אָרעמע און פֿרײלעכע: צװײ אַנטיסעמיטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

דערצײלונג

א.

מאַקס בערליאַנט איז אַ גערױכערטע ליולקע. ער פֿאָרט פֿון לאָדז קײן מאָסקװע און פֿון מאָסקװע קײן לאָדז עטלעכע מאָל אין יאָר. ער איז באַקאַנט מיט אַלע בופֿעטשיקעס אַף די װאָקזאַלן, אױסגעבונדן מיט אַלע קאָנדוקטאָרן, געװען שױן אין די טיפֿע גובערניעס, דאָרט װוּ אַ ייִד טאָר נישט זײַן מער װי פֿיר און צװאַנציק שעה, געשװיצט אין אַלע אוטשאַסטקעס, אױסגעשטאַנען אונטערװעגנס גענוג בזיונות, נישט אײן מאָל זיך געערגערט, אָפּגעגעבן דאָס האַרץ ― און אַלץ איבערן ייִדנטום. דאָס הײסט, נישט איבער דעם, װאָס ס'איז פֿאַראַן אַ ייִדנטום, נאָר דערפֿאַר, װאָס ער אַלײן איז, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ ייִד; און נישט אַזױ דערפֿאַר נאָך, װאָס ער איז אַ ייִד, װי דערפֿאַר, װאָס ער האָט, מחילה, אַ ייִדיש אױסזען. אָט דער צלם אלקים ― אױ, דער צלם אלקים! אױגן שװאַרצע, גלאַנצנדיקע, האָר אױך שװאַרצע, גלאַנצנדיקע ― אמתע סעמיטישע האָר; אַן אױסשפּראַך אַ געהרגעטע, אַן עכטע אַ ייִדישע, מיט אַ חי″ש, און דערצו אַ נאָז ― אױ, אַ נאָז!

און װי אַף צו־להכעיס, איז אונדזער העלד באַשטראָפֿט מיט אַ מין פּראָפֿעסיע (ער איז אַ קאָמיװאָיאַזשער), װאָס ער מוז זיך אַרומפֿירן מיט דער נאָז איבער דער װעלט, און דװקא רײדן, און דװקא אַ סך רײדן ― מע זאָל אים זען, הײסט עס, און מע זאָל אים הערן. קורץ ― ס'איז אַף אים אַ רחמנות.

אמת, אונדזער העלד האָט זיך נוקם געװען אין דער באָרד. אָנגע־

טאָן זיך און אױסגעפּוצט, טאַקע נאָר װי אַ כּלה, פֿאַרדרײט די װאָנצעס אַרױף, זיך פֿאַרלאָזט אַ לאַנגן נאָגל און געטראָגן אַ שניפּס „אַשר לא שניפּסו אַבֿותינו“, זיך געװױנט צו די מאכלים װאָס אַפֿן װאָקזאַל, אױסגעלאָזט זײַן גאַנץ ביטער האַרץ צום דבֿר־אַחר (ס'זאָל אים אָנגײן, דעם חזיר, כאָטש האַלב, װאָס מאַקס האָט אים געװינטשעװעט, בשעת ער האָט אים פֿאַרזוכט צום ערשטן מאָל!), און װאָס טױג אײַך גרױס? ער האָט זיך אײַנגעשטעלט דאָס לעבן און האָט אָנגעהױבן עסן ראַקעס.

פֿאַרװאָס זאָג איך „ער האָט זיך אײַנגעשטעלט דאָס לעבן“? װײַל אײַערע שׂונאים זאָלן אַזױ װיסן פֿון זײער נאָז, װי מאַקס בערליאַנט האָט אַפֿילו אָנגעהױבן צו װיסן, װי אַזױ מען איז זיך נוהג מיט ראַקעס: צי מע שנײַדט זײ מיט אַ מעסער? צי מע שטעכט זײ מיט אַ גאָפּל? צי מע עסט זײ גאַנצערהײט?

