לכּבֿוד יום־טובֿ: המן און מרדכי

שלום עליכם (אַלע װערק)

המן און מרדכי: אַן אמתע מעשׂה לכּבֿוד פּורים
איטלעכער ייִד האָט זיך זײן פּריץ. איטלעכער פּריץ האָט זיך זײן ייִדן. (אַ שפּריכװאָרט)

אסתּר־תּענית נאָך האַלבן טאָג האָט זיך אין אײנער פֿון די ייִדישע שטעט פֿון אונדזער אַלטער הײם בײַ אַ ייִדישן האָטעל אָפּגעשטעלט אַ דיליזשאַנס און ס'איז אַרױסגעשפּרונגען פֿון דאָרטן אַ פּאַרשױן מיט אַ שפּיצעכיק קאַפּעליושל אױפֿן קאָפּ, אַ דרײַעקעכיקס, װי אַ המן־טאַש. אױסגעזען האָט דער פּאַרשױן װי אַ רײַכער מאַגנאַט מיט זײער אַ בײזן, אַ שטרענגן קוק. באַלד נאָך אים איז אַרױסגעקראָכן אַ ייִד מיט אַ לאַנגער קאַפּאָטע, מיט אַ ברײטן טלית־קטן, מיט אַ פּליסענעם קאַרטוז; אַ באָרד אַ קלאָטשקעװאַטע, אַ ביסל אַ גרױלעכע, טיפֿע קנײטשן אױפֿן ברײטן שטערן, און אױף די ליפּן אַ מאָדנע שמײכל פֿון אַ פֿילאָזאָף. געשלעפּט האָט ער מיט זיך אַ גאַנץ גרױסן זאַק און געגאַנגען מאָדנע, מיט ברײטע טריט, און ניט אַראָפּגעלאָזט קײן אױג פֿונעם בײזן פּאַרשױן.

― האָט איר עפּעס אַ רעכטן חדר פֿאַר מײַן פּריץ? ― אַזױ האָט זיך דער ייִד אָנגעפֿרעגט בײַם משרת פֿונעם האָטעל, אַ יונג מיט בײנער, מיט אַ קױטיק העמד און מיט אַ געלן שניפּס, װאָס אַמאָל איז ער געװען, דער שניפּס הײסט דאָס, אַנטיק־שבאַנטיקן, נאָר פֿון אַ צײַט, אַז ער האָט אָנגעװאָרן דעם גלאַנץ מיט דער פֿאָרמע און האָט באַקומען אַ פּנים פֿון אַ פֿלעכטל פֿון אַ פּורים־קױלעטש, באַשאָטן פֿון אױבן מיט מאָן.

מיט גרױס פּאַראַד האָט זײ דער משרת באַגעגנט, אַראָפּגענומען דאָס היטל מיט אַ קנאַק און אַרײַנגעפֿירט זײ אין האָטעל, זײ אױפֿגעעפֿנט דאָס גרעסטע, דאָס בעסטע, דאָס שענסטע צימער, נומער 1, אַ חדר, װאָס בײַ־שטײט פֿון צװײ חדרים; דאָס הײסט, פֿון אַ חדר מיט אַ פֿעדערשט חדרל, אױף אױסצוטאָן די קאַלאָשן און אױפֿצוהענגען די מלבושים ― און דאָס איז געװען פֿאַר אונדזערע פּאַרשױנען װי געװוּנטשן: אינעם גרױסן חדר האָט זיך באַזעצט, געװײנלעך, דער פּריץ, און אינעם פֿעדערשטן חדרל ― דער ייִד.

אַװעקגעלײגט דעם זאַק אין אַ װינקל, האָט דער ייִד געשאַפֿן, מע זאָל געבן דעם פּריץ אַ סאַמאָװאַר, און אַ פֿרעג געטאָן:

― פֿאַראַן עפּעס בײַ אײַך װאָס צו פֿאַרבײַסן?

― נאָך אַ מין פֿאַרבײַסן! ס'איז דאָך עפּעס הײַנט אױף דער נאַכט פּורים בײַ אונדז אין שטאָט. פֿאַראַן המן־טאַשן פֿרישע מיט מאָן, און פֿלעדלעך, און קישעלעך, און מאָנדלעך, און גלאַט פּורים־גרעט מיט שאַר ירקות. הע!

