ייִדישע שרײַבער: שלום עליכם

שלום עליכם (אַלע װערק)

ד י אַ ל אָ ג

— שלום־עליכם!

— עליכם־שלום!

— פֿון װאַנען פֿאָרט מען?

— פֿון װאַרשע.

— װאָס איז אײַער געשעפֿט?

― איך בין אַ ייִדישע צײַטונג.

― מה שמכם?

— י יִ ד י ש ע פֿ אָ ל ק ס צ ײַ ט ו נ ג. און איר, פֿון װאַנען זײַט איר?

— פֿון װאַנען זאָל איך זײַן? פֿון יעהופּעץ.

— װאָס איז אײַער געשעפֿט?

— װאָס זאָל זײַן מײַן געשעפֿט? איך בין אַ ייִדישער שרײַבער.

― מה שמכם?

― שלום־עליכם.

— שלום־עליכם? קומט דאָך אײַך שלום־עליכם.

― עליכם ועל בניכם.

― װאָס־זשע מאַכט איר עפּעס, פּאַני שלום־עליכם?

― װאָס זאָלן מיר מאַכן? מע שרײַבט.

— װאָס שרײַבט מען?

— װאָס זאָל מען שרײַבן? װאָס מע זעט, דאָס שרײַבט מען.

— װאָס האָט איר פֿון אײַער שרײַבן, װאָס איר שרײַבט?

― װאָס זאָל מען האָבן? צרות האָט מען ,בױכװײטיק, האַרצקלעמעניש, בזיונות, יסורים, אַנגסטן, גריזאָטע…

― אָט דאָס איז גאָר?

― װאָס נאָך האָט איר געװאָלט?

― איך מײן…

— כּבֿוד? אָן אַ שיעור און אָן אַן ערך! קײן שרײַבער אַף דער װעלט האָט נישט אַזױ פֿיל כּבֿוד, װיפֿל אַ ייִדישער מחבר. אַ קלײניקײט באַ ייִדן אַ שרײַבער, אַ מענטש װאָס שרײַבט?

— איר מײנט דאָס ערנסט?

— װאָס דען, אין שפּאַס? קוקט זיך צו, װאָס סע טוט זיך אָפּ אַף אונדזערע יובילײען: װינטשעװאַניעס מיט „אָטקריטקעס“ פֿון פֿאַרערער, פֿון הײסע חסידים און גלאַט פֿון געטרײַע לעזער שיטן זיך פֿון אַלע עקן װעלט: פֿון כּתרילעװקע, פֿון טונעיאַדעװקע, פֿון טעטרעװעץ, פֿון שלש־סעודותשאָק, פֿון גאַלאַגאַנישאָק און פֿון סטרישטש — און פֿון װאַנען נישט? הײַנט די קאָרעספּאָנדענציעס, װאָס דער יובילאַר אַלײן שרײַבט אַרײַן אין די בלעטער! הײַנט די סעודות, די באַנקעטן, די טאָסטן ― הינט טראָגן גאַנצע קעפּ! הײַנט די סטיפּענדיעס, די צדקה, װאָס סע װערט בשעת מעשׂה צעטײלט אין ארץ־ישׂראל לטובֿת הפּועלים!… איר שפּילט זיך מיטן כּבֿוד פֿון אַ ייִדישן מחבר?

— נײן, נישט דאָס מײן איך; איך מײן…

― פּרנסה? מיטן פֿולן מױל, אַבי ער האָט צײַט און קאָן נאָך זײַן דערצו אַ מלמד, אַ קרעמער, אַ מעקלער, אַ שדכן, אָדער אַזױ אַ ייִד אַ מקבל, װאָס קאָן גײן איבער די הײַזער צונױפֿמאַכן אַף זײַן בוך… איר שפּילט זיך מיט אַ ייִדישן מחבר? אַ ייִדישער מחבר איז אַ באַװאָרנטער מענטש.

