פֿון כּתרילעװקע: אַפֿיקומן

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַפֿיקומן

אַ ראָמאַן אין פֿיר טײלן, מיט אַ פּראָלאָג און מיט אַן עפּילאָג, געשריבן לכּבֿוד פּסח

פּראָלאָג

אָ, אַפֿיקומן. אָ, דו אַרױסגעגנבֿעטע האַלבע מצה פּסח צום סדר פֿון אונטערן טאַטנס קישן! דער אַלטער שײנער מינהג פֿון פֿאַרצײַטן ! װיפֿל מאָל האָסטו געמאַכט יונגע הערצלעך קלאַפּנדיק, קלײנע הענטלעך ציטערנדיק און גרױסע ערנסטע מענטשן לאַכנדיק! װער װאָלט זיך עס ריכטן, אַ שטײגער, אַז אַזאַ קאַטאָװעסדיקער מינהג, װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן, דאַכט זיך, נאָך אױף לצנות, זאָל פֿירן צו גאַנץ ערנסטע רעזולטאַטן? װער װאָלט זיך עס ריכטן, אַ שטײגער, אַז אַן אַרױסגעגנבֿעט שטיקל אַפֿיקומן זאָל אַרױסראַטעװען אַ יונג פּאָרל, װעמענס הערצער זײַנען געװען מסוכּן אָנגעגריפֿן דורך דער ערשטער הײליקער ליבע, פֿון אַ גרױסן אומגליק?… אַזאַ גליקלעכער צופֿאַל פֿאַרדינט באמת, מע זאָל אים װידמענען אַ ראָמאַן אין פֿיר טײלן מיטן גרעסטן כּבֿוד, איבערלאָזנדיק יעדן אײנציקן, ער זאָל זיך דערפֿון אָפּלערנען דעם מוסר, װאָס ער װיל און װאָס אים דאַכט זיך אױס, אַז דאָס מײנט מען…

ערשטער טײל

רב יאָסעלע װינאָקור, דער גוראַלניק פֿון זשידיװסקעжидивске: ייִדישער גרעבליע, האָט געהײסן אײַנשפּאַנען די שפּאַקעס, האָט זיך אױפֿגעזעצט אױף דער געלער נאַטעטשאַנקע און האָט אַ זאָג געגעבן צום קוטשער:

― װאַינקאַ, פּאַשאָל!

װאַינקאַ האָט שױן נישט באַדאַרפֿט און נישט געטאָרט איבערפֿרעגן ― װוּהין. אַז מע זאָגט אים „פּאַשאָל“, באַדאַרף ער שױן אַלײן װיסן, אַז דאָס מײנט מען אין שטאָט אַרײַן.

רב יאָסעלעס גוראַלניע איז נישט װײַט פֿון שטאָט. אין אַ האַלבע שעה אַרום האָט שױן די געלע נאַטעטשאַנקע געלאָזט זיך הערן איבער דער געבריקעװעטער גאַס, און פֿון דאָרט האָט זי זיך אַ נעם געגעבן גלײַך צום שול־הױף צו ― און די גאַנצע שטאָט האָט שױן געװוּסט פֿון אײן עק ביזן אַנדערן, אַז רב יאָסעלע װינאָקור, דער גבֿיר פֿון זשידיװסקע גרעבליע, איז געקומען צו פֿאָרן. נאָר קײנעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן אױף דער מחשבֿה אַפֿילו, אַז ער זאָל זיך הײסן אָפּשטעלן גאָר העט־העט אױף יענער זײַט בית־המדרש, נעבן הערש־בער דעם מלמד. װאָס האָט רב יאָסעלע װינאָקור, אַ ייִד אַ גוראַלניק, און אַ גבֿיר, צו טאָן בײַ הערש־בער דעם מלמד? קײן קינדער אױף צו געבן לערנען האָט ער נישט. ער פֿאַרמאָגט אינגאַנצן אײן זון, װאָס איז װײַט, זײער װײַט פֿון תּורה. רב יאָסעלע װינאָקורס זונדל ― די גאַנצע שטאָט װײס עס ― קאָן גוט פֿאָרן רײַטנדיק, קאָן גוט אָנטרײַבן אַלײן, װײס אַלצדינג, װאָס בײַם טאַטן אין דער גוראַלניע טוט זיך, באַקאַנט מיט איטלעכס שרײַפֿעלע, נאָר לערנען ― נישט אַ לעק!

אמת, רב יאָסעלע װינאָקור איז אַ מאָדנער ייִד, אַ שגעון, מיט מאָדנע אײַנפֿאַלן. װאָס אים קאָן אַרײַן אין קאָפּ! װער האָט אַראָפּגעבראַכט אײנמאָל אין אַ שײנעם טאָג פּאָליציע אין באָד, געמאַכט אַ פּראָטאָקאָל, אַז זי האַלט בײַם אײַנפֿאַלן און מע דאַרף זי צעװאַרפֿן? און װער האָט נאָכדעם אַראָפּגעבראַכט ציגל און געהילץ און גױים, צעװאָרפֿן די אַלטע באָד און אַװעקגעשטעלט אױף זײַן אײגענעם חשבון אַ באָד מיט אַ באַסײן און מיט שטײנערנע בענק, מיט מעשענע פּאַרענטשעס און מיט אַזעלכע זאַכן, װאָס מע קאָן זיך נאָך עד־היום פֿון דעם זאַט נישט אָפּחידושן?

אָדער װער האָט אױסגעטראַכט „דאַטשעס“ פֿאַר די שטאָטישע אָרעמע ייִדישע קינדער בײַ זיך אין דער גוראַלניע, מיט אַ גאָרטן אױף צו זעצן קאַרטאָפֿליעס, ציבלקעס, אוגערקעס און שאָר־ירקות אַלעמאָל, אַז ס'הײבט זיך אָן דער זומער? און גלאַט װער קאָן זיך עס אָנגעדענקען רב יאָסעלע װינאָקורס אַלע אױפֿטועכצן, משוגעתן און אײַנפֿאַלן, װאָס אים קאָן אַרײַן אין קאָפּ? װער װײס ― אפֿשר אַ נײַ משוגעת?…

אַזױ האָט דער גאַנצער שול־הױף געקאָכט, און רב יאָסעלע װינאָקור איז זיך געזעסן בײַ הערש־בער דעם מלמד און געפֿירט מיט אים אַ געשפּרעך, פֿון װעלכן מיר גיבן איבער נאָר אײן צד ― דער אַנדערער צד אינטערעסירט אונדז נישט.

― הערט זשע, רב הערש־בער, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. איך בין געקומען צו אײַך צוליב אײַער זון. איך האָב געהערט, איר האָט אַ זון אַ צאַצקע, װאָס קען אַלצדינג, און אַז ער װיל לערנען האָב איך געהערט, שטודירן דאָקטער, און האָט נישט מיט װאָס. און אַזױ װי איך האָב אױך אַ זון, און דװקא נישט קײן צאַצקע, װאָס קען דװקא גאָרנישט און װיל דװקא נישט לערנען, קײן ברעקל נישט אַפֿילו, ער װיל בעסער פֿאָרן רײַטנדיק, דער שײגעץ… נאָר װאָס דען? איך װיל אָבער, ער זאָל אַלצדינג לערנען און זאָל אַלצדינג קענען ― און לאָמיר זען, װער פֿון אונדז בײדן װעט אױספֿירן! װאָס זשע טוט מען? אָפּגעבן אים שטודירן, מאַכן אים פֿאַר אַ סטודענטל ― װיל איך נישט. רב יאָסעלע װינאָקורס זון װעט נישט זײַן קײן סטודענטל. צונעמען צו זיך אין שטוב אַרײַן אַ לערער אַ שלימזל ― װײס אים דער רוח װער ער איז! פֿאַראַן בײַ מיר אַ מײדל, װאָס דאַרף איך, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז רב יאָסעלע װינאָקורס טעכטערל זאָל זײַן באַקאַנט מיט אַבי װעמען? און אַזױ װי איך קען אײַך, רב הערש־בער, און װעדליק איך בין מיר משער אײַער זון, איך האָב אים געזען אַנומלטן אין שול, ― רב יאָסעלע װינאָקורן באַדאַרף מען נישט דערצײלן קײן מעשׂיות, ― ער דערקענט אַ מענטשן מיטן קוק, בכן איז בײַ מיר געבליבן, איך זאָל אײַער זון נעמען צו זיך אין שטוב אַרײַן אױף אַ יאָר אָדער אױף צװײ, ער זאָל לערנען מיט מײַן ייִנגל, אים מאַכן פֿאַר אַ מענטשן, און באַצאָלט װעט ער קריגן פֿון מיר אַזױ, אַז ס'װעט אים קלעקן אױף צו שטודירן נישט נאָר דאָקטער, נאָר אַפֿילו פּראָפֿעסאָר! איז דאָס געמאַכט?

האָט הערש־בער דער מלמד אַפֿילו געפּרוּװט אַ זאָג טאָן, אַז ס'איז אַװדאי זײער גלײַך פֿאַר בײדע צדדים, װאָס איז דאָ שײך צו רעדן? נאָר װאָס דען זשע? מע דאַרף האָרכן, װאָס װעט ער זאָגן, דער בחור הײסט עס?…

רב יאָסעלע װינאָקור האָט אָבער נישט געװאָלט הערן אַפֿילו. װאָס מיר האָרכן? װער מיר האָרכן? רב יאָסעלע װינאָקורן האָט נאָך קײן מענטש נישט געפּרוּװט זאָגן נײן! ובפֿרט אַזאַ זאַך! ― „סײַדן אײַער זון איז אַ פּרא־אָדם, אָדער אַ פֿאָרמאַלנער משוגענער?“…

אַזױ האָט אױסגעלאָזט רב יאָסעלע װינאָקור, גיך גערעדט, װי זײַן שטײגער איז, און נישט שפּעטער װי אין אַ האַלבער שעה אַרום זײַנען זײ שױן געזעסן אין צװײען, רב יאָסעלע װינאָקור און הערש־בער דעם מלמדס בחורל, אױף דער געלער נאַטעטשאַנקע, געהעצקעט זיך און געשאָקלט זיך אין אַלע זײַטן, ― געפֿלױגן פֿײַל אױסן בױגן קײן זשידיװסקע גרעבליע. פֿונעם גיך פֿליִען האָט זיך בײַ רב יאָסעלע װינאָקור די שײנע ברײטע באָרד צעשמיסן אױף אַלע זײַטן, באַרירט מיט אײנציקע האָר דאָס יונגע פּנים פֿון דעם יונגן בחורל, װאָס האָט מיטן פֿולן אָטעם ― אפֿשר דאָס ערשטע מאָל אױף זײַן לעבן ― געשעפּט די מחיהדיק פֿרישע לופֿט פֿון אױסער דער שטאָט, און געפֿילט זיך אַזױ װײַט גוט, װי עס קאָן זיך פֿילן אָ יונגער מענטש, בלוט און מילך, אַן אָרעם בחור, װאָס דאָס גליק האָט צו אים געטראָפֿן גלײַך אין שטוב אַרײַן און אָנגעקלאַפּט צו אים אין דער טיר.

צװײטער טײל

אױב רב יאָסעלע װינאָקורס זונדל האָט געהאַט אַ גרױסע פּעולה אין דער תּורה, װאָס זײַן לערער, הערש־בער דעם מלמדס זון, האָט מיט אים געלערנט ― איז אַ גרױסער ספֿק. נאָר אַז דער לערער האָט געהאַט אַ פּעולה ― דאָס האָט געקאָנט אַרױסזען אַ מינדסט קינד. אַ פּנים, די קעסט האָט אים גאַנץ גוט „פּאָליובעט“. דאָס יונגע פּנים איז געװאָרן קײַלעכיק, די בעקלעך האָבן זיך אָנגעבלאָזן, און ער אַלײן האָט זיך צעװאַקסן אין דער ברײט, געװאָרן גאָרנישט צו דערקענען.

די ערשטע צײַט אַפֿילו האָט ער זיך געפֿילט, װי אַ פֿרעמדער, אין דער דאָזיקער מאָדנער שטוב ― אַ מאָדנע שטוב בײַ רב יאָסעלע װינאָקור, אַזאַ מאָדנע, װי רב יאָסעלע אַלײן.

רב יאָסעלעס װײַב, פּערעלע ― אַ קלײניטשקע, אַ שטילינקע, קײן
פּיפּס הערט מען פֿון איר נישט. שטיל, אָן װערטער, פֿירט זי די ממשלה פֿון דער שטוב, װי דער קאַפּיטאַן די שיף ― אַלץ אױף זײַן אָרט און אַלץ אין דער צײַט און אַלץ איז אױסגערעכנט אַזױ, אַז דער קאָפּ, דער אמתער מושל ― רב יאָסעלע, זאָל זײַן צופֿרידן. קײנער טאָר אַ הױך װאָרט נישט רעדן, אַז דער בעל־הבית איז אין שטוב. די דינסטן גײען אָנגעטאָן אין װאָילאָקענע שיךװאָליקעס ― מען זאָל נישט הערן זײערע טריט, בעת דער בעל־הבית רוט. דער טיש װערט געגרײט װי בײַ אַ שׂררה, דערלאַנגט מיט דער גאַנצער צערעמאָניע, און געגעסן װערט מעדני־מלך, און פּאַװאָלינקע, בהרחבֿה. דער בעל־הבית ― ער אײנער אַלײן ― רעדט, און אַלע האָרכן. בײַם טיש מוזן זיך געפֿינען אַלעמאָל אורחים, פֿרעמדע, סוחרים, אָדער גלאַט דורכפֿאָרער. און אַז ס'איז נישטאָ קײן פֿרעמדע, נעמט מען אײגענע, אָנגעשטעלטע פֿון דער גוראַלניע. דאָס באַציִען זיך פֿון די דאָזיקע מענטשן צום בעל־הבית איז װי סאָלדאַטן צו אַ גענעראַל. ער אַלײן אין אַ יאַרמעלקע, זײ אַלע ― אָן היטלען. נאָר צוס עסן װערן אָנגעטאָן די היטלען. און האָט מען אָפּגעגעסן און אָפּגעבענטשט ― אַראָפּ די היטלען און קײנער װעט נישט װאַגן זיצן. אַלע באַדאַרפֿן שטײן. און נעמט דער בעל־הבית אַרױס אַ פּאַפּיראָס אױף צו פֿאַררױכערן, װערן אין אײן כּהרף־עין אױסגעריבן עטלעכע שװעבעלעך מיטאַמאָל און אונטערגעטראָגן אים פֿײַער. חיות נישט זיכער, עמעצער זאָל אַ װאָרף געבן אַ שװעבעלע אױף דער ערד, אָדער נישט אױסװישן גוט די פֿיס אין פֿאָדערשטן חדרל, אָדער נישט גײן פֿאַרשפּיליעט, װי עס געהער צו זײַן, אָדער דאָס האַלדז־טיכל נישט אױף אַן אָרט. און אַלע, װאָס דינען בײַ אים, זײַנען „דו“ ― מעג עס זײַן אַ ייִד מיט אַ באָרד. און אַלע, סײַ פֿרעמדע, סײַ אײגענע, ציטערן פֿאַר אים אימת־מװת ― אַן אמתער סולטאַן.

נאָר אײן מענטש, האָט דער לערער באַמערקט, איז דאָ אין דער דאָזיקער מאָדנער שטוב, װאָס שרעקט זיך נישט איבער פֿאַרן שטרענגן סולטאַן. אַדרבא, ער װאָלט געמעגט שװערן, אַז דער סולטאַן האָט דרך־ארץ פֿאַר יענעם מענטשן. און יענער מענטש ― דאָס איז רב יאָסעלע װינאָקורס טעכטערל ― צילע.

אַ שײנע, אַ הױכע פֿיגור ― צװײ טראָפּן װאַסער דער פֿאָטער. אין דעם פֿאָטערס כאַראַקטער, האָט ליב געװעלטיקן ― רב יאָסעלע װינאָקור מיט די בײנער! „מײַן זשאַנדאַר“ ― אַזױ זאָגט דער פֿאָטער אױף איר מיט גדלות, און קװעלט. װערט ברײטער װי לענגער, אַז די טאָכטער כאַפּט אים עפּעס בײַ אַ װאָרט, װיל אים איבערשפּאַרן, באַװײַזן, אַז ער איז אומגערעכט. פֿאַרשטײט זיך, אַז איבערשפּאַרן שפּאַרט מען אים נישט איבער, און גערעכט איז תּמיד ער, נישט קײנער; נאָר הנאה האָט ער און קוקט מיט פֿאַרגעניגן אױפֿן עולם, װי אײנער רעדט: „װאָס זאָגט איר אױף רב יאָסעלע װינאָקורס טעכטערל? דאָס עפּעלע פֿאַלט נישט װײַט פֿון בײמעלע“…

― איך װאָלט װעלן, איר זאָלט אַ מאָל אױף אַ טשיקאַװעס מיט איר זיך דורכשמועסן, אַביסל טיפֿער אַרײַנרעדן זיך מיט מײַן זשאַנדאַר. ― אַזױ האָט רב יאָסעלע װינאָקור אַ זאָג געגעבן אײנמאָל צום לערער, װינקענדיק מיט אײן אױג אױף דער טאָכטער, ― און ס'איז נישט געװען קײן מער גליקלעכער פֿאָטער אױף דער װעלט, װי ער, אַז ער האָט דערזען, װי זײַן טאָכטער האָט אַ נעם געגעבן דעם לערער צו דער אַרבעט, געמאַכט פֿון אים, װי אים האָט זיך אױסגעװיזן, אַש און בלאָטע, אַ גל של עצמות! „„און דװקא אױף יװניש לשון! און מיט אַזױ פֿיל נעמען פֿון ביכער: פּושקיןАлександр Сергеевич Пушкин 1799-1837 און לערמאָנטאָװМихаил Юрьевич Лермонтов 1814-1841 און באָקלHenry Thomas Buckle 1821-1862 און גאָגל־מאָגל ― אָט אַזױ! אָט אַזױ! לאָז ער װיסן, הערש־בער דעם מלמדס זונדל, װער רב יאָסעלעס טעכטערל איז!“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דאָ שטעלט זיך דער פֿאַרפֿאַסער אָפּ, װאָרעם אַלצדינג, װאָס ער זאָל דאָ נישט דערצײלן, איז אַלט, אַזױ אַלט, װי די װעלט. װער פֿאַרשטײט עס נישט, אַז פֿון אַזעלכע אָפֿטע הײסע װיכּוחים, װאָס אַ בחור מיט אַ מײדל פֿירן און זײַנען גרײט, דאַכט זיך, אײנס דאָס אַנדערע גאָר דורס זײַן, לאָזט זיך אױס, און גאַנץ אָפֿטלעך, אַז דער בחור פֿאַרליבט זיך אינעם מײדל און דאָס מײדל אינעם בחור מיט סכּנות־נפֿשות, און זײ זײַנען בײדע גרײט אָפּצוטאָן די גרעסטע נאַרישקײטן אין דער װעלט, אָדער באַגײן אײנע פֿון די אַרבע־מיתות־בית־דין: הענגען זיך אָדער טרינקען זיך, סמען זיך אָדער שיסן זיך, אָדער גאָר אַנטלױפֿן אין אַ פֿינצטערער נאַכט, שטעלן ערגעץ אַ שטילע חופּה און אַרײַנשרײַבן דערנאָך צו די עלטערן אַ בריװל: „מזל־טובֿ אײַך ― מיר האָבן חתונה געהאַט!“…

נײן. מײַנע העלדן, װאָס איך באַשרײַב, האָבן נישט אַזױ געטאָן. זײ איז געקומען צו הילף דער אַפֿיקומן, דער אַרױסגעגנבֿעטער אַפֿיקומן, פּסח צום ערשטן סדר, װי איר װעט דאָס באַלד אַרױסזען פֿונעם דריטן טײל פֿון מײַן אמתן, נישט אױסגעטראַכטן ראָמאַן.

דריטער טײל

דער װינטער אין אַװעק. דאָס אײַז איז צעגאַנגען. דער שנײ האָט צעלאָזט. די ערד האָט זיך אױפֿגעדעקט, אױסגעװײכט און אױפֿגעפֿרישט, גרײט אַרױסצושפּראָצן אַ גרין גרעזל. די נאַקעטע בײמלעך האָבן זיך אױסגעגלײַכט, װי פֿונעם שלאָף נאָר װאָס אױפֿגעװאַכט; אױף זײערע פֿײַכטע ריטלעך װעלן זיך אָט־אָט באַװײַזן יונגע קניפּעלעך; די קניפּעלעך װעלן זיך אױפֿקניפּן, אױפֿפּיקן און צעלאָזן זיך אין גרינינקע בלעטעלעך ― דער פֿרילינג גײט! דער פֿרילינג קומט! ― ערבֿ פּסח.

אין זשידיװסקע גרעבליע, בײַ רב יאָסעלע װינאָקור, זעט זיך אָן דער ערבֿ פּסח נישט װינציקער, אױב נישט מער נאָך, װי אין שטאָט. רב יאָסעלע װינאָקור איז אַ פֿרומער ייִד, אַ חסיד. ער װעט נישט לאָזן, אַז זײַן גוראַלניע, װאָס איז פֿול מיט חמץ און איז דורך און דורך חמץ, זאָל חלילה אַרבעטן די אַכט טאָג פּסח. אַלץ װערט פֿאַרקױפֿט על פּי שלחן־ערוך צו אַ גױ, און אַלץ װערט אָפּגעשטעלט און אַלץ װערט גערײניקט און געפּוצט און געכּשרט ― און קומט פּסח, איז רב יאָסעלע װינאָקור אױס גוראַלניק, אױס געשעפֿטסמענטש. זײַנע מענטשן זײַנען מער נישט קײן „מענטשן“ ― זײ זײַנען ייִדן, באַפֿרײַטע, אַזױ װי ער, אַזױ װי אַלע ייִדן, װאָס זײערע עלטערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים. און אַלע באַדאַרפֿן זײ זיך צונױפֿקלײַבן מיט װײַבער און מיט קינדער, און אינאײנעם מיט אים, מיטן בעל־הבית, בײַ אײן טיש, פֿײַערלעך אָפּריכטן דעם סדר.

איך מײן, עס װעט נישט זײַן קײן גוזמא צו זאָגן, אַז אױף קײנעם איז נישט אַזױ אָנגעמאָסטן דער נאָמען „מלך“, װי אױף דעם דאָזיקן סולטאַן און מושל ― רב יאָסעלע װינאָקור. איר שטעלט אײַך נאָך פֿאָר, אַ שטײגער, אַזאַ מין בילד: אַרום אַ צענדליק פֿאַמיליעס בײַ אײן טיש מיט װײַבער און קינדער און דינסטן, אַלע יום־טובֿדיק, און אַלע אױגן אַרױף, צום אױבנאָן, און אױבנאָן די שײנע הױכע פֿיגור פֿון רב יאָסעלע װינאָקור, אָנגעטאָן אין װײַסן פֿון אױבן ביז אַראָפּ, „פֿון דער װײַסער זײַדענער יאַרמעלקע ביז די װײַסע אַטלעסענע שיך. װאָס ער זאָגט ― זאָגן אים אַלע נאָך. קײנער נישט פֿריִער און נישט שפּעטער. ער טײלט אַרױס אַלעמען די מצה, דעם מרור, דעם כּרפּס, דעם חרוסת. ער טוט אַ װוּנק ― װערן אָנגעפֿילט די כּוסות. ער נעמט זיך טרינקען ― טרינקען אַלע.

נײן, דער אמתער מלך, דער אמתער מושל ― דאָס איז אונדזער סולטאַן רב יאָסעלע װינאָקור. און װי אַן אמתער מושל, װי אַן אמתער מלך, איז ער קאָנסערװאַטיװ, היט אָפּ שטרענג אַלע מינהגים און טראַדיציעס. למשל, בײַ אַלע ייִדן איז אַ מינהג: מרור ― דאָס איז אָנגעריבענער כרײן, אָפֿטמאָל אױסגעװעפּטער, עטװאָס ביטערלעך, פֿון יוצא װעגן. בײַ רב יאָסעלען איז אַ מינהג: מרור דאַרף זײַן מרור. אַ האַלב װערצל כרײן ― דאָס מוז יעדער אײנציקער אױפֿעסן ― ער מעג אַפֿילו דעם שלאַק באַקומען!

די צערעמאָניע פֿון װאַשן זיך איז בײַ אים אײַנגעפֿירט, אַז נישט נאָר די דינסטן, נאָר אַלע װײַבער ― און זײַן װײַב פּערעלע און זײַן טאָכטער צילע ― באַדאַרפֿן אונטערטראָגן צום טיש די זילבערנע בעקן מיט די שנײ־װײַסע האַנטעכער, באַדינען די מאַנצבילן, די מלכים, די יוצאי־מצרים.

עפֿענען די טיר צו „שפֿוך־חמתך“ ― דאָס איז זײַן כּבֿוד, דאָס געהערט צו אים אַלײן. פֿאַרװאָס? אָט אַזױ װיל ער, רב יאָסעלע װינאָקור, און אָט אַזױ איז ער זיך נוהג כּל־ימיו!

נאָך אײן מינהג איז בײַ אים אײַנגעפֿירט פֿון יאָרן ― און דאָס מוז דורכגעמאַכט װערן אַלעמאָל בײַם ערשטן סדר, עס מעגן פֿאַלן שטײנער פֿונעם הימל. אָט אין װאָס דער דאָזיקער מינהג באַשטײט:

נאָכן ערשטן האַלבן סדר, אַז עס קומט צו דער סעודה, און דער עולם האַלט אין רעכטן עסן, באַדאַרף מען זען, מע זאָל זיך שטאַרק פֿאַררעדן (פּסח צום סדר מעגן אַלע בײַ אים רעדן ― בני־חורין!). יעדער מעג רעדן פֿון װאָס ער װיל, און נישט נאָר ער מעג, ― ער באַדאַרף רעדן, און אױך דעם בעל־הבית, דעם מלך באַדאַרף מען פֿאַררעדן, אַזױ, אַז נישט ער און נישט קײנער זאָל באַמערקן, װי רב יאָסעלעס טעכטערל צילע גנבֿעט זיך אונטער שטילערהײט צום פֿאָטער פֿון הינטן, לײגט אַרײַן די האַנט אונטערן קישן פֿון דעם עסעבעט און גנבֿעט אַרױס בײַ אים קונציק די האַלבע מצה ― אַפֿיקומן.

עס איז שװער צו זאָגן, צי דער פֿאָטער מאַכט זיך, אַז ער זעט נישט, צי ער זעט טאַקע נישט, װי די טאָכטער גנבֿעט זיך הינטער זײַנע פּלײצעס און שלעפּט בײַ אים דעם אַפֿיקומן פֿון אונטערן קישן, ― נאָר אַז עס קומט פֿאַרן בענטשן, צום אַנדערן האַלבן סדר, און עס האַלט בײַם אױסטײלן דעם אַפֿיקומן, און דער מלך טוט זיך אַ כאַפּ, אַז ס'איז נישטאָ קײן סימן פֿון קײן אַפֿיקומן, װערט ער כּלומרשט בײז:

― װער האָט אַרױסגעגנבֿעט בײַ מיר דעם אַפֿיקומן?

שפּרינגט אַרױס צילע מיט אַ געלעכטערל:

― טאַטע, סע איך! װאָס'טו מיך געבן פֿאַרן אַפֿיקומן?

― װאָס פֿאַרלאַנגסטו?

און עס הײבט זיך אָן אַ דינגעניש. זי װיל, אַז אױף די אַנדערע טעג יום־טובֿ זאָל ער איר קױפֿן אַ פֿינגערל.

― גוט. ער װעט איר קױפֿן אַ פֿינגערל.

― נײן, זי װיל מיט אַ בריליאַנטל!

― גוט, ער װעט איר קױפֿן מיט אַ בריליאַנטל.

― און אַחוץ דעם װיל זי נאָך אַ שנירל פּערעלעך.

― דאָס װעט שױן זײַן צו פֿיל.

― װי באַלד אַזױ, איז נישטאָ קײן אַפֿיקומן!…

איר מײנט, דאָס טרײַבט מען קאַטאָװעס ― נײן. צילע זאָגט דאָס גאַנץ ערנסט, און דער גאַנצער עולם שמײכלט (פּסח צום סדר מעג מען שמײכלען בײַ רב יאָסעלע װינאָקור ― בני־חורין!).

― אפֿשר װעט זײַן גענוג אַ בײַטש קאַרעלן ― בעט זיך בײַ איר דער פֿאָטער.

― פּערל, נישט קײן קאַרעלן! ― זאָגט די טאָכטער פֿעסט. ― און נאָך מיט אַ גאָלדן פֿערמואַרלfermoir: קלעמערל דערצו!

― זי װיל מיך מאַכן פֿאַר אַ קבצן! ― זאָגט דעך פֿאָטער, שױן צום עולם רעדנדיק, און דער עולם שיסט אױס אַ געלעכטער (פּסח צום סדר מעג מען בײַ אים לאַכן אַפֿילו הױך ― בני־חורין!).

― אַז דו װעסט זיך מיט מיר נאָך אַביסל דינגען, ― זאָגט אים די טאָכטער ― װעל איך װעלן, אַז דאָס פֿערמואַרל זאָל זײַן אַ בריליאַנטענער.

רב יאָסעלע װינאָקור כאַפּט זיך אָן בײַם קאָפּ: „זי װיל אים מאַכן פֿאַר אַן אָנזעצער!“, דער עולם לאַכט נאָך העכער. דער פֿאָטער לאָזט איר נאָר, גיט זיך אונטער. די טאָכטער גיט אָפּ דעם אַפֿיקומן ― און דער אַנדערער האַלבער סדר גײט אַװעק מיט דער אײגענער פֿײַערלעכקײט, װאָס דער ערשטער האַלבער סדר.

און אָט אַזױ אַלע יאָר.

פֿערטער טײל

דעם פּסח, װאָס מיר באַשרײַבן אַצינד, איז פֿאָרגעקומען מיט רב יאָסעלעס אַפֿיקומן אַ שטיקל פֿאַרענדערונג. דאָס הײסט, דער אַפֿיקומן איז בײַ אים אַרױסגעגנבֿעט געװאָרן אַזױ קונציק, װי אַלע יאָר, און, װי אַלע יאָר, האָט זיך רב יאָסעלע װינאָקור אַ כאַפּ געגעבן צום אַנדערן האַלבן סדר צום אַפֿיקומן און אױסגערופֿן: „װער האָט דאָס אַװעקגעגנבֿעט דעם אַפֿיקומן?“ האָט זיך צילע אָנגערופֿן פֿון איר אָרט, װי אַלע מאָל:

― טאַטע, דאָס האָב איך! װאָס'טו מיר געבן פֿאַרן אַפֿיקומן?

― װאָס פֿאַרלאַנגסטו? ― האָט איר געענטפֿערט דער פֿאָטער, װי אַלע מאָל, און געװאַרט, װאָס װעט זי זיך, אַ שטײגער, הײסן קױפֿן, אַז זי האָט שױן אַלצדינג? זי האָט שױן צירונג אָן אַ שיעור, און װיגרישנע בילעטן, און אַ פֿאָרטאָ־פּיאַנע, און אַפֿילו אַ פֿערדל אַן אײגנס האָט ער איר ערשט פֿאַראַיאָרן נאָך פּסח געמוזט קױפֿן. אַ השׂגה פֿון אַ מײדל ― זיך גאָר הײסן קױפֿן אַ פֿערדל, כאַ־כאַ! דאָס קאָן נאָר רב יאָסעלע װינאָקורס טעכטערל, װײַטער קײנער ניט! אַך, װי מע האָט זיך עס דעמאָלט אָנגעלאַכט!…

אַלע אױגן קוקן אַהין, װוּ רב יאָסעלעס טעכטערל זיצט. אַלע זײַנען נײַגעריק צו הערן, װאָס װעט זי הײַנטיקס יאָר פֿאַרלאַנגען פֿון איר פֿאָטער? ― און זי, רב יאָסעלעס טעכטערל, איז געזעסן דװקא רויִק, װי אַלע מאָל, און פֿעסט בײַ זיך, װי אַלע מאָל, אַז זי װעט דאָס מאָל אױספֿירן, װי אַלע מאָל. נאָר עפּעס האָט זי איצטיקס מאָל נישט געאײַלט זיך און עפּעס מאָדנע איבערגעקוקט זיך מיט לערער, מיט הערש־בער דעם מלמדס זון, װאָס זיצט אַקוראַט אַקעגן איר, און מע װאָלט געמעגט שװערן, אַז אַ גרינג שמײכעלע האָט זיך באַװיזן אױף זײערע בײדנס פּנימער… נאָר נײן! עס האָט זיך נאָר אױסגעװיזן! װי איז דאָס מעגלעך ― רב יאָסעלע װינאָקורס טעכטערל און דער לערער, הערש־בער דעם מלמדס זונדל ― אַ סמיכות־הפּרשה!…

נאָר אָט האָט זי זיך אױסגעדרײט צום פֿאָטער, און באַלד װעט מען שױן װיסן ― און װי איבערראַשט זײַנען געװאָרן אַלע, און מער פֿון אַלעמען דער פֿאָטער, אַז די טאָכטער האָט אים געענטפֿערט, אַז הײַנט קאָן זי ניט זאָגן, װאָס זי פֿאַרלאַנגט… דאָס װעט זי אים ערשט קאָנען זאָגן שפּעטער… דעם ערשטן טאָג חול־המועד…

― איצט פֿאַרלאַנג איך פֿון דיר, טאַטע, נאָר אײן זאַך: זאָלסט מיר געבן דײַן ערנװאָרט, אַז דו װעסט מיר ניט אָפּזאָגן…

רב יאָסעלע װינאָקור האָט מיט אַ צופֿרידן שמײכעלע, װאָס האָט זיך צעגאָסן איבער זײַן שײנער ברײטער באָרד, באַטראַכט דעם גאַנצן עולם, װי אײנער רעדט: „געפֿעלט אײַך אַ השׂגה פֿון רב יאָסעלעס טעכטערל?“…

און צו דער טאָכטער האָט ער אַ זאָג געגעבן:

― װי קאָן איך דיר צוזאָגן אַ זאַך, װאָס איך װײס נישט? טאָמער בין איך גאָר נישט אימשטאַנד?…

― נו, גיב איך דיר, טאַטע, צוריק מײַן ערן־װאָרט, אַז איך װעל ניט פֿאַרלאַנגען פֿון דיר אַזעלכעס, װאָס דו ביסט ניט אימשטאַנד…

דאָס פֿריִערדיקע שמײכעלע האָט זיך נאָך ברײטער צעלײגט איבער זײַן שײנער באָרד און איבערן גאַנצן פּנים. דאָס האָט באַדאַרפֿט באַדײַטן: „װאָס זאָגט איר אױף רב יאָסעלעס טעכטערל? זי באַדאַרף נישט גײן לײַען קײן װערטער!“… און צו דער טאָכטער האָט ער אַ זאָג געגעבן:

― גוט. איך בין דיר מבֿטיח…

― נײן, טאַטע, נישט „מבֿטיח“, נאָ' דו גיסט מיר דײַן ערן־װאָרט…

― רב יאָסעלע װינאָקור, אַז ער זאָגט, ער איז „מבֿטיח“, איז אַלץ אײנס, װאָס אַן אַנדערער זאָגט „ערן־װאָרט“…

― נײן, טאַטע, איך װיל, דו זאָלסט מיר פֿאַר אָט די אַלע מענטשן געבן דײַן ערן־װאָרט, און טאַקע די האַנט „תּקיעת־כּף“…

דאָס פֿריִערדיקע שמײכעלע איז אַראָפּ פֿון רב יאָסעלעס באָרד און איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן.

― רב יאָסעלע װינאָקור האָט נאָך קײנמאָל קײנעם קײן תּקיעת־כּף נישט געגעבן און װעט נישט געבן…

― װי באַלד אַזױ, איז נישטאָ קײן אַפֿיקומן!…

דער עולם האָט נישט געװוּסט װאָס צו טאָן: שמײכלען? ― איז דער בעל־הבית צו ערנסט. זײַן ערנסט? ― איז דאָס צו אַ גרױסער שפּאַס. האָט מען אַראָפּגעלאָזט די אױגן אַראָפּ און געװאַרט, װאָס װעט דאָ זײַן דער סוף? און דערװײַל האָט קײנער נישט באַמערקט אַז אײן מענטש, װאָס זיצט דאָ צװישן זײ בײַם סדר, איז בײַ דעם דאָזיקן נסיון מיט אַ מאָל געװאָרן בלאַס און רױט און אַלערלײ קאָלירן, און די הענט האָבן אים געציטערט…

דער אײנער איז געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר דער לערער, הערש־בער דעם מלמדס זונדל.

און דער פֿאָטער מיט דער טאָכטער האָבן זיך דערװײַל נאָך עטלעכע מאָל איבערגעשמועסט און איבערגעקוקט זיך, װי צװײ שטאַרקע מענטשן, גוטע פֿרײַנט, װאָס האַלטן בײַם אַרױסגײן אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע מלחמה האַלטן. איטלעכער פֿון די צװײ איז געשטאַנען פֿעסט אױף זײַן פּאָזיציע: דער פֿאָטער האָט זיך געהאַלטן אײנס ― ער גיט נישט קײן תּקיעת־כּף. די טאָכטער האָט זיך געהאַלטן בײַ אירס ― נישטאָ קײן אַפֿיקומן!…

ס'איז שװער צו זאָגן, מיט װאָס דאָס װאָלט זיך געענדיקט, װען עס שטעלט זיך נישט אַרױס דער לערער פֿאַר אַ מליץ־יושר און פֿאַר אַ פֿאַרמיטלער צװישן בײדע צדדים, אַז „אַ מענטש, װאָס האָט אױף זײַן לעבן קײן תּקיעת־כּף נישט געגעבן, איז נישט כּדאַי, מע זאָל אים צװינגען מיט נױט, ובפֿרט אַזאַ מענטש, װי רב יאָסעלע, װאָס זײַן ערן־װאָרט און נאָך פֿאַר עדות איז באמת אַזױ גוט, װי אַ תּקיעת־כּף“…

דאָס האָט געהאַט דעם זיבעטן חן און געמאַכט דעם גרעסטן עפֿעקט. ערשטנס, זײַנען הערש־בער דעם מלמדס זונס אַקציעס אין דער דאָזיקער שטוב געשטיגן מיט אַ סך, אַ סך פּראָצענט, ובפֿרט אין די אױגן פֿון רב יאָסעלע װינאָקור, װאָס כאָטש ער איז אַ מענטש פֿון סאַמע שטאָל און אײַזן, פֿונדעסטװעגן קאָן מען אים, װי כּמעט אַלע מענטשן פֿון דער װעלט, מיט אַ גוט װאָרט קױפֿן און פֿאַרקױפֿן. און צװײטנס, האָט דער גאַנצער עולם דערזען אױפֿן בעל־הביתס באָרד אַ פֿרישן שמײכל, און מע האָט פֿרײַ אָפּגעאָטעמט. אַגבֿ איז שױן טאַקע געװען צײַט אַ מאָל אױפֿצושטײן פֿונעם סדר, װאָס האָט זיך איצטיקס מאָל פֿאַרצױגן העט־װײַט אין דער נאַכט אַרײַן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

די ערשטע טעג פּסח זײַנען איבערגעלאָפֿן גאָרנישט צו באַמערקן, װי זײ לױפֿן אַלע מאָל איבער, װי עס לױפֿן, אײגנטלעך, אַלע טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר, כאָטש אַפֿילו עס קאָן זײַן, אַז פֿאַר אַ פּאָר מענטשלעך פֿון דעך דאָזיקער געשיכטע האָבן זיך די צװײ טעג געצױגן און געשלעפּט זיך און אױסגעװיזן לאַנג, װי דער ייִדישער גלות. נאָר װי די מעשׂה איז, ― די צװײ טעג פּסח זײַנען אַװעק, און דער ערשטער טאָג חול־המועד איז געקומען, און דער פֿאָטער האָט זיך גאַנץ געמיטלעך און גאַנץ ברײטלעך אַ זאָג געגעבן צו דער טאָכטער, האַלב אין קאַטאָװעס און האַלב ערנסט: „נו, זשאַנדאַר, לאָמיר שױן װיסן, מיט װאָס האָסטו מיך הײַנטיקס יאָר געשטראָפֿט, כאַ־כאַ?“, און ― אױ, װוּ נעם איך פֿאַרב אױף אָפּצומאָלן רב יאָסעלע װינאָקורס פּנים, אַז ער האָט דערהערט פֿון זײַן טעכטערל אַזאַ מין, װאָס האָט זיך אים נישט געחלומט, נישט אים און נישט קײנעם ניט. הערט אַ מעשׂה: איר פֿאַרלאַנג, זאָגט זי, באַשטײט אין דעם, װאָס זי האָט ליב, זאָגט זי, דעם לערער, הערש־בער דעם מלמדס זונדל, און, זאָגט זי, דער לערער, הערש־בער דעם מלמדס זונדל, האָט ליב זי, רב יאָסעלע װינאָקורס טאָכטער צילע, און אַז זײ האָבן זיך געגעבן, זאָגט זי, דאָס װאָרט, זײ זאָלן זײַן חתן־כּלה, און זי פֿאַרלאַנגט, זאָגט זי, פֿון אים, פֿונעם פֿאָטער, הײסט עס, אַז נישט פֿריִער און נישט שפּעטער פֿון שבת נאָך שבֿועות זאָל זײַן די חתונה!… דער גאַנצער הױף האָט זיך שיר נישט איבערגעקערט! די גוראַלניע איז שיר נישט חרובֿ געװאָרן! זשידיװסקע גרעבליע איז געגאַנגען כאָדאָראָם! רב יאָסעלע װינאָקור האָט געאַרבעט מעשׂים! עס זײַנען געװען געשרײען, און קללות, און געװײנען, און טרערן ― און װאָס איר װילט: װאָס הײסט, ער, רב יאָסעלע װינאָקור, װאָס גאָט האָט אים געבענטשט מיט קײן עין־הרע אַזאַ פֿאַרמעגן און מיט קײן עין־הרע אַזאַ טאָכטער, װאָס ער קאָן דערגרײכן מיט איר די העכסטע, די גרעסטע און די שענסטע שידוכים, נאָר ער האָט נאָך ביז אַהער אַפֿילו נישט אין זינען געהאַט קײן שידוך טאָן ― זאָל ער נעמען פּלוצעם אינמיטן דרינען זיך פֿאַרבינדן מיט װעמען ― מיט הערש־בער דעם מלמד! און נאָך װוּ? ― אָט דאָ טאַקע, אין דער דאָזיקער שטאָט!… סטײַטש, סטײַטש! אים, רב יאָסעלע װינאָקור, װאָס קײן מענטש האָט נאָך נישט געװאַגט מיט אים טרײַבן קאַטאָװעס, זאָל מען אים אָפּטאָן אַזאַ שפּיצל! אױסנאַרן בײַ אים זײַן ערן־װאָרט!… און װער? זײַן געליבטע אײן־און־אײנציקע טאָכטער! אָ, זי װײס, דער זשאַנדאַר, בײַ װעמען זי האָט דאָס אַ װאָרט גענומען! רב יאָסעלע װינאָקור האָט נאָר קײנמאָל זײַן װאָרט נישט געבראָכן!… און עס קומט אים אױפֿן זינען די געשיכטע פֿון בת־יפֿתּח. דאָרט איז אױך געװען אַ װאָרט, און נישט קײן װאָרט, נאָר אַ נדר… נײן, דאָ איז נאָר געװען אַ װאָרט, נישט קײן נדר! אַ װאָרט קאָן מען צוריק נעמען… װי קאָן ער עס דערלאָזן אַזאַ זאַך, אַזאַ שידוך, אַזאַ בזיון? ― היה לא תּהיה! ― דאָס װעט נישט זײַן, סײַדן דער טױט!… און צוריק אָבער דערמאָנט ער זיך: ער האָט דאָך פֿאָרט דאָס װאָרט געגעבן ! און פֿאַר עדות, פֿאַר מענטשן… און רב יאָסעלע װינאָקור האָט דאָך נאָר קײנמאָל זײַן װאָרט נישט געבראָכן!… װאָס טוט מען? רב יאָסעלע זאָל נישט מורא האָבן פֿאַר גאָט, פֿאַר שׂכר־ועונש, פֿאַר המאַבד־עצמו־לדעת, װאָלט ער זיך נאָך אַ מעשׂה אָנגעטאָן!…

עפּילאָג

נאָך מיט צװײ װאָכן פֿריִער פֿאַר שבת נאָך שבֿועות האָט רב יאָסעלע װינאָקור אױפֿגעשטעלט בײַ זיך אין זשידיװסקע גרעבליע אַ שאַלאַש אפֿשר אױף טױזנט פּאַרשױן, אַראָפּגעבראַכט פֿון שטאָט סאַרװערס און סאַרװערקעס און גלאַט מענטשן, און מע האָט גענומען באַקן און קאָכן און בראָטן און פּרעגלען, צוגרײטן זיך צו דער חתונה, אַלצדינג ביד־רחבֿה ― אין גרעסטן מאַסשטאַב. אַ קלײניקײט ― רבי יאָסעלע װינאָקור האָט דערלעבט חתונה מאַכן זײַן אײן־און־אײנציק טעכטערל צילע?! און אַז עס איז געקומען צו דער חופּה, האָט ער אַראָפּגעבראַכט די בעסטע כּלי־זמר און די רבנים אַלע פֿון שטאָט און געפּראַװעט אַ חתונה, װאָס האָט געקלונגען די װעלט! און אַ סעודה אין שטאָט פֿאַר אָרעמע לײַט אַחוץ. אַזאַ סעודה, װאָס זינט די שטאָט שטײט, האָט זי אַזעלכעס ניט געזען און װעט ניט זען! און אַכט טאָג האָט מען געהוליעט נאָך דער חתונה. אַכט טעג מיט אַכט נעכט. און מיטן מחותּן, מיט הערש־בער דעם מלמד, האָט זיך רב יאָסעלע, בײַ די לחײמס, געקושט אפֿשר פֿופֿציק מאָל און אפֿשר הונדערט מאָל, און אפֿשר נאָך מער. עס האָט דען אַ שיעור געהאַט דאָס קושן זיך, אַז גאָט האָט אים געהאָלפֿן, ער האָט אַזאַ מחותּן, אַזאַ ערלעכן ייִדן, װי רב הערש־בער?…

און די מתּנות, װאָס ער האָט עס אַ ביסל צעשענקט אַלע זײַנע מענטשן, און דװקא מיט דער ברײטער האַנט ― לאָזן זײ געדענקען, װען זײער באַלעבאָס האָט חתונה געמאַכט זײַן בת־יחידה!

נאָר אױף צװײ פּונקטן האָט ער זיך אַװעקגעשטעלט שטאָל און אײַזן, און האָט געזאָגט, אַז דאָ מוז ער אױספֿירן ― עס מעגן פֿאַלן שטײנער פֿונעם הימל:

א) דעם מחותּן, רב הערש־בער דעם מלמד, האָט ער געקױפֿט אין שטאָט אַז אײַנפֿאָר־הױז מיט אַ קאַמער פֿון תּבֿואה אױף צו פֿאַרדינגען ― אונטערגעשמעלצט מיט אַ מזומנע פּאָר טױזנטער און געפּועלט, אַז הערש־בער דער מלמד זאָל װערן אױס הערש־בער דער מלמד, נאָר גלאַט רב הערש־בער.

ב) דעם אײדעם, רב הערש־בערס זון, האָט ער איבערגעגעבן אַ העלפֿט פֿון דער גוראַלניע און פֿונעם הױף און פֿון די סקלאַדן און פֿון אַלע געשעפֿטן, און אַפֿילו פֿון דער געלער נאַטעטשאַנקע מיט די ברענענדיקע שפּאַקעס ― פֿון אַלצדינג איבערגעשריבן פּונקט אַ העלפֿט אױף זײַן נאָמען ― און װער מיר שטודירן? װאָס מיר דאָקטער? שױן לאַנג פֿאַרגעסן!…

רב יאָסעלע װינאָקור האָט באַװיזן װער ער איז און װאָס ער קען!…

געשריבן אין יאָר 1914
דוד מלך ישׂראל
אַ בילד לכּבֿוד שׂימחת־תּורה

אַ קורצע הקדמה

אַלטע בילדער פֿון פֿאַרצײַטן! שטײט אױף, זײַט מוחל, פֿון אײַערע קבֿרים, איר זײַט שױן לאַנג אָפּגעשטאָרבן פֿאַר אונדזער יוגנט. אַן עבֿירה. די צײַט שטײט ניט. בילדער בײַטן זיך. אײן דור טרײַבט דעם אַנדערן. אונדזערע קינדער װעלן פֿון אײַך ניט װיסן. אינאײנעם מיט מיר װעט איר אַװעק אין קבֿר, פֿאַרפֿאַלן װערן אפֿשר אױף אײביק. גלײַך װי איר זײַט גאָר קײנמאָל אױף דער װעלט ניט געװעזן. שטײט אױף, שטײט אױף, לאָמיך אײַך אײן מאָל כאָטש דורכפֿירן פֿאַרבײַ זײערע אױגן. לאָזן זײ אײַך אָנקוקן, אונדזערע קינדער, און לאָזן זײ דערצײלן דעם דור, אַז ס'איז געװען אַמאָל בײַ אונדז אַזעלכע, װי איר, אַז איר זײַט חלילה ניט קײן אױסגעטראַכטע פֿונעם קאָפּ, אַז איר האָט אַמאָל געלעבט אױף דער װעלט און אַז זײ קערן זיך אָן מיט אײַך גאַנץ נאָענטע קרובֿים, ― אײַערע אײגענע אור־אור־אײניקלעך…

א

שטאַרק געקרײַזלטע באָרד און פּאות, װײַס װי געפֿאַלענער שנײ, אַ נאַפּאָלעאָנקע )אַ פֿאַרצײַטיקער מין היטל( אױפֿן קאָפּ, אַ לאַנגער גראָבער שטעקן אין די הענט מיט אַ בײנערנע האַלקע, אַ זאַק אױף די פּלײצעס. אײַנגעבױגן ביז צו דער ערד, גײט ער אַלע ערבֿ שבת און אַלע ערבֿ יום־טובֿ פֿון שטוב צו שטוב צונױפֿנעמען קױלעטש פֿאַר די אָרעמע ייִדישע אַרעסטאַנטן, װאָס אין טורמע.