין די גאַסן?

― אין די גאַסן? ― זאָגן זײ צו מיר. ― נײן! קײן גאָלד װאַלגערט זיך נישט באַ אונדז אין די גאַסן; נאָר געלױבט איז גאָט, מיר האָבן אַלצדינג, װאָס מיר באַדאַרפֿן…

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, ― זאָג איך ― װאָס איך שלאָג אײַך איבער אין מיטן די רײד. דער שמשׂ פֿון דער שול האָט מיר געזאָגט, אַז איר זײַט אַ… אַ…. בעל־מלאָכה.

― אַ שנײַדער, ― מאַכט ער צו מיר און גלעט זיך באַ דער באָרד מיט גרױס גדלות ― איך בין אַ שנײַדער, מײַן פֿאָטער איז געװען אַ שנײַדער און אַלע מײַנע ברידער זײַנען געװען שנײַדערס. אונדזער אַרבעט האָט אַ שם.

― און פּרנסה ― זאָג איך ― האָט איר, װי איך פֿאַרשטײ, דװקא נישקשהדיק?

― גאָט צו דאַנקען, ― זאָגט ער ― חוץ דאָס הױז, האָב איך נאָך צװײ הײַזער.

― אײגענע?

― װאָס דען, פֿרעמדע?

― רײנע? נישט קײן פֿאַרזעצטע?

― אַװדאי. װי דען אַנדערש?

― נו, און איר אַרבעט נאָך הײַנט אױך מיט דער נאָדל?

― אַװדאי. איך האָב געאַרבעט, איך אַרבעט און װעל אַרבעטן.

― אױב אַזױ, ― זאָג איך ― פֿאַרשטײ איך אײַך ניט, װאָס איר זײַט פֿאַר מענטשן; האָבן הײַזער אײגענע, נישט קײן פֿאַרזעצטע, און זיצן שטשאָבען מיט דער נאָדל, ― דאָס קומט שױן אױס באַ מיר, האָט קײן פֿאַריבל נישט, פֿריש און געזונט און משוגע! נאָך אײן זאַך האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן: װי קומט דאָס, װאָס איך זע נישט באַ אײַך קײן דינסט? אין אײַער גראַד, קײן עין הרע, זאָל מען נישט האַלטן כאָטש אײן דינסט אין שטוב?

― אונדזערע דינסטן ― רופֿט זיך אָן צו מיר די שנײַדערן ― זײַנען שבת און יום־טובֿ פֿרײַ, אַזױ װי באַ אונדז אין דער תּורה שטײט געשריבן…

― אין דער תּורה? ― זאָג איך. ― ס'איז מיר אַ חדוש, װאָס איר װײסט די תּורה בעסער װי איך; איך בין, דאַכט זיך, מעבֿיר די סדרה אַלע פֿרײַטיק, און איך געדענק עפּעס נישט אין דער תּורה, אַז דינסטן זאָל מען גאָר לאָזן אַף שבת פֿרײַ?

― װאָס רעדט איר? ― מאַכט צו מיר אײנע פֿון אירע טעכטער און טראָגט מיר צו אַ תּג"כּל און װײַזט מיר אָן אַף אַ פּסוק אין דער סדרה „ואתחנן“, װוּ עס רעדט זיך װעגן שבת: ,,…למע ינוח ― בכדי עס זאָל רוען, עבֿדך ― דײַן קנעכט, ואמתך ― און דײַן דינסט, כמוך ― אַזױ װי דו“…

― סאַ משל! ― זאָג איך. ― מע זאָל װעלן מקײם זײַן אַלצדינג, װאָס אין דער תּורה שטײט! איך פֿאַרשטײ ניט אײן זאַך: װיבאַלד אַז איר לאָזט די דינסטן פֿרײַ, װער זשע דערלאַנגט אײַך צום טיש?

― די קינדער, ― מאַכט צו מיר די שנײַדערן ― מײַנע קינדער זײַנען אַזױ דערצױגן, אַז זײ טוען אַלצדינג; זײ קאָנען קאָכן און באַקן און װאַשן און פּרעסן. איר זעט אָט די קױלעטשן? דאָס איז מײַן עלטערער טאָכטערס אַרבעט.

― אַז אײַער טאָכטער ― זאָג איך ― איז יאָ אַזאַ געראָטענע, קומט דאָך איר אַ חתן אַ רעכטן; אפֿשר װאָלט איך איר גערעדט אַ שדוך פֿון אונדזערע מקומות?

― אָ? ― רופֿט זיך אָן צו מיר דאָס עלטערע מײדל מיט אַ געלעכטער ― איך דאַנק אײַך זײער, איך בין שױן אַ כּלה.

― האָסטו עפּעס אַ פֿײַנעם חתן? ― מאַך איך צו איר.

― אָ! ― רופֿט זי זיך אָן, װערט רױט װי פֿײַער און טראָגט מיר צו אַ „מעדאַליאָן“ מיט אַ „פּאַטרעט“ פֿון עפּעס אַ פּאַרשױן מיט „פּאַליעטן“.

― װאָס איז דאָס ― זאָג איך ― פֿאַר אַ „ידנעראַל“?

― דאָס איז אַן אינזשעניער פֿון ארץ־ישׂראל, ― מאַכט צו מיר דער שנײַדער מיט גרױס גדלות, ― ער דינט דאָרט באַ דער באַן, װאָס מיר בױען באַ אונדז אין ארץ־ישׂראל.

― װאָס פֿאַר אַ מחותּן ― זאָג איך ― זײַט איר מיט ארץ־ישׂראל? און װי קומט איר אַהין?

― מיר פֿאָרן אַהין ― זאָגט ער ― אַלע זומער. דאָרט איז פֿאַראַן…

― איך װײס ― זאָג איך ― װאָס דאָרט איז פֿאַראַן. איך װײס! דאָרטן איז פֿאַראַן די פֿאַרװײנטע װאַנט („כּותל מערבֿי“), דער „מוטער רחלס קבֿר“, די „מערת־המכפּלה“; ציגן, זאָגט מען, עסן דאָרטן באָקסערן און אַלטע ייִדן פֿאָרן אַהינצו שטאַרבן…

― עהע־הע! ― רופֿט זיך אָן דער שנײַדער מיט אַ געלעכטער, און אַלע קוקן אַף מיר און לאַכן. ― עס זעט אױס, אַז איר קומט טאַקע צו פֿאָרן פֿון הינטער די הרי־חושך; איר װײס גאָר ניט, װאָס אין ארץ־ישׂראל טוט זיך. דאָס איז אַלץ געװען אַ מ אָ ל , אַ מ אָ ל!…

― װאָס הײסט אַמאָל? ― זאָג איך. ― נו, און הײַנט?

― הײַנט ― זאָגט ער ― האָבן מיר שױן דאָרטן, ברוך השם, אונדזערע עטלעכע הונדערט קאָלאָניעס, גאַנצע דערפֿער אײגענע, װײַנגערטנער און װײַנקעלערס, אַלערלײ געשעפֿטן, פֿאַבריקעס, שיפֿן און באַנען אײגענע…

― טע־טע־טע! ― רוף איך מיך אָן צו אים. ― איר הײבט שױן אָן, מײַן ליבער שנײַדער, דאַכט מיר, פֿאַרקריכן אין „אלף השישי“ אַרײַן; איך האָב מורא, אַז אָט נאָך אַביסל, װאַקסט אױס באַ אײַך אַ פּאַפּירענע בריק… לאָז מען בעסער געבן אַביסל „מים־אַחרונים־װאַסער“, װעלן מיר בענטשן. איך װעל אײַך זאָגן דעם אמת, עס דרײט זיך מיר אַזױ דער קאָפּ פֿון אײַערע מעשׂיות, אַז איך מוז מיך גײן צולײגן…

נאָכן בענטשן האָט מען מיך אַרײַנגעפֿירט אין אַ באַזונדער ציכטיק חדר, װוּ ס'איז שױן געװען צוגעגרײט פֿון מײַנעטװעגן אַ נאַכטלעגער מיט אַלע שאָלעמױזן.

אַזױ װי איך האָב מיך אַרײַנגעלײגט אין בעטל אַרײַן, אַזױ בין איך אַנטשלאָפֿן געװאָרן, און עס האָט זיך מיר געפּלאָנטעט אַ גאַנצע נאַכט משוגעים, ארץ־ישׂראל־ייִדן מיט טערקישע שאַלן, מיט מײדלעך, װאָס גײען אין „צעלענדערס“ און רײדן לשון־קודש, און איך אַלײן בין גאָר אַ מין „ידנעראַל“ מיט „פּאַליעטן“, און איך פֿיר די רױטע ייִדלעך אַף אַ פּאַפּירענע בריק… איך לױף, און די רױטע ייִדלעך לױפֿן מיר נאָך… פּלוצעם פֿיל איך, װי די בריק ברעכט זיך… אָט־אָט פֿאַלן מיר, חס ושלום, אַלע אַרײַן אין ים אַרײַן… איך שרײַ „שמע ישׂראל“ און… כאַפּ מיך אױף ― אָהאָ, גרױסער טאָג, ס'איז שױן צײַט אין שול אַרײַן…

ד אָ ס פֿ ע ר ט ע ק אַ פּ י ט ל

(ער כאַפּט זיך אױף פֿונעם שלאָף. ― אַ שװאַרצער בחור. ― שבתדיקע טײ. ― ער רעדט צו דער װאַנט. ― זײ גײען אין שול אַרײַן . ― אַלע מאָל נײַע חדושים).

― װוּ בין איך?

דאָס איז געװען דאָס ערשטע, װאָס עס איז מיר געקומען אַף דער מחשבֿה. איך האָב מיך אױפֿגעכאַפּט פֿונעם שלאָף און האָב מיך אָנגעהױבן אַרומקוקן, װוּ בין איך אין דער װעלט? דאָס ליכטיקײט, דאָס רײנקײט, דאָס ציכטיקײט, װאָס באַ זײ איז! איר זאָלט געבן אַ רענדל פֿאַר אַ װאַנץ… װוּ גיסט מען דאָ אָפּ נעגלװאַסער?

איך טו אַ קוק נעבן מײַן בעטל ― שטײט אַ װאַש־קאַסטן אַ װײַסער, אַ שפּיגלדיקער, מיט אַ קראַן; איך טו אַ ריר דעם קראַן ― ברענען זאָלן זײ אַפֿן פֿײַער! ― סע שפּריצט מיט װאַסער פֿון אַלע זײַטן! אַ גאַנצע באָד!… פּלוצעם הער איך, עמעצער קלאַפּט מיר פֿון יענער זײַט טיר.

― װער איז דאָרטן? װער קלאַפּט?

― טראַך־טאַרעראַך!

― מיטן קאָפּ אין װאַנט! ― זאָג איך און עפֿן אױף די טיר ― עס שטײט עפּעס אַ גרױסער שװאַרצער בחורעץ, אָנגעטאָן שבתדיק, און גיט מיר אָפּ שלום־עליכם און פֿרעגט מיך:

― װי אַזױ זײַט איר געשלאָפֿן?

― װעמענס עסק איז דאָס? ― זאָג איך. ― װער זײַט איר?

― איך בין דאָ ― זאָגט ער ― אַן אַרבעטער באַם הער שנײַדער. ער האָט מיך געבעטן, איך זאָל אײַך אױפֿװאַרטן דאָ ביז איר װעט אױפֿשטײן פֿונעם שלאָף און גײן מיט אײַך אין שול אַרײַן, אױב איר האָט חשק גײן דאַװנען.

