אײַזנבאַן־געשיכטעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

געשיכטע נומער נײַן: אַ חתונה אָן כּלי־זמר

„― איך האָב אײַך געהאַט צוגעזאָגט, דאַכט מיר, דערצײלן נאָך אַ נס, װאָס האָט זיך געטראָפֿן, לאָז זיך אײַך דאַכטן, טאַקע װידער אַ מאָל מיט אונדזער „לײדיק־גײער“, װי אַזױ, צו פֿאַרדאַנקען דעם דאָזיקן „לײדיק־גײער“, זײַנען מיר ניצול געװאָרן פֿון אַ גרױסן אומגליק. אױב איר װילט האָרכן די דאָזיקע מעשׂה, לײגט איר זיך אַװעק, זײַט מוחל, אָט דאָ אױף דער באַנק, און איך װעל מיך לײגן, הײסט עס, אױף יענער באַנק. דאָ איז מיר נישט צו דער האַנט“.

אָט אַזױ רופֿט זיך אָן צו מיר אײנמאָל אַלץ דער אײגענער הײַסינער סוחר, פֿאָרנדיק מיט מיר אין דער שמאָלער אײַזנבאַן, װאָס מע רופֿט זי דאָרטן „דער לײדיק־גײער“. און מחמת מיר זײַנען דאָס מאָל, װי אַלע מאָל, געװען סך־הכּל צװײ פּאַרשױן איבער אַ גאַנצן װאַגאָן, און װאַרעם איז געװען גענוג, האָבן מיר מחילה אױסגעטאָן די פּידזשאַקן, צעשפּיליעט די זשילעטן און צעלײגט זיך, װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן. ער אױף אײן באַנק, איך אױף דער אַנדערער. ער פּאַװאָליע און ברײטלעך, װי זײַן שטײגער איז, דערצײלט, און איך הער מיך אײַן, פֿאַרשרײַבנדיק בײַ זיך אין מוח איטלעכס װאָרט, בכדי איך זאָל דאָס נאָכדעם קאָנען איבערגעבן מיט זײַן לשון.

„― ויהי בימי ― דאָס איז געװען, נישט הײַנט געדאַכט, בעת קאָנסטיטוציע, אַז ס'האָבן זיך אָנגעהױבן, הײסט עס, די ישועות אױף ייִדן. כאָטש אַפֿילו אונדז האָבן מיר אין הײַסין, דאַרפֿט איר װיסן, פֿאַר אַ פּאָגראָם קײנמאָל קײן מורא נישט געהאַט. איבער װאָס, מײנט איר, האָבן מיר נישט מורא געהאַט? פּשוט, װײַל ס'איז נישטאָ בײַ אונדז װער סע זאָל שלאָגן. מאָלט אײַך, לאָז זיך אײַך דאַכטן, מע זאָל זוכן, װאָלט מען שױן אפֿשר געפֿונען בײַ אונדז אױך אַזעלכע, װאָס װאָלטן זיך נישט אָפּגעזאָגט אונדז אַביסל דורכלופֿטערן, דאָס הײסט, איך מײן טאַקע ― רעכט דורכברעכן די בײנער. אַ סימן האָט איר, אַז עס האָבן זיך אָנגעהױבן לאָזן הערן די גוטע בשׂורות פֿון אַרום און אַרום, האָבן אונדזערע עטלעכע פּריצים־רשעים אַװעקגעשריבן בסוד־סודות אַהין, װוּ מע דאַרף: היות װי עס װאָלט געװען אַ יושר, מע זאָל, הײסט עס, אין הײַסין אױך עפּעס טאָן, און ס'איז נישטאָ מיט װעמען, לכן בעטן זײ, מע זאָל זײ קומען צו הילף, דאָס הײסט, מע זאָל זײ, למען השם, װאָס גיכער אַרױסשיקן „מענטשן“… און לאָז זיך אײַך דאַכטן, ס'איז נישט אַװעקגעגאַנגען קײן פֿיר און צװאַנציק שעה, קומט־אָן אַ ידיעה, אױך בסוד־סודות, אַז עס גײען „מענטשן“. פֿון װאַנען? פֿון זשמערינקע, פֿון קאַזאַטין, פֿון ראַזדיעלנע, פּאָפּעלנע און פֿון נאָך אַזעלכע מקומות, װאָס האָבן זיך אױסגעצײכנט מיט זײערע קלאַפּערס. די קשיא: פֿון װאַנען איז מען דאָס בײַ אונדז געװאָרע געװאָרן פֿונעם דאָזיקן הײליקן סוד? דערױף האָבן מיר, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַ „איסטאָטשניק“, נח טאָנקאָנאָגтонконог: דינינקער פֿוס רופֿט מען אים. װער איז אָט דער דאָזיקער נפֿש? איר פֿאָרט דאָך אין אונדזער װינקל, דאַרף מען אײַך אים אָפּמאָלן, איר זאָלט זײַן מיט אים באַקענט.

