לכּבֿוד יום־טובֿ: נישטאָ קײן נײַס

שלום עליכם (אַלע װערק)

נישטאָ קײן נײַעס
צװײ לשנה־טובֿה בריװלעך:
1) װאָס אַ שנײַדער פֿון אַמעריקע שרײַבט צו זײַנעם אַ פֿרײַנט אין דער הײם.
2) װאָס אַ שנײַדער פֿון דער הײם שרײַבט צו זײַנעם אַ פֿרײַנט אין אַמעריקע.

א

מאַי דיר פֿרענדMy dear friend: מײַן טײַערער פֿרײַנד ישׂראליק!

לשנה טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו, דו מיט דײַן װײַףwife: פֿרױ און מיט דײַנע טשילדרעןchildren: קינדער, איר זאָלט זײַן אָללרײַטall right: בסדר מיט כּל־ישׂראל, אָמן.

מיר האָבן גרױס טראָבלtrouble: יסורים פֿון דעם, װאָס דו שרײַבסט אונדז ניט קײן לעטערסletters: בריװ, װאָרעם זינט עס האָבן זיך אָנגעהױבן בײַ אײַך די רעװאָלושאָןrevolution: רעװאָלוציע מיט דער קאָנסטיטושאָןconstitution: קאָנסטיטוציע מיט די מעסעקרעסmassacres: פּאָגראָמען, גײען מיר אַרום דיסאַפּאָינטעטdisappointed: אַנטױשט, ממש אָן קעפּ. אױב דאָס, װאָס אונדזערע פּײפּערסpapers: צײַטונגען שרײַבן, איז ניט קײן בלאָףbluff: גוזמא, האָט מען שױן באַדאַרפֿט אַװעקלײגן בײַ אײַך אַ האַלבע װעלט. אַלע טאָג הערן מיר פֿון אײַך אַן אַנדער סענסײשאָןsensation: איבערראַשונג. נעכטן האָב איך געלײענט אַ קײבלcabel: דעפּעש, אַז מיסטער קרושעװאַןПавел Александрович Крушеван 1860-1909, דעם פּרעזידענט פֿון דער פֿערטער דומע, האָט מען געהאַנגען, ― שרײַב מיר, צי ס'איז אמת? און פֿון דײַנע ביזנעסbusiness: געשעפֿט זאָלסטו מיר שרײַבן, צי דו אַרבעטסט אין אַ שאַפּ, אָדער דו ביסט אַ באָסboss: בעל־הבית פֿאַר זיך? און װאָס מאַכט דײַן חנה־ריקל? און װאָס טוט הערשל? און מײַן קאָזיןcousin: קוזינע ליפּאַ װאָס מאַכט? און יאָסל הענעכס? און בענציע מיט רחלען? און זלאַטקע? און מאָטל? און די איבעריקע אָפּרײטאָרסoperators: שנײַדערס װאָס מאַכן? און צי טראַכטסטו װעגן אַריבערמופֿןmove: זיך אַריבערציִען קײן אַמעריקע? אַלצדינג זאָלסטו מיר אַרױסשרײַבן אין דײַן לעטערletter: בריװ. און װעגן מיר װאָס זאָל איך דיר שרײַבן, מאַי דיר פֿרענד? איך בין אָללרײַט, און מײַן װײַף איז אָללרײַט, און מײַנע טשילדרען זײַנען אָללרײַט. דאַנקען גאָט, מיר מאַכן דאָ אַלע אַ לעבן. מיר אַרבעטן שװער און ביטער, אָבער מיר מאַכן אַ לעבן. קײן געלט סײפֿןsave: שפּאָרן מיר ניט, נאָר מיר פֿאַרנעמען צװײ רומסrooms: חדרים מיט אַ קיטשעןkitchen: קיך. אַ גאַנצן טאָג אַרבעטן מיר, און בײַנאַכט גײען מיר אַרױס אױף פּלעזשורpleasure: װױלטאָג, אָדער אױף אַ מיטינג פֿון סאָשעליסטןsocialists: סאָציאַליסטן, אָדער פֿון זײאָניסטןZionists: ציוניסטן, אָדער גאָר אין ייִדישן טיאײטערtheater: טעאַטער. דאָס גאַנצע לעבן װערט מען טאַקע פֿאַרשװאַרצט, דערפֿאַר זײַנען מיר אָבער פֿרײַ, און איך קאָן מיר זײַן אַ מעמבערmember: מיטגליד אין װאָס פֿאַר אַ סאָסײַטיsociety: געזעלשאַפֿט איך װיל, און אַז איך װיל, װער איך אַ סיטיזעןcitizen: בירגער און װער צוגעלאָזט צו עלעקשאָןelection: װאַלן. אײן זאַך גײט אונדז דאָ ניט אײַן ― די הײם. אױ, בענקט זיך אַהײם! מײַן דזשעניJenny (זי הײסט שױן מער ניט בלומע, נאָר דזשעני) לאָזט מיך ניט עטעמען. זי טרײַבט מיך, מיר זאָלן פֿאָרן קײן ראָשעRussia: רוסלאַנד אױף קבֿר־אָבֿות. זאָלסט אָנקוקן איצט