― װאָס הײסט, ער איז אַ באַװאָרנטער מענטש?

― ער איז באַװאָרנט פֿון בײדע װעלטן: פֿון עולם הזה און פֿון עולם הבא; ער איז באַװאָרנט פֿון ברױט און פֿון געזונט, פֿון גוטע פֿרײַנט, פֿון װײַב און קינדער און פֿון לײַב און לעבן…

― מיר דאַכט, פּאַני שלום־עליכם, איר רעדט שױן מיט דער גאַל, איר פֿאַרקריכט שױן אַהין, װי יענער, װאָס אין יענעם „דור“?… נישט גוט אַזױ. נישט שײן פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער, װאָס שרײַבט פֿאַרן פֿאָלק, ער זאָל אַזױ ליאַפּען אַף ייִדן. אַ ייִד איז מחױבֿ אָננעמען אַלצדינג פֿאַר ליב און זאָגן דרײַ מאָל אַ טאָג…

— גם זו לטובֿה?

― אַװדאי גם זו לטובֿה! װאָרעם װאָס װאָלט געװען, איר זאָלט דאָס אױך נישט האָבן? װאָס פֿאַר אַ פּנים װאָלטן מיר געהאַט צװישן די פֿעלקער, מיר זאָלן די אײן־און־אײנציקע קאַפּאָטע אױך אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך? מיר האָבן דען עפּעס אַן אַנדער מלבוש, אַחוץ אונדזער ליטעראַטור, מיט װאָס צו באַװײַזן זיך פֿאַר דער װעלט?

― איר זײַט אפֿשר גערעכט.

— װאָס הײסט אפֿשר? געװיס! נאָר לאָמיר רײדן פֿון עפּעס פֿרײלעכערס.

― װען האָב איך יאָרצײַט?

— נישט דאָס. איך האָב צו אײַך אַ שטיקל…

― אַ שטיקל בקשה? מסתּמא עמעצן באַשרײַבן אַף די גאַזעטן?

― חס ושלום! איך האָב צו אײַך אַ שטיקל געשעפֿט.

— מכּח אַ שדוך?

— נײן… און אפֿשר יאָ, מכּח אַ שדוך.

― װער איז דער חתן? פֿון װאַנען איז די כּלה?

― דער חתן איז אין יעהופּעץ, די כּלה איז פֿון װאַרשע.

― אַביסל אַ װײַטער שדוך. װי אַזױ רופֿט מען זײ?

— די כּלה הײסט ייִדישע פֿאָלקסצײַטונג, און דער חתן ― שלום־עליכם. געפֿעלט אײַך דער פּלאַן?

— מהכתּיתי, אַבי…

― אַבי װאָס?

― אַבי גאָר נישט.

— האַלבע װערטער האָב איך פֿײַנט. זאָגט, װאָס קװעטשט אײַך?

― װער האָט אײַך געזאָגט, אַז עס קװעטשט מיך? עס הײבט מיך נישט אָן צו קװעטשן! הכּלל, װאָס־זשע װילט איר?

— װיל איך, אַזױ װי איך בין אַ ייִדישע גאַזעט, און איר זײַט אַ ייִדישער שרײַבער, זאָלט איר שרײַבן, און איך װעל דרוקן.

― װאָס זאָל איך שרײַבן?

― פֿעליעטאָנען… אַף צו לאַכן.

― לאַכן? עס גלוסט זיך װײנען…

― איר מעגט אײַך װײנען, אַבי דער עולם זאָל לאַכן. איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

― איך פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל מיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ מאַרשעלאָק, אַ פּורים־שפּילער, אַ פּאַיאַץ, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק, בכדי פֿרײלעך מאַכן דעם עולם…