„נח טאָנקאָנאָג איז אַ ייִד, װאָס איז געװאַקסן מער אין דער לענג װי אין דער ברײט. גאָט האָט אים געגעבן אַ פּאָר פֿיס, באַנוצט ער זיך מיט זײ. קײנמאָל רוט ער נישט און זעלטן־װען געפֿינט מען אים אין דער הײם. ער איז פֿאַרנומען מיט טױזנטער געשעפֿטן, מער פֿרעמדע װי אײגענע. זײַן אײגן געשעפֿט איז ― װאָס ער האַלט די דרוק. און מחמת ער האַלט די דרוק, די אײנציקע דרוק אין הײַסין, דעריבער קען ער זיך מיט נאַטשאַלסטװע, האָט צו טאָן מיט פּריצים, איז אױסגעבונדן מיט אַלע טשינאָװניקעס און װײס פֿון אַלע סודות.

„אָט פֿון דעם דאָזיקן „איסטאָטשניק“ איז מען דאָס געװאָרע געװאָרן פֿון דער גוטער בשׂורה. דאָס הײסט, ער אַלײן טאַקע, דער „איסטאָטשניק“ הײסט עס, האָט דאָס אױסגעפּױקט איבער דער גאַנצער שטאָט. פֿאַרשטײט זיך, איטלעכן באַזונדער האָט ער אײַנגערױמט אַ סוד אין אױער: „דאָס דערצײל איך נאָר אײַך, קײן אַנדערן װאָלט איך עס נישט געזאָגט“… און אָט אַזױ איז די גאַנצע שטאָט געװאָרע געװאָרן, פֿון אײן עק ביזן אַנדערן עק, אַז עס גײען כוליגאַנעס און אַז ס'איז אױסגעאַרבעט געװאָרן אַ פּלאַן, מע זאָל שלאָגן ייִדן; מע װײס אַפֿילו װען, אין װאָסער אַ טאָג, אין װאָסער אַ שעה מע װעט שלאָגן. און פֿון װאַנען מע װעט אָנהײבן צו שלאָגן, און װי אַזױ מע װעט גײן ― אַלצדינג אױסגערעכנט, װי אין לוח. און ס'איז געװאָרן אין שטאָט, לאָז זיך אײַך דאַכטן, חושך ואַפֿלה! און מײנט איר ― װוּ? צום מײנסטן, צװישן די נידעריקע קלאַסן. אַ מאָדנע זאַך, הערט איר, מיט די אָרעמעלײַט! מילא, אַ נגיד, אַז ער ציטערט פֿאַר אַזעלכע זאַכן, פֿאַרשטײט מען דאָך נאָך מיטן שׂכל. ער האָט נעבעך מורא, מע זאָל אים, חס־ושלום, צװישן יאָ און נײן, נישט מאַכן פֿאַר אַ קבצן. אָבער איר, פֿאַרטיקע קבצנים, װאָס ציטערט איר אַזױ? װאָס האָט איר אײַנצושטעלן? נײן, זאָלט איר זען, װי מע האָט געכאַפּט די קינדערלעך און מע האָט מפֿקיר געװען האַק־און־פּאַק און מע האָט אָנגעהױבן באַהאַלטן זיך! װוּ באַהאַלטן זיך, אַ שטײגער, ייִדן? װער בײַ אַן ערלעכן גױ אין אַ קעלער, װער בײַם נאָטאַריוס אױפֿן בױדעם, װער בײַם דירעקטאָר אין זאַװאָד. איטלעכער געפֿינט זיך זײַנס. נאָר איך אײנער, װי איר קוקט מיך אָן, האָב מיך נישט געװאָלט באַהאַלטן. נישט מחמת איך װיל מיך פֿאַר אײַך באַרימען, נאָר איך װעל אײַך געבן צו פֿאַרשטײן מיט אַ גאַנג, װעט איר זען, אַז איך בין נישט אינגאַנצן אומגערעכט: ערשטנס, פֿרעג איך אַ קשיא: װאָס איז דער שׂכל, װאָס מע דאַרף מורא האָבן פֿאַר אַ פּאָגראָם? ממה־נפֿשך… און והשנית, װעל איך אײַך נישט זאָגן; עס קאָן זײַן, אַז איך װאָלט אפֿשר אױך נישט געװען בײַ זיך אַזאַ תּקיף און װאָלט אפֿשר אױך װעלן באַהאַלטן זיך אױף דער הײסער שעה. פֿרעגט זיך אָבער: װוּ באַהאַלט מען זיך? פֿון װאַנען בין איך באַװאָרנט, למשל, אַז טאַקע דער אײגענער גױ, אָדער דער נאָטאַריוס, אָדער דער דירעקטאָר פֿונעם זאַװאָד בשעת בהלה ― איר פֿאַרשטײט?… און חוץ אַלעמען, װי לאָזט מען דאָס איבער אַ שטאָט גלאַט אַזױ אױף הפֿקר? נעמען און אַנטלױפֿן איז קײן קונץ נישט. מע דאַרף זען עפּעס טאָן. נאָר, מישטײנס געזאָגט ― װאָס קאָנען ייִדן טאָן? נאַטשאַלסטװע!… מסתּמא איז בײַ אײַך אױך דאָ אין שטאָט אײנער אַ תּקיף, װאָס איז אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע. בײַ אונדז אין הײַסין האָבן מיר אײנעם אַזעלכן. נחמן קאַסאָי הײסט ער. אַ ייִד אַ פּאָדראַטשיק מיט אַ קײַלעכיקער באָרד, מיט אַ סאַמעטענעם זשילעט, מיט אַ דירה אַן אײגענער. און מחמת ער איז אַ פּאָדראַטשיק און האָט אַ חלק אינעם שאָסײ, איז ער חשובֿ בײַם איספּראַװניק. ער טרינקט מיט אים טײ בײַ אײן טיש. און אַן איספּראַװניק האָבן מיר דעמאָלט געהאַט, לאָז זיך אײַך דאַכטן, דװקא אַ גוטן גױ. אַ דימענט פֿון אַ גױ. דהײַנו? ער פֿלעגט נעמען אַ קערבל, און נאָר דורך נחמן קאַסאָי. דאָס הײסט, נעמען האָט ער גענומען בײַ יעדן, פֿאַר װאָס נישט? נאָר בײַ נחמנען פֿלעגט ער נעמען מיט מער חשק. מעשׂה פּאָדראַטשיק, איר פֿאַרשטײט?…