אַזױ האָט געזאָגט דער משרת מיט אַ ביסל אַ גראָבלעך שמײכעלע, באַװיזן בשעת־מעשׂה, אַז ער האָט געזונטע געלע צײן. דערפֿאַר האָט ער אָבער באַקומען פֿונעם ייִדן זײער אַ פֿרײַנטלעכן פּאַטש אין פּלײצע מיט אַ שײנעם יישר־כּוח, און איז אַװעקגעגאַנגען מאַכן אַ סאַמאָװאַר און ברענגען די אַלע גוטע זאַכן, װאָס ער האָט דאָ אױסגערעכנט. און דער ייִד האָט זיך דערװײַל געמאַכט גאַנץ באַקװעם, דאָס הײסט, ער האָט אױסגעטאָן דאָס פּליסענע היטל און געבליבן זיצן אין אַ יאַרמעלקע, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל ביז די עלנבױגנס און האָט זיך באַזעצט אױף אַ בענקעלע בײַ דער טיר פֿונעם פּריץ. און בכדי די צײַט זאָל נישט אַװעקגײן אומזיסט, האָט ער אױפֿגעבונדן דעם זאַק, אַרױסגענומען פֿון דאָרטן עפּעס אַ ספֿרל און האָט זיך פֿאַרטיפֿט, דאָס הײסט, דעם קאָפּ האָט ער אײַנגעבױגן, אײן אױג האָט ער צוגעמאַכט, געקײַט אַ שפּיץ באָרד און אַלײן זיך בשעת־מעשׂה צוגעשאָקלט מיטן גאַנצן גוף. דאָס אַלצדינג אינאײנעם האָט אױסגעװיזן בײַ דער װעלט אַביסל פּריקרע; ממה־נפֿשך ― איז דער ייִד דעם פּריצס אַ ייִד, הײַנט װאָס זיצט ער איבער אַ ספֿר? אלא װאָס דען? ער איז אַ װילד־פֿרעמדער? װאָס זשע איז ער געקומען מיטן פּריץ? און גלאַט װאָס טוט ער הי גראָד הײַנט צו אסתּר־תּענית?

אַזױ האָבן זיך געשלײַפֿט די מוחות די בעל־הביתטע פֿונעם האָטעל, די אורחים און סתּם ייִדן פֿון דער גאַס, װאָס האָבן אַהער אַן אַרײַנטריט. און בתוך־כּך האָט דער משרת געבראַכט צו טראָגן דעם סאַמאָװאַר מיט אַ גאַנצן בעקן פּורים־גרעט, און פֿאַרבײַגײענדיק האָט ער דערװײַל אַ פֿרעג געטאָן בײַם ייִדן, פֿון װאַנען איז דער אָדון?

― דו דאַרפֿסט עס טאַקע נײטיק װיסן? ― מאַכט צו אים דער ייִד און נעמט זיך צוריק צום ספֿר.

― מיך אַרט נישט, אַז איך װעל נישט װיסן, ― מאַכט צו אים דער משרת ― נאָר די בעל־הביתטע מײַנע האָט מיר אָנגעזאָגט, למען־השם, איך זאָל בײַ אײַך פֿרעגן, פֿון װאַנען איז דער אָדון?

― װעסטו זאָגן דער בעל־הביתטע דײַנער, אַז פֿון פּרס ומדי.

― פֿון װאָסער שטאָט?

― פֿון שושן־הבירה.

― װאָס הײסט דאָס שושן־הבירה?

― זאָג דײַן בעל־הביתטע, זי זאָל שיקן אַ קליגערן פֿון דיר.

דער משרת שטײט אַ װײַלע מיט אָפֿענע קעלבער־אױגן, קראַצט זיך אונטערן קאָלנער און גײט אַװעק, און אין עטלעכע מינוט אַרום קומט צו די בעל־הביתטע אַלײן, אַ ייִדענע אַ שװערע, װאָס פֿון איר װאָלט געקאָנט זײַן צװײ און אפֿשר דרײַ ייִדענעס. און מחמת אַלצדינג, װאָס דאָ װערט בײַ אונדז באַשריבן װײַטער, קומט פֿאָר אינעם פֿאָדערשטן חדרל אין געשפּרעכן, אַלע מאָל מיט אַנדערע פּאַרשױנען, לכן טײלן מיר דאָס אײַן אין עטלעכע בילדער און הײבן אָן אַזױ:

סצענע 1.