און פֿונדעסטװעגן, נאָך די אַלע גליקן, קאָן זיך מאַקס בערליאַנט נישט אױסבאַהאַלטן מיט זײַן ייִדישקײט ― נישט פֿון אײגענע, נישט פֿון פֿרעמדע. מע דערקענט אים, װי אַ בײזן שילינגער, פּונקט אַזױ װי דעם פֿאַרשאָלטענעם קין, און מע גיט אים צו װיסן אַף יעדן טריט און שריט, װ ע ר ער איז און װ אָ ס ער איז. קורץ ― ס'איז אַף אים אַ גאָטס רחמנות!

ב.

נאָר אױב מאַקס בערליאַנט איז געװען אַן אומגליקלעכער מענטש ב י ז ק י ש י נ ע װ, איז נ אָ ך ק י ש י נ ע װ נישט געװען צו אים קײן גלײַכן. טראָגן אין זיך טיף אין האַרצן אַ גרױסן װײטיק און שעמען זיך מיט אים ― דאָס איז אַ מין גיהנום, װאָס נאָר דער קאָן אים פֿאַרשטײן, װער עס פֿילט אים. מאַקס האָט זיך געשעמט מיט קישינעװ, גלײַך װי דאָס װאָלט געװען ז ײַ ן קישינעװּ… און טאַקע עפּעס גאָר װי אַף צו להכעיס, האָט מען אים פּונקט אין יענער צײַט, װאָס נאָך קישינעװ, אַרױסגעשיקט אַהין, אין יענע מקומות, קײן בעסאַראַביע, און ער האָט געפֿילט, אַז דאָ הײבט זיך אָן פֿאַר אים אַ נײַער גיהנום. קאַרג האָט ער זיך אָנגעהערט פֿון די דאָזיקע שײנע מעשׂיות דאָרט באַ זיך אין דער הײם? קאַרג האָט אים געקאָכט דאָס האַרץ, פֿאַרלאָפֿן מיט בלוט, אַף די רציחות, װאָס מע האָט אַזעלכס נישט געהערט אַף דער גאַנצער װעלט? ער װעט דען פֿאַרגעסן יענעם טאָג, בשעת אײנמאָל אין שול האָט מען געמאַכט אַן „אל־מלא־רחמים“ אַף די „הרוגי־קישינעװ“? אַלטע ייִדן האָבן דעמאָלט געװײנט, װײַבער זײַנען געפֿאַלן חלשות…

געװיס האָט זיך אײַך געטראָפֿן אַ מאָל פֿאָרן אין באַן פֿאַרבײַ אַן אָרט פֿון אַ „קאַטאַסטראָפֿע“. איר װײסט טאַקע גאַנץ גוט, אַז איר קאָנט זיצן רויִק: נאָך אַ מאָל אַזאַ אומגליק, אַ קאַטאַסטראָפֿע, אַף דעם זעלבן אָרט װעט זיך נישט טרעפֿן. נאָר איר דערמאָנט זיך, אַז אָט־אַ־דאָ האָבן נישט לאַנג געקאַטשעט זיך באַרג־אַראָפּ אײן װאַגאָן נאָכן אַנדערן, און דאָ האָבן מענטשן געלײגט דעם קאָפּ, דאָ האָבן געטרישטשעט בײנער, גערונען בלוט, געשפּריצט מאַרך ― איר זײַט זיך מחיה, אַז איר פֿאָרט אַריבער דאָס אָרט בשלום…

מאַקס האָט געװוּסט, אַז דאָ, אין די מקומות, װעלן זײַן אַ סך דבורים, מיט מימרות, מיט מעשׂיות, מיט זיפֿצן, מיט קרעכצן פֿון אײגענע, און אָנצוהערענישן מיט שטעכװערטלעך פֿון פֿרעמדע; און װאָס נענטער ער איז געװען צו יענע מקומות, האָט ער אַלץ מער געזוכט מיטלען, װי אַזױ צו אַנטלױפֿן, אױסבאַהאַלטן זיך פֿון זיך אַלײן…