„הקיצור, מע האָט זיך געזען מיט נחמנען און מע האָט אױסגעשטעלט אַ צעטל און ס'איז געװאָרן געלט, און לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַ היפּשע מטבע, װאָרעם אין אַזאַ צײַט, װי קאָן מען קומען צו אַ פּריץ און נישט אָנשפּײַען אים אין דער האַנט, ס'זאָל אים, װי זאָגט איר, געבן אַ ברי אין די פֿינגער אַרײַן?… פֿאַרשטײט זיך, אַז דער פּריץ האָט אונדז באַלד באַרויִקט, ער האָט אונדז בפֿירוש געזאָגט, אַז מיר מעגן גײן שלאָפֿן: ס'װעט גאָרנישט זײַן… דאַכט זיך, גוט? איז דאָך אָבער פֿאַראַן בײַ אונדז אין הײַסין אַן „איסטאָטשניק“, װאָס װײס פֿון אַלע שװערע הערצער; איז ער זיך מישבֿ, נח טאָנקאָנאָג, הײסט עס, און לאָזט אַרױס אַ קלאַנג איבער דער גאַנצער שטאָט, בסוד געװײנטלעך, אַז ס'איז שױן דאָ פֿון דער גוטער חבֿרה אַ דעפּעש, ער האָט זי אַלײן געזען, שװערט ער, ער זאָל אַזױ זען אַלדאָס גוטס! װאָס־זשע שטײט אין דעפּעש? אין דעפּעש שטײט מער נישט װי אײן װאָרט: „יעדיעםедем: לאָמיר פֿאָרן“ ― אַ מיאוס װאָרט! לױפֿט מען דאָך מסתּמא צום איספּראַװניק: „פּריץ, ס'איז שלעכט!“ זאָגט ער: „װאָס איז די שלעכטיקײט?“ זאָגט מען אים: „ס'איז דאָ אַ דעפּעש“. פֿרעגט ער: „פֿון װאַנען?“ זאָגט מען אים: „פֿון יענע מקומות“… פֿרעגט ער: „װאָס שטײט אין דעפּעש?“ זאָגט מען אים: „יעדיעם“. צעלאַכט ער זיך און זאָגט: „איר זײַט גרױסע נאַראָנים, זאָגט ער, איך האָב נעכטן, זאָגט ער, אױסגעשריבן פֿון טאָלטשין אַ סאָטניсотни: הונדערטער קאָזאַקן“… דערהערט „קאָזאַקן“ ― איז אױף אונדז געװאָרן װי אַ נײַע הױט. אַ ייִד, אַז ער דערזעט אַ קאָזאַק, װערט ער בײַ זיך תּקיף און שטעלט־אַרױס דער גאַנצער װעלט אַ פֿײַג. אַ קלײניקײט ― אַזאַ שומר!… די גאַנצע זאַך איז נאָר געװען: װער פֿון די צװײ װעלן קומען פֿריִער ― צי די קאָזאַקן פֿון טאָלטשין, צי די חבֿרה קלאַפּערס פֿון זשמערינקע? דער שׂכל־הישר האָט אַפֿילו באַדאַרפֿט זאָגן, אַז די קלאַפּערס װעלן קומען פֿריִער, װײַל זײ פֿאָרן מיט דער באַן, און די קאָזאַקן ― רײַטנדיק. איז אָבער געװען די גאַנצע האָפֿענונג אױף אונדזער „לײדיק־גײער“. ייִדן האָבן אַ גרױסן גאָט, טאָמער װעט ער טאָן אַ נס, דער „לײדיק־גײער“ װעט פֿאַרשפּעטיקן כאָטש אױף עטלעכע שעה, און דאָס איז בײַ אים אַ געװײנטלעכע זאַך, װאָס סע טרעפֿט זיך בײַ אים אָפֿט, כּמעט אַלע טאָג… און לאָז זיך אײַך דאַכטן, אַז איצטיקס מאָל האָט זיך מיט אים אָט דער נס נישט געטראָפֿן. עפּעס, װי אױף צו להכעיס, איז ער געגאַנגען פֿון סטאַנציע צו סטאַנציע, טאַקע נאָר װי אַ זײגער. איר קאָנט זיך פֿאָרשטעלן, װיפֿל געזונט דאָס האָט בײַ אונדז צוגענומען און װאָס פֿאַר אַ פּחד ס'איז געװאָרן אין שטאָט, אַז מע האָט זיך דערװוּסט, פֿונעם „איסטאָטשניק“ געװײנטלעך, אַז ס'איז שױן דאָ אַ דעפּעש פֿון דער לעצטער סטאַנציע, פֿון קרישטאָפּאָװקע: „יעדיעם“! און נישט נאָר „יעדיעם“ אַלײן ― „יעדיעם“ מיט אַ „הוראַ“… געװײנטלעך, האָט מען די דאָזיקע ידיעה אָפּגעטראָגן גלײַך צום איספּראַװניק, געפֿאַלן אים צו די פֿיס, געבעטן, ער זאָל זיך נישט פֿאַרלאָזן אױף די קאָזאַקן, װאָס װעלן אַמאָל קומען פֿון טאָלטשין, און זאָל אַרױסשיקן אױפֿן װאָקזאַל פּאָליציע כאָטש פֿון יוצא װעגן, לאָזן זײ נישט מײנען, אַז ס'איז לית דין ולית דײן, הפֿקר ציבעלעס. און דער אָדון דער איספּראַװניק האָט זיך דאָס מאָל דװקא נישט געלאָזט לאַנג בעטן. ער האָט צוליב געטאָן דער שטאָט און נאָך מיט אַ יתר־שׂאת. דהײַנו? ער האָט זיך אָנגעטאָן אין דער גאַנצער פֿאָרמע און מיט אַלע אָרדנס און איז בכבֿודו־ובֿעצמו אַרױס מיט דער גאַנצער פּאָליציע אױפֿן װאָקזאַל „װסטרעטשאַיען דעם פּאָיעזד“.

