לכּבֿוד יום־טובֿ: אױף פּסח אַהײם

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַף פּסח אַהײם
אַ מעשׂה, װי אַזױ פֿישל דער מלמד איז געפֿאָרן פֿון באַלטע קײן כאַשטשעװאַטע אױף פּסח אַהײם און װאָס מיט אים האָט זיך געטראָפֿן

א

צװײ מאָל אין יאָר, פּינקטלעך װי אַ זײגער, ראָש־חודש ניסן און ראָש־חודש אלול, פֿאָרט פֿישל דער מלמד פֿון באַלטע קײן כאַשטשעװאַטע אַהײם צו זײַן װײַב און קינדער ― אױף פּסח און אױף סוכּות. כּמעט דאָס גאַנצע לעבן זײַנס איז אים באַשערט צו זײַן אַ גאַסט בײַ זײַן װײַב און קינדער אַפֿילו זײער אַן אָנגעלײגטער גאַסט, אָבער אױף אַ קורצער צײַט, אױף יום־טובֿ; און אַװעקגעגאַנגען דער יום־טובֿ ― איז מאַרש צוריק קײן באַלטע, צוריק צו דער קנעלונג, צוריק צום קאַנטשיק, צו דער גמרא, צו די גראָבע פֿאַרשטאָפּטע קעפּ, צום נע־ונד זײַן, צום װאַלגערן זיך אין דער פֿרעמד און צום בענקען שטילערהײט אַהײם.

דערפֿאַר אָבער, אַז פֿישל קומט אַהײם, איז ער אַ קיסר! בת־שבֿע זײַן װײַב גײט אים אַרױס אַקעגן, רוקט אָן דאָס טיכל, װערט רױט װי פֿײַער, טוט אים אַ פֿרעג פֿאַרבײַגײענדיק, נישט געקוקט, חלילה, גלײַך אין די אױגן: „װאָס מאַכסטו?“ און ער ענטפֿערט איך: „װאָס מאַכסטו?“ און פֿרױקע זײַן זון, אַ בר־מיצװה־ייִנגל, גיט אים אָפּ שלום, און דער טאַטע טוט אַ פֿרעג דעם זון: „װוּ האַלטסטו, אפֿרים, אין לערנען?“… און רײזל זײַן טאָכטער, נישט קײן מיאוס מײדל, מיט אַ קלײן פֿאַרפֿלאָכטן צעפּל, כאַפּט אים אַרום קושן.

― טאַטע, װאָס האָסטו מיר געבראַכט אַ מתּנה אױף יום־טובֿ?

― סיץ אױף אַ קלײדל, און דער מאַמען אַ זײַדענע פֿאַטשײלע. נאַ, גיב דער מאַמען די פֿאַטשײלע.

און פֿישל נעמט־אַרױס פֿון טלית־זאַק אַ נײַע אַ זײַדענע (מאָלט אײַך ― אַ האַלב־זײַדענע) פֿאַטשײלע, און בת־שבֿע װערט נאָך רױטער, רוקט אָן דאָס טיכל איבער די אױגן, כאַפּט זיך צו באַלעבאַטישקײט, דרײט זיך אַרום איבערן שטוב און שטײט אױף אײן אָרט.

― װײַז נאָר, אפֿרים, די גמרא, לאָז מיך דיך פֿאַרהערן, װוּ האַלטסטו אין לערנען?

און פֿרױקע איז דאָך דאָס װױלע ייִנגל, דער גרױסער מתמיד, די שײנע תּפֿיסה מיטן גוטן זכּרון, און װיל לערנען! און פֿישל הערט אים, װי ער זאָגט די גמרא, פֿאַרריכט אים, און דאָס האַרץ װאַקסט, קװעלט, די נשמה פֿרײט זיך ― אַ װױל ייִנגל פֿרױקע! אַ צאַצקע!

― אױב דו װילסט גײן אין מרחץ, ליגט אָט דאָ אָנגעגרײט אַ העמד!

אַזױ זאָגט אים בת־שבֿע פֿאַרבײַגײענדיק, ניט געקוקט, חלילה, גלײַך אין די אױגן אַרײַן, און פֿישל פֿילט זיך עפּעס משונה גוט, װי אַ מענטש, װאָס האָט זיך אַרױסגעכאַפּט פֿון געפֿענקעניש אױף דער פֿרײַער ליכטיקער װעלט, צװישן אײגענע, נאָענטע און געטרײַע. און עס שטעלט זיך אים פֿאָר אַ שטאַרק אָנגעהײצטע באָד מיט אַ סך היץ; ער ליגט שױן גאַנץ הױך אױף דער אײבערשטער באַנק מיט נאָך ייִדן און שװיצט, און בעזעמט זיך, און שמײַסט זיך, און װיל נאָך.

― אױ, נאָך, נאָך! גװאַלד, ייִדן, נאָך!…

און געקומען פֿון באָד אַ פֿרישער, אַ צאַפּלדיקער, כּמעט אַ נײַ־געבױרענער, נעמט ער זיך קודם צו דער יום־טובֿדיקער קריאה, טוט אָן די שבתדיקע קאַפּאָטע מיטן נײַעם גאַרטל, כאַפּט אַ קוק פֿאַרבײַגײענדיק אױף בת־שבֿען אינעם נײַעם קלײדל מיט דער זײַדענער פֿאַטשײלע: נאָך גאָר אַ היפּש װײַבל, כלעבן, אַ צנועה און אַ צדקת, און ער גײט מיט פֿרױקען אין שול אַרײַן. געקומען אין שול אַרײַן, פֿליִען שלום־עליכמס פֿון אַלע זײַטן: „ברוך־הבאָ, אַ ייִד רב פֿישל, װאָס מאַכט אַ ייִד אַ מלמד?“ ― „אַ ייִד אַ מלמד קנעלט“. ― „װאָס הערט זיך עפּעס אױף דער װעלט?“ ― „װאָס זאָל זיך הערן אױף דער װעלט? די װעלט איז אַ װעלט“. ― „װאָס הערט זיך אין באַלטע?“ ― „באַלטע איז באַלטע“… אַלע מאָל, אַלע האַלבע יאָר דער אײגענער נוסח, נישט געמינערט אַ װאָרט. און ניסל דער חזן שטעלט זיך אַװעק דאַװנען מעריבֿ, צעלאָזט זיך אױף זײַן שטימע, װאָס גײט װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער, און אַז עס קומט צו „וידבר משה את מועדי ה′ אַל בני ישׂראל“ ― דערלאַנגט ער הױך, כּמעט ביזן הימל. און פֿרױקע שטײט בײַ דער זײַט און דאַװנט, דאַװנט געשמאַק, און פֿישלס האַרץ װאַקסט, קװעלט, די נשמה פֿרײט זיך ― אַן ערלעך קינד, פֿרױקע, אַ כּשרס!

― גוט יום־טובֿ! גוט יום־טובֿ!

― גוט יום־טובֿ! גוט יאָר!

פֿאַרטיק דער גאַנצער סדר אױפֿן טיש: די אַרבע־כּוסות, דער מרור, די זרוע מיט די ביצים מיטן חרוסת מיט אַלע זיבעצן זאַכן. פֿאַרטיק דאָס „הסב־בעט“, צװײ בענקלעך מיט אַ גרױסן קישן. אָט באַלד װערט פֿישל אַ מלך, אָט באַלד זעצט זיך פֿישל „על כּסא מלכותו“, מיטן װײסן קיטל אױפֿן טראָן, און בת־שבֿע די מלכּה מיט דער נײַער זײַדענער פֿאַטשײלע נעבן אים, אפֿרים דער פּרינץ מיטן נײַעם קאַשקעט און די פּרינצעסין רײזל מיטן צעפּל אַקעגן זײ ― דרך־ארץ, ייִדן, רעספּעקט! פֿישל דער מלמד האָט זיך געזעצט אױף דער שטול געװעלטיקן!

ב

די כאַשטשעװאַטער װױלע יונגען, די װאָס האָבן ליב חוזק צו מאַכן אָפּלצעװען פֿון דער גאַנצער װעלט, און װער שמועסט פֿון אַ ייִדן אַ מלמד, האָבן אױסגעקלערט אױף אונדזער פֿישלען, אַז ער האָט אײנמאָל ערבֿ פּסח אַרײַנגעשיקט צו זײַן בת־שבֿען אַ דעפּעש בזה־הלשון: „רעביאַטאַ סאָבראַני. דענגי װעזו. פּריגאָטאָװ פּולי. יעדו צאַרסטװאָװאַטребята собраны. деньги везу. приготовь пули. еду царствовать.: דער חבֿרה צוזאַמען. איך ברענג געלט. שטעלט די קױלן צו. איך װעל הערשן.“. דער פּשט פֿון דער דעפּעש איז אַזױ: „אַ קנעלונג צונױפֿגעשטעלט. שׂכר־לימוד פֿיר איך. מאַך קנײדלעך. איך פֿאָר געװעלטיקן“… די דעפּעש, זאָגן די לצים, האָט מען אין באַלטע איבערגעכאַפּט אױף דער סטאַנציע, בתשבֿען האָט מען באַזוכט און נישט געפֿונען גאָרנישט. און פֿישלען האָט מען געבראַכט צו פֿירן, מחילה, מיטן עטאַפּ אַ הײם. נאָר איך קען אײַך זאָגן בהן־שלי, אַז עס איז שקר־וכּזבֿ. פֿישל האָט קײנמאָל אױף זײַן לעבן קײן דעפּעש נישט געשיקט, בת־שבֿען האָט קײנער נישט באַזוכט, און פֿישלען האָט מען מיטן עטאַפּ קײנמאָל נישט געפֿירט. דאָס הײסט, פֿירן האָט מען אים אַמאָל געפֿירט מיטן עטאַפּ, נאָר נישט פֿאַר קײן דעפּעש ― פֿאַר אַ פּאַס גאָר האָט מען אים געפֿירט! אי דאָס ― נישט פֿון באַלטע, נאָר פֿון יעהופּעץ, און נישט ערבֿ פּסח, נאָר אין מיטן זומער איז דאָס געװען. עס האָט זיך אים פֿאַרגלוסט, פֿאַרשטײט איר מיך, אַװעקלאָזן זיך קײן יעהופּעץ זוכן אַ קנעלונג, און האָט פֿאַרגעסן נעמען מיט זיך אַ פּאַס: ער האָט געמײנט, ס'איז אין באַלטע. האָט ער זיך מיאוס אַרײַנגעכאַפּט, און האָט שױן פֿאַרזאָגט קינדס־קינדער, אַז זײ זאָלן אין יעהופּעץ קײן קנעלונג נישט זוכן…

פֿון דעמאָלט־אָן פֿאָרט ער קנעלן קײן באַלטע, און קומט ערבֿ פּסח, װערט ער פֿאַרטיק מיט אַ פּאָר װאָכן פֿריִער און הײבט זיך אָן באַצײַטנס שנײַדן אַהײם כאָטש אױף שבת־הגדול. װען זשע איז דאָס גערעדט געװען? אַז עס שנײַדט זיך, דאָס הײסט, אַז דער װעג איז אַ װעג, און מע קאָן קריגן אַ פֿור, און מע קאָן אַריבערפֿאָרן דעם בוג אָדער איבערן אײַז, אָדער מיטן פּאַראָם. װי זשע איז אָבער דער דין, למשל, אַז דער שנײ לאָזט זיך, די בלאָטע איז גרױס, קײן פֿור איז נישט צו קריגן, דער בוג האָט זיך נאָר־װאָס אָפּגעריסן, דער פּאַראָם גײט נאָך נישט, און מיט אַ שיפֿל איז מסוכּן־נפֿש, און דער יום־טובֿ איז אָט־אָט אױף דער נאָז, ― װאָס טוט מען דעמאָלט? איז דער תּירוץ: למאַי װאָס טוט מען, אַז מע פֿאָרט ערבֿ־שבת פֿון מאַכניװקע קײן באַרדיטשעװ, אָדער פֿון סאָכאַטשאָװ קײן װאַרשע, אַרױף אַ באַרג, בײַנאַכט אין דער פֿינצטער, אין אַ שלאַקסרעגן, מע איז טױט הונגעריק, און סע לאָפּנעט אַן אַקס אױך? ― איז טאַקע נישט גוט, װאָס זאָלט איר קלערן?

פֿישל דער מלמד װײס שױן דעם טעם פֿון „נישט גוט“. ער האָט שױן געהאַט אױף זײַן לעבן, פֿון זינט ער איז אַ מלמד און פֿאָרט פֿון כאַשטשעװאַטע קײן באַלטע און פֿון באַלטע קײן כאַשטשעװאַטע, אַלערלײ נסיונות און טרעפֿענישן! ער האָט שױן געפּרוּװט גײן העכער האַלב װעג צופֿוס, און נאָך העלפֿן אונטערשטופּן דעם װאָגן אױך. ער האָט שױן געפּרוּװט ליגן מיט אַ גלח אין בלאָטע, דער גלח פֿון אױבן און ער פֿון אונטן. ער האָט שױן געפּרוּװט אַנטלױפֿן פֿון אַ טיטשקע װעלף, װאָס זײַנען נאָכגעלאָפֿן נאָכן װאָגן פֿון כאַשטשעװאַטע ביז פּעטשאַני, און נאָכדעם האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז ס'איז גאָר געװען הינט, נישט קײן װעלף… נאָר אַזאַ צרה, װי די, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם ערבֿ פּסח, האָט זיך אים נאָך נישט געטראָפֿן קײנמאָל.

די צרה האָט זיך גענומען פֿונעם בוג, דאָס הײסט, פֿון דעם, װאָס דער בוג האָט זיך געעפֿנט אַ ביסל צו שפּעט און צעשפּילט זיך סאַמע אין דער צײַט, װען פֿישל דער מלמד האָט זיך געאײַלט אַהײם. און געאײַלט האָט ער זיך שטאַרק, װײַל ס'איז געװען פֿרײַטיק ערבֿ־שבת און ערבֿ־פּסח, דאָס הײסט יענס יאָר איז געפֿאַלן פּונקט שבת ערבֿ־פּסח.

ג

געקומען צום בוג איז פֿישל מיט אַ גױיִשער פֿור דאָנערשטיק פֿאַרנאַכט. דאָס הײסט, לױט זײַן חשבון נאָך, האָט ער באַדאַרפֿט קומען דינסטיק אין דער פֿרי, װאָרעם פֿון באַלטע איז ער אַרױסגעפֿאָרן זונטיק נאָכן מאַרק. דער רוח האָט אים געטראָגן, ער זאָל אַרױסגײן אױפֿן מאַרק נאָכפֿרעגן זיך אױף אַן איבערגעכאַפּטער פֿור! נעכײַ װאָלט ער בעסער געפֿאָרן מיט יענקל־שײגעץ (אַ באַלטער בעל־עגלה) אױף דער „רעשטאָװאַניע“, מחילה פֿון הינטן הײסט עס, מיטן פּנים צוריק, און די פֿיס זאָלן אים קליאַקנען, און ס'זאָל אים אַרױסנודיען די נשמה אַפֿילו, ― אַלץ װאָלט ער שױן ביז אַהער לאַנג געװען אין דער הײם און װאָלט פֿאַרגעסן פֿון דער גוטער נסיעה! האָט זיך אים אָבער געװאָלט אַ װאָלװעלע פֿור ― און דאָס איז דאָך אַן אַלטער כּלל, אַז װאָס װאָלװל קאָסט טײַער. יונה דער שיכּור, דער װאָס רײעט פֿורן אין באַלטע, האָט אים אָבער געזאָגט: „פֿאָלגט מיך, פֿעטער, גיט בעסער צװײ קאַרבױנים, װעט איר זיצן, װי אַ שׂררה, בײַ יענקלען אין דער עגלה פּאָריטש, פֿון הינטן אין בױד; געדענקט זשע, איר שפּילט זיך מיט פֿײַער, ס'איז ערבֿ יום־טובֿ! ', באַשערט אַן אומגליק, האָט אָבער דער שװאַרץ־יאָר אונטערגעטראָגן אַ באַקאַנטן ערל פֿון כאַשטשעװאַטע.

― ע, טשאָיעש, ראַבין! טשי נע פּאָײדעמאָ טשאַסאָם דאָ כאַשטשעװאַטעе, чоіеш , рабин! чи не пойдемо часом до хащевате: עי, הער נאָר, רבי, אפֿשר פֿאָרן מיר קײן כאַשטשעװאַטע?

― דאָברע, אַ סקילקאָ, למשל, קאָשטאָװאטעמעдобре, а скільки, коштуватиме: גוט, װיפֿל, למשל, װעט דאָס קאָסטן?

װיפֿל סע װעט קאָסטן ― דאָס האָט ער געפֿונען פֿאַר נײטיק צו פֿרעגן, און צי װעט ער אים ברענגען אױף פּסח אַהײם ― איז פֿישלען אױף די געדאַנקען נישט געקומען; װאָרעם מע זאָל אַפֿילו דאַכט זיך, גײן צופֿוס נאָכן װאָגן פֿון באַלטע ביז כאַשטשעװאַטע און מאַכן קלײנע טריט, װי בשעת מע שטײט־אױס שמונה־עשׂרה, קאָן מען אױך אין אַ װאָך צײַט אָנקומען אױף יום־טובֿ אַהײם.

אַרױסגעפֿאָרן פֿון שטאָט, האָט פֿישל שױן באַלד חרטה געקריגן אױף דער פֿור, כאָטש ס'איז געװען געראַם, אײנער אַלײן אױפֿן גאַנצן װאָגן, װי אַ גראַף. ער האָט אַרױסגעזען באַשײַנפּערלעך, אַז מיט אַזאַ שלעפּן זיך װי דעם ערלס פֿערדל שלעפּט זיך, װעט ער װײַט נישט אײַנפֿאָרן, װאָרעם ער איז געפֿאָרן און געפֿאָרן אַ גאַנצן טאָג, און איז נאָך געװען גאָר פֿון פֿאָרנט. און װיפֿל ער האָט נישט געמוטשעט דעם ערל, ער זאָל אים זאָגן, צי ס'איז נאָך עפּעס װײַט, האָט אים דער ערל נישט געענטפֿערט קײן האַלב װאָרט, אַ חוץ: „אַ כטאָ יאָהאָ זנאַа хто його зна: װער װײס דאָס? ערשט העט־העט, שױן אַרום פֿאַרנאַכט, האָט אים אָנגעיאָגט מיט אַ הוק און מיט אַ פֿײַף און מיט אַ קנאַק יענקל־שײגעץ מיט זײַנע פֿיר ברענענדיקע אָדלערס, באַהאַנגען מיט גלעקלעך, און מיט דער גרױסער בױך, אָנגעפּאַקט מיט פּאַרשױנען אינעװײניק, פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן אױף דער רעשטאָװאַניע. דערזען דעם מלמד זיצן בײַם ערל אין װאָגן, האָט יענקל־שײגעץ געגעבן אַ קנאַק מיט דער בײַטש אין דער לופֿטן און האָט אױסגעשאָלטן בײדן, דעם בעל־עגלה מיטן פּאַרשױן אױף אַלע זײַטן, אױסגעלאַכט זײ מיטן פֿערדל, װי יענקל־שײגעץ קאָן, און אַז ער איז אָפּגעפֿאָרן אַ ביסל װײַטער, האָט ער באַװיזן דעם ערל אױף אײנע פֿון זײערע רעדער.

― עי, טשעלאָװיטשע, דיװיס! אָן אַ טעבע קאָלעסעО человече, дивись! он у тебя за рулем: עי מענטשל, זע נאָר! אַ ראָד בײַ דיר דרײט זיך!

― טפּרררררו! ― האָט זיך דער ערל אָפּגעשטעלט, אַראָפּגעקראָכן אינאײנעם מיטן מלמד פֿון װאָגן, גענומען קוקן אױף די רעדער, אױף די פֿלעקלעך, אַרונטערגעקראָכן אונטערן װאָגן, געזוכט, און נישט געפֿונען גאָרנישט.

פֿאַרשטאַנען, אַז יענקל האָט אים געפֿירט אין באָד אַרײַן, האָט ער זיך אַ קראַץ געטאָן אין דער פּאָטיליצע פֿון הינטן, אונטערן קאָלנער, און האָט אָנגעהױבן שילטן יענקלען און אַלע ייִדן מיט אַזעלכע קללות, װאָס פֿישל האָט נאָך אױף זײַן לעבן אַזעלכעס נישט געהערט; דאָס קול איז געגאַנגען אַלע מאָל העכער, דער כּעס איז געװאָרן אַלע מאָל שטאַרקער:

― אַ, שאָב טובי דאָבראַ נע בולאָ! שאָב טי נע דאָזשדאַװ! שאָב טובי ליכאַ האָדינאַ! שאָב טי נע דאָײכאָװ! שאָב טי פּראָפּאַװ! טי! אי טװאָיאַ סקאָטינאַ! אי טװאָיאַ זשינקאַ! אי טװאָיאַ דאָטשקאַ! אי טיטקי! אי דיאַדקי! אי קומי! אי־אי־אי װסי װאַשי זשידי נעװירענע, נעכריסטי פּראָקלאַטעיע אַ, קײן גוטס זאָלסטו נישט האָבן! זאָלסט נישט דערלעבן! זאָל דיר זײן אַ שלעכט יאָר! זאָלסט נישט דערפֿאַרן! זאָלסט די כּפּרה װערן! דו, און דײַנע פֿערד, און דײן װײַב, און דײן טאָכטער, און דײַנע מומעס, און דײַנע פֿעטערס, און דײַנע מחותּנים און ― און ― און ― און אַלע אײַערע ייִדן די פֿאַרשאָלטענע!!!

עס האָט לאַנג געדױערט, ביז דער ערל האָט זיך געזעצט אױפֿן װאָגן און האָט זיך אַלץ נישט באַרויִקט, אַלץ נישט אױפֿגעהערט לײגן די תּוכחה אױף יענקל בעל־עגלה און אױף אַלע ייִדן, ביז מע איז געקומען מיט גאָטס הילף אין אַ דאָרף אױף נאַכט־לעגער.

אין דאָרף האָבן זײ אונטערגענעכטיקט, און אױף מאָרגן האָט זיך פֿישל געפֿעדערט כּאור־הבוקר, אָפּגעדאַװנט, אָפּגעזאָגט אַ פּאָרציע „חוק־לישׂראל“, אַ ביסל תּהילים, איבערגעביסן מיט אַ בײגל און איז פֿאַרטיק געװען צו פֿאָרן װײַטער. איז אָבער דער חסרון, װאָס כװעדאָר (אַזױ האָט מען גערופֿן דעם בעל־עגלה זײַנעם) איז נישט געװען פֿאַרטיק; כװעדאָר האָט זיך פֿאַרזעסן מיט זײַנעם אַ מחותּן (אַ „קוםкум: טױפֿפֿאָטער“), פֿאַרטרונקען און פֿאַרהוליעט זיך, און איבערגעשלאָפֿן דעם טאָג מיט אַ שטיק נאַכט, און ערשט דעמאָלט זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן.

― סטײַטש ― האָט אים פֿישל געזאָגט מוסר, שױן זיצנדיק אױפֿן װאָגן ― סטײַטש, כװעדאָר! טשאָרטבע טװאָיאַ מאַמע, היתּכן? יאַ טובי נאַימאַיעט בפֿירוש נאַ פּראַזנעך!… דע באָג? דע יושרסטײַטש, כװעדאָר! דער רוח דער מאַמע דײַנער, היתּכן? איך האָב דיך באַשטעלט בפֿירוש אױף יום־טובֿ! װוּ איז גאָט? װוּ איז יושר? און נאָך מוסר־װערטער האָט אים פֿישל אַרײַנגעזעצט, נישט אױפֿגעהערט אים צו זעגן און צו פֿײַלן אױף זײַן שפּראַך, װי װײַט ער קאָן, האַלב אױף גױיִש, האַלב אױף לשון־קודש, דאָס איבעריקע אים מסביר געװען מיט די הענט. כװעדאָר האָט, נישקשה, גוט פֿאַרשטאַנען װאָס פֿישל מײנט, נאָר געענטפֿערט האָט ער אים גאָרניט, קײן האַלב װאָרט אַפֿילו. מסתּמא האָט ער געפֿילט, אַז פֿישל איז גערעכט, האָט ער געשטומט, װי אַ קעצעלע, ביז ער האָט זיך אױפֿן פֿערטן טאָג באַגעגנט אױף יענער זײַט פּעטשאַני מיט יענקל־שײגעץ, װאָס איז געפֿאָרן שױן צוריק פֿון כאַשטשעװאַטע מיט אַ הוק און מיט אַ קנאַק און האָט אָנגעזאָגט אונדזער פֿישלען מיט זײַן בעל־עגלה אַ גוטע בשׂורה:

― איר מעגט זיך שױן איבערקערן צוריק קײן באַלטע ― דער בוג האָט זיך אָפּגעריסן!

בײַ פֿישלען האָט זיך אָפּגעריסן אין האַרצן פֿונעם װאָרט „אָפּגעריסן“. און כװעדאָר האָט גערעכנט, אַז יענקל מאַכט װידער אַ מאָל פֿון אים אַ בער, האָט ער איבערגעחזרט די קללות מיט די חרמות, אױסגעבטלט אַלע בײזע חלומות אױף יענקלס קאָפּ און אױף זײַנע הענט און פֿיס, און עס האָט זיך אים נישט צוגעמאַכט דאָס מױל, ביז ער איז דאָנערשטיק פֿאַרנאַכט געקומען צום בוג. צוגעפֿאָרן איז ער גלײַך צו פּראָקאָפּ באַראַניוק דעם פּאַראָמשטשיק, פֿרעגן, װען לאָזט ער דעם פּאַראָם, און דערװײַל האָבן בײדע ערלים, כװעדאָר און פּראָקאָפּ, גענומען צו ביסלעך בראָנפֿן, און פֿישל האָט זיך געשטעלט דאַװנען מנחה.

ד

די זון האָט געהאַלטן בײַ זעצן זיך און האָט באַגאָסן מיט אירע רױטע שטראַלן די הױכע בערג, װאָס פֿון בײדע זײַטן טײַך, ערטערװײַז נאָך באַדעקט מיט שנײ און ערטערװײַז שױן געגרינט, דורכגעשניטן מיט קלײנע ריטשקעלעך, װאָס האָבן זיך געשלענגלט באַרג־אַראָפּ און מיט אַ זשומען זיך אַרײַנגעגאָסן אין טײַך אַרײַן, באַגעגנט זיך מיט רינענדיקע װאַסערן פֿונעם נאָר־װאָס צעשפּאָלטענעם אײַז און פֿון דער גײענדיקער קריִע. װי אױף טעלער איז געלעגן גאַנץ כאַשטשעװאַטע מיטן שפּיץ קלױסטער, װאָס האָט פֿון דעם פֿאַרגײענדיקער זון אױסגעזען, װי אַן אָנגעצונדן ליכט. געשטעלט זיך שמונה־עשׂרה מיטן פּנים צו כאַשטשעװאַטע, האָט פֿישל פֿאַרשטעלט די אױגן, געטריבן פֿון זיך די מחשבֿות־זרות, װאָס זײַנען אים געקראָכן אין קאָפּ אַרײַן: בת־שבֿע מיט דער נײַער זײַדענער פֿאַטשײלע, פֿרױקע מיט דער גמרא, רײזל מיטן צעפּל און די הײסע באָד מיט דער אײבערשטער פּאָליצע, און פֿרישע מצה מיט גוטע געפֿעפֿערטע פֿיש, מיט האַרבן כרײן, װאָס פֿאַרגײט אין נאָז אַרײַן, מיט פּסחיקן באָרשט מיט מצה, װאָס איז טעם גן־עדן, מיט נאָך גוטע זאַכן, װאָס דעם מענטשנס יצר־הרע קאָן אױסטראַכטן… און װיפֿל פֿישל האָט זײ נישט געטריבן, די מחשבֿות זרות, זײַנען זײ אַלץ מער געקראָכן אין מוח אַרײַן, װי זומער־פֿליגן, נישט געלאָזט אים דאַװנען, װי סע געהער צו זײַן.

אױסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה און אױסגעשפּיגן צו „עלינו“, האָט זיך פֿישל אַװעקגעלאָזט צו פּראָקאָפּן און האָט זיך אַרײַנגעלאָזט מיט אים אין אַ שמועס מכּוח פּאַראָם און מכּוח ערבֿ־יום־טובֿ, געגעבן אים צו פֿאַרשטײן, האַלב אױף גױיִש, האַלב אױף לשון־קודש, און דאָס איבעריקע מסביר געװען אים מיט די הענט, װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ פּסח איז בײַ ייִדן און װאָס הײסט שבת ערבֿ־פּסח: אַז טאָמער, חלילה, פֿאָרט ער נישט אַריבער ביז מאָרגן אין דער צײַט דעם בוג, איז ער אַ פֿאַרפֿאַלענער; װאָרעם אַ חוץ, װאָס מע קוקט אױף אים אַרױס אין דער הײם, זײַן װײַב און קינדער (דערבײַ האָט פֿישל געטאָן אַ טיפֿן זיפֿץ, אַז עס האָט אױסגעריסן אַ שטיק האַרץ), װעט ער, חלילה, אַכט טאָג כּסדר נישט טאָרן נישט עסן, נישט טרינקען, כאָטש נעם װאַרף זיך אַרײַן אַ לעבעדיקער אין טײַך אַרײַן! (דאָ האָט זיך פֿישל אָפּגעקערעװעט אָן אַ זײַט, מע זאָל נישט זען, װי עס שטײען אים טרערן אין די אױגן).

פּראָקאָפּ באַראַניוק האָט פֿאַרשטאַנען, אין װאָס פֿאַר אַ לאַגע נעבעך פֿישל איז, און האָט אים דערױף געענטפֿערט, אַז ער װײס, אַז מאָרגן איז בײַ זײ אַ יום־טובֿ; ער װײס אַפֿילו, װי אַזױ דער יום־טובֿ הײסט בײַם נאָמען; ער װײס אַפֿילו, אַז מע טרינקט בײַ ייִדן װײַן און שטאַרקן בראָנפֿן, אַז סע קומט דער דאָזיקער יום־טובֿ; ער װײס אַפֿילו, אַז עס איז פֿאַראַן נאָך אַ יום־טובֿ בײַ ייִדן, װאָס מע דאַרף טרינקען בראָנפֿן, און ער הײסט „האַמאַנע אוכאַгамана ухо: המן־אױער“; ער װײס, אַז ס'איז פֿאַראַן נאָך אַ יום־טובֿ, װאָס אַלע ייִדן דאַרפֿן זײַן שיכּור, נאָר װי אַזױ מע רופֿט אים, דעם דאָזיקן יום־טובֿ, האָט ער שױן פֿאַרגעסן…

― דאָברע, האַרנעгарне: שײן! ― האָט אים פֿישל איבערגעשלאָגן אין מיטן די רײד מיט אַ װײנענדיקער שטימע. ― אַלע שאָ בודע איז נאַשע פּראַזנעקале шо буде із наше празник: אָבער װאָס װעט זײַן מיט אונדזער יום־טובֿ? טאָמער זאַװטראַзавтра: מאָרגן, חלילה, אַל תּפֿתח פּה לשׂטן, שאָב טאָי טשאַסшоб той час небула: די שעה זאָל נישט זײַן?

דערױף האָט אים פּראָקאָפּ גאָרנישט געענטפֿערט. ער האָט אים נאָר אָנגעװיזן מיט דער האַנט אױפֿן טײַך, װי אײנער רעדט: „נאַ, זע, װאָס עס טוט זיך!“

און פֿישל האָט אױפֿגעהױבן די אױגן אױפֿן טײַך און האָט דערזען דאָס, װאָס זײַנע אױגן האָבן נאָך קײנמאָל אױף זײַן לעבן נישט געזען, און ער האָט דערהערט דאָס, װאָס זײַנע אױערן האָבן נאָך קײנמאָל אױף זײַן לעבן נישט געהערט. װאָרעם כּמעט קאָן מען זאָגן, אַז פֿישל דער מלמד האָט נאָך קײנמאָל נישט געזען דעם אמתן „אינדרױסן“, און אַז ער האָט אים געזען, האָט ער אים געזען נאָר בדרך־הלוכו, דורכלױפֿנדיק פֿאַרבײַ פֿון חדר אין בית־המדרש און פֿון בית־המדרש אין חדר אַרײַן. דער שײנער בלױער בוג צװישן די צװײ גרױסאַרטיקע בערג, דאָס זשומען פֿון די שלענגלדיקע ריטשקעלעך, װאָס קאַטשען זיך אַראָפּ פֿון באַרג, דאָס רױשן פֿון דער גײענדיקער קריִע, דאָס באַלײַכטן פֿון דער פֿײַעריקער פֿאַרגײענדיקער זון, דער ברענענדיקער קלױסטער, דער פֿרישער געזונטער ריח פֿונעם ערבֿ־פּסחדיקן אינדרױסן, און ועל־כּולם דאָס זײַן אַזױ נאָענט צו דער הײם און נישט קאָנען גרײכן, ― די אַלע זאַכן אינאײנעם האָבן אונטערגעכאַפּט אונדזער פֿישלען, װי אױף פֿליגלען, און האָבן אים אַװעקגעטראָגן אין אַ נײַער װעלט אַרײַן, אין אַן „עולם־הדמיון“, און עס האָט זיך אים פֿאָרגעשטעלט, אַז אַריבער דעם בוג איז אַזױ גרינג, װי אַ שמעק טאַבאַק, אַבי דער אײבערשטער װיל נאָר טאָן אַ שטיקל נס, מצליח זײַן…

אַזעלכע און כּדומה אַזעלכע מחשבֿות האָבן געװידמעט זיך אױף און אָפּ בײַ פֿישלען אין קאָפּ, אים געטראָגן אין דער לופֿטן און פֿאַרטראָגן אים אַזױ װײַט פֿונעם ברעג טײַך, אַז ער האָט זיך גאָרנישט אַרומגעקוקט, אַז ס'איז שטאָק־נאַכט, און דער הימל האָט זיך אױסגעשטערנט, און אַ קיל װינטל האָט זיך פֿאַרגנבֿעט צו אים אונטער דער קאַפּאָטע און פֿון דאָרט ביזן טלית־קטן, ― און פֿישל האָט זיך פֿאַרטראַכט אין אַזעלכע זאַכן, װאָס האָבן זיך אים נאָך קײנמאָל נישט געחלומט: אין הויות־העולם, אין הימל־זאַכן, אין דער גרױסקײט פֿון דער שײנער װעלט, אינעם בורא שמים ואָרץ, וכדומה…

ה

אַ שװערע נאַכט האָט פֿישל דער מלמד איבערגעלעבט בײַ פּראָקאָפּ דעם פּאַראָמשטשיק אין שטיבל ― אַזאַ נאַכט זאָל זיך שױן נישט אומקערן! און ס'איז געקומען דער פֿרימאָרגן מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכל פֿון דער ליכטיקער פֿרײלעכער זון. אַ שײנער, אַ זעלטענער טאָג האָט זיך געשטעלט, מיט אַ זיסער װאַרעמקײט, װאָס דורך דעם איז פֿונעם איבעריקן ביסל שנײ געװאָרן קאַשע, און פֿון דער קאַשע ― װאַסער, און דאָס װאַסער האָט זיך פֿון אַלע זײַטן אַרײַנגעגאָסן אין בוג אַרײַן, און דער בוג איז געװאָרן לױטער, העל־בלױ, הױך און משופּעדיק, און נאָר זעלטן האָט מען באַגעגנט יענע גרױסע שטיקער אײַז, װאָס זעען אױס, װי לעבעדיקע מוראדיקע חיות, װײַסע העלפֿאַנטן, װאָס יאָגן, לױפֿן, אײַלן זיך, האָבן מורא, זײ זאָלן נישט פֿאַרשפּעטיקן. פֿישל דער מלמד האָט אָפּגעדאַװנט, פֿאַרביסן מיטן לעצטן ביסל חמץ, װאָס האָט זיך געפֿונען בײַ אים אין טלית־זאַק, און איז אַרױסגעגאַנגען צום טײַך אַ קוק טאָן, װאָס הערט זיך מיטן פּאַראָם, ― און װי ניבֿהל־ונשתּומם איז ער געװאָרן, אַז ער האָט דערהערט פֿון פּראָקאָפּן, אַז דעם פּאַראָם װעט מען קאָנען לאָזן גײן ערשט הלװאַי זונטיק נאָך האַלבן טאָג! פֿישל האָט זיך אָנגעכאַפּט מיט בײדע הענט בײַם קאָפּ, געמאַכט מיט אַלע אבֿרים, געבײזערט זיך אױף פּראָקאָפּן און געזידלט אים אױף זײַן לשון, האַלב אױף גױיִש, האַלב אױף לשון־קודש, דאָס איבעריקע מיט די הענט: למאַי האָט ער אים נעכטן געגעבן האָפֿענונג, אַז מע װעט הײַנט קאָנען אַריבער דעם טײַך מיטן פּאַראָם? דערױף האָט אים פּראָקאָפּ גאַנץ קאַלטבלוטיק געענטפֿערט, אַז ער האָט אים נישט אָנגעהױבן צוזאָגן איבערפֿירן מיטן פּאַראָם; ער האָט אים נאָר צוגעזאָגט אַריבערפֿירן, און אַריבערפֿירן קאָן ער אים, אױב ער װיל, מיט אַ שיפֿל, אױף אַ לאָדקע, אױף אַ מולטער, און קאָסטן װעט דאָס אים נישט װײניקער װי אַ פּאָלטינעקполтинник (אַ חצי רו″כּ).

― נעכאַי בודעнехай буде: לאָז זײַן לאָדקע, נעכאַי בודע מולטער, אַבי נע פּראַזנעקאָװאַטעне празнековате: נישט יום־טובֿ האַלטן, חלילה, נאַ דװירна двір: אין דרױסן!

אַזױ האָט אים פֿישל געזאָגט און איז גרײט געװען אין דער מינוט באַצאָלן אים צװײ קאַרבױנים, אָדער גאָר זיך לאָזן איבערשװימען דעם טײַך, זיך מוסר־נפֿש זײַן צוליב דעם הײליקן יום־טובֿ. און ער האָט גענומען אונטערטרײַבן פּראָקאָפּן, ער זאָל שױן גיכער נעמען די לאָדקע אָדער דעם מולטער און אַריבערפֿירן אים שױן אױף יענער זײַט בוג קײן כאַשטשעװאַטע, װוּ בת־שבֿע, פֿרױקע און רײזל קוקן שױן אַרױס אױף אים. סע קאָן זײַן, אַז זײ שטײען אױף יענער זײַט בוג, דאָרט אױף יענעם באַרג, און זעען אים, װינקען צו אים, מאַכן צו אים מיט די הענט, רופֿן צו אים, נאָר מע זעט זײ נישט און מע הערט נישט זײער קול, װײַל דער טײַך איז ברײט, מוראדיק ברײט, ברײטער װי תּמיד!

די זון האָט שױן געהאַלטן העכער האַלב װעג אין טיפֿן, לױטערן, בלױען הימל, בשעת פּראָקאָפּ האָט געהײסן פֿישלען, ער זאָל שפּרינגען אין מולטער אַרײַן. און אַז פֿישל האָט דערהערט די דאָזיקע װערטער, האָט ער מיט אַ מאָל אָפּגעלאָזט הענט און פֿיס און האָט נישט געװוּסט, װאָס ער זאָל טאָן. זינט ער לעבט איז ער נאָך נישט געפֿאָרן אױף קײן מולטער; זינט ער לעבט האָט ער זיך נאָך נישט געשיפֿט אין אַ שיפֿל. און עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט: אָט־אָט טוט זיך עס אַ בײג אין אַ זײַט ― איז מען דאָך אַ קדוש!

― שפּרינג אין מולטער אַרײַן, װעלן מיר שװימען! ― האָט אים פּראָקאָפּ נאָך אַ מאָל געזאָגט און מיט אײן מאַך מיט דער האַנט איז ער צוגעשװוּמען צום ברעג נאָך נעענטער און צוגענומען בײַ פֿישלען דאָס פּעקל פֿון די הענט.

פֿישל דער מלמד האָט גאַנץ פֿײַן פֿאַרקאַטשעט די פּאָלעס, אָנגעהױבן דרײען זיך אױף אײן אָרט, זיך געייִשובֿט, צי זאָל ער שפּרינגען, צי זאָל ער נישט שפּרינגען? פֿון אײן זײַט שבת ערבֿ־פּסח, בת־שבֿע, פֿרױקע, רײזל, מרחץ, סדר, מלך… פֿון דער אַנדערער זײַט ― סכּנת־נפֿשות, מלאך־המװת, „המאבד עצמו לדעת“ ― זיך אַלײן גענומען דאָס לעבן; װאָרעם טאָמער, חלילה, אײן בײג ― איז דאָך עליו־השלום, אױס פֿישל! פֿישל האָט זיך מיט די פֿאַרקאַטשעטע פּאָלעס אַזױ לאַנג אַרומגעדרײט אױף אײן אָרט, ביז פּראָקאָפּ האָט זיך צעשריגן אױף אים, געזאָגט, אַז אָט טוט ער אַ שפּײַ און פֿאָרט אַלײן אַריבער אױף יענער זײַט קײן כאַשטשעװאַטע. דערהערט דאָס ליבע װאָרט „כאַש־טשע־װאַ־טע“, דערמאָנט זיך פֿישל אָן זײַנע אײגענע און געטרײַע, נעמט זיך אָן מיט אַלע כּוחות און פֿאַלט אַרײַן אין מולטער אַרײַן. איך זאָג „ער פֿאַלט־אַרײַן“, װײַל פֿונעם ערשטן שטעל מיטן פֿוס טוט זיך דאָס שיפֿל אַ בײג אױף אײן זײַט, מײנט ער, אַז ער פֿאַלט, טוט ער זיך אַ כאַפּ צוריק, און פֿון דעם כאַפּ צוריק טוט ער אַ פֿאַל מיטן פּנים אַראָפּ, ציט זיך אױס אױפֿן דנאָ, און סע געדױערט עטלעכע מינוט, ביז ער קומט צו זיך, און דאָס פּנים איז אים טױט, הענט און פֿיס ציטערן, און דאָס האַרץ ― װי אַ זײגערל: טיק־טיק־טאַק! טיק־טיק־טאַק!

ו

װי בײַ זיך אין דער הײם אױפֿן בענקל, זיצט פּראָקאָפּ אױפֿן שפּיץ מולטער, אַ מאַך מיט דער װעסלע פֿון אײן זײַט, אַ מאַך מיט דער װעסלע פֿון דער אַנדערער זײַט ― דאָס שיפֿל גליטשט זיך איבערן שפּיגלדיקן װאַסער, און בײַ פֿישלען דרײט זיך דער קאָפּ, קױם װאָס ער זיצט. ער זיצט? נײן, ער הענגט, ער הענגט אין דער לופֿטן; אָט־אָט טוט ער זיך אַ שלעכטן ריר, אָט־אָט רײַסט ער זיך אָפּ, אײן בײג אױף אַ זײַט ― און פּליוך אין װאַסער אַרײַן, אױס פֿישל!… און בײַ דעם געדאַנק קומט אים אױפֿן זינען דער פּסוק פֿון דער שירה: „צללו כּעופֿרת במים אַדירים“ ― פֿאַרזונקען װי בלײַ אין די שטאַרקסטע װאַסערן. און עס שטעלן זיך אים די האָר קאַפּױר פֿון אַזאַ מין טױט: סטײַטש, נישט קומען אַפֿילו צו קבֿר ישׂראל! און ער איז מנדר… װאָס זאָל ער מנדר זײַן? צדקה? האָט ער נישט װאָס; ער איז נעבעך אַ גרױסער, גרױסער אָרעמאַן! איז ער מנדר, אַז בײַם גאָט װעט אים ברענגען בשלום אַהײם, װעט ער זיצן גאַנצע נעכט און

לערנען, און װעט דורכגײן דורכן יאָר גאַנץ ש“ס, אם ירצה השם, מיט גאָטס הילף…

פֿישל װאָלט אַ בעלן זײַן װיסן, צי ס'איז נאָך װײַט ביז צו יענעם ברעג. און װי אױף צו להכעיס, האָט ער זיך געזעצט מיטן פּנים צו פּראָקאָפּן און מיטן הינטן צו כאַשטשעװאַטע. פֿרעגן פּראָקאָפּן ― האָט ער מורא אַרױסלאָזן אַ װאָרט פֿונעם מױל; עס װײַזט זיך אים אױס, אַז פֿונעם קול אַלײן װעט זיך דאָס שיפֿל געבן אַ הױדע, און לאָז זיך דאָס שיפֿל געבן אַ הױדע ― איז אױס פֿישל! נאָר פּראָקאָפּ אַלײן עפֿנט דאָס מױל און הײבט אָן רײדן. ער זאָגט, אַז ס'איז נישטאָ קײן ערגערע נסיעה אױפֿן װאַסער, װי בשעת קריִע גײט נאָך; מע קאָן, זאָגט ער, נישט פֿאָרן גלײַך, מע מוז זיך קליגן, דרײען זיך אַרום און אַרום, אומקערן זיך אַלע מאָל צוריק.

― אָט גײט אַ שטיק אײַז גלײַך אױף אונדז.

אַזױ זאָגט פּראָקאָפּ און טוט זיך אַ נעם צוריק און לאָזט דורך פֿאַרבײַ אַ גאַנצע מאַכינע, װאָס שװימט דורך פֿאַרבײַ מיט אַ משונה מאָדנע הילך, װאָס פֿישל האָט נאָך אַזעלכעס קײנמאָל נישט געזען און נישט געהערט, און ער הײבט ערשט אָן פֿאַרשטײן, װי װײַט די דאָזיקע נסיעה איז אַ משונהדיקע זאַך! ער װאָלט אַװעקגעגעבן מי־יודע װאָס, אַבי ער זאָל שױן גיכער קומען צום ברעג, אָדער אומקערן זיך צוריק.

― אָ! דו זעסט? ― מאַכט צו אים פּראָקאָפּ און װײַזט אים אָן אַהין, אַרױף.

פֿישל הײבט אױף די אױגן פּאַװאָלינקע, האָט מורא זיך אַ שטאַרקן ריר טאָן, קוקט, קוקט ― און זעט נישט גאָרנישט; ער זעט נאָר װאַסער, װאַסער און װאַסער.

― דאָס גײט אױף אונדז אַ גרױסע קריִע. מע דאַרף איבערלױפֿן גיך, װאָרעם צוריקנעמען זיך איז שױן שפּעט.

אַזױ זאָגט פּראָקאָפּ און אַרבעט מיט בײדע הענט גאַנץ געשמאַק, און דאָס שיפֿל גליטשט זיך, שװעבט, װי אַ פֿיש אין װאַסער, און פֿישל פֿילט, אַז עס װערט אים קאַלט אין אַלע אבֿרים. ער װיל עפּעס אַ פֿרעג טאָן, נאָר ער האָט מורא אײַנשטעלן זיך. פּראָקאָפּ רעדט אָבער אַלײן:

― אױב מיר װעלן נישט פֿאַרכאַפּן פֿריִער מיט אַ מינוטקעלע, איז שלעכט.

דאָ קאָן זיך פֿישל נישט אײַנהאַלטן און פֿרעגט אים איבער:

― דהײַנו, װאָס הײסט שלעכט?

― שלעכט הײסט, אַז מיר זײַנען פֿאַרפֿאַלן, ― זאָגט פּראָקאָפּ.

― פֿאַרפֿאַלן?

― פֿאַרפֿאַלן!

― דהײַנו, װאָס הײסט פֿאַרפֿאַלן? ― פֿרעגט אים איבער נאָך אַמאָל פֿישל.

― פֿאַרפֿאַלן הײסט ― עס װעט אונדז פֿאַררײַבן.

― פֿאַררײַבן?

― פֿאַררײַבן!

פֿישל פֿאַרשטײט נישט רעכט, װאָס באַדײַטן די װערטער „פֿאַרפֿאַלן“, „פֿאַררײַבן“; נאָר פֿילן פֿילט ער, אַז עס שמעקט מיט „מעבֿר־יבֿוק“, מיט „יענער װעלט“ ― און אַ קאַלטער שװײס טרעט אים אַרױס אױפֿן לײַב, און דער פּסוק פֿון דער שירה קומט אים נאָך אַ מאָל אַרױף אױפֿן זכּרון: „צללו כּעופֿרת במים אַדירים“ ― פֿאַרזונקען װי אַ בלײַ אין די שטאַרקסטע װאַסערן…

און בכדי צו באַרויִקן אונדזער פֿישלען, דערצײלט אים פּראָקאָפּ אַ שײנע מעשׂה פֿון פֿאַר אַ יאָרן אין דער צײַט: דער בוג האָט זיך אָפּגעריסן, און דעם פּאַראָם האָט מען נישט געקאָנט לאָזן. האָט זיך אים געטראָפֿן אַ פּאַרשױן, אַן אַקציזנע טשינאָװניק פֿון אומאַן, אַ װױלער פּאַרשױן, צוגעזאָגט באַצאָלן אַ גאַנצן „קאַרבאָװאַנעץ“. האָבן זײ געהאַט אַ בײז באַגעגעניש מיט צװײ מוראדיקע שטיקער אײַז. האָט ער זיך גענומען רעכטס, אַרײַן צװישן בײדע קריִעס אין מיטן, געװאָלט דורכשנײַדן אַרױף, האָט ער זיך אומגערן אַ בוצקע געטאָן מיטן שיפֿל און ― באַץ אין װאַסער אַרײַן! אַ גליק, װאָס ער קאָן שװימען. נאָר דער אומאַנער טשינאָװניק איז קאַפּוט געגאַנגען, און פֿאַרפֿאַלן דאָס קערבל.

― פּראָפּאַװ קאַרבאָװאַנעץ! ― אַזױ האָט פּראָקאָפּ אױסגעלאָזט זײַן שײנע מעשׂה מיט אַ זיפֿץ, און בײַ פֿישלען איז דורכגעגאַנגען אַ פֿראָסט איבערן לײַב און ס'איז אים טרוקן געװאָרן אין מױל: נישט געקאָנט אױסרײדן קײן װאָרט, אַרױסלאָזן קײן קול, קײן פּיפּס פֿונעם מױל.

ז

סאַמע אין מיטן טײַך, סאַמע אין רעכטן שװימען, האָט זיך פּראָקאָפּ אָפּגעשטעלט, געקוקט ― געקוקט אַרױף װאַסער; נאָכדעם האָט ער אַװעקגעלײגט די װעסלע, אַרױסגענומען פֿון דער טיפֿער קעשענע אַ פֿלעשל, איבערגעקערט דאָס פֿלעשל און געגעבן אַ צװײ־דרײַ זופּן און צוריק פֿאַרשטעקט דאָס, און אַרײַן אין קעשענע, און פֿאַרביסן מיט עטלעכע גאַנצע פֿעפֿערלעך, און פֿאַרענטפֿערט זיך פֿאַר פֿישלען, אַז ער מוז, ער מוז געבן כאָטש אַ צװײ זופּ פֿונעם „ביטערן טראָפּן“, אַנדערש פֿילט ער זיך נישט גוט אױפֿן װאַסער… און ער האָט זיך אױסגעװישט דאָס מױל און גענומען די װעסלע אין האַנט, נאָך אַ מאָל אַ קוק געטאָן אַרױף װאַסער און אַ זאָג געטאָן:

― אַ טעפּער טרעבאַ טיקאַטיа теперь треба тікати: אַצינד באַדאַרף מען אַנטלױפֿן[!

― װוּהין אַנטלױפֿן? פֿאַר װעמען אַנטלױפֿן? ― דאָס האָט פֿישל נישט פֿאַרשטאַנען און מורא געהאַט פֿרעגן; נאָר געפֿילט האָט ער, אַז דאָ שמעקט מיט מלאך־המות, װאָרעם פּראָקאָפּ האָט זיך געשטעלט אױף די קני, גענומען אַרבעטן מיט דער װעסלע אױף אַלע כּלים און אַ זאָג געטאָן צו פֿישלען און באַװיזן מיט דער האַנט אױפֿן דנאָ:

― ראַבין! ליאַהאַי נאַ ספּיד [рабин! лягай на спід: רבי לײג זיך אַראָפּ!

און פֿישל האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז מע הײסט אים זיך לײגן, האָט ער זיך נישט געלאָזט לאַנג בעטן. ער האָט דערזען פֿון דער װײַטן, װי אַ גאַנצע כמאַרע רוקט זיך אָן אױף זײ, סע גײט אַ װעלט מיט אײַז, האָט ער צוגעמאַכט די אױגן, איז צוגעפֿאַלן מיטן פּנים צום דנאָ פֿון דעם שיף און געציטערט, װי אַ לעמעלע, און אױסגעשריגן שטילערהײט אױף אַ קול: „שמע־ישׂראל!“, אָפּגעזאָגט דעם קורצן װידוי, געטראַכט פֿון „קבֿר ישׂראל“ און פֿאָרגעשטעלט זיך, אַז אָט־אָט ליגט ער אױפֿן אָפּגרונט פֿון די װאַסערן, אָט־אָט לױפֿט־צו אַ פֿיש און שלינגט אים אײַן, װי דעם נבֿיא יונה, בשעת ער איז אַנטלאָפֿן קײן תּרשיש. און ער דערמאָנט זיך אָן דער תּפֿילה פֿון דעם נבֿיא יונה, און ער זינגט שטילערהײט און װײנט. װײנט מיט טרערן: „אַפֿפֿוני מים עד נפֿש ― מיך האָבן אַרומגערינגלט די װאַסערן ביז דער נשמה, תּהום יסובֿבֿני ― דער אָפּגרונט טוט מיך אַרומרינגלען! ''…

אַזױ זינגט פֿישל דער מלמד שטילערהײט און װײנט, גיסט מיט טרערן, האָט רחמנות אױף בת־שבֿען, נעבעך אַן אַלמנה, און די קינדער יתומים. און פּראָקאָפּ אַרבעט אױף אַלע כּלים און זינגט בשעת־מעשׂה זײַנס אַ לידל:

אָי, װי האַלקיой, ви галки: אױ דיר האַלקעס!
אָי, װי טשאָרנאָקרילע!ой, ви чорнокриле: אױ איר שװאַרצפֿליגלדיקע!
טשאָרנאָ־קרי־אי־אי־אי־לע!…

און פּראָקאָפּ פֿילט זיך דאָ אױפֿן װאַסער, װי אױף דער יבשה, װי בײַ זיך אין דער הײם. און פֿישלס „אַפֿפֿוני“ מיט פּראָקאָפּס „האַלקעס“, און פֿישלס „יסובֿבֿני“ מיט פּראָקאָפּס „טשאָרנאָקרילע“ גיסן זיך צונױף אינאײנעם, און עס לאָזט זיך הערן אױפֿן בוג אַ מאָדנע געזאַנג, אַ מין דועט, װאָס איז נאָך דאָרט קײנמאָל אַזעלכעס נישט געהערט געװאָרן; עס קאָן זײַן, זינט דער טײַך הײסט „בוג“, האָט ער נאָך אַזאַ מין דועט נישט געהערט…

„װאָס האָט ער אַזױ מורא פֿאַרן טױט, דער דאָזיקער ייִד? “ ― אַזױ טראַכט זיך פּראָקאָפּ באַראַניוק, נאָכדעם אַז ער האָט אױסגעפֿעלט די גרױסע שטיק קריִע, אַרױסגעצױגן נאָך אַ מאָל דאָס פֿלעשל פֿונעם אָפּגרונט פֿון זײַן טיפֿער קעשענע, געטאָן אַ צװײ־דרײַ זופּ און פֿאַרביסן מיט עטלעכע גאַנצע שװאַרצע פֿעפֿערלעך. ― „דאַכט זיך, אַזאַ קלײן ייִדל, אַן אָרעמס, אַן אָפּגעריסנס, װאָס איך װאָלט פֿאַר אים נישט אַװעקגעגעבן אָט דאָס שטיקל מולטער, ― און ציטערט אַזױ פֿאַרן טױט! ''…

און פּראָקאָפּ טוט אים אַ טורקע מיטן שטיװל אין זײַט אַרײַן, און פֿישל טוט אַ ציטער. אױף פּראָקאָפּן פֿאַלט־אָן אַ געלעכטער, נאָר פֿישל הערט נישט. פֿישל טוט תּפֿילה, פֿישל זאָגט װידוי, זאָגט קדיש נאָך זײַן אײגענער נשמה און טראַכט מכּוח „קבֿר־ישׂראל“…

― װסטאַװאַי, דורנעי ראַבין, װזשע פּריעכאַלי! װזשע מי או כאַשטשעװאטעвставай дурні рабин, вже приїхали! вже ми у хащувате: שטײ אױף, דו נאַרישער רבי, שױן אין כאַשטשעװאַטע!

אַזױ רופֿט זיך אָן פּראָקאָפּ באַראַניוק צו זײַן פּאַרשױן, צו פֿישל דעם מלמד, װעקט אים אױף, װי פֿונעם שלאָף. און פֿישל הײבט־אױף דעם קאָפּ פּאַװאָלינקע, פּאַמעלעך, קוקט זיך אַרום מיט די רױטע פֿאַרװײנטע אױגן אױף אַלע זײַטן:

― כאַ־שטשע־װאַ־טע???…

― כאַשטשעװאַטע! דאַװאַי, ראַבין, פּיװקאַרבאָװאַנצאַдавай, рабин, півкарбованця: גיב, רבי, אַ האַלב קערבל!

און פֿישל קריכט־אַרױס פֿונעם מולטער און דערזעט, אַז ער איז שױן אין דער הײם. װײס ער נישט, װאָס ער זאָל טאָן: צי זאָל ער לױפֿן אין שטאָט אַרײַן? צי זאָל ער גײן טאַנצן? צי זאָל ער פֿריִער דאַנקען און לױבן גאָט, װאָס ער האָט אים מציל געװען פֿון אַזאַ סכּנה? ער באַצאָלט דעם ערל דאָס האַלבע קערבל, כאַפּט דאָס פּעקל אונטער דער האַנט און לאָזט זיך לױפֿן װאָס גיכער אַהײם, נאָר ער בלײַבט שטײן אױף אַ רגע, דרײט זיך אױס מיטן פּנים צום פּאַראָמשטשיק.

― סלוכאַי נאָ, פּראָקאָפּע סערצע. טי פּריכאָדעטслухай но, прокопе серце, ти пріходет: הער נאָר, פּראָקאָפּ, האַרצעניו, אם־ירצה־השם, זאַװטראַ נאַ טשאַרקו פּײסאַכאָװקע אי פּראַזנעקאָװאַ ריבאַ דאָзавтра на чарку пейсаховке і празнекова риба до: מאָרגן אױף אַ גלעזל פּסחדיקן בראָנפֿן מיט יום־טובֿדיקע פֿיש צו פֿישל ספּעקטאָר. טשױעשхоешь: דו װילסט? למען־השם!

― אַ יאַק זשע? כיבאַזש יאַ טאַקײ דורנעי? ― ענטפֿערט אים פּראָקאָפּ באַראַניוק און באַלעקט זיך שױן באַצײַטנס פֿונעם פּסחדיקן בראָנפֿן, װאָס ער װעט מאָרגן פֿאַרזוכן, און פֿון די יום־טובֿדיקע פֿיש, װאָס ער װעט פֿאַרבײַסן. ― פּײסאַכאָװאַ האָרילקאַ? זשידיװסקאַ ריבאַ? דאָברע, ראַבין, דאָברע!пейсахова горилка? жидивска рыба! добре, рабин, добре: פּסחדיקן באָרנפֿן? ייִדישע פֿיש? גוט, רבי, גוט!

פֿישל דער מלמד, אַז ער איז געקומען אַהײם, האָט אים בת־שבֿע, רױט װי פֿײַער, מיט אַן אָנגערוקט טיכל, אַ פֿרעג געטאָן: „װאָס פֿרעגט: „װאָס עפּעס אַזױ שפּעט?“ האָט ער איר געענטפֿערט: „באַדאַרף בענטשן גומל, אַ נס־מן־השמים“… און נישט מער אַ װאָרט, נישט געװאָלט דערצײלן גאָרנישט פֿון דער שײנער נסיעה, נישט געװען קײן צײַט; ער האָט אַפֿילו קײן צײַט נישט געהאַט פֿאַרהערן פֿרױקען, װוּ ער האַלט אין דער גמרא, און אָפּגעבן רײזלען די מתּנה און בת־שבֿען די זײַדענע פֿאַטשײלע. דאָס אַלצדינג איז אָפּגעלײגט געװאָרן אױף שפּעטער. פֿישל האָט געװאָלט נאָך פֿאַרכאַפּן אַ באָד. קױם־קױם פֿאַרכאַפּט! און אַז ער איז געקומען פֿון מרחץ, האָט ער אױך נישט דערצײלט גאָרנישט. ער האָט דאָס אָפּגעלײגט אױף שפּעטער, אױף נאָכן סדר. ער האָט נאָר געזאָגט אַלע מאָל: „אַ נס־מן־השמים… בענטשן גומל… דער אײבערשטער פֿירט מיט אַ מענטשן… אַ נס־מן־השמים… געלױבט איז השם־יתברך“…

און ער האָט גענומען מיט זיך פֿרױקען און איז אַװעק אױף גיך אין שול אַרײַן.

געשריבן אין יאָר 1903
כּל־נדרי
(פֿאַרלאָרענע נשמות)

א

די נאַכט פֿון כּל־נדרי איז דער „פּאַרנאַסΠαρνασσός: נאָמען פֿון אַ נאַכטלאָקאַל“ געװען שײן באַלײַכטעט מיט אַלערלײ־פֿאַרביקע לאָמפּן און לעמפּלעך, דעקאָרירט און צוגעקליבן אױפֿן שענסטן אופֿן. די מוזיק האָט געשפּילט, די אָפֿענע סצענע איז געװען גרײט צו באַװײַזן דער װעלט אַלע אירע אַנטיקלעך, חידושים־ונפֿלאָות ― משונה־מאָדנע גרינגע דינע גאַז־קאָלירנדיקע קלײדלעך, אַ סך בריליאַנטן, משוגענע טואַלעטן, נאַקעטע לײַבער און פֿיס, פֿיס אָן אַ שיעור!…

― װאָס איז דאָס? ― פֿרעגט דער פֿרומער לעזער. ― משוגע, צי חסר־דעה? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ הפֿקרות געװאָרן? עשׂרת ימי־תּשובֿה אין אַ קאַפֿע־שאַנטאַןcafé-chantant: קאַבאַרעט! ערבֿ יום־כּיפּור ― מוזיק מיט קלײדלעך מיט נאַקעטע לײַבער!…

איך װײס, ליבער פֿרײַנט, גלײבט מיר, איך װײס, אַז ס'איז ערבֿ יום־כּיפּור; איך װײס, אַז אין דעם אָרט, װוּהין מיר גײען אַצינד, איז נישט אַזױ כּדאַי אַרײַנצוטרעטן אין די טעג, װאָס מע רופֿט זײ „ימים־נוראָים“, און די פּאַרשױנען, װאָס מיר װעלן זיך דאָרט מיט זײ באַגעגענען, געהערן זיך אָן װינציק־װאָס מיטן כּל־נדרי און מיטן הײליקן טאָג יום־כּיפּור, װאָס ער הײסט בײַ אונדז „שבת־שבתון“, דער שבת פֿון אַלע שבתים. נאָר פֿון װאַנען װײסן מיר, אפֿשר געפֿינען זיך אױך דאָ, אינעם דאָזיקן זינדיקן אָרט, זינדיקע ייִדישע נשמות, און צװישן זײ אױך פֿאַרגעסענע, פֿאַרװאָגלטע, פֿאַרװאָרפֿענע, אומגליקלעכע נפֿשות נעבעך, װאָס קומען־אָפּ אױף דער װעלט מער פֿאַר פֿרעמדע זינד, װי פֿאַר אײגענע? פֿון װאַנען װײסן מיר, װער ס'איז מער שולדיק אינעם נידעריק־פֿאַלן פֿון די