די בעל־הביתטע (אַ װיש די נאָז אַרױף). גוט מאָרגן! איך האָב אײַך צוגעשיקט אָט דאָ מײַן משרת, איז ער אָבער אַ גרױסע בהמה.

דער אורח: ער איז אַ בהמה? גיט אים קײַען שטרױ.

די בעל־הביתטע: נישט דאָס! ער פֿאַרשטײט ניט װאָס מע רעדט צו אים. איך האָב געװאָלט װיסן, װער איז דער פּריץ און פֿון װאַנען?

דער אורח: (קוקט אַרײַן אין ספֿר אַרײַן) פֿון װאַנען מײַן פּריץ איז? פֿון שושן־הבירה.

די בעל־הביתטע: װוּ איז דאָס? אין װאָסער גובערניע?

דער אורח: (נעמט נישט צו די אױגן פֿונעם ספֿר) אין פּרס ומדי.

די בעל־הביתטע: (טראַכט אַ ביסל) װאָס איז ער? אַ גראַף?

דער אורח: אַביסל גרעסער פֿון אַ גראַף.

די בעל־הביתטע: אַ קניאַז?

דער אורח: אַ ביסל גרעסער פֿון אַ קניאַז אױך.

די בעל־הביתטע: אַ גענעראַל?

דער אורח: אַ שני־למלך.

די בעל־הביתטע: אַ װאָס?

דער אורח: אַ שני־למלך בײַם קעניג אַחשװרוש.

די בעל־הביתטע: (טראַכט אַ ביסל) װאָס טוט ער הי? ער מאַכט עפּעס געשעפֿטן?

דער אורח: געװיס מאַכט ער געשעפֿטן.

די בעל־הביתטע: װאָס קױפֿט ער? ― אימעניעס? װעלדער? צי גלאַט אַזױ ער לײַט געלט?

דער אורח: ער קאָן קױפֿן און פֿאַרקױפֿן, און לײַען געלט, און װאָס איר װילט.

די בעל־הביתטע: פֿון װאַנען־זשע זײַט איר? טאַקע אױך פֿון דאָרטן?

דער אורח: טאַקע אױך פֿון דאָרטן.

די בעל־הביתטע גײט אַװעק און קנײטשט מיט די פּלײצעס.

„אַ מאָדנער אורח!“ ― טראַכט זי זיך. ― „מע באַדאַרף זיך באַקענען מיטן פּריץ אַלײן… נאָר װי אַזױ? אַז דער ייִד זיצט, װי אַ הונט, בײַ דער טיר און לאָזט ניט צו!“ אױף איר גליק טראָגט־אָן גאָט אַ מעקלער, װאָס האָט געזען צופֿאָרן אַ דיליזשאַנס, איז ער געקומען אױסטאַפּן, װער איז דער פּריץ און װאָס דאַרף ער האָבן? אין קורצע װערטער גיט אים

די בעל־הביתטע איבער, װאָס זי האָט געהערט פֿונעם אורח, אַז ס'איז אַ רײַכער פּריץ, װאָס מאַכט געשעפֿטן, און זי נעמט־אױס מיט אים אַ תּנאַי, אַז טאָמער װעט מען עפּעס מאַכן, זאָל זײַן אױף דער האַלב. און דער מעקלער מאַכט דרײַ שפּאַן און איז שױן בײַם אורח אין פֿעדערשטן חדרל, און דאָ קומט פֿאָר די ―

סצענע 2.

דער מעקלער: (ציט־אױס דעם אורח אַ גראָבע, אַ באַװאַקסענע האַנט) שלום־עליכם! איך האָב געהערט, אַז איר זײַט דאָ מיט אײַער פּריץ, געקומען אַהער עפּעס מאַכן געשעפֿטלעך. איך בין אַ ייִד אַ סרסור, אַ מעקלער, פֿון געלט הײסט דאָס. בײַ אונדז אין שטאָט פֿאַרנעמען זיך כּמעט אַלע ייִדן איבערהױפּט מיט געלט… ניטאָ בײַ אונדז קײן אַנדערע געשעפֿטן, פֿאַרשטײט איר, אַ חוץ געלט. איטלעכער ייִד איז הי אָדער אַ קרעמער, אָדער אַ בעל־הלװאה… בכלל, װער איז דער פּריץ אײַערער? פֿון װאַנען? װאָס האָט ער? און װאָס דאַרף ער?

