אָרעמע און פֿרײלעכע: מען הוליעט

שלום עליכם (אַלע װערק)

אומגערעכט אױך. קײן עין־הרע, אַזאַ משפּחה פֿון סאַמע נגידים, גבֿירים, אַדירים, זײַנען זײ קראַנק אױסהאַלטן אַ געפֿאַלענעם קרובֿ אַ קאַליקע, ניט לאָזן אים גײן איבער די הײַזער, ניט לאָזן אים װאַלגערן זיך אױף דער הױלער באַנק אין בית־מדרש, אַז פֿרעמדע בחורים זאָלן דאַרפֿן גײן פֿון זײַנעט װעגן צונױפֿנעמען אַמאָל אױף אַ מלבוש, אַמאָל אױף אַ פּאָר שיך, ― ס'זאָל אַ רוח אין זײער פֿאָטער און מוטער אַרײַן, טאַקע די דאָזיקע בחורים! אײדער מע בעט זײ אײַן, זײ זאָלן אים מאַכן אַ נײַע קאַפּאָטע, יענע איז שױן צעריסן־צעפּיצלט! אָדער אָננעמען זאָנע אױף אַ העמד, נײען װעט ער שױן אַלײן אַװעקגעבן, נײען זאָל מען זײ תּכריכים אַלעמען, אַלע ייִדן פֿון שטאָט! אַ שטאָט פֿון סאַמע רשעים! סדום! סדום איז אַ הונט אַקעגן איר!

אַן אַנדער שטאָט װאָלט אין זינען געהאַט: עס זיצט אַן אַלטער בחור, אַ יורד ― װאָס װעט ער אױסזיצן? זײ זאָלן זײַן לײַטישע מענטשן, מיט אַ ברעקל יושר אין האַרצן, װאָלטן זײ געזאָרגט פֿאַר זיסלען עפּעס אַ שידוך!!!

די משפּחה איז ניט קלײן צו געבן נדן, געבן זאָל זײ גאָט קרענק מיט קדחת, און אַ כּלה װאָלט זיך שױן געפֿונען… ניטאָ דען קײן גרעסערע קאַליקעס פֿון אים, קרומע, שטומע, בלינדע? פֿונדעסטװעגן, האָבן זײ דען ניט חתונה געהאַט?

אױף אים, אױף זיסלען, װאָלטן זיך געפֿונען צען בעלנים פֿאַר אײנעם. װען־זשע? אַז עמעצער זאָל אים טראָגן אױפֿן קאָפּ, זיך אָפּגעבן מיט אים.

אָט, למשל, דרײט זיך אַרום בײַ געצע דעם שמשׂ אַ מױד, אַסנע רופֿט מען זי. זי קומט אַמאָל אױסקערן דאָס בית־המדרש, אַמאָל װאַשן די בענק. אַ געזונטע מױד, אַ שװאַרצע, דער רוח זאָל זי נעמען…

אָן זיסלען װאָלט זיך געצע אָנגעכאַפּט מיט בײדע הענט. װער איז געצע דער שמשׂ, און װער איז זיסל דער יורד? ער װאָלט נאָך געמעגט אױסשלאָגן בײַ אים אַ קני ערד, אָט דער שמשׂ, אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן!

בלאָטע! זיסל װעט אָבער ניט גײן צום שמשׂ זיך אָנשלאָגן, ניט דערהערן װעט דאָס די שטאָט, קומען זאָל אױף איר אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה און אַ כאָליערע הײַנטיקן טאָג, רבונו של עולם, ס'זאָל זי אױסקײַקלען פֿון אײן עק ביזן אַנדערן!… אָט אַזױ שילט זיסל דער יורד זײַן משפּחה און די גאַנצע שטאָט, װאָס האַלט אים אױס מיט קיצבֿה.

― אַ רעשטל צו די צרות! ― זאָגט מען אױף אים אין שטאָט און מע לאָזט אים ניט פֿאַלן. מע זעט אים נעמען אױף שבת און אױף יום־טובֿ, אַלעמאָל צו אַן אַנדער בעל־הבית. מע װיל יוצא זײַן פֿאַר אים ― פֿאָרט אַ יורד, נעבעך אַ געפֿאַלענער…

און טאָמער פֿאַרגעסט מען זיך אָן זיסלען, איז דאָ אַ רפֿאל בעל־משגיח אין שטאָט, װאָס דערמאָנט, לאָזט ניט, מע זאָל פֿאַרגעסן אָן דעם יורד.

און דער יורד איז אין כּעס. עס מאָלט זיך אים אױס, אַז ניט זײַן משפּחה, ניט די בחורים פֿון בית־מדרש, ניט רפֿאל דער בעל־משגיח ― קײנער, קײנער איז ניט גענוג יוצא קעגן אים. און ער שילט, שילט זײ אַלעמען מיט דער תּוכחה!

אײן טאָג אין יאָר נאָר איז פֿאַראַן, װען זיסל דער יורד שילט זיך ניט. דאָס איז דער טאָג פֿון ערבֿ יום־כּיפּור.

דעם טאָג פֿון ערבֿ יום־כּיפּור טוט זיסל אָן דאָס נײַע העמד, װאָס ער אַלײן האָט זיך געגעבן נײען, און די נײַע קאַפּאָטע, װאָס די בחורים האָבן אים געמאַכט, מיט אַ פּאָר גאַנצע, כּמעט נאָך גאָר נײַע שטיװלעטן, װאָס רפֿאל בעל־משגיח האָט ערגעץ אױסגעמאַנטאַטשעט פֿון זײַנעט װעגן, און ער לאָזט זיך גײן פֿון שטוב צו שטוב צו אײגענע און צו פֿרעמדע, שלײַדערנדיק מיטן קראַנקן פֿוס, צו איבערבעטן דעם עולם, זיך מוחל זײַן. אַלע ייִדן גײען זיך מוחל זײַן ― מיט װאָס איז ער ערגער פֿון אַלע? דאָס פּנים איז בײַ אים בלאַס, װי תּמיד. דער קוק איז בײז. און ער רעדט מיט כּעס, װי תּמיד, און גיט אָפּ דעם „גוט יום־טובֿ“ מיט אַזאַ טאָן, װי ער װאָלט געשאָלטן אין טאַטן אַרײַן.

― אַ גוט יום־טובֿ! טאָמער האָב איך אײַך אָנגערירט מיט אַ קרום װאָרט, בעט איך אײַך איבער, און װינטש אײַך אַ חתימה טובֿה.

זיסל הוסט און קוקט אין האַנט אַרײַן, טאָמער װעט מען אים עפּעס געבן.

ענטפֿערט מען אים מיט אַ שמײכל: „גם אַתּם, לאָז גאָט מוחל זײַן“. ― מע גיט אים אַ נדבֿה און מען איז אים מכבד מיט לעקעך.

געשריבן לכּבֿוד עשׂרת־ימי־תּשובֿה (אין יאָר 1911)
מען הוליעט: טיפּן װאָס שטאַרבן אָפּ

עטלעכע װערטער װעגן די „הוליאַקעס“

„חבֿרה הוליאַקעס“ ― אַזױ רופֿט מען זײ בײַ אונדז. דאָס זײַנען ייִדן דװקא שטילע מענטשלעך און דװקא נישקשה פֿון אָרעמעלײַט און געהערן זיך ניט אָן אַ גאַנץ יאָר אײנס מיטן אַנדערן גאָרנישט ניט; נאָר אַז עס קומט שׂימחת־תּורה, װערט מען לעבעדיק־פֿרײלעך, און גלײַך װי מע װאָלט זיך אױפֿגערעדט: מע נעמט זיך אַרום גאַנץ ברידערלעך און מע גײט איבער די גאַסן, טאַנצנדיק און זינגענדיק פֿרײלעכע ניגונים און מע מאַכט פֿרײלעך די גאַנצע שטאָט. מע קומט אַרײַן צו אַלע בעלי־בתּים גוט יום־טובֿ בעטן, מע רײַסט זיך אַרײַן אױך צו די נגידים און מע מאַכט זײ דעם פֿרײלעכן שׂימחת־תּורהדיקן קידוש, און באין־ברירה מוז געשטעלט װערן װײַן אױפֿן טיש, אָדער ביר, אָדער פּשוטער בראָנפֿן מיט פֿאַרבײַסן, אַניט קענען די הוליאַקעס אַלײן נעמען. זײ װײסן, װוּ װאָס עס שטײט. זײ קענען טרעפֿן צום אױװן און אַרױסנעמען װאָס ס'איז דאָ, אַרױסציִען פֿון די שאַפֿעס די אײַנגעמאַכטסן, אַראָפּלאָזן זיך אין קעלער און אַרױפֿטראָגן פֿון דאָרטן די גוטע „נאַליװקעס“ מיט די שײנע געזאַלצענע אוגערקעס מיט די קלוגע געזײַערטע אַרבוזן, װאָס שטײען בײַ די נגידים צוגעגרײט אױפֿן װינטער, און נאָך אַזעלכע זאַכן, װאָס ס'איז גאָרניט צו גלײבן, אַז ייִדן קענען אַזעלכעס טאָן…

דאָס אַלײן איז נאָך גאָרניט. אַמאָל (אױ, אַמאָל!) פֿלעגט מען אַלײן זײַן שיכּור, װי לוט, און אױך די „נאַטשאַלסטװע“ אָנשיכּורן אַזױ, אַז זי פֿלעגט טאַנצן מיט אַלע ייִדן, איך בעט אײַך איבער אײַער כּבֿוד, אָן קאַפּאָטעס בײַם נגיד אױפֿן דאַך. איצט איז שױן אַנדערע יאָרן מיט אַנדערע „נאַטשאַלסטװע“. מען איז גערן, אַז זי לאָזט כאָטש ייִדן אײן מאָל אין יאָר זײַן שיכּור און גײן פֿראַנק און פֿרײַ פֿון שטוב צו שטוב און זינגען פֿרײלעכע ניגונים. װאָרעם אין אַנדערע שטעט, זאָגט מען, טאָר מען דאָס אױך ניט…

פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿון יאָר צו יאָר װערט בײַ אונדז די „חבֿרה הוליאַקעס“ שיטערער און װינציקער. אַ סך זײַנען אױסגעשטאָרבן, און די, װאָס זײַנען געבליבן, האַלטן בײַם אָפּשטאַרבן. דעריבער אײַל איך מיך די דאָזיקע באַרימטע הוליאַקעס צו באַשרײַבן, יעדן אײנציקן מיט זײַן טיפּ און בײַ זײַן נאָמען ― לאָז כאָטש בלײַבן אַ זכר, אַ סימן פֿון דעם, װי מע הוליעט בײַ ייִדן אין גלות, אַז עס קומט שׂימחת־תּורה.

אַ. אליק דער מעכאַניק

פֿאַרשטײט זיך, אַז ער איז אַ שנײַדער. און נישט נאָך אַ שנײַדער, נאָר אַ שנײַדערל, דאָס מײנט, אַז ער איז אַ קלײניטשקער מיט קורצע פֿיסעלעך, מיט קלײניטשקע הענטעלעך, מיט אַ קלײן בערדעלע. נאָר אַ קול האָט ער דװקא אַ געמבע, אַ באַסאָװע שטימע. אַלע װוּנדערן זיך: װי קומט צו אַזאַ קלײן ייִדעלע אַזאַ געדיכטע באַסאָװע שטימע? נאָר קשיות פֿרעגן איז קײן קונץ נישט. למאַי װי קומט צו אַזאַ קלײן ייִדעלע, ער זאָל אַרײַנגיסן אין זיך אַזױ פֿיל בראָנפֿן, אַז עס קומט שׂימחת־תּורה?

אָבער טאַקע נאָר שׂימחת־תּורה. אַ גאַנץ יאָר טרינקט ער נישט ― נישט קײן בראָנפֿן, נישט קײן װײַן. נישט מחמת ער האַלט נישט פֿונעם ביטערן טראָפּן, נאָר איבער אַן אַנדער טעם ― ער האָט נישט. ער איז נעבעך אַ גרױסער אָרעמאַן. מע קאָן זאָגן אַן אבֿיון. קינדער, קײן עין־הרע, אַ סך. און אַרבעט ― װאָס אַ יאָר, װאָס אַ יאָר װינציקער. אַן אױסכאַפּעניש זאָל קומען אױפֿן „גאַטאָװיך פּלאַטיעװготових платьев: פֿאַרטיקע קלײדער“! זינט עס האָט זיך געעפֿנט אין שטאָט דער „גאַטאָװיך פּלאַטיעװ“, אײַנגעזונקען זאָל ער װערן, און ס'איז געװאָרן אַ מאָדע פֿאַרטיקע קלײדער, און נאָך אױף אױסצאָלן דערצו, האָט אליק דער מעכאַניק פֿאַרלױרן אײנציקװײַז אַלע זײַנע בעלי־בתּים.

װאָלט כאָטש דער „גאַטאָװיך פּלאַטיעװ“, אַ מיתה־פּאָהיבלпоґібль: טױט זאָל אױף אים קומען, װעלן צושאַרן אַ מאָל אַ שטיקל אַרבעט. איז װי לאַנג קרענקט ער! למאַי זאָל אַ ייִד פֿאַרדינען אַ שטיקל ברױט? אַמער, לאָז אַ גױ האָבן פּרנסה. אַ גױ איז בילכער. כאָטש אַפֿילו ס'איז אַ פֿאַרדראָסיקע זאַך. מילא, אַז ער האַלט אַ צושנײַדער אַ גױ, איז כאַפּט אים בעניע. אַ גױ אַ צושנײַדער שנײַדט אױף אַן אַנדער פֿאַסאָן. אָבער שטעפּעכטס? פֿאַרװאָרפֿעכטס? אונטערנײעכטס? דערױף מוז מען שױן אױך קומען צום גױ? אַן עק! אײַננײען אַ קנעפּל, צוסטריגעװען אַ בענדל, אױספּרעסן אַ קאָלנער ― דאָס קאָן שױן אױך נישט אַ ייִד?

װאָלט דער „גאַטאָװיך פּלאַטיעװ“, דער שלאַק זאָל אים טרעפֿן, כאָטש אַלײן געװען אַ גױ. איז נײן! דװקא אַ ייִד, און נאָך װאָסער אַ ייִד! אַ כּשרער ייִד און הײסט רב לײזער. ער איז אַ געװעזענער חײט, נאָר הײַנט איז ער אַ בעל־הבית, אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, און פֿאָרט אַלע זומער „זאַגראַניצעзагранітсе: אין אױסלאַנד“ און ברענגט פֿון דאָרטן צו פֿירן אַלע יאָר נײַע מאָדעס מיט נײַע זשורנאַלן. אין שול זיצט ער אױבנאָן. עליות קױפֿט ער זיך די פֿעטסטע. שידוכים טוט ער די שענסטע. אַז ער איז געװען אַמאָל אַ שנײַדער, האָט ער שױן לאַנג פֿאַרגעסן. דעם נאָמען חײט קאָן ער גאָר נישט הערן. אַ „נאַש־בראַט“ לאָזט ער נישט אױף די אױגן. טרײַבט אָרעמע לײַט מיט שטעקנס. און גאָט זעט און שװײַגט!

אַדרבא, װאָס אַ יאָר, װערט „לײזער גאַטאָװיך פּלאַטיעװ“ רײַכער. צו אים צוטרעטן ― דאַרף מען שױן גאָר האָבן אַ זכיה: אַ גלעקל בײַ דער טיר!

אַ גליק, װאָס ס'איז כאָטש פֿאַראַן אײן טאָג אין יאָר אַזעלכער, װאָס מע קאָן דעמאָלט צו איר צוטרעטן אָן זכות־אָבֿותן, אָן גלעקלעך, אָן קלינגעניש. דאָס איז דער טאָג פֿון שׂימחת־תּורה.

שױן אינדערפֿרי, בעת אַנדערע ייִדן זײַנען נאָך אין שול, איז אליק דער מעכאַניק, װי די גאַנצע חבֿרה הוליאַקעס, לאַנג אַן אָפּגעדאַװנטער, אַן אױסגעטרונקענער און אַן איבערגעביסענער. און מע גײט שױן אַרומגענומען אַלע מיט אַ געזאַנג איבער די גאַסן, פֿון אײן נגיד צום אַנדערן, גוט יום־טובֿ בעטן. און צום אַלעם ערשטן גײט מען צום נײַעם נגיד, „רב לײזער גאַטאָװיך פּלאַטיעװ“ (לכּבֿוד שׂימחת־תּורה האָט מען אַראָפּגענומען דאָס גלעקל פֿון טיר). פֿון גאַנץ פֿרי אָן שטײט צוגעגרײט אױפֿן טיש בראָנפֿן און ביר און װײַן אַ פֿלעשל מיט אַלערלײ פֿאַרבײַסעכצן. רב לײזער אַלײן גײט זײ אַקעגן מיט אַ פֿאַרטיק שמײכעלע און בעט אליקן, ער זאָל מאַכן קידוש. טוט אים אליק צוליב און מאַכט דעם ברײטן יום־טובֿדיקן קידוש אױף זײַן גראָבער באַסאָװער שטימע, דרײט און ציקלט זיך מעשׂה חזן, און די חבֿרה הוליאַקעס ענטפֿערט אים מיטן כאָר, װי זינגערלעך דעם חזן:

― אָ־אָ־אָ־מ־ן!

„לײזער גאַטאָװיך פּלאַטיעװ“ קלײַבט כּלומרשט נחת פֿונעם קידוש, און לײזעריכע כּלומרשט קװעלט אױך, ציטערט, מע זאָל איר נישט פֿאַרגיסן דאָס טישטעך, נישט צעברעכן אַ גלעזל, אָדער חלילה אַן אַנדער שאָדן. און בײדע שעצן זײ זיך גליקלעך, אַז זײ דרײען זיך אַרױס פֿון אליקן אָן אַ סקאַנדאַל. װאָרעם אליק דער מעכאַניק, אַז ער איז רעכט אונטערן גלעזל און װערט גוט פֿאַרקנאַקט, קאָן ער דערצײלן דעם נײַעם נגיד מיאוסע מעשׂיות. ער קאָן אים אָננעמען פֿאַר אַ האַנט און זאָגן אים דעם גאַנצן פּסוק גאַנץ אײדל און פֿאַרשטעלט:

― הער־זשע אױס, ברודער גאַטאָװיך פּלאַטיעװ! כאָטש דו ביסט די כּפּרה פֿאַר אַ גױ, די כּפּרה מעגסטו זײַן פֿאַר אַלע גױים, און כאָטש דו האָסט פֿײַנט אַ ייִדן ערגער װי אַ ייִד חזיר, נאָר אַזױ װי מיר האָבן הײַנט יום־טובֿ אױף דער גאַנצער װעלט, און אַזױ װי דו האָסט אונדז מכבד געװען מיט לעקעך און בראָנפֿן, טאָ לאָמיר טרינקען לחײם, און לאָמיר זיך װינטשעװען דערלעבן איבעראַיאָר שׂימחת־תּורה, און זײַן די אײגענע ייִדן װאָס מיר זײַנען, און לאָמיר זיך צעקושן אין די פּיסקלעך, און לאָז די װעלט נישט װיסן, אַז דו ביסט אַ חײט בן חײט, און אַ פּאַרך, און אַ שׂונאי־ישׂראל, און אַ רוח אין די שׂונאימס טאַטנס טאַטן אַרײַן!

אָפּגעפֿאַרטיקט זיך מיטן נײַעם נגיד, לאָזט זיך חבֿרה הוליאַקעס מיט אַ געזאַנג צו די איבעריקע נגידים. דאָרט װערט דער קידוש איבערגעחזרט נאָכאַמאָל מיטן זעלבן פּאַראַד און מיטן כאָר. דערצו װערט צוגעזעצט נאָך אַ פּאָר שטיקלעך פֿון ימים־נוראָים, װאָס אליק איז דערױף אַ גרױסער קינסטלער, און אַז איר װעט אים שטאַרק בעטן, װעט ער אײַך באַװײַזן, װי אַזױ אַן ערשטלינג גײט צו קינד, און נאָך אַזעלכע שטיק, אַבי צו משׂמח זײַן דעם עולם, מאַכן אים לעבעדיק־פֿרײלעך, װאָרעם ס'איז שׂימחת־תּורה ― און שׂימחת־תּורה דאַרף מען הוליען און הוליען.

ב. קאָפּל בעל־מוח

אַזױ רופֿט מען אים דערפֿאַר, װײַל ער האָט אַ גרױסן שטערן און אַ גלאַנצנדיקן. „אַ שטערן, װי בײַ אַ מיניסטער“, ― זאָגט מען אױף אים. קאָפּל איז אָבער נישט קײן מיניסטער. קאָפּל איז אַ בעל־מלאָכה. אַ שוסטער איז ער.

בטבֿע איז קאָפּל אַ ייִד אַ בעל מרה־שחורה. שטענדיק פֿאַרזאָרגט, פֿאַרחושכט, אָפּגעריסן, געשטימט טרױעריק, פּעסימיסטיש.

פֿון װאַנען נעמט זיך עס? אפֿשר דערפֿון, װאָס ער קוקט אױף דער װעלט כּל־ימיו פֿון אַ פֿינצטערן קעלער? דאָרט איז זײַן װאַרשטאַט, דאָרט קלאַפּט ער פֿלעקלעך. דאָרט איז זײַן הײם, דאָרט לעבט ער. שוסטערײַ איז נישט שנײַדערײַ. אַ שנײַדער מוז האָבן ליכט; אַ שוסטער קאָן זיך באַגײן אין דער פֿינצטער.

דאָס הײסט, אַז מע װיל צוריק, באַדאַרף אַ שוסטער אױך צו זען, װוּהין ער שטעכט מיט דער נאָל און װוּהין ער קלאַפּט אַ פֿלעקל. נאָר דערצו איז גענוג אַ קלײן פֿענצטערל, אַ קװאַטירל, װאָס קוקט דורך אַ געל־גרינלעך גלאָז אינדרױסן אַרױס. אַ מענטש, װאָס זיצט־אָפּ אַזױ פֿיל יאָרן אױף אַ קײַלעכיק לעדערן זעסל און קלאַפּט מיטן האַמער אין דער פֿינצטער, קאָן נישט זײַן קײן אָפּטימיסט.

און אפֿשר נעמט זיך זײַן מרה־שחורה דערפֿון, װאָס גאָט האָט אים געבענטשט מיט אַ װײַב אַ צרה, װאָס אַחוץ דעם, װאָס זי באַגראָבט אים אַ לעבעדיקן, האָט זי אין זיך נײַן מאָס רײד, דאָס מױל מאַכט זיך איר נישט צו?

