פֿון כּתרילעװקע: פֿון פּסח ביז סוכּות

שלום עליכם (אַלע װערק)

פֿון פּסח ביז סוכּות
אַ װוּנדערלעכע מעשׂה, דערצײלט פֿון אַ ייִדן, אַ פֿאַרברענטן שאַכמאַטיסט, אין אַ װאַרעמער געזעלשאַפֿט, אײנמאָל אין אַ קאַלטער װינטער־נאַכט, נאָך אַ פֿרײלעך קערטל און נאָך אַ גוטן צובײַסן.

ס'איז שױן געװען װײַט נאָך האַלבע נאַכט. װינטער־צײַט איז דאָס געװעזן. די װעטשערינקע האָט זיך געענדיקט. דער טיש האָט געזאָגט, אַז דער עולם האָט געכאַפּט אַ זאַט. די גרינע טישלעך זײַנען געװען צעשריבן מיטן קרײַדל און פֿאַרװאָרפֿן מיט אָפּגעשפּילטע קאָרטן, פֿון װעלכע עס קוקן אַרױס טײַז מיט מלכים און רײצן זיך: „אַצינד זײַנען מיר דאָ!“… זעצן זיך נאָכאַמאָל שפּילן אַ װינט, אַ פּרעפֿעראַנס אָדער אַן אָקע ― װאָלט געװען װי געװוּנטשן. האָט מען זיך אָבער געשעמט פֿאַר זיך אַלײן ― ס'איז שױן געװען צו שפּעט. איז מען געזעסן גלאַט און גערײכערט, געטרונקען שװאַרצע קאַװע און גערעדט לשון־הרע ביז ס'איז אױסגעגאַנגען װערטער, האָט אײנער אַרײַנגעװאָרפֿן אַ װאָרט װעגן שאַך. נאָך אים ― נאָך אײנער און נאָך אײנער. דערמיט האָט מען געװאָלט פֿאַראינטערעסירן אײנעם אַ פֿאַרברענטן שאַכמאַטיסט מיטן נאָמען רובינשטײן.

רובינשטײן איז אַ מסוכּנער שאַכמאַטיסט. צוליב שפּילן אַ שאַך איז ער גרײט גײן צופֿוס צען מײַל, ניט עסן, ניט טרינקען, ניט שלאָפֿן אַ נאַכט ― אַ געפֿערלעכער שאַך־שפּילער! פֿון זײַן שאַך־שפּילן גײען אַרום מאַסן אַנעקדאָטן: 1) אַז ער שפּילט מיט זיך אַלײן גאַנצע נעכט אין שאַך. 2) אַז ער האָט זיך דרײַ מאָל געגט מיטן װײַב איבערן שאַך. 3) אַז ער איז שױן אײן מאָל פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אױף דרײַ יאָר צוליבן שאַך. מיט אײנעם װאָרט, װוּ רובינשטײן, דאָרט איז שאַך, און װוּ שאַך, דאָרט איז רובינשטײן. און רובינשטײן האָט ליב, אַז מע רעדט פֿון שאַך, װי אַ גוטער שיכּור האָט ליב, אַז מע רעדט פֿון אַ גלעזל משקה… אַז מע טוט אַ קוק אױף רובינשטײנען, איז דאָס ערשטע װאַרפֿט זיך אין די אױגן זײַן אומגעלומפּערט גרױסער שטערן. אַ גרױסער און אַ ברײטער, אַ קײַלעכיקער, איך מײן אַן אױסגעבױגענער, אַ בולטער. אױגן אױך משונה גרױסע, קײַלעכיקע, שװאַרצע, נאָר קאַלטע אױגן. אַלײן איז ער אַ טרוקענער, אַ דאַרער, נאָר אַ קול האָט ער װי אַ גלאָק, אַן אמתע אַ באַסאָװע שטימע. דאָרט װוּ רובינשטײן איז ― הערט מען נאָר רובינשטײנען, װײַטער קײנעם ניט…

דערהערט, אַז מען רעדט פֿון שאַך, האָט רובינשטײן פֿאַרקנײטשט זײַן געקנײטשטן שטערן, מיט אײן אױג באַטראַכט די שװאַרצע קאַװע, װאָס ער האָט געטרונקען, געװאָלט טרעפֿן מיט װאָס זי שמעקט: מיט זײף אָדער מיט שװענקעכץ… און אַ זאָג געגעבן צו קײנעם ניט און צו אַלעמען, און זײַן באַסאָװע שטימע האָט געדונערט װי אַ קלױסטער־גלאָק:

― מײַנע דאַמען און הערן! אױב איר װילט אַ שײנע געשיכטע פֿון אַ שאַך־שפּילער, זעצט זיך אַװעק אַלע אָט־אַ־דאָ, װעל איך אײַך דערצײלן אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן.

― אַ געשיכטע פֿון אַ שאַך־שפּילער? אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן? ― האָט זיך אָנגעכאַפּט די בעל־הביתטע, װאָס האָט מורא געהאַט, די געסט זאָלן זיך ניט צעקריכן. ― אױסגעצײכנט! זאָג פֿעליטשקען, זי זאָל צומאַכן דעם פֿאָרטעפּיאַן און אַלײן שליס צו, זײַ מוחל, די טיר און גיב אַהער נאָך אַ צװײ־דרײַ שטולן. זיצט. איך בעט אײַך, זיצט, דער הער רובינשטײן װעט אונדז דערצײלן אַ געשיכטע פֿון אַ שאַך־שפּילער, אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן.

און רובינשטײן האָט באַטראַכט די נאָר־װאָס פֿאַררײכערטע סיגאַר, װאָס דער בעל־הבית האָט אים מכבד געװען, פֿון אַלע זײַטן, געװאָלט, אַ פּנים, אָפּשאַצן װיפֿל זי קאָסט, און האָט זיך פֿאַרקרימט און פֿאַרקנײטשט דעם גרױסן שטערן, גלײַך װי ער װאָלט װעלן זאָגן: „הם… זען זעט עס אױס װי אַ סיגאַר, נאָר אַ טעם האָט עס פֿון אַ בעזעם“… דערנאָך איז ער צוגעטראָטן צו זײַן געשיכטע בזה־הלשון:

― אַז איך בין, מײַנע דאַמען און הערן, אַ פֿאַרברענטער שאַך־שפּילער און אַז אונדזער גאַנצע פֿאַמיליע, הײסט עס, זײַנען שאַכמאַטיסטן פֿון דער נאַטור ― דאָס באַדאַרף איך אײַך ניט דערצײלן. דאָס װײסט איר אַלײן. דער נאָמען רובינשטײן לאָזט זיך אַביסל הערן אױף דער װעלט, און איך װאָלט אַ בעלן געװען, אַדרבא, איר זאָלט מיר באַװײַזן אַ רובינשטײן, װאָס זאָל ניט זײַן קײן שאַך־שפּילער.

― אָט װײס איך אַ רובינשטײן, אַן אַגענט. ער קומט צו מיר אַרײַן אַלע װאָך. איז אַ חוץ „סטראַכאָװאַניע זשיזני“страхование жизни: לעבנס־אַסעקוראַציע װײס ער ניט קײן זאַך, אַ טשיסטע בהמה!

דאָס האָט אַרײַנגעשטעלט אײנער פֿון די געסט, אַ יונגערמאַן מיט אַ שפּיצעכיקן קאָפּ און מיט גאָלדענע ברילן, װאָס האַלט זיך פֿאַר אַ חכם און װיצלט זיך: נאָר רובינשטײן איז געבליבן רויִק. ער האָט דורכגענומען דעם יונגנמאַן מיט זײַנע גרױסע שװאַרצע קאַלטע אױגן און האָט אַ זאָג געגעבן מיט זײַן באַסאָװע שטימע:

― מסתּמא איז ער ניט פֿון אונדזערע רובינשטײנס. אַן אמתער רובינשטײן איז אַ שאַכמאַטיסט. דאָס איז אַזױ נאַטירלעך, װי ס'איז נאַטירלעך, אַז דװקא אַ שוטה זאָל ליב האָבן זאָגן װיצן… אַן אמתער רובינשטײן איז געװען מײַן זײדע ראובֿן רובינשטײן, װאָרעם ער אין געװען, מײַנע הערן און דאַמען, דער אמתער שאַכמאַטיסט. בײַ אים האָט באמת געמעגט די גאַנצע װעלט זיך איבערקערן, בעת ער האָט געהאַלטן אין מיטן אַ שאַך. צו אים איז מען געפֿאָרן פֿון דער װעלט שפּילן אַ פּאַרטיע ― פּריצים, גראַפֿן, שׂררות! כאָטש געװען איז ער נישט מער װי אַ זײגער־מאַכער, אַן אָרעמער בעל־מלאָכה, נאָר אַ גוטער בעל־מלאָכה, אַ קינסטלער אין זײַן פֿאַך. און װײַל דער עיקר איז בײַ אים געװען שאַך, האָט ער געהאַט צרות, ניט קײן פּרנסה, און קױם־קױם דורכגעקומען מיטן שטיקל ברױט.

ויהי היום, טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, מײַנע הערן און דאַמען, עס פֿאָרט צו צום זײדנס שטיבל אַ גרױסאַרטיקער טאַראַנטאַס מיט צװײ פּאָר ברענענדיקע סוסים „נאַשפּיץ“, און סע שפּרינגט אַרױס פֿון טאַראַנטאַס אַ פּריץ, אַ מאַגנאַט מיט צװײ באַדינערס, באַהאָנגען פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט אָרדנס און מעדאַלן ― אַ שׂררה! ― און איז אַרײַן מיט אַן אימפּעט: „װוּ איז דאָ ערגעץ דער ייִד ראובֿן רובינשטײן?“ האָט זיך דער זײדע, זאָל מיר מוחל זײַן, תּחילת אַביסל װי דערשראָקן. ער איז אָבער באַלד געקומען צו זיך און איז אַרױס מיט לשון: „איך בין דאָס דער ייִד ראובֿן רובינשטײן ― מיט װאָס קאָן איך דינען?“ איז דאָס דעם שׂררה געפֿעלן און ער רופֿט זיך אָן צום זײדן: „אױב, זאָגט ער, דו ביסט דאָס דער ייִד ראובֿן רובינשטײן, פֿרײט עס מיך זײער. הײס, זאָגט ער, שטעלן דעם סאַמאָװאַר און גיב אַהער דאָס ברעטל, װעלן מיר מאַכן אַ שאַך. איך האָב געהערט זאָגן, זאָגט ער, אַז דו שפּילסט גוט אין שאַך, און אַז דיר האָט נאָך קײן מאָל קײנער קײן מאַט ניט געגעבן“. אַזױ זאָגט צו אים דער מאַגנאַט (געװען, װײַזט אױס, אַ ליבהאָבער פֿון שאַך), און זעצט זיך אַװעק מיטן זײדן שפּילן אין שאַך, אײן פּאַרטיע נאָך דער אַנדערער, אײן פּאַרטיע נאָך דער אַנדערער. דערװײַל איז פֿאַרטיק געװאָרן דער סאַמאָװאַר, און מע האָט דערלאַנגט טײ, געװײנלעך, אױף אַ טאַץ, מיט אײַנגעמאַכטס און אַלערלײ פֿאַרבײַסעכצן ― װעגן דעם האָט שױן די באָבע געזאָרגט, כאָטש אין בײַטעלע איז ניט געװען אַ גראָשן ― און אין דרױסן, בײַם טאַראַנטאַס, האָט זיך צונױפֿגעזאַמלט די גאַנצע שטאָט. אַ קלײניקײט ― בײַ ראובֿן זײגער־מאַכער אַזאַ מאַגנאַט! אַװדאי זײַנען אין שטאָט געװען אַלערלײ רײדעכצן. דער האָט געזאָגט, אַז דער שׂררה איז פֿון דער גובערניע, געקומען מיט אַ רעװיזיע, אַן „אָביסקобіск: אָבלאַװע“, פֿאַלש גאָלד… דער האָט געזאָגט, אַז מסתּמא איז דאָ אַ מסירהלע, אַ דאָנאָסל, אַ בילבול, אַ „דיעלאָдєло: פּראָצעס“… אַרײַנצוגײן אינעװײניק און אַ קוק טאָן, װי דער שׂררה זיצט מיטן זײדן און שפּילט אין שאַך ― דאָס האָט קײנער נישט געװאַגט. װאָרעם װעמען װעט דאָס אײַנפֿאַלן אַזאַ זאַך?!…

און װאָס טױג אײַך, מײַנע דאַמען און הערן, דער שׂררה, כאָטש ער האָט געשפּילט ניט שלעכט, מען קאָן זאָגן ― גאַנץ גוט געשפּילט, האָט ער פֿונדעסטװעגן געכאַפּט פֿונעם זײדן אַ מאַט נאָך אַ מאַט, און װאָס מער ער האָט פֿאַרשפּילט אַלץ מער האָט ער זיך געהיצט, און װאָס מער ער האָט זיך געהיצט, אַלץ מער האָט ער פֿאַרשפּילט. און דער זײדע ― איר זאָלט זאָגן, אַ ריר אױפֿן פּנים ― גאָרנישט! גלײַך װי דאָס שפּילט ער ― איך װײס אַלײן ניט מיט װעמען… האָט דאָס דעם אַדון מסתּמא גוט פֿאַרדראָסן, װאָס זאָלט איר קלערן? פֿאַרשפּילן װיל קײנער ניט. ובפֿרט נאָך בײַ װעמען? ― בײַ אַ ייִדן!… נאָר זאָגן קאָן ער נישט, און ס'איז נישטאָ װאָס צו זאָגן, אַז יענער שפּילט פֿאָרט גוט! װי זאָגט איר: אַז ער יכולט, איז דאָך ניט שײך! און דאָס דאַרפֿט איר װיסן, מײַנע הערן און דאַמען, אַז אַן אמתן שאַך־שפּילער אינטערעסירט דאָס שפּילן אַלײן אַ סך מער פֿונעם געװינען, אָדער פֿונעם פֿאַרשפּילן. בײַ אַן אמתן שאַכמאַטיסט איז נישטאָ קײן שפּילער, נאָר ס'איז דאָ אַ שפּיל ― איך װײס ניט, אױב איר װעט דאָס פֿאַרשטײן.

― שװימען קאָנען מיר ניט, אָבער מיר פֿאַרשטײען שװימען. ― האָט אַרײַנגעשטעלט דער יונגערמאַן דער װיצלער, און װי אַלע מאָל נישט דאָרט װוּ מע דאַרף; און רובינשטײן, דער פֿאַרברענטער שאַכמאַטיסט, האָט אים דורכגענומען מיט די קאַלטע אױגן און אַ זאָג געגעבן: „יאָ, מע זעט, אַז איר פֿאַרשטײט שװימען“… דערנאָך האָט ער אַ צי געגעבן דעם סיגאַר און דערצײלט װײַטער:

― און אַזױ װי אַלצדינג אױף דער װעלט האָט אַ סוף, מײַנע דאַמען און הערן, האָט זײער שפּילן אױך געהאַט אַ סוף. דער מאַגנאַט איז אױפֿגעשטאַנען, זיך פֿאַרשפּיליעט אױף אַלע קנעפּ, דערלאַנגט דעם זײדן צװײ פֿינגער און געזאָגט צו אים אַזױ: „הער זשע אױס. ראובֿן רובינשטײן, דו האָסט מיך, זאָגט ער, געשלאָגן, און איך מוז מודה זײַן, זאָגט ער, אַז דו ביסט דער בעסטער שאַכמאַטיסט, ניט נאָר אין מײַן גובערניע, נאָר אינעם גאַנצן לאַנד, און אפֿשר אין דער גאַנצער װעלט, און איך שעץ מיך, זאָגט ער, גליקלעך, װאָס איך האָב געהאַט די ערע און דאָס פֿאַרגעניגן צו שפּילן מיטן גרעסטן שאַך־שפּילער פֿון דער װעלט. זײַ זיכער, זאָגט ער, אַז דײַן נאָמען װעט פֿון הײַנט אָן װערן נאָך גרעסער װי ער איז געװען. איך װעל עס איבערגעבן, זאָגט ער, די מיניסטאָרן. איך װעל דאָלאָזשעןдолож: מעלדן אין הױף“…

דערהערט אַזעלכע דיבורים: „מיניסטאָרן“… „דאָלאָזשען אין הױף“… רופֿט זיך אָן דער זײדע צום שׂררה: „װער זשע ביסטו, אַדוני פּריץ?“ צעלאַכט זיך דער פּריץ, שטעלט אַרױס די ברוסט מיט מעדאַלן און מאַכט צום זײדן: „איך בין דער גובערנאַטאָר“… װערט שױן דעם זײדן אַביסל קאַלעמוטנע; ער זאָל געװען װיסן, װער סע שפּילט מיט אים, װאָלט ער אַנדערש געשפּילט… נאָר פֿאַרפֿאַלן! צוריק כאַפּט מען ניט… דערװײַל האָט דער גובערנאַטאָר זײער פֿרײַנטלעך אָפּגעזעגנט זיך און איז אַװעק צום טאַראַנטאַס, אױפֿגעזעצט זיך און פּאַשאָל!

פֿאַרשטײט זיך, אַז ערשט דעמאָלט האָט די גאַנצע שטאָט באַפֿאַלן דעם זײדן: „װער איז דאָס געװען?“ און אַז מען איז געװױר געװאָרן, אַז דאָס איז דער גובערנאַטאָר, האָט מען נאָך מער געשטױנט: ― „װאָס האָט דאָ געטאָן דער גובערנאַטאָר?“, און אַז דער זײדע האָט זײ איבערגעגעבן, אַז דער גובערנאַטאָר איז געקומען נאָר לשם שאַך, ― האָבן זײ אױסגעשפּיגן דרײַ מאָל און אױסגעבטלט אַלע בײזע חלומות אױף די שׂונאימס קעפּ, און מען איז זיך צעגאַנגען, גערעדט, גערעדט, און פֿאַרגעסן. און דער זײדע האָט אױך פֿאַרגעסן. דער קאָפּ איז אים געלעגן ערגעץ אַנדערש, אין אַ נײַעם שאַך, און אַגבֿ דאגות פּרנסה אױך. אַ ייִד מוטשעט זיך, האָרעװעט, זוכט אַ שטיקל ברױט.

ויהי היום, מײַנע הערן און דאַמען, אין אַ צײַט אַרום ― װיפֿל ס'איז אַװעקגעגאַנגען צײַט קאָן איך אײַך ניט זאָגן. איך װײס נאָר, אַז ס'איז געװען ערבֿ פּסח איז דעמאָלט געװען. און אױף יום־טובֿ איז בײַם זײדן נאָך ניט געװען גאָרנישט, קײן שטיקל מצה אַפֿילו. קינדערלעך, קײן עין־הרע, אַ סך, װער עס דאַרף אַ העמדעלע, װער אַ שטיװעלע ― שלעכט! זיצט ער נעבעך אײַנגעבױגן אין דרײַען מיטן גלעזל אין אױג און פּאָרקעט זיך בײַ אַ זײגערל, װאָס האָט זיך אַװעקגעשטעלט און װיל ניט גײן און טראַכט זיך: מאַין יבֿא עזרי? ― פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר און עס קומען אַרײַן צװײ זשאַנדאַרן, און גלײַך צום זײדן: „פּאַזשאַלאָיטיעпожалуйте: זײַט אַזױ גוט!“ פֿליט אים דורך אַ מחשבֿה (דער זײדע איז געװען אַ מענטש מיט מאָדנע געדאַנקען): אפֿשר איז דאָס פֿונעם גובערנאַטאָר? אַ קשיא אױף אַ מעשׂה ― טאָמער װיל ער אים באַפֿרידיקן, גליקלעך מאַכן? האָט זיך דען ניט געטראָפֿן װיפֿל מאָל, אַז דורך אַ צופֿאַל, איבער אַ קלײניקײט, זאָל אַ פּריץ נעמען אַ ייִדן און אָפּשיטן מיט גאָלד, גליקלעך מאַכן אים מיט קינדער און קינדס־קינדער?… לאָזט זיך אױס, מײַנע דאַמען און הערן, אַז עס הײבט זיך גאָר ניט אָן ― מע האָט אים געבעטן מחילה, ער זאָל זיך מטריח זײַן און עולה־רגל זײַן קײן… טרעפֿט, װוּהין? ― אַזש קײן פּעטערבורג! װאָס ― װײסן זײ אַלײן ניט! זײ האָבן באַקומען, זאָגן זײ, נאָר װאָס אַ פּאַפּיר פֿון פּעטערבורג, שטײט אין פּאַפּיר געשריבן: „ניעמיעדליעננא דאָסטאַװיט יעװרעיאַ רובינאַ רובינשטײנאַ װסאַנקט פּעטיערבורגнемедленно доставить еврея рубина рубинштейна в санкт петербург“ ― די רגע, הײסט עס, זאָל מען צושטעלן דעם ייִדן ראובֿן רובינשטײן קײן פּעטערבורג!… מסתּמא מוז דאָ עפּעס זײַן. „זײַ זיך מודה, בחור, װאָס פֿאַראַ שפּיצל האָסטו אָפּגעטאָן?“ שװערט זיך מסתּמא דער זײדע, אַז ער װײסט נישט פֿון קײן פּותר און פֿון קײן חלום, אַז ער האָט זײַן גאַנצן לעבן, זאָגט ער, קײן פֿליג אױף דער װאַנט נישט אָנגערירט. די גאַנצע שטאָט, זאָגט ער, װעט פֿאַר אים גײן שװערן!… הערט מען דאָך אים אין טראָק און מע הײסט אים הולכן, מיטן עטאַפּ הײסט עט, װאָרעם װיבאַלד אַז מע שמועסט לשון „דאָסטאַװיטдоставить“ ― צושטעלן, װי קאָן זײַן אַנדערש אַז ניט מיטן עטאַפּ און ניט געקאָװעט אין קײטן? און נאָך „ניעמיעדלעננאָнемедленный: תּיכּף“ דערצו! דער פּשט איז, אַז װאָס פֿריִער איז בעסער.

און נישט לאַנג געטראַכט, מײַנע דאַמען און הערן, האָט מען גענומען דעם זײדן, נישט געװאַרט אױף כּבֿוד, נאָר גלײַך געקאָװעט הענט און פֿיס און מיט אַלע גנבֿים צוגלײַך האָט מען אים גענומען פֿירן מיטן אמתן עטאַפּ. און װאָס יענע יאָרן האָט בײַ פֿאָניען געהײסן „גײן מיטן עטאַפּ“ ― דאָס באַדאַרף איך אײַך נישט דערצײלן. װער װײס עס נישט, אַז אַן אײדעלער מענטש גײט מיטן עטאַפּ, דערלעבט ער נישט צו קומען? אַז קײן באַנען זײַנען נישט געװען, קײן שאָסײען נישט געװען, איז מען געפֿאַלן װי פֿליגן. העכער האַלב זײַנען אױסגעשטאָרבן אױפֿן װעג, און די איבעריקע זײַנען געקומען אױסגעמוטשעט, צעבראָכענע װיסטע קאַליקעס. צום גליק אָבער, איז מײַן זײדע געװען אַזאַ קאָמפּלעקציע, װי איך, דאָס הײסט, אַ טרוקענער, אַ בײנערדיקער, נאָר אַ ייִד אַ פֿונדאַמענטאַלער. דערצו איז ער געװען אַ מענטש אַ דענקנדער, אַ פֿרומער און אַ פֿילאָזאָף. אײן מאָל שטאַרבט אַ מענטש, האָט ער געזאָגט, ניט צװײ מאָל, און אױב ס'איז אים באַשערט, זאָגט ער, נאָך צו לעבן אױף דער װעלט, װעט בײַ אים קײנער דאָס לעבן ניט אַװעקנעמען… פֿאַרװאָס האָט ער עפּעס גערעדט אַזױ פֿון לעבן און טױט? װײַל מע האָט אַרױס געזען, אַז דאָ שמעקט מיט גנאָט, מיט סיביר און אפֿשר מיט נאָך ערגערס… ער האָט ניט נאָר אָפּגעזעגנט זיך מיט װײַב און קינדער און מיט דער גאַנצער שטאָט אױף אײביק ― ער האָט געבעטן אַ „מעבֿר־יבוק“, געװאָלט זאָגן װידוי… האָט מען אים געטרײסט, די גאַנצע שטאָט איז אים געגאַנגען באַגלײטן (אַן אמתע לװיה!), און טרערן זײַנען פֿאַרגאָסן געװאָרן אָן אַ שיעור און אָן אַ מאָס!…