דער אורח: איך װײס נישט, צי איר װעט אים קענען. ער איז פֿון װײַט: פֿון פּרס ומדי.

דער מעקלער: פֿון פּרס ומדי? פֿון װאָסער שטאָט?

דער אורח: פֿון שושן־הבירה.

דער מעקלער: פֿון שושן־הבירה? װי אַזױ איז דער נאָמען זײַנער?

דער אורח: זײַן נאָמען איז המן.

דער מעקלער: (טרעט אָפּ צוריק) המן? װאָ־װאָ־װאָסער המן?

דער אורח: המן, דער רעכטער, דער אמתער המן. המן בן המדתא…

דער מעקלער: נו, און װער זײַט איר?

דער אורח: און איך בין זײַן ייִד… מרדכי.

דער מעקלער: מ־מרדכי? דער װאָס הײַנט… אין דער מגילה?…

דער אורח: (שטײט־אױף פֿונעם בענקל, גלײַך אים אין פּנים אַרײַן) יאָ! יאָ! יאָ! מרדכי, דער זון פֿון יאיר, דער זון פֿון שמעי, דער זון פֿון קיש! דעם „קיש“, שרײַט אים אױס דער אורח גלײַך אין אױער אַרײַן).

דער מעקלער: (װערט רױט פֿאַר כּעס) אַ פּנים, איר האָט ניט פֿון װעמען חוזק צו מאַכן?!

און דער מעקלער לױפֿט אַרױס אין גרױס גרימצאָרן, און עס באַװײַזט זיך אַ פֿרישער פּאַרשױן, אַ יונגערמאַנטשיק מיט אַ געראַזירט בערדל, מיט שײנע צװײ װאָנצעס, פֿאַרדרײט גאַנץ פֿײַן אַרױף, מיט אַ שײן קײטל אױפֿן זשילעט, װאָס סע קאָן זײַן, ס'איז אַ גילדנס, און סע קאָן זײַן, אַז נײן. אַלײן איז ער אַן אַגענט פֿון זינגערס נײ־מאַשינעס. נאָר פֿון צײַט צו צײַט, אַז עס מאַכט זיך עפּעס אַ נײַס אין שטעטל, שרײַבט ער אַרײַן אין אַ צײַטונג און שרײַבט זיך אונטער „דאָס געראַזירטע בערדל“.

סצענע 3.

דאָס געראַזירטע בערדל: גוט מאָרגן! דאָ, האָב איך געזען, איז צוגעפֿאָרן אַ פּריץ מיט אַ ייִדן. איך האָב געװאָלט, אױב ס'איז מעגלעך, האָבן מיט אים אַ אינטערװיו.

דער אורח: װאָס הײסט דאָס אַן אינטערװיו?

דאָס געראַזירטע בערדל: דאָס הײסט, איך װיל זיך מיט אים דורכשמועסן.

דער אורח: גלאַט אַזױ?

דאָס געראַזירטע בערדל: גלאַט אַזױ.

דער אורח: הײסט דאָך עס דבֿרים בטלים. װער זײַט איר?

דאָס געראַזירטע בערדל: איך בין אַ האַלבער אַגענט פֿון מאַשינעס. נאָר העכער האַלב בין איך אַ שרײַבער, אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון אַ ייִדישער צײַטונג. קאָן איך זען אײַער פּריץ?

דער אורח: נײן, איר קאָנט אים נישט זען.

דאָס געראַזירטע בערדל: פֿאַר װאָס?

דער אורח: דערפֿאַר, װײַל ער איז צו אַ גרױסער פּריץ.

דאָס געראַזירטע בערדל: װער איז ער? פֿון װאַנען? און װי אַזױ הײסט ער?

דער אורח: ער איז אַ מאַגנאַט. פֿון שושן־הבירה. און זײַן נאָמען איז ― המן. איז אײַך באַקאַנט דער נאָמען?

דאָס געראַזירטע בערדל: דער נאָמען איז מיר קענטלעך… נאָר די שטאָט האָב איך קײנמאָל נישט געהערט. װײַט איז עס?

דער אורח: אין פּרס ומדי… פֿון הודו ביז כּוש… געהערט אַמאָל?