מײַן דזשעני, װאָלסטו זי ניט דערקענט. אַ לײדיlady: דאַמע מיט אַ העטhat: היטל און מיט גלאָװסgloves: הענטשקעס. איך שיק דיר דאָ די פּיקטשורpicture: בילד פֿון מײַן דזשעני מיט מײַן פֿעמעליfamily: משפּחה. װאָס זאָגסטו אױף מײַן עלטערן באָיboy: ייִנגל? דאָס איז מאָטל, מאַיקMike הײסט ער שױן אַצינד. ער איז אָללרײַט. ער אַרבעט אין אַ פֿעקטאָריfactory: פֿאַבריק און פֿאַרדינט פֿון צען ביז צװעלף דאָלאַר אַ װאָך. ער זאָל ניט געמבלעןgamble: שפּילן אין אַזאַרט, װאָלט ער גאָר געװען אָללרײַט! דער אַנדערער, דזשעקJack: יעקבֿ, איז געװען פֿריִער בײַ דער אַרבעט; הײַנט האָט ער זיך צוגעלערנט אַ ביסל ענגליש און איז אַ בוקקיפּערbookkeeper: בוכהאַלטער אין אַ באַרבער־שאַפּbarber shop: פּאַריק־מאַכער. דער דריטער ממזר, בענדזשאַמיןBenjamin: בנימין, דינט אין אַ סאַלוןsaloon: שענק. קײן װײדזשעסwages: לױן נעמט ער ניט, נאָר ער ברענגט אַהײם אַמאָל זעקס דאָלאַר און אַמאָל אַכט. דער פֿערטער, דער באָיטשיק װאָס מיטן היטעלע, איז אַ גוטער לױפֿערloafer: פֿױלער, װיל ניט גײן אין סקולschool: לערנשול, ליגט טאָג װי נאַכט אין סטריטstreet: גאַס און שפּילט אין באָלball: פּילקע. די מײדלעך אַלע בײַ מיר זײַנען אױך אָללרײַט. זײ אַרבעטן אין די שעפּער און האָבן שױן געלט אין די בענק. דער חסרון, װאָס מע קוקט זײ ניט אָן אין די אױגן. זײ גײען װען זײ װילן און װוּהין זײ װילן און מיט װעמען זײ װילן. אַמעריקע איז אַ פֿרײַ לאַנד. מע טאָר ניט זאָגן יענעם קײן דעה, אַפֿילו אַן אײגענער טאָכטער. אָט, צום בײַשפּיל, מײַן עלטערע טאָכטער, חיה האָט זי געהײסן, אַצינד הײסט זי שױן פֿרענסיסFrances, ― האָב איך מיט איר געהאַט אַ דזשאַבjob: עסק! זי האָט זיך פֿאַרליבט און חתונה געהאַט אָן מײַן װיסן מיט אַ פּוסטן באָי, פֿון די, װאָס באַלאַנגען צו די פּיקפּאַקעטסpickpockets: קעשענע־גנבֿים. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון די האַוז אױף רעפֿיודזשhouse of refuge: אױסבעסערונגס־אַנשטאַלט, און איר האָט ער דערצײלט, אַז ער איז אַ באַװוּסטער קלאָדהינג־מאַנופֿעקטשורערclothing manufacturer: פֿאַבריקאַנט פֿון קלײדער און אַ ריעל־עסטײטניקreal estate: הײַזער. לסוף האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז ער איז אַ ביגאַמיסטbigamist: פֿיל־װײַבערניק. ער האָט זײַן אײגנס סך־הכּל דרײַ ניט־קײן־געגטע װײַבער! איך האָב געהאַט גענוג טראָבל, ביז איך בין זײַנער פּטור געװאָרן. איצט האָט זי געהײראַטעט מיט אַ פּושקאַרטpushcart: שטופּװעגל־פּעדלער און איז אָללרײַט. די איבעריקע טעכטער מײַנע זײַנען נאָך ניט אױסגעגאַנגען, און אַז זײ װעלן אױסגײןװערן פֿאַרקנסט, װעלן זײ אױך בײַ מיר ניט פֿרעגן. אַמעריקע איז אַ פֿרײַ לאַנד, יעדער אַטענדעטattends: באַזאָרגט זײַנע ביזנעס, װי ער פֿאַרשטײט ― און דאַטס אָללthat's all: אַן עק! האָב איך דיר אַרױסגעשריבן, מאַי דיר פֿרענד, אַלצדינג, װאָס בײַ מיר טוט זיך, און איך בעט דיך, דו זאָלסט מיר, למען־השם, באַלד אָפּענטפֿערן מיט אַ לעטער אױך פֿון אַלצדינג, װאָס בײַ דיר טוט זיך. און לאָז גריסן איטלעכן באַזונדער פֿרײַנטלעך, און איך װינטש אײַך נאָכאַמאָל אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה, גוד באַיGood bye: זײַ געזונט!