― אַזױ? ― זאָג איך. ― ביסטו, הײסט דאָס, אַן אַרבעטער־יונג באַם שנײַדער? זאָג־זשע מיר, איך בעט דיך, װאָס איז מיט דיר אַזױ די גדולה, װאָס דו האָסט זיך אַזױ אױסגעסטראָצלט, אױסגעפּוצט?

― פֿאַר װאָס נישט? װאָס האָב איך, זאָגט ער, צו זאָרגן? הענט, ברוך השם, האָב איך, מײַן באַדערפֿעניש פֿאַרדין איך מיר, קײן װײַב און קינדער האָב איך נישט, נאָר אַן אַלטן בלינדן טאַטן, װאָס זיצט באַ מיר…

― סע פֿאַרשטײט זיך, ― זאָג איך ― ביסט גערעכט, הוליע קבצן! װיפֿל נעמסטו אַ װאָך באַם שנײַדער, ניט אום שבת דערמאָנענדיק?

― אַ פֿופֿציקער, ― מאַכט ער ― און אַ חוץ האָב איך אַ קלײנעם חלק אין געשעפֿט.

― װאָס? װאָס בעלעבעטשעסטו? ― מאַך איך צו אים. ― איך פֿרעג דיך, װיפֿל נעמסטו אַ װאָך?

― איך זאָג דאָך אײַך אַ פֿופֿציקער, אַ חוץ פּראָצענט אין געשעפֿט.

װער עס האָט נישט געזען אין יענער מינוט אונדז בײדן שטײן אײנס אַקעגן אַנדערן, דער האָט קײן שײנס ניט געזען.

― פֿופֿציק קאַרבן אַ װאָך? ― זאָג איך. ― װײ איז מיר! באַ אונדז אַזאַ בחורל װי דו, אַז גאָט העלפֿט אים, ער פֿאַרדינט דרײַ קאַרבן אַ װאָך, הײבט מען אים שױן אָן צו רײדן כּלות. איך װעל דיר זאָגן דעם אמת, עס הײבט מיר שױן אָן באַנג טאָן, װאָס מײַן טאַטע האָט מיך נישט געלערנט שנײַדערײַ. מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 323

― װאָס דען איז אײַער מלאָכה? ― מאַכט ער צו מיר.

― מײַן מלאָכה? ― זאָג איך. ― מײַן ט אַ ט ע איז נישט געװען קײן בעל־מלאָכה, א י ך בין נישט קײן בעל־מלאָכה און מײַנע ק י נ ד ע ר װעלן נישט זײַן קײן בעלי־מלאָכות, אם ירצה השם, מיט גאָטס הילף.

― װאָס־זשע דען זײַט איר?

― װאָס־זשע דען בין איך? אַ ייִד בין איך.

― איך מײן ― זאָגט ער ― װאָס איז אײַער טועכץ? מיט װאָס באַשעפֿטיקט איר זיך? פֿון װאָס לעבט איר?

― פֿון װאָס איך לעב? ― זאָג איך. ― פֿון װאָס גאָט גיט, פֿונעם װינט לעבט מען.

― װאָס הײסט ― זאָגט ער ― פֿונעם װינט?

― אָט דאָס הײסט! ― זאָג איך. ― מע דרײט זיך אַרום מיטן שטעקל אין מאַרק, טאָמער װעט גאָט צושיקן דאָס, יענץ, לאָקש, בױדעם, ציבעלעס ― גאָט פֿירט אױס…

― און טאָן, הײסט דאָס, טוט איר גאָר נישט?

― װאָס הײסט ― זאָג איך ־ גאָר נישט? מע טוט אַלצדינג, װאָס מע קאָן.

― װאָס־זשע קאָנט איר?

― אָט װעל איך דיר באַלד ― זאָג איך ― גײן דערצײלן װאָס איך קאָן… זאָג מיר בעסער, נשמה מײַנע, װאָס טוסטו, ניט אום שבת דערמאָנענדיק, מיט אַזױ פֿיל געלט, װאָס דו פֿאַרדינסט, און פֿאַרװאָס האָסטו נישט חתונה?

― איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, ― מאַכט ער ― אַז איך האַלט באַ זיך אַן אַלטן טאַטן אַ בלינדן…

― מילא איז װאָס? ― זאָג איך. ― איז שױן עק־װעלט? בכן, טאָר מע ניט חתונה האָבן?

― „כּבֿוד־אָבֿ“! ― מאַכט ער צו מיר און שטשירעט די צײן. ― „כּבֿוד־אָבֿ“ איז נישט קײן קלײניקײט. מײַן אַלטער, זאָל מאַריך ימים זײַן, לעבט זיך אָפּ באַ מיר אַף דער עלטער, װי אַ גראַף; גאַנצע טעג ליגט ער באַ מיר אין גאָרטן און אַרבעט בעסער פֿון אַ זעענדיקן.

― װי קומט צו דיר ― זאָג איך ― אַ גאָרטן? ― איך האָב ― זאָגט ער ― אַ שטוב מיט אַ גאָרטן. דאָס האָב איך בירושה טאַקע פֿון מײַן אַלטן.

― אױב אַזױ, ― זאָג איך ― מעגסטו אים טאַקע אָפּגעבן כּבֿוד; ער האָט דאָס באַ דיר ערלעך פֿאַרדינט. איך װאָלט אַ בעלן געװען באַ דיר מאָרגן, אם ירצה השם, אָנקוקן דײַן שטוב און זען, װי דײַן טאַטע באַאַרבעט בלינדערהײט דײַן גאָרטן.

― איך בעט אײַך טאַקע, ― מאַכט ער צו מיר ― עס װעט זײַן באַ מיר דער גרעסטער כּבֿוד, און מײַן אַלטער װעט זיך מחיה זײַן.

― װאָס איז ער געװען, דער טאַטע דײַנער? ― זאָג איך צו אים ― אױך אַ שנײַדער?

― נײן, ― מאַכט ער ― מײַן אַלטער איז געװען כּל ימיו אַ גערטנער.

― אַ גערטנער?

― אַ גערטנער.

― װאָס איז דאָס ― זאָג איך ― פֿאַר אַ פּרנסה?

― דאָס איז אַ מלאָכה, ― זאָגט ער ― װי אַלע מלאָכות. מײַן אַלטער איז דערױף אַ גרױסער ספּעציאַליסט: זײען, זעצן, פֿלאַנצן בײמער ― דערױף איז ער אַ בריה. ער האָט אָפּגעהאָרעװעט אַלע זײַנע יאָרן, צענױפֿגעשלאָגן אַ שטיקל קאַפּיטאַל, און אַף דער עלטער האָט ער געקױפֿט אַ שטוב מיט אַ שטיקל ערד און האָט באַאַרבעט און פֿאַרפֿלאַנצט אַ גאָרטן. ער האָט אַזױ ליב די דאָזיקע אַרבעט, אַז אַפֿילו איצט, בלינדערהײט, טרעט ער נישט אַרױס פֿונעם גאָרטן. ער איז קלאָר אין יעדן בײמעלע, ער װײס איטלעכס צװײַגעלע, אים איז באַקאַנט יעדעס גרעזעלע ― אַ קלײניקײט, אַ מענטש האָט פֿאַרבראַכט דאָס גאַנצע לעבן אַרום גרינװאַרג, צװישן בײמער און צװישן בלומען! ער האָט שטאַרק חשק געהאַט אַף דער עלטער אַװעקפֿאָרן אַהין, קײן ארץ־ישׂראל, איז ער, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, געפֿאַלן אַף די אױגן…

„נאַ דיר אַזאַ מין השׂגה! ― טראַכט איך מיר. ― אַ ייִד זאָל נאָר ליב האָבן גרינװאַרג, בײמער און בלומען!… און אַ פּראָסטער ייִד אַ גערטנער האָט חשק אַף דער עלטער פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל!“…

― װאָס װילט איר טרינקען, ― מאַכט ער צו מיר ― פֿרישע טײ, קאַװע אָדער אַ שאָל שאָקאָלאַדע? מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 325

― אַ דאַנק, ― זאָג איך ― איך בין דיר מוחל די פֿרישע טײ מיט דער קאַװע און מיטן שאָקאָלאַד; שבת טרינק איך טײ פֿונעם אַפֿן־אױװן, און באַ אײַך איז דאָך מסתּמא אַ זודיקער סאַמאָװאַר לכּבֿוד שבת?

― חס וחלילה! ― זאָגט ער. ― באַ אונדז איז אינדערװאָכן אױך נישטאָ קײן סאַמאָװאַר.

― װוּ־זשע נעמט איר זודיק װאַסער?

― פֿונעם קראַן.

― פֿון װאָסער קראַן?

פֿון דער װאַנט.

― פֿון װאָסער װאַנט?

― קומט, ― זאָגט ער ― װעל איך אײַך װײַזן.

און ער פֿירט מיך אַרײַן אין קיך אַרײַן (רײן, ציכטיק, זױבער, כאָטש שפּיגל זיך!) און מאַכט צו מיר:

― זעט איר אָט דעם קראַן? דאָס איז אַ קראַן פֿון קאַלט װאַסער, און דער אַנדערער קראַן גיט אונדז הײס װאַסער, אַלע מאָל װיפֿל איר װילט.

― און דער דריטער קראַן ― זאָג איך ― װאָס איז פֿאַר אַ קראַן?

― דער דריטער קראַן ― זאָגט ער ― איז אַ קראַן פֿון עלעקטריע.

― װאָס איז דאָס ― זאָג איך ― פֿאַר אַ שלאַק?

― דאָס גיט פֿײַער, ליכטיקײט ― מאַכט ער צו מיר און װיל אַ דרײ טאָן עפּעס אַ שרײַפֿל.

― אום שבת? ― זאָג איך. ― אום שבת װילסטו זיך שפּילן מיט פֿײַער? קום שױן בעסער אין שול אַרײַן! עס קען שױן זײַן גוט שפּעט.

― אָט װעל איך אײַך באַלד זאָגן, װוּ מע האַלט. ― מאַכט ער צו מיר און גײט צו צו דער װאַנט און טוט אַ דרײ אַ רעדל: טרררר! ― און טראָגט צו צום אױער עפּעס אַ טרײַבל און רעדט צו דער װאַנט: „נומער צװײ און צװאַנציק טױזנט אַכטהונדערט זעקס און זעכציק!… די שול?… איך בעט דעם שמשׂ אַף אַ מינוט!… דער שמשׂ?… זײַט אַזױ גוט, װוּ האַלט מען באַ אײַך?… האַ? אַ דאַנק“…

איך שטײ און קוק אים אָן, װי אַ משוגענעם.

― שױן באַלד אױסנעמעניש, ― מאַכט ער צו מיר ― קומט!

― פֿון װאַנען װײסטו? ― זאָג איך. ― האָסט געהאַט אַ ידיעה פֿון דער װאַנט?

― איך האָב געפֿרעגט דעם שמשׂ.

― װוּ האָסטו דאָ אַ שמשׂ?

― איך האָב גערעדט מיטן שמשׂ דורכן טעלעפֿאָן.

― טעלעפֿאָן? ― זאָג איך. ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שװאַרץ יאָר?

― טעלעפֿאָן ― מאַכט ער צו מיר ― װײסט איר נישט? טעלעפֿאָן ― דאָס איז דאָך דער טעלעפֿאָן, װאָס מע רעדט אַף אים!