„די עטלעכע פּריצים די רשעים, פֿון זײער זײַט, האָבן, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אױך נישט געדרעמלט. זײ האָבן זיך אױך אָנגעטאָן יום־טובֿדיק און אױך מיט די אָרדנס, מיטגענומען מיט זיך אַ פּאָר גלחים, און זײַנען אױך אַרױס „װסטרעטשאַיען דעם פּאָיעזד“… האָט זײ דער איספּראַװניק אַפֿילו אַ פֿרעג געטאָן: „װאָס טוט איר דאָ?“ האָבן זײ אים געפֿרעגט די אײגענע קשיא: „װאָס טוסטו דאָ?“ ― אַ װאָרט פֿאַר אַ װאָרט, דער איספּראַװניק האָט זײ געגעבן צו װיסן, אַז זײער מי איז אומזיסט. כּל זמן, זאָגט ער, ער איז דאָ איספּראַװניק, װעט אין הײַסין, זאָגט ער, קײן פּאָגראָם נישט זײַן. אַזױ טאַקע האָט ער זײ געזאָגט מיטן האַרבן װאָרט. האָבן זײ אים אױסגעהערט מיט אַ שמײכל און אָפּגעענטפֿערט מיט עזות: „אָט װעלן מיר באַלד זען“… און װי זײ האָבן דאָס אױסגערעדט, האָט זיך געלאָזט הערן פֿון דער װײַטן אַ פֿײַף. פֿונעם דאָזיקן פֿײַף האָט זיך אונדז אַלעמען, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אָפּגעריסן אין האַרצן. נאָך דעם דאָזיקן פֿײַף האָבן מיר זיך געריכט דערהערן נאָך אַ פֿײַף, שױן מיט אַ הוראַ, און װאָס נאָך דעם דאָזיקן הוראַ גײט װײַטער ― דאָס האָבן מיר שױן געהאָרכט פֿון אַנדערע שטעט… צום סוף, װאָס לאָזט זיך אױס? געפֿײַפֿט האָט מען טאַקע, נאָר דאָס פֿײַפֿן איז געװען אומזיסט. װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז אַ שײנע מעשׂה, װאָס נאָר מיט אונדזער „לײדיק־גײער“ קאָן זיך אַזעלכעס טרעפֿן. איר מעגט דאָס הערן.