פֿון מיר דײַן בעסטbest: בעסטער פֿרענד
דזשײקאָב (אַמאָל געװען יענקל).

ב

טײַערער פֿרײַנט יענקל!

דײַן לשנה־טובֿה־בריװ האָב איך פּאָלוטשעטполуч: באַקומען פּונקט ערבֿ־ראָש־השנה, און איך דאַנק דיר זײער פֿאַר דײַן ליבן בריװ, און איך װינטש דיר דעם זעלבן לשנה טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו. גיב גאָט צו זען זיך מיט פֿרײלעכע הערצער, אָמן. אַצינד קום איך דיר ענטפֿערן אױף דײַן בריװ. ממה־נפֿשך, שרײַבסטו שױן אײנמאָל אין צװײ יאָר אַ לשנה־טובֿה־בריװל, טאָ שרײַב שױן, װי אַ מענטש! װער איז דאָס אָביאַזאַןобязан: נױטיק צו פֿאַרשטײן, װאָס הײסט דאָס: לעטער, פּײפּער, פּיקטשור, בלאָף, וכדומה אַזעלכע װערטער? הײַנט שרײַבסטו, מע זאָל דיר שרײַבן און שרײַבן. װאָס זאָל איך דיר שרײַבן? נישטאָ קײן שום נײַעס: ס'איז איצטער, דאַנקען גאָט, שױן בלאַגאָפּאָלוטשנעблагополучне: בסדר בײַ אונדז. די נגידים מאַכן גוט, װי אַלע מאָל, און אָרעמעלײַט שטאַרבן פֿון הונגער, װי אומעטום. מיר, בעלי־מלאָכות, זיצן אָן אַ שטאָך אַרבעט, פֿאַר אײן זאַך זײַנען מיר, ברוך־השם, אָבעזפּעטשעטобеспеч: זיכער ― פֿאַר אַ פּאָגראָם. מיר האָבן שױן פֿאַר אַ פּאָגראָם כּלל קײן מורא נישט. מחמת ס'איז שױן געװען, און צװײ מאָל „אודך“ ― דאָס איז אַ זאַך, װאָס קען זיך טרעפֿן נאָר אין קעשענעװ. דער פּאָגראָם איז געװען בײַ אונדז אַפֿילו שפּעטלעך, נאָר דערפֿאַר האָבן מיר געהאַט אַ פּאָגראָם מיט אַלע פֿליטערלעך. בקיצור, קײן סך שרײַבן װיל איך דיר ניט און קאָן ניט און האָב ניט װאָס צו שרײַבן. איך קאָן דיר נאָר מעלדן, ליבער יענקל, אײן זאַך: איך לעב! איך האָב זיך געזען מיטן מלאך־המװת דרײַ מאָל ― נאָר בלאָטע! װי זאָגט געציע דער דאַמסקער שנײַדער ― געדענקסט אים? ― „מי ברעש ומי במגפֿה ― אַז ס'איז באַשערט מוטשען זיך, שענקט גאָט דאָס לעבן“… מיר האָט נאָר װײ־געטאָן דאָס האַרץ פֿאַר מײַן װײַב און פֿאַר מײַנע קינדער, האָב איך זײ אַװעקגעשיקט לעזאָזל, זײ האָבן זיך גאַנץ פֿײַן פֿאַרקליבן צו אַ גוטן גױ אױפֿן בױדעם און זײַנען דאָרט אָפּגעלעגן בכּבֿוד צװײ טעג מיט צװײ נעכט, חלילה נישט געגעסן, נישט געטרונקען, נישט געשלאָפֿן, און ערשט העט אױפֿן דריטן טאָג, אַז ס'איז שױן ניט געװען װאָס צו ראַבעװען און װעמען צו שלאָגן, איז געװאָרן בײַ אונדז, דאַנקען גאָט, בלאַגאָפּאָלוטשנע; איז מען פּאַװאָליע אַראָפּ פֿון די בױדעמער אַלע בשלום, און עס האָט, ברוך־השם, פֿון אונדזער סעמײסטװעсемействе: משפּחה קײנעם נישט געשאַט, אַ חוץ ליפּאַ, װאָס איז געהרגעט געװאָרן מיט בײדע זין, נח און מלך ― גילדענע צװײ אַרבעטער, און אַחוץ משה־הערשן, װאָס מע האָט אים, מחילה, אַראָפּגעלאָזט פֿונעם