ייִדישע שרײַבער: װעגן פֿרישמאַנס יובילעום

שלום עליכם (אַלע װערק)

מע זיצט זיך אין דעם שײנעם פֿרײַען שװײצערלאַנד, אונטער די בלױע הימלען, אַף די הױכע מיט שנײ־באַדעקטע אַלפּנבערג, װײַט פֿון דער ליבער הײם, אָפּגעריסן פֿון אײגענע און פֿון הײמישע, און מע הערט ניט אַ ייִדיש װאָרט. נאָר דער גוטער גאָט פֿאַרלאָזט נישט און גוטע מענטשן פֿאַרגעסן נישט און שיקן צו צײַטונגען פֿון גאָר דער װעלט און פֿון כּל המינים; לײענט מען זיך אָן און מע הערט זיך אָן צרות פֿון דער הײם, צרות צרורות אַף ייִדן, מיט גזירות רעות, מיט רדיפֿות, מיט אַנגסטן, מיט באָיקאָט, מיט געװײנען, װעלכע קײנער װיל ניט הערן, מיט טרערן, װעלכע קײנער װיל נישט זען ― און פּלוצעם לײען איך אַ נײַס: אַ יובילעום! אין װאַרשע, װי אױך אין אַנדערע שטעט, קלײַבט מען זיך צו פֿײַערן אַ יובילעום פֿון אײנעם פֿון אונדזערע גרעסטע און פֿון אונדזערע בעסטע און פֿון אונדזערע שענסטע ― פֿון דװיד פֿרישמאַן ― און עס װערט אַף אַ װײַלע ליכטיק אין די אױגן, פֿרײַ אַף דער נשמה, גרינג אַפֿן האַרצן.

און אָט פֿאַר װאָס: מיר זײַנען דאָך עפּעס ייִדן אַף דער װעלט, און ייִדן זײַנען דאָך עפּעס אַנדערש פֿון אַלע פֿעלקער. אַלצדינג, װאָס אַלע פֿעלקער האָבן, האָבן מיר, ברוך־השם, ניט. האָבן מיר נישט קײן באָדן, קאָנען מיר נישט שטעלן קײן דענקמאָלן אונדזערע גדולים. נישטאָ װוּ. האָבן מיר נישט קײן מעצענאַטן, קײן ליבהאָבער מיט פֿולע קעשענעס, קײן אײגענע נאָבעלס, קאָנען מיר נישט אַרױסקוקן, אַז עמעצער פֿון אונדזערע בעסטע זאָל באַערט װערן אַמאָל מיט אַ בכּבֿודן פּרײַז. האָבן מיר נישט קײן אַקאַדעמיע פֿון אומשטערבלעכע, קאָנען מיר נישט דערװאַרטן, אַז עמעצער זאָל באַ אונדז פּרעטענדירן אַף אומשטערבלעכקײט. דאָס אײנציקע, װאָס באַ אונדז איז נאָך דאָ, איז ― אַ יובילעום. אַ יובילעום איז, להבֿדיל, אַ מפֿטיר. נישטאָ קײן אַנדערע כּבודים פֿאַר ייִדן. נישטאָ קײן אַמטלעכע אױסצײכענישן, קײן אַרױפֿשטײַגענישן, קײן אױפֿהײבענישן, קײן מעדאַליען, קײן אײבלען ― איז פֿאַרבליבן באַ אונדז מפֿטיר אין שול, אָדער דער ערשטער פּסוק פֿון „אַתּה הראית“, אָדער סנדק אַף אַ ברית, און פֿאַר אונדז ייִדישע שריפֿטשטעלער ― אַ יובילעום. עס קאָן זײַן, אַז פֿילאָזאָפֿיש גענומען, אַפֿן שטײגער פֿון קהלת, איז אַלצדינג בלאָטע שבבלאָטע, נאָר כּל־זמן אַ מענטש לעבט ― און לעבט נישט צוליב דעם, װאָס ער עסט און װעט נאָך עסן און עסן, ― איז אונדזער חובֿ, מיט װאָס מיר קאָנען און װי װײַט מיר קאָנען, אַרױסבאַװײַזן אַזאַ מענטשן, און דװקא באַ זײַן לעבן, נישט נאָכן טױט, אַז מיר אָנערקענען אַז ער האָט געלעבט ניט אומזיסט. און אַרױסבאַװײַזן קאָנען מיר עס נאָר ― דורך אַ יובילעום.