איבערגעבן אײַך, מײַנע דאַמען און הערן, אַלצדינג, װאָס דער זײדע איז אױסגעשטאַנען אין דער דאָזיקער נסיעה, װאָלטן מיר באַדאַרפֿט זיצן מיט אײַך אָט דאָ ניט אײן נאַכט, נאָר דרײַ נעכט, איז אַ שאָד ― מע װאָלט די צײַט בעסער געקאָנט אױסנוצן אױף שפּילן אַ שאַך… אין קורצן קאָן איך אײַך נאָר זאָגן, אַז פֿאַרצױגן האָט זיך די נסיעה אױף דעם גאַנצן זומער, פֿון פּסח ביז סוכּות, װאָרעם דער עטאַפּ װערט אײַנגעטײלט, מײַנע הערן און דאַמען, אין פּונקטן, און אין יעדן פּונקט, װוּ דער עטאַפּ שטעלט זיך אָפּ, האָט מען די געטריבענע פֿאַרהאַלטן אַ מאָל אױף אַ װאָך, אַ מאָל אױף צװײ װאָכן, און אַ מאָל אױף נאָך מער, ביז עס האָט זיך צונױפֿגעשטעלט אַ נײַע פּאַרטיע פֿון גנבֿים און בראָדיאַגעס, האָט מען זײ געטריבן װײַטער. און אַפֿילו, אַז מען איז שױן נאָך גרױסע צרות, פּלאָגן און מאַטערנישן געקומען אינעם גליקלעכן סאַנקט פּעטערבורג, מײנט איר, אַז דאָ האָט שױן גענומען אַ סוף? האָט איר אַ טעות! ערשט דאָ האָט מען גענומען דעם זײדן און אײַנגעשפּאַרט אין „קאַמענע מעשאָקкаменный мешок: שטײנעריק זעקל“ ― אַ מין חדרל אַ פֿינצטערס, װוּ מע קאָן ניט זיצן, ניט ליגן, ניט גײן און ניט שטײן…

― דאָרט דאַרף זײַן גוט צו שפּילן אין שאַך ― האָט אַרײַנגעשטעלט דער יונגערמאַן דער װיצלינג.

― און זאָגן פֿױלע װיצן! ― האָט רובינשטײן דער שאַכמאַטיסט צוגעגעבן און גענומען דערצײלן װײַטער: ― דאָ, אין דעם „קאַמענע מעשאָק“, האָט זיך דער זײדע שױן מיט אַן אמת אָפּגעזעגנט מיטן לעבן, אױסװײניק געזאָגט װידוי, געזען פֿאַר זיך דעם מלאך־המװת און געפֿילט, אַז אָט־אָט גײט אים אױס די נשמה, נאָך אײדער מע װעט אים נעמען צום מישפּט, און ער האָט דעם אמת זאָגנדיק, געבעטן אױף זיך דעם טױט. אײן שטיקל האָפֿענונג האָט ער נאָך געהאַט אױף דער שטאָט. ער איז געװען זיכער, אַז די שטאָט שװײַגט ניט. עס װעלן זיך געפֿינען שתּדלנים, ייִדן גבֿירים, װאָס װעלן כלאָפּאָטשען, זוכן פּראָטעקציעס, און אַז מע װעט דאַרפֿן שמירן, װעט מען שמירן, בכדי אַרױסצושלעפּן אַן אומשולדיקן ייִדן פֿון אַן אומגליק, אַ בילבול… און דער זײדע האָט קײן טעות ניט געהאַט, מײַנע הערן און דאַמען. פֿונעם ערשטן טאָג אָן, װאָס מע האָט אים אַװעקגענומען, און דעם גאַנצן זומער נאָכדעם האָט די גאַנצע שטאָט געאַרבעט מעשׂים! מען איז געװען בײַ אַדװאָקאַטן, מע האָט געזוכט פּראָטעקציעס, מע האָט געשמירט ― ממש מע האָט געשאָטן מיט געלט; עס האָט אָבער נישט געהאָלפֿן קײן שמע־ישׂראל.

געלט האָט מען גענומען, נאָר צוזאָגן עפּעס טאָן פֿאַרן זײדן איז געװען אוממעגלעך, און זײ האָבן געגעבן צו פֿאַרשטײן מיט אַ שׂכל, פֿאַרװאָס ס'איז אוממעגלעך. למשל, אַזױ: אַ גנבֿ אָדער אַן אַנדער פֿאַרברעכער קאָן מען מיט געלט גרינג אַרױסנעמען. פֿאַרװאָס? דערפֿאַר װײַל מע װײס, אַז ער איז אַ גנבֿ, װאָס האָט געגנבֿעט אַ פּאָר פֿערדלעך, אָדער אַ פֿאַרברעכער, װאָס האָט אונטערגעצונדן אַ שטוב. אָבער אַזאַ נפֿש, װי רובינשטײן, האָבן זײ געזאָגט, װאָס געגנבֿעט האָט ער נישט, און אונטערגעצונדן, זאָגן זײ, אױך נישט, ― װער װײס װאָס פֿאַראַ פֿאַרברעכער ער איז? אפֿשר אַ פּאָליטיטשעסקיполитический ― דאָס הײסט, אַ פּאָליטישער?… און יענע יאָרן אַ „פּאָליטישער“ איז געװען אַ סך ערגער, װי אַ פֿאַרברעכער, װאָס האָט אױסגעקױלעט אַ גאַנצע גובערניע!… גײן בעטן פֿאַר אַ פּאָליטישן איז שױן געװען אַ סכּנה!… דאָס װאָרט „פּאָליטיטשעסקי“ האָט מען נישט געטאָרט אַרױסלאָזן אין דער הױך, נאָר שטילערהײט, אין דער פֿינצטער… כאָטש אַפֿילו, װי קומט ראובֿן רובינשטײן דער זײגער־מאַכער צו אַ „פּאָליטיטשעסקי“? נאָר אַ קשיא אױף אַ מעשׂה ― אַ ייִד אַ חקרן, אַ פֿילאָזאָף!…