בױדעם, און פּערל דבֿורהס האָט מען שױן שפּעטער געפֿונען אַ טױטע, טאַקע בײַ זײ אין קעלער, און אַ ברעקל קינד אירס (רײזעלע) האָט מען געפֿונען בײַ דער ברוסט… קרוגאָםкругом: סך־הכּל, שױן מיט קלײנע קינדער, זײַנען פֿון אונדזער סעמײסטװע, הײסט עס, געהרגעט געװאָרן סך־הכּל זיבן… נאָר װי זאָגט געציע „גם זו לטובֿה ― עס קאָן נאָך זײַן ערגער; בעסער האָט קײן שיעור נישט“… אױף הערשלען פֿרעגסטו? זײַ רויִק; ער זיצט שױן העכער אַ האַלב יאָר אײנער אַלײן אָן אַ קנעלונג אין טורמע. פֿאַרװאָס? מסתּמא דערפֿאַר, װאָס ער האָט געקוקט, װי כּהנים דוכנען… ס'איז אַ סבֿרא, אַז מען װעט אים געבן אַ פֿײַנעם כּיבוד: אָדער מע װעט אים הענגען, אָדער מע װעט אים שיסן; דאָס װעט שױן זײַן, װי זײַן גליק װעט שפּילן, מחמת צו אַלצדינג, זאָגט געציע, באַדאַרף מען האָבן מזל. למשל, אָט איז יאָסל הענעכס געשטאָרבן נאָך אײדער מען האָט אים געבראַכט אין טורמע אַרײַן… װײַטער איז נישטאָ קײן שום נײַעס דיר צו שרײַבן. נו, און אױף נחמיה דעם סטאָליערס זון, לײב, פֿרעגסטו גאָרנישט? געדענקסט אים? געװען אַ גאָרנישט מיט אַ נישט, אַיאָ? „לײב־דרײב־אָבדיריק“ ― האָט מען אים גערופֿן. הײַנט ליגט ער װי אַ גראַף, אין פּעטראָפּאַװלאָװסקע קרעפּאָסטПетропавловская крепость: אַ טורמע. זעסטו, אױף װעמען ס'איז יאָ אַ רחמנות נעבעך? אױף זלאַטקען. זי, זאָגט מען, איז גערירט פֿאַר צרות… אַ קלײניקײט ― פֿאַרלירן אין אײן װאָך צװײ קינדער! און אַבֿרהם־משהס זון איז שױן איצט אַװדאי אין אַמעריקע. אַז דו װעסט אים זען, זאָלסטו אים לאָזן גריסן און זאָגן, אַז זײַן טאַטע איז אַ מאָלאָדיעץ: ער איז געשטאָרבן נאָך פֿאַר דער קאָנסטיטוציע! און מאָטל אונדזערער איז גלאַט פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, מע װײס ניט װוּ ער איז… עס זײַנען אָט אַזױ אַ סך איזטשעזנעטисчезнуть: נעלם װערן געװאָרן, מע װײסט ניט װוּ זײער געבײן איז אַהינגעקומען… אַ סך זײַנען זיך צעלאָפֿן, אַ סך זײַנען געהרגעט געװאָרן און אַ סך רוען זיך אױס אין די טורמעס, שפּאַצירן־אַרום אין סיבירער שנײען, אַרבעטן מיט דער טאַטשקע ― נאָר װעמען הערן זײ? חבֿרה האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: אָדער קאָנסטיטוציע, אָדער אַ קרענק! קײן חכמות גײט ניט אָן בײַ אונדז, בעלי־מלאָכות, װי זאָגט געצל: „לא מעוקצך ולא מדובֿשך ― זײַ מיר ניט קײן פֿעטער און נײ מיר נישט קײן שטיװל“… אַ מאָדנער מענטש אָט דער געציע: אײן זון האָט מען אים אַװעקגעלײגט אין דער מלחמה, דער אַנדערער ― זיצט, און אַלײן איז ער אױך אױף צרות, נאָר קומט צו אַ גלײַכװערטל אָדער אַ פּסוק, כאַפּט אים אַװעק דער רוח!