― װאָס הײסט ― זאָג איך ― מע רעדט אַף אים? װי אַזױ רעדט מען דאָס אַף אים?

― װי אַזױ רעדט מען? ― זאָגט ער. ― אָט װעל איך אײַך געבן צו פֿאַרשטײן. איך טו אַ דרײ אָט־דאָ מיטן רעדעלע, דערהערט מען דאָרט, גײט יענער און דרײט דאָרטן, דערהער איך דאָ, הײבט מען אָן רײדן; און אַז מיר רײדן אָפּ, טו א י ך אַ דרײ, נאָכדעם טוט ע ר אַ דרײ ― און אַן עק.

― טפֿו זאָלסטו װערן! ― מאַך איך צו אים. ― האָסטו געזען אַ שנײַדערוק גיט צו פֿאַרשטײן! דרײ איך, דרײסטו, דרײט יענער… איך װיל װיסן דעם שׂכל, װאָס דאָ שטעקט!

― דעם שׂכל ― מאַכט ער צו מיר ― פֿונעם טעלעגראַף װײסט איר?

― סאַ משל! ― זאָג איך. ― דער טעלעגראַף איז עפּעס אַנדערש! דעם טעלעגראַף פֿאַרשטײט אַ מינדסט קינד! טעלעגראַף איז פֿאַראַן אומעטום! אַ טײַערע מציאה!

― פּונקט דאָס אײגענע ― מאַכט ער ― איז דער טעלעפֿאָן: דאָרט איז מיט אַ דראָט און דאָ איז מיט אַ דראָט. דער חלוק איז נאָר, װאָס דאָרטן קלאַפּט מען און דאָ רעדט מען.

― אָט דאָס איז גאָר? ― זאָג איך. ― און איך האָב געמײנט מי יודע װאָס! קום, לאָמיר גײן אין שול אַרײַן.

גײענדיק מיט מײַן בחורעץ אין שול אַרײַן, האָב איך ערשט דערזען די שטאָט, װי שײן זי איז, די געפֿלאַסטערטע גאַסן, װי רײן זײ זײַנען, און די הױכע װײַסע ליכטיקע מױערן מיט די גרינע בײמער, װאָס מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 327 אַרום זײ. איך האָב מיר קײן מאָל גאָר נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן אַזאַ מין רײנקײט, אַזאַ ציכטיקײט. „הלװאַי װאָלט געװען באַ אונדז אינעװײניק כאָטש האַלב, װי באַ זײ אינדרױסן!“ ― אַזױ האָב איך מיר געקלערט. ― „נאָר װוּ איז דאָ זײער גאָלד און זילבער, װאָס מע זאָגט, אַז עס װאַלגערט זיך דאָ אין די גאַסן?“

― װאָס זוכט איר? ― מאַכט צו מיר דער בחור.

― דעם נעכטיקן טאָג, ― זאָג איך.

פֿאַרפֿאַלן, ― מאַכט ער צו מיר ― איר װעט אים שױן אײביק נישט געפֿינען!

― אַ דאַנק דיר ― זאָג איך ― פֿאָר דער עצה; איך האָב גאָר ניט געװוּסט, אַז דו ביסט נאָך אַ חקרן אױך צו די צרות.

― פֿון אַ חקרן בין איך ― זאָגט ער ― נאָך װײַט, נאָר עפּעס אין די קלײנע אותיות פֿאַרשטײ איך אַביסל.

― האָסט געלערנט ― זאָג איך ― אין חדר אַמאָל?

― איך לערן הײַנט אױך.

― װאָס הײסט, דו לערנסט הײַנט אױך? ביסט דאָך ― זאָג איך ― אַן אַרבעטער, װען האָסטו צײַט לערנען?

― פֿאַרנאַכט, ― מאַכט ער צו מיר ― אַלע פֿאַרנאַכט קלײַבן מיר זיך צונױף, בעלי־מלאָכות, בעלי־עגלות, גערטנער, אַלע ייִדישע אַרבעטער אין שול אַרײַן און דאָרטן לערנט מען מיט אונדז לײענען און שרײַבן און רעכענען און גימנאַסטיקע.

― גימנאַסטיקע? ― זאָג איך. ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק?

― גימנאַסטיקע ― זאָגט ער ― הײסט לױפֿן, שפּרינגען, טאַנצן, ברעכן זיך, קלעטערן. דאָס לערנט מען באַ אונדז פֿון קינדװײַז אױף אין אַלע ייִדישע חדרים.

― פֿאָרמאַלנע משוגעים! ― זאָג איך. ― טאַנצן, שפּרינגען, דראַפּען זיך אַף די גלײַכע װענט? איר װײסט װאָס אײַך פֿעלט נאָך? ― מאַך איך צו אים.

― װאָס? ― פֿרעגט ער מיך.

― גײן ― זאָג איך ― מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף!…

328 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם ד אָ ס פֿ י נ פֿ ט ע ק אַ פּ י ט ל

(דעם דבֿס דרשה. ― אַקאַדעמיעס אין ארץ־ישׂראל. ― מע שמועסט װעגן די רױטע ייִדלעך. ― יקום פּורקן מיט אַן אָרגל. ― אַ ייִדישער מי־שברך. ― אַ נײַער משוגענער. )

געקומען אין שול אַרײַן זײַנען מיר שױן נאָך קריאת־התּורה. אױבן, אַף דער בימה, איז געשטאַנען דער שײנער רבֿ זײערער מיטן װײַסן קאָלנער און מיטן פֿירעקעכיקן ספּאָדיקל און האָט געהאַלטן אַ דרשה. דער עולם איז געזעסן אַף די ערטער, אַלע מיט הױכע שװאַרצע „צע־לענדערס“ אַף די קעפּ און מיט װײַסע שאַרפֿעלעך אַפֿן האַלדז. פּונקט אַזאַ מין טראָגט מיר אונטער דער שמשׂ מיטן מגן־דוד.

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאַטשײלע? ― פֿרעג איך אים.

― ס'איז אַ טלית, ― מאַכט ער צו מיר גאַנץ ערנסט.

― אַ שײנער טלית! ― זאָג איך ― עפּעס אַף געלעכטער, אַפּנים, אַ מין קינדערשפּיל!…

„װאָס קאָן ער זײ דאָ דרשענען? ―. טראַכט איך מיר. ― און װאָס פֿאַר אַ מוסר קאָן ער זײ דאָ זאָגן? מע זאָל נישט טראָגן אום שבת?… צי מע זאָל ניט קוקן אַרױף, אַף די װײַבער?“…

איך כאַפּ אַ קוק אַרױף אַף דער װײַבערשער שול ― טאַטעניו! אָנגעשטױסן מיט װײַבער! און װאָסערע װײַבער? פּריצות! היטעלעך און פֿעדערן, דימענטן און בריליאַנטן!… איך הער מיך אײַן אין דעם „רבינס“ דרשה, טאָמער װעל איך קאָנען כאַפּן עפּעס אַ גוט װאָרט, הערן װי ער טײַטשט אַ פּסוק, װי ער זאָגט אַ פּשטל אַ שײנס, אָדער אַ משל אַ גוטן, אָדער אַזױ אַ גלײַך װאָרט ― װער? װאָס? װעמען? ער שטײט און פּלאַפּלט גלאַט אַזױ, אין דער װעלט אַרײַן, און אָן אַ שום ניגון! ער רעדט פֿון זײַטיקע ענינים גאָר, װעגן בילדונג, װעגן ייִדישע אַקאַדעמיעס אין ארץ־ישׂראל. „ס'איז װינציק, זאָגט ער, אײן אַקאַדעמיע; מע באַדאַרף האָבן, זאָגט ער, לכל הפּחות, דרײַ אַקאַדעמיעס אין ארץ־ישׂראל!“…

„אַקאַדעמיעס גאָר אין ארץ־ישׂראל! ― טראַכט איך מיר. ― זײ װײסן שױן גאָרניט װאָס אױסצוטראַכטן! אַ „מושבֿ־זקנים“ אין ארץ־ישׂראל, אַ „הקדש“ ― דאָס האָב איך געהערט; אָבער אַקאַדעמיעס? ― משוגעים!“…

― „אַקאַדעמיעס ― דרשעט װײַטער דער רבֿ ― זײַנען פֿאַר אונדז טײַערער פֿון ברױט (סע פֿאַרשטײט זיך!). מחמת ברױט, זאָגט ער, איז נאָר אַ מיטל צום לעבן; און די תּורה, זאָגט ער, איז דאָס לעבן אַלײן“. און ער פֿאַרפּראַװעט דאָס מיט אַ פּסוק: „כּי עץ חײם היא ― װאָרעם זי איז אַן אָנהאַלט פֿון ל ע ב ן , למחזיקים בה ― צו די װאָס האַלטן זיך אָן איר… תּורה! ― שרײַט ער. ― ליכטיקײט! בילדונג! װיסנשאַפֿט!“… און לאָזן לאָזט ער אױס אַזױ: „און לאָז מקױם װערן די װערטער: כּי מציון תּצא תּורה“…

איך מײן, אַז דאָס איז אַן עק פֿון זײַן דרשה, טו איך דאָך אַ געשרײ: „יקום פּורקן מן שמיא“! ― אַף אַ קול, װי איך בין געװױנט געװאָרן באַ אונדז; איך זע, דער גאַנצער עולם דרײט אױס די קעפּ אין מײַן זײַט און מע קוקט אַף מיר, װי אַף אַ בער… און דער רבֿ, דער מגיד, דרשעט װײַטער, אַלץ פֿון זײַטיקע זאַכן: װעגן דער לאַגע פֿון ייִדן בכלל און װעגן אונדזערע רױטע ייִדלעך בפֿרט… און ער הײבט אָן דערצײלן אַ מעשׂה פֿון „טױזנט אײן נאַכט“, אַז ס'איז פֿאַראַן אַף יענער זײַט סמבטיון (דאָס הײסט באַ אונדז) אַ גוזמא ייִדן, װאָס מע רופֿט זײ „די רױטע ייִדלעך“ (אַניט װײסט מען ניט!). „זײער צאָל, זאָגט ער, קאָן מען אַקוראַט ניט װיסן; נאָך מע רעכנט פֿון פֿינף ביז זיבן מיליאָן, און אפֿשר טאַקע אַלע אַכט (זאַלץ אים אין די אױגן! שטײנער אים אין האַרצן! ער זאָל כאָטש זאָגן: „קײן עין הרע“…) מחמת זײ פֿרוכפּערן זיך און מערן זיך זײער געשמאַק (כּן ירבו וכּן יפֿרצו!)… נאָר זײער לעבן, זאָגט ער, איז נעבעך קײן לעבן ניט, ס'איז אַ גאָטס רחמנות אַף זײ, זײ גײען אױס פֿון הונגער, זײ װערן דערװאָרגן אין ענגשאַפֿט, זײ גײען צו גרונט! ''… ער צעלײגט דאָס אַף טעלער, מאָלט אױס נאָך צען מאָל אַזױ, װי דאָס איז, און דער גאַנצער עולם קוקט אים גלײַך אין די צײן אַרײַן; אַלע מאָל לאָזט זיך הערן אַ זיפֿץ און אַ קרעכץ; און פֿון אױבן, באַ די װײַבער, זע איך, מע טראָגט װײַסע טיכלעך צו די אױגן, מע זאָל מײנען, אַז זײ װײנען…

„װאָס פֿאַר גוטע מענטשן איר זײַט! ― קלער איך מיר. ― איר זיפֿצט און קרעכצט אַף אונדזערע צרות? װאָס טױג מיר אײַער זיפֿצן מיט אײַער קרעכצן? טרערן? װאָס דאַרפֿן מיר אײַערע טרערן? אַז איר גײט שױן יאָ אַרײַן אין אונדזער לאַגע, העלפֿט־זשע אונדז מיט עפּעס אַנדערש! איר נעמט, לײגט זיך צונױף און שיקט אונדז אַרײַן עטלעכע קער…“

דאָ דערמאָן איך מיך, אַז ס'איז שבת, און שבת טאָר מען נישט קלערן פֿון קײן געלט־זאַכן… איך הער מיך צו, װאָס װעט ער דאָ אױספֿירן און מיט װאָס פֿאַר אַ פּסוק װעט ער אױסלאָזן די שײנע דרשה זײַנע?

― „אַף אונדז ליגט אַ חובֿ, זאָגט ער, אַרױסרײַסן אונדזערע אָרעמע אומגליקלעכע ברידער פֿון יענע אומגליקלעכע לענדער, און באַזעצן זײ אַף דער ערד פֿון אונדזער הײליק לאַנד… (אָ? װער בעט זײ? װאָס האָבן זײ זיך צוגעטשעפּעט צום הײליקן לאַנד? העלפֿט אונדז בעסער דאָ באַ אונדז, אַפֿן אָרט! אַ װײַטע הילף, זאָגט מען, איז אַ נאָענטער טױט… װאַרט אַף פֿרײַטיק, װעסטו עסן אַ קױלעטשל…) שױן צװײ טױזנט יאָר, זאָגט ער, אַז זײ װאַרטן אַף אונדז און בעטן זיך באַ אונדז (עס הײבט זיך גאָרניט אָן!), אַז מיר זאָלן זײ אױסלײזן פֿונעם לאַנגן, פֿינצטערן ביטערן גלות“. (ובזכות זה, זאָג איך, ובא לציון גואל.) „אָמן“! ― לאָזט אױס דער רבֿ די שײנע דרשה זײַנע, און פֿון אױבן טוט אַ זעץ אַראָפּ אַ געזאַנג פֿון אַ גאַנצער קאַפּעליע זינגערלעך: „אָ־אָ־אָמן! ',

איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איך הער אַ קול פֿון אַ פֿידל, פֿון אַ פֿלײט און פֿון אַ טרומײט און פֿון אַ קאָנטערבאַס.

― עס שפּילן באַ אײַך כּלי־זמר אום שבת? ― טו איך אַ פֿרעג שטילערהײט דעם שמשׂ.

― ס'איז נישט קײן כּלי־זמר, ― זאָגט דער שמשׂ ― ס'איז אונדזער אָרגאַן.

― אַן אָרגאַן! ― זאָג איך. ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אינסטרומענט?

― אַן אָרגאַן ― זאָגט ער צו מיר ― װײסט איר נישט? אָט דאָס, װאָס די לוײם האָבן געשפּילט דערױף אין בית־המקדש.

― הערסטו, אַן „אָרגעל“ ― זאָג איך ― אַזױ־זשע רעדט!

„עס האָט געקערט זײַן אַמאָל שײן באַ אונדז! ― טראַכט איך. ― דער בית־המקדש מיטן כּהן־גדול… דער אָרגעל האָט געשפּילט… די לוײם האָבן געזונגען… און אַפֿן מזבח האָט געברענט אשה ― אַ פֿײַער־אָפּפֿער…

און פֿון די קרבנות האָט זיך געלאָזט הערן ריח־ניחוח ― אַ געשמאַקער ריח“…

פּלוצעם װערן מײַנע געדאַנקען איבערגעריסן אינמיטן: דער שײנער חזן מיט דער געגאָלטער מאָרדע טרעט אַרױס און צעלאָזט זיך מיט אַ „מי שברך“, און דװקא אַפֿן ייִדישן שטײגער, װי באַ אונדז רב הערש־בער, און אַז עס קומט צו די װערטער: „ופֿת לאורחים וצדקה לענײם“, צעפּעסטעט ער זיך און צעיאַכמערט זיך, ער נעמט אײַן אַ מיתה משונה! דעם „ײן לקדוש ולהבדלה“ שלינגט ער אײַן, מאַכט אַװעק מיט דער האַנט, און פֿונעם „ופֿת לאורחים וצדקה לענײם“ מאַכט ער אַ גאַנצן צימעס. ער פֿאַרקאַטשעט זיך מיט אַ װאָלעכל, חזרט איבער אַ מאָל דרײַסיק דעם „יפֿת לאורחים“: „לאורחים, לאורחים, לאורחים! ” און טאַקע װידער אַמאָל: „ופֿת לאורהים וצדקה לענײם! וצדקה! וצדקה! וצדקה לענײם! לענײם! לענײם!“… און אָט באַ דעם „לענײם“ לאָזט ער זיך אַראָפּ מיט דער שטימע גאָר־גאַר נידעריק, און שטיל, שטיל, אַף אַ בײַ־קולכל, קױם־קױם װאָס מע הערט: „ל־ע־נ־ײ־ם“… און מיט אַ מאָל עפֿנט ער גאָר אױף אַ געמבע און טוט אַ געשרײ: „וכּל מי שעוסקים בצרכי צבור בא־מונה!“ און קװעטשט דעם „באמונה“ און מאַכט בשעת מעשׂה אַ פֿרום פּנים, גלײַך װי דער רוח כאַפּט אים אַװעק.

„מיר װײסן! ― טראַכט איך מיר. ― מיר װײסן גאַנץ גוט װאָס הײסט „עוסקים בצרכי צבור“, און נאָך „באמונה“ דערצו! באַ אונדז האָט זיך אײנער אַ יענקל, ער הײסט שױן הײַנט רב יענקל, אױסגעבױט אַ שטוב פֿון „צרכי צבור“ און חתונה געמאַכט קינדער דערפֿון… אַ װױלע פּרנסה אָט דאָס „צרכי צבור“, װי איך בין אַ ייִד! דערצו אַז גאָט גיט נאָך אַ שטיקעלע הצלחה! ''…

„ױשלח ברכה והצלחה! ', ― לאָזט אױס דער חזן און פֿאַלט אַרײַן שײן אין זײער משוגענעם נוסח אַרײַן, און די משוררים אױבן זינגען, און דער אָרגעל שפּילט ― שײן געדאַװנט מוסף!

„גװאַלד, װוּ נעמט מען אַהער אַ פּאָר רױטע ייִדלעך? ― קלער איך מיר. ― נעכײַ־בי װאָלטן זײ זען אַלצדינג, װאָס איך זע! איך װײס, איך װײס, אַז מע װעט מיר אינדערהײם נישט װעלן גלײבן“…

נאָכדעם האָט מען זיך געשטעלט שמונה־עשׂרה. שײן שטײט מען דאָ שמונה־עשׂרה, אַזאַ יאָר אַף מײַנע שׂונאים! מילא פֿון דאַװנען שמועסט מען נישט; קײנער דאַװנט דאָ ניט אַ װאָרט; מען איז יוצא מיטן חזנס זינגען און מיטן שפּילן פֿונעם אָרגעל. זײ שטײען אַלע װי די טאָקן. עמעצער זאָל זיך דאָס געבן אַפֿילו אַ שאָקל. גאָר נישט! אָבער טאַקע גאָלע גאָר נישט ― שאַ!… איך האָב מיר געטאָן מײַנס און געשטאַנען שמונה־עשׂרה, װי מע שטײט באַ אונדז… אױסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה, האָב איך אומגערן אָנגעטראָטן אײנעם אַן אױסגעפּוצטן דײַטש, װאָס איז געשטאַנען הינטער מיר, אַף די פֿיס; האָט ער זיך ,געגעבן אַ װאָרף און האָט אָנגעטראָטן נאָך אַ דײַטש, װאָס הינטער זײַנע פּלײצעס, און האָט אים אַראָפּגעװאָרפֿן דעם צעלענדער, און יענער דײַטש ― נאָך אַ דײַטש, אַזױ אַז ס'איז געװאָרן אַ שטיקל בהלה אין שול, און דער גאַנצער עולם האָט געקוקט אַף מיר, גלײַך װי זײ װאָלטן קײן מאָל קײן מענטשן ניט געזען…

― גוט שבת! ― רופֿט זיך אָן צו מיר, אַרױסגײענדיק פֿון שול, מײַן בעל־הבית, דער לאַנגער שנײַדער. ― עס טוט מיר זײער באַנג, נאָר איך האָב אײַך געמוזט אָפּטרעטן מײַנעם אַ גוטן ברודער אַף הײַנטיקס מאָל.

און מיט די דאָזיקע װערטער גיט ער מיך איבער צו אַ געפּאַקט ייִדל מיט אַ שײן בײַכל און מיט פּוכקע הענט, װי פּאַמפּעטשקעס.

― שלום־עליכם! ― מאַכט צו מיר דאָס געפּאַקטע ייִדל און שטופּט מיר אַרײַן אַ פּאַמפּעטשקע אין דער האַנט אַרײַן.

― עליכם־שלום! ― זאָג איך אים. ― מה שמכם?

― יצחק. ― מאַכט ער צו מיר און קוקט מיר אין די אױגן אַרײַן מיט אַזאַ מינע, גלײַך װי איך װאָלט א י ם נעמען פֿאַר אַן אורח אַף שבת, ניט ער מ י ך.

― יצחק? ― זאָג איך. ― יצחק אַלײן איז װינציק; איך װאָלט װעלן װיסן װ ע ר זײַט איר, װ אָ ס זײַט איר און װאָס איז אײַער ט ו ע כ ץ?

― איך בין ― זאָגט ער ― אַ היגער בעל־הבית. אַ סטאָלער בין איך.

― אַ סטאָלער? ― זאָג איך. ― אַ בעל־מלאָכה, הײסט דאָס?

― אַ בעל־מלאָכה! ― מאַכט ער מיט אַזאַ מין גרױסקײט, גלײַך װי ער װאָלט זאָגן, אַז ער איז אַ רבֿ, אַ שוחט, אַ בעל־טאַקסע, אָדער אַ פֿאַרשריבענער שטאָט־שתּדלן. מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 333

באַ אײַך ― זאָג איך ― איז קײן עין־הרע אַ גערעטעניש אַף בעלי־מלאָכות, װי איך זע אַרױס.

― און װאָס ― זאָגט ער ― איז אײַער מלאָכה?

― מײַן מלאָכה? ― זאָג איך ― איך בין נישט קײן סטאָלער.

― װאָס־זשע דען ― זאָגט ער ― זײַט איר?

― אַ ייִד ― זאָג איך ― בין איך.

― איך װײס! ― זאָגט ער. ― איך מײן, װאָס איז אײַער טועכץ? מיט װאָס פֿאַרנעמט איר זיך?

― מיט װאָס איך פֿאַרנעם זיך? ― זאָג איך צו אים אַף קאַטאָװעס. ― איך שרײַב ספֿרים.

― אַזױ? ― זאָגט ער און מאַכט מיר אַ „בואי בשלום“ און טוט זיך אַ נײג. ― זײַט איר, הײסט דאָס, אַ שרײַבער? זײער אַ פֿײַנע מלאָכה! זײער אַן אײדעלע אַרבעט! איך האָב אַ באַקאַנטן, טאַקע אַ שטיקל קרובֿ מײַנער, איז ער אױך אַ שרײַבער.

― װאָסער אַ שרײַבער ― זאָג איך ― איז ער? אַ מײדלשער שרײַבער, צי אַ שרײַבער, װאָס שרײַבט „פּראָשעניעס“, יאַבעדעם און מסירות?

מײַן סטאָלער בלאָזט אָן די באַקן און צעלאַכט זיך אַזױ, אַז ער װערט שיִער נישט צעשפּרונגען פֿאַר געלעכטער.

ע! ― מאַכט ער צו מיר נאָכדעם, אַז ער האָט זיך גוט אױסגעלאַכט. ― איר זײַט דאָך טאַקע אַ רעכטער לץ!

― איר זײַט אַלײן ― זאָג איך ― אַ גוטער לץ, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק, אַ מאַרשעלאָק, אַ פּיקהאָלץ, אַ פּיפּערנאָטער!

דערהערט פֿון מיר די דאָזיקע װערטער, האָט זיך מײַן סטאָלער אָנגעכאַפּט מיט בײדע הענט באַ די זײַטן. ער האָט אָנגעבלאָזן דאָס פּנים, װי אַ פּאַכיר, איז געװאָרן רױט, און האָט זיך אָנגעהױבן קאַטשען פֿאַר געלעכטער ― איך האָב נאָר געמײנט, אַז ער איז אַראָפּ פֿונעם זינען.

דערזען, אַז איך האָב זיך אָפּגעשטעלט און קוק אַף אים, װי אַף אַ משוגענעם, האָט ער מיטאַמאָל אױפֿגעהערט לאַכן, אױסגעװישט די אױגן און רופֿט זיך אָן צו מיר:

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, איך האָב מיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן… באַ מיר איז אַ טבֿע פֿון לאַכן… אַז איך הער, מע לײענט מיר אַמאָל אַ לעבעדיקס, װאָס אַף צו לאַכן, לאַך איך אָן אַ שיעור… מײַן פֿרױ לײענט מיר אָפֿט אַזעלכע ביכלעך, װאָס צום לאַכן… מײַן פֿרױ איז אַ געבילדעטע פֿרױ… זי װעט זיך מחיה זײַן, אַז זי װעט דערהערן, אַז איר זײַט אַ שרײַבער, אַ מחבר הײסט דאָס… מײַן פֿרױ האַלט זײער־זײער פֿון מחברים… ס'איז טאַקע זײער שײן, אַז גאָט גיט אַ טאַלאַנט און מע קאָן זײַן אַ מחבר!…

„װאָס מחברט ער מיר?! ― קלער איך מיר. ― איך האָב מיך גוט אַרײַנגעכאַפּט אָט־דאָ, ניטאָ װאָס צו רײדן!… מילא יענער, דער שנײַדער איז אַפֿילו אַ מאָדנער נפֿש, נאָר פֿאָרט עפּעס אַ שטיקל מענטש; און ער, אָט דער דאָזיקער סטאָלער, איז עפּעס גאָר אַ חושים; נײן, ער איז טאַקע פּשוט אַ משוגענער, װי איך בין אַ ייִד, אַ משוגענער!“…

ד אָ ס ז ע ק ס ט ע ק אַ פּ י ט ל (באַם סטאָלער צו דער סעודה. ― אַ גדולה ― זײ גײען אין סאָלדאַטן. ― מע רעדט פֿון משיחן. ― ער צערעדט זיך פֿון פֿײַער און פֿון װאַסער. ― ייִדישע גאַזעטן און זשורנאַלן. ― עונג שבת).

― דאָס איז מײַן פֿרױ, און דאָס איז דער אורח פֿון יענער זײַט סמבטיון; איך האָב זײ קױם אױסגעבעטן באַ ישׂראל דעם שנײַדער.

אַזױ האָט מיך פֿאָרגעשטעלט דער משוגענער סטאָלער פֿאַר זײַן װײַב, אַ „מאַדאַם“ מיט זײער שײנע אױגן און מיט קײַלעכיקע ברעמען. דערהערט די דאָזיקע װערטער, איז די סטאָלערקע געװאָרן אַזױ פֿרײלעך, גלײַך װי מע װאָלט איר אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, אַז זי האָט אױסגענומען דאָס גרױסע געװינס. זי האָט גאָרניט געװוּסט, װוּ זי זאָל מיך אַנידערזעצן. זי האָט מיך אָפּגעשאָטן מיט װערטער. זי האָט געװאָלט געװאָר װערן באַ מיר אַלצדינג אין אײן כּהרף־עין, איך זאָל איר אױסדערצײלן, װאָס באַ אונדז טוט זיך: צי ס'איז אמת, װאָס מע שרײַבט באַ זײ אַף אונדזערע רױטע ייִדלעך, אַז זײ זײַנען נאָך גאָר װילד?

― װילד? ― זאָג איך. ― זײ זײַנען נאָך אַזױ קלוג, װי אײַערע ייִדן, און אפֿשר נאָך אַביסל קליגער. אײן חסרון נאָר, װאָס קײן משוגעים זײַנען באַ אונדז נישטאָ.

― װאָס הײסט דאָס? ― זאָגט זי. ― װאָס מײנט איר דערמיט?… איך האָב געלײענט עטלעכע באַשרײַבונגען װעגן אײַערע ברידער, אַז ס'איז באַ אײַך נאָך גאָר פֿינצטער…

― אַז מע פֿאַרלעשט דאָס ליכט, ― זאָג איך ― איז אומעטום פֿינצטער…

― נשמה מײַנע! ― רופֿט זיך אָן דער סטאָלער צו זײַן פֿרױ. ― דו װילסט זיך מיט ז ײ אױסטענהן? האָסט נישט געטראָפֿן דעם אָרט. דער ייִד איז אַ שרײַבער, אַ פֿאַרפֿאַסער באַ די רױטע ייִדלעך…

דערהערט די דאָזיקע װערטער, האָב איך געמײנט, אַז די סטאָלערקע װעט אײַננעמען אַ מיתה משונה. זי האָט אױפֿגעהױבן אירע ברעמען נאָך העכער, װי זײ זײַנען, און האָט מיך אָפּגעשאָטן מיט נײַע שאלות: װער איך בין, און װי אַזױ איז מײַן אמתער נאָמען, און װאָס פֿאַר ביכער האָב איך געמאַכט…

„װאָס עס האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און אַ גאַנץ יאָר ― זאָל אױסגײן צום סטאָלערס קאָפּ! ―. אַזױ האָב איך מיר געטראַכט. ― נאַ דיר גאָר אַזאַ מין קאָמעדיע! װאָס טוט מען? גײ דערצײל איר װאָס פֿאַר ביכער איך האָב געמאַכט, אַז איך האָב אַף מײַן לעבן ניט געזען אַפֿילו, װי אַזױ מע מאַכט אַ בוך?“… אַ גליק, װאָס דער סטאָלער האָט זיך אַרײַנגעמישט סאַמע אין מיטן שמועס.

― נשמה מײַנע! אונדזער אורח װיל עסן. די ביכער לאָז איבער אַף נאָכדעם, װעסט נאָך צײַט האָבן זיך אָנרײדן מיט זײ פֿון די דאָזיקע זאַכן…

און מיר זײַנען געגאַנגען צום טיש.

איך האָב שױן אַף מײַן לעבן געזען שׂמחות, איך בין שױן אַף מײַן לעבן געװען אַף סעודות, אַף חתונות און אַף בריתן ― אַזאַ סעודה, װי באַם סטאָלער איז געװען שבת באַ־טאָג, האָב איך נאָך קײנמאָל נישט געזען. פֿון מאכלים און פֿון װײַנען שמועס איך שױן ניט; ס'איז געװען פֿון כּל־טובֿ, טאַקע כּיד המלך, עס װאָלט גענוג געװען פֿאַר נאָך עטלעכע אורחים. איך שמועס גלאַט פֿון דער שׂמחה אַלײן, פֿון דער פֿרײלעכקײט, װאָס באַ זײ איז. אַ חוץ דעם סטאָלער מיט דער סטאָלערקע און עטלעכע קלײנע קינדער, זײַנען געזעסן אַרום טיש אַ שטיק צען ייִנגלעך, שײנע, לױטערע, געזונטע „כלאָפּצעס“, אײנס און אײנס, און האָבן מקײם געװען דעם פּסוק „ױאָכלו“, דאָס הײסט, זײ האָבן געלײגט אין בײדע באַקן…

― װער זײַנען די דאָזיקע קנאַקערס? ― רוף איך מיך אָן צום בעל־הבית תּיכּף נאָכן קידוש מאַכן (זײער ארץ־ישׂראל־װײַן האָט אין זיך עפּעס אַ מין כּוח, אַז לאָז מען אױסטרינקען דאָס ערשטע גלעזל, אַזױ װערט מען באַלד באַרײדעװדיק און מע פֿילט זיך עפּעס „בגלופֿין“…).

― דאָס זײַנען מײַנע העלפֿערס, לערן־ייִנגלעך ― מאַכט צו מיר דער סטאָלער מיט גדלות.

― גוטע פּיקערס! ― זאָג איך. ― עס װאָלט פֿון זײ געקאָנט זײַן רעכטע סאָלדאַטן.

― זײ װעלן נאָך, אם ירצה השם, זײַן סאָלדאַטן! ― רופֿט זיך אָן דער סטאָלער.

― אַ גדולה אַף דער באָבע! ― זאָג איך. ― אַ גליק װעט זײ טרעפֿן!

― איך האָב אָבער מורא, ― מאַכט דער סטאָלער גאַנץ ערנסט, ― אַז נישט אַלע װעלן קאָנען דינען.

― איר האָט מורא? ― זאָג איך. ― לײענט אָפּ קריאת־שמע.

― מחמת נישט אַלע ― גיט מיר דער סטאָלער צו פֿאַרשטײן ― װעלן האַלטן די מאָס, װאָס מע דאַרף, און אַ צװײ איז פֿאַראַן צװישן זײ קורצזיכטיקע, זײ האָבן אַ נידעריקע ראיה, האָב איך מורא, מע װעט זײ ניט נעמען…

― האָט איר ― זאָג איך ― מורא? אַדרבה, מיר דאַכט, אַז איר דאַרפֿט גיכער מורא האָבן פֿאַר יענע, װאָס טױגן יאָ!

― פֿאַר װאָס? ― זאָגט דער סטאָלער.

― פֿאַר װאָס, פֿרעגט איר? פֿאַר שבת! איר װילט מיך ― זאָג איך ― פֿריצעװען? צי איר רעדט דאָס טאַקע ערנסט? װאָס פֿאַר אַ שׂמחה קאָן זײַן, אַז מע טױג פֿאַר אַ סאָלדאַט?

― װאָס פֿאַר אַ שׂמחה קאָן זײַן, אַז איר טױגט פֿאַר אַ מענטשן? ― רופֿט זיך אָן צו מיר אײנער פֿון די ייִנגלעך.

― דו שװײַג! ― זאָג איך צו אים. ― ביסט נאָך צו אַ יונגער צוציק, זאָלסט זיך אַרײַנמישן, בשעת עלטערע מענטשן רײדן צװישן זיך!

חבֿרה קוקן אײנס אַף דאָס אַנדערע און שמײכלען. דער סטאָלער װינקט צו זײ און פֿאַרבײַסט אַ ליפּ, װי אײנער רעדט: „איר װילט, אַפּנים, כאַפּן אַ פּסק?“…

― מאַכט מיר קלאָר, ― זאָג איך ― װאָס איז די גדולה, אַז גאָט העלפֿט, מע גײט אַװעק פֿאַר אַ סאָלדאַט? באַ מיר איז צו אַ קלײן קעפּעלע!

― איך װעל אײַך געבן צו פֿאַרשטײן ― רופֿט זיך אָן די סטאָ־ לערקע ― ערשטנס, איז די דינסט אַלײן אַן אײַנגענעמע זאַך; ס'איז אַ סימן, אַז מען איז געזונט און שטאַרק אַף אַלע אבֿרים. צװײטנס, איז שײן, אַז מען איז אַ סאָלדאַט: מען קאָן זיך דערדינען אַ כּבֿוד. און, דריטנס, באַדאַרפֿן מיר דאָך האָבן אונדזערע אײגענע סאָלדאַטן, אונדזער אײגן היל אין ארץ־ישׂראל. װאָס פֿאַר אַ פּנים האָט אַ פֿאָלק, װאָס װיל האָבן אַ לאַנד און האָט נישט קײן היל?

― װאָס באַדאַרפֿט איר ― זאָג איך ― היל? איר װילט דען זיך גײן שלאָגן? מלחמה האַלטן מיט עמעצן?

― שלאָגן זיך, ― זאָגט זי ― מלחמה האַלטן װעלן מיר נישט באַדאַרפֿן מיט קײנעם; נאָר די מענטשן זײַנען נאָך נישט געקומען צו דער מדרגה אַז אַ מלוכה זאָל זיך קאָנען באַגײן אָן מיליטער, אָן סאָלדאַטן…

― װוּ האָט איר ― זאָג איך ― אַ מלוכה?

― װאָס הײסט? ― זאָגט זי. ― נו, און ארץ־ישׂראל?

― איר רעכנט, אַפּנים, ― זאָג איך ― טאַקע גאַנץ ערנסט, אַז משיח קומט שױן?

― משיח ― זאָגן זײ אַלע מיט אַמאָל ― איז שױן געקומען.

― מזל־טובֿ אײַך! ― זאָג איך. ― װען איז ער דאָס געקומען צו אײַך?

― פֿון יענער מינוט אָן, ― זאָגן זײ ― זינט מיר האָבן אַלע ביז אײנעם אָנגענומען דעם רעיון פֿון ישובֿ ארץ־ישׂראל, איז געקומען משיח.

― װי אַזױ איז ער אָנגעקומען צו אײַך? ― זאָג איך. ― רײַטנדיק אַף אַ װײַס פֿערדל? און װוּ איז אליהו הנבֿיא? און װוּ איז די מלחמה פֿון גוג ומגוג? און װוּ איז דער בלאָז פֿונעם שופֿר? און װוּ איז דאָס ערדציטערניש? און װוּ זײַנען די אַלע איבעריקע סימנים, װאָס באַװײַזן אַף משיחן? זעט נאָר, צי פֿירט מען אײַך ניט אין באָד אַרײַן? קוקט זיך נאָר צו צו אײַער משיחן, צי איז ער נישט קײן אַפֿעריסט? לאָז ער אײַך באַװײַזן אַ געשריפֿטס, שװאַרץ אַף װײַס…

איך האָב זיך צערעדט פֿון פֿײַער און פֿון װאַסער. איך װײס גאָר ניט, פֿון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען אַזױ פֿיל רײד? דער גאַנצער עולם איז געזעסן און געשװיגן, געקוקט אײנס אַף דאָס אַנדערע און געחדושט זיך, װי קומט צו אַ רױט ייִדל אַזױ פֿיל מאַטעריאַל? זײ האָבן, אַפּנים, אַ טעות געהאַט אין חשבון. זײ האָבן געמײנט אַף מיר, אַז ס'איז זיך גלאַט אַזױ אַ ייִדל; צום סוף האָבן זײ אַרױסגעזען, אַז דאָס איז „אַ ייִ ד אַ ז ע ל כ ע ר , װ אָ ס ק אַ ט אָ ר י װ ע ל ־ כ ע ר ''… האָבן זײ געקוקט אײנס אַף דאָס אַנדערע, נאָכדעם רופֿן זײ זיך אָן צו מיר:

― אפֿשר װילט איר אַביסל צולײגן זיך אָפּרוען נאָכן עסן? זאָגט, שעמט זיך נישט.

― װאָס איז דאָ פֿאַראַן ― זאָג איך ― צו שעמען זיך? און איר שלאָפֿט דען נישט שבת באַטאָג?

― נײן ― זאָגן זײ.

― װאָס דען ― זאָג איך ― טוט איר?

― מיר ―. זאָגן זײ ― װעלן זיך דורכגײן אין אונדזער פֿאָלקס־ביבליאָטעקע.

― װוּהין?

― אין אונדזער פֿאָלקס־ביבליאָטעקע.

― װאָס װעט איר דאָרטן טאָן? ― פֿרעג איך זײ. ― לערנען משניות, צי זאָגן תּהלים?

― מיר װעלן געװאָר װערן ― זאָגן זײ ― װאָס טוט זיך נײַס אין דער ייִדישער װעלט.

― נײַס ― זאָג איך ― װעט איר דאָך קאָנען הערן אין שול, באַ מנחה למעריבֿ.

― אין שול ―. זאָגן זײ ― נײַס? װער גײט דען אין שול אַרײַן הערן נײַס? אַ שול איז דען אַ קלוב?

― אַ קלײניקײט ― אַזעלכע צדיקים, װי איר זײַט! גאָט אין ציצית!… זאָגט זשע מיר, איך בעט אײַך, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן: הײסט דאָס, קלײַבט איר זיך צענױף אַלע שבת נאָכן טיש אַהינצו־צו, װי אַזױ רופֿט מען דאָס באַ אײַך?

― אין אונדזער פֿאָלקס־ביבליאָטעקע.

― װאָס זשע טוט איר דאָרטן ―, זאָג איך ― אין יענער ביבליאָ־טעקע? איר קומט זיך צענױף, װי להבֿדיל די גױים אין שענק, הײסט דאָס, און רעדט מסתּמא דבֿרים בטלים?

― מיר רײדן נישט דאָרטן ― זאָגן זײ ― קײן דבֿרים בטלים; מיר לײענען ייִדישע צײַטונגען, ביכער, זשורנאַלן, גאַזעטן.

― ייִדישע גאַזעטן? ― זאָג איך. ― אַ סך גאַזעטן? מסתּמא אײנעם אַ גאַזעט?

― פֿאַר װאָס נישט עטלעכע הונדערט?

― װאָס? עטלעכע הונדערט?!

― עטלעכע הונדערט.

― װער ― זאָג איך ― באַדאַרף אַזױ פֿיל גאַזעטן? װער לײענט דאָס אַזױ פֿיל?

― מיר אַלע.― זאָגן זײ ― לײענען. װי קאָן מען דען לעבן אָן גאַזעטן און זשורנאַלן?

― סע פֿאַרשטײט זיך! ― זאָג איך. ― װי קאָן זיך באַגײן אַ סטאָ־לער אָן אַ גאַזעט? נו, און די װײַבער? װאָס לײענען די װײַבער? מסתּמא טײַטש־חומש, צאינה ראינה?

― דאָס אײגענע, ― זאָגן זײ ― װאָס מיר. װאָס איז דען די נפֿקא־מינה? מאַנצבילן, װײַבער?

― ס'איז שױן גאָר ניטאָ באַ אײַך ― זאָג איך ― קײן שום נפֿקא־מינה צװישן זכרים און נקבֿות? זײַט איר דאָך, אַפּנים, טאַקע דאָס, װאָס מע טאָר נישט אױסזאָגן?… װעל איך מיך צולײגן כאַפּן אַ דרעמל לכּבֿוד שבת, און איר גײט אײַך געזונטערהײט אין אײַער װי אַזױ רופֿט מען דאָס, צו אײַערע ייִדישע גאַזעטן…

„נאַ דיר גאָר אַזאַ מין פֿאַרגעניגן! ― טראַכט איך מיר. ― די גאַנצע װעלט איז זיך נוהג שבת נאָכן טיש זיך לײגן אַביסל שלאָפֿן; דאַכט זיך, קײן גרעסערער תּענוג דערפֿון קאָן שױן גאָר ניט זײַן! און זײ נעמען זיך צענױף אַלע אינאײנעם, גאַנץ קעקעליקהל, און מע לײענט גאַזעטן! אַ שײנע עובֿדה! אַזאַ מין עונג שבת! איבערגעקערטע מוחות! באַ זײ 340 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם איז רעכט גײן אָן אַ היטל און גלײבן אין משיחן… ניט זינגען זמירות און האַלטן פֿון ארץ־ישׂראל… זיצן װי די שׂררות, פֿרעסן און זױפֿן, און ליב האָבן די מלאָכה… אַ זכר מיט אַ נקבֿה איז באַ זײ אַלץ אײן מטבע… אַ לאַנד פֿון משוגעים!“…

איך פֿאַל אַנידער אַף זײער אַ װײך געלעגער, אַ סאַמעטענע סאָפֿע מיט „שפּרינזינעס“, און איך כאַפּ אַ דרעמל גאָר אַף אַן אַנדער מין אופֿן!

ד אָ ס ז י ב ע ט ע ק אַ פּ י ט ל

(אַן אַסיפֿה פֿון משוגעים. ― װידער אַקאַדעמיעס אין איר ארץ־ישׂראל! ― עס שיטן זיך מיליאָנען. ― אַ בריװ פֿון רױטשילדן, װאָס װיל זיך אײַנ־ קױפֿן אין חבֿרה. ― מען איז אים מוחל זײַנע מיליאָנען. ― דאָס רױטע

ייִדל קאָן זיך נישט אײַנהאַלטן און שפּרינגט אַרױס. )

שבת־צו־נאַכטס, אָפּגעמאַכט הבֿדלה און אָפּגעזאָגט די אליהו־הנבֿיאס, רוף איך מיך אָן צו דער סטאָלערקע (נישט קײן נאַרישע ייִדענע, כלעבן!):

― װוּהין איז דאָס אַװעקגעפֿלױגן אַזױ פֿרי אײַער מאַן? אַף אַ מלוה־מלכהלע מסתּמא?

― אַף אַן אַסיפֿה, ― מאַכט זי צו מיר, ― איך גײ אױך אַהין; אױב איר זײַט אַ בעלן, קומט מיט מיר.

― נקבֿות גײען באַ אײַך ― זאָג איך ― אױך אַף אַסיפֿות?

― פֿאַר װאָס ניט? ― זאָגט זי. ― װײַבער זײַנען דען קײן מענטשן נישט?

אַװדאי איז דאָס אַ קלאָץ־קשיא ― גײ געפֿין איר דערױף אַ תּירוץ!…

― מכּח װאָס ― זאָג איך ― איז באַ אײַך אַן אַסיפֿה? מכּח דער טאַקסע? צי מכּח שׂכירות דעם רבֿ? צי מכּח דעקן דאָס אַלטע בית־המדרש? איך בין קלאָר אין ייִדישע אַסיפֿות!…

― נײן, ― זאָגט זי ― דאָס איז אַן אַסיפֿה מכּח ארץ־ישׂראל.

― װײַטער ― זאָג איך ― ארץ־ישׂראל? װאָס האָט איר זיך צוגעטשעפּעט צו ארץ־ישׂראל? אַפּנים, עס גײט אײַך מער ניט אָפּ?

― זאָלט איר טאַקע װיסן, ― מאַכט זי צו מיר ― אונדז גײט טאַקע מער נישט אָפּ. מיר האָבן אַלצדינג: אי געלט, אי געזונט, אי מענטשן, אי װיסנשאַפֿט; נאָר אײן זאַך פֿעלט אונדז, אַז מיר זאָלן זיך קאָנען אױסגלײַכן מיט אַלע אַנדערע פֿעלקער ― אַ לאַנד. אַז מיר װעלן האָבן אַ לאַנד, װעלן מיר זײַן אַ פֿאָלק. ארץ־ישׂראל ― דאָס ייִדישע לאַנד, לעם ישׂראל ― צום ייִדישן פֿאָלק…

„הערסטו, ― קלער איך מיר ― זי פֿאַרשטײט דאָך גאָר אַף לשון־קודש, װוּ איך בין אַ ייִד! עמעצער פֿון אונדזערע לײַט זאָל שטײן באַ דער זײַט, זען, װי איך גײ שבת־צו־נאַכטס אײנער אַלײן מיט אַן אשת־איש איבער דער גאַס, און רײד מיט איר פֿון אַזעלכע מאָדנע ענינים, און נאָך אַף לשון־קודש דערצו, װאָלט ער געמײנט, אַז איך בין גאָר משוגע געװאָרן, אָדער ער װאָלט אַלײן משוגע געװאָרן“…

― װוּ װעט באַ אײַך זײַן ― זאָג איך ― די אַסיפֿה?

― באַם ראַבינער ― זאָגט זי ― אין שטוב.

און מיר גײען צו צו אַ גרױסן מױער און קומען אַרײַן אין אַ גרױסער, שײנער, ליכטיקער זאַל. עטלעכע לאַנגע, מיט געװאַנט געדעקטע טישן, אַ סך בענקלעך און מענטשן, ייִדן און װײַבער, בחורים און מײדלעך אָן אַ שיעור. גאַנץ אױבן־אָן זיצט אײנער, אַ גרײַז־גרױער מאַן מיט ברילן, און קלינגט מיט אַ גלעקל. אַן אַסיפֿה מיט אַ גלעקל זע איך דאָס ערשטע מאָל אַף מײַן לעבן! הײַנט די שטילקײט װאָס באַ זײ איז. מע האָט מורא אױסרײדן אַ הױך װאָרט. רײדן רעדט מען באַ זײ גאָר אײנציקװײַז. בשעת יענער האַלט אין מיטן רײדן, טאָר אים דער אַנדערער נישט מפֿסיק זײַן חלילה, װי, להבֿדיל, באַ אונדז דעם חזן, בשעת דער הױכער שמונה־עשׂרה… האָט אײנער אָפּגערעדט, שטײט אױף דער אַנדערער און רעדט זיך זײַנס… אַלע אינאײנעם זאָלן רײדן, װי באַ אונדז, אַשטײגער, ― דאָס איז נישטאָ! און אַפֿילו דער ראַבינער אַלײן (שױן כּלומרשט אַ רבֿ!), אַז ער װיל עפּעס זאָגן, פֿרעגט ער זיך אױך אָן באַם אַלטן מיט די ברילן, צי מעג ער זאָגן אַ פּאָר װערטער… װעט באַ אונדז, אַשטײגער, אַ רבֿ אָנפֿרעגן זיך באַ עמעצן, צי ער זאָל רײדן? מע װיל רײדן ― רעדט מען; צו װאָס באַדאַרף מען די אָנשטעלן? אײַ, יענער פֿאַלט מיר אַרײַן אין די רײַך? פֿאַל איך אַרײַן צו י ע נ ע ם אין די רײד…

הײַנט די ענינים גופֿא, װאָס מע האָט דאָ גערעדט ― עפּעס װילדע ענינים! ס'איז שװער צו פֿאַרשטײן, װאָס זײ װילן…

אײנער שטײט אױף און פֿרעגט אַ קשיא: מה נשתּנה ― פֿאַר װאָס איז הײַנטיקס יאָר ערגער פֿון אַלע יאָר? אַלע יאָר, זאָגט ער, נעמט מען באַ אים געלט אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל, און הײַנטיקס יאָר האָט מען באַ אים אַפֿילו קײן האַלב ניט גענומען! איר הערט אַן אומגליק?

דער אַנדערער שטײט אױף מיט אַן אַנדער טענה: למאַי גיט מען אים ניט קײן אַרבעט, ער זאָל עפּעס קאָנען אַרבעטן לטובֿת הכּלל? פֿאַר װאָס קומט דאָס אים, אַז דער און דער זאָל אַרבעטן דאָס און דאָס, און יענער זאָל טאָן יענץ און יענץ, און ער, נעבעך, דאַרף זיצן און װאַרטן, טאָמער װעט אים גאָט צושיקן עפּעס עמעצן אַ טובֿה טאָן?… איר פֿאַרשטײט, װי מע האָט אים דאָ געקױלעט די קאַפּאָטע?…

דער דריטער הײבט זיך אױף און לײגט אַנידער אַ צעטל פֿון דעם, װאָס מע האָט געטאָן ביז אַהער, און פֿון דעם, װאָס מע װאָלט געקאָנט טאָן, און פֿון דעם, װאָס ס'איז נאָך דאָ װאָס צו טאָן.

― געטאָן ― זאָגט דער דאָזיקער חכם ― האָבן מיר נאָך גאָרניט געטאָן. טאָמער האָבן מיר ביז אַהער געגרינדעט און אײַנגעלאַדעט אַזעלכע הונדערט קאָלאָניעס אײגענע אין ארץ־ישׂראל, איז דאָס אַ קלײניקײט. מיר װאָלטן שױן געקאָנט האָבן ביז איבער העכער טױזנט… טאָמער ― זאָגט ער ― האָבן מיר אין אונדזער נאַציאָנאַל־באַנק אַזעלכע צװײ הונדערט מיליאָן פֿונט שטערלינג, װאָלטן מיר, אײגנטלעך, באַדאַרפֿט האָבן אַצינד, צום װינציקסטן, אַ פּאָר מיליאַרדן. נאָך די גרױסע נדבֿות מיט די גרױסע ירושות, װאָס אונדזערע גבֿירים האָבן אָפּגעזאָגט אַף אונדזער פֿאָנד, װאָלט אונדז אָנגעשטאַנען, מיר זאָלן שױן איצטער קאָנען אָפּקױפֿן גאַנץ ארץ־ישׂראל און צערעכענען זיך מיטן טערק ביז דער לעצטער פּרוטה… איך װײס, זאָגט ער, איר װעט מיר אָפּענטפֿערן, אַז מיר האָבן אַ סך געלט און אַ סך צײַט אױסגעגעבן אַף קולטור. באַדאַרף איך אײַך אָבער דערױף אָפּענטפֿערן צוריק, אַז מיר האָבן דאָ אױך אַ סך װינציקער, װי מיר װאָלטן געקאָנט האָבן ביז אַהער… אונדזער הער ראַבינער איז גאַנץ גערעכט געװען, װאָס ער האָט אונדז הײַנט אין שול אױסגעװאָרפֿן, אַז אײן ייִדישע אַקאַדעמיע אין גאַנץ ארץ־ישׂראל איז קאַרג. אונדז װאָלט אָנגעשטאַנען, מיר זאָלן האָבן דרײַ אַקאַדעמיעס, פֿיר אַקאַדעמיעס, פֿינף אַקאַדעמיעס!…

איך שטײ נאָר פֿונדערװײַטן און באַטראַכט די דאָזיקע מאָדנע מינים ייִדן. װידער אַקאַדעמיעס אין ארץ־ישׂראל? אײן אַקאַדעמיע אַף גאַנץ ארץ־ישׂראל איז זײ קאַרג; זײ באַדאַרפֿן האָבן צען אַקאַדעמיעס, הונדערט אַקאַדעמיעס, טױזנט אַקאַדעמיעס, מיליאָנען אַקאַדעמיעס!…

דער חכם זעצט זיך אַנידער, און עס שטײט אױף אַ נײַער תּנא און באַקלאָגט זיך אַף דער לאַגע פֿון די ייִדישע גערטנער אין ארץ־ישׂראל, װאָס זײ האָבן הײַנטיקס יאָר ניט געקאָנט אַרײַנטראָגן אין פֿאָנד אַרײַן מער פֿון אַ האַלבן מיליאָן פֿראַנק… נאָר אױב, זאָגט ער, די לאַגע פֿון די גערטנער איז נישט אַם בעסטן, איז די לאַגע פֿון די בעלי־מלאָכות אין ארץ־ישׂראל גאָר טרױעריק: די בעלי־מלאָכות אין ארץ־ישׂראל, זאָגט ער, האָכן תּמיד געהאַט זײער אײגענע ביבליאָטעקע, און הײַנט זײַנען זײ נעבעך געבליבן אָן אַ ביבליאָטעקע: זי איז אָפּגעברענט געװאָרן, און זײ מוזן גײן אין פֿרעמדע ביבליאָטעקעס (אַ גאָטס רחמנות אַף זײ!…). הײַנט, זאָגט ער, די ייִדישע אַרבעטער פֿונעם אײַזנבאַן אין ארץ־ישׂראל ― די זײַנען גאָר אומגליקלעך: ביז אַהער האָבן זײ געהאַט זײער אײגן טעאַטער, און איצט איז דאָס טעאַטער צעפֿאַלן געװאָרן, װאָרעם די בעסטע שפּילער האָבן חתונה געהאַט און זײַנען זיך צעפֿאָרן, דער אַהער, דער אַהין. און דערװײַלע זײַנען נעבעך די ייִדישע באַן־אַרבעטער געבליבן אָן אַ טעאַטער (אַ שטײן קאָן אױך צעגאָסן װערן פֿון געװײן!… אַ קלײניקײט ― ייִדישע באַן־אַרבעטער זײַנען געבליבן אָן אַ זײדן!…).

נאָך דעם תּנא שטײט אױף נאָך אַ חבֿרה־מאַן פֿון די יונגע לײַט און רעדט מיט פֿײַער, פֿאַלט אָן אַף דער חבֿרה „כּרמל“ און זאָגט, אַז די חבֿרה „כּרמל“ איז די רײַכסטע צװישן אַלע ייִדישע חבֿרות; ס'איז אַ יושר, אַז די חבֿרה „כּרמל“ זאָל געבן װײַן אַף אַלע ייִדישע בקור־חולימס אין ארץ־ישׂראל אומזיסט. נישקשה, זאָגט ער, טאָמער װעט די חבֿרה „כּרמל“ פֿאַרדינען װינציקער מיט עטלעכע הונדערט טױזנט קערבלעך אַ יאָר, איז אױך אָן אַן אומגליק! דער גוטער יאָר װעט זײ נישט נעמען!…

נאָך אים שטײט אױף אײנער, אַ יונגערמאַנטשיק, און לײענט פֿון אַ פּאַפּיר עפּעס אַ גאַנצע מגילה מכּח מיליטער, מכּח ייִדיש היל, לײגט פֿאָר 344 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם נײַע פּלאַנען, װי אַזױ און װאָס און װען, און אַלע הערן אים אױס מיט קאָפּ, פֿרעגן קשיות, און ער פֿאַרענטפֿערט זײ. און אַז ער לאָזט אױס, װערט אַ פּאַטשערײַ „בראַװאָ!“ און אַ געשרײ: „הידד!“ „הידד!“ ― מע קאָן טױב װערן!…

צום סוף שטײט אױף דער בעל־הבית אַלײן, דאָס הײסט, דער ראַבי־ נער, און לײענט איבער אַ בריװ פֿון רױטשילדן. פֿונעם לײענען פֿאַרשטײ איך, אַז רױטשילד שמײכלט זיך צו צו דער חבֿרה, ער װיל װערן אַ חבֿרה־ מאַן גלײַך מיט אַלע, און זאָגט זײ צו „הרים וגבֿעות“, שיט מיט מי־ ליאָנען.

איך שטײ און באַטראַכט זײ און קלער מיר: באַ אונדז, אַז ס'זאָל זיך טרעפֿן, אַשטײגער, אַזאַ מעשׂה: אַ גבֿיר זאָל זיך װעלן אײַנקױפֿן אין חבֿרה, ― איך װײס װאָס עס װאָלט געװען? מע װאָלט געקראָכן אַף אַלע פֿיר, מע װאָלט פֿאַר פֿרײד געגאַנגען אַ טענצל! װאָרעם באַ אונדז אַ גבֿיר אַז ער זאָגט נאָר אַ גוט װאָרט אַלײן, אָן געלט, איז מען שױן אױך צופֿרידן: „דער גבֿיר האָט גערעדט, דער גבֿיר האָט געזאָגט, דער גבֿיר האָט גענומען באַם שמשׂ אַ שמעק טאַבאַקע און האָט אַ ניס געטאָן, צו געזונט זאָל אים זײַן! צו לאַנגע יאָר!…“ איך האָב געמײנט, אַז חבֿרה װעט דאָ צעגאַנגען װערן פֿאַר תּענוג; צום סוף ― װער? װאָס? ס'איז געװען אַ סך אַזעלכע, װאָס האָבן געפֿרעגט קשיות: „װוּ איז געװען רױטשילד פֿריִער, דעמאָלט, װען מע האָט אים באַדאַרפֿט? דעמאָלט, װען מען איז צו אים געקראָכן? דעמאָלט, װען עס האָבן זיך געגאָסן ייִדישע טרערן און ייִדיש בלוט? דעמאָלט האָט ער זיך פֿאַרשלאָסן בחדרי־חדרים? דעמאָלט האָט ער ניט פֿאַרשטאַנען קײן ייִדיש?… איצט, אַז גאָט האָט אונדז געהאָלפֿן, מיר האָבן זיך מיט אונדזער אײגענער הילף אַרױפֿגעשלאָגן אַף אַ דרך, איצט, אַז גאָט האָט אונדז מזכּה געװען, אונדזער פֿאָלק הײבט אָן װערן לײַטן גלײַך, קומען צו אונדז אונדזערע צאַפּעס ― (אַ שײגעץ קאָן!) און װילן זיך אײַנקױפֿן מיט זײערע מיליאָנען, בכדי זײ זאָלן קאָנען זאָגן אַ דעה? נײן, באַ אונדז פֿאַרקױפֿט זיך נישט קײן כּבֿוד פֿאַר קײן געלט! כּבֿוד באַדאַרף מען באַ אונדז פֿ אַ ר־ד י נ ע ן , פֿ אַ ר ה אָ ר ע װ ע ן! מיר דאַרפֿן ניט רױטשילדן! מיר דאַרפֿן ניט זײַנע מיליאָנען!“ מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 345

דאָ האָב איך זיך שױן מער ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און בין אַרױסגעשפּרונגען.

― רבותים! ― האָב איך מיך אָנגערופֿן צו זײ אַף אַ קול. ― האָט קײן פֿאַריבל נישט, װאָס איך, אַ װילד־פֿרעמדער גאָר, אַן אורח פֿון יענער זײַט סמבטיון, שפּרינג אַרױס און מיש מיך אַרײַן אין אײַערע ענינים. מע זאָגט באַ אונדז אַ װערטל: „אַ גאַסט קומט אַף אַ װײַל ― און זעט אַף אַ מײַל“. איך בעט באַ אײַך נאָך אַמאָל הונדערט מאָל מחילה, איר װײַזט מיר אױס אין מײַנע אױגן רײן משוגע! מילא, דעם אומגליק, װאָס די באַן־אַרבעטער אין ארץ־ישׂראל זײַנען געבליבן, ניט דאָ געדאַכט, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט, אָן אַ טעאַטער, ― דאָס בין איך אײַך מוהל. נאָר דאָס, װאָס דער דאָזיקער עזות־מחוצף־פּנים האָט נאָר־װאָס גערעדט קעגן אַזאַ מענטשן, װי רױטשילד, ― אַ קלײניקײט רױטשילד! ― דאָס, זאָג איך, איז שױן אַזאַ עװלה, װאָס איך קאָן דאָס שױן ניט איבערטראָגן! באַ אונדז װאָלט מען אַזאַ חבֿרה־מאַן אַנידערגעלײגט און מע װאָלט אים, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַרײַנגע־פֿידלט אין װי־הײסט־מען־דאָס אַ שטיקלעך זעכציק, ער זאָל װיסן הלכות דרך־ארץ, װי אַזױ צו רײדן קעגן אַ גבֿיר! איך זאָל זײַן באַקאַנט מיט רױטשילדן, װאָלט איך אים דער ערשטער איבערגעגעבן װאָס דאָ האָט זיך אָפּגעטאָן! ס'איז אַ מצװה, מע זאָל אַזעלכע שקצים, עזות־פּנימער צערײַסן, װי מע צערײַסט אַ הערינג אום ערבֿ יום כּפּור! אַדרבה, זאָגט אפֿשר, אַז נײן?…

דערהערט פֿון מיר אַזעלכע דבורים, האָבן זײ זיך, אַפּנים, שטאַרק פֿאַרשעמט, מחמת זײ האָבן מיר נישט געענטפֿערט דאָס אַנדערע װאָרט; זײ האָבן זיך נאָר איבערגעקוקט אײנס מיט דאָס אַנדערע, געשמײכלט און געשושקעט זיך שטילערהײט… עס װײַזט אױס, אַז זײ האָבן מורא געהאַט, טאָמער, אַ קשיא אַף אַ מעשׂה, נעם איך און איך שרײַב טאַקע אַװעק װעגן דעם צו רױטשילדן?…

― מיר װעלן אײַך ביסלעכװײַז קלאָר מאַכן, ― רופֿט זיך אָן צו מיר דער רבֿ ― מיר װעלן אײַך…

― איר האָט מיך ניט ― זאָג איך ― װאָס קלאָר צו מאַכן; איך בין נאָך, ברוד השם, באַ אַלע געדאַנקען…

דער אַלטער, װאָס מיט די ברילן, טוט אַ קלונג מיטן גלעקל און זאָגט, אַז די אַסיפֿה איז אױס אַסיפֿה, און דער עולם הײבט זיך אױף און מע זינגט אינאײנעם אַ ליד אַף לשון־קודש, װאָס הײבט זיך אָן און לאָזט זיך אױס מיט די װערטער: „עוד לא אבֿדה תּקותּנו! ', אַלע זינגען: אי די אַלטע לײַט, אי די יונגע, אי די זכרים, אי די נקבֿות ― ניטאָ װער ס'זאָל לאַכן!…

― איר האָט דאָס גוט געזאָגט! ― מאַכט צו מיר דער סטאָלער צוריקװעגס און בלאָזט זיך אָן װי אַ פּאַכיר און װערט צעפּלאַצט לאַכנדיק. ― איך האָב אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז איר מאַכט פֿון זײ אַ שפּאַס.

― אַװדאי! ― זאָג איך. ― איר פֿאַרשטײט מער פֿון אַ טױטן! איר פֿאַרשטײט פּונקט אַזױ פֿיל, װיפֿל מײַן שטיװל!

דער סטאָלער כאַפּט זיך אָן מיט בײדע הענט באַ די זײַטן און קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער.

― ס'איז שױן אַף אײַך װידער ― זאָג איך ― אָנגעפֿאַלן דאָס לעבעדיקע? שוטה בן פּיקהאָלץ! רב שעיה קאָטער! רב מענדע לאָקש! אַבֿרהמל כיריק! בערל באַס! חײם טראַסק! מאָטל װאַרעניק!…

ער לאַכט נאָך שטאַרקער, ער װערט שיִער נישט צעזעצט פֿאַר געלעכטער!

איך טו אַ שפּײַ אַף דעם משוגענעם סטאָלער און פֿאַרטיף מיך אין מחשבֿות: װאָס זײַנען זײ פֿאַר ברואים?… פֿון דעם שבת־צו־נאַכטס, מיט די אַלע רעדעס, מיט זײערע מיליאָנען דרײט זיך מיר אַזױ דער קאָפּ, אַז איך װײס שױן גאָר ניט אַף װאָס פֿאַר אַ װעלט איך בין. אײנס פֿון די בײדע: אָדער זײ זײַנען משוגעים, אָדער איך בין משוגע?…

נײן, ז ײ זײַנען די אמתע משוגעים!… ע נ ד ע ע ר ש ט ע ר ט ײ ל.

געשריבן אין יאָר 1900 דערצײלט בהדחבה פֿון אַ קרושניקער ייִדן, װאָס זיצן זיצט ער אין קרושניק נאָר רופֿן רופֿט מען אים „יאַנקל יונעװער“, װײַל ער איז פֿון יונעװ, פֿאָרנדיק אַפֿן שיף פֿון קאָפּענהאַגען ביז ניו־יאָרק, און איבערגעגעבן װאָרט אין װאָרט.

1.

יאַנקל יונעװער פֿון קרושניק.

― ― ― פֿאָרט איר, הײסט עס, פּאַני שלום־עליכם, אױך אַהינצוצו, װי אַלע? ― זײער אָנגעלײגט!

נישט מחמת, װי זאָגט איר, צרת רבים חצי נחמה. חס ושלום! אַדרבה, פֿאַרקערט! למאַי זאָל איך זאָגן? נאָר װאָס דען? גלאַט אַזױ, ס'איז עפּעס הײמלעכער אַף דער נשמה צו װיסן, אַז א ו נ ד ז ע ר שלום־עליכם, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿאָרט אױך מיט אונדז, פּשוטע עמיגראַנטן, אַף אײן שיף, אַהין, אין יענעם לאַנד אַרײַן, װאָס גאָט האָט באַשאַפֿן פֿון ייִדנס װעגן, זײ זאָלן האָבן װוּהין צו אַנטלױפֿן, אַז עס טרעפֿט זיך אַ צרה שלא תבוא, אַן אומגליק, אַ פּאָגראָם, אַ מלחמה…

איך װעל אײַך זאָגן דעם אמת ― עס גלײבט זיך עפּעס גאָר ניט, אַז ס'איז נאָך פֿאַראַן הײַנטיקע צײַטן ערגעץ אַף דער װעלט אַזאַ ניכטער װינקל, װוּ מענטשן זײַנען ניט פֿאַרשכּורט פֿון בלוט און מע קױלעט זיך ניט אין די אַלפֿים, װי מע קױלעט באַ אונדז, אַשטײגער, עופֿות, אַז עס קומט ערבֿ יום־כּפֿור צו די כּפּרות, און מע האַקט ניט אײנס דאָס אַנדערע, װי מע האַקט הערינג, און מע בראָקט ניט קײן מענטשן, װי מע בראָקט קרױט…