דאָס איז, װאָס ס'איז שײך צום יובילאַר אַלײן. אַ יובילעום האָט אָבער נאָך אַ באַדײַטונג פֿאַר אונדז גופֿא, אפֿשר נאָך מער װי פֿאַרן בעל־היובֿל. איך רײד ניט פֿון חבֿרים שריפֿטשטעלער (קנאת סופֿרים תּרבה חכמה), איך רײד פֿון גרױסן פּובליקום. פֿונעם לעזער רײד איך. אַז מיר פֿײַערן עמעצנס אַ יובילעום, עפֿענען מיר אױף זײַן ספֿר־הזכרונות, פֿירן־אונטער אַ סך־הכּל צו אַלצדינג, װאָס ער האָט געטאָן, גערעדט אָדער געשריבן, צעגלידערן עס און שאַצן עס אָפּ נאָך אונדזער אױג און פֿאַרשטאַנד, און דערמיט באַקענען מיר אַ װעלט נישט נאָר מיט די װערק פֿון דעם און דעם שריפֿטשטעלער אַלײן, נאָר מיט זײַן פֿיזיאָנאָמיע אַלס מענטש און אַלס שרײַבער, נישט װאַרטנדיק ביז ער װעט אַמאָל צומאַכן אַן אױג און מיר װעלן זיך צעגיסן דערנאָך אין הספּדים און נעקראָלאָגן, װעלכע זײַנען שטענדיק, פֿון זינט די װעלט שטײט, שטאַרק איבערגעטריבן, אַז פּלוני בן פּלוני איז געװען אַזױנער און אַזױנער… אָט דאָס איז, נאָך מײַן מײנונג, די באַדײַטונג פֿון אַ יובילעום. און אױב עמעצער פֿון אונדזערע באַרימטע האָט פֿאַרדינט אַ יובילעום, האָט דאָס אַממערסטן און אַמכּשרסטן פֿאַרדינט ― דװיד פֿרישמאַן.

דװיד פֿרישמאַן איז אַן אָריגינעלע פּערזענלעכקײט אין אונדזער ליטעראַטור. אָריגינעל איז ער דערמיט, װאָס אומעטום און אַלעמאָל, אין יעדער עפּאָכע, װען ער האָט זיך באַװיזן, האָט ער זיך באַװיזן מיט עפּעס אַזעלכעס, װאָס איז נײַ און אײגנאַרטיק און װאָס מאַכט אַ רושם און װאָס טראָגט אַף זיך, װאָלט איך זאָגן, דאָס שטעמפּל „פֿרישמאַן“. שױן דער ערשטער אַרױסטריט זײַנער אין דער העברעיִשער ליטעראַטור, גאָר אין דער יוגנט, אַלס קריטיקער מיט זײַן „תּהו ובֿהו“, איז געװען אַ דונער־קלאַפּ פֿאַר אַ גאַנצן דור פֿון מחברים. דאָס איז נישט געװען קײן געװײנלעכע בעל־הבתּישע קריטיק, װי עס פֿלעגט זיך פֿירן פֿאַרצײַטן, נאָר אַ קאַנאָנאַדע פֿון אַ יונגן לעבעדיקן אָפֿיציר, װאָס האָט אָנגעגורט די לענדן און האָט זיך אַרױסגעריסן מלחמה־האַלטן מיט שװאַכינקע, קלײנינקע, נישט באַװאָפֿנטע מענטשעלעך, װאָס זײַנען געפֿאַלן תּחת חרבֿ, ממש װי פֿליגן נעבעך, ― עס איז געװען אַ גאָטס רחמנות צו קוקן.