… און װײַטער איז ניטאָ מער קײן נײַעס צו שרײַבן. ס'איז, דאַנקען גאָט, בלאַגאָפּאָלוטשנע, און מיר זײַנען אַלע, ברוך־השם, אין בעסטן געזונט, אַחוץ װאָס חנה־ריקל מײַנע קלאָגט זיך נעבעך אױפֿן האַרצן… אַ װערטעלע אױסצורײדן ― די פּחדים, װאָס מע שטײט דאָ אױס פֿון די עקספּראָפּריאַציעס. דו װײסט אַװדאי ניט, מיט װאָס מען עסט דאָס? װעל איך דיר באַשרײַבן. מע קומט אַרײַן צו דיר אין שטוב אַרײַן מיט אַ פֿאַרטיקער באָמבע, אָנגעפֿילט דװקא ניט מיט מצה־מעל, נאָר מיט פּולװער און מיט צװיעכעס, און מע זאָגט צו דיר: „רוקי װערךруки вверх: אַרױף מיט די הענט!“ (געציע רופֿט דאָס אָן: „שׂאו־ידיכם“!) און מע צעשפּיליעט דיר די קאַפּאָטע און מע נעמט־צו בײַ דיר װאָס דו האָסט ― און רוף מיך קנאַקניסל! אַנומלטן זײַנען אַרײַן צו מיר צװײ חבֿרה־לײַט, געזאָגט מיט מיר דעם פּסוק און צוגענומען בײַ מיר די מאַשינע. און אַ בהמה האָב איך געהאַט, איז זי אַלײן געפּגרט. און מײַן ברכה איז נאָך אַ גרעסערע אבֿיונטע, װי זי איז געװען, און אַלטערן גײט אױך אָפּ גענוג צו אַ נגיד, און לײזערן האָט מען אַרױסגעשיקט ניט לאַנג פֿאַר אַ פּאַס. אַ מיצװה ― װער איז אים שולדיק? לאָז ער ניט זײַן קײן מלמד! און מענדל האָט זיך אױך שײן אױסגעפֿײַנט, גענומען און געשטאָרבן, אַ טײל זאָגן ― פֿון דער טשאַכאָטקע, אַ טײל זאָגן ― פֿון הונגער, און איך מײן, אַז פֿון בײדע זאַכן… און בנימינס קדיש דינט, און פֿון דער חלירע שמועסט מען בײַ אונדז גאַנץ געשמאַק. נאָך דאָס פֿעלט אונדז!… און װײַטער איז ניטאָ מער קײן שום נײַעס דיר צו שרײַבן. און דאָס, װאָס דײַן בלומע, אָדער װי אַזױ הײסט זי הײַנט, דזשעני, װיל קומען צו פֿאָרן, װעלן מיר גײן, אם־ירצה־השם, אינאײנעם אױפֿן פֿעלד ― ס'איז אונדז דאָרט צוגעקומען, ברוך־השם, אַ שײן ביסל פֿרײַנט, פֿון באַקאַנטע שמועסט מען ניט; עס קומט נאָך צו הײַנט אױך אַלע טאָג! מער קײן נײַעס איז ניטאָ צו שרײַבן. זײַ געזונט און לאָז גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך. קײן אַמעריקע פֿאָר איך ניט. דײַן אַמעריקע הײבט מיר ניט אָן צו געפֿעלן. אַ לאַנד, װאָס אַ גאַזעט הײסט פּײפּער, װאָס פֿון בלומע װערט דזשעני, און אַ חתן האָט דרײַ װײַבער ― פֿון אַזאַ לאַנד, האָב קײן פֿאַראיבל ניט, דאַרף מען לױפֿן! פֿון דײַן בריװ זע איך אַרױס, אַז װען מיר האָבן דאָ די קאָנסטיטוציע, װאָס מיר מײנען, באַדאַרפֿן מיר שױן קײן שום אַמעריקע ניט. דעמאָלט האָבן מיר דאָ אַ בעסער אַמעריקע, װי איר דאָרט… יענקל! זאָלסט גאָר קײן יסורים ניט האָבן: אַזאַ שטיק גאָלד מיר, און אַזאַ מכּה קרושעװאַנען, װאָס פֿאַר אַ קאָנסטיטוציע מיר װעלן, אם־ירצה־השם, האָבן!… הלװאַי זאָל אונדז גאָט אָנחתמענען אַ גוט יאָר, אונדז דאָ און אײַך דאָרטן!