„צוגעפֿאָרן צו דער סטאַנציע קײן הײַסין, האָט דער מאַשיניסט אָפּגעשטעלט דעם לאָקאָמאָטיװ און איז גאַנץ ברײטלעך אַראָפּ אױפֿן װאָקזאַל און געלאָזט זיך גלײַך אין בופֿעט אַרײַן, װי געװײנטלעך. שטעלט מען אים אָפּ: „בחור, װוּ זײַנען די װאַגאָנעס?“ ― „װאָסערע װאַגאָנעס?“ ― „זעסט דען נישט, אַז דו ביסט אײנער אַלײן מיטן לאָקאָמאָטיװ אָן אײן װאַגאָן?“ ― קוקט זײ אָן דער מאַשיניסט מיט אױגן און מאַכט צו זײ: „װאָס איז מײַן עסק? װאַגאָנעס ― דאָס געהער זיך אָן מיט דער בריגאַדע“. „װוּ־זשע איז די בריגאַדע?“ ענטפֿערט זײ װידער דער מאַשיניסט: „װאָס גײט'ס מיך אָן? דער קאָנדוקטאָר גיט מיר, זאָגט ער, צו װיסן מיט אַ פֿײַף, אַז ער איז פֿאַרטיק, ענטפֿער איך אים אָפּ, זאָגט ער, צוריק מיט אַ פֿײַף, אַז איך בין אױך פֿאַרטיק און לאָז די מאַשין. קײן צװײ פּאָר אױגן, זאָגט ער, האָב איך נישט, איך זאָל זען, װאָס הינטן טוט זיך“… אַזױ ענטפֿערט זײ אָפּ דער מאַשיניסט. און װעדליק ער טענהט, איז ער גערעכט. הקיצור, טענות אַהער, טענות אַהין ― ס'איז דאָ אַ „לײדיק־גײער“ און נישטאָ קײן פּאַסאַזשירן. אַ חתונה, הײסט עס, אָן כּלי־זמר!…

„װי עס האָט זיך אַרױסגעװיזן נאָכדעם, איז געװען געפֿאָרן צו אונדז, לאָז זיך אײַך דאַכטן, דװקא אַ גאַנץ פֿײַנע קאָמפּאַניע, געקליבענע יונגען, אײנס אין אײנס, מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג, מיט דובינקעס און מיט רעזינקעסрезинки: גומענע זאַכן און מיט אַלע איבעריקע שאַלעמױזן. פֿרײלעך איז מען געװען, און בראָנפֿן האָט מען געטרונקען, און מחמת גרױס שׂימחה האָט מען אױף דער לעצטער סטאַנציע, אין קרישטאָפּאָװקע, אַרײַנגעװאָרפֿן גאָר אַ היפּשע גאַלקע, און אָנגעשיכּורט די „בריגאַדע“, דעם קאָנדוקטאָר מיטן קאָטשעגאַר מיטן זשאַנדאַרם, און מע האָט פֿאַרגעסן אַ קלײניקײט: צוטשעפּען די װאַגאָנעס צום לאָקאָמאָטיװ. איז זיך דער לאָקאָמאָטיװ מסתּמא אַװעק אין דער געװײנטלעכער צײַט קײן הײַסין, און דער גאַנצער „לײדיק־גײער“ איז, לאָז זיך אײַך דאַכטן, געבליבן שטײן מיט אַלע װאַגאָנעס אין קרישטאָפּאָװקע. און נאָך מער קונץ! קײנער, נישט די שײנע קאָמפּאַניע, נישט די איבעריקע פּאַסאַזשירן, נישט די „בריגאַדע“, האָבן גאָר נישט באַמערקט, אַז מע שטײט, און לאָז זיך אײַך דאַכטן, מע האָט נישט אױפֿגעהערט צו װאַרפֿן גאַלקעס און אױסלײדיקן פֿלעשלעך, ביז דער נאַטשאַלניק סטאַנציע האָט זיך געכאַפּט, אַז דער לאָקאָמאָטיװ איז אַװעק און די װאַגאָנעס שטײען נאָך. האָט ער אױפֿגעהױבן אַ גװאַלד! ערשט דאָ האָט זיך אַרױסבאַװיזן דער גאַנצער טעות, און ס'איז געװאָרן אַ געפּילדער, הימל עפֿן זיך! די חבֿרה ― אױף דער „בריגאַדע“, די „בריגאַדע“ ― אױף דער חבֿרה, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז ס'איז געבליבן, אַז מע דאַרף נעמען די פֿיס אױף די פּלײצעס און די אױגן אין די הענט און זיך לאָזן קײן הײַסין, מחילה, צו־פֿוס. אַ ברירה האָט מען? און וכּן־היה. מע האָט זיך אָנגענומען מיט האַרץ און מע האָט עולה־רגל געװען קײן הײַסין, און, לאָז זיך אײַך דאַכטן, מען איז בשלום געקומען קײן הײַסין, און דװקא מיט אַ געזאַנג און מיט אַ הוראַ, װי גאָט האָט געבאָטן. נאָר װאָס־זשע דען? עס איז שױן אָבער געװען אַ ביסעלע צו שפּעט. אױף די גאַסן האָבן שױן אַרומגעשפּאַצירט די קאָזאַקעלעך פֿון טאָלטשין, רײַטנדיק אױף די פֿערדלעך, און, װי זאָגט איר, וּקְסָמִים בְּיָדָם ― מיט די קאַנטשיקעס אין די הענט, און פֿון דער גאַנצער חבֿרה כוליגאַנעס איז אין אײן האַלבע שעה נישט געבליבן, לאָז זיך אײַך דאַכטן, קײן זכר אַפֿילו. מען איז זיך צעלאָפֿן, װי די מײַז אין אַ הונגער, צעגאַנגען געװאָרן, װי שנײ אין אַ זומער־טאָג…

„נו, פֿרעג איך אײַך, איז ער נישט װערט, אונדזער „לײדיק־גײער“ מײן איך, מע זאָל אים אָפּשיטן מיט גאָלד פֿון אױבן ביז אַראָפּ, אָדער, לכל־הפּחות, כאָטש מאַכן פֿון אים אַ באַשרײַבונג?“

ענדע געשיכטע נומער נײַן
געשריבן אין יאָר 1909