― אָ! אָט דאָס הײבט זיך אָן מיט אַ ייִדישן מחבר! װער זאָגט דען מאַרשעלאָק, פּורים־שפּילער, פּאַיאַץ, פֿאַרשלעפּטע קרענק? איך האָב נאָר געװאָלט, איר זאָלט שרײַבן אַזױ, אַז ס'זאָל זײַן מיט אַ שפּיצל און מיט אַ װיצל, מיט אַ גלעט און מיט אַ שטאָך, מיט אײנעם װאָרט ― דער עולם זאָל האָבן הנאה…

― און זאָגן: „אַ רוח אין זײַן טאַטן אַרײַן, אָט דעם שלום־עליכמען! אַ האַנט ― זי זאָל אים נאָר אָפּדאַרן! אַ צונג ― זי זאָל אים נאָר אָפּנעמען!“…

― הײַנט װיל איך, איר זאָלט זיך אַביסל אױסטענהען מיט אונדזערע ייִדן, און דװקא אַף זײער גלות־שפּראַך, אַף „מאַמע־לשון“. איר זאָלט זײ זאָגן, אַז איר זײַט טאַקע אַזעלכע און אַזעלכע, איר זײַט אָבער אַזעלכע און אַזעלכע!… דאָס הײסט, איר זאָלט זײ באַגראָבן ― נאָר אײדל, פֿײַן, לײַטיש… איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

― איך פֿאַרשטײ, פֿאַר װאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל מיט זײ שפּילן אין יענעם שפּיל, װאָס מע רופֿט דאָס „קעצעלע־מײַזעלע“?… מהכתּיתי, פֿאַרװאָס נישט? אַבי…

― אַבי װאָס?

― אַבי גאָר נישט.

― איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז איך האָב פֿײַנט האַלבע װערטער. זאָגט, װאָס קװעטשט אײַך?

― װער האָט אײַך געזאָגט, אַז עס קװעטשט מיך? עס הײבט מיך נישט אָן צו קװעטשן. הכּלל, װאָס װילט איר נאָך?

― הײַנט װיל איך, איר זאָלט זײ געבן בילדער.

― זײ זאָלן גענעצן?

― דערצײלן מעשׂיות…

― זײ זאָלן קאָנען גרינג אַנטשלאָפֿן װערן?

― שרײַבן אַ גרױסן ראָמאַן, אַ ראָמאַן מיט אַ ליבע, מיט רירנדיקע סצענעס, ס'זאָל פֿאַרכאַפּן דעם אָטעם, מיט אײנעם װאָרט ― ס'זאָל זײַן אַ „ראָמאַן“…

― אין זעקס טײלן מיט אַ פּראָלאָג און מיט אַן עפּילאָג, אַ־לאַ שמ"ר? משונה־װילדע אומגעלומפּערטע סצענעס, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, למשל: אַ מלמד פֿון נעסװיזש זאָל ראָמאַנסירן מיט אַ דינסטמײדל רבֿקה; ער זאָל שרײַבן הײסע בריװלעך, און זי זאָל זינגען זיסע לידלעך; נאָכדעם זאָל ער אַװעקפֿאָרן קײן פּאַריז און אין נײַן חדשים אַרום קומען צוריק אַ באַראָן, אַ מיליאָנער, און טרעפֿן זײַן געליבטע אין קיך באַ אפֿרים שקאָנטיסט, אַ מערדער, אַ באַנדיט, און דאָרטן זאָל זײַן צװישן זײ אַ דועל; װיל אים אפֿרים דער שקאָנטיסט צעשפּאַלטן אַף צװײען, לױפֿט אַװעק דער נעסװיזשער באַראָן צום גובערנאַטאָר און כאַפּט אים אױף פֿונעם שלאָף און ברענגט אים צו פֿירן מיט דרײַ זשאַנדאַרן; דערזען אַזאַ מעשׂה, כאַפּט דער שקאָנטיסט אַ מעסער און שטעכט זיך, און רבֿקה די מױד פֿאַלט אין אָנמאַכט און זינגט בשעת מעשׂה אַף דײַטש אַזאַ „טראָװערדיק“ ליד, אַז אַ שטײן קאָן אױך צעגאָסן װערן…