פֿון מיר דײַן פֿרײַנט ישׂראל
געשריבן אין יאָר 1907
ענגלישע און פֿאַרענגלישטע װערטער אין דער דערצײלונג

אױסגײן ― זײן פֿאַרקנסט. אטענדירן די ביזנעס ― אױפֿזען די געשעפֿטן. אָללרײט ― אין בעסטן שטאַנד. אָפּרײטאָרס ― שנײַדערס. אריבערמופֿן ― איבערקלױבן זיך.

באָי ― ייִנגל. באָל ― פּילקע. באָס ― בעל־הבית. באַרבאַר־שאַפּ ― פּאַריקמאַכער שטוב. בוקקיפּער ― בוכהאַלטער. ביגאַמיסט ― פֿיל־װײַבערניק. ביזנעס ― געשעפֿטן. בלאָף ― גוזמא. בעסט פֿרענד ― בעסטער פֿרײַנט.

גוד באַי ― זײ געזונט. גלאָװס ― הענטשקעס. געמבלען ― שפּילן אין קאָרטן.

דאַטס אָלל ― אַן עק. דזשאב ― אַן עסק. דיסאַפּאָינטעט ― צעטראָגן.

האַוז אף רעפֿיודזש ― אַן אױסבעסערונגס־אַנשטאַלט. העט ― הוט. װײדזשעס ― געצאָלט. װײף ― װײַב.

זײאָניסטן ― ציוניסטן.

טיאײטער ― טעאַטער. טראָבל ― יסורים. טשילדרען ― קינדער.

לױפֿער ― אַ דער־רוח־וױיס װאָס. לײדי ― מאַדאַם. לעטער ―אַ בריװ.