דאָס געראַזירטע בערדל: (דרײט די װאָנצעס) קײנמאָל נישט! (נעמט־אַרױס אַ נאָטיץ־ביכל מיט אַ בלײַשטיפֿט, גרײט צו פֿאַרשרײַבן) װי אַזױ, זאָגט איר, איז דער נאָמען?

דער אורח: המן.

דאָס געראַזירטע בערדל: דער זעלבער נאָמען, װאָס מע עסט נאָך אים המן־טאַשן? הײַנט, דאַכט זיך?

דער אורח: אָט, אָט, אָט! נו, און דעם נאָמען מרדכי האָט איר געהערט אַמאָל?

דאָס געראַזירטע בערדל: יאָ, עפּעס דאָרט אינאײנעם מיט יענעם המנען האָב איך געהערט לײענען דאָרטן… (נעמט זיך צום נאָטיץ־ביכל).

דער אורח: זאָלט איר װיסן זײַן, אַז דער פּריץ מײַנער ― דאָס איז ער אַלײן טאַקע, אָט יענער המן פֿון שושן־הבירה…

דאָס געראַזירטע בערדל: (קװענקלט זיך, װײס ניט װאָס ער זאָל שרײַבן) װאָ־װאָס הײסט? איך פֿאַרשטײ ניט! ער לעבט נאָך, יענער המן? דאַכט מיר, ער איז שױן לאַנג געשטאָרבן?…

דער אורח: און איך בין דאָס זײַן ייִד ― מרדכי היהודי היושבֿ בשער המלך… (די לעצטע װערטער זינגט ער מיטן ניגון פֿון דער מגילה).

קײנמאָל אױף זײַן לעבן האָט אונדזער אַגענט אַזױ שטאַרק ניט פֿאַרדראָסן, װי אַצינד, װאָס ער איז ניט באַקענט מיט די קלײנע אותיות; אין דער דאָזיקער מינוט האָט ער שטאַרק חרטה געהאַט דערױף, װאָס ער האָט ייִנגלװײַז נישט געװאָלט אַרײַנקוקן אין קײן ייִדישן ספֿר. די גאַנצע באָד האָט ער אַרױפֿגעלײגט אױף זײַן טאַטן. שולדיק איז אינגאַנצן ער, דער טאַטע זײַנער. אַ טאַטע איז מחויבֿ צו לערנען אַ קינד…

דאָס געראַזירטע בערדל: איז ער, הײסט דאָס, פֿון יענע המנס… װעלכער… קאַטאָרי?…

דער אורח: ניט פֿון יענע המנס, נאָר טאַקע יענער המן אַלײן, דער אמתער המן! װיפֿל מאָל דאַרף מען אײַך קלאַפּן אין מוח אַרײַן?

דאָס געראַזירטע בערדל: (כאַפּט אַרױס אַ פֿאַטשײלע, װישט זיך דעם שװײס. אין דעם עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך אַ נײַער נפֿש, אַ שטאַרק־רױטער ייִד מיט שטאַרק־רױטע ברעמען. מיט אַ היפּש בײַכל, גײט אָנגעטאָן חסידיש, נאָר רײן, ציכטיק אין אַ שײנער קאַפּאָטע. דער שטאַרק־רױטער ייִד פֿליט אַרײַן צום אורח, װי אַ שטורעמװינט).

דער אורח: (צום אַגענט) װאָס זײַט איר געבליבן אָן לשון?

דאָס געראַזירטע בערדל: איך… איך… איך װעל קומען אַ צװײטן מאָל… (רוקט זיך אַרױס).

סצענע 4.