― שױן? האָט איר שױן געענדיקט? מע באַדאַרף נישט קײן נעס־װיזשער מלמדים זאָלן פֿאָרן קײן פּאַריז, גובערנאַטאָרן זאָל מען אױפֿכאַפּן פֿונעם שלאָף, שקאָנטיסטן זאָלן זיך שטעכן און דינסטמײדלעך זאָלן זינגען אַף דײַטש „טראָװערדיקע“ לידער אין קיך. איך פֿאַרלאַנג פֿון אײַך, איר זאָלט געבן אַ ראָמאַן, נאָר אַ ייִדישן ראָמאַן, אַ פֿאַרליבעניש, נאָר אַ ייִדיש פֿאַרליבעניש. איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

― איך פֿאַרשטײ, פֿאַרװאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל אײַך שרײַבן פֿונעם לעבן, פֿונעם אמתן ייִדישן לעבן; איר װילט, איך זאָל אײַך טאַקע שרײַבן מיט נערװן, מיט בלוט, טאַקע טיף־טיף פֿונעם האַרצן, דאָס װאָס סע קאָסט געזונט, דאָס װאָס סע מאַכט אַלט פֿאַר דער צײַט, געקנײטשט דאָס פּנים, גרױ די האָר ― אָט דאָס װילט איר? מהכתּיתי, פֿאַר װאָס נישט? אַבי…

― אַבי װאָס?

― אַבי גאָר נישט.

― װידער האַלבע װערטער? אַמער זאָגט, װאָס קװעטשט אײַך?

― װער האָט אײַך געזאָגט, אַז סע קװעטשט מיך? עס הײבט מיך נישט אָן צו קװעטשן! הכּלל, װאָס נאָך װילט איר?

― איך װיל, איר זאָלט זיך מטריח זײַן כאָטש אײן מאָל אין חודש דורכקוקן די אַלע ביכער און ביכלעך, װאָס די שרײַבערס שרײַבן…

― מאַכן קאַליע פּאַפּיר…

― די דרוקער דרוקן…

― אַז מע שמירט, פֿאָרט מען; אַז מע צאָלט, דרוקט מען…

― די בוכהענדלער קױפֿן…

― בײַטן ספֿרים אַף ספֿרים, „שילאָ נאַ שװײקאַ“…

― און דער עולם לײענט…

― אַ ברירה האָט ער? מע גיט נישט דער בהמה קײן קלײַען, קײַט זי שטרױ…

― זאָלט איר זיך מטריח זײַן אָט דאָס אַלצדינג דורכקוקן, איבערלײענען און איבערגעבן נאָכדעם אין קורצן דעם לײענער, אים רעכט צעקײַען, װעלכעס איז גוט און װעלכעס טױג אַף כּפּרות…

― אַ רחמנות אַפֿן מאָגן…

― מיט אײנעם װאָרט ― איר זאָלט שרײַבן קריטיק.

― משטײנס געזאָגט! בין איך מיר אױך אַ בהמה און פּגר אױך אין דער טשערעדע…

― נאָר װאָס דען? איך װעל אײַך בעטן, ס'זאָל זײַן שטיל…

― װאָס באַדאַרף מען שרײַען?

― און אָן פֿײַער…

― און אױך אָן װאַסער…

― און אָן כּעס…

― כּעס איז עבֿודה־זרה…

― אײַער קריטיק זאָל זײַן אי לעבעדיק, אי נוצלעך, אי ערנסט, אי װיצלעך… איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

― איך פֿאַרשטײ, פֿאַר װאָס זאָל איך נישט פֿאַרשטײן? איר װילט, איך זאָל פֿון די שמאַטעס, װאָס מע פֿאַרפֿלײצט מיט זײ אונדזער ליטע־ראַטור־מאַרק, מאַכן אַ גאַנצן צימעס. גריבלען זיך אין אַ קופּע מיסט און אױסזוכן אַמאָל אַ פּערל ― אַ גרינגע אַרבעט, מע קאָן פֿון איר בלױ באַשטײן, זײער געזונט סײַ פֿאַרן גוף, סײַ פֿאַר דער נשמה. נו, מחכתּיתי, פֿאַרװאָס נישט? איך בין גרײט, אַבי נאָר…

― אַבי נאָר װאָס?

― אַבי גאָר נישט.

― פֿע, פּאַני שלום־עליכם! איך האָב אײַך שױן װיפֿל מאָל געזאָגט, אַז איך האָב פֿײַנט האַלבע װערטער; מיט מיר באַדאַרפֿט איר רײדן פּראָסט; זאָגט, װאָס באַדײַט דער „אַבי“?… געלט?

― װער רעדט פֿון געלט?

― װאָס דען? כּבֿוד?

― װער רעדט פֿון כּבֿוד?

― װאָס דען? געזונט?

― װער רעדט פֿון געזונט?

― װאָס־זשע דען זאָגט איר „אַבי“?

― אַבי מע זאָל לײענען!…

געשריבן אין יאָר 1902 אַן עפּיזאָד מיט באַרן, דערצײלט לכּבֿוד דעם זײדן ר ב מ ע נ ד ע ל ע, צו זײַן פֿינף־און־זיבעציקסטן געבורטסטאָג פֿון זײַן ערשטן אײניקל.*

אױב איר װילט זיך באַקענען מיטן זײדן נאָענט, אױב איר װילט מיט אים פֿאַרברענגען אַ שעה אין פֿאַרגעניגן, אױב איר װילט באמת הנאה האָבן, עפּעס נאַשן פֿונעם זײדן, ― איז נישט אין אַ געזעלשאַפֿט, נישט אַף באַנקעטן, בעת מע דולט אַ קאָפּ מיט טאָסטן און מע שטורעמט מיט אַפּלאָדיסמענטן און מיט הידדס.

אמת, ער װעט זיך אין אַ געזעלשאַפֿט נישט פֿאַרלירן. ער װעט זיך נישט באַהאַלטן אין אַ װינקעלע און װעט זיך נישט שעמען פֿאַר קײנעם. ער װעט אײַך אָפּענטפֿערן אַף אַלע אײַערע טאָסטן און אַף אַלע רעדענישן, יעדן באַזונדער, און דװקא קלוג, און דװקא טיף, און דװקא װיציק, און דאָס פּנים װעט אים לײַכטן, װי אַ מנורה, און איר װעט זיך פֿילן מיט אים יום־טובֿדיק, װי מע קאָן זיך נאָר פֿילן מיט אַן אמתן תּלמיד־חכם. דאָס װעט אָבער זײַן, רבותי, מער נישט אַז רב מענדעלע מוכר־ספֿרים. דאָס װעט נישט זײַן „דער זײדע“.

„דעם זײדן“ אױב איר װילט קענען, גײט מיט אים, זײַט מוחל, אַרױס העט־װײַט הינטער דער שטאָט אַרױס, דאָרט אַף דער פֿרײַער לופֿט, ―――――

*) איך בין דאָ מוסר מודעה פֿאַר דער גאַנצער װעלט, אַז דאָס האָב איך געקרױנט רב מענדעלע מוכר־ספֿרים מיטן נאָמען „זײדע“. דאָס איז געװען מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק. איך בין דעמאָלט געװען נאָך גאָר אַ קונדס און אַ „פֿאַרשײַטער אײניקל“ װי דער זײדע האָט מיך אָנגערופֿן אין אײנעם פֿון זײַנע בריװ צו מיר. פֿון דעמאָלט אָן איז אַװעק אַ גאַנג: זײדע! זײדעניו! ― דער זײדע האָט דערלעבט, ברוך־השם, אײניקלעך אַ גאַנצן דוד ― כּן ירבו וכּן יפֿרצו! ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.