נאָר מײַנע הערן און דאַמען, װי געזאָגט, אַלצדינג אױף דער װעלט האָט אַ סוף. געקומען אױך דער טאָג, װאָס די טירן פֿון דעם געפֿענקעניש האָבן זיך געעפֿנט, און צװײ זשאַנדאַרן, אָנגעװאָפֿנט פֿון קאָפּ ביז פֿיס, זײַנען אַרײַנגעקומען און גענומען דעם זײדן, קױם־קױם אַ לעבעדיקן, אַרײַנגעזעצט אים אין אַ קאַרעטע און פּאַשאָל, װוּהין? ― דאָס פֿרעגט ער שױן גאָרניט. צום מישפּט? לאָז זײַן צום מישפּט. אױפֿן עשאַפֿאָט? לאָז זײַן אױפֿן עשאַפֿאָט. אַבי אַן עק זאָל עס האָבן!… און ער שטעלט זיך שױן פֿאָר דעם מישפּט, װי אַזױ מע האָט אים געבראַכט פֿאַרן „סענאַט“ און מע זאָגט אים: „ראובֿן רובינשטײן! זײַ זיך מודה!“… ענטפֿערט ער דעם סענאַט: „איך בין זיך מודה, אַז איך בין אַ ייִד, און אַן אָרעמער זײגער־מאַכער, און לעב נאָר פֿון מײַנע הענט, און איך האָב קײנמאָל נישט געגנבֿעט, קײנעם נישט באַשװינדלט און נישט באַלײדיקט, און גאָט איז מײַן עדות, און אױב איר װילט מיך פּײַניקן, פּײַניקט, נאָר פֿריִער נעמט צו בײַ מיר די נשמה ― זי איז בײַ אײַך אין די הענט!“… אַזױ טענהט זיך אױס דער זײדע מיטן סענאַט אין דער מחשבֿה, און די קאַרעטע פֿאָרט־צו צו עפּעס אַ מױער און מע הײסט דעם זײדן אַראָפּ ― גײט ער אַראָפּ. און מע פֿירט אים אַרײַן פֿריִער אין אײן חדר, דערנאָך אין נאָך אַ חדר, און מע הײסט אים זיך אױסטאָן. אױסטאָן אין גאַנצן ביז צום העמד! פֿאַרשטײט ער נישט, װאָס דאָס באַדײַט. נאָר אַז אַ זשאַנדאַר הײסט זיך אױסטאָן, קאָן מען, װי זאָגט איר, קײן חזיר נישט זײַן… דערנאָך הײסט מען אים אױסטאָן, מײַנע דאַמען און רעדן, זײַט מיר הונדערט מאָל מוחל, דאָס העמד אױך ― טוט ער אױס דאָס העמד אױך. און מע פֿירט אים אַרײַן אין אַ באָד אַרײַן, ― אָבער אַ באָד, שױן אײן מאָל אַ באָד! ― און מע װאַשט אים, און מע רײַבט אים. און מע שװענקט אים, און מע טוט אים אָן און מע פֿאָרט מיט אים װײַטער. און מע פֿאָרט און מע פֿאָרט און מע פֿאָרט…. טראַכט ער זיך: „רבונו של עולם! װאָס װעט דאָ זײַן מיט מיר?“… און ער װיל זיך דערמאָנען אין די געשיכטעס, װאָס ער האָט אַמאָל װען געלײענט פֿון שפּאַניע און פֿון פּאָרטוגאַל, און קאָן זיך נישט דערמאָנען, װוּ האָט ער עס געלײענט אַזאַ פֿאַל, אַז אײדער מע פֿירט אַ פֿאַרברעכער אױפֿן עשאַפֿאָט, פֿירט מען אים פֿריִער אין באָד אַרײַן… און װי ער טראַכט אַזױ, מײַנע הערן און דאַמען, פֿאָרט די קאַרעטע צו צו אַ הױף מיט אײַזערנע שטאַכעטן מיט גאָלדענע שפּיצן, און אױף יעדן שפּיץ אַן אָדלער. און מע לאָזט אים דורך פֿאַרבײַ גענעראַלן מיט גאָלדענע עפּאָלעטן און מיט מעדאַלן, און מע זאָגט אים אָן אַז ער זאָל זיך נישט שרעקן, אַז מע װעט אים פֿאָרשטעלן פֿאַרן קײסער, און אַז ער זאָל קוקן גלײַך, נישט רעדן קײן איבעריקע װערטער, נישט באַקלאָגן זיך אױף קײן זאַך, און נאָר ענטפֿערן אױף יאָ ― יאָ און אױף נײן ― נײן. און אײדער ער האָט צײַט געהאַט אַ טראַכט געבן װוּ ער איז אין דער װעלט, איז ער שױן געשטאַנען אין אַ צעמאָלטן זאַל מיט פּרעכטיקע בילדער און גאָלדענע שטולן, און גלײַך אַקעגן אים איז געשטאַנען אַ הױכער מאַן מיט באַקנבערד… דער מאַן מיט די באַקנבערד (דאָס איז געװען דער קײסער ניקאָלאַי פּערװעперве: דער ערשטער) האָט דעם זײדן דורכגענומען מיטן קוק, און צװישן זײ איז פֿאָרגעקומען אָט־װאָס פֿאַר אַ געשפּרעך:

דער קײסער: װי אַזױ רופֿט מען דיך?

דער זײדע רובינשטײן: ראובֿן שאָלימאָװ רובינשטײן.

דער קײסער: װי אַלט ביסטו?

דער זײדע רובינשטײן: זיבן און פֿופֿציק.

דער קײסער: װוּ האָסטו זיך אױסגעלערנט שפּילן אין שאַך?

דער זײדע רובינשטײן: עס גײט בײַ אונדז בירושה.

דער קײסער: מע זאָגט, אַז דו ביסט דער ערשטער שאַכמאַטיסט בײַ מיר אין לאַנד.

דערױף האָט דער זײדע רובינשטײן געװאָלט אים ענטפֿערן: „הלװאַי װאָלט איך בעסער נישט געװען דער ערשטער שאַכמאַטיסט בײַ דיר אין לאַנד“… װאָלט דאָך אים דער קײסער מסתּמא געפֿרעגט: „װאָס איז די מעשׂה?“… װאָלט אים שױן דער זײדע אַװעקגעלײגט אַ צעטל, אַז נישט אַזױ באַהאַנדלט מען אַ באַרימטן שאַכמאַטיסט, װאָס דער קײסער װיל אים זען… דער זײדע רובינשטײן װאָלט שױן געקאָנט ענטפֿערן! נאָר דאָ האָט דער קײסער אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט, גענעראַלן האָבן זיך אַ װאָרף געגעבן, און די זעלבע זשאַנדאַרן האָבן דעם זײדן אַרױסגעפֿירט איז הױף אַרײַן, און פֿון הױף האָט מען אים שױן געלאָזט פֿרײַ, נאָר אָנגעזאָגט, אַז ער זאָל די רגע פֿאָרן אַהײם, װאָרעם דאָ טאָר ער נישט זײַן… װי אַזױ ער איז אַהײם געקומען ― דאָס פֿרעגט נישט. אַבי ער איז אַרױס אַ לעבעדיקער. און געקומען אַהײם איז ער אַקוראַט אױף סוכּות. מײַנע דאַמען און הערן! איך האָב געענדיקט…

געשריבן אין יאָר 1915
שמואל שמעלקיס און זײַן יובילעום
אַלע מײַנע ליבע קלײנע מענטשעלעך פֿון כּתרילעװקע װידמע איך דאָס דאָזיקע קלײנע ביכעלע.
דער פֿאַרפֿאַסער

התנצלות פֿונעם מחבר

נישטאָ אױף דער װעלט אַזאַ שלעכטס, װאָס זאָל נישט אַרױסקומען אַמאָל דערפֿון קײן טובֿה. זעט: האָט גאָט באַשאַפֿן פּיאַװקעס, װאָס נודען אַרױס די נשמה ― נוצט מען זײ צו אַ חולה. בינען, װאָס בײַסן זיך ― ברענגען האָניק. שפּאַנישע פֿליגן, װאָס פֿאַראַװירן די װעלט ― זײַנען זײ גוט צו אַ געשװיר. אָדער נעמט מײַז. דאַכט זיך, װאָס קאָן שױן זײַן ערגער פֿון אַזאַ מין שרץ, װי מײַז? פֿונדעסטװעגן, לאָמיר דאָס, ליבער פֿרײַנט, בײדע פֿאַרמאָגן, װאָס די װעלט ברענגט־אױס אַ יאָר אױף מײַזנפֿעלכלעך! פֿון די מײַזנפֿעלכלעך מאַכט מען הענטשקעלעך. די הענטשקעלעך טוען אָן שײנע מײדלעך אױף זײערע קלײנע הענטעלעך. די שײנע מײדלעך קומען זיך צונױף אױף אַ באַל, אַ חתונה אָדער אַזױ אַ שׂמחה. אױף זײ פֿאַרקוקן זיך פֿײַנע בחורים. די פֿײַנע בחורים פֿאַרליבן זיך, שטעלן אַ חופּה, האָבן קינדער. די קינדער װאַקסן אױס, װערן גרױסע בחורים און שײנע מײדלעך. און אַזױ װײַטער און װײַטער…

אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד? אַקעגן מיר אַלײן מיט מײַן שלאַפֿקײט. געװען, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, מע קאָן זאָגן, אַ חולה־מסוכּן. זיך אָפּגעװאַלגערט אין בעט, ערגעץ אין אַ שטעטל נישט װײַט פֿון כּתרילעװקע, אין באַראַנאָװיטש, גוטע צװײ חדשים. מילא, קראַנק זײַן איז שלעכטס, װאָס זאָלט איר קלערן? איך האָב געהאַט אַ רבין, האָט ער