דער שטאַרק־רױטער ייִד: (שטעקט־אָפּ דעם אורח אַ ברײטן שלום־עליכם) שלום־עליכם, מײן ליבער ייִד! איך האָב שױן אָפּגענומען פֿון אײַך אַ פּאָר גרוסן. מע זאָגט, אַז איר זײַט דאָ מיט אַ פּריץ אַ מאַגנאַט, װאָס קױפֿט און פֿאַרקױפֿט אימעניעס און װעלדער. דעם נאָמען האָבן זײ מיר נישט געװאָלט זאָגן. נאָר איך שטױס מיך אָן, װער דאָס איז. (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל) דאָס באַדאַרף זײַן אַ גראַף אָדער אַ קניאַז. געטראָפֿן?… איך בין דער גרעסטער מעקלער פֿון אימעניעס און װעלדער אין גאַנץ פּאָלעסיע. איך, װי איר קוקט מיך אָן, בין פֿול אומעטום, די גאַנצע װעלט, בין אױסן אַלע מײַזנלעכער, אױסגעבונדן מיט אַלע פּריצים און מיט אַלע גראַפֿן, אַלע גרעסטע מאַגנאַטן זײַנען נאָך מיר די כּפּרה, װאָרעם זײ װײסן, אַז איך בין זײ געטרײַ, איך װעל זײ ניט פֿאַרפֿירן, װי אַנדערע… זײ װײסן, אַז דאָס װאָס איך זאָג, איז הײליק. איך װעל ניט גײן דערצײלן, װי אַנדערע, נעכטיקע טעג, אױפֿן הימל אַ יאַריד… איך בין נישט פֿון די אַדעסער אָדער יעהופּעצער מעקלערס די שאַרלאַטאַנעס, װאָס קנאַקן. בלאָטע! בײַ מיר איז רײן און אָפֿנטלעך. זאָג איך װאַלד ― איז װאַלד. זאָג איך סטעפּ ― איז סטעפּ. איך װעל נישט גײן דערצײלן יענעם קײן גליקן, „אַ האַק אַ בױם, אַ פּליוך אין װאַסער“, און נאָכדעם זאָל זיך אױסלאָזן אַ בױדעם, אַ נעכטיקער טאָג… און רעד איך מיט עמעצן אָפּ ― איז יחלוקו. עס מעגן פֿאַלן שטײנער פֿון הימל, װיבאַלד מיר זײַנען אין צװײען, איז חצי שלי וחצי שלך…

דער אורח: בקיצור, װאָס זשע האָט איר געװאָלט זאָגן, הײסט דאָס?

דער שטאַרק־ רױטער ייִד: האָב איך געװאָלט זאָגן, הײסט דאָס: אַזױ װי ס'איז געקומען מיט אײַך צו פֿאָרן עפּעס אַ פּריץ, זאָגט מען, װאָס האָט בדעה, זאָגט מען, קױפֿן אָדער פֿאַרקױפֿן אימעניעס, בין איך געקומען אומיסטנע אָנקוקן דעם פּאַרשױן, װאָס פֿאָרט־אַרום בײַ אונדז אין אונדזער װאָלין און מאַכט געשעפֿטן אָן מיר. איר װעט דען קאָנען אַ ריר טאָן זיך אָן מיר? אָט האָב איך ערשט דורכגעשלאָגן אַ פּאָר געשעפֿטלעך, װאָס צוליב דעם טאַקע בין איך געקומען אַהער צו פֿאָרן, ― מעגט איר מיר גלײבן, אַז אױף חידושים, אױף בילעטן! צונױפֿגעפֿירט אַ װאַנט מיט אַ װאַנט, הודו מיט כּוש, געביטן שילע נאַ שװײקע, צוגענומען בײַ אײנעם אַן אימעניע אַ גאָלד און אַרײַנגערוקט אים אַ װאַלד, אױף אים אַזאַ יאָר! איר זאָלט זען דעמבעס ― אַרזי־לבֿנון! דער חסרון, װאָס מע קאָן זײ ניט האַקן. מע לאָזט ניט. מע דאַרף זײ לאָזן כאָטש נאָך אַ יאָר דרײַסיק, װעט מען ערשט דעמאָלט פֿאַרשפּילן… דערפֿאַר האָט אָבער די אימעניע אַ מעלה: די ערד איז גאָלע בלאָטע, גוט אױף כרײן און אױף קאַרטאָפֿליעס, און קײן רעמאַנענט ניט אַ לעק! און אַ באַן װעט דאָרטן אפֿשר אַמאָל זײַן, אם־ירצה־השם, אַז משיח װעט קומען, און אפֿשר נײן; גיכער נײן, אײדער יאָ… די צװײ אַדונים, האָט איר באַדאַרפֿט אָנקוקן, האָבן זיך אײנס דאָס אַנדערע געװאָלט אָנטאָן אַ ספּאָדעק, און מיר האָבן זײ געװאָלט אײַנרעדן, אַז איך װיל זײ אָפּנאַרן, נאָר זײ װעלן זיך לאָזן ― אַ קאָמעדיע, זאָג איך אײַך, אַ רײנע קאָמעדיע! (װערט צעגאַנגען פֿאַר געלעכטער).