געקומען שױן גאָר נאָענט, האָט ער תּחילת געװאָלט בלײַבן זיצן אין װאַגאָן אײנער אַלײן. נאָכדעם האָט ער זיך באַרעכנט און איז דװקא אַראָפּגעשפּרונגען מיט נאָך פּאַסאַזשירן אַפֿן װאָקזאַל, דװקא צוגעגאַנגען צום בופֿעט מיט אַ ברײטקײט, װי אַ מענטש, װאָס ס'איז אים שטאַרק אױפֿגעלײגט אַפֿן האַרצן, דװקא געמאַכט אַ שנעפּסל, פֿאַרביסן מיט די אַלע גוטע זאַכן, װאָס אַ ייִד טאָר נישט, פֿאַרטרונקען מיט אַ גלעזל ביר, פֿאַררײכערט אַ ציגאַר און איז צוגעגאַנגען צו דער שאַפֿע, װוּ מע פֿאַרקױפֿט ביכער און צײַטונגען, און דערזען ליגן דאָס געװיסע שײנע אַנטיסעמיטישע בלאַט פֿונעם געװיסן שײנעם אַנטיסעמיט קרושעװאַן מיטן געװיסן שײנעם נאָמען „ב ע ס אַ ר אַ ב ע ץ“. דאָרט, אין יענע מקומות, דאַרפֿט איר װיסן, װוּ עס באַקט זיך דאָס דאָזיקע שײנע בלאַט, ליגט זיך עס גאַנץ רויִק: קײנער נעמט דאָס נישט אין האַנט אַרײַן; די דאָרטיקע ייִדן נעמען דאָס נישט, װײַל ס'איז „מוקצה מחמת מיאוס“, און נישט־ייִדן האָט זיך עס שױן צוגעגעסן. ליגט זיך עס דערפֿאַר בשלום אין שאַפֿע און דערמאָנט נאָר דעם עולם, אַז ס'איז פֿאַראַן אַף דער װעלט אײנער אַ קרושעװאַן, װאָס רוט נישט, װאָס שלאָפֿט נישט און װאָס זוכט מיטלען, װי אַזױ צו באַהיטן און באַװאָרענען און באַשירעמען די װעלט פֿון דער געפֿערלעכער קרענק, װאָס מען רופֿט זי „ייִדישקײט“.

מאַקס בערליאַנט איז געװען דער אײנציקער, װאָס איז צוגעגאַנגען צו דער שאַפֿע און האָט זיך געהײסן געבן אַ נומער „בעסאַראַבעץ“. צוליב װאָס, למשל? אפֿשר צוליב דעם אײגענעם טעם, װאָס ער האָט זיך געהײסן דערלאַנגען ראַקעס? און אפֿשר האָט ער טאַקע געװאָלט זען, װאָס שרײַבט עפּעס אַזאַ כּלבֿ שבכּלבֿים װעגן ייִדן? ס'איז אַ סבֿרה, זאָגט מען, אַז דאָס רובֿ אַנטיסעמיטישע בלעטער לײענען סעמיטן, דאָס הײסט, מיר אַלײן טאַקע מיט אונדזער כּבֿוד… די בעלי־בתּים פֿון די בלעטער װײסן דאָס גאַנץ גוט און גײען מיט דעם גאַנג, אַז „דער ייִד איז טריפֿה און דער גראָשן איז כּשר“…

בקיצור, אונדזער מאַקס האָט געהאַנדלט אַ נומער „בעסאַראַבעץ“, אַרײַנגעגאַנגען מיט אים אין װאַגאָן אַרײַן, אױסגעצױגן זיך איבער דער באַנק און איבערגעדעקט זיך מיטן בלאַט, װי מע דעקט זיך איבער, למשל, מיט אַ קאָלדרע אָדער מיט אַ פּלעד, און בשעת מעשׂה איז אים דורכגעפֿלױגן אַ מחשבֿה:

„װאָס װעט זיך, אַ שטײגער, קלערן אַ ייִד, למשל, אַז ער װעט צוגײן און דערזען אַ מענטשן ליגן אױסגעצױגן און איבערגעדעקט מיט אַ „בעסאַראַבעץ“? געװיס װעט שױן קײנעם נישט קומען אַף די געדאַנקען, אַז דאָ ליגט אַ ייִד… אַ אידעע, כ'לעבן, אַ טײַער מיטל אַף פּטור צו װערן פֿון ייִדן און בלײַבן אַקעגן נאַכט אױסגעצױגן אײנער אַלײן, װי אַ שׂררה, אַף אַ גאַנצער באַנק“…

אַזױ האָט זיך געטראַכט אונדזער העלד, און בכדי ס'זאָל שױן טאַקע קײן בן־אָדם נישט װיסן, װער דאָ ליגט, האָט ער זיך איבערגעדעקט מיטן „בעסאַראַבעץ“ איבערן פּנים, פֿאַרשטעלט די נאָז אױך, מיט די אױגן, מיט די האָר, מיטן גאַנצן צלם־אלקים, און ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ בילד, װי אַזױ באַנאַכט קריכט אַ ייִד מיט אַ סך פּעקלעך אין װאַגאָן אַרײַן, זוכט נעבעך אַן אָרט אַף צו זעצן זיך, דערזעט ער עס ליגט אַ פּאַרשױן מיט אַ נומער „בעסאַראַבעץ“ איבערגעדעקט ― געװיס אַ פּריץ, און געװיס אַ רשע אַן אַנטיסעמיט, און אפֿשר טאַקע קרושעװאַן אַלײן ― שפּרינגט ער אַװדאי נעבעך אָפּ, דער ייִד מיט די פּעקלעך, שפּײַט־אױס דרײַ מאָל, און ער, מאַקס, בלײַבט אַלײן, אײנער אַלײן, װי אַ גראַף, איבער דער גאַנצער באַנק. כאַ־כאַ־כאַ, כ'לעבן, אַ טײַער

מיטל, נאָך בעסער װי אַ מענטש זאָל פּלוצעם אין װאַגאָן באַקומען די כאָלערע!…

דער דאָזיקער פּלאַן געפֿעלט אונדזער מאַקסן אַזױ שטאַרק, אַז ליגנדיק אונטערן „בעסאַראַבעץ“, צעלאַכט ער זיך אַזש, און אַ מענטש, דאַרפֿט איר װיסן, אַז ער האָט איבערגעביסן, פֿאַרטרונקען מיט אַ גלעזל ביר, פֿאַררײכערט אַ ציגאַר און ליגט אַקעגן נאַכט אין װאַגאָן אײנער אַלײן אַף אַ גאַנצער באַנק, אױסגעצױגן װי אַ גראַף, איז אים גוט צו לאַכן…

שאַט, לאָז זײַן שטיל. אונדזער העלד מאַקס בערליאַנט, דער קאָמי־װאָיאַזשער, װאָס פֿאָרט פֿון לאָדז קײן מאָסקװע און פֿון מאָסקװע קײן לאָדז, ליגט אײנער אַלײן אַף אַ באַנק, צוגעדעקט מיט אַ נומער „בעסאַ־ראַבעץ“, און כאַפּט אַ דרעמל. לאָמיר אים נישט שטערן.

ג.

מאַקס בערליאַנט איז טאַקע אַ ייִד אַ חכם, נאָר הײַנטיקס מאָל האָט ער דװקא נישט געטראָפֿן. ס'איז טאַקע אַרײַנגעקומען אין װאַגאָן אַ פּאַרשױן, אַ גראָבער, אַ געזונטער, אַ פֿאַרסאַפּעטער, מיט עטלעכע טשעמאָדאַנעס, איז טאַקע צוגעגאַנגען צו מאַקסן, טאַקע באַטראַכט אים, װי ער ליגט דאָס איבערגעדעקט מיט אַ נומער „בעסאַראַבעץ“, נאָר ער האָט נ י ש ט אױסגעשפּיגן דרײַ מאָל און איז נ י ש ט אָפּגעשפּרונגען. ער איז נאָר געשטאַנען און האָט באַטראַכט דעם דאָזיקן נפֿש, דעם אַנטיסעמיט מיט דער סעמיטישער נאָז (בשעת שלאָפֿן האָט זיך דאָס בלאַט אַביסל אַראָפּגעגליטשט, און די חרפּה, די נאָז הײסט עס, האָט זיך אַנטפּלעקט און אַרױסגעװיזן באַ אונדזער העלד מיט איר גאַנצן פּראַכט און גלאַנץ).

געשטאַנען עטלעכע מינוט מיט אַ שמײכל אַף די ליפּן און אַװעקגעלײגט די טשעמאָדאַנעס אַף דער צװײטער באַנק, װאָס אַקעגן מאַקסן, האָט זיך אונדזער נײַער פּאַרשױן אַרױסגעכאַפּט אַף אַ פּאָר מינוט אַפֿן װאָקזאַל, אַרײַנגעקומען צוריק אױך מיט אַ נומער „בעסאַראַבעץ“, אױפֿגעבונדן אַ טשעמאָדאַן, אַרױסבאַקומען פֿון דאָרטן אַ קישעלע מיט אַ קאָלדרע, מיט אַ פּאָר שטעקשיך, מיט אַ פֿלעשל אָדעקאָלאָן, זיך געמאַכט גאַנץ הײמיש, אױסגעצױגן זיך איבער דער באַנק און איבערגעדעקט זיך מיטן „בעסאַראַבעץ“, פּונקט אַזױ װי אונדזער מאַקס בערליאַנט, געלעגן און גערײכערט, געקוקט אַף מאַקסן און געשמײכלט, צוגעמאַכט פֿריִער אײן אױג, נאָכדעם דאָס אַנדערע, אָנגעהױבן פּאַװאָלינקע דרעמלען.

מיר לאָזן שלאָפֿן אונדזערע בײדע „בעסאַראַבצעס“, אַ באַנק קעגן אַ באַנק; מיר װילן באַקאַנט מאַכן דעם לעזער מיט דעם צװײטן פּאַרשױן, װ ע ר ער איז און װ אָ ס ער איז.

ער איז אַ גענעראַל… נישט קײן גענעראַל פֿון דער מלחמה און ניט קײן גענעראַל־גובערנאַטאָר, נאָר אַ גענעראַל־אינספּעקטאָר, אַן אַגענט, הײסט דאָס, פֿון אַ געזעלשאַפֿט. הײסן הײסט ער נ י ע מ ט ש י ק, דער נאָמען זײַנער איז חײם, נאָר שרײַבן שרײַבט ער זיך אַלבערט, און רופֿן רופֿט מען אים פּעטיע.

אין פֿלוג, קומט דאָך אױס אַפֿילו אַביסל װילדלעך: מילא, אַז פֿון חײם װאַקס־אױס אַן אַלבערט ― פֿאַרשטײט זיך נאָך; װאָרעם למאַי װי אַזױ װערט באַ אונדז פֿון װעלװל „װלאַדימיר“, פֿון ישׂראל „איסידאָר“ און פֿון אַבֿרהם „אַװאַקום“? נאָר װי אַזױ איז דאָס געװאָרן פֿון חײם „פּעטיע“? מוז מען זיך, אַלזאָ, אַרײַנלאָזן אַביסל אין חקירה, זיך פֿאַרטיפֿן אין חכמת הלשון און גײן מיטן שׂכל־הישר: ראשית חכמה, װאַרפֿן מיר אַרױס די חית פֿונעם „חײם“. נאָכדעם בעטן מיר מחילה די צװײ „יודן“ מיט דער „מם“ ― בלײַבט שױן נאָר איבער די „אַלף“ אַלײן. שטעלן מיר צו צו דער „אַלף“ נישט מער װי אַ „למד“ מיט אַ „בית“ מיט אַן „עין“ מיט אַ „ריש“ מיט אַ „טית“ ― מאַכט דאָס נישט אַלבערט? נו, און פֿון אַלבערט װערט שױן במילא אַלבערטי, בערטי, בעטיע, פּעטיע. Sic transit gloria mundi ― אָט אַזױ, הײסט דאָס, װערט פֿון אַ קאַטשקע אַן אינדיק.

בקיצור, אונדזער פּאַרשױן הײסט פּ ע ט י ע נ י ע מ ט ש י ק און איז גענעראַל־אינספּעקטאָר און פֿאָרט אױס די װעלט, װי מאַקס בער־ליאַנט; נאָר ער איז בטבֿע שױן גאָר אַן אַנדער מין נפֿש: אַ לעבעדיקער, אַ פֿרײלעכער, אַ באַרײדעװדיקער. און כאָטש ער הײסט פּעטיע און איז אַ גענעראַל־אינספּעקטאָר, פֿונדעסטװעגן איז ער אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, און האָט ליב אַ ייִדן, ליב צו דערצײלן מעשׂיות און אַנעקדאָטן פֿון ייִדן.

פּעטיע ניעמטשיק מיט זײַנע אַנעקדאָטן האָט אַ שם אַף דער װעלט.

אײן שטיקל חסרון, װאָס װוּ ערגעץ אַן אַנעקדאָט, האָט זיך עס, זאָגט ער, געטראָפֿן מיט אים אַלײן טאַקע, און בשעת מעשׂה שװערט ער אײַך אָפּ מיט כּל השבֿועות שבֿעולם, און אַלע מאָל טרעפֿט זיך מיט אים דער אַנעקדאָט אין אַן אַנדער אָרט; ער פֿאַרגעסט פֿון אײן מאָל צום אַנדערן. די משמעות, אַז פֿעטיע ניעמטשיק, דער גענעראַל־אינספּעקטאָר, איז אַביסל געכאַפּט אַף דער עבֿרי, דאָס הײסט, ער איז אַ שטיקל בעל־מגזם, אָדער, װי מע רופֿט דאָס אין אונדזערע קאַנטן, ער איז מחילה, אַ ליגנער. האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס מיר דריקן זיך אױס אַזױ גראָב; עס װאָלט, אײגנטלעך, געװען גענוג, מיר זאָלן זאָגן אַף אים, אַז ער איז אַן אַגענט, און װאָס אַן אַגענט איז ― װײסט איר דאָך אַלײן…

אַרײַנגעקומען אין װאַגאָן און דערזען אונדזער מאַקס בערליאַנט ליגן אױסגעצױגן אַף דער באַנק, איבערגעדעקט מיט אַ נומער „בעסאַ־ראַבעץ“, און דערקענט נאָך דער נאָז, אַז דער פּאַרשױן איז קײן שום מחותּן נישט מיט קרושעװאַנען און מיט זײַן שײנעם „בעסאַראַבעץ“, איז די ערשטע מחשבֿה זײַנע געװען:

― אַן אַנעקדאָט!… אַ נײַער אַנעקדאָט!… ער װעט שױן האָבן, מיט גאָטס הילף, װאָס צו דערצײלן און דערצײלן!

און פּעטיע ניעמטשיק האָט זיך אַראָפּגעכאַפּט אַפֿן װאָקזאַל, האָט זיך באַװאָרנט אױך מיט אַ נומער „בעסאַראַבעץ“ און האָט זיך אַװעקגעלײגט אַקעגן מאַקסן ― זען װאָס װעט דאָ זײַן? ― און איז אױך אַנטשלאָפֿן געװאָרן…

אַצינד לאָזן מיר איבער דעם „בעסאַראַבעץ“ נומער צװײ, דאָס הײסט, דעם גענעראַל־אינספּעקטאָר פּעטיע ניעמטשיק, און קערן זיך אום צוריק צום „בעסאַראַבעץ“ נומער אײנס, דאָס הײסט, צום קאָמיװאָיאַ־זשער מאַקס בערליאַנט.

ד.

מאַקס בערליאַנט האָט געהאַט אַ שװערע נאַכט… אַפּנים, עס האָבן אין אים גערעדט די מאכלים, װאָס ער האָט געכאַפּט אַפֿן װאָקזאַל, מחמת עס האָבן זיך אים געפּלאָנטעט משונה־מאָדנע װילדע חלומות. למשל, עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער איז נישט מאַקס בערליאַנט ― אַז ער איז גאָר קרושעװאַן, דער רעדאַקטאָר פֿונעם „בעסאַראַבעץ“, און אַז ער פֿאָרט נישט אין װאַגאָן, נאָר רײַטנדיק אַף אַ דבֿר־אַחר, און אַ ראַק, אַ רױטער ראַק, אַ געקאָכטער, װינקט צו אים מיט די הערנער, און עס הערט זיך פֿון ערגעץ אַ געװײן: „קי־שי־נעװ!“… און װי עפּעס אַ װינטל בלאָזט אים אין די אױערן, און ער הערט אַ שעלעשטשען פֿון בלעטער אָדער פֿון װײַבערשע קלײדלעך, און ער װיל עפֿענען אַן אױג און קאָן נישט, און ער טאַפּט זיך באַ דער נאָז ― נישטאָ קײן נאָז, קײן סימן פֿון קײן נאָז; אַפֿן אָרט פֿון דער נאָז טאַפּט ער אָן אַ „בעסאַראַבעץ“, און ער װײס נישט װוּ ער איז. ער װיל זיך רירן און קאָן נישט. ער פֿילט, אַז דאָס איז אַ חלום, נאָר ער קאָן נישט גובֿר זײַן דעם שלאָף, ער קאָן נישט געװעלטיקן אַף זיך, ער קאָן נישט! ער ליגט און לײַדט נעבעך גרױסע יסורים, ער איז װי אין דער הינער־פּלעט. ער פֿילט, אַז עס גײען אים אױס די כּחות. נעמט ער זיך אָן מיטן לעצטן ביסל קראַפֿט און לאָזט־אַרױס אַ שטילן קרעכץ, װאָס נאָר ער אַלײן קאָן אים האָרכן, און עפֿנט־אױף אַ שטיקל אױג, קױם־קױם װאָס ער זעט, און ער דערזעט אַ שטראַל פֿון אַ ליכט און אַ געשטאַלט פֿון אַ מענטשן, װאָס ליגט אױסגעצױגן אַקעגן אים, אױך אײנער אַלײן, װי ער, אַף אַ גאַנצער באַנק, און אױך איבערגעדעקט, װי ער, מיט אַ נומער „בעסאַראַבעץ“, ― און אונדזער מאַקס װערט נבֿהל ונשתּומם: עס מאָלט זיך אים אױס, אַז דאָס זעט ער טאַקע זיך אַלײן אױסגעצױגן אַף יענער באַנק, און ער קאָן בשום אופֿן נישט פֿאַרשטײן דעם שׂכל, װי קומט ער, מאַקס, אַהין, אַף יענער באַנק? און װי אַזױ זעט דאָס אַ מענטש זיך אַלײן אָן אַ שפּיגל?… ער פֿילט, אַז אײנציקװײַז שטעלן זיך אים די האָר קאַפּױר…

ביסלעכװײַז, ביסלעכװײַז הײבט אָן אונדזער מאַקס קומען צו די געדאַנקען און פֿאַרשטײן, אַז יענער װאָס ליגט דאָרט אַף יענער באַנק, איז ניט ער, מאַקס, נאָר אַן אַנדערער. איז אים אָבער קשה: פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אַהער דער דאָזיקער פּאַרשױן, און גראָד אַקעגן אים, און גראָד מיט אַ „בעסאַראַבעץ“?

אונדזער מאַקס האָט קײן צײַט ניט װאַרטן ביז טאָג, און עס װילט זיך אים טרעפֿן דאָס רעטעניש װאָס גיכער, און טאַקע שױן, און טאַקע באַלד; און ער טוט זיך אַ ריר און הײבט אָן צו שעלשטשען מיטן בלאַט, און ער דערהערט, אַז יענער פּאַרשױן, װאָס אַף יענער באַנק, טוט זיך אױך אַ ריר און שעלשטשעט אױך מיטן בלאַט. בלײַבט ער שטיל און קוקט זיך אײַן נאָך שטאַרקער, און דערזעט, װי יענער פּאַרשױן, װאָס אַף יענער באַנק, קוקט אַף אים מיט אַ האַלבן שמײכל. און אונדזערע בײדע „בעסאַראַבצעס“ ליגן אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע, און קוקן אײנס אַפֿס אַנדערע, און מע שװײַגט. בײדע אַנטיסעמיטן חלשן, גײען אױס װיסן, װער מע איז; נאָר מע האַלט זיך אײַן מיט אַלע כּוחות און מע שװײַגט. פֿאַלט פּעטיע אַף אַ שׂכל און הײבט אָן אױסצופֿײַפֿן שטילערהײט אַ באַקאַנטן ייִדישן מאָטיװ פֿון אַ באַקאַנט ייִדיש לידל: „אַפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל“…

און מאַקס האַלט אים אונטער אױך שטיל און אױך מיט אַ פֿײַפֿן: „און אין שטוב איז הײס“…

זעצן זיך אַװעק פּאַװאָלינקע אונדזערע בײדע אַנטיסעמיטן, װאַרפֿן אַראָפּ פֿון זיך די „בעסאַראַבצעס“ און לאָזן אױס בײדע דעם באַקאַנטן ייִדישן מאָטיװ פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן לידל, שױן ניט מיט קײן פֿײַפֿן, נאָר מיט װערטער ממש: „און דער רבי לערנט מיט די קינדערלעך דעם אַלף־בית!“…

געשריבן אין יאָר 1905. א. איסר דער שמשׂ

I

דערמאָן איך מיך אָן איסר דעם שמשׂ, שטעלט זיך מיר פֿאָר אין דער פֿאַנטאַזיע אַ מין אַלכּסנדר מוקדון, אַ נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט, וכדומה אַזעלכע בילדער, גבורים פֿון דער היסטאָריע…

אַ קלײניקײט איסר? אַ מענטש, װאָס פֿירט די גאַנצע שול מיט אַלע בעלי־בתים באַ דער נאָז. אַ מענטש, װאָס האַלט דאָס גאַנצע שטעטל באַ זיך אין בוזעם. אַ מענטש, װאָס דינט באַ אַלעמען און געװעלטיקט אַף אַלעמען. אַ מענטש, װאָס איז יעדן אונטערװאַרפֿן און האָט פֿאַר קײנעם קײן מורא ניט. אַ מענטש, װאָס האָט אַ בײזן קוק, מוראדיקע ברעמען, אַ מעשענע באָרד, אַ געזונטן קולאַק מיט אַ לאַנגן שטעקן. אַ װערטעלע אױסצורײדן איסר!

װער האָט געמאַכט איסרן פֿאַר אַן איסר? פֿרעגט מיך עפּעס גרינגערס. פֿאַראַן טיפּן, װאָס מע קען זײ אָנרופֿן: „פֿאַרגליװערטע“, „שטײענדיקע“, דאָס הײסט, אַזעלכע, װאָס רירן זיך ניט פֿונעם אָרט: „אָט אַזױ װי איר האָט זײ געזען דאָס ערשטע מאָל, אַזױ זײַנען זײ געבליבן װי אַף אײביק“. עס װײַזט זיך אײַך אױס, אַז זײ זײַנען תּמיד אַזױ געװען און װעלן אײביק אַזױ בלײַבן. קינדװײַז פֿלעג איך מיך ניט קענען אָפּרײַסן פֿון דעם איסרן; מיך האָט אינטערעסירט אײן זאַך: װיִאַזױ איז געװען איסר, בשעת ער איז נאָך ניט געװען קײן איסר? דאָס הײסט,