„שׂרה די זאָגערין“ ― אַזױ רופֿט מען זי צװישן די שכנים, װאָרעם זי האָט אַ מענה־לשון און רעדט אָן אַן אָפּשטעל. עס גײט בײַ איר געבונדן און געקײטלט, און עס לאָזט זיך בײַ איר נישט אױס, װי פֿון אַ קװאַל.

מיר קאָנען נישט פֿאָדערן פֿון אונדזער פֿרײַנט לעזער, אַז ער זאָל אונדז גלױבן אױף נאמנות. ער איז עס נישט מחויבֿ. דעריבער גיבן מיר דאָ אַ מוסטער פֿונעם מענה־לשון, װאָס „שׂרה די זאָגערין“ לײגט אַװעק אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, בעת קאָפּל קלאַפּט מיטן האַמער און זײַנע צװײ שוסטער־יונגען העלפֿן אים אונטער, אײנער ציט אַ דראַטװע און דער אַנדערער פּוצט אַ פּאָדעשװע. מײנט נישט: שׂרה אַלײן זיצט אױך נישט צונױפֿגעלײגט די הענט. זי טוט דרײַ אַרבעט מיטאַמאָל: מיט די הענט שײלט זי קאַרטאָפֿליעס, מיט די פֿיס װיגט זי אַ קינד און מיטן מױל רעדט זי, און דװקא צו זיך אַלײן.

― גיט זיך אױס אַ טאָג, איז כאָטש עפֿן טיר און טױער, װי אין אַ מאַנהױז, פֿון כּאור אָן הו־האַ, אױף און אָפּ, טאָ דער, טאָ יענער, טאָמער איז קאַרג דאָס קלאַפּן, קלאַפּן זאָל אים אין קאָפּ, װי ער קלאַפּט מיטן האַמער, איז זי אױך דאָ, טאַקע די שװעסטער זײַנע די קלאַפּעטיריכע מיטן צינגל, װי אַ גלעקל דזין־דזין־דזין, אַ גדולה אױף דער באָבע, זי האָט אַ בריװל פֿון איר דאָליע, אָנגעקומען אַזש פֿון אַמעריקע, קומט אים אַ דאַנק, ער האָט נאָך נישט כאַסלירע געהאַט, דער שײנער מאַנדיוק, פֿאַר אַן אַנדערע דאָרטן, אַ מכּה אים, װי חיה־קײלעס מאַן האָט דאָרטן אָפּגעטאָן, פֿאַרכאַפּט זאָל עס װערן, אָט דאָס אַמעריקע טאַקע! װאָרעם אַז מע קומט אַהין, פֿאַרגעסט מען, אַז מע האָט געלאָזט אַ װײַב אין דער הײם, גרינגע פֿײגעלעך, אַ קיש־קיש מיטן קאָפּ אין דער ערד! נישט אױסצוהאַלטן פֿון דער קורעלאַפּניטשקע מיט אירע עופֿות! גײען אַרום הונגעריקע און װיל האָבן פֿון זײ שמאַלץ, כאָטש װעלן אַמאָל זיך לײגן אױף אַ טשיקאַװעס, שענקען אַן אײ אױף דער חלה צו באַשמירן בײַ דעם דאָזיקן יקרות, װאָס נישט צוצורירן זיך, נישט צו קײן אײ, נישט צו קײן קאַרטאָפֿליע, נישט צו קײן ציבעלע, כאָטש לױף אין דער װעלט אַרײַן, אַ סיפּע אים אין פּנים אַרײַן און אַ געשװיר אים אין זײַט, טאַקע דעם גױ, װי ער איז קליגער געװאָרן, און װיל שױן אָפּנאַרן אַ ייִדן. קאָפּױ או מענע קאורקו נאַ שאַבעסкупи у мене курку на шабес: קױף מיר אַ הון אױף שבת ― לאָזט זיך אױס, אַז ס'איז אַזױ אַ קאורקוкурку: הון, װי דו ביסט אַ רבֿ. אַ דע טװאָיאַ קאורקאַа де твоя курка: װוּ איז דײַן הון? ― שטופּט זי אין פּנים אַרײַן אַ קורטשאַטקעкурчатко: הינדל די גרױס װי אַ מײַזל. כיבאַ צע קאורקאַкіба це курка: דאָס איז אַ הון? צע בלאָכאַце блоха: ס'איז אַ פֿליג! ― װערט זי נאָך מלא־גזלן און רײצט זיך: או טעבע ראָשע נעמאַу тебе роше нема: דו האָסט ניט! און באַהאַלט דאָס שײנע הינדל אין בוזעם. אַ קאָטאַа кота: און די קאַץ, צו אַלדי שװאַרצע יאָר! נאַ דיר נאָך טאָמער איז קאַרג, ברוך הבא, אַ קאָטער האָט זיך פֿאַרנאַדיעט צו די קעץ, װי פּײסי חײמס צו ריװע־לאה די מאָדניצעмодница: פֿרױ אין דער מאָדע, אַלע אין דער פֿרי און אױף דער נאַכט, װי אַ זײגער, שמעקט אין אַלע טעפּ. נישטאָ גאָרנישט! אױסגעטריקנט! טרוקן זאָל דיר זײַן אין האַרצן, און אין קאָפּ, און…

― װעמען שילטסטו דאָס? ― טוט בײַ איר קאָפּל אַ פֿרעג אױף אַ טשיקאַװעס, הערט אױף אַ װײַלע קלאַפּן מיטן האַמער און שטעלט אַװעק אױף זײַן װײַב דעם גרױסן גלאַנצנדיקן מיניסטערשן שטערן.

― טאַקע דיך מיט דײַנע ממזרים! ― ענטפֿערט אים שׂרה, גאָרנישט לאַנג געטראַכט, און טוט זיך אירע דרײַ מלאָכות װי פֿריִער, און איז צופֿרידן, װאָס זי האָט פֿרישן שטאָף אױף איר מענה־לשון, װאָס ציט זיך בײַ איר אָן אַ סוף און אָן אַ ברעג, װי דער ים, װי דער ייִדישער גלות, װי קאָפּלס דלות. אָרעמער קאָפּל! װוּהין װאָלט ער נישט געלאָפֿן, ער זאָל נישט זײַן צוגעבונדן אָט צו דעם לעדערנעם זעסל? מוז ער אָבער פֿאַרענדיקן אַ שטיקל אַרבעט, אַניט ― װעט ער נישט האָבן אױף שבת, און אַז ער װעט נישט האָבן אױף שבת, װעט זײַן אָפּגעשניטענע יאָר פֿון שׂרהן מיט איר מענה־לשון.

שװאַרץ, חושך װי די ערד, זעט אױס קאָפּל דער שוסטער, און דערשלאָגן. מע הערט פֿון אים קײן פּיפּס. שטיל טראָגט ער אױף זיך דעם גלות מיטן דלות מיט אַלע צרות, שטיל האַלט ער עס אין זיך. מע באַדאַרף זײַן אַ פֿילאָזאָף, מע זאָל קאָנען האַלטן אין זיך אַזױ פֿיל. קאָפּל בעל־מוח איז אַ פֿילאָזאָף. אַ שטילער פֿילאָזאָף און אַ פֿאַרזאָרגטער.

נאָר אױב קאָפּל איז אַ גאַנץ יאָר פֿאַרזאָרגט, איז דאָ אַ טאָג, ― און דער טאָג איז שׂימחת־תּורה ― װאָס ער איז פֿרײלעך. װאָס זאָג איך פֿרײלעך? נײַ־געבױרן, אױסער זיך, משוגע, רײן משוגע! שטעלט אײַך פֿאָר קאָפּל בעל־מוח צװישן חבֿרה הוליאַקעס מער הוליאַק פֿון אַלע הוליאַקעס! ער האָט זיך געביטן מיט אליק דעם מעכאַניק מיט די היטלען, ― אַז דער האָט אַ היטל, װי אַ שיסל, און יענער האָט אַ היטעלע, װי אַ פֿײַג די גרײס ― קאָן מען נישט פּלאַצן פֿאַר געלעכטער? טשעפּעט נישט, זײ האָבן זיך געװאָלט בײַטן מיט די קאַפּאָטעס אױך, קריכט נישט אליקס קאַפּאָטקעלע אױף קאָפּלס געזונטע פּלײצעס.

קאָפּל דער שוסטער זעט אױס קעגן אליק דעם שנײַדער, װי אַ גלית הפּלשתּי. עס איז דעריבער אַ קאָמעדיע אָנצוקוקן, װי די צװײ נעמען זיך אַרום ברידערלעך, גײען טאַנצן איבער די גאַסן. און כאָטש קאָפּל האָט אַ קול פֿון אַ רוקבעט, מע קאָן זאָגן, כּמעט גאָר קײן שטימע נישט, פֿונדעסטװעגן טוט ער זיך אָן אַ כּוח און העלפֿט אליקן זינגען, װי אַ געטרײַער משורר דעם חזן. און אַז אליק שטעלט זיך אַװעק מאַכן דעם פֿרײלעכן קידוש, האַלט אים קאָפּל אונטער: „באָם!“ און אַז אליק האָט געענדיקט דעם קידוש אױף זײַן באַסאָװער שטימע מיט אַ געדרײטן „מקדש ישׂראל“ און מיט אַ ציקלדיקן „ו־ה־ז־מ־נ־י־ם“, און װיל צוטראָגן דעם כּוס צו די ליפּן, כאַפּט אױס קאָפּל בײַ אים דאָס גלעזל פֿון די הענט, און אײדער מע קוקט זיך אַרום, איז שױן קאָפּל מיטן כּוס פֿאַרטיק. ער האַלט שױן גאָר בײַ לאָזן זיך אין אַ טענצל. דערװײַל טרײַבט ער אונטער אליקן, אַז אליק זאָל זינגען, װעט ער אים העלפֿן. טוט אים אליק צוליב, און בײדע זינגען זײ אַ יום־טובֿדיק ליד און די גאַנצע חבֿרה הוליאַקעס העלפֿן־אונטער, װער מיטן קול און װער מיטן פּליעסקען פֿון די הענט. אָט דאָס איז דאָס ליד, װאָס זײ זינגען:

אַתּה בחרתּ־תּ־נו
מכּל הע־מים.
איזאָ װסיעך נאַראָ־דאָ־ראָדאָװізо всєх народов: פֿון אַלע פֿעלקער
טי נאַס פּאָליובילты нас полюбил: האָסט אונדז ליב געהאַט.

― שטאַרקער, ייִדן, שטאַרקער! ― שרײַט קאָפּל בעל־מוח, און דער שטערן בײַ אים שװיצט סכּנות. ― נישט געזאָרגט, ברידער! דער עיקר ― נישט געזאָרגט זיך, און נאָר געזונגען, און נאָר געטאַנצט, און נאָר געהוליעט, און נאָר געהוליעט!

ג. מענדל דער בלעכענער

ריכטיקער װעט זײַן ― דער בלעכער, מחמת מענדל איז פֿון פֿאַך אַ בלעכער. נאָר מע האָט אים אַ נאָמען געגעבן בײַ אונדז „דער בלעכענער“, װײַל ער זעט אױס גלײַך, װי ער װאָלט געװען געמאַכט פֿון בלעך.

אַ הױכער ייִד, אַ גלײַכער, אַ טרוקענער, אָנגעטאָן אין אַ לאַנגער האַרטער בלעכענער נאַקידקע, אַ בלעכן פּנים, אַ בלעכענע באָרד, און אַפֿילו אַ קול פֿון בלעך ― אַ בלעכן קול.

זײַן אַרבעט ― איז סאַמאָװאַרן. ער גלײזט, דאָס הײסט, ער װײַסט אױס סאַמאָװאַרן. נאָר אַזױ װי סאַמאָװאַרן גלײזט מען בײַ אונדז, מײנסטנס, נאָר אױף פּסח, איז די גאַנצע שפֿע בײַ אים ערבֿ פּסח, און די איבעריקע טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר קוקט ער נישט אָן קײן סאַמאָװאַר אין די אױגן. בײַ אַזעלכע גאָלדענע געשעפֿטן װאָלט מענדל דער בלעכענער געהאַט אַ ברירה צו שטאַרבן אַ גאַנץ יאָר פֿון הונגער, װען ער זאָל נישט האָבן אין האַנט נאָך עטלעכע פּרנסות.

למשל, ער קאָן הײלן בהמות, מאַכן, זײ זאָלן זיך מעלקן, און נאָך אַזעלכע זאַכן. װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דאָס צו בלעכערײַ? ― קײן שום שײַכות נישט. נאָר אַז אַ מענטש האָט אַ טאַלאַנט צו נאָך עפּעס ― װאָס מאַכט עס קאַליע? למאַי ער קאָן אױסלײגן אױװנס אױך? אױך צונױפֿלײטן געבראָכענע כּלים, אַז מע זאָל גאָרנישט דערקענען? צי, אַ שטײגער, אין פֿאַרבערײַ, מײנט איר, האָט ער שױן גאָר קײן ידיעה נישט? אַז מע שמועסט ― אַ מענטש קאָן אַלצדינג, איז דאָך נישט שײך!

פֿונדעסטװעגן, שרעקט אײַך נישט. פֿון די אַלע פּרנסות האָט מענדל דער בלעכענער קױם־קױם װאַסער אױף קאַשע, װי ער אַלײן דריקט זיך אױס, אי דאָס ― מוז אים אַמאָל אונטערהעלפֿן זײַן װײַב ריסל.

ריסל איז אַ באָבע (אַ הײבאַם), נאָך אָן פּראַקטיקע, נישט מחמת זי איז אַ שלעכטע הײבאַם, נאָר איבער די אַקושערקעס. עס איז געװאָרן די לעצטע צײַט בײַ אונדז אַ גערעט אױף אַקושערקעס. נישטאָ בײַ אונדז כּמעט אַ ייִדישע שטוב אָן אַן אַקושערקע. אַ ייִד האָט דרײַ טעכטער, זײַנען צװײ פֿון זײ אַקושערקעס און די דריטע שטודירט אױך אױף אַקושערקע.

― אַ שטאָט פֿון אַקושערקעס! ― זאָגט מענדל דער בלעכענער און איז אין כּעס און פֿײַערט מיט סכּנת־נפֿשות. ― אױף יעדער געװינערין צװײ אַקושערקעס, און מיט דער געװינערין ― דרײַ, װאָרעם די געװינערין אַלײן איז אױך אַן אַקושערקע.

אַזױ קריטיקירט מענדל די אַקושערקעס. מענדל איז בכלל אַ שאַרפֿער קריטיקער. נישטאָ אַ זאַך, װאָס מענדל זאָל נישט קריטיקירן. נישטאָ אַ מענטש, װאָס מענדל זאָל געפֿינען אױף אים אַ זכות, זאָגן אַ גוט װאָרט. אַזאַ טבֿע בײַ אים. עס גיט זיך אױס אַ מענטש, װאָס עס געפֿעלט אים נישט קײנער און ער איז מיט קײן זאַך נישט צופֿרידן. למשל, לאָז גײן אַ רעגן אין דרױסן, װעט אײַך מענדל נישט זאָגן, אַז עס גײט אַ רעגן, נאָר אַ „מבול“; און, פֿאַרקערט, לאָז נישט גײן קײן רעגן, איז אױך שלעכט: „אַן אױסטריקעניש, אַ דערשטיקעניש, אַ מידבר!“ קײנמאָל װאַרעמט נישט בײַ אים די זון, נאָר זי „ברענט“, זי „שׂרפֿעט“. אַ שנײ איז בײַ אים אַ „פֿאַרשיטעניש“. אַ פֿראָסט אַלײן איז אים קאַרג; ער מוז צוגעבן דאָס װאָרט: „ברענענדיקער“. שטאַרבט, חלילה, אַ מענטש אין שטאָט ― הײסט עס בײַ אים אױף זײַן לשון: „דער עולם טראָגט זיך אָפּ, מע פֿאַלט, װי פֿליגן“… זײַן אױף אַ לװיה, קומען יענעם מנחם־אָבֿל זײַן, אָדער אַ קראַנקן מבֿקר־חולה זײַן ― דערױף איז מענדל תּמיד פֿונעם ערשטן מנין. זײַן טרײסטן, זײַן אױסרײדן דאָס האַרץ באַשטײט אין דעם, אַז „עס קאָן נאָך זײַן אַ סך ערגער, װי עס איז“. אַ צאָן לאָז אײַך װײ טאָן, װעט אײַך מענדל זאָגן: „אָט דאָס הײסט בײַ אײַך צײנװײטיק? צײנװײטיק פֿרעגט מיך!“ און ער װעט אײַך דערצײלן, װאָס ער האָט געהאַט פֿון אַ צאָן, אָדער ער װעט אײַך איבערגעבן פֿון זײַנעם אַ באַקאַנטן, װאָס איז שיִער נישט געשטאָרבן פֿון אַ צאָן, שױן געװען פֿאַרבײַ, נאָר מע האָט אים אָפּגעשריִען…

אָדער פּרוּװט זיך קלאָגן פֿאַר אים, אַז איר הוסט, װעט ער אײַך באַלד אַ פֿרעג טאָן: „מיט בלוט?“… דאָס איז נישט, װײַל מענדל איז אַזאַ שלעכטער בטבֿע און װיל, אַז איר זאָלט, חלילה, הוסטן דװקא מיט בלוט. נײן! נאָר ס'איז בײַ אים אַזאַ כאַראַקטער, זען יעדע זאַך אינעם ערגסטן צושטאַנד און לײגן יענעם שטײנער אױפֿן האַרצן. ער קאָן אַנדערש נישט. אַ געבױרענע זאַך ― פֿאַרפֿאַלן.

הײַנט גײ ריכט זיך, אַז אַזאַ מיזאַנטראָפּ, װי מענדל דער בלעכענער, װעט ער זײַן שׂימחת־תּורה צװישן חבֿרה הוליאַקעס אַ גאַנצער קונצנמאַכער, אַ קאָמעדיאַנט און אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק!

קומט שׂימחת־תּורה, װערט מענדל אַ דײַטש. דאָס הײסט, ער פֿאַרשטעלט זיך אױף דעם טאָג פֿאַר אַ דײַטש און רעדט נישט קײן אַנדער שפּראַך, אױסער דײַטש. די לאַנגע בלעכענע נאַקידקע האָט ער אונטערגעבונדן, געמאַכט פֿון איר אַ פּידזשאַק, די פּאות האָט ער פֿאַרלײגט אַהינטער די אױערן ― קײן סימן פֿון קײן פּאה, און אַ קאַפּעליוש האָט ער אָנגעטאָן ― ייִדן! פֿון װאַנען נעמט זיך אַזאַ קאַפּעליוש אױף דער װעלט? װוּ האָט ער אים אױסגעקראַצט? כּלומרשט אַ צילינדער־הוט, נאָר צעקנײטשט, צעשטעכערט, און הױך, װי אַ קױמען, און אָן אַ דעק, מיט אַ לאָך פֿון אױבן ― טאַקע װי אַ קױמען. אַ פֿאַבריטשנער קױמען. און כאָטש דער דאָזיקער קױמען איז שױן גוט באַקאַנט אין שטאָט פֿון פֿאַראַ־יאָרן, פֿון פֿאַר־צװײ־יאָרן און פֿאַר־דרײַ־יאָרן שׂימחת־תּורה, פֿונדעסטװעגן באַגעגנט מען מענדלען מיט דער זעלבער גדולה און התפּעלות, װאָס פֿאַראַ־יאָרן, פֿאַר־צװײ־יאָרן און פֿאַר־דרײַ־יאָרן, און חבֿרה קונדסים מאַכן אים די אײגענע אָװאַציעס, װאָס אַלע שׂימחת־תּורה.

― אַ גוט יום־טובֿ, דײַטש! הוראַ, קױמען! הוראַ, קאַפּעליוש!

נאָר מענדל דער בלעכענער ענטפֿערט זײ נישט. מענדל האָט נישט צו טאָן מיט קונדסים. מענדל איז באַשאַפֿן געװאָרן אױף צו משׂמח זײַן גרױסע. די גאַנצע שטאָט באַדאַרף זיך מיט איר פֿרײען. עס װערן אַרױסגעטראָגן אַלע טישן מיט אַלע בענקלעך פֿון שטוב, און מענדל דער בלעכענער (איצט שױן „מענדל דער טײַטש“) מיטן קױמען אױפֿן קאָפּ, אײן האַנט פּאָ־באָקאָםпо боком: אױף דער זײַט, אין דער אַנדערער האַנט אַ פֿלעשל, טאַנצט אַ „דײַטש“ און זינגט אַ דײַטשעס לידל:

זײַנען מיר דײַטשן
און האַבען קײן זאָרג.
נישטאָ קײן מזומן ―
נעמען מיר אױף באָרג.

און די איבעריקע חבֿרה הוליאַקעס כאַפּן־אונטער:

בים ־ באָם, בים ־ באָם,
בים ־ באָם, בים ־ בײַם!

און מענדל זינגט װײַטער:

זײַנען מיר דײַטשן ―
אײנס, צװײ, דרײַ, פֿיר.
גיט מען נישט קײן בראָנפֿן,
טרינקען מיר ביר.

כאַפּט־אונטער די חבֿרה הוליאַקעס:

בים ־ באָם, בים ־ באָם,
בים ־ באָם, בים ־ באָם!

און מענדל זינגט װײַטער:

זײַנען מיר דײַטשן,
אונדז קען גרױס און קלײן;
װיל מען אונדז נישט געבן,
נעמען מיר אַלײן.

און חבֿרה הוליאַקעס כאַפּן־אונטער:

בים ־ באָם, בים ־ באָם,
בים ־ באָם, בים ־ באָם!

און אַזױ װײַטער. פּלוצעם שטעלט זיך מענדל אָפּ:

― ייִדן! איך װאָלט װעלן װיסן, װאָס איז נאָך דאָ בעסערס אױף דער װעלט, װי אַז מען איז אַ ייִד? נײן. איך פֿרעג נאָר אײן זאַך: װאָס קאָן זײַן בעסער, װי אַז מען איז אַ ייִד?

דער עולם איז מסכּים, אַז ס'איז גאָר נישטאָ קײן בעסערע זאַך אױף דער װעלט, װי אַז מען איז אַ ייִד, און מע װערט װאָס װײַטער אַלץ לעבעדיקער און פֿרײלעכער; די פֿיס הײבן זיך אַלײן, און עס גלוסט זיך אַלעמען מיט אים כאַפּן אַ טענצל. נעמט מען זיך מיט אים פֿאַר די הענט, און מע מאַכט אַ ראָד, און מע דרײט זיך, און מע טאַנצט, און מע טופּעט מיט די פֿיס, און מע הוליעט, און מע הוליעט.

ד. משה־יענקל דער אַפּיקורס

שױן אַ ייִד אין די יאָרן, נאָר ער האַלט זיך יונג. ער האָט נאָך נישט אַפֿילו אײן גרױע האָר אין באָרד. אַזאַ משפּחה בײַ זײ. שטאַרבן ― און װערן נישט גרױ. אײן זאַך נאָר, װאָס דאָס פּנים איז אים כאָטש געקנײטשט. זעט אױס, װי אַ געזײַערטער עפּל, װי אַ זױערע קיסליצע. אָנגעטאָן גײט ער אַ לאַנגע קאַפּאָטע, טראָגט שיך און זאָקן און גײט־אום אַ פֿאַרטראַכטער אין עולמות.

ער איז אַ זײגער־מאַכער און הײסט משה־יענקל, נאָר רופֿן רופֿט מען אים „דער אַפּיקורס“.

מחמת ער איז אַ זײגער־מאַכער און װײס דעם גאַנג פֿון די רעדלעך און פֿאַרשטײט דעם שׂכל פֿונעם מעכאַניזם, פֿאַרװאָס עס דרײט זיך, האָט ער אַ ידיעה אין אַזעלכע זאַכן, װאָס פֿאַר אַן אַנדערן איז דאָס אַ סוד. און מחמת ער האָט צו טאָן מיט שקיעת־החמה, װײס, װען די זון זעצט זיך און װען זי גײט אױף, פֿאַרשטײט ער שױן במילא דעם שׂכל, פֿאַרװאָס איז בײַטאָג ― טאָג, און בײַנאַכט ― נאַכט, און למאַי איז זומער ― זומער, און װינטער איז ― װינטער, און פֿאַרװאָס גײט זומער אַ רעגן און װינטער אַ שנײ, און װאָס קומט פֿריִער: דער דונער אָדער דער בליץ ― און נאָך אַזעלכע זאַכן. קורץ: משה־יענקל דער זײגער־מאַכער שמט פֿאַר אַ חקרן, אַ פֿילאָזאָף און אַן אַפּיקורס.

נאָר לא־די, װאָס משה־יענקל איז אַלײן אַ חקרן, אַ פֿילאָזאָף און אַן אַפּיקורס, װאָלט ער אַ בעלן געװען, אַז די גאַנצע װעלט זאָל זײַן אױפֿגעקלערטע, פֿילאָזאָפֿן און אַפּיקורסים. צוליב דעם האָט ער ליב, אַז מע קומט צו אים מיט אַ זײגער פֿאַרריכטן, זאָל ער זיך אַװעקזעצן חקירהן, פֿילאָזאָפֿירן און אָפּלאַכן פֿון אַ גוט אױג, און פֿון אַ חלום, און פֿון באַגעגענען אַ גלח, און פֿון לײדיקע עמערס, און אָפּלצעװען, להבֿדיל, פֿון אַ גוטן ייִדן, מאַכן חוזק פֿון די חסידים.

אָפּלאַכן פֿון אַ גוטן ייִדן ― דאָס איז בײַ אים אַ גאַנצער צימעס. ער קאָן אײַך אַרומקלײַבן אַרום זיך אַ גאַנץ רעדל און דערצײלן אײַך אַ מאָדנע מעשׂה, אָן אַן אָנהײב און אָן אַ סוף, און שטעלט אַװעק דערבײַ אַן ערנסט פּנים, קײן שמײכל אַפֿילו נישט צו טאָן, אַזױ אַז איר קאָנט זיכער מײנען, אַז דאָס דערצײלט אײַך אַ הײסער חסיד אַ מופֿת פֿונעם רבין.

― פֿאָרט ער, הײסט עס, אײנמאָל אין װעג ― אַזױ הײבט אָן גאַנץ שטיל משה־יענקל צו דערצײלן גלײַך פֿונעם מיטן, און איר זײַט שױן אַלײן מחויבֿ צו װיסן, װער איז דער „ער“ ― פֿאָרט ער זיך אַזױ אײנמאָל אין װעג, פֿרײַטיק איז דאָס געװען פֿאַר ליכט־בענטשן, פֿאָרט ער און פֿאָרט, פֿאָרט און פֿאָרט, פֿאָרט און פֿאָרט. װערט דאָך זײ קשה ― ביז װאַנען? ס'איז דאָך שױן באַלד שבת? מאַכן זײ צו אים: װאָס װעט זײַן? ענטפֿערט ער נישט דאָס אַנדערע װאָרט און הײסט פֿאָרן װײַטער. העלפֿט זיך נישט: אַז ער הײסט פֿאָרן, דאַרף מען פֿאָרן. פֿאָרט מען און מע פֿאָרט, פֿאָרט מען און מע פֿאָרט, פֿאָרט מען און מע פֿאָרט. די זון הײבט שױן אָן צו זעצן זיך. אָט־אָט, נאָך אַ שעה, נאָך אַ האַלבע שעה, און עס װערט נאַכט. װערט זײ קאַלעמוטנע, הײבן זײ שױן אָן אַביסל שטאַרקער: גװאַלד, װאָס װעט זײַן דער תּכלית? מע װעט דאָך שױן באַלד־אָ נישט טאָרן! רוט ער זיך אָן: טפּרו! בלײַבט מען שטײן, שטײט מען און מע שטײט, און מע שטײט און מע שטײט, און מע שטײט און מע שטײט. װערט זײ נימאס, מאַכן זײ צו אים: אָט דאָ װעלן מיר האַלטן שבת? זאָגט ער: פֿאַרװאָס נישט? זאָגן זײ: װאָס הײסט? נו, און פֿיש? װוּ װעט מען נעמען פֿיש אױף שבת? זאָגט ער: עס װעט זײַן פֿיש. זאָגן זײ: פֿון װאַנען? זאָגט ער: פֿון טײַך. זאָגן זײ: װוּ האָבן מיר אַ טײַך? זאָגט ער: אָט איז דער טײַך. כּך־הװה. מע הײבט אױף די אױגן, ― אַ טײַך, אַ ים, אַן אוקינוס! װערט זײ שױן אַביסל גרינגער אױפֿן האַרצן. זאָגן זײ: װוּ־זשע נעמט מען אַ גױ? זאָגט ער: אױף װאָס דאַרפֿט איר אַ גױ? זאָגן זײ: ער זאָל אונדז כאַפּן פֿיש. זאָגט ער: און װוּ זײַט איר? װערן זײ מבֿויש און זאָגן: מיר זאָלן כאָטש האָבן אַ נעץ. זאָגט ער: נאַט אײַך מײַן פֿאַטשײלע. האָבן זײ פֿאַרשטאַנען, װאָס ער מײנט; האָבן זײ גענומען די פֿאַטשײלע, און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען מיט דער פֿאַטשײלע אין טײַך אַרײַן, און זײַנען געגאַנגען און געגאַנגען, געגאַנגען און געגאַנגען, געגאַנגען און געגאַנגען ― נישטאָ קײן סימן פֿון קײן פֿיש! דרײען זײ אױס דעם קאָפּ צו אים און מאַכן צו אים: סע שלעכט: זאָגט ער: װאָס איז די שלעכטיקײט? זאָגן זײ: עס כאַפּט זיך נישט. זאָגט ער: עס װעט זיך כאַפּן. און כּך־הװה. װי נאָר ער האָט אױסגערעדט די דאָזיקע פֿיר װערטער, האָבן זײ גלײַך דערפֿילט, אַז די פֿאַטשײלע װערט װאָס װײַטער אַלץ שװערער און שװערער, שװערער און שװערער, שװערער און שװערער. אַן עק. זײ בלײַבן אָן כּוחות. װערט זײ שױן װידער מאַרקאָטנע אױף דער נשמה. קוקן זײ צו אים מיט די אױגן, שטױסט ער זיך אָן און זאָגט צו זײ: שלעפּט װײַטער, שלעפּט! און אַז ער זאָגט: שלעפּט ― דאַרף מען שלעפּן. האָבן זײ זיך אַ נעם געגעבן מיט די לעצטע כּוחות און האָבן גענומען שלעפּן, האָבן זײ געשלעפּט און געשלעפּט, און געשלעפּט און געשלעפּט, און געשלעפּט און געשלעפּט, און געשלעפּט און געשלעפּט…

― אַ, פֿאַרשלעפּן זאָל מען אים! אַז אַ װעלט זאָגט „אַפּיקורס“, זאָל מען גלײבן! ― און מע שפּײַט אױס און מע טרעט־אָפּ פֿון דעם אַפּיקורס. נאָר אַ ייִדישע נשמה קאָן מען נישט שאַצן. דװקא אָט דער אַפּיקורס, אַז עס קומט שׂימחת־תּורה, װערט אױף אים אַ נײַע הױט. עס איז אים גאָרנישט צו דערקענען. זײַן טרינקען האָט קײן שיעור ― קײנער פֿון דער חבֿרה הוליאַקעס װעט זיך נישט אונטערנעמען אַרײַנגיסן אין זיך אַזױ פֿיל משקה, װיפֿל אָט דער משה־יענקל. און משה־יענקל, אַז ער שטעלט אַרײַן די ערשטע עטלעכע כּוסות, װערט ער שיכּור? חס־מלהזכּיר! ― נאָר פֿרײלעך. ער װערט אַלײן פֿרײלעך און מאַכט דעם עולם פֿרײלעך. אַ גאַנץ יאָר אַן אַפּיקורס, און שׂימחת־תּורה אַ מאַרשעליק, און נאָך װאָס פֿאַר אַ מאַרשעליק! עס איז כּדאַי אָנצוקוקן משה־יענקלען, װי ער טאַנצט מיט אַ בעזעם אין האַנט, מיט אײן שטיװל און מיט אײן באָרפֿוס און זינגט אַ ליטװיש לידל:

האָפּ ־ טשוק, בערל!
האָפּ ־ טשוק, שמערל!
מיט אײן באָרפֿוס און מיט אײן זאָק,
מיטן לאַנגן יאַמשנשטאָק,
מיטן װײַסן לײַבסערדאַק…

דערבײַ ציט אַרױס אונדזער אַפּיקורס אַ מוראדיק לאַנגן טלית־קטן און טאַנצט אַזױ גרינג, װי אַ פֿעדער, קױם־קױם װאָס ער רירט אָן די ערד מיט די פֿיס. און ער נעמט זיך אַרום מיט אַלעמען, און ער קושט זיך מיט אַלעמען, מיט חסידים און נישט מיט חסידים, און טענהט מיט טרערן אױף די אױגן:

― באַרעכנט נאָר, װאָס פֿאַר אַ גרױסן גאָט מיר האָבן! װאָס פֿאַר אַ גרױסן גאָט, און װאָס פֿאַר אַ שטאַרקן גאָט, און װאָס פֿאַר אַ געװאַלדיקן גאָט, װאָס מען קאָן אים גאָרנישט משׂיג זײַן מיטן שׂכל! נו, װי אַזױ זאָלן מיר זיך נישט איבערנעמען? װי אַזױ זאָלן מיר זיך נישט פֿרײען, נישט טרינקען קײן לחײם? לחײם, ייִדן! לחײם! לשנה הבאה בירושלים!…

דער עולם האָט גאָר פֿאַרגעסן, אַז משה־יענקל איז אַ חקרן, אַ פֿילאָזאָף און אַן אַפּיקורס, און מע טרינקט מיט אים לחײם און מע נעמט זיך מיט אים בײַ די הענט, און מען איז זיך משׂמח מיטן יום־טובֿ, און מע הוליעט, און מע הוליעט.

ה. שעיה־דוד בעל־תּשובֿה

מסתּמא איז ער אין די יונגע יאָרן געװען אַ גרױסער בעל־חטא, אַז ער איז אױף דער עלטער געװאָרן אַ בעל־תּשובֿה.

אַמאָל האָט ער געהײסן אַן אַנדער נאָמען: שעיה־דוד דער כּלי־זמר. ער איז אַ כּלי־זמר. דאָס רובֿ כּלי־זמר זײַנען געכאַפּט, זאָגט מען. די פּרנסה זײערע איז אַזעלכע, מע האָט צו טאָן מיט מײדלעך און מיט װײַבלעך. און װען? אױף חתונות, אױף פֿאָרשפּילן און אױף חתן־מאָלס. פֿון פֿרומקײט איז מען װײַט, פֿון ייִדישקײט ― אָפּגעריסן. הײַנט די הלבשה זײערע, דאָס אָנטאָן זיך בײַ זײ איז אומעטום און פֿון תּמיד אָן מעשׂה פֿראַנט.

פֿאַראַן מענטשן, װאָס געדענקען נאָך שעיה־דוד דעם כּלי־זמר מיט אַ פּאַטלע האָר אױפֿן קאָפּ געקרײַזלטע, מיט אַן אונטערגעהאַקטער קאַפּאָטע, און אַ שװאַרצע טענדע־װערענדע האָט ער געטראָגן אױף די אַקסלען, און דאָס בערדל ― אַ סבֿרא ― איז געװען אונטערגעפּוצט.

הײַנט האָט ער זיך פֿאַרלאָזט באָרד און פּאות, אַ קאַפּאָטע טראָגט ער אַ לאַנגע, אַ ייִדישע, און איז דער אײנציקער צװישן די כּלי־זמר, װאָס לאָזט נישט דורך אין דער פֿרי און אױף דער נאַכט דאָס דאַװנען.

נאָר ס'איז פֿאַראַן אַלערלײ דאַװנערס אױף דער װעלט. שעיה־דוד דאַװנט נישט, װי אַלע מענטשן. ערשטנס, שרײַט ער. ער גװאַלדעװעט אַזױ, גלײַך װי דער ייִדישער גאָט װאָלט שױן באמת געװען אַזױ אַלט, אַז מע דאַרף צו אים שרײַען. הײַנט האָט אָט דער כּלי־זמר אַ טבֿע זאָגן צװײ מאָל אַ װאָרט און צװײ מאָל אַ שורה ― ער האָט מורא, טאָמער האָט ער דורכגעלאָזט. לאָז, זאָגט ער, מײַנס איבערגײן: „ברוך ברוך, שאָמר שאָמר, והיה והיה ― ברוך שאָמר והיה, ברוך שאָמר והיה… העולם העולם, ברוך ברוך, הוא הוא, ברוך ברוך, גוזר גוזר ― העולם ברוך הוא ברוך גוזר, העולם ברוך הוא ברוך גוזר“… משוגע צו װערן! די, װאָס זיצן נעבן אים, זאָגן, אַז ס'איז פֿון אים נישט אױסצוהאַלטן; ער פֿאַרשרײַט דעם קאָפּ, און מיט זײַן איבערחזרן צװײ מאָל אַ װאָרט שלאָגט ער זײ אַראָפּ, זאָגן זײ, פֿונעם װעג.

װאָס איז די מעשׂה, װאָס שעיה־דוד איז מיט אַ מאָל געװאָרן אַזאַ פֿרומער ייִד ― װײס קײנער נישט. אַז איר װעט אים פֿרעגן, װעט ער אײַך נישט ענטפֿערן. און אַז איר װעט פֿון אים לאַכן, װעט ער זיך מאַכן נישט װיסנדיק. און בכלל װײסט איר נישט, װאָס מיט אים טוט זיך. אַ שטילער ייִד, אַ פֿאַרבאָרגענער, אַ בעל־תּשובֿה.

עפּעס האָט מיט דעם מענטשן באַדאַרפֿט פֿאָרקומען. אין שטאָט זאָגט מען, אַז דאָס װײַב האָט אים אַװעקגעװאָרפֿן, נאָך אין דער יוגנט. און מיאוס אַװעקגעװאָרפֿן. אַנטלאָפֿן מיט אַ „פּאָמאָטשניק פּריסטאַװ“. געזעסן אין שכנות, אַ שטילער גױ. ליב געהאַט אַ ייִדן. גײ ריכט זיך, אַז װען מע װעט אים אַריבערפֿירן אין אַן אַנדער שטאָט, װעט איר איבעררײדן שעיה־דוד קלעזמערס װײַב, זי זאָל מיט אים מיטפֿאָרן. װאָלט דאָס כאָטש געװען בײַטאָג, װאָלט זי אפֿשר שעיה־דוד איבערגערעדט צוריק, אָדער פֿאַרהאַלטן מיט גװאַלד. האָט זיך עס אָבער באַדאַרפֿט טרעפֿן בײַנאַכט, און נישט אין אַ פּראָסטן טאָג, נאָר אין אַ פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, ― גײ פֿאָר איר נאָך! דער בזיון איז געװען גענוג גרױס, און דער װײטיק

נאָך גרעסער. זי האָט אים איבערגעלאָזט אַ קינד נאָך אין די װיקעלעך. אױפֿן קינד האָט די שטאָט געשמועסט, אַז… נאָר װאָס מע קאָן בײַ אונדז אין שטאָט אױסטראַכטן!… דאָס קינד איז געװאַקסן און אױסגעװאַקסן. אַ מײדל, און נאָך אַ יפֿת־תּואר דערצו, געראָטן אין דער מאַמע, אינגאַנצן די מאַמע, אַפֿילו מיטן כאַראַקטער… שױן געװען אַ כּלה, געהאַט אַ גאַנץ פֿײַנעם חתן ― װעט איר הערן. גײט זי און װאַרפֿט אַװעק דעם חתן מיטן טאַטן און טוט אָפּ אַ זאַך, װאָס נאָר אַזאַ מײדל, װאָס האָט אַזאַ מאַמע, קאָן אַזעלכעס טאָן. לאַנג דערצײלן אײַך באַדאַרף מען נישט, עס איז שױן אַן אַלטע מעשׂה. די שטאָט האָט שױן לאַנג פֿאַרגעסן. נישט פֿאַרגעסן האָט עס נאָר דער פֿאָטער. װי קאָן אַ פֿאָטער פֿאַרגעסן אַן אײן־און־אײנציק קינד, זי מעג זײן די גרעסטע בעל־עבֿירהניצע, די שענדלעכסטע פֿאַרברעכערין אין דער װעלט? פֿאָרט אַ קינד!

אמת, שעיה־דוד האָט נאָך מיט קײן מענטש דערפֿון נישט גערעדט. מיט װעמען װעט ער רײדן, אַן עלנטער און אַ פֿאַרבאָרגענער? און װער װעט אים פֿרעגן אַזאַ זאַך? װער װעט אים גײן זאַלצן אױף די װוּנדן? און װאָס װעט העלפֿן דאָס רײדן? אַ גליק, װאָס עס מאַכט זיך אַמאָל אַ חתונה, אַ פֿאָרשפּיל און אַ חתן־מאָל און מע דאַרף גײן שפּילן. שפּילן איז שעיה־דוד געגאַנגען אױף דער אַנדערער װאָך נאָכן אומגליק. װאָס זאָל מען טאָן? ― פּרנסה! נישט גײן שפּילן ― װעט מען אים אַרױסװאַרפֿן פֿון אָרקעסטער. איצט האָט ער שױן פֿאַר אַרױסװאַרפֿן קײן מורא נישט. שױן באַלד פֿופֿציק יאָר אַז אַ מענטש שפּילט. מאָלט אײַך, אַלץ הײסט געשפּילט. אַמאָל, אין דער יוגנט, קאָן זײַן האָט ער אפֿשר געשפּילט. הײַנט רימפּלט ער. ער האַלט־צו אױף דער צװײטער פֿידל, אױף דער סעקונדע.

ראַם־טאַם, טאַם־טאַם
ראַם־טאַם, טאַם־טאַם

און בשעת רימפּלען מאַכט זיך, אַז שעיה־דוד הײבט־אָן צו דרעמלען, באַקומט ער מיטן שטעקעלע פֿון פּרץ דעם דיריזשאָר איבער דער נאָז: „רב זײַט־זשע־מוחל, שטײט אױף צו סליחות“. חבֿרה כּלי־זמר האָבן דען זײַטן פֿון שעיה־דודן? מע טוט אים, װאָס מע טוט קײן ייִדן נישט. מע גנבֿעט אַװעק בײַ אים די קאַניפֿאָליע, אַמאָל שמירט מען אים אָן דעם סמיטשיק מיט פּוטער, מע לײגט אים אַרײַן אַ קאַץ אין שײדל ― און שעיה־דוד זאָל דאָס איבערקערן די צונג! אַ שטילער ייִד, אַ „פֿאַרביסענער“ ― זאָגן אױף אים חבֿרה כּלי־זמר און טוען אים צום טױט.

מער פֿון אַלע דעקוטשעט אים „פּרץ דער דיריזשאָר“ פֿאַר זײַן פֿרומקײט. פּרץ איז אַ יונגערמאַן אַ שטשאָגל מיט אַ געל אונטערגעשױרן בערדל, מיט קלײַען אױף די הענט, האַלט זיך פֿאַר אַ גרױסן מוזיקער, „סאָטשיניאַעטсочіняет: קאָמפּאָנירט אױס נאָטן“ און מאַכט בעת דיריזשירן אַזעלכע אָנשטעלן מיטן אָרקעסטער, אַז מע קאָן שטאַרבן! בײַ פּרצן אַרבעט נישט נאָר דאָס שטעקעלע ― בײַ אים אַרבעטן די הענט, און דער קאָפּ, און די אױגן, און די ברעמען, און די נאָז, און די פֿיס, און װאָס איר װילט. דאָס שפּילן, זאָגט ער, מאַכט אים נערװעז. נאָר חבֿרה כּלי־זמר רופֿן עס משוגע. און זײַן משוגעת לאָזט ער אױס, מײנסטנס, צו שעיה־דודן. אים לאָזט ער נישט אָפּ אױף קײן מינוט. „רב זײַט־זשע־מוחל“ ― קײן אַנדער נאָמען האָט ער נישט בײַם „דיריזשאָר“.

― רב זײַט־זשע־מוחל, פֿאַרשפּיליעט די קאַפּאָטע.

― רב זײַט־זשע־מוחל, באַהאַלט די ציצה.

― רב זײַט־זשע־מוחל, איר קאָנט שױן גײן דאַװנען.

― רב זײַט־זשע־מוחל, װיפֿל קאַפּיטלעך תּהילים האָט איר שױן הײַנט אַרײַנגעשלונגען אױפֿן ניכטערן האַרצן?

חבֿרה כּלי־זמר װערן צעשמאָלצן פֿונעם געלן דיריזשאָרס חכמות, און שעיה־דוד דער סעקונדניק ― שאַ, גלײַך װי נישט אים מײנט מען. אַ פֿאַרטראָגענער מלאך.

װױנען װױנט שעיה־דוד אין עק שטאָט, ערגעץ בײַ אַ גױ, קאָכט זיך אַלײן אָפּ דאָס עסן אין אַ טעפּעלע און טוט אַלײן אַלצדינג, װאָס מע דאַרף. זומער קאָנט איר אים באַגעגענען גײן פֿונעם מאַרק מיט אַ דיניע אָדער מיט אַ רעטעך אונטערן אָרעם. גײט שטילע טריט, דער קאָפּ אַראָפּגעלאָזט אַראָפּ, און געקומען אַהײם, זעצט ער זיך אַװעק אָדער דאַװנען, אָדער זאָגן תּהילים שטילערהײט אױף אַ ניגון, און צװײ מאָל אַ װאָרט, װי זײַן שטײגער איז: „אַשרי אַשרי, האיש האיש, אַשר אַשר, לא לא, הלך הלך ― אַשרי האיש אַשר לא הלך, אַשרי האיש לא הלך“… אַ שטילער בעל־תּשובֿה!

פּלוצעם װאַקסט אױס אונדזער שטילער בעל־תּשובֿה מיט אַ גאַנצן קאָפּ העכער, און פּלוצעם כאַפּט ער זיך אױף, װערט מונטער, לעבעדיק און פֿרײלעך.

דאָס איז אינעם טאָג פֿון שׂימחת־תּורה.

װער רײַסט זיך אַרײַן אַ פֿאַרטיקער, אַ פֿאַרקנאַקטער מיט אַ הוליאַקעס אין שול אַרײַן, בעת דער עולם איז נאָך ניכטער און דאַװנט נאָך? װער שלעפּט־אָפּ דעם חזן פֿונעם עמוד און שטעלט אַװעק אױף זײַן אָרט אליק דעם מעכאַניק, אַז ער זאָל זיך צעבאָמקען אױף זײַן באַסאָװער שטימע און חבֿרה הוליאַקעס זאָלן אים אונטערהעלפֿן מיטן גאַנצן פּאַראַד? װער שטעלט זיך אַװעק בײַם אָרון־קודש אױסטײלן די פּסוקים פֿון „אַתּה־הראית“ צװישן די הוליאַקעס?

קײנער נישט, נאָר שעיה־דוד דער כּלי־זמר. אָט דער שטילער בעל־תּשובֿה, װאָס מע הערט פֿון אים קײן הױך װאָרט אַ גאַנץ יאָר, איז דאָס מיט אַ מאָל געװאָרן אַ גאַנצער ברעכער, אַ קאָמאַנדיר, אַ רעדל־פֿירער. ער רופֿט אַרױס מיט אַ ניגון די חבֿרה הוליאַקעס אײנציקװײַז און איז מכבד יעדן מיט אַ פּסוק פֿון „אַתּה־הראית“:

― איז מען מכבד התּורני רב אליק מעכאַניק מיטן ערשטן פּסוק פֿון אַתּה־הראית!

― איז מען מכבד התּורני הסנדלר רב קאָפּל בעל־מוח מיטן צװײטן פּסוק פֿון אַתּה־הראית!

― איז מען מכבד התּורני הסאַמאָװאַרניק רב מענדל דער בלעכענער מיטן דריטן פּסוק פֿון אַתּה־הראית!

און אַזױ װײַטער. מען איז שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז מע האַלט דאָס אױס! נאָר מע האָט געדולד. מע לאַכט און מע קוקט, װאָס װעט זײַן װײַטער. דער עולם װײס שױן פֿריִער, װאָס װעט זײַן װײַטער. מע געדענקט דאָס פֿון פֿאַר־אַ־יאָרן שׂימחת־תּורה; מע װײס, אַז נאָכן אױסטײלן די פּסוקים פֿון אַתּה־הראית װעט שעיה־דוד דער כּלי־זמר נעמען אױסטײלן אױך די הקפֿות צװישן דער חבֿרה הוליאַקעס, מיטן זעלבן ניגון און מיטן אײגענעם סדר, װעמען די ערשטע און װעמען די צװײטע און װעמען די דריטע הקפֿה, נאָר זיך לאָזט ער אױפֿן סוף און גיט זיך אַלײן אױך אָפּ כּבֿוד:

― איז מען מכבד התּורני הכּלי־זמר רב שעיה־דוד מיט דער לעצטער הקפֿה!

און נאָכדעם נעמט מען זיך אַלע חבֿרה הוליאַקעס פֿאַר די הענט, און מע גײט אַרום באַלעמער אַ ראָד, און מע זינגט „עוזר־דלים“, און מע טאַנצט, און מע פֿרײט זיך מיט דער תּורה, און מער פֿון אַלעמען ― שעיה־דוד דער בעל־תּשובֿה. ער האַלט צוגעטוליעט די ספֿר־תּורה נאָענט צום האַרצן, װי מע טוליעט צו אַ קינד אַ טרײסט.

― פֿרײט זיך, ייִדן, מיט גאָטס תּורה! ― שרײַט שעיה־דוד אױסער זיך פֿון התפּעלות. ― הוליעט, ייִדן, הוליעט! קײנער האָט נישט אַזאַ תּורה!

און מע פֿרײט זיך מיט דער תּורה, און מע טאַנצט מיט איר, און מע הוליעט, און מע הוליעט.

ו. רבינו יונה
או באַניוу баню: אין באָד ― אין באָד אַרײַן!
ייִדעלעך, פּאַמיטסאַпаміста: שטעטל,
שמײַסן זיך, פּאַסטריטסאַпастриста: פּאַסטאָר,
קאָסטאָטשקי פּאַפּראַװיטкосточки, паправіт: בײנער, פֿאַרריכט,
צרות טאַם אָסטאַװיטтам оставит: װעט דאָרט לאָזן,
או באַניו ― אין באָד אַרײַן!

אָט דאָס לידל קאָנט איר בײַ אונדז הערן יעדן ערבֿ־שבת און יעדן ערבֿ יום־טובֿ.

דאָס זינגט יונה דער בעדער, אַ ייִד אַן אַטלעט, אַ באָרדיקער, אַ האָריקער, אַ געלער, מיט געלע געדיכטע ברעמען, מיט זײער אַ זיסער שטימע, האַלב אױף גױיִש, האַלב אױף ייִדיש ― בכדי יוצא צו זײַן לכל־הדעות, פֿאַר ייִדן װי פֿאַר נישט ייִדן, װאָרעם כאָטש אונדזער באָד איז אַ קהלשע באָד, געבױט פֿאַר ייִדיש געלט פֿון ייִדנס װעגן, און װערט געהײצט אַלע ערבֿ־שבת, אײגנטלעך, פֿון ייִדנס װעגן, דאָך איז אונדזער באָד אָפֿן פֿאַר אַלעמען, אָן אַ שום אונטערשײד און אָן אַ שום פּראָצענט־נאָרמע פֿאַר „פֿרעמדע“… און בכדי אַלע טאַקע זאָלן װיסן, װוּהין מע רופֿט זײ, האָט יונה דער בעדער אָנגעהאַנגען אױף אַ גאַנץ הױכן שטעקן אַ בעזעם ― אַן עמבלעם אױף אין באָד אַרײַן.

דערזען דעם בעזעם און דערהערט יונה דעם בעדערס געזאַנג, פֿילן ייִדישע קינדער באַצײַטנס דעם טעם און דעם ריח און דעם תּענוג פֿון באָד, און עס מאָלט זיך זײ אױס, אַז אָט ליגן זײ שױן אױף דער אײבערשטער באַנק, אײַנגעהילט אין אַ געדיכטער היץ, מע זעט נישט אײנס דאָס אַנדערע, און איבער זײ, אין דער הײך, געװעלטיקט יונה מיטן בעזעמל, פּאַרעט זײ, בעזעמט זײ, שמײַסט זײ און דרעשט זײערע לײַבער און רעדט בעת־מעשׂה איבער זײ העכער האַלב אױף רוסיש, װי זײַן שטײגער איז: „עך, דערזשיס, בראַטציдержіс, братський: שטאַט, ברידערלעך, לכּבֿוד שבת בודיעם פּאַרו פּאָדאַװאַטбудєм пару подавать: װעל איך שטעלן אַ פּאָר!“…

העכער האַלב אױף רוסיש רעדט יונה דערפֿאַר, װײַל ער האַלט זיך פֿאַר אַן עכטן פֿאָניע, פֿון „טיף ראַסעיאַ“, פֿון „סימביר“. און ס'איז טאַקע אַזױ. דאָס הײסט, אײגנטלעך, איז יונה דער בעדער, אױב איר װילט װיסן, גאָר אַן אונדזעריקער, טאַקע פֿון אונדזער שטאָט. נאָר ס'איז מיט אים אַ גאַנצע מעשׂה, און די דאָזיקע מעשׂה װילן מיר אײַך איבערגעבן אין קורצע װערטער.

אַמאָל ― שױן לאַנג ― האָט יונה געהאַט אױף זיך אַ „דיעלע“. װאָס ― װײס מען נישט, נאָר אַ דיעלע. יונה אַלײן זאָגט, אַז די דיעלע איז געװען אַ „פּוסטיאַשנע דיעלעпустяжне деле: קלײניקײט“. אַ פּוסטיאַשנע, נישט קײן פּוסטיאַשנע ― מע האָט אים געבראַכט צום געריכט, אָפּגעמישפּט און פֿאַרשיקט אױף אַ היפּש שטיקל צײַט אַהין, װוּ מע לאָזט נישט אַרײַן קײן ייִדן, סײַדן מע האָט אים געכאַפּט מיט אַ גנבֿה. און אַז די צײַט איז אַװעקגעגאַנגען און יונה האָט זיך באַדאַרפֿט אומקערן צוריק, האָט אים אונדזער שטאָט אַפֿילו נישט אַזױ שטאַרק חשק געהאַט צוצושרײַבן, און מע האָט אים דאָך צוגעשריבן, און „יונה דער סימבירניק“ איז געװאָרן צוריק אַן אונדזעריקער. האָט ער אָבער אין שטאָט נישט געטראָפֿן שױן קײנעם פֿון זײַניקע; מען איז זיך צעקראָכן: דער איז אַרױסגעפֿאָרן, דער איז אַװעקגעשטאָרבן. האָט ער זיך אױפֿגעהאַלטן די ערשטע צײַט אין בית־מדרש. נאָר װאָס קאָן טאָן אין בית־מדרש, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ ייִד אַן עם־האָרץ, װאָס װײס נישט קײן צלם פֿאַר קײן אַלף? עס איז נאָר געװען שטאָף פֿאַר די לצים אױף אָפּצולאַכן. װי אַזױ אַ ייִד אַ סימבירניק זאָגט עבֿרי, זעצט װי אַ באָנדער. און װי אױף־צו־להכעיס, האָט מסתּמא יונה ליב, װי אַלע גראָבע יונגען, דאַװנען דװקא הױך אױף אַ קול, בכדי די גאַנצע װעלט זאָל װיסן, אַז ער קען נישט קײן שטיקל עבֿרי. אָט דעמאָלט האָט דאָס אים חבֿרה געקרױנט מיטן נאָמען „רבינו יונה “, װאָס איז פֿאַר אים װי אָנגעמאָסטן.

― נו, רבינו יונה! זעצט זיך אַקאָרשט, זײַט מוחל, אַװעק אָט דאָ בײַם אױװן און דערצײלט אונדז עפּעס פֿון די װײַטע מדינות, פֿון סימביר… יונגע לײַט, דרך־ארץ! צערוקט אײַך, קװעטשט אײַך, מאַכט אַן אָרט פֿאַר רבינו יונהן!…

און „רבינו יונה“ זעצט זיך אַװעק, און חבֿרה ― אַרום אים, און ער דערצײלט זײ מעשׂיות פֿון די װײַטע מדינות, פֿון די קעלטן, װאָס דאָרטן, און פֿון דער אַרבעט, װאָס מען אַרבעט, און פֿונעם עסן, װאָס מען עסט, און פֿונעם שלאָגן, װאָס מע שלאָגט. אין די מעשׂיות איז דאָ אַ טײל אמת, אַ טײל צוגעשמאָלצן פֿון יונהס פֿאַנטאַזיע, נאָר חבֿרה הערט זיך צו מיט אינטערעס און מיט פֿאַרגעניגן, װאָרעם „רבינו יונה“ האָט אין זיך אַ כּוח ― ער קאָן דערצײלן. עס גײט בײַ אים גלאַט, נישט צו דערקענען, װוּ לאָזן זיך אױס פֿאַקטן און װוּ הײבן זיך אָן פֿאַנטאַזיעס… גאַנצע נעכט װאָלט מען, דאַכט זיך, אַזױ געזעסן און אױסגעהערט זײַנע שײנע מעשׂיות. איז אָבער דער חסרון, װאָס עס עסט זיך צו. קרעפּלעך עסן, זאָגט מען, קאָן אױך נימאס װערן. װאָס װײַטער, איז געװאָרן װינציקער בעלנים אױף רבינו יונהס מעשׂיות, און רבינו יונה איז געװאָרן אױס מיוחס, און דער שמשׂ, אונדזער אַלטער באַקאַנטער „געצע־גובערנאַטאָר“, װאָס האָט שױן לאַנג געקוקט קרום אױפֿן „סימבירניק“, כאָטש ער אַלײן האָט אױך נישט פֿײַנט געהאַט הערן זײַנע מעשׂיות, האָט געװאָרפֿן אױף אים אַן אום־חן און האָט געזאָגט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: אַ מקום־קדוש איז נישט קײן הקדש. װיל אַ ייִד שלאָפֿן, זאָל ער שלאָפֿן אין דרױסן, זאָל ער גאָרנישט שלאָפֿן, אַבי נישט בײַ אים אין שול…

אַ שװער שטיקל צײַט איז אײַנגעטראָטן פֿאַר אונדזער „רבינו יונה“, אַ ביטערע צײַט. װאָלט ער געװען אַ ייִד, װאָס קען לערנען, אָדער װאָלט ער כאָטש געװען אַ קראַנקער, אַ בעל־מום, אַ קאַליקע, צו אַלדי שװאַרצע יאָר, װי, אַ שטײגער, „זיסל דער יורד“, װאָלט זיך שױן געפֿונען אַ ייִד, װי, למשל „רב רפֿאל בעל־משגיח“, װאָס װאָלט זיך פֿאַר אים געזאָרגט, װי ער זאָרגט פֿאַר אַנדערע אָרעמע לײַט. איז ער אָבער, אױף צו־להכעיס, גלאַט און געזונט און שטאַרק, נישט װי אײן גױ, נאָר װי צען גױים, און גײן בעטלען קאָן ער נישט, כאָטש האַקט אים אָפּ דעם קאָפּ!

ליגנדיק אין דרױסן בײַם בית־מדרש מיט אַ קולאַק צוקאָפּנס, האָט אונדזער „רבינו יונה“, װאָס האָט זיך נישט אױף קאַטאָװעס פֿאַרבענקט נאָך „יענער װײַטער מדינה“, װי אַ קלײן קינד נאָך אַ מאַמע, נישט אײן מאָל געזען אין חלום דאָס ברײטע, דאָס פֿרײַע, דאָס קאַלטע לאַנד פֿון טײַגעס און שנײען, און ער האָט זיך פֿאַרשאָלטן דאָס געבײן ― „װעלכער רוח האָט אים געבראַכט צו טראָגן אַהער, אױף זײַן „ראָדינאַродина: הײמלאַנד“, אין אַזאַ העק, אַ לאָך, װוּ ייִדן ליגן אײנס אױף דאָס אַנדערע, װי די הערינג אין אַ פֿעסל, אױף דערשטיקט צו װערן?!''…

דער גוטער רבונו־של־עולם אָבער פֿאַרלאָזט נישט קײנעם. געקומען אַ צײַט אױך אױפֿן אָרעמען עלנטן „רבינו יונה“. אים האָט געטראָפֿן אַ גליק, װאָס נישט ער, נישט קײנער האָט זיך דערױף געריכט: רב אַהרן, דער אַלטער בעדער, זאָל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן (געװען אַן ערלעכער ייִד), איז אַװעקגעגאַנגען, און ס'איז געבליבן אין שטאָט אַ פֿרײַע װאַקאַנס אױף אַ בעדער. דאַרף מען דען האָבן נאָך אַ בעסערן פֿאַרטרעטער, װי „רבינו יונה“? ס'איז געװען טאַקע נאָר מן־השמים.

―לע ראָאַ ע מאָר ― װיװ לע ראָאַLe roi est mort, vive le roi: דער מלך איז טױט; זאָל לעבן דער מלך! ― אַזױ זאָגט דער פֿראַנצױז. דער טײַטש איז: דער קעניג איז געשטאָרבן ― לעבן זאָל דער קעניג. אײן מלך אַראָפּ, דער אַנדערער אַרױף ― אָט אַזױ פֿירט זיך עס אױף גאָטס װעלטל.

װי װײַט הױך „רבינו יונה“ האַלט די פֿאָן פֿון בעדערײַ ― דאָס האָבן מיר געזען אינעם אָנהײב פֿון דער דאָזיקער דערצײלונג פֿון זײַן זינגען און פֿון זײַן רופֿן דעם עולם „או באַניו ― אין באָד אַרײַן“. נישט דאָס איז אָבער בײַ אונדז דער עיקר. די הױפּטזאַך איז, װאָס אָט דער „רבינו יונה“ איז אײנער פֿון די סאַמע פֿרײלעכע און סאַמע טיכטיקע אין אונדזער באַרימטער „חבֿרה הוליאַקעס“. װער עס האָט נישט אָנגעקוקט, װי אַזױ „רבינו יונה“ הוליעט שׂימחת־תּורה, דער האָט קײן שײנס נישט געזען. אַ ייִד, װאָס איז אַלײן געװען אַ „פֿאַרשיקטער אױף סימביר“, אַלײן „געאַרבעט טאַטשקע“, געטאָן כּל עבֿודת־פּרך, אױסגעװען זײַן צײַט און געקומען בשלום צוריק „נאַ ראָדינו“, אין זײַן שטאָט אַרײַן, צװישן זײַנע ייִדן, זאָל ער נישט זײַן פֿרײלעך? זאָל ער נישט אַרומכאַפּן אַלעמען קושן זיך, האָלובען זיך ― „עך, בראַטיקי ראָדימיעбратики родимя: ברידער און שװעסטער, גיסט מיר אָן נאָך אַ גלעזל װײַן!“

אַ ייִד, װאָס איז אױסגעשטאַנען אַזױ פֿיל אין זײַן לעבן, װאָס איז שױן געװען, װי יונה זאָגט אױף זיך, „נאַ קאָניעאױף אַ פֿערד און פּיד קאָניאָםпид конём: אױף אַ פֿערד“, זאָל ער נישט אױסרײדן אַלעמען דאָס האַרץ בײַ אַזאַ שלעכטער צײַט, זיך אױסלאַכן פֿון אַלע הײַנטיקע צרות, יסורים און גלות?

― עך, בראַטציбратці: ברידער! ― טענהט זיך אױס „רבינו יונה“ אױף זײַן געמישטער שפּראַך. ― צרות ― ניע ביעדאַне беда: קײן פּראָבלעם ניט! גזירות ― פּוסטיאַקיпустяки: זאַבאַבאָנעס! גלות ― נאַפּליעװאַטнаплевать: עס מאַכט ניט אױס! ייִדן זײַנען מיר געװען ― און ייִדן װעלן מיר בלײַבן… אַ פּאָטאָמוа потому: און דערפֿאַר ― לחײם, און דאַװאַיטיעдавайтє: לאָמיר לכּבֿוד שׂימחת־תּורה אַ פֿרײלעכס!

אמת, „רבינו יונה“ איז נישט מער טאַקע װי אַ בעדער, און נאָך אַ „סימבירניק“ דערצו. אָבער אַ ייִד איז ער דאָך! אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, טשאָרט פּאָבעריчорт побери: דער רוח זאָל עס נעמען! איז דען זײער יום־טובֿ נישט זײַן יום־טובֿ? איז דען זײער שׂימחה נישט זײַן שׂימחה? איז דען זײער תּורה נישט זײַן תּורה?

ראַדױסיאַ, איזראַעלрадуйся исраэль: פֿרײט זיך ישׂראל,
סעװאָדניאַсеводня: הײַנט שׂימחת־תּורה!

אַזױ זאָגט „רבינו יונה“ דער בעדער אַף זײַן העכסטער אָקטאַװע, מיטן קנאַק און מיטן קװיטש, עכט פֿאָנישן שטײגער, און אַנו ― לאָז עמעצער פֿון די חבֿרה הוליאַקעס אָדער פֿונעם איבעריקן עולם נישט װעלן מיטטאַנצן מיט אים אָט מיט דעם פֿאָנישן שׂימחת־תּורהדיקן ניגון! נײן, װער װעט זיך דען אײַנשטעלן אַזעלכעס צו טאָן? סײַדן דער, װאָס װיל פֿאַרזוכן „רבינו יונהס“ האָריקע האַנט, װאָס װעט אים אַ נעם טאָן מיט גװאַלד, ער זאָל גײן אין קאָן אַרײַן. שױן גלײַכער מיט גוטן. און אַלע גײען מיט אים דעם דאָזיקן פֿרײלעכן רוסישן טאַנץ. אַלע זינגען, אַלע פּליעסקען, אַלע טאַנצן, אַלע זײַנען זיך משׂמח מיטן יום־טובֿ. און מער פֿון אַלעמען און העכער פֿון אַלעמען הערט זיך „רבינו יונהס“ קול, האַלב אַף רוסיש, האַלב אַף ייִדיש:

ראַדױסיאַ, איזראַעל,
סעװאָדניאַ שׂימחת־תּורה;
דאַזשע איװ סיביריдаже ив сибери: אַפֿילו אין סיביר
פֿאַר װעמען האָב איך מורא?!…

און עס גיסט זיך בראָנפֿן, אַזױ װי װאַסער, און ייִדן טרינקען, ייִדן שיכּורן, ייִדן הוליען אָן אַן עק.

געשריבן לכּבֿוד שׂימחת־תּורה (אין יאָר 1911)