דער אורח: בכן, װאָס זשע האָט איר, הײסט דאָס, געװאָלט זאָגן?

דער שטאַרק־רױטער ייִד: גאָרנישט. איך האָב נאָר געװאָלט אַ טאַפּ־טאָן, געװױר װערן, מיט װאָס איר שמעקט… איר זאָגט מיר נאָר, װער איז דער אָדון אײַערער, פֿון װאַנען איז ער? און װי אַזױ רופֿט מען אים? ― װעל איך אײַך שױן אַלײן זאָגן, װאָס ער דאַרף. זאָגט מיר נאָר דעם נאָמען זײַנעם ― איך קען אַלעמען און אַלע קענען מיך.

דער אורח: זײַן נאָמען איז המן.

דער שטאַרק־רױטער ייִד: (טוט זיך אַ כאַפּ) האַ? המן? פֿון װאָסערע המנס? אפֿשר פֿון די, װאָס אָט דאָרטן? (באַװײַזט מיט די הענט אַהין ערגעץ, זײער װײַט).

דער אורח: פֿון די אמתע המנס, טאַקע ער אַלײן! (מיטן ניגון פֿון דער מגילה) המן בן המדתא האַגגי, שני־למלך בײַם קעניג אַחשװרוש. װײסט איר שױן?

דער שטאַרק־רױטער ייִד: װאָ־װאָס רעדט איר?

דער אורח: אָט דאָס, װאָס איר הערט.

דער שטאַרק־רױטער ייִד: צי איר זײַט צעמישט? צי איר זײַט דול? צי איר זײַט משוגע? צי גלאַט אַזױ גערירט פֿונעם זינען?

דער אורח: איך בין נישט צעמישט, ניט דול, ניט משוגע, ניט גערירט פֿונעם זינען. דאָס איז ער, דער אמתער המן אַלײן, פֿון שושן־הבירה, און איך בין דאָס מרדכי היהודי, זײַן ייִד הײסט דאָס… ער איז, מסתּמא האָט איר געהאָרכט, אַ גרױסער מאַגנאַט. אַן אַדיר, און איך, געװײנטלעך, בין אַ ייִד אַן אָרעמאַן; ער איז, הײסט דאָס, מײַן פּריץ, און איך בין זײַן ייִד. הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן?

אױסגעהערט די דאָזיקע מימרא, טוט זיך דער שטאַרק־רױטער ייִד אַ כאַפּ מיט בײדע הענט בײַ די זײַטן און הײבט אָן צו לאַכן, אַז עס קומען זיך צונױף די בעל־הביתטע מיטן משרת מיט עטלעכע געסט, מיט גלאַט ייִדן, און פֿונעם גרױסן חדר עפֿנט זיך די טיר און עס קוקט־אַרױס דער פּריץ אַלײן, טוט אַ װאָרף אױף אַלע פּאַרשױנען אַ בײזן קוק און פֿאַרבינדט מיט זײַן ייִדן אַ שמועס אױף אַ מאָדנע שפּראַך, מיט גאָלע טיתן און מיט גאָלע פּתחן, עפּעס אַ מין תּרגום־לשון, װאָס מע האָט נאָך אַזאַ שפּראַך מיט אַזעלכע דיבורים אין װאָלינער גובערניע קײנמאָל ניט געהערט: „פּאַרשאַנדאַטאַ, אַשפּאַטאַ, פּאָראַטאַ, װײזאַטאַ“… בעת־מעשׂה שטײט דער ייִד פֿאַרן פּריץ, װי געװײנלעך אַ ייִד באַדאַרף שטײן פֿאַר אַ פּריץ… און מע הערט נישט אױף צו שיטן אַלץ מיט יענע תּרגום־לשון, װאָס מע קאָן פֿון אים זיך אױסברעכן אַלע צײן, און מע װאָלט געמעגט שװערן, אַז עס װאַרפֿן זיך דורך די באַקאַנטע האַרבע װערטער פֿון דער מגילה: „פּרתּמים“, און „אַחשדרפּנים“, און „אַחשתּרנים“, און „שעשגז“, און דאַכט זיך, אַז „חרבונה“ אױך בתוכם… דער גאַנצער עולם בלײַבט שטײן מיט אָפֿענע מײַלער, און זײ קאָנען ניט פֿאַרשטײן, װאָס טוט זיך דאָ מיט זײ? המן מיט מרדכין פֿון דער מגילה? צי אַ נײַער המן מיט אַ נײַעם מרדכי? צי גאָר אַ חלום, עפּעס אַ בײזער, אַ װיסטער חלום צו זײערע קעפּ!?