מאַי דיר פֿרענד ― מײן טײַערער פֿרײַנט. מעמבער ― מיטגליד. מעסעקערס ― פּאָגראָמען.

סאַלון ― שענק. סאָסײטי ― געזעלשאַפֿט. סאָשעליסטן ― סאָציאַליסטן. סטריט ― גאַס. סיטוזען ― בירגער. סײפֿען ― קלײַבן. סענסײשאָן ― איבעראַשונג. סקול ― שול.

עלעקשאָן ― װאַלן.

פּושקאַרט־פּעדלער ― אַ פּעדלער מיט אַ װעגעלע. פּיקטשור― בילד. פּיקפּאַקעטס ― גנבֿים. פּײפּערס ― גאַזעטן. פּלעזשור ― פֿאַרגעניגן. פֿעמעלי ― פֿאַמיליע.

פֿעקטאָרי ― פֿאַבריק.

קאָזין ― געשװעסטערקינד. קיטשען ― קיך. קײבל ― דעפּעש. קלאָדהינג־מאַנופֿעק־

טשורער ― אַ פֿאַבריקאַנט פֿון קלײדער.

ראָשע ― רוסלאַנד. רומס ― חדרים. ריעל־עסטײטניק ― דער װאָס האַנדלט מיט הײזער. רעװאָלושאָן, קאָנסטיטושאָן ― רעװאָלוציע, קאָנסטיטוציע.

שאַפּ ― געװערקהױז.

געשריבן אין יאָר 1907
אַ פֿריִער פּסח
אַ מעשׂה װאָס קאָן זיך פֿאַרלױפֿן אױף דער גרױסער װעלט

א

די װעלטבאַרימטע דײַטשע שטאָט נאַררענבערג איז אַן אַלטע ייִדישע שטאָט ― זי איז אַ פֿרומע שטאָט, אַ גאָטספֿאָרכטיקע. אירע ייִדן האָבן זיך געמאַכט אַ שם אױף דער װעלט דערמיט, װאָס זײ האָבן קײנמאָל ניט געגריבלט זיך, ניט אַרײַנגעלאָזט זיך אין חקירות, ניט געפֿילאָזאָפֿירט, ניט געפֿרעגט קײן קשיות אױף אַזעלכע זאַכן, װאָס קערן זיך אָן מיט גאָט. אױף זײ מעג מען זאָגן, אַז זײ זײַנען ייִדן אָן חכמות.

אמת, זײער ייִדישקײט באַשטײט ניט מער װי אין דרײַ דינים, װאָס שטאַמען מסתּמא פֿון אַבֿרהם אָבֿינו, אָדער אפֿשר נאָך פֿון אָדם־הראשונען: 1) יאָרצײַט, 2) בר־מיצװה, 3) פּסח. די דרײַ דאָגמעס זײַנען גאַנץ גענוג אױפֿצוהאַלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק נאָך טױזנטער און טױזנטער יאָרן. מײנט ניט, אַז דאָס האָבן זײ אַרױסגעזױגן פֿון זײער אײגענעם פֿינגער; דאָס האָבן זײ געהערט ניט אײנמאָל פֿון זײער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרײדיקער, װעלכן די נאַררענבערגער קהילה האַלט־אױס ניט מיט װינציקער ערע, װי די קאַטױלן, להבֿדיל, דעם רױמישן פּױפּסט. דער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרײדיקער טראָגט בײַ זײ דעם נאָמען „רבי“, „אונדזער רבי“, און די נאַררענבערגער קהילה איז איבערצײַגט, אַז נאָך אַזאַ למדן, װי זײער רבי, איז שױן נישטאָ אױף דער גאַנצער װעלט. אין זײַנע דרשות, װאָס ער האַלט זײ אַלע יום־טובֿ אין דער סינאַגאָגע, װאַרפֿן זיך דורך אַזעלכע לשון־קודשדיקע װערטער, װאָס נאָר דער מחבר פֿונעם סידור זאָל איצטער אױפֿשטײן, װאָלט ער זײ אפֿשר פֿאַרשטאַנען, און