פֿאַרשטײט זיך, אַן פֿרישמאַן, װעלכער צײלט שױן איצט מסתּמא נישט אײן גרױע האָר, קוקט איצט אַװדאי מיט אַ פֿאַרביסן שמײכל אַף דעם דאָזיקן ביכעלע, װי אַף אַ פּראָדוקט פֿון די יונגע יאָרן, װי אַף אַ קונדסערײַ. דאָס דאָזיקע קונדסערײַ אָבער ― איך זאָג עס נאָך מײַן אײגענעם דערפֿאַרן ― האָט געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק נישט נאָר אַף די מחברים, נאָר אױך אַף דעם „קהל הקוראים“, און געהאַט אַ באַזונדערע װירקונג אַף אונדז, דעמאָלט נאָך גאָר יונגע, קינפֿטיקע שרײַבער.

די דאָזיקע װירקונג האָט פֿרישמאַן נישט אױפֿגעהערט צו פֿאַרשפּרײטן אױך שפּעטער אַפֿן יונגן דור מיט זײַן אױסגעצײכנטער געשליפֿענער שפּראַך, איך װאָלט זאָגן, פֿרישמאַנס העברעיִשער שפּראַך. פֿרישמאַנס העברעיִשע שפּראַך איז אַן אײגנטימלעך העברעיִש. די „נאַ־טור־געשיכטע“ פֿון בערנשטײן, למשל, אין פֿרישמאַנס איבערזעצונג, איז אַ מײַסטערװערק, אַף װעלכע אַ סך יונגעלײַט האָבן זיך געלערנט ― אױסער װיסנשאַפֿט ― שרײַבן העברעיִש. אַ גאַנצע רײע פֿרישמאַנס פֿעליעטאָנען אין דעם העברעיִשן „היום“ און אין אַנדערע העברעיִשע צײַטונגען האָבן באַשאַפֿן אַ באַזונדערן סטיל, פֿרישמאַנס סטיל. און נישט נאָר אין דער שפּראַך און אינעם סטיל איז פֿרישמאַן געװען נײַ. ער איז געװען נײַ אױך אינעם שאַפֿן. מיט זײַנע „אותיות פּורחות“ האָט ער געװיזן אַ נײַעם דרך, אַז מע דאַרף נישט שרײַבן דװקא קײן לאַנגע מעשׂיות, װאָס זאָלן זיך ציִען װי דער גלות, און אַז מע קאָן אין קורצינקע, גאָר קורצינקע מעשׂהלעך און נאָװעלן זאָגן אַמאָל מער, װי אין אַ גרױסער לאַנגװײַליקער געשיכטע. און אױב פֿרישמאַנס פּראָזע איז נײַ, אײגנאַרטיק, אױסגעפֿײַנט און אָפּגעקירצט, איז זײַן פּאָעזיע אױסגעהאַקט פֿון שטײן, פֿון אײדלשטײנער, געפֿײַלט און געשליפֿן מײַסטעריש. עפּעס פֿילט זיך אַ געניטע האַנט פֿון אַ געניטן מײַסטער נאָך גאָר אין די ערשטע זײַנע דיכטונגען. און מיר דאַכט, אַז פֿרישמאַן איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט אָפּגעזאָגט זיך פֿון די י"א תּנועות און אַרײַנגעטראָגן די נײַע מעטריק אין דער פּאָעזיע פֿון אונדזער ליטעראַטור. (דער גרױסער ביאַליק איז אַװדאי נאָך דעמאָלט געװען אין דער ישיבֿה און נאָך געשלײַפֿט זיך דעם קאָפּ איבער אַ שטיקל מהרש"אָ).

אָט די אַלע אײגנשאַפֿטן, די פֿײַנקײט פֿון דער שפּראַך, די אָריגי־נאַליטעט פֿונעם סטיל, הן אין פּראָזע והן אין פּאָעזיע, האָט פֿרישמאַן אַריבערגעטראָגן פֿון דער העברעיִשער אין אונדזער ייִדישער פֿאָלקס־ליטעראַטור, אין אונדזער ייִדיש לשון. און דאָס איז געװען מיט אַ יאָר פֿינף־און־צװאַנציק צוריק, און איך האָב מורא, אױב נישט איך בין געװען דער ערשטער, װאָס האָט מטמא געװען פֿרישמאַנען דעם העברעיִסט, אַרױפֿגעפֿירט, ער זאָל אײַנטונקען די פֿעדער אין אונדזער ייִדיש טינטערל און פּרוּװן געבן אַ שרײַב, װי מע האָט דאָס נאָך דעמאָלט גערופֿן „אַף זשאַרגאָן“. און פֿרישמאַן האָט אײַנגעטונקט די פֿעדער און געגעבן אַ שרײַב „אַף זשאַרגאָן“ ― און ס'איז אַרױס די באַרימטע פּאָעמאַ „אופֿיר“ (אינעם ערשטן בוך פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק“, אַרױסגעגעבן פֿון מיר אין קיִעװ אין די יאָרן 1887 און 1888). אָנגעהױבן שרײַבן אַף ייִדיש, איז פֿרישמאַן צוגעטראָטן צו דעם נישט װי יענע מיוחסים די העברעיִשע שרײַבערס, װאָס האָבן געטאָן דער װעלט אַ טובֿה און האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער שפֿחה, צו דער דינסטמױד (װי די מײנסטע פֿון זײ האָבן דעמאָלט אָנגערופֿן דעם „זשאַרגאָן“), נאָר װי אַן אמתער אַריסטאָקראַט האָט ער צוגעצױגן צו זיך דאָס פֿאָלק און גענומען רײדן מיט אים אַ פֿײַן, נאָר אַ פֿאַרשטענדלעך, ייִדיש, אַ רײנע, אײנפֿאַכע, נאָר אַ פּערלדיקע שפּראַך.

פֿון דעמאָלט אָן איז אָפּגעלאָפֿן אַ סך װאַסערן. דער „זשאַרגאָן“ איז געװאָרן אױס זשאַרגאָן, נאָר „ייִדיש“, און ס'איז אױסגעװאַקסן אַ ייִדישע ליטעראַטור, אין װעלכער פֿרישמאַן פֿאַרנעמט, דאַנקען גאָט, זײער אַ בכּבֿודיק אָרט, גאַנץ אױבנאָן, אַלס דיכטער, קריטיקער, אַלס זשורנאַליסט און אַלס פֿעליעטאָניסט, ― נאָר פֿון יענעם מין פֿעליעטאָניסט, װאָס יעדער זשורנאַל האַלט זײ לכּבֿוד שבת און לכּבֿוד יום־טובֿ. װאָרעם פֿרישמאַן אַלס פֿעליעטאָניסט איז נישט דער לץ, דער פּלױדערזאַק, װאָס קומט אַלע טאָג אַ קיצל טאָן דעם עולם. פֿרישמאַנס פֿעליעטאָן איז דער פּראָדוקט פֿונעם אײראָפּעיִשן געשמאַק, פֿון דער אײראָפּעיִשער עסטעטיק, דורכגעזײַט דורך ייִדישן געלעכטער און ייִדישע טרערן ― דער עכטער ייִדישער הומאָר. פֿרישמאַנס װיץ איז װײַט פֿון בית־המדרש, נאָר עכט ייִדיש, טיף, שאַרף און שטעכעדיק, נאָר פֿײַן; בײַסנדיק, נאָר אײדל; שנײַדנדיק, נאָר מיט כּבֿוד… פֿרישמאַנס אַ פֿעליעטאָן לכּבֿוד שבת איז אַלײן אַ שטיק שבת, פֿרישמאַנס אַ ליד איז אַ „זמר לכּבֿוד יום־טובֿ“. אַלצדינג איז דורכגעװעבט מיט ייִדישער פֿילאָזאָפֿיע. אַלצדינג איז דורכגעקנעטן מיט ייִדישע טרערן און מיט ייִדישן געלעכטער, און אַף אַלץ שװעבט דער ייִדישער גײַסט. אַלץ איז עכט נאַציאָנאַליסטיש, און אַלץ איז שטענדיק אײגנאַרטיק, טיפּיש, איך װאָלט געזאָגט פֿרישמאַניש. פֿריש־מאַן איז פֿון דעם מין פֿעליעטאָניסטן, װאָס אַז איר באַקומט דאָס ערבֿ־שבתדיקע בלאַט, קערט איר איבער די ערשטע זײַט, כאַפּט אַ קוק פֿון אונטן אַף דער צװײטער זײַט, אַף דער דריטער זײַט, דערזעט איר אַן אונטערשריפֿט: ד. פֿרישמאַן ― װײסט איר שױן פֿריִער, אַז איר װעט דאָרטן געפֿינען אי דעם װיץ, אי דאָס לעצטע װאָרט פֿון דער צײַט, אי דעם ייִדישן קרעכץ, אי דעם ייִדישן אײַנפֿאַל, ― און דאָס אַלצדינג אין דער אײגנאַרטיקער פֿרישמאַנס לײַכטער, גלאַטער, פֿײַנער שפּראַך, װאָס לײענט זיך װי אַ װאַסער. איר זײַט זיכער, אַז איר װעט דאָרטן געפֿינען װאָס צום דענקען און װאָס צום לאַכן, און כאָטש דאָס װעט זיך בײַסן און כאָטש דאָס װעט אײַך אפֿשר אָנרירן, אַלס מענטש און אַלס ייִד, סאַמע דאָרט, װוּ סע טוט װײ, נאָר איר װעט הנאה האָבן און איר װעט װעלן לײענען נאָך און נאָך. אָט דאָס איז דװיד פֿרישמאַן. אָט דאָס איז דער כּח פֿון דעם, װאָס איז צו גלײַכער צײַט אַ טאַלאַנט און אַ דיכטער און אַן עסטעט און אַ הומאָריסט, אַן אײראָפּעיִש געבילדעטער מאַן און דערצו נאָך אַ תּלמיד־חכם, פֿאַר װעלכן אַ ייִד האָט פֿון תּמיד אָן דרך־ארץ.

איך בין איבערצײַגט, אַז פֿרישמאַנס יובילעום װעט זײַן אַ יום־טובֿ נישט נאָר פֿאַר דער אינטעליגענץ, נאָר אױך פֿאַר די ברײטע מאַסן פֿון אונדזער פֿאָלק, װעלכע האָבן שױן אָנגעהױבן צו אונטערשײדן פֿון אַ שרײַבער צו אַ שרײַבער, אין װעלכער עס האָט זיך אָנגעהױבן אױסאַרבעטן אַ ליטעראַרישער געשמאַק ― און דאָס איז דער פֿאַרדינסט פֿון אַזעלכע שריפֿטשטעלער, װי פֿרישמאַן, און אין דעם פֿאַרדינסט האָט פֿרישמאַן אױב נישט דעם גרעסטן חלק. איך בין איבערצײַגט, אַז נישט נאָר אין די גרױסע צענטערן, נאָר אין אַלע ייִדישע שטעט און שטעטלעך, װוּ אַ ייִדיש װאָרט װערט געלײענט און אָפּגעשאַצט, װעט פֿרישמאַנס יובילעום אַרױסרופֿן אַ גרױסן אינטערעס און װעט איבערגײן אומעטום פֿײַערלעך און גלענצנד, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס מיר לעבן איבער אַ שטיקל ביטערע צײַט. איך בין איבערצײַגט, אַז די אינטעליגענץ און דאָס פֿאָלק װעלן זען דעם טאָג פֿונעם דאָזיקן יובילעום אױסצײכענען אַפֿן פֿײַנסטן אַרט, װי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ פֿאַרדינטן און באַליבטן יובילאַר, װי דװיד פֿרישמאַן. איך בין איבערצײַגט אױך אין דעם, אַז דער גרױסער סקעפּטיקער, דער בעל־היובֿל אַלײן, שמײכלט דאָרט ערגעץ אין דער שטיל, מאַכט זיך דערפֿון: „ייִדישע יובילעומס… ייִדישער כּבֿוד“… הערט אים נישט! נעמט אים, דעם חתן דנן, זעצט אים אַװעק אױבנאָן, און פֿײַערט אים אַ יובילעום, אַ גרױסאַרטיקן, אַ װאַרעמען יובילעום, װי ער האָט דאָס כּשר פֿאַרדינט! פֿײַערט אים אַ יובילעום, ס'זאָל רעשן, ס'זאָל זיך לאָזן הערן אַף דער װעלט און ס'זאָל זײַן אַ כּבֿוד סײַ פֿאַרן שריפֿטשטעלער, סײַ פֿאַר די לעזער!

לאָזאַנאָ (שװײץ), ערבֿ 1913 אַ פּאָר עפּיזאָדלעך.

דאָס איז געװען שױן לאַנג, גאַנץ לאַנג: מיר בײדע, נישט איך, נישט פֿרישמאַן, האָבן נאָך אַפֿילו נישט געחלומט פֿון יובילעומס…

פּערזענלעך האָבן מיר זיך נישט געקענט. נאָר גוטע פֿרײַנט זײַנען מיר געװעזן, אוהבֿים נאמנים, געשריבן זיך אײנס דאָס אַנדערע בריװלעך, „ידידי־יקירי־בריװלעך“, און געצױגן, געצױגן אײנס צו דאָס אַנדערע, װי ס'איז גאַנץ נאַטירלעך באַ יונגע שרײַבערס.

נאָר װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער, אַז מען איז צעריסן ― אײנער אין קיִעװ, דער אַנדערער אין װאַרשע ― אַ פֿאָלג מיך אַ גאַנג!

נאָר ס'איז אַ תּירוץ? ― אוהבֿים נאמנים!…

בקיצור ― פֿרישמאַן איז געקומען קײן קיִעװ צו־גאַסט צו שלום־עליכמען.

געקומען פֿרישמאַן!

פֿאַרשטײט זיך, אַרױסגעפֿאָרן אַפֿן װאָקזאַל באַגעגענען פֿרישמאַנען, געבראַכט פֿרישמאַנען גלײַך צו זיך אַהײם, אים אָפּגעטראָטן אַ גאַנצן אַפּאַרטאַמענט ― גוטע צײַטן געװען, זײ װעלן זיך שױן נישט אומקערן מער…

װי אַזױ מע האָט פֿאַרבראַכט די צײַט ― באַדאַרפֿט איר נישט פֿרעגן. בײדע געװען יונג, בײדע פֿריש, בײדע פֿרײלעך און בײדן האָט געשפּאַרט ― לאַכן האָט זיך געװאָלט, לאַכן!

איך װעל נישט דערצײלן פֿון די געלעכטערן, װאָס זײַנען געװען אין שטוב, אין גאַס, אין טעאַטער. דאָס זײַנען געװען אָפּשניצלעך פֿון צװײ קונדסים, װאָס האָבן זיך לאַנג־לאַנג געצױגן אײנס צו דאָס אַנדערע, און גאָט האָט זײ געהאָלפֿן ― חבֿרה האָבן זיך „צונױפֿגעסקאָמפּאַניעט“.