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַ פּאָר װערטער פֿונעם פֿאַרפֿאַסער צו זײַנע לעזער

איך רײַס איבער סאַמע אין רעכטן ברען פֿון דער מעשׂה ― גלײבט מיר, אַז יעדער בעל־מלאָכה װײס זײַן אַרבעט און יעדער שריפֿטשטעלער פֿאַרשטײט זײַנע ביזנעס… איך זע אין אײַך, אַז עס האָט אָנגעצױגן. דאָס הײסט, אַז איר װילט װיסן דעם סוף פֿון דער מעשׂה ― דאָס איז דאָך בײַ אײַך דער עיקר. אױב אַזױ, האָט אַ ביסל געדולד, ביז… איבער־אַ־יאָר פּורים. ניט קײן סך צו װאַרטן. מער ניט אַז אײן יאָר. װאָס פֿאַר אַ װערדע האָט אַ יאָר אין דער אײביקײט?…

געשריבן אין יאָר 1905 ― 1916
צ ו ו י י ט ב ו ך

מה נשתּנה ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 181

דער אתרוג ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 188

המן און זײַנע טעכטער ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 203

געצל ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 213

לאהניו ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 224

אַ פֿאַרשפּילטער ל″ג־בעומר ― ― ― ― ― ― ― ― 229

צו דער סעודה ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 238

דער אורח ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 249

אליהו הנבֿיא ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 258

אַז גאָט װיל שיסט אַ בעזעם ― ― ― ― ― ― ― ― 263

דרײַ קעפּלעך ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 268

גזלנים ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 275

אַ פּסח אין דאָרף ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 287

פּסח מיט אַ קל־וחומר ― ― ― ― ― ― ― ― ― 300

די װעלט גײט צוריק ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 303

שלח־מנות ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 307

די געפֿערלעכע מצה ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― 310

מה נשתּנה

― טאַטע, איך װעל דיך פֿרעגן פֿיר קשיות.

די ערשטע קשיא װעל איך דיך פֿרעגן:

מה נשתּנה הלילה הזה מכּל הלילות ― װאָס איז פֿאַרענדערט געװאָרן די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר?

שבכל הלילות― אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר, אָנו אוכלין ― עסן מיר װאָס מיר װילן, סײַ אַ ייִדיש ראָסל־פֿלײש, סײַ אַ גױיִשן קאָלבאַס, סײַ פֿיש מיט כרײן, סײַ ראַקעס, סײַ לאָקשן־קוגל, סײַ מאַראָזשענע; הלילה הזה ― די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח, כּולו מצה ― זײַנען מיר אַלע מצהדיק: די מאַמע האָט אונדז אָנגעזאָגט, אױב מיר װילן עסן חמץ, זאָלן מיר גײן אין דער „קאָלבאַסנע“, װאָרעם ס'איז אין שטוב, זאָגט זי, פּסחיק. ס'איז אומעטום, אין יעדן װינקעלע, כּשר, רײן. סע שעמערירט און סע פֿינקלט. דאָס געפֿעס האָט מען געקױפֿט שפּאָגל־נײַע, נאָר־װאָס פֿון קלײט. דאָס מעבל איבערגעפּוצט. די טירן געװאַשן. די פֿענצטער געקראַצט. דאָס דינסטמײדל געכּשרט. עס לאָזט זיך הערן פֿון קיך אַ ריח פֿון שטאַרק־געפֿעפֿערטע פֿיש, אַ ריח פֿון גענדזנשמאַלץ. מע האָט אָנגעמאַכט צו דער יױך לאַטקעס און בלינטשיקעס, קנײדלעך און כרעמזלעך און פֿאַלירטשיקעס. אונדז האָט מען פּלוצעם געהײסן אָנטאָן די היטלען, אױסגעזעצט אַרום טיש, געגעבן אונדז אין די הענט אַרײַן סידורימלעך, מיר זאָלן אַרײַנקוקן. ― זיצן מיר, װי די טאָקן, און קוקן, װי אַ האָן אין „בני־אָדם“…

װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קאָמעדיע? װי אַזױ הײסט דאָס שפּיל?

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .